הרה"ח ר' משה אברהם שטארק ע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

הרה"ח ר' משה אברהם שטארק ע"ה

תגובהדורך dovidal » זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 8:00 pm

איך בין שטארק אינטרעסירט צו וויסן פרטים ווער עס איז געווען הרה"ח ר' משה אברהם שטארק ז"ל.
לויט ווי איך האב געהערט איז ער געווען א סאטמאר - סקווירא חסיד. ער איז געווען בעל קורא אין סקווירא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
איך וולט מיר שטארק געפריידט צו זען א בילד פון אים.
ער איז די זיידע פונעם באקאנטן חזן ר' יעקב יוסף שטארק הי"ו.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 8:39 pm

יאך געדענק עם ווען ער איז שוין נישט געזונט געווען
זיין זון הייסט ר' ישראל שטארק נ"י א מלמד תשב"ר און בעל תפלה אין סאטמאר, און פאטער פון החזן הנודע ר' יעקב יוסף נ"י

ר' משה אברהם איז געווען א שוחט, און תלמיד פון הה"ק בעל באר מנחם מקאליב זצ"ל

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יישר כח

תגובהדורך dovidal » זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 10:30 pm

יישר כח פארן פרובירן צו נישטערן איבער אט דעם פערזענליכקייט.
איך וואלט הנאה געהאט ווען אנדערע קענען אויך ארויסהעלפן איבער דעם

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 2:09 am

בנוגע א בילד זע דא.

און זע דא א מעשה פון אים מיטן קאלובער (מעשה תתתתתקפד).

זעט אויס ער האט געוואוינט אויך אין שיקאגא ווייל סיי דא איז ער אין די ליסטע פון שיקאגא, און אויך א יאר שפעטער דא איז ער דארט. די צוויי ספרים זענען ארויס תשי"ג און תשי"ד.

אינטרעסאנט צו וויסן ווען ער איז געווען שוחט אין דעברעצין, ווייל דא שטייט אזוי.

נאך איז אינטרעסאנט, אז אין די לעצטע לינק ווי אויך ביי די לינק צו ווי מען רעדט פון דעם בילד און ווי אויך דא ווערט ער פאררופן אלץ שו"ב פון קאלוב, אבער אין די אנדערע צוויי לינק'ס פון שיקאגא ווערט ער גאר פאררופן אלץ אבד"ק פון קאלוב, איך גלייב שווער אז עס איז געווען צוויי מענטשן מיט די זעלבע נאמען איינער אבד"ק וואס האט שפעטער געוואוינט אין שיקאגא, און איינער שו"ב וואס האט שפעטער געוואוינט אין וויליאמסבורג....

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 4:15 pm

דער לינק קומט אהן צום תשובות חת"ם סופר וואס דער דעברעצינער רב זצ"ל האט געדרוקט אין יאר תשי"ח

יענע יארן האט ר' משה אברהם ע"ה זיכער געוואוינט אין וויליאמסבורג

דעברעצין האט געהאט פלייש פילע יארן אונטער זייער השגחה, קען אפשר זיין אז ער איז געווען זייער שוחט

עס ליגט מיר נאך אין די ביינער זיינע ווארימע תפלות מיט השתפכות הנפש וחזנות
תכלית הידיעה אשר לא נדע

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג אפריל 23, 2012 11:45 pm

אין א באקאנטער בילד פון הרה"ק בעל באר מנחם מקאליב זצ"ל הי"ד, מערקט מען ר' משה אברהם ע"ה פון הונטער-גרונד.

דער בילד געפינט זיך דא און קרעדיט פארן בילד, קומט זיך פאר ידידנו עוז הנכבד והנעלה מו"ה שמחה שליט"א. (עמוד 2 פון יענעם אשכול. מי מילל ומי פילל דעמאלסט, וואספארא אילנא רברבי יתעביד, און וואס פאר א ציאונג'ס קראפט יענער אשכול וועט אמאל זיין...).
לחיים ולברכה!

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:54 pm

בס"ד,

איך געדענק אים נאך ווען זיין זון רבי ישראל שליט"א האט אים געברענגט קיין סאטמאר בחורים קעמפ (דערילענד) במשך דעם זומער. ער איז געווען אלט און שוואך, אבער זיין צורה איז מיר אריין אין די ביינער און היינט צו טאגס קען איך ב"ה שטאלצירן צו האבן געזען אזא איד פון אמאליגן דור.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יוני 20, 2012 2:50 pm

ועמך כולם צדיקים

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:21 pm

למד במאד.
צוגעלייגטע
MOSHEAVROHOMSTARK.png
MOSHEAVROHOMSTARK.png (375.86 KiB) געזעהן 1038 מאל

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 4:50 pm

בזוו"ר היה חתן הגאון רבי אברהם ליפשיץ בן הגה"צ רבי שבתי
עיין בספר ילקוט אברהם


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט