רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל ר"מ מתיבתא קר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:00 am

געטראפן דא
viewtopic.php?p=262583#p262583


יאסל האט געשריבן:ביידעוועי ר' מרדכי דוד קאהן איז אויך געווען איין אדער צוויי מאל הויז בחור סאיז נאר געקומען צי א סאדן סטאפ ווען די רעביצען האט אים געוואלט שיקן אייקויפן האט ער גענטפערט אז צי באדינען דעם רבי'ן איז ער גרייט מבטל תורה צי זיין פאר עפעס אנדערש נישט, אין מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:11 am

מענין לענין זאגט מען נאך בשמו אז אמאל און א שמיעס מיט אלטע בחורים, האט מען גערעדט, פאר וואס די גאנצע נסיון פון די עקידה איז נאר פאר אברהם און נישט פאר יצחק, בפשטות האט יצחק זיך געלאסט אליין שחט'ן וואס לכאורה דארף עס זיין אסאך א גרעסערע דרגא און קידוש השם, האט ער זיך געגעבן א רוף אן "בדרך צחות" יצחק איז דעמאלטס געווען א 37 יעריגע בחור א קונץ אז ער האט זיך געלאזט שחט'ן [דו קונץ איז אז ער האט זיך נאכנישט גע'שחט'ן ביז היינט]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:12 am

די לוי' האט זיך שוין אנגעפאנגן?
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:20 am

מי יודע האט געשריבן:געטראפן דא
viewtopic.php?p=262583#p262583


יאסל האט געשריבן:ביידעוועי ר' מרדכי דוד קאהן איז אויך געווען איין אדער צוויי מאל הויז בחור סאיז נאר געקומען צי א סאדן סטאפ ווען די רעביצען האט אים געוואלט שיקן אייקויפן האט ער גענטפערט אז צי באדינען דעם רבי'ן איז ער גרייט מבטל תורה צי זיין פאר עפעס אנדערש נישט, אין מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.

יא ער האט מיר אבלח"ט דאס דערציילט יארן צירוק

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:32 am

יענע צייט האט דער רבי נישט געהאט קיין קביעות׳דיגע הויז בחור, ס׳איז געווען א סדר אין ישיבה יעדן טאג האט א צווייטער בחור משמש געווען דעם רבי׳ן. אין ישיבה האבן געלערנט 14 בחורים, ס׳איז יעדן אויסגעקומען צו גיין איינמאל אין 2 וואכן.
ער פלעגט דערציילן, אז ער פלעגט נישט ליב האבן צו זיין הויז בחור. ער פלעגט זיך דעריבער טוישן מיט אנדערע בחורים וועלכע האבן עס גערן געטוהן. עפ״י רוב האט ער זיך געטוישט מיט יבלחט״א הגה״צ מ׳נאנאש שליט״א.

ער האט דערציילט, אז איינמאל האט אים דער רבי זי״ע געבעטן אז ער זאל אריינברענגען א ׳האדמה׳ (אפשר האט דער געגעסן עפעס אויף וואס ער איז געווען מסופק וועלכע ברכה צו מאכן).
איז ער אריין אין קאך אין געזאגט פאר די רביצין ע״ה אז דער רבי בעט קארטאפל (ער׳ט האט אינאיינוועגס געוואלט וויסן וועלכע ברכה דער רבי מאכט אויף קארטאפל)... די רביצין איז געווארן זייער פרייליך, ענדליך בעט שוין דער אמאל עפעס עסן...
למעשה ווען ער האט עס אריינגעברענגט פארן רבי׳ן האט אים דער רבי פארגעהאלט ״א האדמה האב איך דיר געבעטן״.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:59 am

איך האב שוין געהערט אסאך פון אים אבער קיינמאל גזעהן,

האט איינער א בילד ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:02 pm

ער פלעגט מקפיד זיין אז מ'זאל אים נישט כאפן אין זיינע גדל'ישע מאמענטן.
אסאך פלעגט ער זיך אליין אוועקמאכן און מבטל זיין.

פון זיינע באקאנטע ווערטלעך, איז געווען:
"א רחמנות אויף א איד וואס לערנט א גאנצע נאכט ביי זיך אין ספרים שטוב,
און צופרי באמערקט ער ווי די 'ווינדאו שעיד' איז געווען אראפגעצויגן
"...
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:10 pm

מהר"א איז יעצט מספיד
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:14 pm

סמארט גאי האט געשריבן:איך האב שוין געהערט אסאך פון אים אבער קיינמאל גזעהן,

האט איינער א בילד ?

זיצנדיג ביי א סוגיא שיעור פון ילחט״א האדמו״ר מהר״א, אין די מתיבתא אין ק״י.
רעכטס ר׳ מרדכי דוד ז״ל
לינקס ר׳ אלי׳ ז״ל
צוגעלייגטע
unnamed-1.jpg
לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:15 pm

א באקאנטע דרשה פון אים
צוגעלייגטע
cd.jpg
cd.jpg (34.59 KiB) געזעהן 3507 מאל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:51 pm

kyshtiper האט געשריבן:א באקאנטע דרשה פון אים

אפשר לייגסטו עס אויף קאפי?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:53 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:מענין לענין זאגט מען נאך בשמו אז אמאל און א שמיעס מיט אלטע בחורים, האט מען גערעדט, פאר וואס די גאנצע נסיון פון די עקידה איז נאר פאר אברהם און נישט פאר יצחק, בפשטות האט יצחק זיך געלאסט אליין שחט'ן וואס לכאורה דארף עס זיין אסאך א גרעסערע דרגא און קידוש השם, האט ער זיך געגעבן א רוף אן "בדרך צחות" יצחק איז דעמאלטס געווען א 37 יעריגע בחור א קונץ אז ער האט זיך געלאזט שחט'ן [דו קונץ איז אז ער האט זיך נאכנישט גע'שחט'ן ביז היינט]

מענין לענין..
ער איז געשטאנען אמאל אין ביהמ"ד ביי די ניחום אבלים צעטלעך, ווען פארנט פון אים שטייט א יונגערמאן און רופט זיך אן "שוין, ער אידאך אן אלטער איד געוועזן ", ר' מרדכי דוד זצ''ל געט אים א קלאפ אין רוקן פרעגנדיג מיט א שמייכל "זאג נאר, אלטע אידן זענען עפעס חייב מיתה?!"

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:03 pm

חכם הרזים האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:ער האט פארלוירן 2 יאר צוריק גלייך נאך סוכות זיין מאמע (אין עלטער פון 101 יאר)

ער פלעגט אריינקומען קיין וויליאמסבורג יעדע וואך חק ולא יעבור מקיים צו זיין כיבוד אם. ער אליינס איז אויך נישט געווען קיין יונגער מענטש ס׳איז אים נישט אלעמאל אנגעקומען גרינג.

ער פלעגט קומען אין ישיבה מיט א שיינעם הוט דעם טאג וואס ער פלעגט באזוכן די מאמע ווייל זיין מאמע האט אים אמאל געזאגט אז עס פאסט נישט פאר אים צו גיין מיט אנאלטן הוט האט ער געקויפט א הוט נאא פאר ווען ער באזוכט די מאמע
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:10 pm

יאסל האט געשריבן:ביידעוועי ר' מרדכי דוד קאהן איז אויך געווען איין אדער צוויי מאל הויז בחור סאיז נאר געקומען צי א סאדן סטאפ ווען די רעביצען האט אים געוואלט שיקן אייקויפן האט ער גענטפערט אז צי באדינען דעם רבי'ן איז ער גרייט מבטל תורה צי זיין פאר עפעס אנדערש נישט, אין מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.

בד"ה.
איז ער גערעכט? וואס איז מיט אשת חבר כחבר?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:50 pm

איך בין נישט קיין שרייבער, און אוודאי נישט ראוי צו באוויינען אזא איד וואס מ'האט באשיינפערליך געזען אז ער איז משכמו ולמעלה, איך קען בלויז מיך צושטעלן צו די רשימה פון מענטשן דא וואס דרוקן אויס זייער ווייטאג איבער דעם געוואלדיגען חלל וואס איז געשאפן געווארן אין די מתיבתא, אין קרית יואל, אין סאטמאר און בכלל אינעם עולם התורה והחסידות.

ווען מיר האבן אנגעקוקט דעם איד איז ער געזעצן ביי א גמרא/שלחן ערוך, און געלערנט מיט א זעלטענע התמדה, צו אין די ישיבה אדער אין ביהמ"ד הג' אין היכל רז"ב, און ווי מ'לייגט צו איז זיין לערנען געווען מיט א שמייכל, מיט א שמחת התורה, ער האט געלעבט דעם "פקודי ה' ישרים משמחי לב".

א דמות דיוקן פון א פארצייטישע חסידישער איד, זוכה געווען להתדבק בדביקות אמיתית צום אילנא דחיי מרן רביה"ק זי"ע מימי בחרותו אין די בראשית יארן ווען דער גאנצער "סאטמאר אין אמעריקא" איז נאך געווען בזעיר אנפין און די מקורבים האבן זוכה געווען צו זעהן זאכן וואס מען האט שפעטער נאר געזען פונדערווייטנס, רבי מרדכי דוד האט מקיים געווען דעם גדול שימושה אויך און ער האט געוואוסט אסאך צו זאגן פון יענע צייטן.

ער איז געווען אן "איש חסיד" במלוא מובן המלה, מופרש ומובדל פון אלע תענוגי עולם הזה, נישט קיין עסן, נישט קיין שלאפן און נישט קיין אנדערע תאות גשמיות ווי כבוד און שררה, ער איז נישט געווען קיין "שיינער איד", נישט פארלאנגט קיין אויבן-אן, נאר א חסיד מן השורה וואס האט מקיים געווען דעם בכל דרכיך דעהו, אויף א וועג וואס מ'זעהט נישט כמעט.

עס פלעגט זיין א מורא'דיגע גוטע געפיל צו זיין במחיצתו, ער האט געזאגט א ווערטל און מבליע געווען דערינען דברי מוסר באהבה, געמאנט און געפאדערט פון בחורים און אינגעלייט זיך מעמיק צו זיין ביים לערנען, און אויסנוצן די צייט. עס קלינגט אונז אין די אויערן ווען ער האט צוגערופן און געזאגט הדרכה אויף קביעות עתים לתורה, מיט אזא ענות חן, מיט אזויפיל אמת און אהבת התורה.

ער האט געלערנט בחברותא מיט יבדלח"ט עמיתו ורעו הרה"ג רבי מאיר אליעזר שליט"א פר"מ, מיט א ריתחא דאורייתא, מיט א געשמאק, עס איז געווען אן ערהאבן בילד.

חבל על דאבדין ולא משתכחין, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע תלמידים און גוטע פריינט, און פאר גאנץ כלל ישראל

תלמיד חכם שמת אין לו תמורה

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 3:15 pm

מאידך גיסא, האט ער געהאט א קשר צי שוואכערע אויך. ער פלעגט פין זיי פארלאנגען שניידן די נעגעל אין מעביר סדרה זיין.

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 3:49 pm

בד"ה
האמיר געהאט די זכי' אים צו קענען פונדערנאנט, א אבידה שאין לו תמורה.

זיין אייניקל האט געזאגט ביים הספד אז ער האט אלץ נאר געגעסן שיריים פון שבת און אז ער האט זיך קיינמאל נישט צוגעדעקט מיט קיין דאכענע.

כ'געדענק ווען ר' מרדכי דוד איז צוגעגאנגען צו א בחור זוצענדיג נעבן מיר אין ישיבה נו פארוואס לערנסטו נישט? ענטפערט דער בחור מיין קאפ טוט מיר וויי, זאגט אים רמ"ד די ווייסט פארוואס ס'שטייט חש בראשו יעסוק בתורה ווייל אז דיין קאפ טוט וויי זעץ דיך לערנען וועסטו געוואור ווערן אז די האסט ניטאמל קיין קאפ נו וועכע קאפ טוט דיר וויי?...............

אוי! מ'נעמט אונז אוועק דאס בעסטע. נישט משיג צו זיין וואס פארא צדיק ופריש האט זיך אזוי באהאלטן אונטערן פשוט'ן שמייכל...

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 3:54 pm

כ'האב פרובירט מסביר צו זיין פאר מיין בחור'ל ווער ר' מרדכי דוד איז געווען, ער פלעגט דאך אים זען אין ביהמ"ד, כ'האב אים געזאגט ווי ער איז געזעסן, ביז ער כאפט זיך, 'אה דער אלטער איד וואס האט אלעמאל געשמייכלט?, פרייטיג צו נאכטס נאכן גוט שבת זאגן פלעגט ער בלייבן שמועסן מיט זיינע קינדער און אייניקלעך' (ער האט אלס געהאט אידן ארום זיך מיט בחורים תלמידים וואס זענען געקומען הערן א גוט ווארט, מיין זון האט עס אפגעטייטש אז ס'איז זיכער זיינע קינדער און אייניקלעך)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 3:56 pm

קען איינער לייגן א ליסט פון מספידים?
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:09 pm

זיין שוואגער בעסערמינער רב האט געזאגט אזא גוטע מעשה וואס לערנט אסאך.

מ'האט אמאל גערופן זיין שווער, דער בעסערמינער רב זצ"ל, אז ער זאל אים עפעס זאגן, דער רופער איז געווען א חשובער איד און ער האט געבעטן דער שווער זאל זאגן פארן איידעם עפעס וויאזוי ער זאל טוען, זאגט דער שווער, וויאזוי קען איך זאגן פאר א אינגערמאן וואס שלאפט ווייניגער ווי מיר, ער עסט ווייניגער ווי מיר און ער לערנט מער פון מיר?!

אמאל האט מען געהאט דרך ארץ פאר איינעם וואס לערנט מער און עסט ווייניגער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:18 pm

אביסל היסטארי
ער איז געווען פון די ״שווארצע״ (לשבחו) געווען דערווייטערט פון סאטמאר אפאר יאר, געווארן ר״י אין קראסנא ביז רבינו הב״מ זצ״ל האט געפענט די סיגעטע ישיבה און אים אויפגענומען אלס ר״מ מיטשלעפענדיג כמעט גאנץ קראסנא, ווען סיגעט האט זיך צוגעשפארט, איז ער געווארן א מגי״ש אין קר״י
בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

אוועטאר
יורא
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:11 am

תגובהדורך יורא » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:21 pm

בד"ה.
איך געדענג גוט פון ישיבה פון אים איז געווען די עמקות די טיפקייט וויאזוי ער האט אפעלערנט א שטיקל גמרא מיט א געוואלדיגע הבנה וואס איז געווען מוראדיג.
יהא זכרו ברוך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19746
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:22 pm

היסטאריקער האט געשריבן:אביסל היסטארי
ער איז געווען פון די ״שווארצע״ (לשבחו) געווען דערווייטערט פון סאטמאר אפאר יאר, געווארן ר״י אין קראסנא ביז רבינו הב״מ זצ״ל האט געפענט די סיגעטע ישיבה און אים אויפגענומען אלס ר״מ מיטשלעפענדיג כמעט גאנץ קראסנא, ווען סיגעט בנשיאת...... האט זיך צוגעשפארט, איז ער געווארן א מגי״ש אין קר״י
בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

איידער "קראסנא" איז ער געוועזן א מגי"ש אין ישיבה נתיבות עולם - מלאכים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:32 pm

אז מיללער זאגט בעביש, מעק איך אויס.

נ'אז מען רעדט שוין האב איך קיינעם נישט געזעהן דא דערמאנען, אז ער איז געווען פון די זיבן ערשטע סאטמארער תלמידים מיט וועמען דער רבי ז"ל האט געגרינדעט די ישיבה. די ישיבה איז געווען - דאכציך - דער ערשטער אין קייט פון די סאטמארער מוסדות אין אמעריקע וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די תלמוד תורה און די בית רחל.

זיין געהויבענע כאראקטער און לעבנסשטייגער אינאיינעם מיט דאס זיין פון די ערשטע זיבן תלמידים, געבט אים ריכטיג דעם טיטל (וואס מען האט כמה פעמים דערמאנט ביי די לוי') "דער קרוין פון רבי'ןס תלמידים".

הוא היה אומר: וואס איז די חילוק צווישן א איד און א גוי? א גוי איז ווערד א דאלער פופציג... - די הויזן קאסטן אים ניין און ניינציג סענט, און דאס העמד פופציג סענט. משא"כ א איד איז ווערט עטליכע הונדערט דאלער, גייענדיג מיט געהעריגע מלבושים, א טלית קטן, א הוט וכו'.

מי יתן לנו תמורתו.
לעצט פאראכטן דורך מיין שטעלונג אום דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:34 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:בד״וו, ער איז יעדעס יאר אריינגעקומען ר״ה צו יבלח״ט מהר״א, איך האב היי יאר אים נישט געזען און זיך געווינדערט דערויף

ער איז אריינגעקומען צו זיין מאמע ע"ה (און לכאורה איז ער שוין טאקע נישט פאראיאר אויך נישט אריינגעקומען.) היי יאר איז ער שוין געווען אין שפיטאל נאך איידער ראש השנה.

נ'אז מען רעדט שוין האב איך קיינעם נישט געזעהן דא דערמאנען, אז ער איז געווען פון די זיבן ערשטע סאטמארער תלמידים מיט וועמען דער רבי ז"ל האט געגרינדעט די ישיבה. די ישיבה איז געווען - דאכציך - דער ערשטער אין קייט פון די סאטמארער מוסדות אין אמעריקע וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די תלמוד תורה און די בית רחל.

זיין געהויבענע כאראקטער און לעבנסשטייגער אינאיינעם מיט דאס זיין פון די ערשטע זיבן תלמידים, געבט אים ריכטיג דעם טיטל (וואס מען האט כמה פעמים דערמאנט ביי די לוי') "דער קרוין פון רבי'ןס תלמידים".

הוא היה אומר: וואס איז די חילוק צווישן א איד און א גוי? א גוי איז ווערד א דאלער פופציג... - די הויזן קאסטן אים ניין און ניינציג סענט, און דאס העמד פופציג סענט. משא"כ א איד איז ווערט עטליכע הונדערט דאלער, גייענדיג מיט געהעריגע מלבושים, א טלית קטן, א הוט וכו'.

מי יתן לנו תמורתו.

און יבלחט"א זיינע ברידערס הרב יוסף לייב & הרב בעריש זענען געווען פון די ערשטע תלמידים אין די תלמוד תורה
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט