רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל ר"מ מתיבתא קר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 9:27 am

אין די בולעטין אדער דזשורנאל פון ק"י
איז געווען א בילד פון גאנץ משפחת קאהן (ר' מרדכי דוד ויבלחט"א זיינע ברידערס & שוואגערס)
קען דאס איינער אהער ברענגן?
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

signout
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 11:59 am

געווען אין אוצר פין דער בלאט, זייער א שיין בילד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 12:01 pm

נא אהער דערמיט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 3:25 pm

שאץ מאץ האט אונז צוגעזאגט אן ארטיקל דא אין אויך אויף הרה"ג ר' לייבוש ט"ב ז"ל איז עס שוין ארויפגעשטעלט געווארן דא? אויב יא א לינק ביטע

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 3:25 pm

דערווייל נישט.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 4:53 pm

נכדו כותב מה ששמע מרמ"ד יוה"ק


קצת מה ששמעתי וקבלתי מאאזמו"ר ז"ל ביום הקדוש העעל"ט, יום לפני הסתלקותו לחה"ה. רוב הדברים נשכחו לדאבון.
***
ערב יוה"ק הזכיר דברי החידושי הרי"ם הידועים לא להשתקע ב'על חטא', פאטשקען אין בלאטע, העיקר להאריך בותמלוך...
***
ערב יוה"ק לפני כל נדרי סיפר מהמגיד הק' ממעזריטש זי"ע שראה פעם תלמידו הרה"ק בעל התניא זי"ע מתפלל בדביקות. והפטיר: זלמנ'יו איז זיך מתענג מיט'ן אויבערשטן, און דער אויבערשטער איז זיך מתענג מיט זלמנ'יו..
הרחיב הדיבור שזה מוסב על כל יחיד מישראל, הקב"ה מתפאר ומתענג מעבודתינו, אף מעבודות הפשוטות. באמצע היום שוב הזכיר אימרא זו דער אויבערשטער איז זיך מתענג מיט זלמני'ו.
***
ישב על כסא בתפלת מוסף, ובתחלת סדר העבודה נרדם קצת, ווען ער האט זיך אויפגעכאפט התפלל בשברון רוח: "רבוש"ע העלף מיר איך זאל קענען זאגן די עבודה אן איינדרימלען". והלב כאב למשמע אוזן. שוב באמצע תפלת נעילה אמר רבוש"ע העלף מיר איך זאל זיין געזונט, איך קען נישט קיין לשה"ק איך קען נאר אידיש, העלף מיר וכו'.
***
חיזק א"ע בכל פעם שהקב"ה רוצה בתפלתינו ובהעבודה בזה המצב. ושכחתי רוב הדיבורים, משיבי נפש ומנחמי רוח.
סיפר מה שאמר לא' המבקרים שמתסתובב עם מהלך מאז רביה"ק נסתלק שהיינט איז גארנישט דא, היינט איז די עבודה פון קיינעם גארנישט ווערט. זה משוגעת, כי באמת רצון השי"ת שנעבוד אותו כעת בזה המצב, בלי מוחין ובלי עבודות גדולות, רק עבודה פשוטה בתכלית.
רביה"ק אמר: "יש לנו היום קליינע מוחות קליינע השגות משמים רוצים רק אמונה ומצות מעשיות". ודיבר מכת חב"ד החדשה שעוקרים כמה מצות מעשיות מטעמי סרק, כגון שאינן ישנים בסוכה משום מקיפים דבינה, וכדו', כאמור בזמנים אלו אין לנו ענינים וסודות ומוחין העיקר הרי הוא מצות מעשיות ואיך באין ועוקרין מצות שלימות בשביל שטותים כאלו. אמר לתלמידיו שלא ילמדו בחסידות מבוארת, איך זאל לערנען חסידות פון א איד וואס איז נישט נזהר אין מצות עשה'ס...
רביה"ק מביא מרבי נחמן ברסלב'ער זי"ע המשל במלך שתעה ביער וכפרי אחד לקחו לביתו, נתן לו מאכלים גסים ושתי' פשוטה והשכיב אותו על הפריפעטשיק. הנמשל מבואר שם, ולענינינו מוכח שבעקבתא דמשיחא העבודה יהי' לשמח לב המלך בעבודות פשוטות.
***
הזכיר כמ"פ מה שסיפר לו אחד מהמבקרים, כאשר הגה"צ מפאפא ז"ל ביקר אצל דודו הגה"צ מצעהלים ז"ל וראה אותו שוכב על ערש דוי, אמר הצעהלים'ער רב נישט נאר אין שפיטאל איז מען אזוי, אגאנץ יאר קוקט מען אויס אזוי, היינט גם כשמלובשים יפה ונוהגין כשיינער איד בתוכיות התמונה שונה, קרוע וחרוב וכו'.
***
כשהגיע לפיוט חמול התרגש נוראות ומרוב התפעלות פירוש שוב כל הפתקא באידיש, בהטעימו כי מקדשיך כקדושתך קדשת, נאה לקדוש פאר מקדושים, דו ווייסט וואס פארא ווערטער דאס איז, השי"ת מקדש את עמו ישראל כקדושתו, ווייל ס'איז שיין פאר אים, נישט ווען אפאר יאקלעך לויבן אים.. נאר פאר מקדושים ועל כן צריך לקדשם וכו'.
***
בפיוט אשר אימתך ואביתה תהלה לפני קדושת כתר במוסף, אמר שבכמה מקומות עושין עסק גדול מפיוט זה, אצלינו אומרים זה במהירות ואביתה תהלה ואביתה תהלה... ובאמת הוא פיוט נהדר ונורא. כשהגיע לפיסקא "ואביתה תהלה מזיו שונה מזוהר כבה מחסרי שכל מחורשי רשע והיא תהלתיך" נתרגש ואמר הערסט וואס מזאגט דא, דער אויבערשטער וויל א לויב פון א פארענדערטער גלאנץ, פון פארלאשענע ליכט, פון חסרי שכל וכו'. הי' נראה בחוש שיש לו מזה חיות והתחזקות מרובה במצבו.
***
פיוט ויאתיו אמר ברגש גדול, הזכיר שבכל אלו הפיוטים שמדברים מגאולה העתידה ראו אצל רביה"ק זי"ע שרקד ושמח בשמחה עילאה. ואמר בהתרגשות לאמיר זען וואס וועט זיין ווען די גאולה וועט קומען, ויאתיו כל לעבדיך וכו', והסיום 'וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה' פירוש שהכונה על הרחוקים מבני ישראל שישובו לה'. כל ה'ויאתיו', כל העמים שיכירו את ה', התכלית הוא רק וישמעו רחוקים ויבואו שכל ישראל ישובו אליו ית'.
(בסוף היום הזכיר דברי רבי צדוק בפרי צדיק נחמו, הנחמה הוא "איש לא נעדר" כולם יתקבצו ובל ידח ממנו נדח)
***
בכורעים אמר לי, ביק דיך, מיט א ביטול המוחלט צום באשעפער, איך קען נישט, אבער דו ביק דיך, כאפס וכאין וכו'. (הענין מבואר בספרי התניא)
***
אב ידעך מנוער. להרה"ק רבי נטע מחעהלים ז"ל הגיע פעם איש פשוט עם הארץ שהכיר אותו מילדותו והלה פירוש לו "אב ידעך מנוער" היינו שאברהם אבינו ידע מהשי"ת ווען כביכול איז נאך געווען יונג.. וכן הוא הכיר את הרבי בעודו נער. צדיקים הפליגו פי' זה, היינו שאברהם אבינו פרסום שמו ית' בעוד העולם לא ידעו ממנו.
היום כל העולם רואין גנות המדינה והציונים וכו' החידוש הוא אב ידעך מנוער אלו היהודים שהלכו עם רביה"ק זי"ע באותם שנים הקשים וכו'.
***
סיפור מעשה באריכות, חסיד גור (שכחתי שמו) אמר לר' איטשע מתמיד מחסידי חב"ד, אספר לכם מעשה שתואם לכם.
המגיד הק' שלח פעם תלמידיו לעיר זיטאמיר ליהודי בשם רבי וועלוול (בעל אור המאיר זי"ע) שילמוד עמהם כונת התפלה והמקוה. כשבאו אמר להם הננו איש פשוט, קערער, כשאני מתפלל אני טורח לטאטא החוצה כל הלכלוך ושוב אני נועל הדלת שלא יכנס שוב הזבל. – זה כונת התפלה.(בחב"ד עושין עסק גדול מהכנה לתפלה).
וכונת המקוה היא – איך טו זיך אויס איך טו זיך אן און אינמיטן גארנישט... ודוק.
***
ענין הוידוים ביוה"ק. ילד קטן וואס פארשמירט זיך, אין לו עוד בכלל שכל ורצון להיות נקי, שוב כשנעשה קצת מבוגר א גרעסער קינד פון 2-3 יאר מבקש כבר מאמו מאמע, כבין פארשמירט, וויש מיך אפ.

הסביר בדמע זה מה שאנו מבקשים ביוה"ק מאמע מיר זענען פארשמירט, וויש אונז אפ, סלח לנו מחל לנו. תשובה שורשה מאימא עילאה.

***
בשם איזה ספר. איסור נטילת ידים מטומאה בתשעה באב ויוה"ק, בת"ב נוצט עס נישט וביוה"ק ברויך מען עס נישט לגודל קדושת היום.

***
אומרים הפיוט אלה אזכרה ביוה"ק להזכיר מליצה ישרה בשמי מעל, שהרי השר תבע מהם עון השבטים שמכרו את יוסף, והננו מבקשים אם אנו נענשים על עון הראשונים הרי הדברים ק"ו שזכותם וצדקתם יגן בעדינו מול מגיד פשע, דעם פיוט דארף מען שנעל אדורך זאגן, סאיז נישט תשעה באב, יוה"ק איז א יום טוב, אין להתעכב בזה והכוונה הוא רק כאמור.

***
דיבר כמ"פ בשמחה שיש לו ב"ה אתרוג מהודר על יו"ט סוכות, סאיז שוין דא אן אתרוג, א לולב, יעצט דארף איך מיך צאמקומען מיטן אתרוג מיטן לולב. ובעוה"ר נטרפה עליו השעה.
***
ומל ה' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך, הזכיר מש"כ בספה"ק ליקוטי מוהר"ן עם תשובה יכולין לתקן גם הבנים והניצוצות הק'.
***

***
אמירת על חטא הי' באריכות ובבכיות, בפרט כל פעם שסיים ועל כולם אלקי סליחות סלח לנו מחל לנו כפר לנו. אמרה בהתעוררות ממעמקי הלב.
בין מוסף למנחה למדתי עמו כמעט כל מסכת יומא משניות האיר והעיר הקשה ותירוץ בחיות גדול כדרכו.
***
באפטרתא דיומא. דרכיו ראיתי וארפאהו ואנחהו ואשלם ניחומים לו ולאבליו.
כשהשי"ת שולח רפואה הוא מביא ניחומים ושפע גם לאבליו, היינו אלו שהצטערו עמו און האבן זיך אנגעשטרענגט לבקרו ולסמכו בעידן חליו. אמר למבקרים כאשר השי"ת יעזור און כוועל געזונט ווערן וועלן די אלע אידן וואס זענען געקומען און געהאלפן געבענטשט ווערן.
כשנפרדתי מאיתו מוצאי יוהק הודה לי וחזר על דברים אלו.

***
באמצע תפלת נעילה תקפו חולשה יתירה ושכב אין אונים, עשינו לפניו אויר להפיח רוח, ולחש לעצמו "תשב אנוש עד דכא..."
***
אחר נעילה דיבר מגודל קדושת יום שמיני עצרת. מש"כ עבודת ישראל יערב כמטר לקחי גדול יום הגשמים. כל הספרים מדברים מזה כל אחד בדרך שלו, בספרי לעכאוויטש שכל העבודות הם הכנה לאתה הראתה, א איד זאל שפירן דעם אויבערשטן, דאס איז די בעסטע זאך.
הקדושה של שמחת תורה הוא כה גבוה שאין לזר חלק אתו. בבית המדרש של אביו ז"ל התפלל פעם גר צדק, ובשמחת תורה הביא עמו בנו ילד, הוא הי' "שרץ'ל" שנולד עוד לפני הגירות, אבל כמובן הי' לבוש כאידיש יונגל והלך לחדר. כשהתחילו לרקוד רץ השרצל החוצה, אף שילדים בדרך כלל נהנים ושמחים בשעת הקפות. טומאת הגוי לא יכלה להכיל הקדושה ששרר בבית המדרש. ואכן נראה בחוש בשמחת תורה שאף אנשים פשוטים בכל ימות השנה מתעלים וכו'.
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 5:28 pm

געוואלדיג !!!

ייש"כ גדול פארן ברעגען!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 4:04 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:געוואלדיג !!!

ייש"כ גדול פארן ברעגען!

איי ר׳ מרדכי דוד...
דעם לעצטען טאג אין לעבן האט ער נישט פארפאסט צו רעדן דערפון.
kyshtiper האט געשריבן:סיפר מה שאמר לא' המבקרים שמתסתובב עם מהלך מאז רביה"ק נסתלק שהיינט איז גארנישט דא, היינט איז די עבודה פון קיינעם גארנישט ווערט. זה משוגעת, כי באמת רצון השי"ת שנעבוד אותו כעת בזה המצב, בלי מוחין ובלי עבודות גדולות, רק עבודה פשוטה בתכלית.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 4:08 pm

געזען די באשרייבונג אין "די צייטונג" לדעתי פארפאסט ער וויכטיגע פונקטן איבער דעם איד, אבער ס'איז קיין וואונדער, דער עולם האט אים באמת נישט געקאנט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 4:31 pm

מוראדיג, א איד וואס האט געלעבט מיט'ן באשעפער און מיט די תוה"ק, חבל על דאבדין ולא משתכחין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 5:19 pm

kyshtiper האט געשריבן:נכדו כותב מה ששמע מרמ"ד יוה"ק



אומרים הפיוט אלה אזכרה ביוה"ק להזכיר מליצה ישרה בשמי מעל, שהרי השר תבע מהם עון השבטים שמכרו את יוסף, והננו מבקשים אם אנו נענשים על עון הראשונים הרי הדברים ק"ו שזכותם וצדקתם יגן בעדינו מול מגיד פשע, דעם פיוט דארף מען שנעל אדורך זאגן, סאיז נישט תשעה באב, יוה"ק איז א יום טוב, אין להתעכב בזה והכוונה הוא רק כאמור.

***


זה חידוש נפלא, אני חסיד עצום מאת רבי מרדכי דוד זצ''ל אבל דבר כזה לקורצע קעפעלע שלי צריך דעקונג גדול, ראינו ושמענו כמה ערליכע יודן מורידים דמעות בעת אמרום שטיקל זה, אולי חד מחברינו יכול לעזור ולמצוא מקור לזה.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 11:47 am

הרב שאול קליין אין די צייטונג שרייבט זיין וועכנטליכע קאלום הערכה אויף רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל

מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm

תגובהדורך מייקל סעוועדזש » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 1:35 pm

rps20151113_133441.jpg
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג נובעמבער 15, 2015 10:46 am

אלף בית האט געשריבן:יענע צייט האט דער רבי נישט געהאט קיין קביעות׳דיגע הויז בחור, ס׳איז געווען א סדר אין ישיבה יעדן טאג האט א צווייטער בחור משמש געווען דעם רבי׳ן. אין ישיבה האבן געלערנט 14 בחורים, ס׳איז יעדן אויסגעקומען צו גיין איינמאל אין 2 וואכן.
ער פלעגט דערציילן, אז ער פלעגט נישט ליב האבן צו זיין הויז בחור. ער פלעגט זיך דעריבער טוישן מיט אנדערע בחורים וועלכע האבן עס גערן געטוהן. עפ״י רוב האט ער זיך געטוישט מיט יבלחט״א הגה״צ מ׳נאנאש שליט״א.

ער האט דערציילט, אז איינמאל האט אים דער רבי זי״ע געבעטן אז ער זאל אריינברענגען א ׳האדמה׳ (אפשר האט דער געגעסן עפעס אויף וואס ער איז געווען מסופק וועלכע ברכה צו מאכן).
איז ער אריין אין קאך אין געזאגט פאר די רביצין ע״ה אז דער רבי בעט קארטאפל (ער׳ט האט אינאיינוועגס געוואלט וויסן וועלכע ברכה דער רבי מאכט אויף קארטאפל)... די רביצין איז געווארן זייער פרייליך, ענדליך בעט שוין דער אמאל עפעס עסן...
למעשה ווען ער האט עס אריינגעברענגט פארן רבי׳ן האט אים דער רבי פארגעהאלט ״א האדמה האב איך דיר געבעטן״.

פון דער איד פרשת וירא. חסר מקור...
צוגעלייגטע
Der Yid.jpg
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג נובעמבער 15, 2015 10:49 am

אצינד האב איך איבערגעליינט דעם גאנצן ארטיקל, זע אז דאס איז פשוט קאפי פעסט פון אייוועלט.
(איי פארוואס האט מען נישט אריינגעשטעלט דעם בילד ווי ער זיצט ביי די סוגיא שיעור?)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:38 am

אלף בית האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:יענע צייט האט דער רבי נישט געהאט קיין קביעות׳דיגע הויז בחור, ס׳איז געווען א סדר אין ישיבה יעדן טאג האט א צווייטער בחור משמש געווען דעם רבי׳ן. אין ישיבה האבן געלערנט 14 בחורים, ס׳איז יעדן אויסגעקומען צו גיין איינמאל אין 2 וואכן.
ער פלעגט דערציילן, אז ער פלעגט נישט ליב האבן צו זיין הויז בחור. ער פלעגט זיך דעריבער טוישן מיט אנדערע בחורים וועלכע האבן עס גערן געטוהן. עפ״י רוב האט ער זיך געטוישט מיט יבלחט״א הגה״צ מ׳נאנאש שליט״א.

ער האט דערציילט, אז איינמאל האט אים דער רבי זי״ע געבעטן אז ער זאל אריינברענגען א ׳האדמה׳ (אפשר האט דער געגעסן עפעס אויף וואס ער איז געווען מסופק וועלכע ברכה צו מאכן).
איז ער אריין אין קאך אין געזאגט פאר די רביצין ע״ה אז דער רבי בעט קארטאפל (ער׳ט האט אינאיינוועגס געוואלט וויסן וועלכע ברכה דער רבי מאכט אויף קארטאפל)... די רביצין איז געווארן זייער פרייליך, ענדליך בעט שוין דער אמאל עפעס עסן...
למעשה ווען ער האט עס אריינגעברענגט פארן רבי׳ן האט אים דער רבי פארגעהאלט ״א האדמה האב איך דיר געבעטן״.

פון דער איד פרשת וירא. חסר מקור...

מקור: געהרעט פון זיינע נאנטע, אז ער האט זיי עס דערציילט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:42 am

איך האב דאך עס געשריבן מיט עטליכע וואכן צוריק....

מיינע ווערטער זענען געצילט צום איד, וועלכע האבן נאכגעשריבן כמעט ווארט ביי ווארט פון מיינע ווערטער אן צוצייכענען א מקור.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג נובעמבער 29, 2015 4:16 pm

אלף בית האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:יענע צייט האט דער רבי נישט געהאט קיין קביעות׳דיגע הויז בחור, ס׳איז געווען א סדר אין ישיבה יעדן טאג האט א צווייטער בחור משמש געווען דעם רבי׳ן. אין ישיבה האבן געלערנט 14 בחורים, ס׳איז יעדן אויסגעקומען צו גיין איינמאל אין 2 וואכן.
ער פלעגט דערציילן, אז ער פלעגט נישט ליב האבן צו זיין הויז בחור. ער פלעגט זיך דעריבער טוישן מיט אנדערע בחורים וועלכע האבן עס גערן געטוהן. עפ״י רוב האט ער זיך געטוישט מיט יבלחט״א הגה״צ מ׳נאנאש שליט״א.

ער האט דערציילט, אז איינמאל האט אים דער רבי זי״ע געבעטן אז ער זאל אריינברענגען א ׳האדמה׳ (אפשר האט דער געגעסן עפעס אויף וואס ער איז געווען מסופק וועלכע ברכה צו מאכן).
איז ער אריין אין קאך אין געזאגט פאר די רביצין ע״ה אז דער רבי בעט קארטאפל (ער׳ט האט אינאיינוועגס געוואלט וויסן וועלכע ברכה דער רבי מאכט אויף קארטאפל)... די רביצין איז געווארן זייער פרייליך, ענדליך בעט שוין דער אמאל עפעס עסן...
למעשה ווען ער האט עס אריינגעברענגט פארן רבי׳ן האט אים דער רבי פארגעהאלט ״א האדמה האב איך דיר געבעטן״.

בילד
פון דער איד פרשת וירא. חסר מקור...

דער סיפור מיט שנויים, פון א קראנטע מקור.
צוגעלייגטע
MDK.jpg
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

חקרן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובהדורך חקרן » מוצ"ש דעצמבער 12, 2015 8:24 pm

סאיז מיר אינטערסאנט אויף בעלזא האט ער נישט געהאט קיין טענות ווי אויך צאצאי ראפשיץ ? זיי שלאפן פונקט אזוי נישט און סוכה
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג דעצמבער 13, 2015 7:50 am

ווער זאגט אז ער האט נישט געהאט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » פרייטאג אפריל 08, 2016 11:56 am

אוצר מאמרים
צוגעלייגטע
photo_2016-04-08_11-53-13.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אפריל 10, 2016 11:22 am

עס איז נאר א קליין קינטרוס א סקרעטש פון ווי אזוי די ספר גייט אויסקוקן איך מיין אז עס איז נאר שער אלף [בענין לימוד התורה]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אפריל 11, 2016 10:14 am

הער איך אז עס איז אויסגעלאפען און די ערשטע דריי טעג, און מען דריקט עס יעצט איבער, עס וועט זיין אי"ה צו באקומען קומענדיגע וואך אין די געשעפטען.
איינער האט עס שוין געזעהן?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג מאי 19, 2016 9:28 am

היינט אין דבר יום ביומו
צוגעלייגטע
רמ''ד קאהן.png

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 19, 2016 4:55 pm

די גאנצע, אדער ווייטער נאר די חלק פון לימוד התורה?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט