רבי ישראל מ'רוזין זי"ע - ג' חשון תרי"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מאי 27, 2014 3:00 pm

אין די לעצטיגע טעג איז פארגעקומען א ליציטאציע אין מאנטשעסטער ביי וועלכע דער קאלעקטאר הנגיד ר' אברהם היילפרין מוועסט סייד האט זיך דערין באטייליגט, דארט האט ער איינגעהאנדלט א געמאלעוועטער בילד וואס איז געלעגן אין די רוסישע רעגירונגס ארכיוון פון יארע 1840-ת"ר און אויף דעם איז אויפגעשריבן מיט רוסישע בוכשטאבן 'ישראל פרידמאן'.

עס קומט גלייך ארויף דער געדאנק אז די רעדע איז זיכער וועגן דער הייליגער רוזינער זי"ע, אבער לויט ווי מ'ווייסט פון פארשידענע ערטער האט דאך דער רוזינער געהאט קוים אפאר הערעלעך אין זיין בארד, עד כדי כך אז אמאל גייענדיג אין שוהל אום שמיני עצרת האט ער זיך אנגערופען: שלמה המלך איז געווען חכם מכל אדם און דעריבער האט ער נישט געהאט קיין פולער בארד, ווייל שערות ווייזט אויף קטנות! דאס האט ער געזאגט בעת ער אליין האט געגלעט די קליינע הערעלעך פון זיין בארד.

דערצו, נעמענדיג אין באטראכט אז ביי זיין פטירה אום ג' חשון תרי"א איז ער אלט געווען נישט מער ווי 54 יאהר, איז ער דאך אום ת"ר פאקטיש נישט אלט געווען מער פון 43 יאהר, דאס איז אין קאנטראסט צו דער אלטער צורה וואס זעהט זיך אן אויפן בילד. דאס קען מען אבער אפווענדן, ווייל אין כתבי חסידים שטייט אז ביום וואס דער רוזינער איז ארויף על כסא ממלכתו איז איהם געוואקסן ווייסע האר גענוי ווי ביי רבי אלעזר בן עזרי'.

בלייבט בלויז איבער פאר די שפעקולאנטן צו פארגרעסערן זייער בילדער קאלעקציע.
צוגעלייגטע
רוזינער.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 27, 2014 5:54 pm

פארוואס האט דאס רוסלאנד פארקויפט? און אויב זיי זענען אין דער ביזנעס פון פארקויפען, איז אפשר האבען זיי אויך א בילד פון בעל התניא.

אויב שוין א ארכיוו פון בילדער, וואס נאך האבען זיי? מען קען באקומען פון זיי א ליסטע וואס זיי האבען אלץ צו פארקויפען?

זיי האבען שוין נישט געטראפען קיין אנדערע וועג צו פארקויפען בילדער ווי פון מאנטשעסטער?

עפעס שטימט דא נישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מאי 27, 2014 6:28 pm

א ליובאוויטשער האט מיר געזאגט אז עס ענדלט אינעם משפיע ר' ישראל פרידמאן פון קרוין הייטס, האב איך עס צוזאמענגעשטעלט און ס'איז זייער ריכטיג.

ר' ישראל שטאמט פון באיאנער חסידים, צו ער איז אן אייניקל פונעם רוזינער דאס ווייס איך נישט
צוגעלייגטע
yisroel friedman.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 27, 2014 6:32 pm

נישט פינקטליך ענליך, איין פינגער האלט ער אנדערש.

ערענסט גערעדט, מיט דער האנט האלטענדיג אזוי (אויפען פעינטינג), מיינט עס אז ער איז עפעס מסביר, אפשר האלט א דרשה. דער מאהלער האט דא נישט סתם געמאלען א בילד פון א מענטש וואס זיצט אדער שטייט און פאוזט פארען בילד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך מאי 28, 2014 12:00 am

בן בוזי האט געשריבן:א ליובאוויטשער האט מיר געזאגט אז עס ענדלט אינעם משפיע ר' ישראל פרידמאן פון קרוין הייטס, האב איך עס צוזאמענגעשטעלט און ס'איז זייער ריכטיג.

ר' ישראל שטאמט פון באיאנער חסידים, צו ער איז אן אייניקל פונעם רוזינער דאס ווייס איך נישט

געהערט האב איך אז ער שטאמט פון הרה"ק רבי ישראל חיים מ'לודמיר זיע"א .
ברידער פון הרה"ק רבי שלום שכנא זיע"א אבי הריזשינער זיע"א.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג יוני 10, 2014 2:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מאי 28, 2014 1:54 am

בן בוזי האט געשריבן:אין די לעצטיגע טעג איז פארגעקומען א ליציטאציע אין מאנטשעסטער ביי וועלכע דער קאלעקטאר הנגיד ר' אברהם היילפרין מוועסט סייד האט זיך דערין באטייליגט, דארט האט ער איינגעהאנדלט א געמאלעוועטער בילד וואס איז געלעגן אין די רוסישע רעגירונגס ארכיוון פון יארע 1840-ת"ר און אויף דעם איז אויפגעשריבן מיט רוסישע בוכשטאבן 'ישראל פרידמאן'.

עס קומט גלייך ארויף דער געדאנק אז די רעדע איז זיכער וועגן דער הייליגער רוזינער זי"ע, אבער לויט ווי מ'ווייסט פון פארשידענע ערטער האט דאך דער רוזינער געהאט קוים אפאר הערעלעך אין זיין בארד, עד כדי כך אז אמאל גייענדיג אין שוהל אום שמיני עצרת האט ער זיך אנגערופען: שלמה המלך איז געווען חכם מכל אדם און דעריבער האט ער נישט געהאט קיין פולער בארד, ווייל שערות ווייזט אויף קטנות! דאס האט ער געזאגט בעת ער אליין האט געגלעט די קליינע הערעלעך פון זיין בארד.

דערצו, נעמענדיג אין באטראכט אז ביי זיין פטירה אום ג' חשון תרי"א איז ער אלט געווען נישט מער ווי 54 יאהר, איז ער דאך אום ת"ר פאקטיש נישט אלט געווען מער פון 43 יאהר, דאס איז אין קאנטראסט צו דער אלטער צורה וואס זעהט זיך אן אויפן בילד. דאס קען מען אבער אפווענדן, ווייל אין כתבי חסידים שטייט אז ביום וואס דער רוזינער איז ארויף על כסא ממלכתו איז איהם געוואקסן ווייסע האר גענוי ווי ביי רבי אלעזר בן עזרי'.

בלייבט בלויז איבער פאר די שפעקולאנטן צו פארגרעסערן זייער בילדער קאלעקציע.

טעות == דאס איז נישט רבי אברהם פון די "וועסט סייד" זה ש"ב ממאנטשעסטער

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך מאי 28, 2014 9:30 am

דער נאמען פרידמאן האט ערשט דער הייליגער ריזשנער באקומען נאך אנטלויפן פון רוסלאנד! ממילא שטומט דער נאמען אויך נישט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מאי 28, 2014 11:07 am

כאטש דאס איז ריכטיג, קען אבער נאכאלץ זיין אז דער נאמען איז שפעטער צוגעשריבן געווארן דורך די געהיים אגענטן וועלכע האבן זיך דערוואוסט פון דער סוד אז ער האט זיך געטוישט דער נאמען פון שלאמאוויטש צו פרידמאן, דאס מוז נאכנישט אפווארפן די שפעקולאציע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
הבן_יקיר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

תגובהדורך הבן_יקיר » מאנטאג יוני 09, 2014 9:36 pm

דאס בילד דארף זיין פאלש. ווייל אין יאר ת"ר איז ער געזיצן אין תפיסה, הערשט אינמיטן יאר איז ער אנטלאפן פון רוסלאנד. במילא חוץ אויב דאס איז א בילד פון תפיסה (וואס איז שטארק נישט מסתבר) איז דאס פאלש

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 09, 2014 10:11 pm

הבן_יקיר האט געשריבן:דאס בילד דארף זיין פאלש. ווייל אין יאר ת"ר איז ער געזיצן אין תפיסה, הערשט אינמיטן יאר איז ער אנטלאפן פון רוסלאנד. במילא חוץ אויב דאס איז א בילד פון תפיסה (וואס איז שטארק נישט מסתבר) איז דאס פאלש

אפשר האט די מעלער נאכגעמאלן פון זיין זכרון די צורה פון הייליגן ריזשינער...

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג יוני 10, 2014 2:03 am

אבער וואס טהוט מען מיטן בארד?.
סאיז דאך מקובל אז די ריזשינער זיע"א האט קוים געהאט אפאר הארלעך און זיין בארד.

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » דינסטאג יוני 10, 2014 2:05 am

מסתמא האט דער מעלער צוגעמאלן א בארד, אבער דער בילד איז יא קראנט... די מעשה האט שוין א בארד.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 10, 2014 1:30 pm

דער ענין מיטן בארד איז קיין סתירה כלל וכלל, אין די טשארנאבילער משפחה (וואס דער רוזינער איז אין דער כלל) זענען געווען פילע מיט אזא ענליכע בארד, ווי צב"ש דער טריסקער מגיד, טאלנער, די ראחמסטריווקא ברודער, מען קען זעהן די חילוקים וואס געשעהט ווען מ'איז מצייר א בילד און ווען מ'זעהט דער צורה פון דער נאנט, ווייל פונדערווייטנס זעהט זיך אן א שטיקל בארד משא"כ פון דער נאנט. (זעה לדוגמא הה"צ ראי"ה בהאדמו"ר שליט"א מרחמס"ט-ב"פ וחתן אדמו"ר שליט"א מסקווירא)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בצפרא דשבתא.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג אוקטובער 26, 2014 12:28 am

אמאל איז הרה"ק רבי אלימלך רודניקער זצוק"ל (בן רבי מענדל בער בן רבי אלעזר בן הרבי רבי אלימלך זיע"א) געווען ביים הייליגען ריזשינער זיע"א , האט אים די ריזשינער אויסגעפרעגט וועגען ראפשיץ,ובתוך הדברים האט ער אים געפרעגט ווען איז געווען די חשוב'סטע סעודה אין שבת, ביי רבו הרה"ק מ'ראפשיץ זיע"א.

האט ער גענטפערט אז שבת בייטאג, ווייל שבת צופרי מאכט מען קידוש אויף בראנפען,איז מען דעמאלטס זייער בגילופין, האט זיך די ריזשינער אנגערופן איך האב געוואוסט אז די ראפשיצער חברייא זענען קלוג,אבער אזוי קלוג האב איך נישט געוואוסט.

(געהערט מפי הרה"ק רבי יענקלע מ'פשעווארסק זיע"א).
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוקטובער 27, 2014 7:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

גיב חשבון

תגובהדורך חיים ושלום » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:45 am

ג' חשון עיצומו של יום מכפר.
חסידים פלעגן טייטשן: ג' חשון מיינט גיב חשבון.
אין רוז'ין האט מען געוואוסט אז די 10 טעג ציווישן שמח"ת און ג' חשון איז ווי די עשרת ימי תשובה
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ה'אפטא רב זיע"א החזיק עולם ומלואו מהרה"ק מ'ריזשין זיע"א.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג אוקטובער 26, 2014 10:46 pm

פרעגער האט געשריבן:
שמואל'יק'יל האט געשריבן:דער ההיליגער רוזשינער נישט געווען א תלמיד פון הרה"ק מאפטא, נאר האט געהאט א שטארקער קשרי ידידות מיט אים, אבער קלאר נישט קיין תלמיד.


דער הייליגער אפטא רב איז געווען עלטער פונעם רוזינער מיט היבש אסאך יאהרן

די אפטא רב זיע"א האט געהאלטן פון אים עולם ומלואו, געווען מיט עטליכע און פערציג יאר עלטער פון אים, ער האט געקענט זיין די ריזשינער'ס זיידע.

ס'איז באקאנט די מעשה ביי די באקאנטע אוסטילא חתונה וואס דארט זענען געווען א'פאר הונדערט רבי'ס מיט ווייסע בעקיטשעס,ווען ס'איז אראפגעפאלען די גארטעל פון די הייליגע ריזשינער זיע"א האט זיך די אפטא רב זיע"א וואס איז געווען זקן האדמו"רים אראפ געבויגען און אויף געהויבן די גארטל ,און ער האט עס ארויפגעדרייט אויף די ריזשינער וואס איז געווען א'אינגערמאן , ווי ער האט באמערקט אז די עולם וואונדערט זיך ,האט ער זיך אנגערופן אז ער מאכט גלילה פאר א'לעבעדיגע ספר תורה.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוקטובער 27, 2014 7:53 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הגהנום סגור בג' חשון.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:04 pm

ס'איז אמאל געקומען א'איד אין ג' חשון צום אלט'ן סאדיגערע רבי זיע"א (הרה"ק רבי אברהם יעקב בן הריזישנער זיע"א),מזכיר זייין טאטע (וואס זיין יארצייט געפאלט אויס דעמאלטס).
האט זיך די סאדיגערע רבי זיע"א אנגערופען אז ג'חשון איז די גהנום פארמאכט אזוי ווי שבת און יו"ט (אלץ דעם ריזישנער'ס יארצייט), און ממילא דארף ער נישט מזכיר זיין טאטע.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוקטובער 27, 2014 8:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 12:30 am

והוא פלאי האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער היינטיגער בוהושער איז למעשה א בן אחר בן, הגם די רביס'טעווע איז נישט נמשך געווארן בן אחר בן נאר דורך זיין טאטע'נס שווער, אבער ער זעלבסט איז א גראדער בן אחר בן פונעם פאשקאנער, בן הרה"ק רבי יצחק מבוהוש זי"ע.

איז דער פאשקאנער געווען דער עלצטער?

ניין, זיי ברודער רבי ישראל שלום יוסף זצוק"ל ה "פאר ישראל" איז געווען די עלצטע זוהן און ממלא מקום פון אביו הרה"ק מ'בוהוש זצוק"ל.
און הרה"ק מ'פאשקאן איז געווען די פערטע זון (פון פינעף ברידער'ס), און ער האט געהייסען נאך זקנו הרבי רבי משה לייב פון סאסעוו זיע"א.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די צמח צדק זיע"א שיקט צום הייליגען ריזשינער זיע"א.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 7:39 am

אמאל איז געקומען א'פרוי א'עגונה ל"ע צו הרה"ק ה'"צמח צדק" פון לויבאוויטש זיע"א בעטענדיג א'ברכה אז זי זאל געפונען איר מאן,האט איר די צמח צדק זיע"א געשיקט צום "הייליגן ריזשינער" זיע"א (ס'איז זעלטן און זייער אינטערסאנט,אז אזוי האט אים די צמח צדק ושאר אדמור"י ליובאוויטש זיע"א גערופען די "הייליגע ריזשינער") אז ער וועט איר העלפן.

וכך הוה זי איז אנגעקומען צום הייליגען ריזשינער זיע"א און אים פארציילט איר פראבלעם, האט איר די ריזשינער זיע"א געזאגט די פסוק און תהילים "כי יצפננו בסוכה ביום רעה" ,אבער זי האט נישט פארשטאנען די תשובה.

איז זי צוריק געקומען צום צמח צדק און אים געזאגט די ריזישינער'ס ענטפער, האט איר די צמח צדק געזאגט אז זי זאל גיין זוכען און איר סוכה,וכך הוה זי איז געגאנגען זוכען,האט זי געטראפען איר מאן ליגען טויט אינטער די העלצער פונעם סוכה.

וואס ס'איז נתברר געווארען אז בשעת איר מאן האט צאם געלייגט די סוכה איז א'האלץ פונעם סוכה אראפגעפאלן אויף אים,און אים געהארגעט אויפן פלאץ ל"ע, און ער איז געווען באהאלטן אינטער די ברעטער.
זכותו יגן עלנו ועל כל ישראל אמן.

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:14 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ס'איז אמאל געקומען א'איד אין ג' חשון צום אלט'ן סאדיגערע רבי זיע"א (הרה"ק רבי אברהם יעקב בן הריזישנער זיע"א),מזכיר זייין טאטע (וואס זיין יארצייט געפאלט אויס דעמאלטס).
האט זיך די סאדיגערע רבי זיע"א אנגערופען אז ג'חשון איז די גהנום פארמאכט אזוי ווי שבת און יו"ט (אלץ דעם ריזישנער'ס יארצייט), און ממילא דארף ער נישט מזכיר זיין טאטע.

מער פונקטליך
אין רוז'ין איז דער מנהג אז ביי א יארצייט גיבן די קינדער א קוויטל ווי מ'איז מזכיר די נאמען פונעם נפטר
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

סדר דברים.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 8:43 am

זיס האט געשריבן: וואו איז רבי דוד בנו של רבי יצחק מבוהוש געווען אן איידעם?
האט ער געהאט נאך קינדער אויסער די ב' האדמורים - רמ"מ מבוהוש והאדמור משפיקוב?
האם יש נכדים מרבי אברהם יהושע העשיל מאד'זאד?]וואו איז דער איצקאני' געווען אן איידעם? - איז פאראן פון אים קינדער?[
האם היה לר' משה לייב מפאשקאן עוד בנים לבד מר' יעקב דוד, ר' יצחק ]ור' ישראל?
איז נאך דא אייניקלעך פון ר' יצחק ור' ישראל הנ"ל, און אויב יא, זענען זיי רבי'ס?

לאמיר הערן

לאמיר פראבירען ענטפערן בעזר הנותן לעיף כח כפי מסת ידי, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

א). ביי דודו הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מ'מעזבוז (חתן הרה"ק רבי שלום יוסף מ'סאדיגערע זיע"א).

ב'). הרה"ק רבי אברהם יהשע העשיל מ'אדזשוד זצ"ל האט געהאט קינדער,אבער ס'איז ליידער היינט צו טאג נישט געבליבען קיין זכר פון אים (די איינציגסטע פון רבי אציקל בוהוש'ערס זון וואס ס'איז נישט געבליבן א'זכר היינט צו טאג).

ג'). און רבי מנחם נחום פון איצקאני בן הרה"ק מ'אדזשוד זצ"ל איז געווען א'איידים ביי הרה"ק רבי ישראל משטארטאקוב זצוק"ל, זיין זון און טאכטער זענען אומגעקומען אויף קידוש ה'.


ד').רבי יצחק הנ"ל ( אבי ר' ישראל שלום יוסף שליט"א האדמו"ר מ'פאשקאן חתן ה"אמרי חיים מ'ויזניץ" ) בן הרה"צ מפאשקאן זצ"ל איז געווען א'איידים ביי בן דודו הרה"ק רבי מענדל בן רבי דוד הנ"ל מ'בוהוש .

ה'). פון רבי ישראל בן רבי יעקב דוד מפאשקאן זצ"ל איז געווען א'איידם ביי בן דודו רבי חיים דוב זצ"ל מ'וואסלוי (שווער בזיווג שני פון הרב ווייס זצ"ל די "מנחת יצחק " גאב"ד ירושלים) און ער האט געהאט טעכטער,און זייערע מענער זענען נישט מכהן באדמו"רות.


בדרך אגב האט הרה"ק רבי ישראל שלום יוסף "הפאר ישראל" פון בוהוש (ממלא מקום אביו הרה"ק רבי יצחק הראשון מ'בוהוש) חתונה געהאט בזווג שני מיט הרבנית מלכה בת הרה"ק רבי יאסעלע פון רימנוב בן הרבי רבי הערש זיע"א (גרושת רבי אשר ישעי בן הרה"ק האמרי נועם פון דזיקוב זצוק"ל).

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 12:35 pm

בן בוזי האט געשריבן:א ליובאוויטשער האט מיר געזאגט אז עס ענדלט אינעם משפיע ר' ישראל פרידמאן פון קרוין הייטס, האב איך עס צוזאמענגעשטעלט און ס'איז זייער ריכטיג.

ר' ישראל שטאמט פון באיאנער חסידים, צו ער איז אן אייניקל פונעם רוזינער דאס ווייס איך נישט

WOW! דאס איז נישט ענדליך. דאס איז ממש די זעלבע מענטש! time travel איז עכט!

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג מארטש 09, 2015 6:24 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
לאחרי המלחמה מי שהציל את היהדות שיוכלו לבנות בית ...הי' חסיד רוזין-באהאש הרה''ג הישיש ר' חיים מרדכי ראללער זצ''ל אב''ד ניאמץ
שכל הרבנים השתמשו בהתירו -אגב לאחר המלחמה הראשונה ר' מאיר אריק ביקשו שיתיר לו את ביתו מחבלי העיגון .
בקיצור מגדולי הפוסקים שאנחנו בני גליצי' והונגרי' הולכים לאורם היו חסידי או אוהדי בית-רוזין .כמו למשל הבית שלמה שהי' מבית קאסאוו-רוזין .
המהרש''ם שהי' מבית בעלז-טשארטקאוו והאמרי-יושר שהי' כל כולו טשארטקאוו ואחר המלחמה הרב מטשעבין שהי' חסיד האסיאטין וריעו הגה''ג
ר' משולם ראטה אב''ד טשערנאוויץ שהי' תלמיד חבר להאמרי-יושר והי' חסיד טשארטקאוו .והטעפליקער רב שהי' מרא דכולא תלמודה ועד היום פסקיו בארה''ק הם יסוד הפסקים .אני לא מדבר מגאונים וצדיקים . כוונתי עכשיו הא רק לגבי הפוסקים שאנו הולכים בעקבותיהם השתייכו לבית רוזין ....וזה פלא

הטעפליקער היה מחסידי ראחמיסטריווקא וזלאטיפאלי.
איזה קשר יש לזה עם רוזין?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג מארטש 15, 2015 11:18 am

נחוניא האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
לאחרי המלחמה מי שהציל את היהדות שיוכלו לבנות בית ...הי' חסיד רוזין-באהאש הרה''ג הישיש ר' חיים מרדכי ראללער זצ''ל אב''ד ניאמץ
שכל הרבנים השתמשו בהתירו -אגב לאחר המלחמה הראשונה ר' מאיר אריק ביקשו שיתיר לו את ביתו מחבלי העיגון .
בקיצור מגדולי הפוסקים שאנחנו בני גליצי' והונגרי' הולכים לאורם היו חסידי או אוהדי בית-רוזין .כמו למשל הבית שלמה שהי' מבית קאסאוו-רוזין .
המהרש''ם שהי' מבית בעלז-טשארטקאוו והאמרי-יושר שהי' כל כולו טשארטקאוו ואחר המלחמה הרב מטשעבין שהי' חסיד האסיאטין וריעו הגה''ג
ר' משולם ראטה אב''ד טשערנאוויץ שהי' תלמיד חבר להאמרי-יושר והי' חסיד טשארטקאוו .והטעפליקער רב שהי' מרא דכולא תלמודה ועד היום פסקיו בארה''ק הם יסוד הפסקים .אני לא מדבר מגאונים וצדיקים . כוונתי עכשיו הא רק לגבי הפוסקים שאנו הולכים בעקבותיהם השתייכו לבית רוזין ....וזה פלא

הטעפליקער היה מחסידי ראחמיסטריווקא וזלאטיפאלי.
איזה קשר יש לזה עם רוזין?


בן הקנה, לא לזה היתה הכוונה אז ואכמ"ל...................... אולי באישי
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 5:47 pm

לרגל היא"צ (הלילה)

הרה"ק רבי ישראל פרידמן מרוזין זיע"א,
בן הרה"ק רבי שלום שכנא מפראבישט זיע"א
נלב"ע ג' חשון תרי"א


רבינו הרה"ק רבי ישראל מוזניץ זיע"א נולד ביום ג' תשרי תקנ"ז בעיר פרוהבישט, לאביו הרה"ק רבי שלום שכנא מפרוהבישט (בן הרה"ק רבי אברהם המלאך זיע"א בן הרה"ק המגיד הקדוש ממעזריטש), ולאמו הרבנית הצדקנית מרת חוה ע"ה (בת הרה"ק רבי אברהם מקריסטשוב זיע"א חתן הרה"ק רבי נחום מטשארנאביל זיע"א).

קודם שנולד רבינו ביקרה אמו אצל הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא זיע"א, קם רבינו לפניה ואמר שהי' בבחי' ארון קודש שיש בו ספר תורה.

ברבות הימים כאשר התקיימה החתונה הגדולה באוסטילה ששם ישבו מאות אדמו"רים עם בגדי לבנים, והרה"ק מאפטא הי' זקן האדמור"ים אמנם רבינו הי' מהצעירים ביותר, ונפל אבניטו של רבינו, קם הרה"ק מאפטא והרים את הגארטל של רבינו, וחגרו עליו, לתמיהת הסובבים לפשר התנהגותו, נענה הרה"ק ואמר אני עוסק כעת בגלילת ספר תורה חי.

פעם התבטא עליו הרה"ק מאפטא על רבינו, האברך הזה כל מעשיו קדושים ופעולותיו בלתי לה' לבדו, אך מעתה מתחיל הוא לילך על דרך כזה, אשר נדנוד אבר ורפרוף עין לא יהיה כי אם בלתי לה' לבדו.

בכתבי הרה"ק מהר"י מסטוטשין זיע"א רשום בזה"ל: פעם אחת אמר (הרה"ק רבי נפתלי מראפשיץ) להרה"ק מאפטא "לאמיר גיין זעהן א שיין יונגעל אין רוזין", ונסעו יחדיו להרה"ק רבי ישראל מרוזין שהי' אז בגיל י"ט, וכשבאו לפלטרו של הרוזינער הכניסו אותם לחדר שהיה כולו מרוקם ב"סאמעט", הכותלים והגג. וישבו שם והמתינו להרה"ק רבי ישראל, וכאשר המתינו לו, אמר הרה"ק מראפשיץ להרה"ק מאפטא "דא זיצט א יונגעל יעדע נאכט אויף די ערד מיט א טייך טרערן ארום, און ער האקט זיך אין קאפ אויף גלות השכינה", ואח"כ בא הרוזינער לחדר, ועמד לפניו רבינו מראפשיץ מלא קומתו באימה כל כך עד שנפל הספאדיק מראשו, ואח"כ שאלו הרוזינער לרבינו, "ראפשיצער רב, איר ווייסט פארוואס דא איז בלויז סאמעט", וענה לו רבינו מראפשיץ, "ווייל אין סאמעט כאפן זיך נישט אריין קיין פלעיין (=חרקים)", ואמר הרוזינער "די וועלט זאגט דער ראפשיצער רב איז א חכם, דאס הייסט א חכם.

ואחר כך שוחחו הצדיקים יחד ורבינו (מראפשיץ) נתן קוויטל להרוזינער, און דער רוזינער האט זיך געוואלט באווייזן, ולא הביט בקוויטל רק מללו בין ב' ידיו ונתנו נגד פיו ואמר פע, וברכו בכל הבקשות שהיו מוזכרים בקוויטל, ואח"כ שהלכו בחזרה, ליוום הרוזינער, והרה"ק מאפטא אמר מעשה כדרכו בקודש, וסיפר משר אחד שעשה לו מאנטיל והפסיקו רבינו מראפשיץ ואמר, "מעזביזער רב איר האט פארגעסן דער מאנטיל האט געהאט זעקס גאלדענע קנעפליך אויף די זייט, און זעקס גאלדענע קנעפלעך אויף די צווייטע זייט", ואמר הרה"ק מאפטא יא, יא, כ'האב פארגעסן דאס מאנטל האט געהאט זעקס וכו'.

ואח"כ אמר הרוזינער למקורביו, "די וועלט זאגט דער ראפשיצער רב איז א חכם, דאס הייסט א חכם, אז דער הייליגער מעזביזער קען פארציילן א מעשה און דער ראפשיצער רב זאל אים פאררעכטן און דער מעזביזער זאל מודה זיין, דאס הייסט א חכם.

כאשר נשאל פעם הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זיע"א על גדלותו של רבינו, נענה הרה"ק ואמר, מה אומר לכם, הלוא חותני (הרה"ק רבי נפתלי צבי מראפשיץ) זיע"א, והרה"ק ממעזיבוז (הכוונה על הרה"ק האוהב ישראל מאפטא) זיע"א, ועוד שאר צדיקים כולם היו במקום משכן כבודו בריזין, והיו ממתינים בחדרי משכנותיו עד בואו, וכאשר בא עמדו כולם עד אשר ישב הרה"ק מריזין על כסא כבודו, וגם אחר כך עמדו עד אשר ציוה להם לישב, והם היו זקנים והוא היה אז בעת ילדותו, והכל היה נכון בעיניהם, ומזה תוכלו לשער גודל קדושתו.
רבינו נפ' ביום ג' מר-חשון תרי"א בשנת נ"ד בעיר סאדיגורה, ושם מנו"כ.

זרעו אחריו: בניו: הרה"ק רבי שלום שכנא מסדיגורה, הרה"ק רבי אברהם מרדכי מסדיגורה, הרה"ק הפחד יצחק מבאיאן, הרה"ק ר' מנחם נחום משטיפענעשט, הרה"ק רבי דוב מליעווע, הרה"ק רבי דוד מטשארטקוב.

חתניו: הרה"ק רבי מנחם מענדיל מויזניץ בעל צמח צדיק זיע"א.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט