ר' חיים ברייש ז"ל ר"מ מתיבתא בלאנדאן - י"ד סיון תשע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

ר' חיים ברייש ז"ל ר"מ מתיבתא בלאנדאן - י"ד סיון תשע"ב

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג יוני 04, 2012 12:32 pm

עס איז נארוואס אנגעקומען די שוידערליכע בשורה פון לאנדאן, איבער דעם טראגישן אומקום פון הגאון המפורסם רבי חיים ברייש זצ״ל. וועלעכער איז נעבעך נעדר געווארן באופן משונה ווען ער איז דערטראנקן געווארן.

לדעתי העניה איז ער ווערט אן עקסטערע אשכול, סיי צוליב זיין גדל׳ישע פערזענליכקייט, און סיי מצד די פילצאליגע תלמידים וואס ער האט איבערגעלאזט.

רבי חיים איז געווען א ריזן תלמיד חכם, און א זעלטן צוגעלאזענער מענטש. יעדער אינגל האט צו אים געקענט צוגיין רעדן, ווען ער פלעג זיך אראפלאזן עפעס ספעציעל נאטורליך צו אלעמען.

אויך איז ער בארימט געווען מיט זיין אויסערגעווענליכע חכמת החיים און פקחות. מענטשן האבן צו אים געקלעבט ווי צו א מאגנעט, ווי עס וועט אייך מעיד זיין ווער אימער עס האט אמאל איבערגעטרעטן די בארימטע ׳עיטי סיקס׳ שול אין לאנדאן.

איך וועל איבערלאזן דאס ווייטערדיגע פאר די חשוב׳ע תלמידים וועלעכע האבן אים געקענט פון דער נאנט.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים,
בשורות טובות
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג יוני 04, 2012 12:56 pm

דא איז א שטיקל באריכט פון די געשעעניש דורך Lakewoodlocal.com


Jun 4 2012 11:22 am
We regret to inform you of the Petira of Rav Chaim Breish Z’L of London who was ill for the past while.
R’ Chaim is originally from Switzerland, and also lived in Yerushulayim for a short time.
R’ Chaim would go to the beach every so often to help for his health. According to current reports, he was walking along the beach with his chavrusah when a wave hit them and threw them into a rock. R’ Chaim passed away and his chavrusah was taken to the hospital and later released.
“This is a huge loss for London”, a local resident tell us. “He was a big Talmid Chachom and a great person.”
R’ Chaim in London was known as “Rosh Yeshiva Mesivta”.
צוגעלייגטע
R'Chaim.jpg
R'Chaim.jpg (40.87 KiB) געזעהן 3807 מאל
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג יוני 04, 2012 3:45 pm

א זוהן פון הג"ר שמעון ברייש בן בעל שו"ת חלקת יעקב מציריך

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג יוני 04, 2012 8:31 pm

איך האב עמ נאך געזען נעכטן אין סאטמאר 86 געזונטערהייט.
חבל על דאבדין....!
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג יוני 04, 2012 10:36 pm

לאדיךארויס האט געשריבן:איך האב עמ נאך געזען נעכטן אין סאטמאר 86 געזונטערהייט.
חבל על דאבדין....!


וכך הוה, ס'איז נישט קיין סתירה צו די פטירה, וויפיל מאל זעהט מען מענטשן, און קורץ דערנאך איז די זאך פאריבער,
ולא נשאר אלא לנו החיים עדיין עלי אדמות, לחזור בתשובה במהרה,
(דו לאדיךארויס, איך מיין דיר נישט פערזענליך, ס'האט מיר פשוט יעצט געכאפט)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יוני 04, 2012 10:40 pm

שמו האט געשריבן:
לאדיךארויס האט געשריבן:איך האב עמ נאך געזען נעכטן אין סאטמאר 86 געזונטערהייט.
חבל על דאבדין....!


וכך הוה, ס'איז נישט קיין סתירה צו די פטירה, וויפיל מאל זעהט מען מענטשן, און קורץ דערנאך איז די זאך פאריבער,
ולא נשאר אלא לנו החיים עדיין עלי אדמות, לחזור בתשובה במהרה,
(דו לאדיךארויס, איך מיין דיר נישט פערזענליך, ס'האט מיר פשוט יעצט געכאפט)

ער האט געמיינט לכאורה ארויסצוברענגען, אז די ווייטאג און שוידער איז אסאך מער, ווען מען זעהט א מענטש געזונט און שטארק און אפאר שעה שפעטער איז ער ליידער שוין מער נישטא.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג יוני 04, 2012 11:13 pm

כאב גוטע זכרונות פון אים, אלס בחור האב איך עטליכע מאל פארברענגט מיט אים, ער איז געווען זייער א נייגעריגער בטבע, כגעדענק איך בין איינמאל געגאנגען באזוכן א חבר מיינער אין מתיבתא, ער האט מיר אפגעשטעלט כאב מיר אביסל דערשראקן קודם, אבער ער האט מיר אנגעפאנגען אויספרעגן אלע מינע שאלות איבער מיין ישיבה, רבי, משפחה,... שפעטער האט דער גדלי' עסטרייכער מיר ארויסגעווארפן פון דארט מיט קולות וברקים.
איך געדענק אויך ווי מען פלעגט אים באטראכטן ביים לערנען ווי ער פלעגט זיך קענען שטארק פאר'מח'ן, און זיין שטערן האט אנגעפאנגען צו שוויצן, ס'האט אויסגעקוקט ווי ער גייט עקספלאדירן עני סעקנד. יהא זכרו ברוך.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 05, 2012 2:31 am

DotCom האט געשריבן:כאב גוטע זכרונות פון אים, אלס בחור האב איך עטליכע מאל פארברענגט מיט אים, ער איז געווען זייער א נייגעריגער בטבע, כגעדענק איך בין איינמאל געגאנגען באזוכן א חבר מיינער אין מתיבתא, ער האט מיר אפגעשטעלט כאב מיר אביסל דערשראקן קודם, אבער ער האט מיר אנגעפאנגען אויספרעגן אלע מינע שאלות איבער מיין ישיבה, רבי, משפחה,... שפעטער האט דער גדלי' עסטרייכער מיר ארויסגעווארפן פון דארט מיט קולות וברקים.
איך געדענק אויך ווי מען פלעגט אים באטראכטן ביים לערנען ווי ער פלעגט זיך קענען שטארק פאר'מח'ן, און זיין שטערן האט אנגעפאנגען צו שוויצן, ס'האט אויסגעקוקט ווי ער גייט עקספלאדירן עני סעקנד. יהא זכרו ברוך.


ר' חיים זצ"ל איז געווען א איידעם ביי הרה"ח ר' גדלי' עסטרייכער.

(זעהט אויס ער האט נישט געוואלט שרייען אויפן איידעם האט ער זיך גענומען צו דיינע ביינער)

.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג יוני 05, 2012 8:37 am

ער איז געווען די ערטשע מענטש וועם איך האב געספאט אין 86

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יוני 05, 2012 11:48 am

הנאהבים והנעימים בחיים ובמותיהם לא נפרדו...

ר׳ מזשה גראס מיט ר׳ חיים ז״ל זענען די צוויי ערשטע וועמען איך האב אנגעטראפן אין עיטי סיקס...
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום דינסטאג יוני 05, 2012 12:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג יוני 05, 2012 12:13 pm

מ'קען מיטהאלטן די לוי' יעצט אויף קול מבשר, רבי אליעזר דוד פריעדמאן איז יעצט מספיד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 05, 2012 12:18 pm

מ'הערט גארנישט, ס'איז שוין געענדיגט?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג יוני 05, 2012 1:22 pm

יוראפ האט געשריבן:מ'הערט גארנישט, ס'איז שוין געענדיגט?

יעצט הערט מען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מאי 23, 2013 3:06 am

ערשטע יארצייט היום דאנערשטאג בהעלותך יד סיון. שוין געלערענט א פרק משניות לע"נ ז"ל.

געהערט היינט מען מאכט הקמת מציבה לרגל היארצייט.

איז דא אן ענין צו שטעלן א מצבה דייקא ביום היארצייט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 24, 2013 2:31 pm

אין לאנדאן לייגט רוב עולם ביי י"ב חודש

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 08, 2017 8:07 am

יארצייט היום דאנערשטאג בהעלותך

יד סיון.
צוגעלייגטע
chaim breish.JPG
chaim breish.JPG (35.15 KiB) געזעהן 2333 מאל

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג יוני 08, 2017 12:33 pm

לחיים
זצ"ל ויגן זכותו על כל תלמידיו
אגב, מ'האט נישט דערמאנט דא
ער איז געווען אן אייניקל פונם ליקוטי מהרי"ח [און א קאזין פארן סאטמארן ראב"ד שליט"א להבל"ח]
זיין מוטטער איז א טאכטער פון ר' ברוך אברהם פריעדמאן ז"ל [א ברודער מיט ר' יעקב צבי פר"מ מבארשא]

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג מאי 27, 2018 9:09 am

יארצייט
יד סיון.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג מאי 27, 2018 9:32 am

לרגל היאצ"ט הנני מעלה מכתב תנחומין שנכתב ע"י אחד מתלמידיו בתוך ימי השלושים לפטירתו זצ"ל, שהי' קרוב ומקושר עמו עד יומו האחרון, ובו הרבה ענינים נפלאים אודותיו:

https://drive.google.com/open?id=1HP4Ws ... 9lyJJY--w3

אין אמת'ן אריין
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 3:02 pm

תגובהדורך אין אמת'ן אריין » מאנטאג מאי 28, 2018 7:25 am

ווען יאך האב געלערנט אין מתיבתא איז ער ר''י שוין נישט געוען
אבער פלעגט קומען פארהערן איין מאל א וואך
דאס פארהערן איז געווען אמוסר שמועס בפועל ממש טאמער האט זיך א בחור געוואגט א קרום בליק צו געבן אויף איינער וואס האט נישט געיכול'ט....
פונעם פארהערן גופא האט ער אונז געלערנט ווי צו לערנען מיט זיין איינגארטיגן גלאטע מהלך הלימוד.... ת.נ.צ.ב.ה.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג יוני 16, 2019 6:17 pm

יארצייט
יד סיון.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג יוני 16, 2019 6:37 pm

מיט רבי חיים האב איך זוכה געווען צו פארברענגען איינמאל זייענדיג דא אין ניו יארק לרגל חתונה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א, וואס דאן איז רבי חיים (אלס ידיד און חסיד נלהב) געקומען צו פארן ספעציעל צו די חתונה, דעמאלס האב איך געהאט א שטיקל קשיא אויף א רבי עקיבא אייגער וואס מיין מגיד שיעור האט געהאט אויסגערעדט, איך האב געוואלט ווייזן למדנות בין איך צוגעגאנגען צו רבי חיים אין ראדני און אים געפרעגט די קשיא, ער האט אויפ'ן פלאץ געוויסט פון וואס איך רעד, און זייער שיין צולייגט ביידע צדדים לכאן ולכאן, נאך א קורצע לומדות שמועס האבן מיר ווייטער געשמועסט פון אנדערע זאכן, און איך דעמאלס געהאט די געלעגנהייט צו פארברענגען מיט דעם תורה ריז. תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט