רבי שמואל בארנשטיין זצ''ל מסאכטשוב - כ''ד טבת תרפ''ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

רבי שמואל בארנשטיין זצ''ל מסאכטשוב - כ''ד טבת תרפ''ו

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 04, 2016 11:48 pm

איך האב נישט געזעהן אז ס'זאל זיין א אשכול איבער דער צדיק וקדוש דער הייליגע שם שמואל מסאכטשוב זי''ע
וואס היינט נאכט איז דער יומא דהילולא וועל איך פראבירן צו באשרייבן אין קורצן זיין ביוגראפיע עד מקום שידי מגעת בס''ד.

רבי שמואל איז געבוירן געווארן - ד' חשון תרט''ז ביי זיין הייליגע פאטער גאונה ופארה של פולין הגה''ק רבי אברהם בורנשטיין בעל אבני נזר זי''ע מסאכטשוב, וואס ער איז געוועהן א איידעם ביי די הייליגע קאצקער רבי זי''ע, ר' שמואל האט נאך זוכה געוועהן צו זעהן אין זיין אין די שאטן פין זיין זיידע דער הייליגע קאצקער, זיין זיידע דער קאצקער איז נפטר געווארן ווען רבי שמאול איז אלט געוועהן 4 יאהר.
ער האט בעיקר געלערנט ביי זיין טאטע דער אבני נזר, אין מקבל געוועהן פין איהם א געוואלד, אין שפעטער נאך זיין חתונה האט ער אסאך צוגעהאלפן זיין פאטער מיט די ישיבה וואס ער האט אנגעפירט אין סאכטשוב.

בזוו''ר איז ער געוועהן א איידעם ביי הרה''צ ר' ליפמן מרודומסק זצ''ל וואס איז געוועהן א איידעם ביי די הייליגע תפארת שלמה זי''ע
בזוו''ש איז ער געוועהן א איידעם ביי הגאון ר' נתן נטע כהנא שפירא זצ''ל אב''ד קשנויז מח''ס שמן למאור אין אליינס געוועהן א סאכטשובער חסיד

בשנת תר''ע נאך די פטירה פין זיין גרויסע פאטער איז ער נתמנה געווארן פאר ממלא מקום אביו, ווי טויזענטער יודן זענען געפארן צו איהם.

ווי נאר דער ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן איז ער געפארן קיין לאדז ווי ער האט זיך באזעצט דארט ווייל ס'איז געוועהן א גרויסע שטאט, בשנת תרע''ח איז ער אריבער געגאנגען קיין זיעגריש, אין זייער'דיג אין אוטובצק אויף אפרו ביום כ''ד טבת שנת תרפ''ו איז ער נסתלק געווארן, אין מען האט אריבער געפירט צו מקום מנוחת כבוד קדשו פין זיין גרויסע טאטע קיין סאכטשוב צו ליגן לעבן איהם.

זיינע קינדער: [איך ווייס נישט פונקטליך ווער איז פין דער ערשטע זיווג אין ווער פין דער צווייטער]
בנו בכורו וממלא מקומו הרה''ק ר' דוד מסאכטשוב בעל חסדי דוד זצ''ל, נפטר געווארן אין ווארשעווער געטא ביי די מלחמה ח' כסליו תש''ג.
ר' משה בורנשטיין וואס איז געוועהן ליידער אביסל א שוואכער ואכמ''ל.
הרה''ק ר' חנוך העניך בורנשטיין זצ''ל ממלא מקום פין זיין ברידער דער חסדי דוד נאך די מלחמה, ער האט געוואוינט אין די בת וגן געגענט אין ירושלים, ער איז נפטר געווארן בשנת תשכ''ה ומנו''כ בהר המנוחות, (זיין זוהן הרה''צ ר' מנחם שלמה זצ''ל האט איבער גענומען דער אדמורי''ת לבית סאכטשוב, אבער איז ליידער יונג פארשניטן געווארן בשנת תשכ''ט פין א שווערע עקסידענט, אין בשנת תשמ''ז האט מען מכתיר געוועהן בנו בכורו הרה''צ ר' שמואל יצחק שליט''א למ''מ בית אבותיו לבית סאכטשוב זי''ע ער איז א איידעם ביי הגאון ר' אליהו שטערנבוך שליט''א ראב''ד דקהל מחזיקי הדת אנטווערפן)
ר' אברהם בורנשטיין מעיר קוטנא פולין נעקה''ש הי''ד.
ר' נפתלי צבי בורנשטיין הי''ד חתן כ''ק אדמו''ר בעל עקידת יצחק מאלכסנדר זצ''ל הי''ד.
ר' אהרן ישראל בורנשטיין ז''ל חתן כ''ק אדמו''ר ר' יצחק זעליג מסוקולוב זצ''ל, ער איז נפטר געווארן בשנת תשס''א, [ער איז נישט געווען עכט חסידיש, אבער א שומר שבת].
נאך א זוהן מיטן נאמן שמואל וואס איז געבוירן געווארן לאחר פטירת אביו, איך ווייס נישט קיין פרטים מער איבער איהם.

איידעמער:
הג''ר יצחק יהודה טרינק זצ"ל אב''ד קוטנא ונכד הגה''ק בעל ישועות מלכו מקוטנא זצ"ל.
ר' שאול ראפאפורט ז''ל.
אין נאך וואס איך ווייס נישט.

ער איז באוויסט אין דער וועלט מיט זיין בארומטע ספר שם שמואל וואס איז א געוואלדיגע מהלך מחשבה ספר אין א הייליגען ספר, איז שטארק אנגענומען אין דער חסידישע וועלט, אין איז געבויעט א געוואלד מיט יסודות פין זיין פאטער דער אבני נזר אין דער זיידע דער קאצקער רבי, אין פין נאך עטליכע..
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום מיטוואך ינואר 06, 2016 7:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
参考专家

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 04, 2016 11:49 pm

צורת קדשו פין דער שם שמואל מסאכטשוב
צוגעלייגטע
סאכטשוב.PNG
סאכטשוב.PNG (124.36 KiB) געזעהן 3336 מאל
参考专家

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 04, 2016 11:52 pm

מקום מנוחת קדשו פין די אבני נזר אין בנו דער שם שמואל
צוגעלייגטע
מקום מנו''כ בסאכטשוב.PNG
מקום מנו''כ בסאכטשוב.PNG (101.36 KiB) געזעהן 3333 מאל
参考专家

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 05, 2016 2:23 am

יישר כח פאר דעם אשכול.
דא האט איר א הערליכער גליון "אוצרות שם משמואל" וואס איז ארויסגעקומען לכבוד די יארצייט, ס'דא דערינען מדברי תורתו, ומדברי תורה וואס ער ברענגט פון אנדערע צדיקים, און זיינע תולדות.
ווער ס'האט נאר אמאל געלערנט אין זיינע ספרים זעט אז אויסער די טייערע דברי תורה, איז עס געשריבן מיט א געוואלדיגע שיינע און געשמאקע שריפט, וואס כידוע איז ער געווען א געוואלדיגע בעל לשון, טיפע ענינים זענען אזוי שיין אראפגעלייגט און מסודר, וכו'. און צוליב דעם האט זיין הייליגער טאטע דער אבני נזר עם באויפטראגט מיט'ן שרייבן דעם פנים פונעם ספר "אגלי טל", און אזוי שרייבט דער אבני נזר בסוף הקדמת אגלי טל:
"ולטובה יזכר שם בני מהר"ש נ"י שטרח הרבה בסידור הכתבים על מכונם, המוקדם מוקדם, והמאוחר מאוחר. וגם מלאתי את ידו להוציא את כל פסקי הלכות מתוך הפלפול ולעשות את פנים הספר בלשונו כי הוא בעל צחות לשון הקודש. וקמא קמא דתיקן הביא לפני וראיתיו מתאים עם הביאור לא החטיא המטרה. [רק במקומות מועטים שהצרכתי להגיה קצת הלשון לפי הלך רוחי]. והכל מסודר באופן נאות כל הלכה על מכונה ועלי' יסוב הביאר כחפץ לבבי".


פון זיינע ספרים קען מען זיך לערנען וויאזוי מ'דארף אפלערנען א שטיקל דברי תורה פונעם הייליגער קאצקער זי"ע אדער פון זיין טאטע דער אבני נזר, ער נעמט פילע מאל א קורצע טייטש אדער מימרא און ערקלערט די שורש ועמקות הדברים, ס'באקומט אינגאנצן אן אנדערע און טיפערע משמעות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 06, 2016 3:04 pm

ס'איז ידוע אז רבי מיכאל פארשלעגער ז"ל איז געווען א חסיד נלהב פונעם שם משמואל, אין א בריוו צו זיין זון ר' חנוך העניך (מובא במיכאל באחת עמ' קס") שרייבט ער:
וספר הנורא "שם משמואל" כמעט כל אות שבו הוא כוכב מאיר בחכמת התורה, ובכל שבת ויו"ט אני לומד בו, והוא ספר החכמה להלהיב ולהאיר ולהבעיר לב ומוח האדם בתורה ואהבה ויראה ושמחה. ואני בטוב שיפתחו לי דבריהם הקדושים פתח של תשובה.


אין א אנדערע בריוו צום ר' חנוך שרייבט ער שטריכען איבער די ענווה פונעם שם משמואל: ואני בעזה"י הכרתי היטב את אדמו"ר אביו איש אלקים הקדוש ונורא מאוד זצ"ל, אע"פ שהנהיג נשיאותו ברמה, ומקודם בחיי אביו אשר לו דומיה תהלה - עוד יותר, אבל בתוך פנימיות לבו הטהור היה נשבר לרסיסים בענוה יתירה, וזה דרך השלמים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2016 10:45 am

איז פארהאן א בילד פון האדמו"ר ר' חנוך העניך בן החסדי דוד מסוכוטושב?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג ינואר 12, 2016 12:28 pm

מיללער האט געשריבן:איז פארהאן א בילד פון האדמו"ר ר' חנוך העניך בן החסדי דוד מסוכוטושב?

עפעס האב איך
unnamed.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2016 12:38 pm

יישר כח, און פון זיין זון ר' מנחם שלמה?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג ינואר 12, 2016 1:21 pm

מיללער האט געשריבן:יישר כח, און פון זיין זון ר' מנחם שלמה?

Rabi_menachem_shlomo.jpg
page1-440px-האדמו-ר_מרדומסק_מימין_הרב_מנחם_שלמה_בורנשטיין_בשמחתו_חתונה_של_הרב_שלמה_שטנצל.pdf.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2016 1:39 pm

א גרויסן יישר כח

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 12, 2016 2:13 pm

מיללער האט געשריבן:איז פארהאן א בילד פון האדמו"ר ר' חנוך העניך בן החסדי דוד מסוכוטושב?

גענומען פון מיכאל באחת
צוגעלייגטע
רבי-העניך-מסאכאטשוב.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שיף
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 4:27 pm

תגובהדורך שיף » דינסטאג ינואר 12, 2016 4:15 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר כח, און פון זיין זון ר' מנחם שלמה?


היה חתן הגאון ר' דניאל מובשוביץ זצ"ל ששימש אב"ד זורביץ ברוסיא, ורבה של שכונת צלנוב וחבר הרבנות בת"א. נלב"ע י"ח אייר תשל"ד. והוא היה חתן הג"ר שמואל יצחק יפה מת"א, חתנו של בעל ה'בית הלוי'.
בנו מ"מ רבי שמואל יצחק בורנשטיין בבית וגן [ע"ש סבו הגרש"י יפה] הוכתר בתחילה לאדמו"ר מסוכטשוב ראדומסק ולאחר זמן העביר את 'רבנות' ראדומסק לאחיו. שמעתי שהיה גם תקופה שכיהן כ'רוב' ש"ב הרה"צ ר' ראובן זצ"ל שנפטר בקציו"ש לפני כעשור.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אפריל 10, 2016 12:40 am


אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

ספר שם משמואל

תגובהדורך פון_צייט_צו_צייט » זונטאג יולי 17, 2016 12:33 pm

ווייסט איינער צו סגייט נאך ארויסקומען די שם משמואל אין א שיינע דרוק ?
(איך מיין אז סאיז די איינציגסטע (פאפולערע) חסידישע ספר וואס איז נאך נישט געווארען איבערגעדרוקט אין די לעצטע 50 יאר)
לעצט פאראכטן דורך פון_צייט_צו_צייט אום זונטאג יולי 17, 2016 3:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג יולי 17, 2016 7:25 pm

פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:ווייסט איינער צו סגייט נאך ארויסקומען די שם משמואל אין א שיינע דרוק ?
(איך מיין אז סאיז די איינציגסטע (פאפולערע) חסידישע ספר וואס איז נאך נישט געווארען איבערגעדרוקט אין די לעצטע 50 יאר)

איך זעה נישט וואס עס פעלט פאר דעם דרוק.

אפשר ביאורים מיט מפתחות וואלט געהאלפן
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

תגובהדורך פון_צייט_צו_צייט » זונטאג יולי 17, 2016 8:45 pm

טאקע פון דעם רעד איך
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג ינואר 22, 2017 9:20 am

היינט איז די הילולא קדישא זי''ע ועכי''א
参考专家

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » מאנטאג ינואר 23, 2017 9:21 am

שיף האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר כח, און פון זיין זון ר' מנחם שלמה?


היה חתן הגאון ר' דניאל מובשוביץ זצ"ל ששימש אב"ד זורביץ ברוסיא, ורבה של שכונת צלנוב וחבר הרבנות בת"א.

סוכטשוב.jpg

ומענין לענין
צוגעלייגטע
סוכטשוב.jpg

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תיקון טעות

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מיטוואך מאי 09, 2018 1:31 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איז פארהאן א בילד פון האדמו"ר ר' חנוך העניך בן החסדי דוד מסוכוטושב?

עפעס האב איך
unnamed.png

ר' חנוך העניך איז גווען א זון פון דער שם משמואל, און נישט פון דעער חסדי דוד [נאר, מ"מ פון זיין ברודער ה'חסדי דוד' הי"ד].

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » מיטוואך מאי 09, 2018 7:59 pm

סוכטשוב.jpg
סוכטשוב.jpg (37.5 KiB) געזעהן 344 מאל
די אטעטשמענט סוכטשוב.jpg געפינט זיך מער נישט.

ומענין לענין[/quote]

וואס איז דאס?

ברוז
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:49 pm

תגובהדורך ברוז » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:42 pm

.
צוגעלייגטע
1.png
1.png (257.25 KiB) געזעהן 65 מאל

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:00 pm

מ'דארף אויסקלארן

"אחיו וחתנו של הגה"ק מסאכאטשוב" - רבי מאיר איז געווען א ברודער פונעם אבני נזר, און איז אויך געווען זיין איידעם.

(לכאו' געהער דאס אינעם אשכול פון אבני נזר דא)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט