רבי חיים האגער זצ"ל-מ'אנטניא.

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי חיים האגער זצ"ל-מ'אנטניא.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 12:22 am

הרה"ק רבי חיים האגער איז געבוירען א'צווייטע זון לאביו הרה"ק רבי ברוך מ'וויזניץ זצ"ל ולאמו הרבנית צפורה ע"ה און כ"ג אייר תרכ"ב לפ"ק.ער איז אויפגעוואקסען ביי זיין זיידע הרה"ק רבי מענדעלע זצ"ל הצמח צדיק מ'וויזניץ וואס האט אים ארויס געוויזען גרויס חביבות.ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית פעסיא לאה בת הרה"ק רבי איציקל מ'בוהוש זצ"ל ,בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חיה העסע בת הרה"ק רבי שרגא יאיר זצ"ל מ'ביאלבערזיק מגזע פשיסחא. (גרושת הרה"ק המנחת אלעזר מ'מונקאטש זיע"א.) בזיווג שלישי בת הרה"ק רבי הערשעלע מ'ראזוועדאוו זצ"ל.ביי די דרייצען יאר האט ער געקריגען הוראה פון גדלי הדור זצ"ל. פונעם לעמברעגער רב רבי יצחק שמעלקיס זצ"ל און די בית שלמה זצ"ל און פונעם רימלובער רב זצ"ל ועוד.לאחר הסתלקות אביו בשנת תרנ"ג האט ער זיך געצויגען און א'קליין שטעטעל און מזרח גאליציע מיט די נאמען אוטניע לעבען סטאניסלאוו מ'האט אים געבויט א'הערליכער ריזיגער בית המדרש פאר טויזענטער מענטשען און געפירט ראביסטעווע דארטען.געהאט טויזענטער חסידים מיט אסאך שטיבלעך איבער גאליציע.ביי די ערשטע וועלטס קריג איז ער אנטלויפען קיין וויען און געווען דארטען ארום פיר יאר.און ער איז צוריק געקומען קיין סטאניסלאב ,ער איז געוון א'מתמיד עצום לא פסיק פומיה מ'גירסא געלערנט טאג און נאכט,א'גאון עולם א'חריף און א'בקיא,גערעדט מיט תלמידי חכמים און לערענען פאר שעות ארוכות ,ער האט געשריבען ספרים, אות חיים על פסקי הראשונים והאחרונים,מצא חיים אויף שולחן ערוך ,און זכר חיים אויף ש"ס,און תיו חיים אויף עניני קבלה,די אלע כתבים זענען פארלוירען געגאנגען ביי די ערשטע וועלטס קריג, לאחר פטירתו האט מען געדרוקט טל חיים ונמוקי חיים,געווען נשיא כולל באקאווינא לצדקת רבי מאיר בעל הנס.און תרס"ד לפ"ק איז ער זייער נישט געזונט געוארען און ער איז דורך צענדליגער אפעראציעס ל"ע, ערב שבת די ערשטע טאג חנוכה שנת תרצ"ב לפ"ק נאך מאכען די ברכה שהחיינו אויף די חנוכה לעכטיל איז ער נסתלק געווארען לחיי העולם הבא.ומנו"כ בסטאניסלאב.יהי זכרו ברוך.
צוגעלייגטע
427px-רבי_חיים_מאנטניא.jpg

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

זכרון מרבי חיים זי"ע

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 1:22 am

סבתא שלי היתה מספרת, שכשהיא היתה ילדה קטנה [במאסיף מארמרוש] אז הסבתא שלה לקחה אותה לרבי צדיק גדול - רבי חיים מאנטניא - כדי שיברך אותה.
הוא בירך אותה, והיא שמה לב שהיה לו קול מאד חלש ומשונה.
אז היא שאלה את הסבתא שלה על זה, והיא אמרה לה שזה בגלל איזה ניתוח שהיה לו בצוואר.
זי"ע.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 2:39 am

זיינער קינדער זענען געווען בנו ממלא מקומו הרה"ק רבי ישראל שלום יוסף הי"ד בעל מחבר ספר נפש ישי נהרג על קידוש ה' ביחד עם שלושת ילדיו בכ"ד אייר תש"ד, ב')הרב מנחם מענדל ז"ל נפטר בחיי אביו כשטיפל במסירות נפש עם אנשים חולי טיפוס ונדבק מהם ל"ע, ג') בתו הרבנית בלומה רייזל אשת אחי אביה הרה"ק רבי יחיאל מיכל מ'הארעדענקא זצ"ל, ד') שרה רבעצין פון הרה"ק רבי ישראל מהאסיאטין זצ"ל,ה') הרבנית מרת העניא אשת הרה"ק רבי אהרן מבאיאן טשערנאוויטץ. נאכען קריג האט הרה"ק רבי חיים מאיר זצ"ל מוויזניץ מכתיר געווען את שאר בשרו הרה"צ רבי משה האגער זצ"ל, (בן בנו פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל זצ"ל מ'הארעדענקע חתן אחיו הרה"ק רבי חיים מ'אנטניא זצ"ל) אלס ממלא מקום אבותיו באדמ"ורות אנטניא, און מהאט געגרינדערט א'בית מדרש ע"ש אדמור"י אנטניא זצ"ל און בני ברק,ולאחר פטירתו הכתירו את בנו הרה"צ רבי ברוך שליט"א אלס אדמו"ר מ'אנטניא, מחשובי האדמו"רים בבני ברק .דא לייג איך א'בילד פון הרה"ק רבי ישראל שלום יוסף הי"ד מ'אנטניא הנ"ל.
צוגעלייגטע
Yisrael_medium.jpg
Yisrael_medium.jpg (2.77 KiB) געזעהן 1696 מאל

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג יולי 06, 2017 12:23 pm

טריסקער האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן:סיז געווען א רבי וואס האט געהאט דריי איידימעס, איינס האט ער גערופון דו און דער איידעם האט איהם גערופען איהר, איינס האט ער גערופען דו און דער איידעם האט איהם גערופען דו, און איינס האט ער גערופען איהר און דער איידעם האט איהם גערופען דו

רבי חיים האגער מאנטיניא.
▪ ביי זיין איידעם רבי אהרן פרידמאן מבאיאן - טשערנאוויץ: האט דער שווער געזאגט דו און דער איידעם איר.
▪ ביי זיין איידעם און ברודער רבי יחיאל מיכל האגער מהורדענקא: האט דער שווער געזאגט דו און דער איידעם דו.
▪ ביי זיין איידעם (בזוו"ש) רבי ישראל פרידמאן מהוסיאטין וואס איז געווען עלטער פון אים מיט אפאר יאר און א דור עלטער פון אים: האט דער שווער געזאגט איר און דער איידעם דו.


https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p1476246

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 01, 2019 10:22 pm

חדו"ת מאת הרה"ק מאנטניא בירחון 'אסיפת חכמים' (שנת תרע"ד), נעתק מגליון ספריו הק'.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=6

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 01, 2019 10:39 pm

א חידוש פון א זאך אז פון אזא גרויסע רבי א גאון עולם זאל זיין אזא מאגערע אשכול איי געס הכל תלוי במזל
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 01, 2019 10:48 pm

מזל דארף מען אויך אויף אייוועלט...

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מאי 06, 2019 6:23 am

רבי חיים מאנטניא זצ"ל,
נפטר כ"ה כסלו, די ערשטע טאג חנוכה תרצ"ב

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 11:26 am

'צורת אדמו"ר הצוה"ק בוצינא קדישא חסידא ופרישא רועה ישראל ציס"ע כמוה"ר חיים האגער מאטניא זצללה"ה, נפטר כ"ה כסליו תרצ"ב' - תצלום מוקדם בו נראה האדמו"ר רבי חיים הגר מאנטניאן בפתח ביתו. שנות ה־30 בקירוב.



האדמו"ר הקדוש רבי חיים הגר מאוטניה [תרכ"ב-תרצ"ב 1862-1931] שבגליציה המזרחית בנו של רבי ברוך הגר - האדמו"ר השני מויזניץ, נכדו של רבי פנחס מקוריץ. גדל אצל סבו הגדול רבי מנחם מנדל הגר ה'צמח צדיק', וכבר בהיותו בגיל 13 הוסמך ע"י גדולי רבני גליציה [ביניהם רבי שלמה דרימר בעל ה'בית שלמה']. לאחר פטירת אביו בשנת תרנ"ג הקים את חצרו בעיירה הקטנה אוטיניה ועד מהרה חסידיו נמנו באלפים. היה בעל ייסורים ועבר עשרות ניתוחים בשל חולשת גופו. מסופר כי לאחר שעבר סידרת ניתוחים שארכה מספר ימים ולבסוף כשעמדו לתפור אותו ביקשו הרופאים להרדימו לזמן ארוך. רבי חיים סירב וביקש שיביאו לו ספר זוהר, סיגריה ושידליקו נרות מעליו וביקש שלאחר חצי שעת לימוד יתחילו בתפירה ואכן הוא לא זז כל מהלך הניתוח ללא הרדמה כלל. הדבר היה לפלא בעיני הרופאים ועד מהרה נתפרסם בעיתונות המקומית.



מלבד כוחו בתורה, היה בעל תפלה ויודע נגן, והכניס נעימות והדגשות בנוסח התפילה של חסידות ויז'ניץ. כמו"כ הלחין ניגונים - כגון חלקו השני של הניגיון 'אודה לקל' של חסידות ויז'ניץ.

בזמן מלחמת העולם הראשונה נמלט לוינה, רוב דברי תורתו אבדו בזמן המלחמה, ולאחר המלחמה חזר לגליציה. נפטר בקרקוב בדרכו לוינה למטרת ניתוח בעת הדלקת נרות לאחר שסיים לברך ברכת 'שהחיינו' על הדלקת נר ראשון של חנוכה. לאחר פטירתו הדפיסו חסידיו את הספרים 'טל חיים' על התורה ו'נימוקי חיים' על הש"ס.

תצלומים של האדמו"ר הינם נדירים במיוחד שכן על פי אמונתו סירב להצטלם, וכל אימת שביקשו לצלמו סירב לדבר. התצלום שלפנינו יצא לאחר מותו.

גודל: 11x8 ס"מ. מצב טוב מאד.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... A5?lang=he
צוגעלייגטע
הרה''ק מאנטניא.jpg
הרה''ק מאנטניא.jpg (123.47 KiB) געזעהן 393 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט