רבי נח צבי אולמאן זצ"ל אב"ד אנטווערפען - כ"ג חשון תרע"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי נח צבי אולמאן זצ"ל אב"ד אנטווערפען - כ"ג חשון תרע"ז

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:09 am

הגאון הגדול רבי נח צבי אולמאן זצ"ל איז געווען דער ערשטער אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפען, און מחבר פון נחלת צבי.

ער איז געבוירן געווארן בשנת תרט"ז צו זיין פאטער הרה"ג רבי משה זצ"ל מפעטרא ורו"מ בגראסווארדיין, א זון פון הגה"ק רבי שלמה זלמן אולמאן זצ"ל אב"ד מאקאווא בעל יריעות שלמה.

רבי נח צבי איז געווען א תלמיד פונעם דער כתב סופר זצ"ל און שבט סופר זצ"ל, און אויך פון זיין פעטער המהריא"ץ ממארגערעטן זצ"ל. ער האט געהייראט מיט הרבנית המלומדת מרת חייטשא ע"ה די טאכטער פון הגה"ק רבי חיים סופר זצ"ל בעל מחנה חיים.

אין יאר תרמ"ג איז ער אויפגענומען געווארן אלס ערשטער רב אין די חרדישע קהילה אין אנטווערפען, בעלגיע. ביי די ערשטער וועלטס קריג איז ער אריבער מיט זיין קהילה קיין שווענינגען, האלאנד. זייענדיג דארט איז ער נפטר געווארן ביום כ"ג חשון תרע"ז, אין ליגט אין פיטע, האלאנד.

ער האט איבערגעלאזט 14 קינדער:

הרה"ג ר' מרדכי שלמה אולמאן ז"ל אב"ד בריסל
ר' שלום אולמאן ז"ל
הרה"ג ר' משה נפתלי אולמאן ז"ל מחבר צל העדה והלכה למשה מסיני
ר' חיים אולמאן ז"ל הי"ד
ר' יעקב דוב אולמאן ז"ל הי"ד
הבתולה אסתר ע"ה
הבתולה לאה ע"ה
הבתולה מרים ע"ה
מרת יטל ע"ה אשת ר' יעקב קאפל הכהן שפירא ז"ל מלאנדאן
מרת מלכה שטיינבאק ע"ה
מרת בריינדל ע"ה אשת ר' טובי' אברהם בירגר ז"ל מירושלים
מרת בילא ע"ה אשת ר' יוסף ווייסבארט ז"ל
מרת רבקה ע"ה אשת ר' צבי יהודה בליטץ ז"ל
מרת מלכה ע"ה אשת ר' יוסף קארנפעלד ז"ל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:16 am

1.jpg
IMG_0064%5B1%5D.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:24 am

על הביה"ח בוודאוברידזש ניו זשורסי - חלקת עץ חיים נמצא מצבת בתו מרת מלכה ע"ה, ומצבת בעלה ר' יוסף קארנפעלד ז"ל

(קרעדיט; ר' אשר ל. מכון מורשת חכמי אמעריקא)
DSC_0368.jpg
DSC_0353.jpg

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג דעצמבער 07, 2015 5:43 am

אביסל א נענטערע בילד פון מצבת הרב אולמאן זצ"ל
צוגעלייגטע
1.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג דעצמבער 07, 2015 5:43 am

מצבת אשתו הרבנית מרת חייטשא ע"ה בת המחנה חיים זצ"ל
צוגעלייגטע
2.JPG

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג נובעמבער 12, 2017 5:53 pm

די תולדות אין קונטרס "צל העדה" פון הרה"ג ר' משה נפתלי ז"ל, זוהן פון הגרנ"צ, איז מפליא פלאות. א בעלבתישע איד וואס האט גיענדיגט ש"ס פולע צענדליגע מאל, און נאכדערצו אלע ספרי הפוסקים. ייש"כ.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:38 pm

יציב פתגם האט געשריבן:ער האט איבערגעלאזט 14 קינדער:

הרה"ג ר' מרדכי שלמה אולמאן ז"ל אב"ד בריסל
ר' שלום אולמאן ז"ל
הרה"ג ר' משה נפתלי אולמאן ז"ל מחבר צל העדה והלכה למשה מסיני
ר' חיים אולמאן ז"ל הי"ד
ר' יעקב דוב אולמאן ז"ל הי"ד
הבתולה אסתר ע"ה
הבתולה לאה ע"ה
הבתולה מרים ע"ה
מרת יטל ע"ה אשת ר' יעקב קאפל הכהן שפירא ז"ל מלאנדאן
מרת מלכה שטיינבאק ע"ה
מרת בריינדל ע"ה אשת ר' טובי' אברהם בירגר ז"ל מירושלים
מרת בילא ע"ה אשת ר' יוסף ווייסבארט ז"ל
מרת רבקה ע"ה אשת ר' צבי יהודה בליטץ ז"ל
מרת מלכה ע"ה אשת ר' יוסף קארנפעלד ז"ל

געהאט צוויי מלכה'ס?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט