שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יהודהפ
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 9:40 pm

קול הרמ"ז - מרדכי זאב בן שלמה גבריאל רוזנטל

תגובהדורך יהודהפ » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 3:26 pm

קול הרמ"ז - מרדכי זאב בן שלמה גבריאל רוזנטל

http://www.hebrewbooks.org/9519

מדוע שם משפחה של מרדכי זאב היא רוזנטל, והשם משפחה של אב ובן שלו מרגליות?
צוגעלייגטע
Mordechai Zev Rosenthal Chacham Tzvi1.pdf
(32.66 KiB) דאונלאודעד 38 מאל

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 5:42 pm

בגליון נחלתינו של לפני כשבועיים הובא שם צד שהרה"ק רבי נפתלי מליזענסק היה חתן בנו או חתן בתו של דו"ז הרה"ק ר"ר זושא זיע"א
אם יש יותר מידע אשמח לשמוע.

אגב לר"נ היה בן בשם רבי משולם זושא, אבל אין זה מוכרח להיות ראי'.

אפטא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

צאצאי הגאון רבי ישראל ברי"ל

תגובהדורך אפטא » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:02 pm

קאהוט (מחבר ספר הערוך השלם) שרייבט עטליכע מאהל און זיין ספר אז זיין טאטע (ישראל קאהוט) איז געווען א פלומעניק פון די צווי גרויסע צדיקים הגאון רבי עמרם חסידא און הגאון רבי חיים קיצע, זייענדיג א אייניקל פון ר' ישראל ברי"ל.

ווייסט אפשר איינער דער ייחוס דארט פונקטלעך פון קאהוא ביז ר' ישראל ברי"ל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:21 pm

אפטא האט געשריבן:קאהוט (מחבר ספר הערוך השלם) שרייבט עטליכע מאהל און זיין ספר אז זיין טאטע (ישראל קאהוט) איז געווען א פלומעניק פון די צווי גרויסע צדיקים הגאון רבי עמרם חסידא און הגאון רבי חיים קיצע, זייענדיג א אייניקל פון ר' ישראל ברי"ל.

ווייסט אפשר איינער דער ייחוס דארט פונקטלעך פון קאהוא ביז ר' ישראל ברי"ל

עפעס שטימט נישט
הרהגה"ר ר' ישרא' בריל האט געהאט נור צוויי טעכטער
סתם פאר נייגעריגקייט
פארוואס איז דיר אזוי וויכטיג צו וויסען דעם יחוס פון א פראפעססאר אין א ראבינער סעמינאר ?

אפטא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

תגובהדורך אפטא » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:38 pm

קיקיון האט געשריבן:
אפטא האט געשריבן:קאהוט (מחבר ספר הערוך השלם) שרייבט עטליכע מאהל און זיין ספר אז זיין טאטע (ישראל קאהוט) איז געווען א פלומעניק פון די צווי גרויסע צדיקים הגאון רבי עמרם חסידא און הגאון רבי חיים קיצע, זייענדיג א אייניקל פון ר' ישראל ברי"ל.

ווייסט אפשר איינער דער ייחוס דארט פונקטלעך פון קאהוא ביז ר' ישראל ברי"ל

עפעס שטימט נישט
הרהגה"ר ר' ישרא' בריל האט געהאט נור צוויי טעכטער
סתם פאר נייגעריגקייט
פארוואס איז דיר אזוי וויכטיג צו וויסען דעם יחוס פון א פראפעססאר אין א ראבינער סעמינאר ?


א. און ספר דור רבניו ודורשיו וואס איר ברענגט צו דארט אליין שטייט אז ער איז געווען מגזע היחס (בדרך אגב האט ער דארט א טעות ער שרייבט אז זיין טאטע האט געהייסן יעקב און קאהוט אליין שרייבט זיך אונטער ב"ר ישראל...
ב. דעס וואס איר ברענגט פון ספר שנות חיים האב איך אויך דעזעהן און פאר דעם פרעג איך טאקע...
ג. ס'איז מיר באמת נישט אינטרעסאנט זיין ייחוס נא כ'האב עפעס א השערה אז אויב איך וועל וויסן ווי אזוי ער קומט אן צו ר' ישראל ברילל וועט דאס צו געבן צו מיין ייחוס אויך.
ד. איך לייג דא דריי שטיקלעך ארויס גענומען פון זיין ספר הערוך השלם ווי ער איז זיך מתייחס צו זיין זיידע און פעטערס (כ'גלייב נישט אז דאס איז שקר, ווייל ער איז געווען קרוב צו יענע צייט).
הערוך השלם חלק א.JPG
הערוך השלם חלק א.JPG (37.68 KiB) געזעהן 1008 מאל
הערוך השלם אחרית דבר חלק א.JPG
הערוך השלם אחרית דבר חלק א.JPG (37 KiB) געזעהן 1008 מאל
הערוך השלם אות צ.JPG
הערוך השלם אות צ.JPG (124.54 KiB) געזעהן 1008 מאל

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:20 pm

פאלגנד איז וואס איך האב צוזאמגעקראצט פון די פאמיליע ביימער:

ישראל יעקב קאהוט'ס מוטער איז געווען א שוועסטער מיט הרבניות קיצע און ראזענבוים (חסידא), טעכטער פון רבי ישראל בריל זצ"ל.

(זיי גיבן נישט אן א נאמען פאר זיין פאטער אדער מוטער. לכאורה איז די קשר בלויז אן השערה, באזירט אויף די אויבנדערמאנטע מקורות.)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:57 pm

פארוואס האט הרה"ג ר' ישרא' בריל אבד"ק ווארפאלאט נישט כולל געווען דעם "דריטען איידעם" אין זיין קדיש געשעפט?
1) אזא מענטש לא הי' ולא נברא
2) ער איז פונקט נישט דארט געווען ווען די שוואגערס זענען געווען
3)..... שרייב איך נישט משום כבודו

אפטא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

תגובהדורך אפטא » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:48 am

זאגן אז ער האט סתם פאברעצירט א ייחוס און יענע יאהרן וואס סאיז געווען סמוך ונראה לתקופת רבי עמרם חסידא וואס איז געווען ידוע איבעראל, און דאס דריקען און א ספר וואס (צו מ'וויל צו נישט) איז דאס ידוע, זעהט נישט אויס.
דעס אז ס'געפעלט נישט צו זאגן אז ליידער איז דארט ארויס געקומען אזא מענטש, איז נאך נישט שולל דעם ייחוס

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:36 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:בגליון נחלתינו של לפני כשבועיים הובא שם צד שהרה"ק רבי נפתלי מליזענסק היה חתן בנו או חתן בתו של דו"ז הרה"ק ר"ר זושא זיע"א
אם יש יותר מידע אשמח לשמוע.

אגב לר"נ היה בן בשם רבי משולם זושא, אבל אין זה מוכרח להיות ראי'.


לא ראיה בכלל, גם הבני יששכר קרא לבן שלו על שמו

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:17 am

צוריק צו קוהאט, אויף איין מקום ברענגען זיי אז זיין פאטער האט זיך אויפגעטוהן אז ער הייסט נאכן זיידן רבי ישראל זצ"ל. אלזא, אדער האט (יעקב) ישראל'ס פאטער זיך געטוישט די נאמען פון בריל צו קוהאט, אדער איז זיין מוטער געווען א טאכטער (אזוי ווי איך האב נאכגעברענגט בעפאר פון אנדערע.)

צוריק צו הרב קיקיון'ס דילעמע.

אפטא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

תגובהדורך אפטא » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:57 pm

כ'האב נישט סתם געפרעגט, נאר ווייל ס'איז טאקע אזוי פארנעפלט.
אפשר איז דא די וואס ווייסן ווי אזוי מ'זוכט און מאטריקלען וכדו', און זיי וועלן דא פראבירן ארויס צו העלפן.
דער קאהוא איז געבוירן און פעלעדהאז (Kiskunfélegyháza) און לכאורה דארף מען דארט אנהייבן צו זיכן זיין טאטע און אזוי ווייטער ארויף.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:13 pm

מעטאדען נאכצופארשן יחוס - A detective's manual
אן אשכול ווי עס דרייען זיך אזעלכע וואס לעבען אין דעם מקצוע

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 4:53 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:בגליון נחלתינו של לפני כשבועיים הובא שם צד שהרה"ק רבי נפתלי מליזענסק היה חתן בנו או חתן בתו של דו"ז הרה"ק ר"ר זושא זיע"א
אם יש יותר מידע אשמח לשמוע.

אגב לר"נ היה בן בשם רבי משולם זושא, אבל אין זה מוכרח להיות ראי'.


לא ראיה בכלל, גם הבני יששכר קרא לבן שלו על שמו

כתבתי שאי"ז ראיה, הם היו נכדי אחיו ר"ר אלימלך
שאלתי אם יש מידע ע"ז בכלל ולא קשור לשמות בני המשפחה

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:09 pm

אפטא האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:
אפטא האט געשריבן:קום איך יעצט דא פון שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים
דארעך א אנווייז פון 'קיקיון'.
דער נידון איז וועגן קאהוט דער מחבר פון ספר הערוך השלם וואס ברענגט עטליכע מאהל און זיין ספר אז ער איז א אייניקל פון הגאון ר' ישראל אבד"ק פאלאטא, און שרייבט אז זיין טאטע ישראל קאהוט האט געהאט צוויי גרויסע פעטערס הגאון רבי עמרם חסידא און הגאון רבי חיים קיצע.
וויל איך וויסן ווי אזוי גייט די ייחוס פון קאהוט ביז ר' ישראל בריל אבד"ק פאלאטא.
אזויווי איך האב באמערקט שוין דארט אז איך בין נישט נייגעריג די ייחוס פון א פראפעסאר ראבינער נאר דאס גיט מיר צו צו מיין ייחוס.

זיי מסביר דיין מבוכה
די ווייסט אז די ביסט אן אייניקעל פון הגאון ר' ישראל אבד"ק פאלאטא אבער נישט ווי אזוי ?

הסבר: מיין זיידע האט געהייסן עמרם חנוך יהודה פרידמאן (נפטר תרמ"ט). מיט א אומקלארע רעדע און די משפחה אז ער איז געווען משפחה מיט הגאון רבי עמרם חסידא.
און איך פראביר דאס נאכצוגיין.
קאהוט'ס יודישע נאמען איז געווען חנוך יהודה.
קלעהר איך אז אפשר האט ער געהייסן נאך זיין טאטעס טאטע חנוך יהודה וואס איז אפשר געוועהן א שוואגער מיט רבי עמרם חסידא, און אפשר איז מיין זיידע אויך עפעס א צאצא פון דארט און ממילא איז צוזאם געשטעל געווארן א נאמען פון א זיידע מיט א פעטער, ווייל כידוע אין אונגארן האט מען אסאך געגעבן דעם נאמען עמרם נאך רבי עמרם חסידא.
אבער צו באמערקן אז דאס גאנצע פשעטיל איז בלויז א השערה, ממילא וויל איך נאך גיין קאהוט'ס ייחוס.
ווי געשריבן אום על הצדיקים אז לכאורה דארף דאסמ ווערן אנגעהויבן צו זוכן און די שטאט פעלעדהאז ביי די מאריקלען פון דארט ווייל דארט איז קאהוט געבוירן.

(אריבערגעברענגט אהער פונעם שכנות'דיגן אשכול.)

די נעפל ארום די יחוס פון רבי עמרם חנוך יהודה פרידמאן און משפחת קאהוט ווערט ברייט אויסגעשמועסט אין גליון עלי זכרון עלה כ"ט און דערנאך אין עלה ל. עיי"ש. http://jgsob.org/aleizikoroin.html.

נאכן ארום ארבעטן מיט כמה צדדים בלייבן זיי בצריך עיון, אבער מ'קען נאך מעיין זיין אין די מאטריקאלן, אויב די צייט וועט ערלויבן.

קיקיון האט געשריבן:פארוואס האט הרה"ג ר' ישרא' בריל אבד"ק ווארפאלאט נישט כולל געווען דעם "דריטען איידעם" אין זיין קדיש געשעפט?
1) אזא מענטש לא הי' ולא נברא
2) ער איז פונקט נישט דארט געווען ווען די שוואגערס זענען געווען
3)..... שרייב איך נישט משום כבודו

לפי הנ"ל, לכאורה 3...

אפטא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

תגובהדורך אפטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:35 pm

נו, אויף דעם ווארט איך דאך, ווי געשריבן אויבן. און אזוי ווי איך פארשטיי נישט און ווייס נישט ווי אזוי מען זוכט מאטריקלען, ווארט איך זייער אז קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא. מיט דאנק פון פאראויס.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

משפחת פריעדמאן/קאהוט

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 5:34 pm

לאמיר פראבירן צוזאמנעמען די צוויי הויפט השערות וועלכע זענען אויסגעשמועסט בהגליון הנ"ל. (די נעמען וועלכע זענען אנגעצייכנט רויט זענען בלויז השערות און זענען נישט באזירט אויף קראנטע פאקטן.)

השערה א':
א. רבי ישראל בריל אב"ד ווארפאלאטא (לא היה לו בנים) תק"ט - תקס"ח
חתניו:
ב. רבי חיים קיצע. תקל"ב - תר"ט
ב. רבי עמרם חסידא. תק"נ - תק"צ
ב. רבי חנוך יהודא קאהוט

צאצאי רבי חנוך יהודא קאהוט:
ג. בנו רבי ישראל יעקב קאהוט. תקס"ד - תרמ"ב
-- ד. בנו ד"ר אלעקס קאהוט
ג. חתנו רבי שלום פריעדמאן מ'אבראהאם. תק"ס - תרכ"ח
-- ד. בנו רבי עמרם חנוך יהודה פריעדמאן, שו"ב באיהעל. תק"ץ - תרמ"ט

השערה ב':
א. רבי ישראל בריל אב"ד ווארפאלאטא (לא היה לו בנים) תק"ט - תקס"ח
חתניו:
ב. רבי חיים קיצע. תקל"ב - תר"ט
ב. רבי עמרם חסידא. תק"נ - תק"צ
ב. רבי יהושע קאהוט (המכונה רבי יהושע ווארפאלאטא) ב"ר חנוך יהודא קאהוט

צאצאי רבי יהושע קאהוט:
ג. בנו רבי ישראל יעקב קאהוט. תקס"ד - תרמ"ב
-- ד. בנו ד"ר אלעקס קאהוט

א. רבי חנוך יהודא קאהוט הנ"ל
ב. חתנו רבי שלום פריעדמאן מ'אבראהאם. תק"ס - תרכ"ח
-- ג. בנו רבי עמרם חנוך יהודה פריעדמאן, שו"ב באיהעל. תק"ץ - תרמ"ט

לויטן צווייטן השערה איז רבי עמרם חנוך יהודא פריעדמאן נישט געווען אן אייניקל פון רבי ישראל בריל, נאר זיין פאטער רבי שלום איז געוועזן א שוואגער מיט רבי יהושע קאהוט, וועלכער איז געווען אן איידעם ביי רבי ישראל און א שוואגער מיט רבי עמרם חסידא און רבי חיים קיצע.

* * *

דער פאטער פון ד"ר קאהוט, רבי ישראל יעקב, האט געוואוינט אין פעלעדהאז פאר א וויילע אבער ער האט זיך שפעטער אריבערגעצויגן קיין קעטשקעמעט, א גרעסערע שטאט אין די געגנט. עס שיינט אז מאנכע פון די קאהוט משפחה זענען געווען סטאנציאנירט דארט אין קעטשקעמעט. אין די דארטיגע מאטריקאלן זענען פארהאן פילע קאהוט רעקארדס פון די ת"ק און ת"ר יארן, א שטייגער ווי אסתר קאהוט, אשת משה וואלענטין, תקמ"ג-תר"ו; בערנארד קאהוט תקכ"ט-תר"י; קעראלי קאהוט תקנ"ב-תרמ"ב; ועוד. מען געפינט אויך מערערע קאהוט'ס אין די נייטרא געגנט אין אויבערלאנד. אין די מאטריקאלן אין פּעסט געפונט מען געוויסע קאהוטס וועלכע שטאמען פון נייטרא.

רבי שלום פריעדמאן הנ"ל איז אנגעבליך געווען אב"ד אדער דומ"ץ בק"ק אבראהאם - Felsőábrány אדער Alsóábrány, היינט Bükkábrány (אדער לפי השערה אחד אין Érábrány/Abram אין ראמעניע).

ווארפאלאטא איז אין די אויבערלאנדישע געגנד, בשעת אבראהאם איז אין אונטערלאנד. אין די מטאריקאלן האב איך דערוווייל נישט געפונען עפעס וואס זאל דירעקט מקשר זיין משפ' פריעדמאן פון אבראהאם צו משפ' קאהוט אדער בריל, אדער צום שטאט ווארפאלאטא.

שרייב ווערק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 12:02 pm

א גוטן, איך וויל בעטן אויב מ'קען קלארשטעלן א נושא וואס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט דא עטליכע מאל אין די פארגאנגענהייט מיט אנדערע מסקנות, דאס איז איבער די שווער פון ר' נחמן כהנא פון סיגוט בן הקונטרס הספיקות.

אין ספר "סדר הדורות ואילן היוחסין תולדות אברהם - מנחת שלמה" איבער די ראזענבערג יחוס (ארויסגעקומען תשס"ד) ווערט געברענגט אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייב וואס איז געווען א זוהן פונעם בנין אריאל פון אמסטערדאם און אן איידעם ביים יעב"ץ.

דא האט מען אין תשע"ב אראפגעברענגט פון הרב וועקשטיין פון מכון ויתילדו וואס ער האט דעמאלס ארויסגעגעבן, קודם א בירור וואס זאגט אז ס'איז "זיכער" נישט אמת, שפעטער א מילדערע ווערסיע מיט געוויסע תיקונים וואס זאגט אז ס'איז "לכאורה" נישט אמת, עכ"פ ביידע גירסאות האבן למעשה נישט דוקא אפגעפרעגט אז ער איז געווען אן איידעם ביי א איד וואס האט געהייסן ר' ארי' לייב, נאר אז דאס קען נישט זיין/איז לכאורה נישט יענע ר' ארי' לייב נאר איז מעגליך א צווייטער וואס איז געווען אן אייניקל פונעם בנין אריאל, הגם ער איז מפקפק אויף דעם אז ר' נחמנ'ס שווער איז בכלל געווען אן אייניקל פונעם בנין אריאל איז אבער נישט דא קיין געהעריגע פירכא וואס קען אפפרעגן די קבלה אז ער איז יא געווען.

הרב וועקשטיין דערמאנט נישט קיין שום גירסא וואס פרעגט אפ די קבלה אז ר' נחמנ'ס שווער האט געהייסן ר' ארי' לייב, און ס'האט באמת נישטא קיין שום מקום אפצופרעגן ווילאנג מ'ווייסט נישט אנדערש, נאכמער, זיין עלטסטע (און איינציגסטע) זוהן האט ער א נאמען געגעבן "יוסף ארי' לייב" און רוב פון זיינע קינדער האבן געהאט קינדער "ארי' לייב", וואס זאגט אז ס'איז זיכער געווען א נאענטע זיידע מיט דעם נאמען (לויט הרב וועקשטיין איז ר' ארי' לייב בן הבנין אריאל אוועק גאר יונג וואס לויט די גירסא אז ר' נחמן איז ביי אים געווען אן איידעם שטימט עס אז ער האט געגעבן א נאמען נאך זיין שווער און צוגעגעבן א נאמען צוליב זיין אוועקגיין יונג, אזויווי זיין טאטע די קונטרס הספיקות האט נאך דעמאלס געלעבט האט ער געגעבן יוסף נאך דעם קונטרס הספיקות' טאטע ר' יוסף מ'קאליש).

און תשע"ז האט איינער דא אנגעפרעגט אויב ר' נחמן בן הקונטרס הספיקות איז געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייב בן הבנין אריאל אדער ביי ר' ישכר האלפערט און איינער האט אים געענטפערט מיט א פשטות אז ביי "ר' ישכר האלפערט".

זענען מיינע קשיות אזוי:

א) נישט די ארויסגעבער פון "סדר הדורות ואילן היוחסין תולדות אברהם - מנחת שלמה" אין תשס"ד, און נישט הרב וועקשטיין אין תשע"ב, - ביידע באקאנט אלס קראנט - דערמאנען אזא ווערסיע בכלל, אלזא וואסערע אינפארמאציע - אויב בכלל - איז ארויסגעקומען זינט דאן וואס דערציילט עס?

ב) די פאקטאר פון די נעמען איז זייער שטארק, אין די צייט וואס ר' נחמנ'ס קינדער האבן געגעבן "ארי' לייב" פונקט אזויווי "יהודה", וואס צוליב דעם איז שווער צו זאגן אז ר' נחמנ'ס שווער האט נישט געהייסן ר' ארי' לייב, זעט מען בכלל נישט די נאמען "ישכר" צווישן זיי.

נאך עפעס, דער וואס ברענגט אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' ישכר האלפערט דערמאנט אז ר' ישכר'ס זוהן ר' ישראל יעקב פון מונקאטש איז געווען אן איידעם ביי א איד ר' ארי' לייב אן אייניקל פונעם בנין אריאל, לויט הרב וועקשטיינ'ס ווערסיע האט ר' נחמנ'ס שווער ר' ארי' לייב וואס איז געווען אן אייניקל פונען בנין אריאל און האט געוואוינט אין מונקאטש געהאט נאך אן איידעם וואס האט געהייסן ר' ישראל יעקב האלפערט וואס האט פארשטייט זיך געוואוינט אין מונקאטש, דאס הייסט אז לויט ביידע ווערסיעס איז ר' נחמן געווען א שוואגער מיט ר' ישראל יעקב האלפערט פון מונקאטש וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייב אן אייניקל פונעם בנין אריאל, די שאלה איז נאר (אויב זיי זענען טאקע געווען שוואגערס) וויאזוי זיי זענען געווען שוואגערס און ווער ס'האט אויסגעמישט די יוצרות.

אגב, אין דזשעני האב איך געזען אז אין תשע"ג האט מען געטראפן די מציבה פון ר' ארי' לייב בן הבנין אריאל אין האג, האלאנד, דארט דארף מען צו זען צו ער איז טאקע געווען אזוי יונג ווען ער איז אוועק ווי הרב וועקשטיין זאגט, און אפשר אויך אויב ער האט איבערגעלאזט זש"ק וואס הרב וועקשטיין איז מוטל בספק, אויב איינער האט די נוסח המציבה אדער א בילד ביטע מיטטיילן.

אויב איינער ווייסט מער ביטע זיך לאזן הערן, א גרויסן ש'כח.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:07 pm

שרייב ווערק האט געשריבן:א גוטן, איך וויל בעטן אויב מ'קען קלארשטעלן א נושא וואס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט דא עטליכע מאל אין די פארגאנגענהייט מיט אנדערע מסקנות, דאס איז איבער די שווער פון ר' נחמן כהנא פון סיגוט בן הקונטרס הספיקות.

אין ספר "סדר הדורות ואילן היוחסין תולדות אברהם - מנחת שלמה" איבער די ראזענבערג יחוס (ארויסגעקומען תשס"ד) ווערט געברענגט אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייב וואס איז געווען א זוהן פונעם בנין אריאל פון אמסטערדאם און אן איידעם ביים יעב"ץ.

דא האט מען אין תשע"ב אראפגעברענגט פון הרב וועקשטיין פון מכון ויתילדו וואס ער האט דעמאלס ארויסגעגעבן, קודם א בירור וואס זאגט אז ס'איז "זיכער" נישט אמת, שפעטער א מילדערע ווערסיע מיט געוויסע תיקונים וואס זאגט אז ס'איז "לכאורה" נישט אמת, עכ"פ ביידע גירסאות האבן למעשה נישט דוקא אפגעפרעגט אז ער איז געווען אן איידעם ביי א איד וואס האט געהייסן ר' ארי' לייב, נאר אז דאס קען נישט זיין/איז לכאורה נישט יענע ר' ארי' לייב נאר איז מעגליך א צווייטער וואס איז געווען אן אייניקל פונעם בנין אריאל, הגם ער איז מפקפק אויף דעם אז ר' נחמנ'ס שווער איז בכלל געווען אן אייניקל פונעם בנין אריאל איז אבער נישט דא קיין געהעריגע פירכא וואס קען אפפרעגן די קבלה אז ער איז יא געווען.

הרב וועקשטיין דערמאנט נישט קיין שום גירסא וואס פרעגט אפ די קבלה אז ר' נחמנ'ס שווער האט געהייסן ר' ארי' לייב, און ס'האט באמת נישטא קיין שום מקום אפצופרעגן ווילאנג מ'ווייסט נישט אנדערש, נאכמער, זיין עלטסטע (און איינציגסטע) זוהן האט ער א נאמען געגעבן "יוסף ארי' לייב" און רוב פון זיינע קינדער האבן געהאט קינדער "ארי' לייב", וואס זאגט אז ס'איז זיכער געווען א נאענטע זיידע מיט דעם נאמען (לויט הרב וועקשטיין איז ר' ארי' לייב בן הבנין אריאל אוועק גאר יונג וואס לויט די גירסא אז ר' נחמן איז ביי אים געווען אן איידעם שטימט עס אז ער האט געגעבן א נאמען נאך זיין שווער און צוגעגעבן א נאמען צוליב זיין אוועקגיין יונג, אזויווי זיין טאטע די קונטרס הספיקות האט נאך דעמאלס געלעבט האט ער געגעבן יוסף נאך דעם קונטרס הספיקות' טאטע ר' יוסף מ'קאליש).

און תשע"ז האט איינער דא אנגעפרעגט אויב ר' נחמן בן הקונטרס הספיקות איז געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייב בן הבנין אריאל אדער ביי ר' ישכר האלפערט און איינער האט אים געענטפערט מיט א פשטות אז ביי "ר' ישכר האלפערט".

זענען מיינע קשיות אזוי:

א) נישט די ארויסגעבער פון "סדר הדורות ואילן היוחסין תולדות אברהם - מנחת שלמה" אין תשס"ד, און נישט הרב וועקשטיין אין תשע"ב, - ביידע באקאנט אלס קראנט - דערמאנען אזא ווערסיע בכלל, אלזא וואסערע אינפארמאציע - אויב בכלל - איז ארויסגעקומען זינט דאן וואס דערציילט עס?

ב) די פאקטאר פון די נעמען איז זייער שטארק, אין די צייט וואס ר' נחמנ'ס קינדער האבן געגעבן "ארי' לייב" פונקט אזויווי "יהודה", וואס צוליב דעם איז שווער צו זאגן אז ר' נחמנ'ס שווער האט נישט געהייסן ר' ארי' לייב, זעט מען בכלל נישט די נאמען "ישכר" צווישן זיי.

נאך עפעס, דער וואס ברענגט אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' ישכר האלפערט דערמאנט אז ר' ישכר'ס זוהן ר' ישראל יעקב פון מונקאטש איז געווען אן איידעם ביי א איד ר' ארי' לייב אן אייניקל פונעם בנין אריאל, לויט הרב וועקשטיינ'ס ווערסיע האט ר' נחמנ'ס שווער ר' ארי' לייב וואס איז געווען אן אייניקל פונען בנין אריאל און האט געוואוינט אין מונקאטש געהאט נאך אן איידעם וואס האט געהייסן ר' ישראל יעקב האלפערט וואס האט פארשטייט זיך געוואוינט אין מונקאטש, דאס הייסט אז לויט ביידע ווערסיעס איז ר' נחמן געווען א שוואגער מיט ר' ישראל יעקב האלפערט פון מונקאטש וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייב אן אייניקל פונעם בנין אריאל, די שאלה איז נאר (אויב זיי זענען טאקע געווען שוואגערס) וויאזוי זיי זענען געווען שוואגערס און ווער ס'האט אויסגעמישט די יוצרות.

אגב, אין דזשעני האב איך געזען אז אין תשע"ג האט מען געטראפן די מציבה פון ר' ארי' לייב בן הבנין אריאל אין האג, האלאנד, דארט דארף מען צו זען צו ער איז טאקע געווען אזוי יונג ווען ער איז אוועק ווי הרב וועקשטיין זאגט, און אפשר אויך אויב ער האט איבערגעלאזט זש"ק וואס הרב וועקשטיין איז מוטל בספק, אויב איינער האט די נוסח המציבה אדער א בילד ביטע מיטטיילן.

אויב איינער ווייסט מער ביטע זיך לאזן הערן, א גרויסן ש'כח.

בסמוך לקברו של ר' נחמן כהנא בסיגוט יש מציבה שכתוב עליה: פ"נ האשה הצנועה מ' פרידא רבקה בת המנוח מו"ה ישכר זלל"ה, נפטרה יום ה' ט"ו מרחשון כ'ש'ר'ה' ו'נ'א'ו'ה' במעשיה לפרט [=תקצ"ג], תנצב"ה. כנראה שזה מציבת אשת ר' נחמן, ואכן רואים את השם "פריידא רבקה" בין צאצאי ר' נחמן כהנא.
ויצויין שנשתמר רשימה שכתב הרה"ח ר' יעקב כהנא בן הרה"ח ר' יודל עביר ראזענבערג מביטשקוב בן הרה"ח ר' יעקב ראזענבערג מסיגוט שזקינו רבי נחמן כהנא היה חתן רבי ארי' ליב נכד הבנין אריאל. אך כנראה שזה טעות, כי העתיק זאת ממגילת יוחסין שהיה בידי משפחת ר' נפתלי היילפרין מסיגוט, ששם כתוב בזה"ל: אבינו ה"ר נפתלי היילפרין ז"ל הי' בן הרב החסיד המפורסם מו"ה ישראל יעקב היילפרין ז"ל גיסו של הרב המפורסם מו"ה נחמן כהנא מסיגעט זצ"ל בנו של הרב הגאון העצום מו"ה יהודא כהנא ז"ל אבדק"ק סיגעט יצ"ו בעמח"ס תרומת הכרי וספר קונטרס הספיקות וחתן הרב החסיד המפורסם מו"ה ארי' ליבש ז"ל נכד וכו'. והמעתיק סבר כי תיבת "וחתן" קאי על ר' נחמן כהנא, אבל באמת קאי על ר' ישראל יעקב היילפרין הנזכר קודם, ושניהם היו גיסים, כי ר' נחמן היה חתן הר"ר ישכר היילפרין אביו של ר' ישראל יעקב. (הערת הרב אייזיק כהנא בספר "למשפחותם לבית אבותם" עמ' פ"ו).

שרייב ווערק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:14 pm

אויב איר מיינט דאס (1065) איז זי אוועק תרע"ז (גראדע אינעם אנגענומענעם טאג ט"ו חשון) וואס איז נישט מעגליך.

שרייב ווערק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:28 pm

כ'האב געטראפן וואס איר מיינט דא, האט מען שוין פון פריער געוואוסט אז זי איז אוועק יענע טאג?

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מוצ"ש אוקטובער 06, 2018 11:09 pm

איינער האט עפעס אינפארמאציע איבער נכדי הרב הקדוש מסטראשעלע?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:12 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:איינער האט עפעס אינפארמאציע איבער נכדי הרב הקדוש מסטראשעלע?

רבי דוד צבי הילמאן איז געווען אן אייניקל.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 9:30 pm

איך זיך אינפארמאציע איבער א ר' אריה הלוי הורביץ פון ירושלים וואס דארף צו זיין א אייניקל

ברוז
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:49 pm

מצבות מביה"ח בעיר יאס, מי המה הצדיקים ?

תגובהדורך ברוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:02 pm

.
צוגעלייגטע
image (2).jpg
image (2).jpg (145.43 KiB) געזעהן 341 מאל
image (1).jpg
image (1).jpg (169.34 KiB) געזעהן 341 מאל

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:26 pm

ברוז האט געשריבן:
image %281%29.jpg
image %281%29.jpg (169.34 KiB) געזעהן 331 מאל
.


דאס איז פון ר' יוסף יוסקא א זון פון ר' ארי' לייב מוואלאטשיסק

דאכט זיך מיר אז ער איז געווען דער רב אין יאס

ר' ארי' לייב איז ארויף קיין ארץ ישראל און ער ליגט אינעם מערה פונעם באר מים חיים

פון ווי קומען די בילדער?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט