רבי מרדכי ברודא זצ"ל אב"ד שוסבורג - ז' אייר תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי מרדכי ברודא זצ"ל אב"ד שוסבורג - ז' אייר תקע"ה

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:56 pm

פאר עטליכע וואכן צוריק האט די באקאנטע ארגאניזאציע למען קדושת ותיקון בתי חיים באייראפע "אבותינו" אנדעקט באופן פלא די לאנג-געזוכטע מצבה פון הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע אויפן אלטן ביה"ח בעיר שוסבורג, סלאוואקיי.

דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.

רבי מרדכי איז געווען פון די מפורסמ'דיגע אונגארישע גדולים בזמן הקדום, און איז געווען נאנטער חבר וידיד נאמן צום הייליגן חתם סופר זי"ע, וועלכער פלעגט זיך מיט אים איבערשמועסן יעדע שווערע שאלה און פלעגט זיך מיט אים שרייבן אסאך מכתבים, וואס איינס דערפון איז געדרוקט אין שו"ת חתם סופר (יו"ד סי' רכו).

נאך זיין פטירה ביום ז' אייר תקע"ה, האט אים מספיד געווען זיין ידיד נאמן החתם סופר זי"ע. דער הספד איז געדרוקט אין דרשות חתם סופר (ח"ג עמ' פד-פז), וואו ער איז מפליג דעם צדיק מיט זעלטענע שבחים והפלגות: "... כן בעו"ה במיתת זה הצדיק הרב המופלג המפורסם... מהו' מרדכי ברודא זצ"ל... כתיב איש יהודי... כמו כן זה מרדכי האיש הצדיק הזה דבר ידוע שהאיר עיני ישראל בתפילותיו... כשיש צדיק א' בדור המאיר עינים בתפלתו כגון בימי מרדכי... וכן הי' ממש זה הצדיק זצ"ל זכותו יגן עלינו".

שלשלת גדולה יצאה הימנו פיל חשוב'ע משפחות ציען זייער יחוס צום גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע, צווישן זיי איז הגאון הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א.
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:01 pm

נוסח המצבה:

יום ד' ז' אייר תקע"ה
איש יהודי ושמו
מרדכי ברודא
דרש טוב ודבר
שלום: נפטר
באהבה רבה
בקדושה ובטהר'
בקדרותא דצפרא
יום הנ"ל
ת נ צ ב ה
צוגעלייגטע
-G52C3~2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:45 pm

דאס וואס ס'איז היינט געבליבן פונעם מצבה
צובראכן פונקט ווי ביים בילד פון יציב - יציב איז אייער בילד א פריש בילד?

ק: אבותינו בולעטין 252
צוגעלייגטע
253. Ki Suvo Bulletin.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 1:42 am

יוראפ האט געשריבן:דאס וואס ס'איז היינט געבליבן פונעם מצבה
צובראכן פונקט ווי ביים בילד פון יציב - יציב איז אייער בילד א פריש בילד?

ק: אבותינו בולעטין 252

יא, דאס בילד איז א פרישער בילד נאכן פאכמאניש צוזאמשטעלן די צובראכענע שטיקלעך.

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:51 am

יציב פתגם האט געשריבן:דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.


מוזר הדבר. בהקדמת חתן המחבר לספר שו"ת וחידושי מהר"ם ברודא, מופיע בחלקו השני: "סדר יחוסו של המחבר", ולא מוזכר שם אף ברמיזא כלשהי על יחוס לרבי יהונתן אייבשיץ! מה המקור אם כן ליחוס זה?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:13 pm

נטיעות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.


מוזר הדבר. בהקדמת חתן המחבר לספר שו"ת וחידושי מהר"ם ברודא, מופיע בחלקו השני: "סדר יחוסו של המחבר", ולא מוזכר שם אף ברמיזא כלשהי על יחוס לרבי יהונתן אייבשיץ! מה המקור אם כן ליחוס זה?

המקור הוא בהסכמת הגאון רבי נתן געשטעטנער זצ"ל לספר "אישים בתשובות חתם סופר" (בני ברק תשנ"ג)
צוגעלייגטע
New Picture (19).jpg

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » זונטאג אוקטובער 05, 2014 9:56 am

יציב פתגם האט געשריבן:
נטיעות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.


מוזר הדבר. בהקדמת חתן המחבר לספר שו"ת וחידושי מהר"ם ברודא, מופיע בחלקו השני: "סדר יחוסו של המחבר", ולא מוזכר שם אף ברמיזא כלשהי על יחוס לרבי יהונתן אייבשיץ! מה המקור אם כן ליחוס זה?

המקור הוא בהסכמת הגאון רבי נתן געשטעטנער זצ"ל לספר "אישים בתשובות חתם סופר" (בני ברק תשנ"ג)


ומה נענה על העלמת יחוסו בהקדמת חתן המחבר דלעיל?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 12:40 am

די מצבה ווערט צוריק אויפגעשטעלט בכבוד הראוי דורך "אבותינו"
צוגעלייגטע
87.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:45 pm

די נייע דעכל און צוים איצט פארענדיגט בנדבת הרבני הנגיד ר' יונתן הכהן שטראסער הי"ו
צוגעלייגטע
שוסבורג.jpg
שוסבורג.jpg (51.73 KiB) געזעהן 2951 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:12 pm

בית החיים בשוסבורג (Šaštín) לפני השיפוץ ע"י ארגון אבותינו

20150421_220900.jpg
20150421_220907.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:13 pm

לאחר השיפוץ

20150421_220908.jpg
20150421_220909.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:15 pm

ציון הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע בשוסבורג

20150421_220906.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:22 pm

תולדות הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע בגליון עלים לתרופה (פר' תזו"מ תשע"ה)
צוגעלייגטע
רבי מרדכי ברודא משוסבורג.pdf
(109.1 KiB) דאונלאודעד 145 מאל

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 2:09 pm

יציב פתגם האט געשריבן:תולדות הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע בגליון עלים לתרופה (פר' תזו"מ תשע"ה)

היה לו קירבות משפחה עם הגאון אברהם ברודא?

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:16 pm

נטיעות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
נטיעות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.


מוזר הדבר. בהקדמת חתן המחבר לספר שו"ת וחידושי מהר"ם ברודא, מופיע בחלקו השני: "סדר יחוסו של המחבר", ולא מוזכר שם אף ברמיזא כלשהי על יחוס לרבי יהונתן אייבשיץ! מה המקור אם כן ליחוס זה?

המקור הוא בהסכמת הגאון רבי נתן געשטעטנער זצ"ל לספר "אישים בתשובות חתם סופר" (בני ברק תשנ"ג)


ומה נענה על העלמת יחוסו בהקדמת חתן המחבר דלעיל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 08, 2015 3:43 pm

נטיעות האט געשריבן:ומה נענה על העלמת יחוסו בהקדמת חתן המחבר דלעיל

האם היה הרב וואזנר מצאצאי רבי יהונתן אייבשיץ?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 7:49 pm

31912668_947115888796251_8396024351958237184_n.jpg
31912668_947115888796251_8396024351958237184_n.jpg (213.49 KiB) געזעהן 1453 מאל

איטשע
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:47 pm

הפלא ופלא.
1. עס איז נישט קיין שום פארלעסליך מקור ווי אזוי ר׳ מרדכי׳ס פאטער האט געהייסן.
2. ר׳ מרדכי׳ס זוהן ר׳ נתן נטע אבד״ק שוסבערג איז געבוירן 10 יאר ״איידער״ ר׳ נתן נטע אייבשיץ איז נפטר געווארן!

און מען שרייבט ווייטער די שטותים מיט א פרישקייט.

איי הגרנ״ג? כבודו במקומו מונח, באמת א גדול וגאון בישראל, איך טו אים נישט אונטערשעצן, אבער ווען עס קומט צו יחוס, כבוד ה׳ הסתר דבר, דו״ק ותשכח, וד״ל.

סגל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

תגובהדורך סגל » זונטאג נובעמבער 04, 2018 8:25 am

איטשע האט געשריבן:הפלא ופלא.
1. עס איז נישט קיין שום פארלעסליך מקור ווי אזוי ר׳ מרדכי׳ס פאטער האט געהייסן.
2. ר׳ מרדכי׳ס זוהן ר׳ נתן נטע אבד״ק שוסבערג איז געבוירן 10 יאר ״איידער״ ר׳ נתן נטע אייבשיץ איז נפטר געווארן!

און מען שרייבט ווייטער די שטותים מיט א פרישקייט.

איי הגרנ״ג? כבודו במקומו מונח, באמת א גדול וגאון בישראל, איך טו אים נישט אונטערשעצן, אבער ווען עס קומט צו יחוס, כבוד ה׳ הסתר דבר, דו״ק ותשכח, וד״ל.

וואס יא? ער איז בכלל נישט געווען אן אייניקל פון רבי ר' יונתן? אדער איז ער יא געווען דורך אן אנדערע וועג?
דאס זיכער אז אין שבט הלוי שרייבט ער אסאך מאל "זקיני" אויף'ן רבי ר' יונתן, און דעס איז די איינציגע וועג וויאזוי ער קען זיין אן אייניקל
(נכדו הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א אין זיין ספר "בחצר הלוי" באשרייבט ער די יחוס המשפחה ברענגט ער טאקע אזוי, אבער ער שרייבט אין די הערות אז עס איז שווער מכח די תולדות אין די הקדמה וואס דערמאנט עס בכלל נישט כנ"ל, און ער ברענגט פון א צווייטע מקור ווי עס שטייט אז ר' מאיר ברודא איז געווען אן איידעם ביי איינער ר' ישראל אב"ד ווייסקירכע [צעלים])
שויתי ה' לנגדי תמיד

סגל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

תגובהדורך סגל » זונטאג נובעמבער 04, 2018 8:29 am

יעצט באמערק איך אז אין די תולדות וואס איינער האט דא פריער געברענגט פון עלים לתרופה שרייבן זיי אז ר' מרדכי'ס זון ר' מאיר איז געווען אן איידעם ביי דעם ר' ישראל, נישט זיין פאטער, קומט אויס אז עס איז נישט קיין סתירה מיט'ן אנדערע נוסח אז זיין פאטער איז געווען אן איידעם ביי ר' נתן נטע אייבשיץ, וצ"ע, ודו"ק.
שויתי ה' לנגדי תמיד

סגל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

תגובהדורך סגל » מאנטאג יוני 24, 2019 12:15 pm

סגל האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:הפלא ופלא.
1. עס איז נישט קיין שום פארלעסליך מקור ווי אזוי ר׳ מרדכי׳ס פאטער האט געהייסן.
2. ר׳ מרדכי׳ס זוהן ר׳ נתן נטע אבד״ק שוסבערג איז געבוירן 10 יאר ״איידער״ ר׳ נתן נטע אייבשיץ איז נפטר געווארן!

און מען שרייבט ווייטער די שטותים מיט א פרישקייט.

איי הגרנ״ג? כבודו במקומו מונח, באמת א גדול וגאון בישראל, איך טו אים נישט אונטערשעצן, אבער ווען עס קומט צו יחוס, כבוד ה׳ הסתר דבר, דו״ק ותשכח, וד״ל.

וואס יא? ער איז בכלל נישט געווען אן אייניקל פון רבי ר' יונתן? אדער איז ער יא געווען דורך אן אנדערע וועג?
דאס זיכער אז אין שבט הלוי שרייבט ער אסאך מאל "זקיני" אויף'ן רבי ר' יונתן, און דעס איז די איינציגע וועג וויאזוי ער קען זיין אן אייניקל
(נכדו הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א אין זיין ספר "בחצר הלוי" באשרייבט ער די יחוס המשפחה ברענגט ער טאקע אזוי, אבער ער שרייבט אין די הערות אז עס איז שווער מכח די תולדות אין די הקדמה וואס דערמאנט עס בכלל נישט כנ"ל, און ער ברענגט פון א צווייטע מקור ווי עס שטייט אז ר' מאיר ברודא איז געווען אן איידעם ביי איינער ר' ישראל אב"ד ווייסקירכע [צעלים])

דא האט איר כתי"ק פון די שבט הלוי ווי ער שרייבט זיין יחוס, נישט אז עס מוז זיין אמת, קען זיין ער האט זיך טועה געווען און נאכגעשריבן וואס ער האט געהערט פון אנדערע, אבער פארט אינטערסאנט צו ברענגן, (ערשינען אינעם "בלאט" פסח העעל"ט)
צוגעלייגטע
יחוס שבה''ל.png
יחוס שבה''ל.png (434.19 KiB) געזעהן 998 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דינסטאג יוני 25, 2019 4:30 am

ר' מאיר ברוידא דיין בסעמניץ איז געווען א זוהן פון ר' מרדכי אב''ד שוסבורג און נישט זיין טאטע. ער איז געווען א איידעם ביי ר' ישראל הערצפעלד אב''ד ווייסקירכען-רייניץ און נישט צעהלים-דויטשקרויץ.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט