רבי שמריהו גורארי' ז"ל (רש"ג)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

רבי שמריהו גורארי' ז"ל (רש"ג)

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 2:01 pm

תולדות חייו ופעולותיו של הרב שמריהו גורארי זצ"ל

איך עפן אצינד אן אשכול, דורכצוטון און צוזאמענצוקלויבן קורות חייו ומפעלותיו פון איינע פון די גרויסע רבנים וועלכער האט געווירקט דאהי און אמעריקא ומלפנים במדינות חבר העמים, הלא הוא איש העושה והמעש, האדם הגדול באנקים, הרב שמריהו גורארי זצוק"ל, חדב"ן כ"ק מרן אדמו"ר הריי"ץ מליובאוויטש זיעועכי"א.

שרייבנדיג איבער אזא גדול ווי ר' שמריהו, אדער ווי ער ווערט אנגערופן בקרב חסידי חב"ד - "דער רש"ג", ווערט קאלעמוטנע אויפן הארץ. עס איז טרויעריג צו זען ווי אזוי אזא אדם גדול, וועלכער האט אזויפיל אויפגעטאן פאר אידישקייט בכלל און פאר חב"ד בפרט, איז אזוי טראגיש פארגעסן געווארן און אוועקגענומען פון די היסטאריע ביכער.

עס איז אזוי ווייטאגליך צוצוקוקן, ווי אזוי א איד האט אנגעהויבן זיין לעבן על מי מנוחות, טוענדיג עסקנות פאר אידישקייט און דורכפירנדיג שווערע ענינים און נושאים ביי זיין שווער אין הויף, א איד וואס אלע האבן פאראויס געזאגט פאר אים א גאלדענע עתיד און געזען אין אים א טייערע דיימאנט אינעם קרוין פון כלל ישראל, האט ליידער געענדיגט זיין לעבן אזוי טראגיש, אליין און איינזאם, אוועק פון אלע עסקנות, אראפ מיט דער גוטער נאמען, און צום סוף – גענצליך אויסגעריסן פון די היסטאריע ביכער.

ווייטאגליך.

פארגעסן געווארן
ווייניג ווייסן צו זאגן איבער דער רש"ג און אפילו די וואס ווייסן יא, ווייסן נישט אז אונטער דער דאזיגער מאן האט זיך באהאלטן א ריז במלא מובן המולה. לאמיר שוין נישט רעדן איבער זיינע פערזענליכע קענטעניסן און שטריכן; לאמיר אביסל באטראכטן זיינע עסקנות לטובת עם ישראל, זיינע לייסטונגען פאר חב"ד, דאס איז דאך געווען אויף א ריזיגע פארנעם וואס מיר געפינען זעלטן ביי גדולי ישראל.

און אז מען רעדט דערפון קומט דאס הארץ צו וויינען און עס ווילט זיך פרעגן עטליכע ווייטאגליכע פראגעס:

וואו זענען פארשווינדען געווארן די אלע פעולות? – וואו זענען די בריוו וואס ער האט זיך געשריבן מיט גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן? – וואו זענען אהינגעקומען די אלע מאמרים אין חסידות, וואס ער פלעגט וועכנטליך זאגן ביי שלש-סעודות און אנדערע געלעגנהייטן? וואו זענען די מאמרים אין נגלה וואס ער האט כסדר געזאגט אין ישיבת תומכי תמימים?

אתמהה.

דער איד האט דאך געגעבן שיעורים, פארברענגט, געטאן פעולות, און אלעס איז אזוי שנעל פארגעסן געווארן. און לאמיר נישט פארגעסן: ער איז נישט אוועק אזוי לאנג צוריק, ער באלאנגט נאך צו די גדולים פון אונזערע טעג.

און קיין זכר איז פון אים נישטא.

לאמיר גיין א טריט ווייטער: זיין גרויסער שוואגער, כ"ק הרמ"מ מליובאוויטש זי"ע, האט געהאט א ברודער מיטן נאמען "ישראל אריה לייב" (לובה), וואס איז ליידער אפגעפארן מדרך הישר. ער ליגט אין צפת און זיין קבר איז אן ארט וואו חסידי חב"ד גייען אהין און זענען דארט מתפלל, אויך גיבן פיל חסידי חב"ד נעמען זייערע קינדער נאך אים.

וכאן הבן שואל: פארוואס פון א ברודער פון רבי'ן וואס איז נישט אזוי פרום, גיבט מען נאך אים נעמען, און די צייט וואס דער שוואגער – איידעם פון רבי'ן וואס האט בפועל געבויט חב"ד, מאכט זיך קיינער נישט צוטון; נישט קיין נעמען און זיין קבר שטייט איינזאם אליין. קיינער רעדט ניטאמאל פון אים, אויסער ווען עס קומט אריין אין א שמועס איבער זיין שוואגער, דער רבי.

הארצרייסנד.

א נאמען נאכן רש"ג
דרך אגב; עס איז יא דא איין נאמען נאך ר' שמריהו גורארי – דער איינציגסטע נאמען נאך דעם צדיק. איר ווילט וויסן ווער דאס איז? – א בעל תשובה מיטן נאמען "ישורון הראל" וואס וואוינט אין מגדל עמק. ער האט געהאט א קינד פונקט ווער דער רש"ג איז נסתלק געווארן, ער האט נישט געוויסט פון קיין מעשיות און זיך נאכגעפרעגט ווי אזוי דער שוואגער פון רבי'ן האט געהייסן, דער וואס איז יעצט אוועק, און הערנדיג אז ער האט געהייסן "שמריהו גורארי" האט ער געגעבן דעם נאמען (דעם גאנצן נאמען אלס ערשטער נאמען) און דער קינד הייסט היינט "שמריה גורארי הראל". ער איז דער איינציגסטער נאמען נאך דער רש"ג.

משפחת גורארי
אבער לאמיר נישט סתם באוויינען די פאקטן, לאמיר זיך נעמען צו קורות חייו ומפעלותיו.

הרב שמריהו גורארי זצ"ל איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל גורארי זצ"ל, מחשובי חסידי חב"ד, אום ראש חודש כסלו תרנ"ח לפ"ק אין שטאט קרעמעטשוג.

משפחת גורארי איז באקאנט אלס גאר מיוחס'דיגע משפחה, צווישן איר ציילן זיך גדולי עולם משמש געווען ברבנות אין פארשידענע שטעט און שטעטליך.

דער אבי משפחת גורארי איז געווען ר' אריה גורארי, וואס איז אריבערגעקומען וואוינען קיין מוהאליב, מיטברענגענדיג א כתב יוחסין ביזן מהר"ל מפראג. דערפאר הייסט די משפחה גורארי, נאכן מהר"ל מפראג – בעל מחבר ספר גור-אריה.

ר' אריה'ס זוהן איז געווען רבי נתן – דער רב פון שטעטל "וויטקא" און פון די גרויסע תלמידים פונעם בעל התניא און פון זיינע נענטעסטע מענטשן. עס דארף אנגעוויזן ווערן אז דער בעל התניא פלעגט פיל פארברענגען מיט ר' נתן און אים געהאלטן מער אלס חבר וואו אלס חסיד, דאקעגן ר' נתן האט זיך געשפירט ווי א חסיד נכנע אונטער דעם בעל התניא.

רבי נתן האט איבערגעלאזט צוויי גרויסע קינדער: א. רבי מאיר – אויף וועמען רבי הלל מפאריטש זי"ע האט געזאגט אז ער איז פון זיינע דריי גרויסע ידידים. ב. רבי דוד, וועלכער איז באקאנט געווען אלס אדם גדול און תלמיד-חכם מופלג.

רבי דוד האט געהאט א זוהן, ר' שניאור זלמן, וועלכער איז געווען א גרויסער עושר און מקורב ביי די אדמורי חב"ד. זיין זוהן איז געווען רבי מנחם מענדל גורארי, וועלכער האט גע'ירש'נט זיין עשירות. רבי מנחם מענדל איז געווען פון די גרויסע חסידים ביים מהר"ש און שפעטער ביים רש"ב.

אין דער שטוב איז דער רש"ג געבוירן געווארן און דארט האט ער באקומען זיין חינוך.

ימי נעוריו
ר' שמריה איז נתחנך געווארן אין ישיבת תומכי תמימים, וואו ער האט באקומען אן עכטן חסידי'שן חינוך אויפן שטייגער פון חב"ד. אין ישיבה איז ער געווען פון די אויסגערופענע תלמידים און געשטיגן במעלות רמות בנגלה און בנסתר. ער איז געווען א חסיד נלהב פונעם רבי'ן רש"ב, כסדר גע'חזר'ט זיינע מאמרים, נאכגעגאנגען זיינע הנהגות און כל ימיו זיך געהאלטן אלס חסיד פון רש"ב און זיינע ווערטער זענען כסדר געווען נר לרגליו.

חתן המלך
אום ניסן פון יאר תר"פ לפ"ק, האבן חסידי חב"ד פארלוירן אן אבידה, ווען עס איז נסתלק געווארן רבם ומאורם, כ"ק מרן הרש"ב זי"ע. דאן האט איבערגענומען די הנהגה זיין זוהן, כ"ק מרן אדמו"ר הריי"ץ זי"ע.
בערך א יאר נאך תחילת ההנהגה פונעם ריי"ץ, איז פארגעקומען די חתונה, ווען דער רש"ג איז געגאנגען אונטער די חופה מיט הרבנית חנה בת כ"ק מרן אדמו"ר הריי"ץ מליובאוויטש זי"ע.

הרבנית
הרבנית חנה איז געווען באקאנט מיט אירע צדקות און ערליכקייט, זייענדיג באוויסט אלס אשה משכלת מאוד. ווי אויך איז זי געווען פארמישט אין פיל פעולות לטובת חב"ד. מען זאגט אז מען האט איר גערעדט פאר א שידוך פאר הרה"ק מבויאן זצ"ל.

איר גרויסער זיידע, כ"ק מרן הרש"ב זי"ע פלעגט איר זייער גלייכן און זיך פיל משתשעע געווען מיט איר, צוליב דעם וואס זי איז געווען זייער קלוג און געלערנט און געווען בקי בספרות חב"ד.

פעולות נרחבות לטבות הכלל
תיכף נאך די חתונה האט דער ריי"ץ געשטעלט זיין איידעם אלס ראש-ישיבת תומכי תמימים, טראץ זיין גאר יונגן עלטער און דער פאקט אז ער איז געווען תיכף נאך די חתונה. גלייכצייטיג האט ער אים אויך געשיקט אויף פארשידענע פעולות ארום די וועלט לטובת חב"ד און לטובת כלל ישראל. זינט דאן איז דער רש"ג פארמישט געווארן אין פארשידענע שליחיות מטעם זיין שווער און חב"ד.

דער רש"ג איז נאך געווען א יונגער יונגערמאן, אבער איז שוין געווען אריינגעטאן אין פילע עסקנות לטובת כלל ישראל. זיין נאמען האט גע'שמ'ט אין גאנץ פוילין און רוסלאנד מיט זיינע ברייטפארצווייגטע פעולות. ער האט זיך געשריבן בריוו מיט פיל אדמורים ורבנים און דער ריי"ץ האט אים אנפארטרויעט מיט די האקלסטע ענינים און וויכטיגסטע שליחיות. אין זיין יונגן עלטער איז ער געווען לפני שרים יתיצב, אראפגעפארן צו סענאטארן אין גאנץ פוילין און אויפגעטאן פיל פאר אחינו בני ישראל אין רוסלאנד. צווישן אנדערע האט ער געהאט א יד אין ארויפברענגען די גור'ע קינדער קיין ארץ-ישראל, צוזאמען מיט פיל אנדערע פליטי פוילין.

ווען עס איז פארגעקומען דער ארעסט אויף מרן הריי"ץ דורך די קאמוניסטן אין רוסלאנד, האט הרבנית חנה ארויסגעוויזן בראווקייט, זי האט זיך נישט דערשראקן און געפאדערט פון די זעלנער מיט א שטארקקייט אז מען זאל איר נעמען אין ארעסט אנשטאט זייער פאטער, צוליב דעם וואס ער איז קראנק און פיל מענטשן דארפן צוקומען צו אים.

במשך די תקופה איז דער רש"ג געווען שטארק טעטיג אין די פעולות צו באפרייען זיין גרויסן שווער. ער האט אנגעפירט אלע פעולות ביז ער האט געזען זיין שווער אינדרויסן פון ארעסט, טראצדעם וואס דאס איז געווען פארבינדן מיט סכנות נפשות און לעגאלע פראבלעמען.

אויך שפעטער האט דער רש"ג פארארבעט מעשים ארויסצונעמען זיין שווער פון רוסלאנד און אים ברענגען קיין אמעריקא. ער איז געווען דער יד ימינו פון זיין שווער, באגלייטנדיג אים קיין אמעריקא ביי ביידע באזוכן, אויך איז ער געווען דער מח פון די באקאנטע נסיעה קיין ארץ-ישראל, וואו ער איז געשטאנען לימין חותנו און אלע פעולות זענען דורכגעגאנגען זיין האנט, אריינגערעכנט דאס מיסד זיין כפר חב"ד.

עס איז ווייטאגליך צו זען די איראניע: דער גאנצער מוח פון די נסיעות קיין ארץ-ישראל און אמעריקא איז געווען דער רש"ג, אבער ער ווערט מיט אכזריות ארויסגעריסן פון דארט. שטעלט אייך פאר אויב וואלט דער מוח געווען דער רמ"ש, וואלטן די היסאריע ביכער געשריבן בערך אזוי "בשנת תרפ"ט יסד מרן הריי"ץ ביחד עם חתנו כ"ק אדמו"ר שליט"א את היישוב בכפר חב"ד וחזקו את היישוב בחברון, כ"ק אדמו"ר שליט"א עשה גדולות ונצורות למען היישוב בארץ וקנה חלקה על שמו למען הצלת היהודים במדינות חבר העמים", בערך אזוי וואלט געשטאנען. אבער יעצט אז עס איז דער רש"ג און נישט דער רמ"ש, גייט די גאנצע קרעדיט אויפן ריי"ץ אליין, נישט דערמאנענדיג בכלל דער רש"ג.

בכלל איז אינטערעסאנט: אין די צייטונגען פון יענע תקופה ווערט דער רש"ג היבש דערמאנט, ביים באזוך צוזאמען מיט זיין שווער. מיסטעריעז ווערט ער ארויסגעפאלן ווען מען שרייבט דערויף במקורות חב"ד.

דאס זעלבע איז מיט ישיבת תומכי תמימים: אויב וואלט דער רמ"ש געווען דער ראש-ישיבה, וואלט דאס געווען א שטארקע זאך, ער איז דאך געווען ראש ישיבה פון אלס יונגער יונגערמאן און דאס בליה פון תומכי תמימים איז אים צו פארדאנקען, גאנץ ליובאוויטש זענען זיינע תלמידים... נישט אזוי? - אבער אז עס איז דער רש"ג איז גאר אן אנדערע מעשה, ניטאמאל געדענקט מען אים.

בארצות הברית
אנקומענדיג קיין אמעריקא, האט זיך דער ריי"ץ באזעצט אין 770 איסטערן פארקוועי אין קראון-הייטס. זיין איידעם דער רש"ג האט באקומען א דירה אין דעם בנין, אזוי אז זיי זענען שטענדיג געווען נאנט איינע צו די אנדערע. הרבנית חנה גורארי איז געשטאנען אין שטוב און געווען דער עיקר כח אין שטוב פון ריי"ץ בשעת זיין איידעם דער רש"ג האט אנגעפירט מיט די רוחניות'דיגע פעולות פאר חב"ד.

אין קראון-הייטס האט דער ריי"ץ פריש געעפנט דער ישיבת תומכי תמימים און געשטעלט זיין איידעם דער רש"ג זאל שטיין בראש פון די ישיבה. אין אמעריקא האט דער רש"ג ווייטער ממשיך געווען מיט די פעולות און פיל געטאן לטובת חב"ד און בפרט פאר די אידן וועלכע זענען נאך איבערגעבליבן אין רוסלאנד.

העשט לעצטנס האט מען געפינען א שטח אין ארץ-ישראל, געשריבן אויף דער רשג'ס נאמען. דאס האט ער אפגעקויפט אלס א פעולה ארויפצוברענגען עטליכע הונדערט אידן פון רוסלאנד קיין ארץ-ישראל.

יורש עצר
במשך די אלע יארן וואס דער רש"ג האט געדינט נעבן זיין שווער דער ריי"ץ, איז נישט געווען קיין ספק בקרב חסידי חב"ד אז ער איז דער איינציגסטער יורש און ממלא מקום העתידי פון זיין גרויסן שווער.
למעשה איז ער געווען דער עלסטער און איינציגסטע איידעם וואס איז געשטאנען לימין חותנו. אלע אנדערע האבן געוואוינט ווייט און נישט פארמאגט קיין שייכות מיט חב"ד.

דער צווייטער איידעם פונעם רבי'ן איז געווען דער רמ"ש. דער רמ"ש האט נישט צופיל אנטייל גענומען אין די אקטיוויטעטן פון חב"ד, ער איז לגמרי נישט געווען פארמישט אין די זאכן. בכלל איז ער געווען א נחבא אל הכלים און זיך ווייניג געמישט.

נאך די חתונה איז ער געגאנגען וואוינען קיין לענינגראד און אנדערע ווייטע שטעט, שפעטער געגאנגען שטודירן קיין דייטשלאנד און פאריז און אלס געוואוינט ווייט פון זיין שווער.
עס איז אויך געווען א דריטער איידעם, וואס האט אויך שטענדיג געוואוינט ווייט פון שווער, און געהאט א שוואכע שייכות מיט חב"ד.

די צוויי שוואגערס
בכלל איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז די צוויי שוואגערס – דער רש"ג און דער רמ"ש - זענען געווען צוויי אנדערע סארט מענטשן, ממש פארקערט איינע פון די אנדערע.

בשעת דער רש"ג איז געווען א ריכטיגער חסיד, א טיפיקל תומכי תמימים תלמיד מיטן חסידי'שן ברען און געשמאק, איז דער רמ"ש געווען פון אן אנדערן טייג געקנאטן; שוין פון קינדווייז אויס האט ער געלערנט אין א מוסד וואו מען האט געלערנט לימודי חול און שפעטער געפארן שטודירן אין פארשידענע פלעצער.

אויך די צווי רבניות – גורארי און שניאורסאן – זענען געווען צוויי פארקערטע מענטשן: בשעת דער עלטערע שוועסטער, גורארי, איז געווען די חסידי'שע פרוי, וואס דער רש"ב האט זיך געטשאטשקעט מיט איר און געהייסן אן אשה מושכלת און א טוער פאר חב"ד, איז די יונגערע שוועסטער, שניאורסאן, געווען גאר אן אנדערע זאך, זי איז געווען מער געפוצט און געהייסן מער מאדערן און נישט געווען אזוי אריינגעטאן אין חסידות ווי איר שוועסטער.

נחזור לענינינו:
בערך אין יאר תש"א איז דער צווייטער איידעם פונעם רבין, דער רמ"ש, אנגעקומען קיין אמעריקא, און זיך באזעצט נעבן זיין שווער. אנדערש ווי זיין שוואגער האט ער נישט געוואוינט אין 770 נאר אין אן אנדערע דירה אויף אן אנדערע גאס.

פון אנהויב האט ער זיך געוואלט מפרנס זיין דורך ארבעטן פאר די אמעריקאנער רעגירונג אלס לעקטארישן, אבער זיין שווער האט אים צוגעטיילט א פאסטן אלס יושב ראש מרכז לעניני חינוך. פון אנהויב האט ער נאך פראבירט אריינצוכאפן ביידע אבער מיט די צייט האט ער זיך מתעסק געווען נאר דערין.

עס מוז ארויסגעברענגט ווערן אז מיטן אנקום פונעם רמ"ש קיין אמעריקא האט זיך זיין לעבן דראסטיש געטוישט. עס לאזט זיך זאגן אז דאס לעבן פונעם רמ"ש איז געווען איינגעטיילט אין צוויי, איידערן קומען קיין אמעריקא און נאכן אנקומען קיין אמעריקא: איידערן אנקומען קיין אמעריקא איז דער רמ"ש כמעט נישט געווען פארמישט אין חב"ד, ער איז געווען א נחבא אל הכלים און געווען א פאר זיך מענטש.

ווען ער איז ארויפגעקומען קיין אמעריקא וואלט ער זיך רואיג געקענט באזעצן און א שטעטל און ווייטער פירן זיין לעבן, נישט האבנדיג קיין שייכות מיט זיין שווער און חב"ד.

למעשה האט די השגחה געפירט אז ער האט זיך באזעצט נעבן זיין שווער און געווארן א חסיד, זיך אויסמישנדיג מיט די חסידים.

חסידים מיטן רמ"ש
נאכן זיצן עטליכע יאר צווישן די חסידים אין קראון-הייטס האט אים דער ציבור אנגעהויבן שטארק צו גלייכן.

די סיבות דערצו זענען פארשידנארטיג:
עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט דער מצב היהדות בימים ההם. חב"ד איז נישט געווען בתפארתה, און אזוי ווי אנדערע חסידות'ן אין אמעריקא איז געווען דארט פיל מאדערענע אידן וואס זענען נישט געווען צוגעוואוינט צו א חסידי'שע מצב און האבן מער געגליכן מאדענעזירטקייט.

אויף אזא מצב איז לייכט צו פארשטיין פארוואס די חסידים האבן זיך ענדערש פארשטאנען מיטן רמ"ש ווי מיטן רש"ג. דער רש"ג איז געווען א עכטע חסיד און מקבל געווען פון די פארצייטישע חסידים, ער איז געווען א תומכי תמימים תלמיד מיטן אלטן געשמאק און פאר רוב עולם בימים ההם איז דאס געווען א זאך מיט וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אידענטעפעצירן, משא"כ מיטן רמ"ש האט מען זיך גאנץ פיין פארשטאנען און מען האט געשפירט אז מען פארמאגט א שפראך מיט אים.

זאת ועוד, איז א געווענליכע זאך אז מענטשן האבן נישט ליב איינער וואס איז העכער זיי און פארמאגט א כח הנהגה, א זאך וואס דער רש"ג האט פארמאגט. בשעת דער רש"ג איז געווען דער גאנצער קובע בעניני חב"ד און געווען פארמישט אין רבי'נס שטוב, איז דער רמ"ש געווען מעורב צווישן די חסידים און זיך נישט געמישט אין פאליטיק. דאס האט שטארק נושא חן געווען ביים ציבור וועלכע האבן אנגעהויבן שטארק צו גלייכן דער רמ"ש.

דער רש"ג מיט זיין רביצין חנה זענען געווען די עיקר בני בית ביים ריי"ץ אין שטוב, זיי האבן קובע געווען יעדע דבר גדול וקטן און האבן געשפילט וויכטיגע ראלעס אין יעדע נושא אין חב"ד. ווער רעדט נאך ביים רבי'ן אין שטוב איז דער רש"ג געווען דער איינציגסטע דעה זאגער. בשעת דער ריי"ץ איז געווען קראנק איז דער רש"ג געווען פארבינדן מיט אלע דאקטורים און ער האט קובע געווען אויף יעדע דבר קטן וגדול.
אויף אזוי ווייט איז דער רש"ג געווען פארמישט, אז די לעצטע ווערטער פונעם ריי"ץ, איידער ער איז נסתלק געווארן, ווען ער האט אנגעהויבן נישט גוט צו שפירן, איז געווען "מען זאל רופן חנה'ען" (הרבנית של הרש"ג), ווייל זיי זענען געווען די דעה זאגער אין הויף.

דער רבי'ס שטוב מיטן רש"ג
נאך די פטירה פונעם ריי"ץ איז געקומען די נאטורליכע שאלה: מי ימלא אחריו מקומו?

ביז צען יאר פריער וואלט די שאלה בכלל נישט עקזיסטירט, עס וואלט געווען א פשטות אז דער רש"ג איז רבי און קיינער מער, אבער אצינד איז דער רמ"ש דארט געווען און אידן האבן געהאט א שטארקע נטיה אז דער רמ"ש זאל ווערן רבי.

(א פסיכאלאגישע סיבה קען זיין דערצו, ווייל ער האט געהייסן שניאורסאן משא"כ דער רש"ג, אבער דאס איז שוין א סוגיא פאר זיך.)

זייער פיין און וואויל, אבער וואס טוט מען אז דער רבי'ס שטוב איז נישט מסכים דערצו?

דער רביצין פונעם ריי"ץ – הרבנית נחמה דינה – מיט אלע גבאים און שטוב מענטשן פונעם ריי"ץ האבן געשטיפט אז דוקא דער עלסטער איידעם, דער רש"ג, ער זאל ווערן רבי און נישט דער צווייטער איידעם.

דער שרייבער פון די שורות האט גערעדט מיט א איד וואס האט דעמאלס געלערנט אין תומכי תמימים, יענער האט נישט קיין שייכות מיט חב"ד און האט נישט קיין שום נגיעה אויף קיין שום זייט.

יענער לייגט עס אראפ אזוי: לעולם האט קיינער נישט געהאלטן פון קיינעם פון די איידעמער. חב"ד אין אמעריקא איז דאן באשטאנען פון בערך 200 אידן, און זיי זענען געווען חסידים פונעם ריי"ץ און נישט פון די קינדער. קיינער פון די צוויי שוואגערס האבן נישט געהאט דאס רוב, אלע זענען געווען פארעווע אבער מען האט פארשטאנען אז איינער דארף דא איבערנעמען ולא תהיה עדת ישראל כצאן אשר אין להם רועה, עס האט אבער נישט געברענט פאר קיינעם אז דוקא איין געוויסער פון די צוויי זאלן ווערן רבי, דעריבער איז מען געשטאנען און געווארט צו זען איך יפול דבר. רוב עולם איז נישט אנגעגאנגען ווער עס וועט ווערן רבי, נאר דער רמ"ש האט געהאט עטליכע שוויצערס וואס האבן מער געשוויצט פאר אים משא"כ דער רש"ג וועלכער האט נישט געהאט די גרויסע שוויצערס, און דעריבער איז עס אים עווענטואל געלונגען בעסער ווי פארן עלטערן שוואגער.

יענער זאגט נאכמער; אפילו די גבאים פון בית-המדרש, און די עסקנים פון די קהילה און מוסדות חב"ד, האבן נישט געהאט קיין מיינונג אין דעם ענין און אויך זיי זענען געשטאנען און געווארט צו זען איך יפול דבר און זיי האבן געפלאנט זיך מכניע צו זיין פאר ווער עס וועט נאר ארויפקומען. ווען די אנשי הרמ"ש האבן געלייגט פרעשור און געמאכט א ווינט איבער דאס נשיאות, האבן זיי מחליט געווען, ווייסטו וואס – זאל זיין אזוי...

און אזוי איז דער רמ"ש געווארן רבי, למורת רוחו פון די אלטע רביצין און די שטוב מענטשן פונעם ריי"ץ.

די ערשטע יארן
די ערשטע יארן זענען גארנישט געווען אזוי פשוט: רייבערייען זענען פארגעקומען דא און דארט און מען האט נישט געוויסט ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכן. ביידע שוואגערס האבן געפירט התוועדיות מזמן לזמן. ווען עס איז אויסגעקומען אמאל פאר ביידן צו פירן צוזאמען, האט דער רש"ג גערעדט און דערציילט בשעת דער רמ"ש איז געזיצן שטיל.

ערב ימים נוראים, ווען מען פלעגט ארויסגיין אויפן ציון, זענען די צוויי שוואגערס באזונדער געגאנגען, יעדער איינער אין זיין צייט צוזאמען מיט זיינע מענטשן, ביידע פלעגן ליינען "פ"נ'ס" כמנהג חב"ד, מען האט זיך געקענט דורכרעדן מיט ביידן פריוואטע אנגעלעגנהייטן.

געהייסן האט עס אז דער רש"ג איז מער אן עמקן אין חסידות און א גרעסערע יודע ספר, בשעת דער רמ"ש איז מער א געלערנטער אין וועלט זאכן. עס פלעגט ארומגיין א שמועה אז דער רש"ג רעדט אסאך מיטן רמ"ש איבער דאס אופן הנהגה פון חב"ד, דער רש"ג האט געהאלטן אז דער געוויכט דארף זיין אויף פנימיות און אפילו אויב עס קומט מיטן פרייז פון ווייניגער חסידים, בשעת דער רמ"ש האט געהאלטן פון יפוצו, ארויסגיין צו די וועלט. וויפיל אמת עס ליגט דערין, מסתמא נענטער צו זערא, אבער אויף אזויפיל איז אמת, אז בשיטה איז דאס געווען דער נפקא מינא.

פעולות פון רבי'נס שטוב לטובת הרש"ג
איידער מען גייט אריבער צום רבי'נס שטוב איז וויכטיג אין אכט צו נעמען און באטראכטן צי האט דער ריי"ץ אמאל געשריבן א צוואה איבער דאס נשיאות פון חב"ד.

אויף וויפיל מיר ווייסן איז קיין צוואה נישט פאראן און דאס רופט אויס אביסל וואונדער: דער ריי"ץ איז געווען א זעלטענע שרייבער, ער האט אלעס אפגעשריבן און כסדר געהאלטן אין איין שרייבן, סיי פריוואטע זאכן און סיי פארצייטישע חסידי'שע זאכן. אצינד שטעלט זיך די פראגע: פונקט דאס וויכטיגסטע פון אלע, ווער עס זאל אים ממלא מקום זיין, פונקט דאס האט ער פארגעסן צו שרייבן? - עפעס לייגט זיך נישט אויפן שכל.

פאראן וואס ווילן דרינגען דערפון אז לעולם האט ער יא געלאזט א צוואה נאר מען האט עס גונז געווען פאר פארשידענע סיבות... יעצט קען יעדער אריינלערנען פשט ווי אזוי ער וויל... אנדערע ווילן טענה'ען אז דער ריי"ץ האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו שרייבן א צוואה, ווייל ער האט געהאלטן מיט א פשטות אז דער רש"ג וועט איבערנעמען, דאס איז נישט געווען קיין ספק ביי אים און דערפאר האט ער נישט געפינען פאר וויכטיג צו שרייבן. אדער קען זיין פארקערט, אז ער האט געוואלט אז דער רמ"ש זאל איבערנעמען אבער ער האט זיך נישט געקענט ברענגען אזוי שטארק וויי צו טון זיין איידעם וואס איז אלע יארן געשטאנען לימינו. אנדערע ווילן אריינלערנען אז דער ריי"ץ האט שוין סוף ימיו געזען אז דער רמ"ש וועט עס מאכן און דעריבער נישט געפינען פאר וויכטיג בכלל צו שרייבן. בקיצור: יעדער האט דא די רעכטן צו ציען די שטריק אויף זיין זייט און בויען בנינים מיט הוכחות פאר זיך.

אזוי צי אזוי האט מען פון רבי'נס שטוב געשטיפט אויפן רש"ג, פארשידענע פעולות זענען געטאן געווארן דערין . איינע פון זיי איז באקאנט איבער די מעשה מיטן שטריימל, וואס ווי באקאנט פלעגן די נשואי חב"ד פארמאגן א ספעציעלע שטריימל מיט וואס נאר זיי זענען געגאנגען. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן דאס וואס דער ריי"ץ שרייבט אין איינע פון זיינע מעמארן, אז דאהי אין קראון-הייטס גייט קיינער נישט מיט קיין שטריימל, "בלויז איך וחתני הרש"ג, וואס מיר גייען מיט א שטריימל", די ווערטער זענען א שטיקל פלא, וויבאלד דער רש"ג האט נישט געטראגן קיין שטריימל, עס קען אבער זיין אז פריוואט אין שטוב האט ער יא געטראגן. עכ"פ די ווערטער זענען אינטערעסאנט.

דער שטריימל פונעם ריי"ץ איז גענומען געווארן פון רבינ'ס שטוב, כדאי די אנשי הרמ"ש זאלן נישט לייגן די הענט דערויף און אריבערגעגאנגען צום רשות פונעם רש"ג. עס זענען פאראן וואס זאגן אז דער רש"ג האט דאס אפילו גענוצט פריוואט ביי זיך אין שטוב אבער קיין הוכחות דערויף איז נישט פאראן.

עס ווערט דערציילט אז ווען דער רבי האט זיך נישט גוט געשפירט האט הרבנית חנה גורארי געשיקט צום רבי'ן אז זי וויל אים געבן א מתנה, דער שטריימל פונעם טאטע'ן. דער רבי האט איר דאן געפרעגט "איר גיבט דאס מיר בירושה אדער במתנה?", זי האט ווי א ריכטיגע חכמת געענטפערט "במתנה", דערויף האט אים דער רבי געענטפערט "מוחל טובות".

אין יענע תקופה איז טאקע געווען א שמועה אז דער רבי גייט זיך אנטאן א שטריימל, א זאך וואס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

דער רש"ג אליין האט דערווייל אויך געטאן פעולות איבער זיין נשיאות. עס איז באקאנט די מעשה אז ער האט זיך צוגעבינדן צום האנדטוך און אזוי געזאגט א מאמר מיטן ניגון (אין חב"ד איז געווען דער מנהג אז דער רבי האט זיך צוגעבינדן צום האנדטוך און אזוי געזאגט דער מאמר).

דער רמ"ש ווערט רבי
דערווייל האבן די אנשי הרמ"ש שטארק געשוויצט און געמאכט א ווינט צווישן עולם פארן רמ"ש. עווענטואל איז עס זיי געלונגען און דער רמ"ש האט אנגענומען דאס נשיאות, אפיציעל בלית ברירה... טראצדעם וואס ער האט געהאט אן עלטערן שוואגער, אויך א בר-הכי. למען האמת זענען די צוויי שוואגערס געווען פארקערטע מענטשן און קיינמאל נישט געהאט קיין געמיינזאמע ווארט.

למעשה האט דער רש"ג נישט געקענט צוזען דאס נשיאות פון זיין יונגערע שוואגער. עס ווערט געשילדערט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען ווען מען האט דעם ערשטן מאל אויפגערופן דער רמ"ש מיטן טיטל אדונינו מורינו ורבינו, דער רש"ג איז געשטאנען ביי זיין שטענדער אויסגעדרייט צו דער וואנט און זיין גענאק איז געווען רויט...

זינט דאן פלעגט ער ארויסגיין יעדע וואך ביים ליינען און מאכן א באזונדערע מנין. אויך דערויף האט זיך געטאן. מיר געפינען א בריוו וואס חסידי חב"ד האבן געשריבן צו די אלטע רביצין, אזוי:



(איך קען נישט אריילייגן די בריוו ואתכם הסליחה, אויב איינער קען מיר העלפן דערמיט איז ער וואלקאמען)







די אויפגאבעס פונעם רש"ג
אפיציעל האט געהייסן אז מען נעמט גארנישט צו פונעם רש"ג; אדרבה! ער בלייבט מיט אלע פאסטענעס און אויפגאבעס וואס ער האט ביז היינט פארמאגט.

בחייו פונעם ריי"ץ, ווען ער האט שוין אנגעהויבן נישט גוט צו שפירן, האט ער אנגעהויבן איבערצוגעבן אויפגאבעס צווישן זיינע איידעמער. דער עלסטער איידעם "דער רש"ג" האט באקומען דאס פירן שלש-סעודות, וואס איז געווען אן עיקר, דעמאלס האט מען געזאגט א מאמר וכו'; דער צווייטער איידעם "דער רמ"ש" האט באקומען דאס פארברענגען שבת בייטאג נאכן דאווענען, וואס איז געווען דער צווייטער גרעסטער כיבוד.

ווען דער רמ"ש איז געווארן רבי האט מען געלאזט דעם רש"ג מיט אלע זיינע כיבודים, אריינגערעכנט דאס פירן שלש-סעודות. למעשה איז דער ציבור נישט געקומען צו שלש-סעודות און דער עיקר התוועדות איז געווארן שבת בייטאג. דער רש"ג איז געזעצן מיט א צען אידן יעדע וואך אין בית-המדרש אויף שלש-סעודות, דאס איז די סיבה פארוואס אין חב"ד קומט מען זיך נישט צוזאמען היינט צו טאגס ביי שלש-סעודות, הגם אין יעדע חסידות אויף די וועלט קומט מען זיך צוזאמען. למען האמת האט דאס שוין סמיכין פונעם רש"ב וואס האט זיך נישט געוואשן אויף שלש-סעודות, אבער אין חב"ד פלעגט מען זיך שטענדיג צוזאמענקומען און זיך מתוועד זיין ביי שלש-סעודות, דאס איז אפגעשטעלט געווארן ווען דער רבי האט שוין נישט געפירט ס"ג.

א טיטל אן א מיטל
אויף דעם אופן איז געווארן מיט אלע אויפגאבעס פונעם רש"ג: צו די התוועדות איז קיינער נישט געקומען; ראש ישיבה תומכי תמימים איז געבליבן א טיטל אן א מיטל און עס האט גארנישט געמיינט; זיין דירה איז געבליבן אין 770 אבער קיין באזוכער האט ער נישט געהאט. מען האט צוביסלעך אוועקגענומען פון אים אלע זיינע זאכן, אן דעם וואס ער זאל שפירן אז מען נעמט עס אוועק פון אים.

אויב למשל איז דער פלאץ פונעם רש"ג געווען ביי א התוועדות, הארט נעבן רבי'ן, אזוי אז עס האט אויסגעקוקט אז ביידע פירן צוזאמען, ווען מען האט אויסגעברייטערט דער שולחן ההתוועדות איז דער רש"ג געווארן אלס מער אפגעריקט פון פריער, ביז ער איז געזעצן ווייט. דאס זעלבע איז געווען ביים דאווענען: נאך די פטירה פונעם ריי"ץ זענען ביידע געזעצן צוזאמען אבער ווען מען האט אויסגעברייטערט דעם בית-המדרש איז אויסגעקומען אז ער איז געזעצן ווייט.

בערי גייט אוועק פון חב"ד
צוביסלעך האט דער רש"ג פארלוירן זיינע ידידים. מענטשן האבן געשפירט אז ער איז א שטיקל קאנקערענץ פארן רבי'ן און מען האט זיך נישט געדרייט ארום אים. בלויז די עלטערע אידן פלעגן זיך אביסל קלאמערן ארום אים און נאר מיט זיי פלעגט ער זיך דרייען.

עס איז געווען ווייטאגליך צו זען, ווי אזוי דער מענטש וואס איז געווען אינוואלווד אין בויען חב"ד, געווען דער פירער פון פיל פעולות צווישן די חסידים און געווען דער גאנצער דעה זאגער ביים שווער אין שטוב, איז אצינד געווארן אן איינזאמער מענטש, אלס איינער וואס דער ציבור האט זיך נישט געוואלט אידענטעפיצירן מיט אים.

עס איז שווער זיך פארצושטעלן די געפילן וואס דער רש"ג האט געשפירט, ווי אויך ווי אזוי זיין רביצין הרבנית חנה גורארי האט געשפירט אין אזא מצב.

אלס רעזולטאט דערפון, האט זיין זוהן "בערי", וועלכער איז געווען א שטארקער מקורב ביים זיידן דער ריי"ץ – זייענדיג דער איינציגסטער אייניקל (מען זאגט אז ער האט געמאכט דעם באקאנטן בילד פונעם ריי"ץ מיטן קאלפיק), ער איז אוועקגעגאנגען פון חב"ד אלס ביטערניש אויפן שיקזאל פון זיין פאטער, און האט זיך באזעצט אין קווינס.

אינטערעסאנט צו באמערקן אן איראנישער פאקט, אז טראצדעם וואס חב"ד האבן אלע יארן עוסק געווען בקירוב רחוקים, האבן זיי גארנישט געקענט טון פאר זייער רבי'ס אייניקל, דער ליבלינג פונעם אלטן רבי'ן און פלימעניק פונעם יעצטיגן רבי'ן און גארנישט געטאן פאר זיין אידישקייט. דער שרייבער פון די שורות קען פערזענליך פארשידענע רבי'שע אייניקלעך וואס האבן געהאלטן ביים גליטשן פון אידישן דרך, אבער די חסידים האבן שנעל צוגעשטעלט שיינע פאסטענעס פאר די אייניקלעך און זיכער געמאכט אז זיי האלטן זיך באופן מסיומת אויפן ריכטיגן וועג.

חב"ד האט דאס נישט געטאן.

התיחסות צו רמ"ש
עס איז שווער צו וויסן אויב דער רש"ג האט זיך גענצליך מכניע געווען פארן שוואגער אלס רבי, אדער האט ער עס געטאן מחוסר ברירה. צווישן חסידי חב"ד וויל מען זאגן אז ער האט זיך צום סוף גענצליך מכניע געווען, למעשה זענען זיי נישט נאמן דערמיט.

למען האמת האט דער רש"ג פארמאגט ביי זיך א געוויסע סארט תמימות און ער איז למעשה געווען א ריכטיגע דוגמא פון א חסיד פון אמאל, פאראן פון די אידן וואס פלעגן אים משמש זיין, זיי דערציילן אז איידער ער האט געדארפט אריינגיין אויף יחידות צום רבי'ן האט ער ממש געציטערט פאר יראה. ער האט געהאט אין זיך א געוויסע תמימות, דעריבער קען זיין אז ער האט עס אנגענומען מיט א תמימות און זיך מכניע געווען. פון זיין התנהגות איז אבער אביסל אינטערעסאנט, ווען פון איין זייט האט ער ארויסגעוויזן אז עס שטערט אים געוויסע זאכן, בשעת אין עטליכע פעלער האט ער זיך מכניע געווען.

עס וואלט אפשר געווען א סברה צו זאגן אז ער האט זיך מכניע געווען נאר דארט וואו ער האט נישט געהאט קיין ברירה.

נעמט לדוגמא דער פרשה מיט ישיבת תומכי תמימים, ווען עטליכע פון זיינע שטיצער האבן געוואלט רופן חב"ד צו דין תורה, טענה'ענדיג אז דער ריי"ץ האט איבערגעגעבן ישיבת תומכי תמימים פארן עלסטן איידעם. דער רש"ג האט זיך אבער ארויסגעצויגן זאגנדיג אז עס האט נישט קיין זין צו פארלאנגען בעלות אויף א זאך וואס דער ציבור האלט נישט ביים אננעמען זיין הנהגה דערויף.

די מעשה איז בעצם א שיינע מעשה. אבער ערנסט געטראכט, האט ער דען געהאט א ברירה? – וואלט ער זיך געקענט שלאגן מיט חב"ד? – וואס וואלט דען געווען דער אויסגאנג פון אזא דין תורה, העכסטנס וואלט ער געבליבן מיט ליידיגע בנינים און בערג מיט שונאים... דאס האט ער נישט געוואלט.

בפשטות איז דאס געווען אין אלע פעלער, ווען ער האט זיך אפיציעל מכניע געווען פאר זיין שוואגער.

פאר געוויסע מענטשן וואס האבן אים פראבירט צו פרעגן איבער זיין שוואגער, האט ער געעענטפערט "די וואס ריידן ווייסן נישט און די וואס ווייסן ריידן נישט". יעדער קען אריינלערנען אין זיינע ווערטער וואס ער וויל.

המלך במסיבו
א קאפיטל פאר זיך פארלאנגט זיך אויף די סעודות וואס זענען געגעסן געווארן אין שטוב פון די אלטע רביצין, נאך די פטירה פונעם ריי"ץ.

בחייו פונעם ריי"ץ פלעגן ביידע איידעמער זיך צוזאמענקומען ביים שווער און דארטן פראווען סעודות שבת-קודש.

נאך די פטירה האט געהערשט א שטיקל אנגעצויגנקייט. יעדער האט געוויסט אז די צוויי פארמעסטן זיך אויף די נשיאות און אין שטוב פון די רביצין האט מען געוואלט אז דער רש"ג זאל איבערנעמען, בשעת דער עולם האט ענדערש געוואלט דעם רמ"ש. אפילו נאך וואס דער רמ"ש האט בפועל איבערגענומען, פלעגט דער רש"ג נאך אלס קומען צו די סעודות.

דער סדר פלעגט זיין אז מען האט געשטעלט א בענקל אויבן-אן, כאילו דער ריי"ץ זיצט דארט און פון די צוויי זייטן זענען געזעצן די צוויי שוואגערס און גערעדט בדברי תורה.

געווענליך פלעגן חסידים אונטערשיקן דער רש"ג זאל פרעגן געוויסע פראגעס פון זיין שוואגער, דער רבי, וויבאלד דעמאלס האט זיך דער רבי מער געעפנט און געענטפערט אויף שאלות וואס מען האט געווענליך נישט געקענט פרעגן. פון די אלע שאלות ותשובות איז ארויסגעקומען דער ספר "המלך במסיבו". די שמועסן זענען למעשה צוגעגאנגען מיט א שטיקל אנגעצויגנקייט און נישט קיין געהעריגע ידידות'דיגע שפראך צווישן זיי.

נאך די פטירה פון די רביצין האט זיך אויפגעהערט די שבת'דיגע סעודות.

טאנצן הקפות
אז מען רעדט שוין, וועלן מיר שוין אויך דערציילן א קלייניגקייט וואס האט זיך דעמאלס אפגעטאן אין חב"ד, הגם איך האב עס לכתחילה נישט געוואלט שרייבן ווייל עס איז ריין לשון הרע און קומט נישט דא אריין, אבער אז מען רעדט שוין וועט מען שוין רעדן גענצליך.

איינע פון די ירושות וואס ר' שמריה האט נאך אנגעהאלטן, איז געווען דאס טאנצן הקפות אינמיטן, א זאך וואס קיינער האט נישט זוכה געווען אויסער דער רבי און דער רבי'ס שוואגער האט אויך געטאנצן אינמיטן. יענע יאר האט דער בחור הממונה אויף די ספרי תורה נישט געוואלט געבן א ספר תורה פארן רש"ג, מיטן אויסרייד אז ער שפירט זיך נישט גוט און טאר נישט טאנצן... בראות הרש"ג זאת, איז ער צוגעגאנגען צו זיין שוואגער הרמ"ש און אים דערציילט... וואס מיינט איר האט אים דער רמ"ש געענטפערט? - ער זאל פרעגן דעם דאקטער אויב ער מעג טאנצן הקפות מיט א ספר תורה...

גיי זוך יעצט א דאקטער, שמחת תורה הארט פאר די הקפות...

אין יאר תשמ"א איז דער רש"ג קראנק געווען אום שמיני עצרת און ער איז נישט געווען אין בית-המדרש, בשעת בחורים האבן אים משמש געווען. במשך די גאנצע צייט האט מען געזען אז ער איז עפעס זייער אומרואיג אבער קיינער האט נישט געוויסט פארוואס. שפעטער ווען די בחורים האבן זיך געדארפט טוישן און עס זענען געקומען די בחורים וואס האבן געדאוונט אין בית-המדרש, האט ער די ערשטע זאך געפרעגט: "מיט וועמען האט דער שוואגער געטאנצן הקפות?", די בחורים האבן אים געענטפערט "אליין, מיט די ספר תורה", ער האט דעמאלס אויסגעזען אביסל אנידערגעשלאגן און געענטפערט "אהא, אליין...".

התייחסות הרמ"ש להרבנית חנה
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז טראץ די קאלטע באציאונגען צווישן דער רבי און דער רש"ג, האט דער רבי אבער ארויסגעוויזן כבוד און שעצונג פאר די רבנית חנה גורארי. זי האט געטאן פיל פאר חב"ד אפילו אין די שפעטערדיגע יארן און כסדר געווען אקטיוו בתוך הענינים. דער רבי האט איר מכבד געווען און געשעצט איר ארבעט.

דער מזכיר פונעם רבי'ן הרב גרונער, האט געזאגט אמאל אין א געלעגנהייט אז דער רבי מיט הרבנית חנה וואלט געווען א גוטע שידוך... דער רבי איז געווען אקטיוו אין חב"ד - מער ווי דער רש"ג, און הרבנית חנה איז געווען אקטיוו אין חב"ד - מער ווי הרבנית חיה מושקה. בכלל איז זי געווען מער פרומער און געהאט מער א געפיל פאר חב"ד.

ווען דער רבי האט זיך נישט גוט געשפירט אין יאר תשל"ח, איז הרבנית חנה געווען פארמישט בתוך הענינים. זי האט כסדר גערעדט מיטן רבי'ן און געזען דערצו אז ער זאל עסן צו די זעט. אויך פלעגט זי כסדר רעדן מיט די דאקטורים און זיכער מאכן אז אלעס ווערט געפירט ווי עס דארף צו זיין. פאראן וואס טענה'ען אז ווען זי איז אריינגעקומען צום רבי'ן איז אים בעסער געווארן... איך האב דאס נישט קאנפערמט.

מיר האבן שוין פריער דערמאנט די מעשה, ווי אזוי הרבנית חנה האט געוואלט אוועקגעבן פארן רבי'ן דעם שטריימל במתנה און דער רבי האט דאס נישט געוואלט נעמען.

בקיצור: די צוויי האבן זיך פיין פארשטאנען.

(במאמר המוסגר: עס קען זיין אז דאס האט אויך נישט צוגעגעבן צום געשמאק פארן רש"ג, צו זען ווי אזוי זיין יונגערע שוואגער, דער רבי, ארבעט אינאיינעם מיט זיין רביצין אויפטוענדיג פאר חב"ד, בשעת מען לאזט אים ארויס אינדערמיטן... ער האט זיך מסתמא געשפירט ווי דער קלאץ אינדערמיטן...)

משפט הספרים
מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט אין די גאנצע פרשה פון די ספרים, ווען זיין זוהן בערי האט גערופן דעם פעטער אין קארט צוליב די ספרים. מיר וועלן זיך אבער בלויז אפגעבן מיט וואס עס האט געהאט שייכות מיטן רש"ג זעלבסט.

דער רש"ג האט זיך אפיציעל אפגעשאקלט פון זיין זוהנ'ס געריכט ארדער, הגם זיין רביצין, הרבנית מרת חנה האט מיטגעהאלטן מיט איר זוהן.

חסידי חב"ד נעמען פון דעם ארויס אז ער איז געווען שטארק מבוטל צו זיין שוואגער, דער רבי. למעשה איז דאס נישט קיין הוכחה, ווייל מען קען נישט וויסן אויב ער האט דאס געטאן מחוסר ברירה. ער האט דאך נישט געוואלט אראפגיין אין די היסטאריע אלס שונא פאר חב"ד און אפיציעל פארלירן זיין גאנצע חשיבות. עס קען זיין אז ער האט פארמאגט אויך א געוויסע תמימות און התבטלות צו דער רבי וואס זיצט יעצט אויפן בענקל.

דאס האט אים למעשה אפגעקאסט א שווערע פרייז. חסידי חב"ד האבן טערארעזירט זיין רביצין, וועלכע האט זיך געמוזט ארויסציען פון 770, איבערלאזנדיג אים אליין אלס קראנקע איינזאמע מענטש.
(פארגעסט נישט אז דא רעדט מען פון דער מענטש וואס האט בפועל געבויט חב"ד, און געווען דער רעכטער האנט פון די פריעדיגע רבי.)

דעמאלס האט דער רבי געשיקט עטליכע יונגעלייט זאלן גיין משמש זיין דער רש"ג.

עס איז פאראן א היסטארישע בריוו וואס הרבנית גורארי האט אריינגעשיקט אין די איד יענע יארן, וואו וויינט זיך אויס אויף איר ביטערע שיקזאל. זי איז דעמאלס אריבערגעגאנגען צו מונקאטשער רבי שליט"א אפקויפן א חלקה פאר איר און פאר איר זוהן, נאך וואס זי האט גע'טענה'עט אז מען האט צוגענומען איר חלקה אין חב"ד. אין חב"ד האט מען אפיציעל געלייקנט אז מען זאל עס האבן צוגענומען פון איר און געזאגט אז איר זוהן בערי האט אזוי מחליט געווען. אין פאקט האט דער רבי געשיקט א ספעציעלע משלחת פון עטליכע חסידים צו בערי, נאך וואס זי איז נפטר געווארן אז מען זאל איר לייגן אין חב"ד, אבער בערי האט נישט געוואלט.

דער רש"ג איז אין יענע תקופה געווען זייער דערביטערט אויף זיין מצב און האט נישט געקענט צוזיך קומען פון די אלע זאכן.

סוף ימיו
די לעצטע יארן פונעם רש"ג זענען געווען זייער שווערע. ער איז געווען קראנק און צובראכן. זיינע משמשים פלעגן דערציילן ווי אזוי ער פלעגט אריינקומען יעדן טאג און זיין ליידיגן, האלב טונקלע אפיס, א זכר פון די אמאליגע יארן וואס ער פלעגט ארבעטן פאר חב"ד. דארט איז ער געזעצן און גארנישט געטאן, אויסער א טעלפאן קאל דא און דארט. ער האט אויסגעקוקט זייער דעביטערט און דעפרעסט.

א שאטן פון א מענטש וואס איז אמאל געווען אקטיוו און אנגעפירט א וועלט. א משל פון א מענטש וואס האט געזאלט זיין א רבי פון טויזנטע חסידים און דערווייל איז ער געבליבן אן קיין גוטן ידיד.

מען זאל נישט געפרואווט ווערן.

יבכו את האבידה
עטליכע יאר שפעטער איז דער רש"ג נסתלק געווארן, עס איז געווען א גרויסע לויה, הגם פון אנהויב האט עס אויסגעקוקט ווי עס וועט נישט זיין קיין עולם, מען האט געמוזט ווארטן זייער לאנג ביז די לויה האט געקענט אריינקומען אין 770. בערי איז געקומען מיט באדי גארדס און מען האט געלייגט דעם רש"ג אינדרויסן פונעם אוהל פון זיין שווער, דער ריי"ץ.

נאך זיין הסתלקות האט דער רבי נוהג געווען מנהגי אבילות און געזעצן שבעה נאך אים. עס איז פאראן א באקאנטער ווידיא וואו מען זעט דער רבי דאווענען מנחה אין שטוב פון רש"ג א טאג נאך די לויה.
די ווידיא קענט איר זען דא
http://www.he.chabad.org/multimedia/med ... id/1418725

ככלות השבעה איז דער רבי ארויס אויפן ציון, געזאגט פרקי תהילים לעילוי נשמתו.

עס לאזט זיך זאגן אז כלל ישראל האט פארלוירן א גרויסער מענטש, א מענטש וואס מען וואלט געקענט געניסן פון אים, און איז אזוי טראגיש פארגעסן געווארן און אראפגענומען געווארן פון די ארענע.

דער רש"ג האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות. זיין זוהן בערי האט נישט געהאט קיין קינדער, נאר בלויז צוויי אדאפטירטע טעכטער וואס איינע פון זיי איז בכלל נישט קיין שומרת שבת.

נישט נאר קינדער איז נישטא פון אים; עס איז נישטא קיין נעמען נאך אים, ספרים, ספר תולדות, ביכער... גארנישט. טראצדעם וואס ער פלעגט כסדר זאגן שיחות און אין די גוטע יארן אויך שיעורים אין תומכי תמימים, איז פון אים גארנישט געבליבן.

שושלת גורארי איז אפגעהאקט געווארן.
ליידער.

איבער די דרשות און די פלענער פונעם רבי'ן הרמ"ש איבער משפחת גורארי, אין קומענדיגע געלעגנהייט.
לעצט פאראכטן דורך זיס אום מאנטאג מאי 16, 2011 2:09 pm, פאראכטן געווארן 24 מאל סך הכל.

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » זונטאג מאי 15, 2011 2:10 pm

אקעי זעהט אויס גאר אינטרעסאנט, ווען די צייט וועט לאזן וועט מען עס ליינען מיט דורשט...

איך האב געליינט אביסל פון אנהויב ארטיקל, דו ווייסט קלאר אז מ'גיבט נישט קיין נאמען נאך איהם? ווייל איך קען פערצופאל א שיינע פאר חב"ד'סקע מיט דעם נאמען, און ס'איז מסתבר אז ס'איז יא נאך איהם. קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, איך וועל פרעגן אי"ה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מאי 15, 2011 2:18 pm

יענער זאגט נאכמער; אפילו די גבאים פון בית-המדרש, און די עסקנים פון די קהילה, האבן נישט געהאט קיין מיינונג. נאר ווען די אנשי הרמ"ש האבן געלייגט פרעשור און געפרעגט איבער דאס נשיאות, האבן זיי מחליט געווען, ווייסטו וואס – זאל זיין אזוי..


נישט איך, איך האב נישט געהאט קיין יד דערין....


וויצן אין א זייט
אין אנציקלפדיה לחכמי גאליציה ערך ר' יהושע אייכנשטיין מפרכניק, רעכנט ער אויס א זון זיינער ר' נתן חתנו של הרב שמרי' גורארי', וואס אידאס? אן אנדערער? א טעות?

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 2:22 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:אקעי זעהט אויס גאר אינטרעסאנט, ווען די צייט וועט לאזן וועט מען עס ליינען מיט דורשט...

איך האב געליינט אביסל פון אנהויב ארטיקל, דו ווייסט קלאר אז מ'גיבט נישט קיין נאמען נאך איהם? ווייל איך קען פערצופאל א שיינע פאר חב"ד'סקע מיט דעם נאמען, און ס'איז מסתבר אז ס'איז יא נאך איהם. קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, איך וועל פרעגן אי"ה.


אין חב"ד איז דא א געוואלד שמריהו'ס.

אזוי ווי ווען דו וועסט גיין אין גור און וועסט זאגן "אברהם מרדכי", וועלן זיך צען מענטשן אויסדרייען די קעפ, אזוי ווי אין סאטמאר, ווען דו וועסט זאגן "ליפא" וועט מען זיך אויסדרייען די קעפ, אזוי ווי אין סלאנים ווען דו וועסט זאגן "מטות" וועלן זיך צען מענטשן אויסדרייען די קעפ, פונקט אזוי איז חב"ד. האט גארנישט צוטון מיט אים.

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » זונטאג מאי 15, 2011 2:26 pm

מיט וועם דען האט עס צוטון אויב נישט מיט איהם?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג מאי 15, 2011 2:30 pm

איז אמת די מעשה מיטן שטריימל? און צי איז דאס בכלל געווען מיט אים, אדער אי געווען נאך א שוואגער?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 2:31 pm

אוי, פארגעסן צו שרייבן איבער דעם... איך האב זיך אנגעגרייט...

איך וועל עס מתקן זיין ווען איך וועל האבן א מינוט צייט

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 2:33 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:מיט וועם דען האט עס צוטון אויב נישט מיט איהם?


קענסט געפינען שמריהו'ס וואס זענען געבוירן געווארן בחייו. קענסט אפילו זען שמריהו'ס וואס זענען פיל עלטערן פון אים. פאראן אפילו שמריהו'ס בחייו פונעם רש"ב.

מיט אים האט עס נישט.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג מאי 15, 2011 5:37 pm

ביומנו של החוזר יואל כהן שיחי מימים ההם נראה התמונה קצת משונה בענין ידיעתו של רש"ג בחסידות.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » זונטאג מאי 15, 2011 6:03 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:ביומנו של החוזר יואל כהן שיחי מימים ההם נראה התמונה קצת משונה בענין ידיעתו של רש"ג בחסידות.

וואס שרייבט ער דארט?

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 6:11 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:ביומנו של החוזר יואל כהן שיחי מימים ההם נראה התמונה קצת משונה בענין ידיעתו של רש"ג בחסידות.


ר' יואל קאהן, אל אף ידיעתו הרבה בחסידות, אינו נאמן במאומה במכתבו, וגם נראה שהמכתב נתחבר כמה שנים אחר פטירתו של הרש"ג במטרה אחת להכחיש היסטריה. והדברים נראים מתוכו שכל המכתב נתחבר במטרה זו.

בכלל האב איך געהאט א ספק צי איך זאל דערמאנען די כתבים אין מיין באשרייבונג און איך האב זיך בארעכנט אז נישט. למעשה זאגן אלע מבינים אז די בריוו זענען אויסגעזויגענע, עס איז נישט פאראן קיין שום פריוואטע משפחה פרטים און עס קוקט אויס שקרים (די וואס קענען ר' יואל טענה'ען אז ער איז נחשד לזייף, טראץ זיין גדלות אין חסידות). אויך איז נישט פאראן קיין שום הוכחה אויף די אמיתיות הענינים, זיין פאטער איז שוין נישטא און קיינער האט ביז היינט נישט געוויסט אז עס זענען פאראן אזעלכע בריוו.

נאך א זאך: לו יהא אז עס איז יא אמת, זעט מען קלאר אז ר' יואל האט געהאט אן איינזייטיגע בליק אויף די פרשה. וואו ער דערמאנט דער רש"ג מוז ער אריינווארפן עטליכע לשונות גנאי וכדו', לדוגמא ער דערמאנט אז דער רש"ג האט מתוועד געווען און דערציילט מעשיות, שרייבט ער איינגערינגלט "הסיפורים ידועים", ועוד ועוד.

סא, פון דער יומן איז קיין ראיה נישט פאראן.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג מאי 15, 2011 6:17 pm

זיס האט געשריבן:. אזוי ווי אין סאטמאר, ווען דו וועסט זאגן "ליפא" וועט מען זיך אויסדרייען די קעפ.

???
זיס האט געשריבן:.אזוי ווי אין סלאנים ווען דו וועסט זאגן "מטות" וועלן זיך צען מענטשן אויסדרייען די קעפ

לכאור' צ"ל מתתי'
---
זייער אן אינטערעסאנט שטיקל היסטאריע.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 6:26 pm

איך פראביר ארויפצולייגן א היסטארישע בריוו וואס די חסידים האבן געשריבן צום אלטן רביצין בימים ההם איבער די פאליטיק, אבער אן ערפאלג.

ווער קען מיר העלפן?

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 6:31 pm

דערווייל נעמט א בילד פון די נישואי חב"ד מיטן רש"ג (אויף די לינקע זייט).
צוגעלייגטע
נשואי חבד.jpg
נשואי חבד.jpg (39.51 KiB) געזעהן 4139 מאל

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג מאי 15, 2011 6:47 pm

פאר איך בין זיך קובע אזוי די ענינים אין מיין קאפ, ווי דו לייגסט עס אראפ, וויל איך זיכער מאכן אויף הונדערט פראצענט: איז יעדערער איינשטימיג אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס חב"ד האט ענדערש געוואלט דעם רמ"ש, טאקע צוליב - און נישט טראץ - זיין מאדערנקייט?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מאי 15, 2011 6:58 pm

דעם קאפוסטער (בן הצ"צ) האט געהאט א זון ר' שמרי' מבאברוסק (במח"ס שמן למאור), עכ"פ די שמריהו'ס פון חב"ד הייסן פילייכט נאך אים אדער נאך וועם ער האט געהייסן

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 7:01 pm

מי חכם האט געשריבן:פאר איך בין זיך קובע אזוי די ענינים אין מיין קאפ, ווי דו לייגסט עס אראפ, וויל איך זיכער מאכן אויף הונדערט פראצענט: איז יעדערער איינשטימיג אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס חב"ד האט ענדערש געוואלט דעם רמ"ש, טאקע צוליב - און נישט טראץ - זיין מאדערנקייט?


עס זענען געווען אסאך סיבות און צוזאמען האבן זיי צוגעגעבן.
א. ער איז געווען א זעלעטענע קאפ און עילוי.
ב. ער האט מער גערעדט צום ציבור (רוף עס נישט מאדערנקייט), ער איז נישט געווען אזוי פארצייטיש.
ג. ער האט געהייסן שניאורסאן.
ד. דער רש"ג איז געווען צו שטארק אינוואלווד ביים רבי'ן אין שטוב, נישט אלע האבן דאס ליב געהאט.
ה. ער האט געהאט אפאר שוויצערס וואס האבן געמאכט דער מצב ארום (דאס איז די ריכטיגסטע ענטפער).

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 7:02 pm

איך האב דערווייל צוגעלייגט די מעשה מיטן שטריימל, צוזאמען מיט נאך חידושים אונטערן קעפל "פעולות פון רבי'נס שטוב לטובת הרש"ג".

אויך האב איך צוגעלייגט נאך הוספות דא און דארט.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 7:28 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:אקעי זעהט אויס גאר אינטרעסאנט, ווען די צייט וועט לאזן וועט מען עס ליינען מיט דורשט...

איך האב געליינט אביסל פון אנהויב ארטיקל, דו ווייסט קלאר אז מ'גיבט נישט קיין נאמען נאך איהם? ווייל איך קען פערצופאל א שיינע פאר חב"ד'סקע מיט דעם נאמען, און ס'איז מסתבר אז ס'איז יא נאך איהם. קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, איך וועל פרעגן אי"ה.


משה, זעה דא.
http://www.chabad.info/index.php?url=ar ... e&id=13085
גיב א קוק די תגובה אונטן

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג מאי 15, 2011 9:22 pm

יש"כ הרב זיס פאר די באלערענדע ארטיקעל,איך מיין אז די צווייטע העלפט ארטיקעל פארענטפערט די קשיה אינעם ערשטען העלפט,עס האט זיך נישט אליינס פארגעסען נאר איז געווען א דירעקטע וישכחהו.

למען האמת איז דאס פיל א ברייטערער נושא,ווען דער רבי האט געלעבט האט מען נישט דערמאנט ביי זיי די אנדערע חלקים פון ח"בד,עס וואלט זיך געקענט דאכטען אז שושלת קאפוסט,באברויסק ,ניעזין וכו' האבען ניטאמאל עקזיסטירט,איך רעד שוין נישט פין אנדערע רביס,אויב זענען זיי נישט געווען פין 'רבותינו נשיאינו' זענען זיי נישט קיין רביס.

אסאך האט זיך געטוישט לטובה איו די לעצע פאר יאר אבער די זאכען פאסירען שטייט.
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום מאנטאג מאי 16, 2011 4:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג מאי 15, 2011 10:13 pm

ייש"כ הרב זיס
שטארק רייכע ארטיקעל מיט אסאך ידיעות וואס איך האב קיינמאל געהערט
און ביטע געב אונז נאך כהנה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 15, 2011 10:38 pm

יישר כח פאר די קאמפלעמענטס, למען האמת האב איך אסאך צוצולייגן און די קאמפלעמענטס גיבן מיר ברענשטאף אנצוגיין.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מאי 15, 2011 11:19 pm

אויב אזוי מוז איך מיך אויך באדאנקען פאר ידידינו ר׳ זיס חזקו ואמצו גייט אן

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » מאנטאג מאי 16, 2011 12:35 am

א שיינעם דאנק הרב זיס, א הערליך שיין און זיסע שטיקעל היסטאריע.

וואס איך פארשטיי נישט איז, אז אנפאנג זעט אויס אגאנצען צייט אז רש"ג איז געווען אסאך מער אקטיוו אין חב"ד ווי רמ"ש, און אויפדעם בויסטו איינע פון די סיבות פארוואס דער עולם האט איהם נישט געוואלט,
און ממש צום סוף ברענגסטו נאך א ווארט פון די מזכיר אז עס וואלט בעסער געווען ווען רמ"ש האט חתונה מיט חנה ווייל זי איז געווען זייער אקטיוו און חב"ד און אזוי אויך רמ"ש איז געווען מער אקטיוו ווי רש"ג.?
מעק אפ יאר מיינד
חוץ אויב איך האב דיך נישט פארשטאנע

און אגב וויל איך דיר פרעגן, לויט דיין ווערסיע האלסטו נישט אז רמ"ש איז בכלל געווען אסאך אסאך מער כלי ווי רש"ג (לייג פרימקייט און דער זייט) אז מען דארף שוין ממש צוקימען אז דער עולם האט איהם מער געגליכען וועגן זיין לעצטער נאמען א א וו?
לעצט פאראכטן דורך איך וויל פארשטיין אום מאנטאג מאי 16, 2011 12:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג מאי 16, 2011 12:40 am

די ווערטער פונעם מזכיר איז געזאגט געווארן נאכדעם וואס מען האט שוין באזייטיגט דער רש"ג פון אלע חב"ד פעולות. דאס איז געווען נאכדעם וואס דער רמ"ש האט איבערגענומען דאס נשיאות.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 16 געסט