רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

רשימת תלמידי הגר"ש וואזנער - ישיבת חכמי לובלין ב"ב

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך מאי 06, 2015 1:38 pm

נאך אסאך טירחה איז מיר געלונגען צו מאכען א רשימה פון איבער פערציג תלמידים מובהקים פון הגאון הגדול מרן הגר"ש וואזנער זצ"ל אב"ד זכרון מאיר, ובעל שו"ת שבט הלוי, די אלע וואס זענען אויף די רשימה זענען טאקע יוצאי ישיבת חכמי לובלין און האבען דארט געלערנט עטליכע יאר, און הערליכע זמנים. דער רשימה איז נישט כולל בני נכדי וניניי הגאון זצ"ל.

דער רשימה איז ווייט פון א שלימות, אדרבה איינער וואס באמערקט א נאמען וואס איז איז ארויס געפאלען זאל דאס צולייגען, אזוי אויך אויב איינער האט א הערה מוסיף צו זיין זאל ביטע אזוי טוהן.

ר' יובל יוסף אורדנטליך – רב מרכז העיר בני ברק, בעמח"ס חיי נפש
ר' אברהם יעקב בומבאך – ראש כולל ש"ס בירושלים
ר' בנימין שמשון בלומענטהאל – דומ"ץ בירושלים
ר' צבי גומבו – מח"ס אור צבי על סוגיות הש"ס
ר' מרדכי געלבער – דומ"ץ ורה"כ שבט הלוי אשדוד
ר' אליעזר גרוסמאן - ראש ישיבת מגדל אור
ר' אשר גרינפעלד – רב דקהל אמרי חיים דחסידי וויזניץ מונטריאל
ר' חיים יהודא הלוי דייטש – רב דקהל חוג חתם סופר, פתח תקוה
ר' יצחק דוד ווייס – בן אדמו"ר מספינקא דונולו (ב"ב)
ר' פרץ טוביה דייטש – אב"ד חליסה
ר' משה האלבערשטאם – חבר ביד"צ דעדה החרדית, בעל שו"ת דברי משה
ר' יוסף הונל – אב"ד כפר גנים פתח תקוה
ר' אברהם צבי הכהן – ראש כולל הוראה דישיבת חכמי לובלין, בעמח"ס ויצב אברהם
ר' אברהם חיים ווייס – ראש כולל חושן משפט בני ברק
ר' יעקב יוסף זינגער – אב"ד גבעת שמואל
ר' ברוך כהנא – אדמו"ר מקארלסבורג, ווילימסבורג
ר' מרדכי דוד כהנא – אדמו"ר מספינקא ירושלים
ר' ישראל יעקב לאנדא – רב אב"ד קהל יראים באר שבע
ר' חיים ליבערמאן – מנהל רוחני דישבת הרמ"א ירושלים
ר' יהושע ליבערמאן – ר"מ בישיבת חכמי לובלין, מח"ס דברי יהושע
ר' יקותיאל ליבערמאן – ר"מ כולל עיון שע"י כולל שערי החומות ירושלים
ר' אברהם שלום ישכר דוב ליפשיץ האלבערשטאם – אדמו"ר מסטראפקוב
ר' דוד משה לעווי – ר"מ בישיבת חכמי לובלין, בעל שלמי קרבן תודה
ר' חיים שרגא נייהויז – מנהל רוחני דישיבה לצעירים וויזניץ, קרית וויזניץ בני ברק
ר' אהרן צבי מערמושטיין – ראש כולל סערט וויזניץ בני ברק
ר' אברהם ישעי' פוריס – ר"מ בישיבת חכמי לובלין
ר' שמואל דוד פריעדמאן – מח"ס שדה צופים ועוד
ר' ישראל פריעדלאנדער – בן אבד"ק היבנוב ב"פ
ר' יהושע פרענקל – ר"מ ישיבת בני שמעון ישראל ד'שאפראן
ר' יקותיאל פרקש – ראש ישיבת מרכז גוטניק, ודומ"ץ בירושלים
ר' משה פרקש – רה"כ דחסידי גור אנטווערפן
ר' אברהם קאהן – ראש הכולל חושן משפט ירושלים
ר' שלמה הכהן קאהן – ראש כולל לעלוב ירושלים
ר' אשר אנשיל קליין – רב ור"מ מוסדות מהר"ם שיק, ירושלים
ר' חיים שלום קליין – מו"ץ בבני ברק
ר' משה שאול קליין – דומ"ץ בית הורה זכרון מאיר, ורב שכונת אור החיים בני ברק
ר' אברהם יהונתן קריצלער - ר"מ בישיבת חכמי לובלין
ר' פנחס שלום ראטטענבערג – בן אדמו"ר מקאסאן ב"פ
ר' יצחק מאיר שלומון – ראש ישיבת זיו התורה ירושלים
ר' אפרים פישל שטיין – מח"ס גוילי אפרים, ועבודת אפרים
ר' יעקב מאיר שטערן – דומ"ץ בבית הוראה דשבט הלוי בני ברק, מח"ס משנת הסופר
לעצט פאראכטן דורך ישלהוסיף אום מיטוואך מאי 06, 2015 1:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך מאי 06, 2015 1:50 pm

באקומען בפרטי:

הנגיד ר' בצלאל פישער חתן ר' בן ציון געלבמאן (אביו של ר' שלמה יעקב ע"ה)
ר' יהושע העשיל גרינפעלד (חתן ר'... פריעדמאן ב"פ) מנהל מכון ספרי שבט הלוי

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובהדורך בך בטחו » מיטוואך מאי 06, 2015 2:04 pm

מיינסט ודאי ר' ישראל ארי' פישער
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך מאי 06, 2015 2:12 pm

יא גערעכט ר' ישראל ארי' פישער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מאי 06, 2015 2:13 pm

Rabbi Nesanel Kastelowitz from Baltimore

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך מאי 06, 2015 8:15 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:באקומען בפרטי:

הנגיד ר' בצלאל פישער חתן ר' בן ציון געלבמאן (אביו של ר' שלמה יעקב ע"ה)
ר' יהושע העשיל גרינפעלד (חתן ר'... פריעדמאן ב"פ) מנהל מכון ספרי שבט הלוי


ר' יהושע העשל גרינפעלד הוא חתן ר' שמואל פריעד הטוען

*

שכחת לציין שנכדו רבי מרדכי געלבער שליט"א הוא דומ"ץ מונקאטש בני ברק

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 06, 2015 8:33 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ר' יקותיאל פרקש – ראש ישיבת מרכז גוטניק, ודומ"ץ בירושלים


הרב יקותיאל (המכונה "קותי") פארקאש איז ברייט באקנט בעיקר פאר זיינע הערליכע סדרת הספרים "טהרה כהלכה" "שבת כהלכה", אינעם ספר טהרה כהלכה ווערט ברייט באנוצט דורך פילע מורה הוראה'ס אפילו פון די עלטערע (אמאל האב איך געפרעגט א שאלה פון ראב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א, און ער האט אפירגענומען דעם ספר און מעיין געווען עטליכע מינוט, און דערנאך האט ער געפסקנ'ט. אזוי ווייס איך פון נאך מורה הוראה'ס וואס פארלזען זיך שטארק אויף זיינע חיבורים). הסיבות: איינס צוליב די קלארקייט וויאזוי ער צונעמט און איז מסיק אלע הלכות, ווי ער גייט צום פונקט, און אויך וועגען די פילע פסקים והוראות בעל פה וואס ער ברענגט דארט אראפ פון זיינע רבי'ס כה"שבט הלוי" וה"קנה בשם", און אפשר אויך פון גאב"ד ירושלים הרמ"א פריינד. אלס בחור איז ער געווען פון די חסידי תולדות אהרן (כמדומה) און וועגען דעם האט ער געלערנט אין די חסיד'שע ישיבות, שפעטער איז ער נתקרב לחסידי חב"ד ירושלים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אור הצפון
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 9:05 am

נאך א תלמיד

תגובהדורך אור הצפון » מיטוואך מאי 13, 2015 9:16 am

כ''ק אדמו''ר הרה''צ ר' אברהמ'לע פאלאק מבערגסאז זצ''ל בנו חורגו של אדמו''ר רבי אהרן מבעלזא זצ''ל
האט געלערנט ביי הגאון הרב וואזנער זצ''ל אין ישיבת חכמי לובלין אין דער ערשטע יארן פין עפענוג פין די ישיבה...

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך מאי 13, 2015 9:41 am

אין איינע פון די גליונות דעי וואך האב איך געזעהן א מעשה אז ער האט געזאגט פאר איינע פון זיינע תלמידים פארוואס ער האט אריכות ימים
אבער זאלסט עס נישט מגלה זיין פאר 50 יאר
האט איהם דער תלמיד געפרעגט, פון וואו ווייס איך צו איך וועל נאך לעבן דעמאלס
האט ער איהם געזאגט, אקעי,אחר פטירתי
וואס איז די מעשה אז ער האט גחלמט עפעס א חלום אז מען האט איהם געגעבן אריכות ימים ווייל כל מעשיו לשם שמים
עפעס אזוי
יעצט האב איך געזעהן אז דאס איז ר' שמואל דוד פריעדמאן

לדעתי אויב די מעשה איז אמת, האט ער זיך אביסל ביינארישט, ווייל ער האט דא געהאט א ברכה, אויף צו לעבן נאך 50 יאר

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 13, 2015 2:03 pm

יא דא האסטו א שטיקל פין דער אוצר פין דער לעצטע שבת...
צוגעלייגטע
דער אוצר.PNG
参考专家

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך מאי 13, 2015 2:08 pm

דרךהמלך האט געשריבן:אין איינע פון די גליונות דעי וואך האב איך געזעהן א מעשה אז ער האט געזאגט פאר איינע פון זיינע תלמידים פארוואס ער האט אריכות ימים
אבער זאלסט עס נישט מגלה זיין פאר 50 יאר
האט איהם דער תלמיד געפרעגט, פון וואו ווייס איך צו איך וועל נאך לעבן דעמאלס
האט ער איהם געזאגט, אקעי,אחר פטירתי
וואס איז די מעשה אז ער האט גחלמט עפעס א חלום אז מען האט איהם געגעבן אריכות ימים ווייל כל מעשיו לשם שמים
עפעס אזוי
יעצט האב איך געזעהן אז דאס איז ר' שמואל דוד פריעדמאן

לדעתי אויב די מעשה איז אמת, האט ער זיך אביסל ביינארישט, ווייל ער האט דא געהאט א ברכה, אויף צו לעבן נאך 50 יאר


די מעשה האט פארציילט ר' שמואל דוד ביים עצרת הספד אין ב''פ, ער האט נישט דערמאנט א ווארט וועגן '50 יאר'.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 13, 2015 2:09 pm

א. טראכטער האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:אין איינע פון די גליונות דעי וואך האב איך געזעהן א מעשה אז ער האט געזאגט פאר איינע פון זיינע תלמידים פארוואס ער האט אריכות ימים
אבער זאלסט עס נישט מגלה זיין פאר 50 יאר
האט איהם דער תלמיד געפרעגט, פון וואו ווייס איך צו איך וועל נאך לעבן דעמאלס
האט ער איהם געזאגט, אקעי,אחר פטירתי
וואס איז די מעשה אז ער האט גחלמט עפעס א חלום אז מען האט איהם געגעבן אריכות ימים ווייל כל מעשיו לשם שמים
עפעס אזוי
יעצט האב איך געזעהן אז דאס איז ר' שמואל דוד פריעדמאן

לדעתי אויב די מעשה איז אמת, האט ער זיך אביסל ביינארישט, ווייל ער האט דא געהאט א ברכה, אויף צו לעבן נאך 50 יאר


די מעשה האט פארציילט ר' שמואל דוד ביים עצרת הספד אין ב''פ, ער האט נישט דערמאנט א ווארט וועגן '50 יאר'.

מסתמא האט ער אויסגעלאזט..
参考专家

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך מאי 13, 2015 2:12 pm

די אייניקלעך תלמידים ווערן נישט דערמאנט
ר' אברהם צבי וואזנער - אבד"ק קיט"ל סאטמאר מאנסי
ר' ?? וואזנער - אבד"ק סאטמאר לאנדאן (מהר"א)
ר' מרדכי שבתי ווייצנער - מגיד משרים ור"מ צאנז מאנסי
ס'דא נאך אייניקלעך וואס איך געדענק נישט יעצט זייער נאמען, וואס זענען רבנים ורמי"ם ומחברי ספרים חשובים

(סטאניסלאווער רבי פון מאנסי איז אויך זיין תלמיד, און הגר"ש פלעגט זיך מזכיר זיין ביי איהם לפעמים)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מאי 13, 2015 4:40 pm

עס איז אנגעקומען צי מיין אייניקעל אין פאסטקעסטיל
צוואה הקד' להתעוררות התלמידים - שלושים להסתלקות
און דבריהם הם הם זכרונם
דערווייל איז עס אין מייו DROPBOX דא
דער וואס האט בריווח פלאץ מנדב זיין איז מכובד און בבקשה מיר מודיע זיין
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4784
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך מאי 13, 2015 5:48 pm

שמו האט געשריבן:ר' ?? וואזנער - אבד"ק סאטמאר לאנדאן (מהר"א)

יונתן בנימין?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 13, 2015 5:48 pm

ווישוואש האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ר' ?? וואזנער - אבד"ק סאטמאר לאנדאן (מהר"א)

יונתן בנימין?

ר' יוסף בנימין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מאי 13, 2015 6:07 pm

קיקיון האט געשריבן:עס איז אנגעקומען צי מיין אייניקעל אין פאסטקעסטיל
צוואה הקד' להתעוררות התלמידים - שלושים להסתלקות
און דבריהם הם הם זכרונם
דערווייל איז עס אין מייו DROPBOX
דער וואס האט בריווח פלאץ מנדב זיין איז מכובד און בבקשה מיר מודיע זיין

דערווייל האט "בארען קלאפער" מנדב גבארען עווען https://copy.com/nlcq0c0AihuRYNzl פאר די צוואה
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 15, 2015 1:40 pm

מצבת הבחור החתן יצחק סאמעט ז"ל על הר הזיתים

IMG_1024.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 15, 2015 1:53 pm

מצבת האברך ר' מרדכי גרבר ז"ל בבית העלמין סגולה

מצבת גרבר.jpg

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מאי 17, 2015 1:09 am

יציב פתגם האט געשריבן:מצבת האברך ר' מרדכי גרבר ז"ל בבית העלמין סגולה

מצבת גרבר.jpg

אשכבתי' איז טייטש לוי'? ערשטע מאל וואס איך הער עס, און דערנאך קומט אור ליום ט"ז ניסן, דאכט זיך ער איז אוועק אויפן פלאץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 17, 2015 3:03 am

ער איז נישט נפטר געווארן דערנאך וואס זיין נשמה איז יצאה בטהרה?
פארוואס שרייבן מצבות, אזוינע וועלכע טויגן נישט דערצו?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג מאי 17, 2015 8:56 am

פון אלע באשרייבונגן האט מיר ממש באנומען די וואך אין צייטונג דער שמועס מיט בנו הרה"ח ר' משה יודא וואזנער שליט"א.

ער שרייבט דארט אז זיין אידענע זז"ג פלעגט צומאל וועלן פרעגן דעם שווער געוויסע שאלות ערב שבת ווען מ'האט גערופן וואונטשן גוט שבת, און ווען ער פלעגט נעמען דעם טעלעפאון נאך איידער זי האט געפרעגט האט ער שוין געענטפערט, ער האט פשוט מרגיש געווען וואס זי וויל פרעגן, און ר' משה יודא זאגט, מיין אידענע פלעגט דערנאך וויינען בכיות זעהנדיג וואס מיינט א כוח התורה, ממש פלא פלאים!

אויך א שיינע זאך, ווען ר' משה יודא איז א חתן געווארן צום קערעסטיר-בערבעשט'ער רבי'ן איז ער אריין נעמען דעם מז"ט פון רביה"ק זי"ע, האט זיך דער רבי אנגערופן, אה, איך בין געווארן א מחותן מיט הרב וואזנער!

ס'איז כדאי צו ליינען פאר ווער ס'האט נאכנישט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21562
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 17, 2015 9:21 am

כשמעלקא ועוד.

זיין ערשט האנטיגע דערציילן איבערן נאנטשאפט מיטן חזו"א איז אויך געוואלדיג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זכרנו
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:36 pm

תגובהדורך זכרנו » זונטאג מאי 17, 2015 7:39 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:פון אלע באשרייבונגן האט מיר ממש באנומען די וואך אין צייטונג דער שמועס מיט בנו הרה"ח ר' משה יודא וואזנער שליט"א.
....
ס'איז כדאי צו ליינען פאר ווער ס'האט נאכנישט.


יישר כח!
טאקע א זעלטן שיינער באלערנדער שמועס.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך מאי 20, 2015 3:23 pm

פארוואס באגענוגט מען זיך נישט מיט גדלות בתורה, און מען זיכט בעל רוח הקודש אויך?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט