רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם מצאנז-קלז"ב זצ"ל - ט' תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לוי אלטער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:13 am

תגובהדורך לוי אלטער » מיטוואך יולי 23, 2014 12:28 am

האט איינער אפשר א בילד פון הרה"ק מקלויזענבורג זצ"ל צוזאמען מיט זיין ערשטע קאזין הרה"ק ר' ארי' לייבוש הלברשטאם זצ"ל מצאנז זמיגראד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

לוחם לשיטת ר"ת.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך יולי 23, 2014 1:20 pm

פארציילט הרה"ק מ'קלויזענבורג זצוק"ל אז הרה"ק רבי חנה הלברשטאם הי"ד אבד"ק קאלשיטץ האט געדרוקט א'ספר קונטרס דבי שמשא (בין השמשות) וואס איז מברר באריכות אלע פוסקים וואס האלטן בשיטת רבינו תם ז"ל לגבי כניסת ויציאת השבת בשנת תרפ"ז און קראקא , (הרה"צ רבי יחזקאל וואגשהאל שליט"א האט עס איבער געדריקט מיט הוספות בשם דברי חנה בשנת תשי"ב און נוא יארק).

און ער האט אים עס געגעבן צו מגיה זיין, וכך הוה און ווען ער האט עס צוריק געברענט מיט די הגהות האט ער זיך אנגערופן בזה הלשון
איך זע אז זלמן לייב'לע וועט נאך זיין א'גרויסע לוחם פאר שיטת רבינו תם.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג יולי 27, 2014 1:53 am

דער מעשה איז ליגענט, ער האט עס איבערגעגעבן לתלמידו רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן בעל מרפא לנפש עס מגיה צו זיין, און דייקא נישט געוואלט געבן פאר אים,
און האט דערביי געזאגט זיך אויסגעדרוקט עפעס אנדערש אויפ'ן קלויזענבורג.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am

ראש הקהל האט געשריבן:דער מעשה איז ליגענט, ער האט עס איבערגעגעבן לתלמידו רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן בעל מרפא לנפש עס מגיה צו זיין, און דייקא נישט געוואלט געבן פאר אים,
און האט דערביי געזאגט זיך אויסגעדרוקט עפעס אנדערש אויפ'ן קלויזענבורג.


גארנישט קיין ליגענט
מהיכן דנת?
参考专家

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

שיעורים

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:18 pm

איז דא ערגעץ ווי צו הערן זיינע שיעורים אנליין?

אויף קול הלשון קען מען עם הערן

ווי נאך?

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:21 pm

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי צו הערן זיינע שיעורים אנליין?

אויף קול הלשון קען מען עם הערן

ווי נאך?


http://torahdownloads.com/shiur-1003077.html

http://sanzusa.info/
http://www.teoria.com/ Music Theory

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

פלא

תגובהדורך dovidal » זונטאג אוקטובער 05, 2014 12:15 am

ביידע ברודערס האדמורים מצאנז קלויזענבורג שליט"א זענין ל"ע צוזאמגאפעלן יום הקדוש באנאכט
רפא"ש

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אוקטובער 05, 2014 12:34 am

דער היזיגער - בעפאר 'כל נדרי', דער דארטיגער - נאך 'כל נדרי'

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג אוקטובער 05, 2014 3:37 am

מיט מחותנו הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל (שווער פון בנו הגה"צ אבדק"ק צאנז קלויזענבורג שליט"א).
אינדערמיט זעהט זיך אן זיין געטרייע גבאי להבלחט"א הרה"ג רבי בן ציון רייך שיחי' (הנקרא ביני).
צוגעלייגטע
האדמור מצאנז עם גאבד לינז.jpg
האדמור מצאנז עם גאבד לינז.jpg (7.65 KiB) געזעהן 2551 מאל

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 05, 2014 2:27 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:דער היזיגער - בעפאר 'כל נדרי', דער דארטיגער - נאך 'כל נדרי'

דאס מיינט כמעט אין די זעלבע צייט, ווייל ווען אין א"י איז געווען כחצות הלילה (ווי זיי שרייבן אז ער איז צוזאמען געפאלן) האט מען דא געהאלטן פאר כל נדרי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג אוקטובער 05, 2014 3:31 pm

זענען זיי צוריק געווען אויף די תפילות בייטאג?
אדער אין שפיטאל?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג אוקטובער 05, 2014 3:33 pm

זיי זענען ביידע אנגעגאנגען מיט די תפילות געהעריג

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג אוקטובער 05, 2014 3:40 pm

וועלכע יאר איז קלויזענבורגער רב געווארן רב אין קלויזנבורג?

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בשנת תרפ"ו.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 1:22 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וועלכע יאר איז קלויזענבורגער רב געווארן רב אין קלויזנבורג?

אלפסי און נאך אנדערע ברענגען אראפ אז דאס איז געווען בשנת תרפ"ו, דאס מיינט ווען ער איז אלט געווען איין און צוואנציג יאר האט מען אים אויפגענומען אלטס רב און קלויזענבורג.
צוגעלייגטע
צאנז 3.jpg
צאנז 3.jpg (7.41 KiB) געזעהן 2434 מאל
צאנז.jpg

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הזמנת בנו.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 11:25 pm

דא האט איר א'איינלאדונג וואס הרה"ק מ'קלויזענבורג זצוק"ל האט געשיקט צו הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל און ס'זעהט זיך אן וואס ער האט גע'חתמת בכתב ידו הקדושה,לרגל חתונת בנו הגדול אבדק"ק צאנז שליט"א בשנת תש"ל.
צוגעלייגטע
הזמנה.jpg
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

חבר, מורנו, צורבא מרבנן.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 2:10 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דא האט איר א'איינלאדונג וואס הרה"ק מ'קלויזענבורג זצוק"ל האט געשיקט צו הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל און ס'זעהט זיך אן וואס ער האט צו געשריבן בכתב ידו הקדושה,לרגל חתונת בנו הגדול אבדק"ק צאנז שליט"א בשנת תש"ל.

א'אינטערסאנטע באמערקונג,קוקענדיג אויף די "הזמנה האב איך באמערקט אז ער טיטולט די חתן מיט די טיטול "חבר".

דאס מיינט אזוי, אז די רבי האט איינגעפירט אז מ'פארהערט זיך טויזענט בלאט גמרא קריגט מען די טיטול "מורנו", זעקס הונדערט בלאט ווערט מען א'"חבר", דריי הונדערט בלאט איז מען א'"צורבא מרבנן" און "כ"ה ניסן" ביים צאנזער רב'ס זיע"א יארצייט טיש טיילט די רבי די מורנו, חבר תעודות .

דא האט איר בילדער ווי צאנזער רבי שליט"א טיילט אויס די תעודות כ"ה ניסן תשע"ד ביי עריכת שלחנו הטהור לכבוד צאנזער רב'ס יארצייט,צוזאמען מיט די ווארט פון נכדו הבחור החתן זלמן לייב שליט"א מיט נכדת האדמו"ר מ'קרעטשעניף שליט"א על ישראל הדרתו בעיר "רחובות" יצ"ו .
צוגעלייגטע
resized_תעודות-2-480x317.jpg
resized_תעודות-3-480x671.jpg
resized_בלחיים-לפני-האירוסין-בבית-האדמור-4-480x317.jpg

LYI
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

תגובהדורך LYI » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 9:23 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דא האט איר א'איינלאדונג וואס הרה"ק מ'קלויזענבורג זצוק"ל האט געשיקט צו הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל און ס'זעהט זיך אן וואס ער האט צו געשריבן בכתב ידו הקדושה,לרגל חתונת בנו הגדול אבדק"ק צאנז שליט"א בשנת תש"ל.


נאר די חתימה איז חי"ק, די איבריגע איז נישט זיין כתב יד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:20 am

LYI האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דא האט איר א'איינלאדונג וואס הרה"ק מ'קלויזענבורג זצוק"ל האט געשיקט צו הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל און ס'זעהט זיך אן וואס ער האט צו געשריבן בכתב ידו הקדושה,לרגל חתונת בנו הגדול אבדק"ק צאנז שליט"א בשנת תש"ל.


נאר די חתימה איז חי"ק, די איבריגע איז נישט זיין כתב יד

איז די ווערטער אינטער געשריבן אבדק"ק צאנז אויך כתב ידו הקדושה?

LYI
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

תגובהדורך LYI » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 12:00 pm

ניין

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 1:00 pm

LYI האט געשריבן:ניין

איישר כח פאר'ן מעמיד זיין דברים על דיוקם.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

כל המבזה תלמיד חכם אן לו רפואה למכתו.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 6:13 pm

ראש הקהל האט געשריבן:דער מעשה איז ליגענט, ער האט עס איבערגעגעבן לתלמידו רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן בעל מרפא לנפש עס מגיה צו זיין, און דייקא נישט געוואלט געבן פאר אים,
און האט דערביי געזאגט זיך אויסגעדרוקט עפעס אנדערש אויפ'ן קלויזענבורג.

כבוד "ראש הקהל " הי"ו ,אחרי דרישת שלומכם הטוב האב איך אייך געוואלט מעורר זיין אפאר נקודות.

ראשית כל הזהרו בכבוד חכמים,און ספעציעל ווען ס'רעדט זיך פון א'איד א'קדוש עליון א'עובד ה' א'פלאם פייער, א' קדוש וטהור,און א'מתמיד עצום,ממש לא פסיק פומיה מגירסא מנעוריו, מתוך יסורים קשים ומרים.

וואס צדיקים פונעם פריעדיגען דור נאך בימי המהר"ש ענגל זצוק"ל והרה"ק מ'נאסויד מגדולי חסידי צאנז זיע"א ועוד ,האבן גערעדט גדולות ונצורות פון אים, למשל ווי הגאון האדיר מהר"ש ענגל זצ"ל גאב"ד ראדאמישלא מגדולי חסידי הדברי חיים זיע"א האט געזאגט אויף אים אז אויב די דור וועט זוכה זיין וועט ער אויפוואקסען א'צווייטע דברי חיים,(כעדות נכדו הגאון הישיש רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא) אדער ווי סאטמאר רב זצוק"ל אליין האט געזאגט אויף אים ,(נאך און אמעריקא ביי זיין זיווג שני חתונה )אז ער איז די תורה אליינס, און הרה"ק רבי מענדלע סטראפקאווער זיע"א האט געהאלטן פון אים,וכהנה וכהנה, און די תולדות אהרן רבי זצוק"ל (א' פלאם פייערדיגע קנאי און א'סאטמאר'ע תלמיד)האט געהאלטן פון אים עולם ומלואו, און געשיקט זיינע קינדער צו צ'קוקען זיין עבודת הקודש ,ועוד צדיקים ושרפי מעלה וואס האבען געהאלטן פון אים ,ובתוכם די באקאנטע בריוו וואס הרה" ק מ'שאטץ האט געשריבן אויף אים גדולות ונצורות .

דאס איז זאכען וואס די היינטיגע דור האט נאך אליינס צו געזעהן ברוב רחמיו וחסדיו מיט אונזערע פליישיגע אויגן, זיין עבודת התפלה וואס איז געווען מיט א'פלאם פייער לא יאומן כי יסופר,זיין מסירות נפש פאר אידישקייט, זיין חסד און די לאגער און די פי קעמפס וכהנה,זיין יגיעת והתמדת התורה פיל מיט יסורים קשים ומרים,ווי ער האט זיך אליינס אויסגעדרוקט כמה פעמים, אז זייט די מלחמה, האט ער געפערליכע קאפ שמערצען (פון די זעצען וואס די דייטש ימ"ש האבען אים געזעצט און קאפ אריין ל"ע) און ער פלעגט זיך ארום דרייען א'שמאטע אויף די קאפ און אזוי לערנען במסירות נפש לאטמיר נישט רעדן די קרעדיט וואס דער צדיר קיגט,נאך אזוי מיטמאכן אזא שווערע ביטערע מלחמה און אלס פארלוירען א'מאמע,און א'פרוי מיט עלעף קינדער ל"ע, און ער ווי 'לייב האט אויפגעשטעלט א'נייע משפחה און א'שיינע חסידות לשם ולתפארת.
און ממילא וואלט איר געמעגט רעדען מיט א'ביסעל מער מיט דרך ארץ און רעספעקט אויף דעם קדוש עליון.

ונחזור לעניננו הגאון האדיר רבי אלי' שמואל שמערלר שליט"א ראש ישיבת צאנז, האט בפקודת קודשו פון רבו הרה"ק צאנז קלויזענבורגער רבי'ן זיע"א בשנת תש"מ איבער געדרוקט דברי חיים אויף מסכתא בבא מציעא , און צום סוף ספר האט ער געדרוקט א'קונטרס מיט די נאמען "בין השמשות" וואס ער ברענגט אראפ איבער הונדערט פוסקים וואס האלטען שיטת רבנו תם .

און די הקדמה דארטן ברענגט הרב שמערלר שליט"א וזה לשונו אות אות.

מרן הגה"ק אדמו"ר שליט"א מדגיש במכתב קודשו הנ"ל,כי טעמו ונימוקי עמו להוסיף את עניני ביה"ש (בין השמשות), ובשעת כתיבת המכתב אמר לי שאפרסם הדברים בשמו מה שטעמו ונמוקו עמו,
והוא (אות באות מלשון מרן אדמו"ר שליט"א).

בשנת תרע"ט בערך,לאחר הסתלקות כ"ק אאמו"ר זי"ע (הרה"ק רבי הערשלע מ'רודניק זצוק"ל) הייתי אצל הגה"ק מקאלשטיץ בקאשוי,והייתי צעיר מאוד לימים,ואז עשה הקונטרס על בין השמשות לברר שיטת ר"ת והפוסקים, ומחמת קרבת משפחה נתן לי הקונטרס בכת"י לעיין בו ולהביע חוו"ד (חוות דעתי), ואני עיינתי בו,ונטלתי כמה גליונות ורשמתי הערות על דבריו ולדעתי אז שאפשר לפרש בכמה מהפוסקים כשיטת הגאונים,והבאתי תיכף לפניו ,ואז במעמד הנאספים שמה בחדר קדשו כשמסרתי לו הקונטרס וגם הגליונות מה שאני רשמתי,אחר הרהור קל בהערות שלי ,פנה לכל הנאספים ואמר בלשון קדשו .

ראיתם, זה הבחור'ל זלמן לייבלי,יהי עוד מהלוחמים היותר גדולים לקיים שיטת רבנו תם,ואני נתביישתי ,וכולם התפלאו על דבריו הקדושים , וליבי אומר לי,שזה כח קדושתו של אותו צדיק שהמשיך עלי בדבה"ק לעשות פעלים לפרסם שיטת רבה"ק .

עד כאן לשון אות באות מ'מכתב הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זצוק"ל.

און ממילא געדענקטס גוטס וואס די הייליגע חז"ל לערנען אונז, "כל המבזה תלמיד חכם אין לו רפואה למכתו" (שבת קי"ט ע"ב), "והזהרו בגחלתן שלא תכוה שנשיכתן נשיכת נחש ועקיצתן עקיצת עקרב", און איר שפילט מיט פייער .

זכותו יגן עלנו ועל כל ישראל אמן.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מלך ביפיו תחזינה עניכם.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג יולי 03, 2015 10:46 am

לכבוד די איין און צוואנסטיגע יארצייט וואס איז אויסגעפאלן לעצטע שבת ט' תמוז תשע"ה, ברענג איך דא אראפ אפאר ווידיאו'ס פון זיין הייליגען ליכטיגע צורה פון פארשידענע געלעגנהייטן ווי ס'זעהט זיך אן זיין הייליגע עבודת הקודש, טעמו וראו כי טוב ה'.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
יו-טוב איז נישט ערלויבט

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

והיה עניך רואות את מוריך.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יולי 05, 2015 1:33 am

ביים סיום הש"ס פון דף היומי וואס די אגודת ישראל האט ארגענעזירט יאר תשמ"ג אין מעדיסאן סקווער גארדען מאנהעטן נוא יארק.
http://ourlli.org/8th-siyum-hashas-the- ... rstam-ztl/

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » זונטאג יולי 05, 2015 1:48 am

שכח - ערשטע מאל ואס איך זעה א קליפ פון עם

שוין געהערט כמה וכמה שעות פון זיינע דרשות

רבי מנשה
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

דרשה (קליפ) איבער די נושא פון אריין נעמען קינדער אין מוסדות

תגובהדורך רבי מנשה » זונטאג פאברואר 28, 2016 1:24 pm

דרשה (קליפ) איבער די נושא פון אריין נעמען קינדער אין תלמוד תורה ביי א דינער אין בארא פארק
https://www.dropbox.com/s/5mjpmb268v0zm ... 0.mp4?dl=0
ווערט געזעהן לימינו בנו כ"ק אדמו"ר מ'צאנז קלויזענבורג שליט"א


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 15 געסט