בלאט 8 פון 8

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 7:13 am
דורך הצעיר באלפי
אבן יקרה האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:מצבת קדשו בביה"ח ענפילד, ענגלאנד

IMG_0074.JPG

מ'האט איהם באגראבן דארטן מיט א תנאי ארויף צו נעמען קיין ארה"ק

מעשה שהי' כך היה. ווען ער איז אוועק כחצות לילה אור לי"א סיון תשמ"ט, האט מען דאס מודיע געוועהן גלייך פארטאגס צום גיסו הרה"ק מויז'ניץ זצוק"ל. און ער האט געפאדערט ארויף ברענגן קיין ארה"ק זאל ער ליגן באוהל זקה"ק וחמיו.
ס'האט זיך געטוהן וועגן דעם אגאנצע צום פרי. די ענגלאנדער'ס מיט נאך שיינע לאנדאנע אידן האבן געפאדערט עלינו יניח צדיק את ראשו, און דער וויז'ניצער רבי האט פראבירט בכל כוחותיו צו ארויף ברענגען.
דער וויז'ניצער רבי האט דעמאלטס צום איינציגסטע מאל אין זיין לעבן, געדאווענט שחרית ערשט ביים חצות, זייענדיג צוקאכט אויף דעם נושא, כמו באנינות [זייענדיג א אמתע קרוב משפחה, ביידע אייניקלעך פון אהבת ישראל].
נאך דערצו בשעת מעשה איז ער געוועהן אויך דעם טאג פון די פטירה פון גיסו באותם ימים מזיוו"ש הגאב"ד בעל מנחת יצחק. נאך שחרית איז מען ארויס צום ריזיגע לוי' אין ירושלים, און נאך פון דארט, פון באלקאן אין ז'ופניק, האט מען נאך געזעהן ווי דער וויז'ניצער רבי איז באשעפטיג אין גאר אן אנדערע זאך. אריין אין ארויס עטליכע מאל. דארט האט מען נאכאלס נישט געוואוסט צו וועט נאך זיין נאך א לוי' אין אר"י אין יענע טאג.
צום סוף, גברה יד הלאנדאנערס, און מ'האט באשלאסן לייגן מיט א תנאי, ביז מ'וועט מכריע זיין. אבער נאכדעם האט שוין קיינער נישט געבעטן ארויס נעמען די ארון.

ס'האט דעמאלטס שטארק בארירט דעם ישועות משה וואס איז געוועהן אינגאנצן צוקאכט פון דעם. ויהי לפלא.

יא יא, גאר באקאנטע עפיסאד !
אבער נאך 2 נקודות,
1.עס איז געווען די ערשטע מאהל אין צעהנדליגע יארען וואס דער ישועות משה זצ"ל האט גערעדט פאר'ן דאווענען !
2. די סיבה פארוואס עס איז עם געגאנגען אין לעבן איז ווייל ער האט געזאגט אז רבי יהודעלע זצ"ל אליינס האט עם געזאגט בפירוש כמה פעמים ער וויל ליגען לעבן די זיידע זי"ע(אהב"י זי"ע).

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 7:28 am
דורך moishy56
שמעתי אז אין קרית ויזניץ ב״ב האט דעמאלס געהאנגען אסאך לעמפלעך און signs לכבוד א שמחה בבית ויזניץ,
און מען האט שנעל אראפגענומען די לעמפלעך און signs, האפענדיג אז די לוויה און קבורה וועט זיין אין א״י.

איז עס אמת?
וועלכע שמחה איז געוועהן דעמאלס בבית ויזניץ?

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 7:47 am
דורך כל מקדש
אבן יקרה האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:מצבת קדשו בביה"ח ענפילד, ענגלאנד

IMG_0074.JPG

מ'האט איהם באגראבן דארטן מיט א תנאי ארויף צו נעמען קיין ארה"ק

מעשה שהי' כך היה. ווען ער איז אוועק כחצות לילה אור לי"א סיון תשמ"ט, האט מען דאס מודיע געוועהן גלייך פארטאגס צום גיסו הרה"ק מויז'ניץ זצוק"ל. און ער האט געפאדערט ארויף ברענגן קיין ארה"ק זאל ער ליגן באוהל זקה"ק וחמיו.
ס'האט זיך געטוהן וועגן דעם אגאנצע צום פרי. די ענגלאנדער'ס מיט נאך שיינע לאנדאנע אידן האבן געפאדערט עלינו יניח צדיק את ראשו, און דער וויז'ניצער רבי האט פראבירט בכל כוחותיו צו ארויף ברענגען.
דער וויז'ניצער רבי האט דעמאלטס צום איינציגסטע מאל אין זיין לעבן, געדאווענט שחרית ערשט ביים חצות, זייענדיג צוקאכט אויף דעם נושא, כמו באנינות [זייענדיג א אמתע קרוב משפחה, ביידע אייניקלעך פון אהבת ישראל].
נאך דערצו בשעת מעשה איז ער געוועהן אויך דעם טאג פון די פטירה פון גיסו באותם ימים מזיוו"ש הגאב"ד בעל מנחת יצחק. נאך שחרית איז מען ארויס צום ריזיגע לוי' אין ירושלים, און נאך פון דארט, פון באלקאן אין ז'ופניק, האט מען נאך געזעהן ווי דער וויז'ניצער רבי איז באשעפטיג אין גאר אן אנדערע זאך. אריין אין ארויס עטליכע מאל. דארט האט מען נאכאלס נישט געוואוסט צו וועט נאך זיין נאך א לוי' אין אר"י אין יענע טאג.
צום סוף, גברה יד הלאנדאנערס, און מ'האט באשלאסן לייגן מיט א תנאי, ביז מ'וועט מכריע זיין. אבער נאכדעם האט שוין קיינער נישט געבעטן ארויס נעמען די ארון.

ס'האט דעמאלטס שטארק בארירט דעם ישועות משה וואס איז געוועהן אינגאנצן צוקאכט פון דעם. ויהי לפלא.

פעלט א חלק פין די מעשה
הרה"ק ר" משה ארי פריינד וואס איז יענע טאג געווארן גאב"ד ירושלים איז אויך געקימען מיט א טענה
אז ער ר" משה ארי האט א חלקה אין הר הזיתים אין ר" יודעלע
וואס איז געווען א חסיד פין ר" משה ארי האט זיך געקויפט לעבען דעם א חלקה מען האט דאס נאך געקיקט מיט חברה קדושה אין עס האט געשטימט למעשה האט רב פאדווא געריפען רמ"א פריינד אין געזאגט מזל טוב פאר די נייע רבנות אבער דא בין איך רב אין איך זאג אז דא גייט מען אים לייגען

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 10:56 am
דורך אבן יקרה
הצעיר באלפי האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:מצבת קדשו בביה"ח ענפילד, ענגלאנד

IMG_0074.JPG

מ'האט איהם באגראבן דארטן מיט א תנאי ארויף צו נעמען קיין ארה"ק

מעשה שהי' כך היה. ווען ער איז אוועק כחצות לילה אור לי"א סיון תשמ"ט, האט מען דאס מודיע געוועהן גלייך פארטאגס צום גיסו הרה"ק מויז'ניץ זצוק"ל. און ער האט געפאדערט ארויף ברענגן קיין ארה"ק זאל ער ליגן באוהל זקה"ק וחמיו.
ס'האט זיך געטוהן וועגן דעם אגאנצע צום פרי. די ענגלאנדער'ס מיט נאך שיינע לאנדאנע אידן האבן געפאדערט עלינו יניח צדיק את ראשו, און דער וויז'ניצער רבי האט פראבירט בכל כוחותיו צו ארויף ברענגען.
דער וויז'ניצער רבי האט דעמאלטס צום איינציגסטע מאל אין זיין לעבן, געדאווענט שחרית ערשט ביים חצות, זייענדיג צוקאכט אויף דעם נושא, כמו באנינות [זייענדיג א אמתע קרוב משפחה, ביידע אייניקלעך פון אהבת ישראל].
נאך דערצו בשעת מעשה איז ער געוועהן אויך דעם טאג פון די פטירה פון גיסו באותם ימים מזיוו"ש הגאב"ד בעל מנחת יצחק. נאך שחרית איז מען ארויס צום ריזיגע לוי' אין ירושלים, און נאך פון דארט, פון באלקאן אין ז'ופניק, האט מען נאך געזעהן ווי דער וויז'ניצער רבי איז באשעפטיג אין גאר אן אנדערע זאך. אריין אין ארויס עטליכע מאל. דארט האט מען נאכאלס נישט געוואוסט צו וועט נאך זיין נאך א לוי' אין אר"י אין יענע טאג.
צום סוף, גברה יד הלאנדאנערס, און מ'האט באשלאסן לייגן מיט א תנאי, ביז מ'וועט מכריע זיין. אבער נאכדעם האט שוין קיינער נישט געבעטן ארויס נעמען די ארון.

ס'האט דעמאלטס שטארק בארירט דעם ישועות משה וואס איז געוועהן אינגאנצן צוקאכט פון דעם. ויהי לפלא.

יא יא, גאר באקאנטע עפיסאד !
אבער נאך 2 נקודות,
1.עס איז געווען די ערשטע מאהל אין צעהנדליגע יארען וואס דער ישועות משה זצ"ל האט גערעדט פאר'ן דאווענען !
2. די סיבה פארוואס עס איז עם געגאנגען אין לעבן איז ווייל ער האט געזאגט אז רבי יהודעלע זצ"ל אליינס האט עם געזאגט בפירוש כמה פעמים ער וויל ליגען לעבן די זיידע זי"ע(אהב"י זי"ע).

1. אמת. אין ביי די וויז'ניצע חסידים איז דאס געוועהן אפילו א גרעסערע חידוש וואו דאס אז דער ישועות משה האט געדאוונט נישט ביים צייט. טראץ דעם, וואס זיין הקפדה אויף זמנים איז געוועהן למעלה להפליא, אבער די גרעסערע חידוש איז געוועהן דאס צו שמועסן פאר'ן דאווענען. דאכט זיך מיר, אז מ'האט געזאגט אז ער האט געטוהן התרת נדרים וועגן דעם.
2. ווי נישט ווי, די מסירו"נ אויף דעם, אין די קאכעניש און צורידעקייט, איז געוועהן ממש להפליא, שלא כדרכו ממש. בפרט שעבר מה שעבר ואכמ"ל.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 10:57 am
דורך אבן יקרה
moishy56 האט געשריבן:שמעתי אז אין קרית ויזניץ ב״ב האט דעמאלס געהאנגען אסאך לעמפלעך און signs לכבוד א שמחה בבית ויזניץ,
און מען האט שנעל אראפגענומען די לעמפלעך און signs, האפענדיג אז די לוויה און קבורה וועט זיין אין א״י.

איז עס אמת?
וועלכע שמחה איז געוועהן דעמאלס בבית ויזניץ?

יא. ס'איז אמת.

דאכט זיך מיר די חתונה פון הרב ישראל ארנסטר נכד הישועו"מ, מיט בת כ"ק אדמו"ר רשנ"נ מלעלוב זצ"ל

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 3:15 pm
דורך אץ קוצץ
אבן יקרה האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:מצבת קדשו בביה"ח ענפילד, ענגלאנד

IMG_0074.JPG

מ'האט איהם באגראבן דארטן מיט א תנאי ארויף צו נעמען קיין ארה"ק

מעשה שהי' כך היה. ווען ער איז אוועק כחצות לילה אור לי"א סיון תשמ"ט, האט מען דאס מודיע געוועהן גלייך פארטאגס צום גיסו הרה"ק מויז'ניץ זצוק"ל. און ער האט געפאדערט ארויף ברענגן קיין ארה"ק זאל ער ליגן באוהל זקה"ק וחמיו.
ס'האט זיך געטוהן וועגן דעם אגאנצע צום פרי. די ענגלאנדער'ס מיט נאך שיינע לאנדאנע אידן האבן געפאדערט עלינו יניח צדיק את ראשו, און דער וויז'ניצער רבי האט פראבירט בכל כוחותיו צו ארויף ברענגען.
דער וויז'ניצער רבי האט דעמאלטס צום איינציגסטע מאל אין זיין לעבן, געדאווענט שחרית ערשט ביים חצות, זייענדיג צוקאכט אויף דעם נושא, כמו באנינות [זייענדיג א אמתע קרוב משפחה, ביידע אייניקלעך פון אהבת ישראל].
נאך דערצו בשעת מעשה איז ער געוועהן אויך דעם טאג פון די פטירה פון גיסו באותם ימים מזיוו"ש הגאב"ד בעל מנחת יצחק. נאך שחרית איז מען ארויס צום ריזיגע לוי' אין ירושלים, און נאך פון דארט, פון באלקאן אין ז'ופניק, האט מען נאך געזעהן ווי דער וויז'ניצער רבי איז באשעפטיג אין גאר אן אנדערע זאך. אריין אין ארויס עטליכע מאל. דארט האט מען נאכאלס נישט געוואוסט צו וועט נאך זיין נאך א לוי' אין אר"י אין יענע טאג.
צום סוף, גברה יד הלאנדאנערס, און מ'האט באשלאסן לייגן מיט א תנאי, ביז מ'וועט מכריע זיין. אבער נאכדעם האט שוין קיינער נישט געבעטן ארויס נעמען די ארון.

ס'האט דעמאלטס שטארק בארירט דעם ישועות משה וואס איז געוועהן אינגאנצן צוקאכט פון דעם. ויהי לפלא.

יא יא, גאר באקאנטע עפיסאד !
אבער נאך 2 נקודות,
1.עס איז געווען די ערשטע מאהל אין צעהנדליגע יארען וואס דער ישועות משה זצ"ל האט גערעדט פאר'ן דאווענען !
2. די סיבה פארוואס עס איז עם געגאנגען אין לעבן איז ווייל ער האט געזאגט אז רבי יהודעלע זצ"ל אליינס האט עם געזאגט בפירוש כמה פעמים ער וויל ליגען לעבן די זיידע זי"ע(אהב"י זי"ע).

1. אמת. אין ביי די וויז'ניצע חסידים איז דאס געוועהן אפילו א גרעסערע חידוש וואו דאס אז דער ישועות משה האט געדאוונט נישט ביים צייט. טראץ דעם, וואס זיין הקפדה אויף זמנים איז געוועהן למעלה להפליא, אבער די גרעסערע חידוש איז געוועהן דאס צו שמועסן פאר'ן דאווענען. דאכט זיך מיר, אז מ'האט געזאגט אז ער האט געטוהן התרת נדרים וועגן דעם.
2. ווי נישט ווי, די מסירו"נ אויף דעם, אין די קאכעניש און צורידעקייט, איז געוועהן ממש להפליא, שלא כדרכו ממש. בפרט שעבר מה שעבר ואכמ"ל.

שרייבען אויף אייועלט 'שיינע לאנדענע יודען', אפילו מיטען גרויסען עזות וואס ליגט אין די ווערטער, קען נישט משנה זיין די מציאות הדברים.

פארן יונגע דור, וואס ליינט דא תמימות'דיג: מען האט קובר געווען ר' יודא'לע אין לונדון, על פי הוראות קדשו, פינעם וויזשניצ'ע רבי, רבי מאטעלע זצ"ל , והדברים ידועים לכל !

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 4:03 pm
דורך הצעיר באלפי
אץ קוצץ האט געשריבן:

נישט עפ"י הוראתו ממש ! נאר בעידודו המלאה !
די לאנדענע יודען אין די משמשים זיינע האבען אזוי געוואלט, נאר זיי האבען געדארפט איינער א גדול אויף זייער זייט וואס איז לא חת מפני איש ! אנטקעגען די ישועות משה אין רבי משה ארי' זצוק"ל, והיות אז די בעל תורת מרדכי זצוק"ל האט נישט געהאלטען פין ארויפברענגען קיין אר"י האט ער זיך געשטעלט אויף זייער זייט.
בדרך אגב האבען די צוויי ברידער'ס (ישועו''מ ותור"מ) גערעדט דורכען טלפון, הגם עס איז געווען אנגעצויגענע צייטען ציווישען זיי ביידע כידוע.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 4:34 pm
דורך אבן יקרה
רבי יודאל'ע איז נישט געוועהן קיין לאנדאנער, נאר געוויילט דארטן לרפואת הגוה"נ.
רבי יודאל'ע איז געוועהן דבוק כל ימיו בנפשו פון גרויסן זיידן דער אהבת ישראל.

ס'איז געוועהן א דבר המתבקש מאליו, נאך אפגערעד אז ס'איז געוועהן רצון קדשו המפורשת, זאל ער אנקומען למנוחת עולם ביי איהם אין אוהל קדשו.

ס'איז סוד פאר גאנץ בראד אז די לאנדאנע אידן האבן עס געוואלט ליגן ביי זיי, ווייל זיי האבן איהם געלאזט קאסטן שווערע געלטער צו מכלכל שיבתו בשנות חייו האחרונות. אבער זאגן אז ס'איז געוועהן הוראת קדשו פונעם רבי מאטעלע, איז היבש חוטא לאמת. די הכרעה בפועל לייגנדיג צייטווייליג אין לאנדאן איז געוועהן ר' העניך'ס הוראה. למעשה שפעטער האט שוין קיינער נישט געבעטן ארויף ברענגען.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 5:37 pm
דורך מומחה יוחס
איך וויל נישט פארקריכן פין די נושא, אבער עס איז זייער אינטערסאנט אז ר' העניך- די לאנדאנער רב זצ"ל - אליינס ליגט יא אין אר"י....

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 5:48 pm
דורך אכטונג אכטונג
רבי העניך פאדווא האט דעמאלטס געזאגט אז ער האט נישט קיין נגיעה אז ער וויל ליגן אין בית עולם מיט רבי יודעלע ווייל ער האט שוין א חלקה אין הר המנוחות אין ער האט געוויזן די שטר קנין.

אין אהל פונעם אהבת ישראל האט מען שוין אויפגעגראבן א חלקה פאר רבי יודעלע, אין נאכן קבורה אין לונדון האט מען עס פארשטאפט. יארן לאנג איז עס געווען ליידיג...

רבי מנחם מונדרער זי''ע ווען ער האט געהערט לעבן ווי מהאט אויף געגראבן די חלקה פאר רבי יודעלע האט גלייך געזאגט פאר די אנדערער מקורבים אין ירושלים אז רבי יודעלע וועט שוין נישט ארויפגעברנגט ווערן. וד''ל.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 5:54 pm
דורך אונגארישע הייזער
אבן יקרה האט געשריבן:רבי יודאל'ע איז נישט געוועהן קיין לאנדאנער, נאר געוויילט דארטן לרפואת הגוה"נ.
רבי יודאל'ע איז געוועהן דבוק כל ימיו בנפשו פון גרויסן זיידן דער אהבת ישראל.

ס'איז געוועהן א דבר המתבקש מאליו, נאך אפגערעד אז ס'איז געוועהן רצון קדשו המפורשת, זאל ער אנקומען למנוחת עולם ביי איהם אין אוהל קדשו.

ס'איז סוד פאר גאנץ בראד אז די לאנדאנע אידן האבן עס געוואלט ליגן ביי זיי, ווייל זיי האבן איהם געלאזט קאסטן שווערע געלטער צו מכלכל שיבתו בשנות חייו האחרונות. אבער זאגן אז ס'איז געוועהן הוראת קדשו פונעם רבי מאטעלע, איז היבש חוטא לאמת. די הכרעה בפועל לייגנדיג צייטווייליג אין לאנדאן איז געוועהן ר' העניך'ס הוראה. למעשה שפעטער האט שוין קיינער נישט געבעטן ארויף ברענגען.

שוין, ס"ה די זעלבע מעשיות און טענה'עריי ווי ביי הרה"ק רבי יחזקאל'ע מערץ זצ"ל צווישן סקווירא און סאטמאר, און דאכט זיך אז דארט האט מען אויך באגראבן מתחילה על תנאי.
האבעך נאר איין עצה פאר די א"י'דיגע וויזשניצע, זיי קענען בלאזן און מאכן מעשיות פון געשטארבענע קינדער וכו', אזוי ווי די סקווירא'ער.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 6:03 pm
דורך אץ קוצץ
אכטונג אכטונג האט געשריבן:רבי העניך פאדווא האט דעמאלטס געזאגט אז ער האט נישט קיין נגיעה אז ער וויל ליגן אין בית עולם מיט רבי יודעלע ווייל ער האט שוין א חלקה אין הר המנוחות אין ער האט געוויזן די שטר קנין.

אין אהל פונעם אהבת ישראל האט מען שוין אויפגעגראבן א חלקה פאר רבי יודעלע, אין נאכן קבורה אין לונדון האט מען עס פארשטאפט. יארן לאנג איז עס געווען ליידיג...

רבי מנחם מונדרער זי''ע ווען ער האט געהערט לעבן ווי מהאט אויף געגראבן די חלקה פאר רבי יודעלע האט גלייך געזאגט פאר די אנדערער מקורבים אין ירושלים אז רבי יודעלע וועט שוין נישט ארויפגעברנגט ווערן. וד''ל.

קודם איז עס געווען לאנדאנע שיינע יודען, יעצט האלט ער שוין ביי א הוראה פין רבי העניך.... , ער קימט שוין א שטיקעל וועג...

מאכט כאילו עס איז דא ספיקות, בשעת די אלע יודען וואס האבען עוסק געווען דערין זענען מיט אינז ברוך השם עד מאה ועשרים שנה, אין יעדער יונגעל קען זיי פרעגען.

אפשר דא ארויפלייגען ר' שלמה טויסיג אין ר' פנחס ענגלענדער טלפון נאמבערס !

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 7:25 pm
דורך צו געזונט
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:רבי יודאל'ע איז נישט געוועהן קיין לאנדאנער, נאר געוויילט דארטן לרפואת הגוה"נ.
רבי יודאל'ע איז געוועהן דבוק כל ימיו בנפשו פון גרויסן זיידן דער אהבת ישראל.

ס'איז געוועהן א דבר המתבקש מאליו, נאך אפגערעד אז ס'איז געוועהן רצון קדשו המפורשת, זאל ער אנקומען למנוחת עולם ביי איהם אין אוהל קדשו.

ס'איז סוד פאר גאנץ בראד אז די לאנדאנע אידן האבן עס געוואלט ליגן ביי זיי, ווייל זיי האבן איהם געלאזט קאסטן שווערע געלטער צו מכלכל שיבתו בשנות חייו האחרונות. אבער זאגן אז ס'איז געוועהן הוראת קדשו פונעם רבי מאטעלע, איז היבש חוטא לאמת. די הכרעה בפועל לייגנדיג צייטווייליג אין לאנדאן איז געוועהן ר' העניך'ס הוראה. למעשה שפעטער האט שוין קיינער נישט געבעטן ארויף ברענגען.

שוין, ס"ה די זעלבע מעשיות און טענה'עריי ווי ביי הרה"ק רבי יחזקאל'ע מערץ זצ"ל צווישן סקווירא און סאטמאר, און דאכט זיך אז דארט האט מען אויך באגראבן מתחילה על תנאי.
האבעך נאר איין עצה פאר די א"י'דיגע וויזשניצע, זיי קענען בלאזן און מאכן מעשיות פון געשטארבענע קינדער וכו', אזוי ווי די סקווירא'ער.

ר' ברוך'ס אייניקל האט מיר דאס געזאגט. טראץ וואס ער האט געזאגט זיין דעה און מען האט געפיפען אויף אים. מיט דעם אלעם האט מען אים געשטראפט דורך זיין אייניקל

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 11:35 pm
דורך שאראש-פאטאק
קען אפשר איינער וואס האט מיט געהאלטין די באזוך פון הרה"ק מהר"י מפשעווארסק זללה"ה וואס מען האט געשמוסט עפעס א מעשה איז פארגעקומען אויב איינער האט פרטים מזכה צו זיין די עולם

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 2:11 am
דורך אבן יקרה
אץ קוצץ האט געשריבן:
אכטונג אכטונג האט געשריבן:רבי העניך פאדווא האט דעמאלטס געזאגט אז ער האט נישט קיין נגיעה אז ער וויל ליגן אין בית עולם מיט רבי יודעלע ווייל ער האט שוין א חלקה אין הר המנוחות אין ער האט געוויזן די שטר קנין.

אין אהל פונעם אהבת ישראל האט מען שוין אויפגעגראבן א חלקה פאר רבי יודעלע, אין נאכן קבורה אין לונדון האט מען עס פארשטאפט. יארן לאנג איז עס געווען ליידיג...

רבי מנחם מונדרער זי''ע ווען ער האט געהערט לעבן ווי מהאט אויף געגראבן די חלקה פאר רבי יודעלע האט גלייך געזאגט פאר די אנדערער מקורבים אין ירושלים אז רבי יודעלע וועט שוין נישט ארויפגעברנגט ווערן. וד''ל.

קודם איז עס געווען לאנדאנע שיינע יודען, יעצט האלט ער שוין ביי א הוראה פין רבי העניך.... , ער קימט שוין א שטיקעל וועג...

מאכט כאילו עס איז דא ספיקות, בשעת די אלע יודען וואס האבען עוסק געווען דערין זענען מיט אינז ברוך השם עד מאה ועשרים שנה, אין יעדער יונגעל קען זיי פרעגען.

אפשר דא ארויפלייגען ר' שלמה טויסיג אין ר' פנחס ענגלענדער טלפון נאמבערס !

איך מיין די האסט א פראבלעם אין הבנה.

די וואס האבן געפאדערט לייגן אין לאנדאן, אנקעגן די פארלאנג פון וויז'ניצער רבי און דער ניי געקרוינטע ירושלימער רב (כ"א במקומו) און נאך פילע פון גדו"י און תלמידי ר' יודאל'ע, זענען געוועהן די אפאר שיינע לאנדאנע אידן כבודם במקומם מונח, און נישט קיין אנדערע גדול בישראל.
נאך זייערע פארלאנג, האבן זיי געגאנגען נעמען סייעתא פון דער מאנסי וויזניצער רבי וואס מטעם אחר האט געהאלטן אייביג נישט טראגן נפטרים.
ערשט נאך א גאנצע טאג פון דינגערייען, האט ר' העניך דער מד"א מכריע געוועהן בבחינת שוא"ת אויף א צייטווייליגע צייט כדי נישט לאזן בביזיון ליגנדיג אזוי.

ס'איז נוגע לענייננו תשובת החת"ס אויף ר' מרדכי באנעט'ס קבורה, ח"ו סי' לז

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 2:03 am
דורך הבעש''ט
פון ספר 'זכר צדיק לברכה'.

img20190621_01445674.png
img20190621_01445674.png (647.4 KiB) געזעהן 1148 מאל

img20190621_01472984.png
img20190621_01472984.png (664.49 KiB) געזעהן 1148 מאל

img20190621_01494522.png
img20190621_01494522.png (682.17 KiB) געזעהן 1148 מאל

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 2:04 am
דורך הבעש''ט
img20190621_01514391.png
img20190621_01514391.png (645.31 KiB) געזעהן 1148 מאל

img20190621_01533522.png
img20190621_01533522.png (559.58 KiB) געזעהן 1148 מאל

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 2:25 pm
דורך דרךהמלך
אבן יקרה האט געשריבן:
אץ קוצץ האט געשריבן:
אכטונג אכטונג האט געשריבן:רבי העניך פאדווא האט דעמאלטס געזאגט אז ער האט נישט קיין נגיעה אז ער וויל ליגן אין בית עולם מיט רבי יודעלע ווייל ער האט שוין א חלקה אין הר המנוחות אין ער האט געוויזן די שטר קנין.

אין אהל פונעם אהבת ישראל האט מען שוין אויפגעגראבן א חלקה פאר רבי יודעלע, אין נאכן קבורה אין לונדון האט מען עס פארשטאפט. יארן לאנג איז עס געווען ליידיג...

רבי מנחם מונדרער זי''ע ווען ער האט געהערט לעבן ווי מהאט אויף געגראבן די חלקה פאר רבי יודעלע האט גלייך געזאגט פאר די אנדערער מקורבים אין ירושלים אז רבי יודעלע וועט שוין נישט ארויפגעברנגט ווערן. וד''ל.

קודם איז עס געווען לאנדאנע שיינע יודען, יעצט האלט ער שוין ביי א הוראה פין רבי העניך.... , ער קימט שוין א שטיקעל וועג...

מאכט כאילו עס איז דא ספיקות, בשעת די אלע יודען וואס האבען עוסק געווען דערין זענען מיט אינז ברוך השם עד מאה ועשרים שנה, אין יעדער יונגעל קען זיי פרעגען.

אפשר דא ארויפלייגען ר' שלמה טויסיג אין ר' פנחס ענגלענדער טלפון נאמבערס !

איך מיין די האסט א פראבלעם אין הבנה.

די וואס האבן געפאדערט לייגן אין לאנדאן, אנקעגן די פארלאנג פון וויז'ניצער רבי און דער ניי געקרוינטע ירושלימער רב (כ"א במקומו) און נאך פילע פון גדו"י און תלמידי ר' יודאל'ע, זענען געוועהן די אפאר שיינע לאנדאנע אידן כבודם במקומם מונח, און נישט קיין אנדערע גדול בישראל.
נאך זייערע פארלאנג, האבן זיי געגאנגען נעמען סייעתא פון דער מאנסי וויזניצער רבי וואס מטעם אחר האט געהאלטן אייביג נישט טראגן נפטרים.
ערשט נאך א גאנצע טאג פון דינגערייען, האט ר' העניך דער מד"א מכריע געוועהן בבחינת שוא"ת אויף א צייטווייליגע צייט כדי נישט לאזן בביזיון ליגנדיג אזוי.

ס'איז נוגע לענייננו תשובת החת"ס אויף ר' מרדכי באנעט'ס קבורה, ח"ו סי' לז

ס'פעלט דיר אין ידיעה, אפאר מחוצפים האבן געזאגט פאר'ן חשב האפוד מ'האט באגראבן על תנאי, און ער האט געזאגט דא בין איך רב, איך האב נישט קיין נגיעה, און דא גייט ער ליגן
די ענגלענדערס האבן יא געוואלט אז ער זאל ליגן אין ארץ ישראל