ר' יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל ר"י לוצערן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

תגובהדורך קרעפלקאפ » מאנטאג יולי 11, 2011 4:17 pm

אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט איינעם זאבעל

האם זה ר' אשר זאבעל, ממאנסי (כמדומה מתפלל בבעלזא)?

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » מאנטאג יולי 11, 2011 5:32 pm

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז דא א מעשה מיט א בחור פון די ישיבה וואס האט דערלאנגט צוויי פעטש פאר רב קאפעלמאן. איז איינער באקאנט דערמיט?


כ'האב נישט געהערט דערפון אבער וואס כ'האב יא געהערט איז אז א בחור איז אמאל ארויסגעטאנצן פון פענסטער נאכן כאפן א פסק אינמיטן א שמועס.
אבער אזויפיל מוז איך מודה זיין אז כאטש זיין שטרענגקייט איז לענ"ד איבער די מאס איז דאס געווען מיט אן אמת לשם שמים און נישט קיין געפאפטע מעשיות.

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » מאנטאג יולי 11, 2011 5:36 pm

רבבה האט געשריבן:איך בין געווען א יונגעל אינטער בר מצוה וועהן איך בין אריין לענען ציא איהם . אין מען האט געלערנט מסכת כתובות גמרא מיט תוספות .אין איך
מוז זאגען מיט דיא שטרענקייט . מען האט געלערנט שטארק בהתמדה .ס'איז נישט געווען אזוי וויא היינט שיעור עיון אין א שיעור אויף בקיאות אדער
בייא נאכט שו''ע . מען האט געלערנט דרייא סדרים דיא מסכתא .....שיעור עיון ..... נאר גמרא מיט תוספות .אין מען האט טאקע געענדיקט איין
גאנצע מסכתא נאך דיא אנדערע . נישט אויס געלאזט קיין תוספות אדער אגדתא .אין אלעם האט דער ראש ישיבה פאהר געלערענט . אין מען האט
געחזרט איין מאהל אין נאך אמאהל . אין מיינע צייטען האט מען נישט פארהערט אפיציעל. נאר מפעם לפעם איז דער ראש ישיבה צוגעקומען אין
געפרעגט ...אין אך אין ווייא אויב ח''ו מען האט נישט געקענט ענטפערען . שפעטער ווען מיר זענען עלטער געווארען אין מען האט געלערנט מסכת ב''ק אין ב''מ . האבען מיר שוין אליין געלערנט קצות'ן אין נתיבות אין געקיקט אין שעורי ר' שמעון . אבער דאס איז געווען אויף דיא אייגענע האנט .
ביז מיר זענען אוועק אין אנדערע ישיבות אין דאס געזעגענען איז געווען א פרשה פאר זיך .
יהי זכרו ברוך ומכיר אני לו טובה כל ימי חיי ועליו יכולים לומר המלמד תורה לעמו ישראל כי תמיד נשאר בבחינת מלמד ולא חיפש ללמד אותנו את
יפי' של תורה רק אמיתית של תורה כמו שהי' אומר פשאטאווע .והשמועס'ן היו איך יהודי צריך להתנהג ולמאס את העולם הזה השפל .
זכור אני איך באמצע השיעור נכנס גיסו ובישר לו שאשתו הרבנית המליטה בן [אחר ה' בנות] והוזיל דמעה והי' מרוגש מאוד והשתתפנו בוואך נאכט
ולמחרתו בברית .ס'איז געווען צייטען געניק פאר יעצט


הער רבבה, פאון וועלכן יארן שפרעכן זי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 11, 2011 6:59 pm

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז דא א מעשה מיט א בחור פון די ישיבה וואס האט דערלאנגט צוויי פעטש פאר רב קאפעלמאן. איז איינער באקאנט דערמיט?

איך ווייס פון א מעשה אין קאפעלן, ווען ער האט געכאפט א טעפל וואסער, בטעות, דער בחור האט געמיינט אז דער וואס קלאפט איז זיין חבר וואס וויל אים טשעפען און ערוועקן פון זיין זיסן שלאף.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג יולי 11, 2011 7:32 pm

קרעפלקאפ האט געשריבן:
אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט איינעם זאבעל

האם זה ר' אשר זאבעל, ממאנסי (כמדומה מתפלל בבעלזא)?


יא זה הוא האיש מתלמידיו עוד בקאפעלען
参考专家

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מאנטאג יולי 11, 2011 11:13 pm

קעיזנאוו רד. האט געשריבן:
רבבה האט געשריבן:הער רבבה, פאון וועלכן יארן שפרעכן זי?

רעכען דאס אליין אויס . אז דעמאלטס איז געבוירען געווארן זיין בן יחיד משהעלע .אויב נישט אפען קאפ נעם א קאלקולעטער . פיגער איט אוט יור סעלף .

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » דאנארשטאג יולי 21, 2011 8:34 pm

א גרויסארטיגע מעמד זכרון והתחלת כתיבת ספר תורה איז געפלאנט אין ניו יארק דעם קומענדיגען ב' שופטים ער"ח אלול

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » דינסטאג יולי 29, 2014 1:20 pm

די וואך שבת איז געווען פארשפרייט אין אסאך שילען די ווערטער פון הרב קאפעלמאן קעגן די ציונים און זייערע התגרות מיט די פעלקער
קען עס איינער דא ארויפלייגן
-פנימי- בלתי מוגה כלל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג יולי 29, 2014 1:37 pm

פארצייטישער יוד האט געשריבן:די וואך שבת איז געווען פארשפרייט אין אסאך שילען די ווערטער פון הרב קאפעלמאן קעגן די ציונים און זייערע התגרות מיט די פעלקער
קען עס איינער דא ארויפלייגן

viewtopic.php?p=906667#p906667

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

דרשת הרב קאפעלמאן ז"ל

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג יולי 29, 2014 4:56 pm

דא האט איר די דרשה במילואו אויף אידיש אזוי ווי דער ראש ישיבה ז"ל האט עס געזאגט

פון די מורא'דיגע דיבורים זעהט מען ווי אזוי די אמאליגע גדולי ישראל האבן אנגעקוקט אזא סארט מצב מיט א תורה'דיגן בליק, אלעס איז געגאנגען געבויעט אויף די תורה הק'
צוגעלייגטע
דרשת הגאון מהריד קופלמאן מלוצערן זצל.pdf
(76.18 KiB) דאונלאודעד 132 מאל

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » דינסטאג יולי 29, 2014 5:09 pm

א טענצל! האט געשריבן:דא האט איר די דרשה במילואו אויף אידיש אזוי ווי דער ראש ישיבה ז"ל האט עס געזאגט

פון די מורא'דיגע דיבורים זעהט מען ווי אזוי די אמאליגע גדולי ישראל האבן אנגעקוקט אזא סארט מצב מיט א תורה'דיגן בליק, אלעס איז געגאנגען געבויעט אויף די תורה הק'

איך זע הרב קאפעלמאן זצ''ל האט עס גערעדט ''אינמיטן א ברענעדיגע מלחמה'' ער איז געווען ממש א שריד מדור הקדום מיט זיינע פייערדיגע השקפה רייד און ביטול צו די פריערדיגע גדולי ישראל.
-פנימי- בלתי מוגה כלל

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג יולי 28, 2015 4:16 pm

די ישיבה פון הרב קאפעלמאן זצ"ל
האט די וואך געמאלדן אז זיי שפארן זיך אפ
און זיי וועלן נישט צוריק עפענען חודש אלול
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דינסטאג יוני 18, 2019 2:38 pm

היינט געפאלט דער 8'טער יארצייט פונעם ראש הישיבה זצ"ל
הר"ר יצחק דוב בן ר' משה זצ"ל
ט"ו סיון תשע"א


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט