רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל ר"מ מתיבתא קר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:42 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

ער איז אריינגעקומען צו זיין מאמע ע"ה (און לכאורה איז ער שוין טאקע נישט פאראיאר אויך נישט אריינגעקומען.) היי יאר איז ער שוין געווען אין שפיטאל נאך איידער ראש השנה.


ער האט אוודאי אינזין געהאט זיין מאמע אויך, אבער געקומען איז ער צו מהר״א, והא ראי׳ ער איז נישט געקומען צו זיין מאמע אויף שבועות, און ער איז יא דא געווען פאריאר, איך האב אים געזען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:43 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

ער איז אריינגעקומען צו זיין מאמע ע"ה (און לכאורה איז ער שוין טאקע נישט פאראיאר אויך נישט אריינגעקומען.) היי יאר איז ער שוין געווען אין שפיטאל נאך איידער ראש השנה.


ער האט אוודאי אינזין געהאט זיין מאמע אויך, אבער געקומען איז ער צו מהר״א, והא ראי׳ ער איז נישט געקומען צו זיין מאמע אויף שבועות, און ער איז יא דא געווען פאריאר, איך האב אים געזען


אריין אין בעיבישע שמועסן אשכול

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:45 pm

kyshtiper האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

ער איז אריינגעקומען צו זיין מאמע ע"ה (און לכאורה איז ער שוין טאקע נישט פאראיאר אויך נישט אריינגעקומען.) היי יאר איז ער שוין געווען אין שפיטאל נאך איידער ראש השנה.

נ'אז מען רעדט שוין האב איך קיינעם נישט געזעהן דא דערמאנען, אז ער איז געווען פון די זיבן ערשטע סאטמארער תלמידים מיט וועמען דער רבי ז"ל האט געגרינדעט די ישיבה. די ישיבה איז געווען - דאכציך - דער ערשטער אין קייט פון די סאטמארער מוסדות אין אמעריקע וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די תלמוד תורה און די בית רחל.

זיין געהויבענע כאראקטער און לעבנסשטייגער אינאיינעם מיט דאס זיין פון די ערשטע זיבן תלמידים, געבט אים ריכטיג דעם טיטל (וואס מען האט כמה פעמים דערמאנט ביי די לוי') "דער קרוין פון רבי'ןס תלמידים".

הוא היה אומר: וואס איז די חילוק צווישן א איד און א גוי? א גוי איז ווערד א דאלער פופציג... - די הויזן קאסטן אים ניין און ניינציג סענט, און דאס העמד פופציג סענט. משא"כ א איד איז ווערט עטליכע הונדערט דאלער, גייענדיג מיט געהעריגע מלבושים, א טלית קטן, א הוט וכו'.

מי יתן לנו תמורתו.

און יבלחט"א זיינע ברידערס הרב יוסף לייב & הרב בעריש זענען געווען פון די ערשטע תלמידים אין די תלמוד תורה

ר׳ יוסף לייב איז איז שוין געווען א בחור ווען זיי זענען אנגעקומען, דעריבער איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים אין ישיבה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:49 pm

היסטאריקער האט געשריבן:אביסל היסטארי
ער איז געווען פון די ״שווארצע״ (לשבחו) געווען דערווייטערט פון סאטמאר אפאר יאר, געווארן ר״י אין קראסנא ביז רבינו הב״מ זצ״ל האט געפענט די סיגעטע ישיבה און אים אויפגענומען אלס ר״מ מיטשלעפענדיג כמעט גאנץ קראסנא, ווען סיגעט בנשיאת...... האט זיך צוגעשפארט, איז ער געווארן א מגי״ש אין קר״י
בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

איך האב געהערט אז די מעשה איז מיט קראסנא איז געווען פונקט פארקערט.
משום איזה סיבה איז ער ארויס פון קראסנא, דער ברך משה האט דא געטראפן אז גוטע געלעגנהייט צוריק צו עפענען די סיגוטע ישיבה (וואס איז געווען פארמאכט נאך א תקופה), האט ער אריינגענומען ר׳ מרדכי דוד וואס האט אטאמאטיש אריבערגעברענגט די בחורים פון קראסנא קיין סיגוט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:52 pm

אלף בית האט געשריבן:און יבלחט"א זיינע ברידערס הרב יוסף לייב & הרב בעריש זענען געווען פון די ערשטע תלמידים אין די תלמוד תורה
ר׳ יוסף לייב איז איז שוין געווען א בחור ווען זיי זענען אנגעקומען, דעריבער איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים אין ישיבה.


אויך געדענקט אזוי, אז די ישיבה איז באשטאנען פון זיבן בחורים, צוויי קאהנ'ס, צוויי גאלדבערגער'ס, (לכאורה רבי ישראל זז"ג ואחיו רב אלעזר?) און דריי אנדערע.

--
איינער אויף אייוועלט דא שרייבט זיך אונטער מיט א גוט ווערטל פון רבי מרדכי דוד (דענק איך נישט יעצט ווער): א מענטש איז נאר א מענטש, און צומאל דאס אויך נישט...

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 5:57 pm

בד"ה, אסאך נהנה געווען פון דעם ת"ח, וויאזוי ער פלעגט צולייגן א שטיקל גמרא תוס' מיט אזא געשמאק אז ס'איז צורינען אין די ביינער.
פלענט אויפשטיין גאר פרי בערך 2 אזייגער, געדענק איך אים גיין אויף חתונות אפגעבן מז"ט ווען ער איז שוין אויפגעשטאנען לעבודת הבורא.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 8:19 pm

מי יודע האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל כקרוביו, ובפרט תלמודיו שזכו לשתות מבארו.

געווען דער ערשטער אין ביהמ"ד שוין בערך 1 אזייגער פארטאגס. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה, גארנישט געדארפט נאר תורה תורה תורה.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו

יא איך האב טאקע געזעהן ווי ער האט ביי די צוויי לעצטע רבישע חתונות געכאפט א מקוה און געזאגט ברכת התורה, און זיך ארויף געשטיפט אויף די ברענטשעס צו זעהן ווי אזוי די רבי טאנצט מצוה טאנץ.


א באזונדערע קאפיטל קען מען שרייבן פון זיין התבטלות צום ר"י אדמו"ר מהר"א וואס איז אים געווען א ידיד נפש יבדלחט"א פאר לאנגע יארן.

דאכט זיך ער איז געווען א מגי"ש אין די סיגעטער ישיבה אין די סוף ל' יארן, ס'ליגט מיר אין קאפ עפעס א עד אין 'דער איד' פון תשל"ט ווי מ'מעלדט פון ישיבה עצי חיים סיגעט אז האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז דער מנהל צו ראש ישיבה, און מיר האבן אויך אויפגענומען א חשובער מגי"ש ר' מרדכי דוד קאהן, עפעס אזוי, קען אפילו זיין ס'איז דא א קאפי דערפון דא אויפן וועלטל ערגעץ


ערהאלטן פון א ידיד ותשוח"ח לו
צוגעלייגטע
ר' מרדכי דוד קאהן (529x800).jpg
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מאניש בנבנשתי
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:01 pm

בד''ה
ווי האט מען אים געלייגט? איך מיין צו פרעגן וועלעכע פלאץ נישט וועלעכע ביה''ח.
המגיד מקיטוב

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תגובהדורך חזרה » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:11 pm

די רבי ביי זיין הספד האט טאקע שטארק באוויינט די געוואלדיגע ידידות צווישן דעם נפטר און דעם טאטן ז"ל

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:53 pm

חזרה האט געשריבן:די רבי ביי זיין הספד האט טאקע שטארק באוויינט די געוואלדיגע ידידות צווישן דעם נפטר און דעם טאטן ז"ל


ער האט באוויינט אז זיי זענען געווען בידידות אדער ער האט ארויסגעברענגט דאס ידידות?!

טראכט בעפאר איר שרייבט ביטע.

דער רבי האט דערמאנט אז דער טאטע האט אים שטארק 'רעספעקטירט' און געוואלט אז ער זאל פארלערנען שיעור עיון פאר די בחורים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

כרם
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:21 pm

זיי זענען כהנים?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:23 pm

ניין
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

תגובהדורך געוואלדיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:32 pm

איך האב מיך נישט געקענט צוזאם קלויבען פון די ביטערע בשורה ביז יעצט. השם יתברך יאמר לצרותינו די תחל שנה וברכותיה.
איך פלעג אים זעהן די לעצטע פאר יאר כמעט יעדע נאכט קומען אין גרויסען ביהמ"ד ארום צוואנציג נאך 1 אין מקוה מיט די גאנצע פרישקייט ער פלעגט אויפשטיין יעדע נאכט צי חצות הלילה עכ"ז האט ער קיינמאל נישט געדאווענט מעריב פאר רבינו תם.
דעם זימער האב איך אים געטראפען א מוצאי שבת גיין אין מקוה מיט די בגדי שבת איך האב אים געפרעגט פארוואס ער האט נאך די בגדי שבת האט ער גענטפערט אז ער איז אויפגעשטאנען צי חצות נאר ער איז געווען אין שטאט שבת ער איז ארויף אויף די באס מוצאי שבת און געגאנגען שלאפען... און אויפגעשטאנען צי חצות און יעצט איז ער געקומען אין מקוה כרגיל
לעצטענס האט ער מיר געזאגט אז ער איז געגאנגען צי א חתונה פון א נאנטע תלמיד האלב צוויי באנאכט געבען מזל טוב, האב איך אים געפרעגט פארוואס ער איז נישט געגאנגען צי די קבלת פנים ער איז דאך במילא אויף ביז ר"ת, האט ער גענטפערט אז ביים קבלת פנים האט מען נאכנישט עפ"י הלכה קיין דין "חתן" ער וויל משמח זיין נאר א חתן...
איין טאג פאר ער איז אריין אין שפיטאל האט ער מיר געזאגט אז ער האט זייער א שווערע שאלה אין הלכות סוכה וואס איז אים געווען שווער פון די שנה ראשונה עס איז אים לעצטענס קלאר געווארען.
ער האט געהאט א ספעציעלע געפיל צי גאר פלאכע אדער געריבענע, אינמיטען האט ער שווער סובל געווען.
איך בין נישט דער תלמוד חכם צי קענען מעיד זיין אויף אים אבער איך פלעג אסאך פרעגען פשט אין ספר התניא, ער האט כמעט אלעמאל גענטפערט אויסענווייג אויפן לשון.
בנוגע די שווארצע האט ער מיר געזאגט עטליכע מאל אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין טענות אויף סאטמאר, סאטמאר האט געהאט טענות צי אים.. עס האט אים שטארק געבאדערט ווען מען האט אויסגעמישט זיין פרשה מיט די פרשה פון די שפיגל.
ווען ער איז צוריק געקומען צום רבין די ערשטע מאל נאכן ארויסווארפען האט ער זיך מקבל געווען נישט צי טראכטען פון קיין שום פריוואטע בקשה נאר צי קומען צום רבין בביטול גמור און לפלא האט אים די רבי גארנישט געוואונטשען.

נאך דא גאר אסאך צי שרייבען פון די לעצטע זומער אליין יכלה הזמן והם לא יכלו.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:53 pm

געווען מיין מגי"ש אסאך נהנה געווען פונעם. אמאל האט ר' מרדכי דוד גערעדט מיט א בחור און א צווייטער איז צוגעקןמען און געבעטן יענעם א ציגרעטל, האט אים יענער געזאגט אז ער האט נאר איינס. זאגט ר' מרדכי דוד פארן ערשטן בחור: נו, חייך קודמין, גיב עס אים שוין... ודו"ק
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:19 am

ס'וואלט זיך געפאסט א באזונדערע אשכול עכ"פ פון מיר א באזונדערע אבל יחיד ארטיקל, אולי עוז חזון, נישט אין די ביזי ערב יו"ט טעג,

אבער אזויפיל קען איך יא זאגן, איך האב געזעהן דעם ותשחק ליום אחרון מיט אלע פירושים, זייענדיג דארט אין שפיטאל דעם לעצטן ערב יו"כ פאר אפאר שעה....

איך האב אסאך צו דערציילן... אבער נישט יעצט.

לגבי דעם שלאפן (וואס דאס ווייסט יעדער אז ער איז געשלאפן בלויז 3 שעה א נאכט) האט ער מיר אליין געזאגט, פאר 3 - 4 יאר צוריק, לעצטנס ווערט מיר קאלט ביינאכט, איך מיין אז איך מוז מיר נעמען א לאלעך צו צודעקן....
דהיינו ביז יעצט האט ער דאס אויך נישט געניצט....

אדרבה, ברענגטס מיר נאך אידן וועלכע שלאפן 3 שעה אויפגעדעקט...
נישטא מער,

ס'האט אמאל איינער געהאט א שטיקל קריסטאל, ס'איז אראפ געפאלן און זיך צובראכן, דער בעל האבידה האט זייער געוויינט, האט מען אים געפרעגט ולבכי' מה זו עושה, איז דען נישטא נאך קריסטאל אויף די וועלט, זאגט ער יא יא, אבער דער פארבריק וואס מאכט אט די מיני קריסטאל האט זיך שוין פארשפארט....
מורי ורבותי, ס'איז דא עובדים, לומדים, חסידים, אלעס איז דא ב"ה א שפע, אבער דער פארבריק וואס מאכט אט די מיני אידן איז נישטא.....

אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 5:12 pm

תגובהדורך נער הייתי » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:52 am

שאץ מאץ די האסט זייער גיט ארויס געבערענגט מיט די משל וואס מיר האבן פארלוירן.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 9:36 am

אלף בית האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

ער איז אריינגעקומען צו זיין מאמע ע"ה (און לכאורה איז ער שוין טאקע נישט פאראיאר אויך נישט אריינגעקומען.) היי יאר איז ער שוין געווען אין שפיטאל נאך איידער ראש השנה.

נ'אז מען רעדט שוין האב איך קיינעם נישט געזעהן דא דערמאנען, אז ער איז געווען פון די זיבן ערשטע סאטמארער תלמידים מיט וועמען דער רבי ז"ל האט געגרינדעט די ישיבה. די ישיבה איז געווען - דאכציך - דער ערשטער אין קייט פון די סאטמארער מוסדות אין אמעריקע וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די תלמוד תורה און די בית רחל.

זיין געהויבענע כאראקטער און לעבנסשטייגער אינאיינעם מיט דאס זיין פון די ערשטע זיבן תלמידים, געבט אים ריכטיג דעם טיטל (וואס מען האט כמה פעמים דערמאנט ביי די לוי') "דער קרוין פון רבי'ןס תלמידים".

הוא היה אומר: וואס איז די חילוק צווישן א איד און א גוי? א גוי איז ווערד א דאלער פופציג... - די הויזן קאסטן אים ניין און ניינציג סענט, און דאס העמד פופציג סענט. משא"כ א איד איז ווערט עטליכע הונדערט דאלער, גייענדיג מיט געהעריגע מלבושים, א טלית קטן, א הוט וכו'.

מי יתן לנו תמורתו.

און יבלחט"א זיינע ברידערס הרב יוסף לייב & הרב בעריש זענען געווען פון די ערשטע תלמידים אין די תלמוד תורה

ר׳ יוסף לייב איז איז שוין געווען א בחור ווען זיי זענען אנגעקומען, דעריבער איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים אין ישיבה.

איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דאס
ר' בעריש האט "מיר" געזאגט אז ער מיט ר' יוסף לייב זענען געווען צוזאמען פון די ערשטע תלמידים אין חדר & יבלחט"א ר' מרדכי דוד אין ישיבה
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 9:57 am

כאפצעם האט געשריבן:געווען מיין מגי"ש אסאך נהנה געווען פונעם. אמאל האט ר' מרדכי דוד גערעדט מיט א בחור און א צווייטער איז צוגעקןמען און געבעטן יענעם א ציגרעטל, האט אים יענער געזאגט אז ער האט נאר איינס. זאגט ר' מרדכי דוד פארן ערשטן בחור: נו, חייך קודמין, גיב עס אים שוין... ודו"ק

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:40 pm

דערציילט מיר איינער פון די תלמידים אז פאר א צייט צירוק 3פארטאגס איז ער אריין אין היכל רז״ב אין ק״י און ער זעהט ווי הגאון רמ״ד ז״ל זיצט איבער געבויגן אויף א שו״ע יו״ד ח״ב און ער האקט שטיקער. דער תלמוד גייט צו אים און פרעגט אים וואס איז פשט פון לערנען דעם לימוד... ענפערט ער אים מיט די גאנצע ערענסטקייט די ווייסט אז עס גייט זיין א גרויסע פארהער איך גרייט מיך צו.

חבל על דאבדין.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:41 pm

געהערט פון אן אייניקל, ער האט נאך געפאסט דעם לעצטן יום כיפור!! ותשחק ליום אחרון!!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:48 pm

עס איז געווארן אויפגעהאנגען און גרויסע בהמ"ד און קרית יואל א צעטיל פון א יעדען טאג ווען ר' מרדכי דוד'ס קארטעל איז אריבער די מקוה טיר, איך מיין אז איינער דארף עס אהער ברענגען, עס איז נאך געלאפן און די PM
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:59 pm

טאהש'ע רבי זצ"ל נאך אלס בחור איז געווען זיין מלמד נאך די קריג בעיר סאטמאר

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:06 pm

הגם אין אדם שומע לי ומפסיד.נאר פשוט זיין באשערטע תפקיד איז שוין מן הסתם יארן צוריק ערפילט געווארן, נאר אזוי ווי די חתם סופר טייטשט, והותירך ד' לטובה בפרי ביטנך. אז א מענטש לערנט תורה מיט תלמידיםט אפילו די תפקיד איז שוין פארטיג לאזט אים די אייבישטער דא אויף דעם עולם צו משלים זיין זיינע תלמידים, האט ער טאקע געווען ביזן לעצטען טאג פון זמן געזונט און פריש און ישיבה, און א טאג נאכדעם וואס די ישיבה האט זיך פארשפארט, איז ער ליידער אריין אין שפיטאל, פון ווי ער איז שוין ליידער נישט ארויס געקומען נאר אנגעקומען צום תכלית השלימות [צדיק שעבד לדורו עבד] וחבל על דעבדין ולא משתכחין
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:15 pm

הרב_שלום האט געשריבן:דאס פאסטן יום כיפור האט איהם אוועקגעלייגט


שקר גמור!!!!

איך בין דארט געוועהן ערב יו"כ 2 שעה, און מיין ברודער איז דארט געוועהן מוצאי יו"כ אגאנצע נאכט,
קודם כל ער האט נישט געגעסן אגאנצע וואך כמעט מחמת זיינע תרופות, ער האט געהאט אינטערווינעס, און יו"כ זעלבסט האט ער געהאט אינטערווינעס, חוץ ערב יו"כ האט מען אים אראפ גענומען די אינטערווינעס און ער האט געגעסן א קליינע סעודה, ואני זכיתי אים צו געבן צו עסן,

איך קען שרייבן א מגילה פון דעם ערב יו"כ אליין, פונעם זעלטנקייט פון א "ותשחק ליום אחרון" אבער פליז ביטע נישט רעדן קיין שטותים דא.

דרך אגב,
מ'האט אים אוועק געלייגט אין ביה"ח ממש נעבן הגאון ר' יחזקאל האראוויץ דומ"ץ וויען זצ"ל,
דער ברודער ר' יוסף לייב דערציילט אז אין "האנעמס" גלייך נאך די מלחמה ווען די וועלט איז געוועהן שמם, האט ר' מרדכי דוד געלערנט בחברותא מיט ר' יחזקאל האראוויץ, ובמותם לא נפרדו....

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:37 pm

שאץ מאץ
מיר ווארטן!!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שואל ומשיב און 23 געסט