רבי משה יהושע האגער מוויזניץ זצ"ל - כ' אדר תשע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג פאברואר 22, 2019 11:16 am

זייער א שיינע באשרייבונג אין די המבשר די וואך לכבוד די יארצייט וואו זיי נעמען ארויס שיינע ענינים איבערן רעבין זצ"ל פון די שמועסן פון זיינע איידעמער האדמורי"ם שליט"א
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:04 am

היינט נאכט כ' אדר איז די זיבעטע יארצייט

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג פאברואר 24, 2019 12:11 pm

וועל איך אריינקומען מיט א מעשה וואס איך האב געהערט פון בעל העובדא אליין:

עס אז דא איד אין וויליאמסבורג הייסט הרה"ח ר' ישוע וויעדער הי"ו (נכד להרה"ק מופת הדור והדרו ר' הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע) חסיד פאפא-מאקאווא, ער איז א איידעם ביי א איד אין בני ברק, ממילה נאך די חתונה האט ער דארט געוואוינט, עס איז געוועהן בערך א יאר נאך די חתונה און ער האט געהאלטען פאר'ן האבען דאס ערשטע קינד, און עס איז געוועהן א פרייטיג צונאכט'ס, ער איז אריין צו זיין שווער באישון לילה באלד פארטאגס מבשר זיין דאס ער גייט אריין אין שפיטאל מיט די ב"ב תחי' בשעה טובה ומצלחת.. בעט אים די שווער פאר די גייסט אריין אין שפיטאל ביטע גיי אריין צום רבי'ן (ה"ה הרה"ק ישועות משה מ'וויזשניץ זי"ע) זיך מזכיר זיין לטובה ולברכה, און ער -ר' ישוע הנ"ל- טראכט צו זיך דאס די שווער זיינער איז א חסיד און ער גלייבט... ממילה קען ער גארנישט זאגען אבער עס איז פארטאגס יעצט יעדער שלאפט... און ערנעמט די דרייסט און ריפט זיך אהן " יעצט איז באלד 4 פארטאגס, די רבי האט הערשט יעצט גענדיגט פירען טיש בערך א שעה צירוק, איך גלייב די רבי רועט זיך אפ יעצט", זאגט אים זיין שווער: "מיין רבי שלאפט נישט שבת" שוין! חייב אדם בכבוד חמיו.. ער גייט אריבער צום וויזשיניצע רבי'ס הויז, און שטילערהייט גייט ער אריין ביז די פארצימער טארכטענדיג דאס ער וועט זיך צוהערן אויב ער הערט צו איינער איז אויף, וועט ער קלאפען אבער אויב אלעס שלאפט גייט ער גלייך אוועק, ער קמוט אהן, און נישט מער און נישט ווייניגער, ער הערט די רבי אליין ער הערט א הויעכע שטימע גמרא רשי תוס... מיט א מעכטיגע קול! כדרכו בקודש, שוין.. ער קלאפ אויף די טיהר, עס האט גענומען עטליכע מינוט ביז די רבי האט געהערט, מחמת התמדת התורה, און די רבי קומט צו -באלד 4 פארטאגס- נאכען פירען א וויזיניצע טיש א גאנצע נאכט.. און די רבי עפענט און עס באוואזט זיך א אנדערהאלבען בילד, די רבי שטייט אנגעטוען מיט די סטארקעס בעקיטשע שוין( כידוע איז דאס די דאווען ביקיטשע אין וויזשניץ) מיט די גארטעל אנגעטעון, און מקוה פיאות אויף די צוויי זייטען פון זיין הייליגע צורה, אהן די שטריימעל, די רבי האט שוין געהאלטען קוים א שעה נאכען טיש, האט ער שוין געהאלטען אינמיטען הכנה לתפילה, שוין געוועהן אין מקוה, אנגעטוען די סטראקעס, און לערנט שוין פלייסיג זיך צום גרייטען צו דאווענען פאר'ן הייליגען בורא, ר' ישוע זאגט איבער אלעמאל דאס די מחזה וועטו ער קיינמאל נישט פארגעסען, און ער האט זיך מזכיר געוועהן לטובה, און ווען ער איז נאך געוועהן אין פארציממער האט ער שוין ווייטער געהערט די קול תורה מפה קודשו....

אזא מעשה דאכט זיך מיר ברענגט ארויס וואס זיין שטרעבען איז געוועהן און וואס ער איז געוועהן... מער ווי יעדע מופת וכו'
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אגודיסט
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 1:54 am

תגובהדורך אגודיסט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 12:47 am

moishy56 האט געשריבן:היינט נאכט כ' אדר איז די זיבעטע יארצייט


הצדיק אבד ואין איש שם על לב, די יארן לויפן מען טאר נישט פארגעסן פון דעם צדיק

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:01 am

אה זכותו יגן עלינו ועכי״א

ווער עס האט נאר אמאל געהערט דעם יוד זינגן ישמחו במלכותך וועט עס נישט אזוי שנעל פארגעסן!

אוי ישמחו במלכותך אוי ישמחו במאאאלכותך....

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:09 am

פון יעדע ברעקל ווער האט נאר איינמאל געהערט אדער געזעהן, קען זיך נישט פארגעסן, און ס'ברענגט געגועים.

ווער ס'האט נאר געזעהן האלט'נדיג די גמרא'לע מיט די לינקע האנט, אין מיט די רעכטע פינגערס אריבער געגאנגען בלעטער גמרא אהן קיין שיעור.

ווער ס'האט נאר געזעהן גייענדיג אין די גאס, פיו ממלל רברבן, צו א פרקי משניות אויסווענדיג, צו "לעשות נחת רוח צום הייליגין באשעפער, איך גיי אויס נאר פאר דיר".

ווער ס'האט נאר געזעהן א שפאציר ביי פסוקי דזמרה צו ביי לכה דודי.

ווער ס'האט נאר געזעהן א קעסיל ברענט הכל יודוך, אדער כל מקדש.

ווער ס'האט נאר געהערט א ספירה ציילן, א אודה זינגען.



וכהנה וכהנה

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 7:46 am

עמיר לייגן אביסל בילדער לכבוד די הילולא
=

און די יונגע יארן אלס רב מיט הרב וואזנער זצ"ל

הרב%20ואזנר.jpg
הרב%20ואזנר.jpg (523.58 KiB) געזעהן 1878 מאל


מיט אביו זצ"ל וגיסו הגרנ"ח אדלער מדזיקוב ויזניץ ביים אבן הפינה פאר שיכון ויזניץ בני ברק

2008112_215617784_הנחת%20השיכון1.jpg
2008112_215617784_הנחת%20השיכון1.jpg (104.05 KiB) געזעהן 1878 מאל


מיט אביו ואחיו זצ"ל

2008112_224561539_עם%20אשל.jpg
2008112_224561539_עם%20אשל.jpg (46.98 KiB) געזעהן 1878 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 8:15 am

שפאצירנדיג מיטן טאטן זצ"ל אין שטעטל דורנא-וואטרא ווי זיי האבן געוויילט אויף אפרוה

רבוה''ק.PNG
רבוה''ק.PNG (267.71 KiB) געזעהן 1861 מאל


תמונת פספורט.PNG
תמונת פספורט.PNG (317.92 KiB) געזעהן 1861 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 8:17 am

ביי די לוי' פין אביו זצ"ל ט' ניסן תשל"ב

לויה.png
לויה.png (227.75 KiB) געזעהן 1861 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:21 am

הבעש''ט האט געשריבן:עמיר לייגן אביסל בילדער לכבוד די הילולא
=

און די יונגע יארן אלס רב מיט הרב וואזנער זצ"ל

הרב%20ואזנר.jpg



ווייסט מען אביסל פרטים וואס פאר א מאורע איז דאס?
ס'קוקט אויס גאר א היסטארישע מאורע.
די בילד איז עפעס ספעציעל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:23 am

אבן יקרה האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:עמיר לייגן אביסל בילדער לכבוד די הילולא
=

און די יונגע יארן אלס רב מיט הרב וואזנער זצ"ל

הרב%20ואזנר.jpg


ווייסט מען אביסל פרטים וואס פאר א מאורע איז דאס?
ס'קוקט אויס גאר א היסטארישע מאורע.
די בילד איז עפעס ספעציעל.

אפשר ביי די גרויסע הפגנה פון גיוס בנות.
עצה טובה קמ"ל צו לייגן נומבערס אויף די בילדער, אז מען שרייבט עפעס וועגן א בילד, זאל מען כאפן פון וועלכע בילד מען רעדט.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:25 am

נחוניא האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:עמיר לייגן אביסל בילדער לכבוד די הילולא
=

און די יונגע יארן אלס רב מיט הרב וואזנער זצ"ל

הרב%20ואזנר.jpg


ווייסט מען אביסל פרטים וואס פאר א מאורע איז דאס?
ס'קוקט אויס גאר א היסטארישע מאורע.
די בילד איז עפעס ספעציעל.

אפשר ביי די גרויסע הפגנה פון גיוס בנות.
עצה טובה קמ"ל צו לייגן נומבערס אויף די בילדער, אז מען שרייבט עפעס וועגן א בילד, זאל מען כאפן פון וועלכע בילד מען רעדט.

ס'קוקט מיר נישט אויס אין ירושלים. איז דאס לכאורה נישט די הפגנה פון גיוס בנות

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:34 am

untitled 3.png
untitled 3.png (594.12 KiB) געזעהן 1770 מאל


מיט חתנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:40 am

שמחה ונחת האט געשריבן:
untitled 3.png


מיט הרה"צ ר' יצחק בן חתנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וחתן בנו אדמו"ר מהר"י שליט"א

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג פאברואר 25, 2019 12:31 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
untitled 3.png


מיט הרה"צ ר' יצחק בן חתנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וחתן בנו אדמו"ר מהר"י שליט"א


גערעכט. טעיתי

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג פאברואר 25, 2019 12:34 pm

די בילד איז לכאורה ביי די קבלת פנים פון די חתונה

untitled.png
untitled.png (741.94 KiB) געזעהן 1718 מאל


חתונת הרה"צ ר' יצחק בן אדמו"ר מסקווירא וחתן אדמו"ר מויזניץ שליט"א
אין בני ברק

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:11 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:די בילד איז לכאורה ביי די קבלת פנים פון די חתונה

untitled.png


חתונת הרה"צ ר' יצחק בן אדמו"ר מסקווירא וחתן אדמו"ר מויזניץ שליט"א
אין בני ברק

די שמחת החתונה אליין איז נישט געוועהן אין בני ברק, נאר אין א ריזיגע שטח אין תל אביב.
די קבלת פנים מיט די חופה אין די אלע מאורעות ארום איז געוועהן אין קרית ויז'ניץ בני ברק.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:36 pm

[quote="הבעש''ט"]שפאצירנדיג מיטן טאטן זצ"ל אין שטעטל דורנא-וואטרא ווי זיי האבן געוויילט אויף אפרוה

רבוה''ק.PNG


וואס איז די שווארצע זאך ביים האלז פונעם ישועות משה?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:25 pm

א פרוכת'ל
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:00 pm

אין וויזניץ איז עס געווען איינגעפירט?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

וואו איז עס נישט געווען?
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג פאברואר 25, 2019 8:16 pm

כ'האב געמיינט אז נאר אין גאליציע
חסרון ידיעה ווייזט אויס

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:34 pm

יא יא זי''ע
מיר געדענקן זיין לעכטיגע צורה וואס האט מורא'דיג שטארק געשיינט
איי די התמדת התורה איז שווער צו באשרייבן זיין ליבשאפט צו די הייליגע תורה.
זיינע בכיות ביים דאווענען ווער קען דאס פארגעסן

זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר אלע יודן
参考专家

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:50 pm

כל ספרי המכון.jpg
כל ספרי המכון.jpg (404.38 KiB) געזעהן 1391 מאל

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג פאברואר 26, 2019 11:21 am

חסיד אמיתי האט געשריבן:וועל איך אריינקומען מיט א מעשה וואס איך האב געהערט פון בעל העובדא אליין:

עס אז דא איד אין וויליאמסבורג הייסט הרה"ח ר' ישוע וויעדער הי"ו (נכד להרה"ק מופת הדור והדרו ר' הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע) חסיד פאפא-מאקאווא, ער איז א איידעם ביי א איד אין בני ברק, ממילה נאך די חתונה האט ער דארט געוואוינט, עס איז געוועהן בערך א יאר נאך די חתונה און ער האט געהאלטען פאר'ן האבען דאס ערשטע קינד, און עס איז געוועהן א פרייטיג צונאכט'ס, ער איז אריין צו זיין שווער באישון לילה באלד פארטאגס מבשר זיין דאס ער גייט אריין אין שפיטאל מיט די ב"ב תחי' בשעה טובה ומצלחת.. בעט אים די שווער פאר די גייסט אריין אין שפיטאל ביטע גיי אריין צום רבי'ן (ה"ה הרה"ק ישועות משה מ'וויזשניץ זי"ע) זיך מזכיר זיין לטובה ולברכה, און ער -ר' ישוע הנ"ל- טראכט צו זיך דאס די שווער זיינער איז א חסיד און ער גלייבט... ממילה קען ער גארנישט זאגען אבער עס איז פארטאגס יעצט יעדער שלאפט... און ערנעמט די דרייסט און ריפט זיך אהן " יעצט איז באלד 4 פארטאגס, די רבי האט הערשט יעצט גענדיגט פירען טיש בערך א שעה צירוק, איך גלייב די רבי רועט זיך אפ יעצט", זאגט אים זיין שווער: "מיין רבי שלאפט נישט שבת" שוין! חייב אדם בכבוד חמיו.. ער גייט אריבער צום וויזשיניצע רבי'ס הויז, און שטילערהייט גייט ער אריין ביז די פארצימער טארכטענדיג דאס ער וועט זיך צוהערן אויב ער הערט צו איינער איז אויף, וועט ער קלאפען אבער אויב אלעס שלאפט גייט ער גלייך אוועק, ער קמוט אהן, און נישט מער און נישט ווייניגער, ער הערט די רבי אליין ער הערט א הויעכע שטימע גמרא רשי תוס... מיט א מעכטיגע קול! כדרכו בקודש, שוין.. ער קלאפ אויף די טיהר, עס האט גענומען עטליכע מינוט ביז די רבי האט געהערט, מחמת התמדת התורה, און די רבי קומט צו -באלד 4 פארטאגס- נאכען פירען א וויזיניצע טיש א גאנצע נאכט.. און די רבי עפענט און עס באוואזט זיך א אנדערהאלבען בילד, די רבי שטייט אנגעטוען מיט די סטארקעס בעקיטשע שוין( כידוע איז דאס די דאווען ביקיטשע אין וויזשניץ) מיט די גארטעל אנגעטעון, און מקוה פיאות אויף די צוויי זייטען פון זיין הייליגע צורה, אהן די שטריימעל, די רבי האט שוין געהאלטען קוים א שעה נאכען טיש, האט ער שוין געהאלטען אינמיטען הכנה לתפילה, שוין געוועהן אין מקוה, אנגעטוען די סטראקעס, און לערנט שוין פלייסיג זיך צום גרייטען צו דאווענען פאר'ן הייליגען בורא, ר' ישוע זאגט איבער אלעמאל דאס די מחזה וועטו ער קיינמאל נישט פארגעסען, און ער האט זיך מזכיר געוועהן לטובה, און ווען ער איז נאך געוועהן אין פארציממער האט ער שוין ווייטער געהערט די קול תורה מפה קודשו....

אזא מעשה דאכט זיך מיר ברענגט ארויס וואס זיין שטרעבען איז געוועהן און וואס ער איז געוועהן... מער ווי יעדע מופת וכו'

איך האב היינט דערציילט די מעשה פאר א צוגעקומענר אייניקל פון בעל ישועות משה האט ער מיר דערציילט אז ווען די ישועות משה איז דא געווען שבת שקלים תשנ"ב איז ער איינגעשטאנען שב"ק ביי אביו הגה"צ ממאגרוב שליט"א און זיי האבן מיט געהאלטען פון דער נאנט אז ער האט בכלל נישט צוגערוט צום בעט בליל שב"ק ומפורסם הדבר זי"ע


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 6 געסט