רבי ישעי' מושקאט מפראגא זצ"ל - ה' אדר תרכ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 27, 2017 5:48 pm

טריסקער האט געשריבן:פון ר' יעקב משה מושקאט איז מיר באקאנט 3 זוהן (און ווארשיינליך איז דא א 4'דע כדלהלן):

▪ בנו: המפורסם רבי ישעיה מושקאט מפראגא בעל 'הרי בשמים', 'עצי בשמים', ו'ראשי בשמים'
בנו: ר' ראובן מושקאט מווארשא
▪ בנו: ר' זעליג מושקאט

ר' ראובן מושקאט מווארשא איז נפטר געווארן כ"ז אדר א' תרי"ג ומנו"כ אין ווארשא.

photo (3) (4).jpg
מציבת ר' ראובן מושקאט
photo (3) (4).jpg (163.78 KiB) געזעהן 4298 מאל


ר' ראובן האט געהאט א זוהן ר' בנימין מושקאט (נפ' כ"ג אדר תרנ"א), ר' בנימין האט געהאט א זוהן ר' חיים אליעזר מושקאט מו"ל ספר 'ראשי בשמים' פון זיין עלטער פעטער.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 27, 2017 5:56 pm

טריסקער האט געשריבן:פון ר' יעקב משה מושקאט איז מיר באקאנט 3 זוהן (און ווארשיינליך איז דא א 4'דע כדלהלן):

בנו: המפורסם רבי ישעיה מושקאט מפראגא בעל 'הרי בשמים', 'עצי בשמים', ו'ראשי בשמים'
▪ בנו: ר' ראובן מושקאט מווארשא
▪ בנו: ר' זעליג מושקאט

אויף רבי ישעיה מפראגא וועט בעז"ה נאכפאלגן א לענגערע ערך לתולדותיו, יעצט ברענג איך נאר בילדער פון מציבות מיט די משפחה.

רבי ישעיה מושקאט מפראגא איז נסתלק געווארן ה' אדר תרכ"ח ומנו"כ אין אן אוהל אין ווארשא וואו ער ליגט אינאיינעם מיט זיין טאטע.

photo (9) (1).jpg
אוהל רבי ישעיה מושקאט מפראגא
photo (9) (1).jpg (168.59 KiB) געזעהן 4297 מאל


רבי ישעיה מפראגא האט איבערגעלאזט 2 קינדער, בן ובת:

▪ בנו: רבי אברהם מאיר מושקאט מביאלא-בערזיג
▪ בתו: מרת שפרה, (ווארשיינליך) אשת ר' יעקב נטע רובין

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 27, 2017 6:32 pm

טריסקער האט געשריבן:רבי ישעיה מפראגא האט איבערגעלאזט 2 קינדער, בן ובת:

▪ בנו: רבי אברהם מאיר מושקאט מביאלא-בערזיג
בתו: מרת שפרה, (ווארשיינליך) אשת ר' יעקב נטע רובין

ר' יעקב נטע רובין איז געווען אן איידעם ביי רבי ישעיה מפראגא (ווי עס שטייט אויף זיין טאכטער'ס מציבה), און ווארשיינליך איז זיין ווייב מרת שפרה בת רבי ישעיה מפראגא וואס ליגט אין ווארשא.
מרת שפרה איז נפטר געווארן כ"ה תשרי תר"מ ומנו"כ אין ווארשא.

photo (2) (4).jpg
מציבת מרת שפרה (רובין)
photo (2) (4).jpg (183.25 KiB) געזעהן 4293 מאל


ר' יעקב נטע רובין האט איבערגעלאזט 2 זוהן און 1 טאכטער:

▪ בנו: ר' ראובן רובין מווארשא - מו"ל ספר 'עצי בשמים'
▪ בנו: ר' שלמה רובין מווארשא - מו"ל ספר 'עצי בשמים'
▪ בתו: מרת רעכיל, אשת ר' נח שטערלינג מווארשא

ר' ראובן רובין הנ"ל איז געווען פון די מו"ל צוזאמען מיט זיין ברודער ר' שלמה רובין פונעם ספר 'עצי בשמים' פון זייער זיידע.
ר' ראובן רובין איז נפטר געווארן א' דחנוכה - כ"ה כסלו תרפ"ה ומנו"כ אין ווארשא.

photo (16).jpg
מציבת ר' ראובן רובין
photo (16).jpg (222.02 KiB) געזעהן 4293 מאל


ר' שלמה רובין הנ"ל האט געהאט א זוהן ר' ישעיה רובין וואס נפטר געווארן אן קיין קינדער ביי די 19 יאר י"ב טבת תרנ"ד ומנו"כ אין ווארשא.

photo (6) (1).jpg
מציבת ר' ישעיה רובין
photo (6) (1).jpg (193.33 KiB) געזעהן 4293 מאל

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 27, 2017 6:46 pm

טריסקער האט געשריבן:ר' יעקב נטע רובין האט איבערגעלאזט 2 זוהן און 1 טאכטער:

▪ בנו: ר' ראובן רובין מווארשא - מו"ל ספר 'עצי בשמים'
▪ בנו: ר' שלמה רובין מווארשא - מו"ל ספר 'עצי בשמים'
בתו: מרת רעכיל, אשת ר' נח שטערלינג מווארשא

ר' נח (ב"ר שלום יוסף) שטערלינג מווארשא איז נפטר געווארן כ"ז אלול תרס"ד ומנו"כ אין ווארשא.

photo (13).jpg
מציבת ר' נח שטערלינג
photo (13).jpg (191.08 KiB) געזעהן 4291 מאל


אשת ר' נח - מרת רעכיל שטערלינג (ב"ר יעקב נטע רובין) איז נפטר געווארן א' דחול המועד פסח - י"ז ניסן תרע"ה ומנו"כ אין ווארשא.

2.jpg
מציבת מרת רעכיל שטערלינג
2.jpg (198.68 KiB) געזעהן 4291 מאל


פון ר' נח שטערלינג איז מיר באקאנט 2 זוהן און 2 טעכטער:

▪ בנו: ר' יחיאל מנחם שטערלינג מווארשא
▪ בנו: ר' יצחק מאיר שטערלינג מווארשא
▪ בתו: מרת פייגא, אשת ר' משה זילבערטרעסט מווארשא
▪ בתו: מרת דינה

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 27, 2017 7:00 pm

טריסקער האט געשריבן:פון ר' נח שטערלינג איז מיר באקאנט 2 זוהן און 2 טעכטער:

▪ בנו: ר' יחיאל מנחם שטערלינג מווארשא
בנו: ר' יצחק מאיר שטערלינג מווארשא
בתו: מרת פייגא, אשת ר' משה זילבערטרעסט מווארשא
בתו: מרת דינה

ר' יצחק מאיר שטערלינג הנ"ל איז נפטר געווארן י"ג רם חשון תרע"ב ומנו"כ אין ווארשא.

photo (4).jpg
מציבת ר' יצחק מאיר שטערלינג
photo (4).jpg (207.16 KiB) געזעהן 4291 מאל


מרת פייגא (אשת ר' משה) זילבערטרעסט הנ"ל איז נפטר געווארן כ"ז אדר תרע"ח ומנו"כ אין ווארשא.

photo (4) (1).jpg
מציבת מרת פייגא זילבערטרעסט
photo (4) (1).jpg (199.81 KiB) געזעהן 4291 מאל


מרת דינה הנ"ל איז נפטר געווארן כ"ו סיון תרס"ה ומנו"כ אין ווארשא.

photo (6).jpg
מציבת מרת דינה
photo (6).jpg (189.77 KiB) געזעהן 4291 מאל

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 27, 2017 7:14 pm

טריסקער האט געשריבן:פון ר' נח שטערלינג איז מיר באקאנט 2 זוהן און 2 טעכטער:

בנו: ר' יחיאל מנחם שטערלינג מווארשא
▪ בנו: ר' יצחק מאיר שטערלינג מווארשא
▪ בתו: מרת פייגא, אשת ר' משה זילבערטרעסט מווארשא
▪ בתו: מרת דינה

ר' יחיאל מנחם שטערלינג איז נפטר געווארן א' דחול המועד פסח - י"ז ניסן תרצ"ז (די טאג פון זיין מאמע'ס יארצייט) ומנו"כ אין ווארשא.

photo (9).jpg
מציבת ר' יחיאל מנחם שטערלינג
photo (9).jpg (201.76 KiB) געזעהן 4290 מאל


אשת ר' יחיאל מנחם שטערלינג - מרת טאבע פריידיל (ב"ר חיים דוד) איז נפטר געווארן אינמיטן די מלחמה א' טבת תש"א (און צוליב דעם האט זי נישט קיין געהעריגע מציבה) ומנו"כ אין ווארשא.

photo (5).jpg
מציבת מרת טאבע פריידיל שטערלינג
photo (5).jpg (217.48 KiB) געזעהן 4290 מאל


ר' יחיאל מנחם שטערלינג האט געהאט א זוהן הבחור ישעיה שטערלינג וואס איז נפטר געווארן בחייו 19 יאר אלט כ"ח תשרי תרס"ז ומנו"כ אין ווארשא.

photo (10).jpg
מציבת הב' ישעיה שטערלינג
photo (10).jpg (216.22 KiB) געזעהן 4290 מאל

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יוני 28, 2017 8:52 pm

הרה"ק רבי ישעיה מושקאט זצוק"ל מפראגא
בעמח"ס 'הרי בשמים', 'עצי בשמים', ו'ראשי בשמים'


הרה"ק רבי ישעיה איז געבוירן געווארן בשנת תקמ"ג אין ווארשא צו זיין טאטע רבי יעקב משה מושקאט מווארשא און צו זיין מאמע מרת רחל לאה.

פון יונגווייז אן האט מען דערקענט אויף אים אז לגדולות נועד, און ער האט גע'שמ'ט אלס אן אויסערגעווענליכע עילוי. אין אנהייב האט ער געלערנט ביי זיין טאטע, און אין זיין ספר 'הרי בשמים' על התורה ברענגט ער אפאר מאל אראפ פנינים פון זיין טאטע. שפעטער איז רבי ישעיה'לע געפארן צום הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע פון וועם ער האט געשעפט תורה וחסידות מלוא חפניים, ווי ער דריקט זיך אויס אויף זיין רבי "שאבתי מבארו באר מים חיים, והשביעני בצחצחות שדי תבונתו", און דער קאזניצער מגיד איז טאקע געווען רבו המובהק ווי רבי ישעיה'לע דריקט זיך אויס אויף אים, און דארט איז ער אויך נאנט געווארן מיט כמה מצדיקי דורו מתלמידי המגיד מקאזניץ, ווי הרה"ק מראפשיץ זי"ע; הרה"ק בעל 'מאור ושמש' זי"ע; הרה"ק ה'יוד הקדוש' מפשיסחא זי"ע און הרה"ק ר"ר בונים מפשיסחא זי"ע.

בהגיעו לפרקו בשנת תקס"א זייענדיג אכצן יאר אלט האט דער 'חוזה' פון לובלין זי"ע אים משדך געווען מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי איציק'ל מראדוויל זי"ע, ומעשה שהיה כך היה:

צווישן די חסידים פונעם חוזה מלובלין האט זיך געציילט הרה"ק רבי צבי הירש דישקעס גרינוואלד זי"ע מאופוטשנא (דער שווער פון הרה"ק רבי דוד מקאצק זי"ע). איינמאל האט אים דער חוזה צוגערופן און אים געזאגט אז צוליב דעם וואס רבי איציק'ל ראדווילער ליידט שטארק פון די בעלי בתים אין ראדוויל זאל ער זארגן אז מ'זאל אויפנעמען רבי איציק'ל אלץ רב אין זיין שטאט אופוטשנא וואו די רבנות בענקל איז נארוואס ליידיג געווארן. רבי צבי הירש האט טאקע געזארגט דערפאר און בערך בשנת תק"ס האט מען אויפגענומען רבי איציק'ל ראדווילער אלץ רב אין אופוטשנא.

צוריקקומענדיג קיין לובלין האט רבי צבי הירש פארציילט פארן חוזה אז ער האט אויסגעפירט זיין שליחות. האט אים דער חוזה געזאגט אז ער האט פאר אים נאך איין שליחות צו רבי איציק'ל, אז ער זאל זאגן פאר רבי איציק'ל אין זיין נאמען אז ער איז מציע פאר זיין טאכטער דעם בחור ישעיה מושקאט פון ווארשא, און אזוי אויך זאל ער פארן קיין ווארשא צו רבי יעקב משה מושקאט און אים אנטראגן די טאכטער פון רבי איציק'ל פאר זיין זוהן. רבי צבי הירש האט טאקע אויסגעפירט דעם שידוך צווישן די צוויי צדדים און מ'האט באלד געשריבן תנאים.

די חתונה פון רבי ישעיה'לע מיטן טאכטער פון רבי איציק'ל ראדווילער איז פארגעקומען בשנת תקס"א אין ווארשא אין שטוב פונעם אבי החתן רבי יעקב משה מושקאט (פארהאן אן הסכמה פון רבי איציק'ל ראדווילער משנת תקס"א אויפן ספר 'גאון צבי' ווי ער שרייבט בתוך דבריו "מדי היותי פה ווארשא על שמחת נישואין בתי תחי'").

נאכן חתונה איז רבי ישעיה'לע אריבער לבית חותנו אין אפוטשנא ווי ער האט אויך מקבל געווען אסאך פון זיין שווער בתורה וחסידות, און רבי ישעיה'לע ברענגט טאקע אראפ זיין שווער זעכצן מאל בספרו 'ראשי בשמים'.

אפילו זיצנדיג בצל חותנו הגדול אין אופוטשנא איז רבי ישעיה'לע אסאך געפארן צו רבו המובהק דער קאזניצער מגיד, וואו ער פלעגט פארן צוזאמען מיט זיין טאטע און זיידע. לאחר פטירת רבו האט ער זיך מסתופף געווען בצל בנו הרה"ק רבי משה'לע קאזניצער זי"ע. נאך רבי משה'לע קאזניצער'ס פטירה בשנת תקפ"ח האבן אים א קליין טייל קאזניצער חסידים גענומען אלס מורה דרכם, אבער מיט דעם אלעם איז רבי ישעיה'לע געפארן פון מאל צו מאל צו הרה"ק רבי אלעזר'ל מקאזניץ זי"ע און אזוי אויך צו הרה"ק ה'שרף' ממאגלניצא זי"ע.

נאך אפאר יאר זיצן בבית חותנו איז ער נתקבל געווארן על כסא הרבנות אין שידלאווצא נאך זייענדיג א יונגערמאן, פון דארט איז ער אריבער צו נאך אפאר שטעט, ביז ער איז אויפגענומען געווארן בשנת ת"ר אלס רב אינעם שטאט פראגא וואס איז א פארשטאט פונעם עיר ואם בישראל ווארשא, רבי ישעיה'לע איז געווען דער ערשטער רב אין פראגא וואו מ'האט אים גערופן 'רבי ישעיה'לע חריף'.

די גדולי הדור האבן זייער געשעצט רבי ישעיה'לע, און צומאל דאס אויסגעדריקט בכתב, כדוגמת הרה"ג בעל 'שואל ומשיב' זצ"ל; הרה"ג רבי נתן שפיגלגלאס זצ"ל מו"ץ בווארשא; זיין שפעטערדיגער מחותן הרה"ג בעל שו"ת 'ישועות מלכו' זצ"ל אבד"ק קוטנא וגיסו הרה"ג רבי חיים אלעזר וואקס זצ"ל מקאליש וואס האבן אים אויך אויפגעפאדערט צו דריקן און פארשפרייטן זיינע חידושים. אזוי אויך איז רבי ישעיה'לע געווען גאר בידידות מיט הרה"ק בעל ה'חידושי הרי"ם' זי"ע מיט וועם ער פלעגט זיך טרעפן יעדע וואך.

ביום ו' עש"ק – ה' אדר תרכ"ח בשעה אחת בצהריים איז רבי ישעיה'לע נסתלק געווארן אין ווארשא לחיי עלמא בשיבה טובה אלט זייענדיג פינף און אכציג יאר. צוויי שעה דערויף איז ארויס זיין לוויה מיטן באטייליגונג פון ארום צוואנציג טויזנט מענטשן וואו עס האבן אים מספיד געווען כל גדולי ורבני ווארשא און הרה"ג רבי דוב בער מייזליש אב"ד ווארשא האט געמאכט די הקפות ארום די מיטה מיט בכי תמרורים, ער איז געקומען לקבורה אינעם ווארשא בית החיים נעבן זיין טאטע וואו מ'האט שפעטער אויפגעבויעט אן אוהל איבער די צוויי קברים.

רבי ישעיה'לע האט איבערגעלאזט דריי ספרים וואס זענען געדריקט געווארן לאחר פטירתו:
▪ 'הרי בשמים' פירוש על התפילה
▪ 'עצי בשמים' על משניות, ש"ס, ושו"ע (הו"ל ע"י נכדיו האחים ר' ראובן ור' שלמה רובין מווארשא)
▪ 'ראשי בשמים' על תנ"ך, אגדות הש"ס, מדרש, וזוה"ק (הו"ל ע"י נכד אחיו ר' חיים אליעזר מושקאט)

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יוני 28, 2017 10:04 pm

א בריוו מיט חתימת קדשו פון רבי ישעיה'לע מפראגא:

20170623_131836.png
20170623_131836.png (512.88 KiB) געזעהן 4271 מאל

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יוני 28, 2017 10:04 pm

טריסקער האט געשריבן:רבי ישעיה מפראגא האט איבערגעלאזט 2 קינדער, בן ובת:

בנו: רבי אברהם מאיר מושקאט מביאלא-בערזיג
▪ בתו: מרת שפרה, (ווארשיינליך) אשת ר' יעקב נטע רובין

רבי אברהם מאיר מושקאט מביאלא-בערזיג איז נסתלק געווארן אום יאר תרי"ב בחיי אביו (אין ספר 'שער יששכר' פונעם 'מנחת אלעזר' ממונקאטש ווערט געברענגט די הספד וואס זיין טאטע רבי ישעיה'לע האט אים מספיד געווען).

ער האט געהייראט מרת בלימה בת רבי ישראל יצחק האדה"ז מווארקא.

רבי אברהם מאיר מביאלא-בערזיג האט איבערגעלאזט 4 טעכטער:

▪ חתנו: רבי דוד גאלדמאן מחאמעלניק - קיעלץ
▪ חתנו: רבי משה פנחס טרונק אבד"ק קוטנא (בן ה'ישועות מלכו' אבד"ק קוטנא)
▪ חתנו: רבי ישעיה אבד"ק פיערשניצא
▪ חתנו: ר' מאיר יצחק מפיעטרקוב

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יוני 28, 2017 10:14 pm

נאך 2 מציבות פארבינדן מיט משפחת הרה"ק מפראגא זי"ע.

א פעטער פון רבי ישעיה'לע מפראגא (אחי אמו):
ר' יוסף ב"ר ראובן מווארשא, נפ' ט"ז אייר תרכ"ט ומנו"כ אין ווארשא.

photo (14) (1).jpg
מציבת ר' יוסף
photo (14) (1).jpg (187.59 KiB) געזעהן 4269 מאל


א מחותן פון רבי ישעיה'לע מפראגא:
ר' אריה נתן (לייבוש מוהל) ב"ר ברוך אלטערלעווי מווארשא, נפ' כ' רם חשון תרס"ו.

photo (3) (5).jpg
מציבת ר' אריה נתן אלטערלעווי
photo (3) (5).jpg (204.58 KiB) געזעהן 4269 מאל

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יוני 28, 2017 11:07 pm

טריסקער האט געשריבן:רבי אברהם מאיר מביאלא-בערזיג האט איבערגעלאזט 4 טעכטער:

חתנו: רבי דוד גאלדמאן מחאמעלניק - קיעלץ
▪ חתנו: רבי משה פנחס טרונק אבד"ק קוטנא (בן ה'ישועות מלכו' אבד"ק קוטנא)
▪ חתנו: רבי ישעיה אבד"ק פיערשניצא
▪ חתנו: ר' מאיר יצחק מפיעטרקוב

רבי דוד גאלדמאן מחאמעלניק - קיעלץ איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע ר' אברהם מאיר (ע"פ חתימת שמו בהקדמת סידור 'הרי בשמים', וע"פ העתק של חתימת שמו בהזמנה לחתונת בנו בספר 'יזכור ביאלא-בערזיג').

רבי דוד האט געהייראט הרבנית רחל די טאכטער פון רבי אברהם מאיר מושקאט מביאלא-בערזיג (טראץ דעם וואס עפ"י רוב חתמ'ט ער זיך אין זיינע זיידעס ספרים אלס "חתן רבינו" איז ער געווען חתן בנו ווי די מו"ל און די מסכימים שרייבן).

רבי דוד האט זיך אסאך אפגעגעבן מיטן ארויסדריקן די ספרים פון זיין זיידע רבי ישעיה'לע מפראגא.

רבי דוד איז געווען א גרויסע למדן און האט מקדיש געווען רוב זמנו פאר תורה ותפילה, זיינע תפילות געדויערט שעות לאנג, אינאיינוועגס האט ער אויך געארבעט אין מסחר און איז געווען א בעל אחוזה.

רבי דוד פלעגט פארן צו רבי יחיאל מאלכסנדר און צו רבי דוד משה אדה"ז מטשארטקוב. א וואך איידער די הסתלקות פון רבי יחיאל מאלכסנדר איז ער פלוצלינג ארויס צו זיינע חסידים און געזאגט - ווייזנדיג אויף רבי דוד: "דא האט איר א יונגערמאן וואס ביי אים קענט איר געהאלפן ווערן". און טאקע לאחר פטירת רבו מאלכסנדר בשנת תרנ"ד איז ער נתמנה געווארן דורך א טייל פון חסידי אלכסנדר פאר א רבי, ער האט זיך באזעצט אין חאמעלניק און דארט געפירט זיין עדה, בשנת תרנ"ז איז ער אריבער קיין קיעלץ און דארט געזעצן ביז זיין פטירה.

נסתלק: ט"ז רם חשון תרפ"ד ומנו"כ אין קיעלץ.

יו"ח:
▪ בנו: רבי ישעיה מקיעלץ
▪ בתו: הרבנית פייגא לאה, אשת רבי צבי הירש מארגנשטערן מלומאז - בזיווגו השלישי (בן רבי דוד מקאצק בן ה'שרף' מקאצק)
▪ בתו: הרבנית חנה אשת רבי יחזקאל גוטשאל אבד"ק ז'ארנוב - בזיווגו השני (בן רבי אשר אנשיל מלאדז ונכד הרה"ק מראדושיץ זי"ע)

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יוני 28, 2017 11:13 pm

א בריוו פון הרבנית רחל גאלדמאן אשת רבי דוד מקיעלץ צו איר טאכטער הרבנית פייגא לאה מארגנשטערן ווי זי דערמאנט אויך איר טאכטער הרבנית חנה גוטשאל:

406.jpg
406.jpg (87.6 KiB) געזעהן 4267 מאל

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » דינסטאג יולי 04, 2017 12:48 am

ישיבת ר' ישעי'לע פראגער
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... 60#p349732

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג יולי 04, 2017 9:48 am

מורינו רבי טריסקער שליט"א,
א דאנק פאר'ן הערליך מסדר זיין די פרטים,
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אפריל 22, 2018 5:08 pm

טריסקער האט געשריבן:רבי ישעיה מפראגא האט איבערגעלאזט 2 קינדער, בן ובת:
▪ בנו: רבי אברהם מאיר מושקאט מביאלא-בערזיג
▪ בתו: מרת שפרה, (ווארשיינליך) אשת ר' יעקב נטע רובין

ער האט געהאט נאך א זון רבי ראובן וועלכער איז נפטר געווארן אין ווארשא בשנת תר"ו.
דא איז די תעודת פטירה פון JRI (אגב זעט מען אז די רביצין פון רבי ישעי' - טאכטער פון רבי יצחק מראדוויל - האט געהייסן רחל:
Rubin Muszkat.jpg
Rubin Muszkat.jpg (74.61 KiB) געזעהן 2644 מאל

דייטש
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 4:30 pm

יחוס להרה"ק ר' ישעיה מושקאט

תגובהדורך דייטש » דאנארשטאג יולי 26, 2018 7:09 am

ביי אונז אין משפחה איז מקובל אז אונז זענן איינקלך פון רבי ישעיה פראגאר. דורך מיין זיידא הר"ר מנחם יהושע רובינפלד שליט"א (נולד שנת ת"ש) זון פון ר' משה שמואל רובינפלד ז"ל, חתן הר"ר מנחם מושקאט ז"ל, בן הר"ר ישראל ישכר מושקאט ז"ל נכד הרה"ק ר' ישעיה פראגאר זצוק"ל.
אבער נפשי בשאלתי: ויי קען זיין אזא זאך, וייל רבי ישעיה האט נאר איין בן יחיד הלא הוא הרה"ק רבי אברהם מאיר, חתן הרה"ק רבי יצחק מוורקא זצוק"ל, און זי נישט מופיע אז הער האט גיהאט א-זון נאר טעכטער.
מצד שני איז מופיע דא די בילט פון מציבת רבי ישעיה ב"ר משה מושקאט נכד הרה"ק רבי ישעיה און דא איז אויך שווער די זלבע פראגא.
איך וועל זייער דיינקען אויב איינער קען מיר אלפן מיט די פראגא.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יולי 27, 2018 2:42 pm

דייטש האט געשריבן:ביי אונז אין משפחה איז מקובל אז אונז זענן איינקלך פון רבי ישעיה פראגאר. דורך מיין זיידא הר"ר מנחם יהושע רובינפלד שליט"א (נולד שנת ת"ש) זון פון ר' משה שמואל רובינפלד ז"ל, חתן הר"ר מנחם מושקאט ז"ל, בן הר"ר ישראל ישכר מושקאט ז"ל נכד הרה"ק ר' ישעיה פראגאר זצוק"ל.
אבער נפשי בשאלתי: ויי קען זיין אזא זאך, וייל רבי ישעיה האט נאר איין בן יחיד הלא הוא הרה"ק רבי אברהם מאיר, חתן הרה"ק רבי יצחק מוורקא זצוק"ל, און זי נישט מופיע אז הער האט גיהאט א-זון נאר טעכטער.
מצד שני איז מופיע דא די בילט פון מציבת רבי ישעיה ב"ר משה מושקאט נכד הרה"ק רבי ישעיה און דא איז אויך שווער די זלבע פראגא.
איך וועל זייער דיינקען אויב איינער קען מיר אלפן מיט די פראגא.

רבי ישעי' מושקאט האט געהאט דריי זין:
א) ר' יוסף, נולד בשנת תקס"ח.
ב) ר' ראובן, נולד בשנת תקפ"ד.
ג) ר' אברהם מאיר חתן רבי יצחק מווארקא

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך פאברואר 20, 2019 2:20 pm

נחוניא האט געשריבן:
דייטש האט געשריבן:ביי אונז אין משפחה איז מקובל אז אונז זענן איינקלך פון רבי ישעיה פראגאר. דורך מיין זיידא הר"ר מנחם יהושע רובינפלד שליט"א (נולד שנת ת"ש) זון פון ר' משה שמואל רובינפלד ז"ל, חתן הר"ר מנחם מושקאט ז"ל, בן הר"ר ישראל ישכר מושקאט ז"ל נכד הרה"ק ר' ישעיה פראגאר זצוק"ל.
אבער נפשי בשאלתי: ויי קען זיין אזא זאך, וייל רבי ישעיה האט נאר איין בן יחיד הלא הוא הרה"ק רבי אברהם מאיר, חתן הרה"ק רבי יצחק מוורקא זצוק"ל, און זי נישט מופיע אז הער האט גיהאט א-זון נאר טעכטער.
מצד שני איז מופיע דא די בילט פון מציבת רבי ישעיה ב"ר משה מושקאט נכד הרה"ק רבי ישעיה און דא איז אויך שווער די זלבע פראגא.
איך וועל זייער דיינקען אויב איינער קען מיר אלפן מיט די פראגא.

רבי ישעי' מושקאט האט געהאט דריי זין:
א) ר' יוסף, נולד בשנת תקס"ח.
ב) ר' ראובן, נולד בשנת תקפ"ד.
ג) ר' אברהם מאיר חתן רבי יצחק מווארקא

וועליכער פון ר' ישעיה מושקאט'ס זיהן איז געווען איין איידים ביי ר' יחיאל מיכל הכהן קאנער מטיסמעניץ, וואס נאך זיין פטירה אינגערהייט האט זיין אלמנה מ' חנה חתונה געהאט מיט ר' יצחק יוסף רוקח מיאס בזווגו השני? (עי' תולדות מעשה רוקח לנכדה ר' אהרן חיים הויזמאן ז"ל, סי' ע"ו)

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:19 pm

דאס האט עפעס מיט די באקאנטע פראג?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:33 pm

חסידישער קאך האט געשריבן:דאס האט עפעס מיט די באקאנטע פראג?

עס הייסט אז נישט.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:36 pm

ווי הייסט אזוי?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:38 pm

וויקיפעדיע זאגט אז דער מקור איז א פוילישע ווארט

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג מארטש 04, 2019 4:46 pm

פראגא הסמוך לווארשא

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:29 pm

טריסקער האט געשריבן:דער ראש המשפחה איז געווען ר' משה מושקאט מיערוסלב.

זיין זוהן איז געווען דער באוואוסטער נגיד ר' שלמה זלמן מושקאט פו"מ ביערוסלב (הנקרא: ר' שלמה זלמן יערוסלאווער).
[...]
הנגיד ר' שלמה זלמן מושקאט האט איבערגעלאזט 3 קינדער; 1 זוהן און 2 טעכטער:

▪ בנו: ר' יעקב משה מושקאט מווארשא
▪ חתנו: ר' יוסף (ב"ר אביגדור) הלוי מווארשא - מו"ל ספר 'העיטור'
▪ בתו: מרת צירל זעלדא, אשת ר' מאיר הלוי הירשזאהן מווארשא (בן רבי צבי הירש אבד"ק פלונסק בעל 'צמח אברהם' על ילקוט שמעוני)
[...]

איך באמערק יעצט אז ר' זלמן מיערוסלב און זיינע זיהן ווערן דערמאנט אין די פרענומעראנטן פון ס' יראים (זאלקווא תקס"ד), אין ווארשא (ע"ס א"ב, כבמקור):
- ר' זעליג בר' ש"ז מיערסלוב
[...]
- ר' משה ברש"ז מיערסלוב
[...]
- ר' שלמה זלמן מיערסלוב

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:07 pm

אגב - איז באקאנט נאך וועמן הרה"ק ר' ישעיה האט געהייסן?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט