ר' יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל ר"י לוצערן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג יוני 21, 2011 4:39 pm

און וואס מיינט נצטויתי לחתום ?

ווער נאך האט אונטערגעשריבן ?

איינער קען מפענח זיין הרב וואזנערס שריפט ? וואס שרייבט ער דארט ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג יוני 21, 2011 8:24 pm

דער וואס שרייבט נצטוויתי לחתום איז א נאנטען תלמיד זיינע הגאון ר' יונה רעכניצער שליט"א ראש ישיבת דחסידי טשערנאביל בני ברק
参考专家

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך יוני 22, 2011 7:25 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:איינער קען מפענח זיין הרב וואזנערס שריפט ? וואס שרייבט ער דארט ?

איך האב נאר איין זאך געקענט ארויסליינען אז ער האט דאס געשריבן ממש יעצט א חודש צוריק אייר תשע"א

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 22, 2011 9:10 pm

איבער דעם בילד אויפן ערשטן בלעטל פון דעם אשכול שרייבט איינער דא אז דאס יונגל איז דער היינטיגער גערער רבי ווילכער איז א תלמיד פון ר״י זצ״ל פון קאפעלן
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 916#p43916

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג יוני 23, 2011 10:28 am

מי יודע האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:hameditor: He was the zkan roshei yeshivah, rebbi of harav shmuel vozner and founder of yeshiva shaarei yosher

הרב וואזנער האט געלערנט אין ישיבת חכמי לובלין, ווי קומט ער צו אים?


זיי האבן זיך געקענט פון די שווייץ, וואו הרב וואזנער שליט"א וויילט יעדעס יאהר אויף אפרוה
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » פרייטאג יוני 24, 2011 3:01 am

יהיה כן האט געשריבן:איבער דעם בילד אויפן ערשטן בלעטל פון דעם אשכול שרייבט איינער דא אז דאס יונגל איז דער היינטיגער גערער רבי ווילכער איז א תלמיד פון ר״י זצ״ל פון קאפעלן
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 916#p43916

אין אינטער אים איז זיין טאטע דער לב שמחה זצ"ל
אין "דער איד" זאגט ער אז דער בחור אויף די רעכטע זייט איז הישיש ר' שמואל קרויס פון קרית יואל
אגב "דער איד" האט א עקסטערע ביילאגע פון פיר אין צוואנציג זייטן מיט באשרייבונגען אין בילדער פונעם ראש ישיבה, פאר א טשעינזש איז עס זייער א שיינע ארבייט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

שישא
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » פרייטאג יוני 24, 2011 10:10 am

ים רויבער האט געשריבן: אין "דער איד" זאגט ער אז דער בחור אויף די רעכטע זייט איז הישיש ר' שמואל קרויס פון קרית יואל


ווער איז דער "הישיש", לויטן בילד אלס בחור, רעדט מען דא פון א איד וואס איז היינט בערך 70 יאר

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יוני 24, 2011 12:17 pm

הישיש מיינט א מיטל יעריגער איד, אן אלטער רופט זיך א זקן. (ועיין עוד בשפראך פארום בזה).

דער ר' שמואל קרויס לרפו"ש איז ווירקליך אין די 70'גער יארגאנג.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג יוני 27, 2011 1:10 pm

יעצט געליינט אלע 5 בלעטער
א שכוח פאר אלע תלמידים פארן געבן א קליינעם בליק פאר די דרויסענדיגע איבער די אבידה וואס כלל ישראל האט פארלוירן,
יהא זכרו ברוך


במאמר המוסגר לכבוד הרב ביקסאד, ביטע נישט דערמאנען אין יעדען צווייטן אשכול איבער בחצרות, אין ווייזן אז איר קענט די ניקס וואס דרייען זיך ביי ביידע.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » מאנטאג יוני 27, 2011 10:03 pm

א לעצטערע בילד פון ניסן דהאי שעת"א
צוגעלייגטע
phoca_thumb_sl_K3.jpg

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » מאנטאג יוני 27, 2011 10:23 pm

בשמים, לייג צי. פאר נאך זעהט דא http://zehayom.com/

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 28, 2011 2:27 pm

דא זעט מען א בילד פון אבני שיש האט איר געזען?
http://zehayom.com/
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דינסטאג יוני 28, 2011 7:50 pm

אין דע איד איז געווען א הספד פין הרב קאפלמאן ז"ל אויפן סאטמאר רב ז"ל זאגט ער דארט "איךבין געווען ביים חפץ חיים ז"ל לויה איך בין נאך געווען א קינד אביסעל גרעסער קינד" אז תרצ"ב איז ער אפילו געווען 18 יאר איז ער היינט 97
וואס קען זיין דער פשט פין דעים?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » מיטוואך יוני 29, 2011 7:47 am

איז דא ערגעץ געדריקט (חוץ פון דער איד) די הספד וואס ער האט דעמאלטס געזאגט?

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מיטוואך יוני 29, 2011 8:33 am

בעל דעת האט געשריבן:אין דע איד איז געווען א הספד פין הרב קאפלמאן ז"ל אויפן סאטמאר רב ז"ל זאגט ער דארט "איךבין געווען ביים חפץ חיים ז"ל לויה איך בין נאך געווען א קינד אביסעל גרעסער קינד" אז תרצ"ב איז ער אפילו געווען 18 יאר איז ער היינט 97
וואס קען זיין דער פשט פין דעים?

הג"ר משולם דויד סאלאווייטשיק שליט"א זאגט אלעמאל מיר זענען געווען קינדער ביז די 40, וואס אזי פשט היינט ווערט מען אזוי שנעל נתבגר.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך יוני 29, 2011 2:29 pm

א תלמיד פין לוצערן זאגט מיר אז דער ראש ישיבה האט אלעמאל געזוכט מען זאל נישט כאפן דער ריכטיגע עלטער פין איהם, האט ער יעדע מאל געזאגט אנדערש, ממילא איז פין גארנישט קיין ראי', אזוי זאגט ער מיר ואידך זיל וגמור
参考专家

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דאנארשטאג יוני 30, 2011 9:04 pm

farshlufen האט געשריבן:אין די אינגע יארן אין קאפעלן בעלגיע:

נאך א בילד פון דעמאלס, דא זעהט מען שוין יא דעם לב שמחה.
צוגעלייגטע
קאפעלען.jpg

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דאנארשטאג יוני 30, 2011 9:29 pm

גענומען פון 'בחצרות':

דער ראש ישיבה הרב יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל

פרייטיק פארנאכט ט"ו סיון (קורץ פאר שבת) איז אין ציריך נפטר געווארען דער באקאנטער ראש ישיבה הרב הגאון ר' יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל.

פאר'ן אנהויב פון זומער זמן (ראש חודש אייר) איז דער ראש ישיבה צוריק געקומען פון אמעריקע און האט זיך נישט גוט געפיהלט. דאקטאר ראזענבערג נ"י פון ציריך האט איהם דארט אריינגענומען אין שפיטאל ווי ער איז זייט דאמאלט געליגען.

ער האט געהאט א שטארקען געשטעל און טראץ די לעצטע שוואכקייטען האט ער זיך כסדר מתגבר געווען און זיך צוריק געכאפט. די לעצטע טעג האט מען איהם שוין ארויס גענומען פון שפיטאל און מען האט איהם איבערגעפיהרט צו זיין טאכטער אין ציריך.

דאנערשטיק איז ער געווארען זעהר שוואך פון א לונגען-ענטצינדונג. מען האט איבעראל אין די וועלט געזאגט תהילים און פרייטיק אינדערפרי האט זיך דער מצב אביסעל געבעסערט. מען האט געמיינט אז ער וועט זיך דאס מאהל ווידער קענען צוריק כאפען.

ליידער האט זיך דער מצב ווידער פארערגערט. די משפחה און עטליכע תלמידים זענען געשטאנען ביי זיין טיהר און דארט געמאכט א מנין פאר קבלת שבת. בערך 8.40 אז. ווען זיי האבען געהאלטען ביי "צאתכם לשלום", איז דער ראש ישיבה נסתלק געווארען.

מוצאי שבת זענען פון אנטווערפען ארויס געפאהרען עטליכע אויטא'ס מיט תלמידים. איינער פון די תלמידים האט געדונגען א פלוגצויג און דער פשעווארסקער רבי שליט"א איז זונטיק אינדערפרי מיט געפאהרען צום לופט-האווען אין ציריך. אסאך אנדערע תלמידים, בפרט די פון אמעריקע וועלכע האבען שוין נישט געקענט אנקומען צו די לויה אין די שווייץ, זענען ארויסגעפאהרען גלייך נאך ארץ ישראל עטליכע תלמידים וועלכע האבען נאך פרייטיק געהערט דאס נייעס, האבען געדונגען צימערען אין א'ן האטעל ביים לופט האווען פון ניו-דשערסי און אזוי נאך מוצאי שבת געקענט כאפען דעם פלוגצויג נאך תל-אביב . עס שיינט אז תלמידים פון אויסטראליע זענען דארט ארויס געפארען מוצאי שבת און נאך אנגעקומען באצייטענס אין תל-אביב.



די לויה

די לויה האט זיך אנגעהויבען אין די ישיבה פון לוצערן ווי עס האבען גענומען דאס ווארט דער ציריכער רב הרב שאול ברייש שליט"א, דער זוהן פון ראש ישיבה הרב משה קאפעלמאן שליט"א, די מגידי שיעור שליט"א הרב בראנדט, הרב נפתלי שטערנבוך און הרב משה דוד פערעלמאן (א'ן אנטווערפענער) און זיין תלמיד פון ציריך הרב ווידער שליט"א. אין נאמען פון וועד הישיבה האט זיך געזעגענט ר' אלי ראזענגארטען נ"י.

מען האט איבערגעפיהרט דעם נפטר נאך ציריךאין לופט-האווען ווי עס האט זיי אפגעווארט א גרויסער עולם בראש מיט'ן פשעווארסקער רבי שליט"א.דארט האבען נאך געזאגט א פאר ווערטער הרב שמואל עקיבא שלעזינגער שליט"א פון שטראסבורג און הרב ברייש שליט"א.

אין ירושלים האבען איהם מספיד געווען דער "שבט הלוי" הרב שמואל וואזנער שליט"א און זיין תלמיד מובהק הרב ישראל דוד שלעזינגער שליט"א פון אמעריקע. דער זוהן פון ראש ישיבה האט געזאגט קדיש.

מען האט איהם געברענגט צו קבורה אין הר המנוחות, נעבען דעם קבר פון די רעבעצין מרת חיה ע"ה א געבוירענע יאראסלאוויטש.



זי צוואה

לויט די ווערטער פון די מספידים, האט דער ראש ישיבה איבערגעלאזט א צוואה ווי ער בעט מען זאל ווייטער האלטען די ישיבה אין לוצערן און זיין זוהן ר' משה שליט"א זאל מיט איהר אנפיהרען. אויך בעט ער מען זאל דאס ערשטע יאהר לערנען משניות לעילוי נשמתו און אויב מעגליך אויך שפעטער..


קורצע געשיכטע

הרב קאפעלמאן ע"ה איז געבוירען אין חארקאוו אין אוקריינע. אויף זיין פאספארט שטייט אז ער איז געבוירען אין מאי 1905. יעדער איינער ווייסט אז אין די דאמאלט'דיקע צייטען איז דער דאטום דערמאנט אויף די פאספארטען על פי רוב נישט געווען אקוראט (ריכטיג). מען האט געוואוסט אז אויך זיין דאטום איז נישט געווען ריכטיג.

פאר בערך פופציק יאהר האט דער רעדאקטאר פון "למען תדע", וועלכער איז געווען איינער פון זיינע תלמידים אין די ישיבה "עץ חיים" אין קאפעללען (ביי אנטווערפען), געהאט א שמועס מיט'ן ראש ישיבה און האט איהם געזאגט "אז זיין מוטער תח' (היינט ע"ה) איז א געבוירענע ניינער (1909)" האט דער ראש ישיבה איהם געענטפערט "איך בין אויך א ניינער".

עס זענען דא אויך אנדערע באווייזען אז דער ראש ישיבה איז געבוירען אין 1909, אזוי אז ער איז נפטר געווארען אין עלטער פון 102 יאהר.

פאר די מלחמה איז ער געווען א תלמיד מובהק פונ'ם גרויסען גאון הרב שמעון שקאפ זצ"ל דער גראדנע ראש ישיבה און איינער פון די פילארען פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. ער האט טאקע געראטעוועט זיינע כתבים און זיי זענען נאך די מלחמה אפגעדריקט געווארען. ער האט די כתבים געראטעוועט נישט נאר בכתב נאר אויך אין זיין קאפ.

בשעת די מלחמה איז ער אנטלאפען נאך רוסלאנד און איז פארשיקט געווארען נאך סאמארקאנד אין אוזבעקיסטאן (סיביר). דארט האט ער געלערנט מיט יינגלעך און בחורים בתוכם יבל"ח דער אנטווערפענער ר' נתן אפטערגוט נ"י.

נאך די מלחמה האט ער געקענעט צוריק ארויס פאהרען פון רוסלאנד און האט זיך באזעצט ערשט אין קראקע און דאן אין פראג (טשעכא-סלאוואקיי), ווי ער האט צוזאמען גענומען א פאר יתומים, איבערגעבליבענע פון די לאגערען און מיט זיי געלערנט. אינצווישען האט זיך אין אנטווערפען געשאפען א קאמיטעט צו באנייען די אלטע ישיבה פון היידע. זיי האבען אריבערגעברענגט דעם ראש ישיבה און זיינע תלמידים און מיט זיי געגרינדעט די ישיבה אין קאפעללען (15 קילאמעטער פון אנטווערפען).

דער ראש ישיבה האט געפיהרט די ישיבה בערך 9 יאהר לאנג, דאן איז ער געפאהרען נאך ניו-יארק ווי ער האט געעפענט די ישיבה "שערי יושר".

בערך צעהן יאר שפעטער איז ער אויפגענומען געווארען אלס ראש ישיבה אין לוצערן (שווייץ) ווי ער האט געפיהרט די ישיבה ביז זיין לעצטען טאג.

ת.נ.צ.ב.ה.



דאנערשטיק אי"ה (8 אזייגער) הספד אין אנטווערפען

דאנערשטיק פארנאכט 8 אזייגער ארגאניזירט די קהילה א הספד אין בית הכנסת הגדול אסטען. עס וועלען מספיד זיין דער רב שליט"א, הרב חיים אריה שפיץ שליט"א ראש ישיבה פון ווילרייק, א געוועזענער תלמיד פון די ישיבה אין לוצערן און ר' משה אללעך נ"י א געוועזענער תלמיד פון די ישיבה אין קאפעללען.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג יולי 01, 2011 12:23 am

בשמים האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין די אינגע יארן אין קאפעלן בעלגיע:

נאך א בילד פון דעמאלס, דא זעהט מען שוין יא דעם לב שמחה.


אזוי אויך דער יונגעל דערנעבן איז דער הייניטיגער גערע רבי שליט"א
参考专家

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » זונטאג יולי 10, 2011 10:09 pm

איך האב געהערט פון א יוד דעם שבת וואס האט געלערנט און לוצערן בערך 20-25 יאר צריק ווי ער האט ארויס געברענגט די געוואלדיגע פחד וואס מהאט געהאט פארן ראש ישיבה, האט ער פארציילט אז ער האט אמאל געזען די ר"י זצ"ל זיך אויפשטעלן פאר הרב חיים פלאהר -וואס דאס איז געווען א דבר פלא ווייל ער האט זיך כמעט פאר קיינעם נישט אויפגעשטעלט- און זייט דעמאלס זאגט מיר דער יוד האט ער באקומען א פחד פון אים אלעס ווייל די ר"י האט זיך אויפגעשטעלט םאר אים
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יולי 11, 2011 5:36 am

מיין טאטע זזג געדענקט נאך די צייטען ווען ר' משה זצ"ל איז געווען ראש ישיבה
ער פלעגט זיין צוגענגליך
ער פלעגט גיין שפאצירען אויף'ן ריגי מיט די בחורים
ווען הרב קאפעלמאן זצ"ל איז געקומען זאגט מיין טאטע להבחל"ח האט זיך די אטמאספערע אין גאנצען געטוישט
ער האט געפיהרט די ישיבה ביד רמה
אלו ואלו....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מאנטאג יולי 11, 2011 11:56 am

msp האט געשריבן:מיין טאטע זזג געדענקט נאך די צייטען ווען ר' משה זצ"ל איז געווען ראש ישיבה
ער פלעגט זיין צוגענגליך
ער פלעגט גיין שפאצירען אויף'ן ריגי מיט די בחורים
ווען הרב קאפעלמאן זצ"ל איז געקומען זאגט מיין טאטע להבחל"ח האט זיך די אטמאספערע אין גאנצען געטוישט
ער האט געפיהרט די ישיבה ביד רמה
אלו ואלו....

נישט ביד רמה נאר ביד חזקה
איך האב געלערנט בייא איהם גאנצע פיר יאהר

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » מאנטאג יולי 11, 2011 2:38 pm

כ'ווייס נישט צו מען זאל דעבאטירן זיין 'ביד חזקה', אבער לענ"ד איז דאס געווען אביסל צו שטארק. נאך היינט, א שיינע פאר יאר נאכן חתונה, קען איך מיר געבן א וועק אויף אינמיטן נאכט, טרייסלנ'דיג פאר שרעק אז די ראש הישיבה בליקט.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 11, 2011 2:55 pm

ס'איז דא א מעשה מיט א בחור פון די ישיבה וואס האט דערלאנגט צוויי פעטש פאר רב קאפעלמאן. איז איינער באקאנט דערמיט?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מאנטאג יולי 11, 2011 4:03 pm

איך בין געווען א יונגעל אינטער בר מצוה וועהן איך בין אריין לענען ציא איהם . אין מען האט געלערנט מסכת כתובות גמרא מיט תוספות .אין איך
מוז זאגען מיט דיא שטרענקייט . מען האט געלערנט שטארק בהתמדה .ס'איז נישט געווען אזוי וויא היינט שיעור עיון אין א שיעור אויף בקיאות אדער
בייא נאכט שו''ע . מען האט געלערנט דרייא סדרים דיא מסכתא .....שיעור עיון ..... נאר גמרא מיט תוספות .אין מען האט טאקע געענדיקט איין
גאנצע מסכתא נאך דיא אנדערע . נישט אויס געלאזט קיין תוספות אדער אגדתא .אין אלעם האט דער ראש ישיבה פאהר געלערענט . אין מען האט
געחזרט איין מאהל אין נאך אמאהל . אין מיינע צייטען האט מען נישט פארהערט אפיציעל. נאר מפעם לפעם איז דער ראש ישיבה צוגעקומען אין
געפרעגט ...אין אך אין ווייא אויב ח''ו מען האט נישט געקענט ענטפערען . שפעטער ווען מיר זענען עלטער געווארען אין מען האט געלערנט מסכת ב''ק אין ב''מ . האבען מיר שוין אליין געלערנט קצות'ן אין נתיבות אין געקיקט אין שעורי ר' שמעון . אבער דאס איז געווען אויף דיא אייגענע האנט .
ביז מיר זענען אוועק אין אנדערע ישיבות אין דאס געזעגענען איז געווען א פרשה פאר זיך .
יהי זכרו ברוך ומכיר אני לו טובה כל ימי חיי ועליו יכולים לומר המלמד תורה לעמו ישראל כי תמיד נשאר בבחינת מלמד ולא חיפש ללמד אותנו את
יפי' של תורה רק אמיתית של תורה כמו שהי' אומר פשאטאווע .והשמועס'ן היו איך יהודי צריך להתנהג ולמאס את העולם הזה השפל .
זכור אני איך באמצע השיעור נכנס גיסו ובישר לו שאשתו הרבנית המליטה בן [אחר ה' בנות] והוזיל דמעה והי' מרוגש מאוד והשתתפנו בוואך נאכט
ולמחרתו בברית .ס'איז געווען צייטען געניק פאר יעצט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מודה ומהלל און 6 געסט