רבי שלום ווידער מנירעדהאז זצ"ל בעל משמיע שלום

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי שלום ווידער מנירעדהאז זצ"ל בעל משמיע שלום

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:18 pm

נאך נישט דא קיין אשכול איבער דעם אדם גדול און זיין משפחה, באשכול הביה"ח בסיגוט האט מען געברענגט בילדער פון די מצבות פון זיינע עלטערן אין סיגוט
http://ns2.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1091723
רבי שלום איז געווען א תלמיד פון הייליגען ייטב לב און שפעטער געווען פון די מקורבים ביי בנו ומ"מ מרן הקדושת יו"ט, ביז ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין נירעדהאז.

ׁׁ(כ'האב געהערט אז אין די שטאט נירעדהאז זעלבסט איז געווען א סיגוטער שטיבל, און ווען דער עצי החיים זצ"ל האט זיך ביים ערשטן וועלט קריג אויפגעהאלטן אין נירעדהאז האט ער דארט געדאוונט, און ער איז נישט געווען אזוי שוה בשוה מיטן נירעדהאזער רב, איז יש דברים בגו?)

על כל פנים, וואס עס ברענגט מיך צו עפענען דעם אשכול איז געווען דאס טרעפן א בריוו בכת"י פון זיין זון ומ"מ רבי שלמה דוב ווידער מנירעדהאז, עס איז משמע אז רבי שלמה דוב האט נאך משמש געווען ברבנות על מקום אביו אין נירעדהאז (ווען איז רבי שלום אוועק?) און נאך די קריג איז ער געווען פון די רבנים אין די די. פי. לאגערן זייענדיג משמש ברבנות אינעם ווינדסהיים לאגער, פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאנטריאל.

האט זיך רבי שלמה דוב ווידער שפעטער באזעצט אין ניו יארק אדער ער איז געבליבן אין מאנטריאל?

אויך די וואלטער משפחה זענען אייניקלעך פון רבי שלום ווידער, קיין איינער אויסרעכענען די קינדער און איידימער וכו'?

די בריוו פון רבי שלמה דוב ווידער געשריבן תשי"א אין מאנטריאל, די בריוו איז אדרעסירט צום זשאונט בעטנדיג א סעט ש"ס נאכדעם וואס ער האט געהערט אז זיי פארטיילן שס'ן פאר רבנים:
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _01057.pdf
די בריוו אויף ענגליש:
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _01172.pdf

מיט ווייטאג זאגט די זשאונט אפ פון צו שענקען א ש"ס, זאגנדיג אז די שס'ן זענען נאר פארטיילט געווארן פאר ישיבות און אינסטיטוציעס נישט פאר קיין יחידים:
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _01122.pdf
צוגעלייגטע
ווידער.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:21 pm

ספרו משמיע שלום באוצה"ח:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?23811

געטראפן אז רבי שלום איז נפטר געווארן עקד"ה ביים קריג:
https://toratcha.wordpress.com/2015/05/05/1361/
בייגעלייגט איז א שילד וואס הענגט אין נירעדהאזער ביה"ח לזכרו:
בילד

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 5:23 pm

אביו ואמו של רבי שלום

ספר קדושת יום טוב שהי' שייך לרבי שלום

הרב משה זאב גאטליב (מתגורר בהופער סטר.) בן רבי יודעלע בן היגל יעקב, איז געווען אן איידעם ביי רבי שלמה דוב'ן.
שם אשתו מרת רחל ע"ה.
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:20 pm

געהרעט פון הרה''ח ר' בערל זילבערשטיין וואס ער איז דארט געווען ווען מונקאטשער רב זצ''ל איז געווען אין נירעדהאז האט ער געהאלטען א פייערדיגע דרשה אקעגן די אגודה און ער האט געהלטען אין איין שרייען ''אגודיס'טען ימ''ש'' האט רבי' שלום געהלטען אין איין זאגען ''נישט אמת''. (די ערשטע חלק וועגן די דרשה האב איך געהערט פון מיין זיידע ז''ל)

געהערט פון ר' ישוע יאקאבאוויטש (אחיו של אביגדור) אז רבי שלום איז געווען א סטראפקאווער חסיד.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:25 pm

מיללער האט געשריבן:ספרו משמיע שלום באוצה"ח:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?23811

[b]געטראפן אז רבי שלום איז נפטר געווארן עקד"ה ביים קריג:[/b]

בילד


ער איז אריין אין אוישוויטץ גאז קאמארען מיט ר' שלום אליעזר'ל זצוק''ל הי''ד
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:20 am

יום אחד האט געשריבן: ... וואס ער איז דארט געווען ווען מונקאטשער רב זצ''ל איז געווען אין נירעדהאז האט ער געהאלטען א פייערדיגע דרשה אקעגן די אגודה און ער האט געהלטען אין איין שרייען ''אגודיס'טען ימ''ש'' האט רבי' שלום געהלטען אין איין זאגען ''נישט אמת''. (די ערשטע חלק וועגן די דרשה האב איך געהערט פון מיין זיידע ז''ל)

זעט אויס מיט דעם אלעס איז ער געפארען צום מונקאטשער רב. מתוך דברי תלמידי אב"ד פישטיאן
1.jpg

צורת הגה"ק אב"ד נירעדהאזא זי"ע
Nyíregyháza.jpg

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:39 pm

מצבת גיסו ר' יוסף [הצדיק] פריעדמאן בהוידא האדהאז
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
זה הקטן גדול יהי'

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:44 pm

מיללער האט געשריבן:רבי שלום איז געווען א תלמיד פון הייליגען ייטב לב און שפעטער געווען פון די מקורבים ביי בנו ומ"מ מרן הקדושת יו"ט, ביז ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין נירעדהאז.

רבי שלום האט ממלא מקום געוועהן זיין גרויסן שווער הגאון הגדול רבי יצחק אייזיק פריעדמאן זצ"ל אב"ד נירעדהאז
זה הקטן גדול יהי'

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:10 pm

הספר שמש צדקה שייך לאדומו"ר דודי
הרה"ג הצ' והק' מה"ו שלום ווידער שליט"א
אב"ד דק"ק נירעדהאז והגליל יצ"ו
א"ד ???? תלמידו המשתחוה מול הד"ג
יוסף הק' פריעדמאן

ר' שלום וויעדער איז געווען ממלא מקום פון זיין שוווער ר' יצחק אייזיק פריעדמאן אב"ד נירעדהאז (גיסו של ר' נפתלי הירצקא מראצפערט).
לכאורה איז דער ר' יוסף פריעדמאן אן אייניקל פון ר' יצחק אייזיק, ער שרייבט דאך אויף ר' שלום "דודי".[/quote]
צוגעלייגטע
VIDVID.gif
VIDVID.gif (224 KiB) געזעהן 1133 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 2:45 pm

מיללער האט געשריבן:
על כל פנים, וואס עס ברענגט מיך צו עפענען דעם אשכול איז געווען דאס טרעפן א בריוו בכת"י פון זיין זון ומ"מ רבי שלמה דוב ווידער מנירעדהאז, עס איז משמע אז רבי שלמה דוב האט נאך משמש געווען ברבנות על מקום אביו אין נירעדהאז (ווען איז רבי שלום אוועק?) און נאך די קריג איז ער געווען פון די רבנים אין די די. פי. לאגערן זייענדיג משמש ברבנות אינעם ווינדסהיים לאגער, פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאנטריאל.

האט זיך רבי שלמה דוב ווידער שפעטער באזעצט אין ניו יארק אדער ער איז געבליבן אין מאנטריאל?


אין די היינטיגע 'עלי זכרון' ברענגט הרב שי"ה שפיצער אן איבערזעצונג פון אן אונגאריש-אידישע צייטונג אז ר' שלמה דוב ווידער איז גאר אויפגענומען געווארן בשנת תרפ"ו אלס ארטאדאקסישער הויפט-רב אין קליוולאנד, אהייאו - ווייסט איינער מער איבער אזא זאך אז רש"ד ווידער האט געוואונט א צייט אין אמעריקא און משמש געווען ברבנות אין קליוולאנד?
צוגעלייגטע
Weider.png
Weider.png (21.54 KiB) געזעהן 689 מאל

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 3:06 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
על כל פנים, וואס עס ברענגט מיך צו עפענען דעם אשכול איז געווען דאס טרעפן א בריוו בכת"י פון זיין זון ומ"מ רבי שלמה דוב ווידער מנירעדהאז, עס איז משמע אז רבי שלמה דוב האט נאך משמש געווען ברבנות על מקום אביו אין נירעדהאז (ווען איז רבי שלום אוועק?) און נאך די קריג איז ער געווען פון די רבנים אין די די. פי. לאגערן זייענדיג משמש ברבנות אינעם ווינדסהיים לאגער, פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאנטריאל.

האט זיך רבי שלמה דוב ווידער שפעטער באזעצט אין ניו יארק אדער ער איז געבליבן אין מאנטריאל?


אין די היינטיגע 'עלי זכרון' ברענגט הרב שי"ה שפיצער אן איבערזעצונג פון אן אונגאריש-אידישע צייטונג אז ר' שלמה דוב ווידער איז גאר אויפגענומען געווארן בשנת תרפ"ו אלס ארטאדאקסישער הויפט-רב אין קליוולאנד, אהייאו - ווייסט איינער מער איבער אזא זאך אז רש"ד ווידער האט געוואונט א צייט אין אמעריקא און משמש געווען ברבנות אין קליוולאנד?

הרב ר' שלמה דוב ווידער מ'נירעדהאז ז''ל איז געקומען קיין ניו יארק נאכן קריג.

זיין טאטע הרה''צ ר' שלום ז''ל איז געווען רב אין נירעדהאז ביזן קריג.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 3:54 pm

נכדו הרה"צ ר' אברהם שרגא וואלטער זצ"ל מניו יארק
נלב"ע שבועות תשע"ה
http://www.jdn.co.il/%D7%A7%D7%94%D7%99 ... %AA/501931
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

וואץ
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

תגובהדורך וואץ » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 8:52 pm

א. טראכטער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
על כל פנים, וואס עס ברענגט מיך צו עפענען דעם אשכול איז געווען דאס טרעפן א בריוו בכת"י פון זיין זון ומ"מ רבי שלמה דוב ווידער מנירעדהאז, עס איז משמע אז רבי שלמה דוב האט נאך משמש געווען ברבנות על מקום אביו אין נירעדהאז (ווען איז רבי שלום אוועק?) און נאך די קריג איז ער געווען פון די רבנים אין די די. פי. לאגערן זייענדיג משמש ברבנות אינעם ווינדסהיים לאגער, פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאנטריאל.

האט זיך רבי שלמה דוב ווידער שפעטער באזעצט אין ניו יארק אדער ער איז געבליבן אין מאנטריאל?


אין די היינטיגע 'עלי זכרון' ברענגט הרב שי"ה שפיצער אן איבערזעצונג פון אן אונגאריש-אידישע צייטונג אז ר' שלמה דוב ווידער איז גאר אויפגענומען געווארן בשנת תרפ"ו אלס ארטאדאקסישער הויפט-רב אין קליוולאנד, אהייאו - ווייסט איינער מער איבער אזא זאך אז רש"ד ווידער האט געוואונט א צייט אין אמעריקא און משמש געווען ברבנות אין קליוולאנד?

הרב ר' שלמה דוב ווידער מ'נירעדהאז ז''ל איז געקומען קיין ניו יארק נאכן קריג.

זיין טאטע הרה''צ ר' שלום ז''ל איז געווען רב אין נירעדהאז ביזן קריג.

כל השאלות אודות ר' שלמה דוב ז''ל אפשר לשאול את בתו מרת ד. לעפקאוויטש תחי' אשת הרה''ח ר' יהושע ב''ר ליפא לעפקאוויטש הי''ו מבארא פארק לאוי''ש, הבעלת אכסניא של עיר אבותיה ראצפערט.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג פאברואר 13, 2018 3:39 am

dovidal האט געשריבן:הספר שמש צדקה שייך לאדומו"ר דודי
הרה"ג הצ' והק' מה"ו שלום ווידער שליט"א
אב"ד דק"ק נירעדהאז והגליל יצ"ו
א"ד ???? תלמידו המשתחוה מול הד"ג
יוסף הק' פריעדמאן

לכאורה איז דער ר' יוסף פריעדמאן אן אייניקל פון ר' יצחק אייזיק, ער שרייבט דאך אויף ר' שלום "דודי".
[/quote]
כמה יוסף איכא בשוקא
ווי עס שיינט איז געוועהן צוויי יוסף פרידמאן׳ס איינער א זוהן פון ר׳ יצחק אייזיק און איינער א אן אייניקעל.
זה הקטן גדול יהי'


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט