רבי עוזיאל מייזליש בעל תפארת עוזיאל זי"ע - כ"ח כסליו תקמ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

רבי עוזיאל מייזליש בעל תפארת עוזיאל זי"ע - כ"ח כסליו תקמ"ו

תגובהדורך פלייוואד » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 12:21 pm

דאנערשטאכ כ"ח כסליו פאלט דער יארצייט פון הגה"ק רבי עוזיאל מייזליש זי"ע אב"ד אסטראווצא, ריטשוואל, ניישטאדט, ובעל מחבר ספרי תפארת עוזיאל, עץ הדעת טוב, מנורה הטהורה, כרם שלמה, תפארת הצבי, מגדולי תלמידי המגיד ממעזריטש.
גדולת פרישותו וצדקתו איז נודע בשערים און עס איז דא אסאך צו שרייבן. יחוסו ותולדותיו איז אויך גאר א גרויס פעלד וואס פארלאנגט אסאך צייט און ארבייט, דער עולם איז מכובד צו מגיב זיין און אויסצושמועסן.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 12:40 pm

פלייוואד האט געשריבן:דאנערשטאכ כ"ח כסליו פאלט דער יארצייט פון הגה"ק רבי עוזיאל מייזליש זי"ע אב"ד אסטראווצא, ריטשוואל, ניישטאדט, ובעל מחבר ספרי תפארת עוזיאל, עץ הדעת טוב, מנורה הטהורה, כרם שלמה, תפארת הצבי, מגדולי תלמידי המגיד ממעזריטש.
גדולת פרישותו וצדקתו איז נודע בשערים און עס איז דא אסאך צו שרייבן. יחוסו ותולדותיו איז אויך גאר א גרויס פעלד וואס פארלאנגט אסאך צייט און ארבייט, דער עולם איז מכובד צו מגיב זיין און אויסצושמועסן.


עס איז טאקע נודע בשערים פרישותו וצדקותו, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן, ווייל חוץ די געוואלדיגע תוארים וואס צדיקים שרייבן אויף אים, איז נישט באקאנט קיין סאך איבער די תולדות פון דעים צדיק.

איין זאך איז דא אן השערה אז די ערבי נחל איז געווען א תלמיד פון אים, אבער חוץ פון דעים מיין איך איז נישט באקאנט, בכלל איז מיר נישט באקאנט צו ער האט בכלל געפירט א רבי'סטעווע אדער האט זיך מער אפגעגעבן מיט רבנות בחלק הנגלה, ווי די פלאי פלאים'דיגע ספרים אויף נגלה וואס איז דא פון אים, עץ הדעת טוב און מנורה הטהורה און נאך.

אגב, ער ברענגט עטליכע מאל אין זיינע ספרים חידושים אויף ש"ס וואס ער האט געהערט פון הגאון אב"ד זעליכוב וואס דאס איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 12:57 pm

ער דערמאנט אין די הקדמה פון זיין ספר 'עץ הדעת טוב', ווי ער איז געווען ביים גרויסן מגיד זי"ע ציזאמען מיט די אחים הק' הרבי ר' שמעלקא ואחיו ההפלאה, און ציזאמען מיט הה"ק הרבי ר' אלימלך ואחיו הה"ק הרבי ר' זושא

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 2:01 pm

סידיראם האט געשריבן:
פלייוואד האט געשריבן:דאנערשטאכ כ"ח כסליו פאלט דער יארצייט פון הגה"ק רבי עוזיאל מייזליש זי"ע אב"ד אסטראווצא, ריטשוואל, ניישטאדט, ובעל מחבר ספרי תפארת עוזיאל, עץ הדעת טוב, מנורה הטהורה, כרם שלמה, תפארת הצבי, מגדולי תלמידי המגיד ממעזריטש.
גדולת פרישותו וצדקתו איז נודע בשערים און עס איז דא אסאך צו שרייבן. יחוסו ותולדותיו איז אויך גאר א גרויס פעלד וואס פארלאנגט אסאך צייט און ארבייט, דער עולם איז מכובד צו מגיב זיין און אויסצושמועסן.


עס איז טאקע נודע בשערים פרישותו וצדקותו, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן, ווייל חוץ די געוואלדיגע תוארים וואס צדיקים שרייבן אויף אים, איז נישט באקאנט קיין סאך איבער די תולדות פון דעים צדיק.



עס איז אינטערעסאנט וואס הרה"ק דער צאנזער רב זי"ע שרייבט אין זיין הסכמה אויף זיינע ספרים בערך אויף דעם לשון:

"ואיש אלקים נתרבה על כל צדיקי דורו שלפניו בגדולת קדושתו ותורתו"

.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 2:50 pm

דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 2:51 pm

מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

יא, נכדו ר' אשר אלימלך מייזעלס פון וומבס"ג

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 2:51 pm

יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

יא, נכדו ר' אשר אלימלך מייזעלס פון וומבס"ג

געדרוקט, אדער גייט דרוקן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 2:52 pm

מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

יא, נכדו ר' אשר אלימלך מייזעלס פון וומבס"ג

געדרוקט, אדער גייט דרוקן?

עס איז בשלבי עריכה

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 2:53 pm

פריידיגע נייעס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 11:09 pm

מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

דער ספר איז ערשט געדריקט געווארן נאך די מלחמה משא"כ שאר ספריו

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:02 am

dovidal האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

דער ספר איז ערשט געדריקט געווארן נאך די מלחמה משא"כ שאר ספריו

עס איז טאקע "אויך" געדרוקט געווארן נאכן מלחמה, אבער ווי ווייט איך ווייס איז עס שוין געווען געדרוקט פון פארדעם, און ס'איז נישט געווען דעמאלטס דאס ערשטע מאל.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:25 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

דער ספר איז ערשט געדריקט געווארן נאך די מלחמה משא"כ שאר ספריו

עס איז טאקע "אויך" געדרוקט געווארן נאכן מלחמה, אבער ווי ווייט איך ווייס איז עס שוין געווען געדרוקט פון פארדעם, און ס'איז נישט געווען דעמאלטס דאס ערשטע מאל.

אדרבה ניתי ספר ונחזה

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:46 am

דיזע ספר?
צוגעלייגטע
39-37923.jpg

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:52 am

מיסטעריעז האט געשריבן:דיזע ספר?

ניין "זיין ספר על התורה"

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:03 am

יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

יא, נכדו ר' אשר אלימלך מייזעלס פון וומבס"ג

געדרוקט, אדער גייט דרוקן?

עס איז בשלבי עריכה


מיט תולדות המחבר ?

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:50 am

טרעוולער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

יא, נכדו ר' אשר אלימלך מייזעלס פון וומבס"ג

געדרוקט, אדער גייט דרוקן?

עס איז בשלבי עריכה


מיט תולדות המחבר ?


געהערט אז מען ארבייט אויף א שטארקן תולדות, אבער עס איז זייער א שווערע ארבייט, ממש אויף יעדע פרט און יעדע מעשה איז דא פיל מיט ספיקות, אויף אזוי ווייט אז ר' אשר אלימלך אליין איז שוין היינט נישט זיכער צו ער איז אן אייניקל בן אחר בן אדער צו עס איז דא ערגעץ אן איידים אינצווישן.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:53 am

געהערט אז מען ארבייט אויף א שטארקן תולדות, אבער עס איז זייער א שווערע ארבייט, ממש אויף יעדע פרט און יעדע מעשה איז דא פיל מיט ספיקות, אויף אזוי ווייט אז ר' אשר אלימלך אליין איז שוין היינט נישט זיכער צו ער איז אן אייניקל בן אחר בן אדער צו עס איז דא ערגעץ אן איידים אינצווישן.[/quote][/quote]

אן איידעם? ער הייסט דאך מייזעלס, איז ער לכאורה בן אחר בן? רבי עוזיאל האט געהאט אן איידעם מייזעלס?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

טוישן לעצטע נעמען

תגובהדורך טרעוולער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 11:00 am

אסאך אידן פלעגן טוישן דעם לעצטן נאמען אזוי ווי זייער שווער, אדער סתם נעמען, בעיקר צוליב נישט וועלען גיין אין מיליטער, אדער ווייל מ'זאל קענען גרינגער ווערן א בירגער ווייל מ'איז משפחה... וכדו'

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 2:02 pm

סידיראם האט געשריבן:געהערט אז מען ארבייט אויף א שטארקן תולדות, אבער עס איז זייער א שווערע ארבייט, ממש אויף יעדע פרט און יעדע מעשה איז דא פיל מיט ספיקות, אויף אזוי ווייט אז ר' אשר אלימלך אליין איז שוין היינט נישט זיכער צו ער איז אן אייניקל בן אחר בן אדער צו עס איז דא ערגעץ אן איידים אינצווישן.
[/quote]

אן איידעם? ער הייסט דאך מייזעלס, איז ער לכאורה בן אחר בן? רבי עוזיאל האט געהאט אן איידעם מייזעלס?[/quote]
רבי נתן יוסף מייזעלס אבד"ק אבני שלמה פון מאנסי, איז אויך פון די זעלבע משפחה, וויפיל מען האט שוין גע'חקר'נט און געזוכט, פעלט נאך א דור אדער צוויי ביזן תפארת עוזיאל

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 2:27 am

געהערט אמאל אין סקווירא אז דער רבי קאכט זיך שטארק אין דעם ספר תפארת עוזיאל, מסתמא שטאמט דאס נאך פונעם טאוטן
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 2:31 am

סידיראם האט געשריבן:געהערט אמאל אין סקווירא אז דער רבי קאכט זיך שטארק אין דעם ספר תפארת עוזיאל, מסתמא שטאמט דאס נאך פונעם טאוטן

ריכטיג, אין סקווירא זענען דא בלויז (געציילטע?) געקליבענע ספרים פון וועלכע דער רבי פלעגט צו נאכזאגן מימרות על שולחנו הטהור, און איינס פון די איז דער ספה"ק תפארת עוזיאל על התורה.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 2:52 am

פלייוואד האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

יא, נכדו ר' אשר אלימלך מייזעלס פון וומבס"ג

געדרוקט, אדער גייט דרוקן?

עס איז בשלבי עריכה

מיט תולדות המחבר ?


געהערט אז מען ארבייט אויף א שטארקן תולדות, אבער עס איז זייער א שווערע ארבייט, ממש אויף יעדע פרט און יעדע מעשה איז דא פיל מיט ספיקות, אויף אזוי ווייט אז ר' אשר אלימלך אליין איז שוין היינט נישט זיכער צו ער איז אן אייניקל בן אחר בן אדער צו עס איז דא ערגעץ אן איידים אינצווישן


איך האב פונקט געהערט לעצטענס פון אן אייניקל פון ר' דוד מרדכי מייזעלס ע"ה (אן ערשטע קאזין מיט ר' אשר מיילעך'ס טאטן) אז ר' דוד מרדכי פלעגט צו זאגן אז זיין טאטע פלעגט אים זאגן מיט א ברירות אז זיי זענען אייניקלעך בן אחר בן.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 9:32 am

dovidal האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דער ספר תפארת עוזיאל איז א מורא'דיג ספר, שיינע חסיד'ישע רעיונות, דאס איז איינע פון די ספרים וואס איך וויל זען איבערגעדרוקט, ווייסט איינער אויב ס'איז שוין דא אדער אויב מ'ארבעט דערויף?

דער ספר איז ערשט געדריקט געווארן נאך די מלחמה משא"כ שאר ספריו


אין אן הוצאה ארויסגעגעבן דורך נכד המחבר פנחס מרדכי הלוי הוכרמן(שטייט נישט קיין שנת הוצאה) שרייבט ער הספר תפארת עוזיאל וכו' נדפס בפעם הראשונה בשנת תרכ"ב וכו' בשניה בשנת עת"ר ובשלישית בשנת תרפ"ה

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 9:59 am

סידיראם האט געשריבן:
עס איז טאקע נודע בשערים פרישותו וצדקותו, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן, ווייל חוץ די געוואלדיגע תוארים וואס צדיקים שרייבן אויף אים, איז נישט באקאנט קיין סאך איבער די תולדות פון דעים צדיק.

איין זאך איז דא אן השערה אז די ערבי נחל איז געווען א תלמיד פון אים, אבער חוץ פון דעים מיין איך איז נישט באקאנט, בכלל איז מיר נישט באקאנט צו ער האט בכלל געפירט א רבי'סטעווע אדער האט זיך מער אפגעגעבן מיט רבנות בחלק הנגלה, ווי די פלאי פלאים'דיגע ספרים אויף נגלה וואס איז דא פון אים, עץ הדעת טוב און מנורה הטהורה און נאך.

אגב, ער ברענגט עטליכע מאל אין זיינע ספרים חידושים אויף ש"ס וואס ער האט געהערט פון הגאון אב"ד זעליכוב וואס דאס איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע


צום סוף פונעם ספר תפארת עוזיאל שרייבט דער מוציא לאור, אמר המאסף בהתק השני אשר ת"י מ"כ מכבוד חותני הרב הגדול המפורסם וכו' מו"ה צבי הירש זלה"ה מסמייעטיש, אשר קיבל הכתב יד מהרב הגדול הצדיק המפורסם איש אלוהי מו"ה אפרים פישל מסטריקעף, שהיה תלמיד מובהק של אביו הגאון הקדוש המחבר ז"ל ע"כ הצגתיה לבדנה.
שטייט דא אז ר' פישעלע סטריקעווער(רבו של התפארת שלמה) איז געווען זיינס א תלמוד.

ער ברענגט כסדר פון בעש"ט ותלמידיו פון וואס איך זעה יעצט אינעם פי' אויף שיר השירים, הבעש"ט(אגב איז די לשון ששמעתי 'מפי' איש קדוש וטהור רבינו הבעש"ט ז"ל), ששמעתי מפי הקדוש א"א אדמ"ו הגאון המפורסם בדורינו מו"ה דוב בער זלה"ה( דערנאך ברענגט ער פון מגיד,כן קיבלתי ממו"ר הגאון הקדוש המקובל מו"ה דוב בער הכ"מ) שמעתי מפי איש קדוש הג' מו"ה לוי יצחק אב"ד דק"ק זעלחאוו(הרבה פעמים), שמעתי מתלמידי המופלא בתורה וביראה מוהר"ר אהרן(מקארלין?) שמעתי מפי איש קדוש מו"ה מענדל פרעמישליינער, וכן שמעתי מפי איש קדוש המפורסם בחסידות בדורינו מו"ה אלימלך מלוזענסק, כמו ששמעתי מפי איש קדוש ר' אברהם פאדליסקער(מי זה?) וע"ז שמעתי ברך רמז מפי איש קדוש וטהור ר' נחמן קאסובר ז"ל, ששמעתי מהרב הגאון מו"ה פנחס אב"ד דק"ק לעחיויץ(ההפלאה)
לעצט פאראכטן דורך הבוחר בטוב אום דינסטאג דעצמבער 15, 2015 10:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 10:14 am

ס'איז פארהאן אויך אין זיין ספר א הספד וואס ער האט געזאגט אויפן פטירה פון הרה"ק רבי מיכל'ע זלאטשוב'ער זי"ע.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט