רבי יוסף גרינוואלד זצ"ל מפאפא בעל ויחי יוסף, י"ג אב תשמ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

רבי יוסף גרינוואלד זצ"ל מפאפא בעל ויחי יוסף, י"ג אב תשמ"ד

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אפריל 28, 2011 3:06 pm

אין 'על הצדיקים' איז פארהאן אן אשכול משפחת הרבנים גרינוואלד, אזוי אויך איז דא אשכול איבער הגה"ק בעל ויגד יעקב זצ"ל מפאפא, אבער א אשכול מיוחד אויף דעם גרויסן גאון וצדיק משיירי כנסת הגדולה, האדמו"ר בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל איז נאך נישט דא. אין די אויבן-דערמאנטע אשכולות ווערט דער פאפא'ער רב זצ"ל דערמאנט עטליכע מאל, ווי אויך בילדער פון איהם, אבער אין אזא זמן ווען מיר זענען עוסק גאר אסאך אין פארשן איבער גדולי ישראל אין אמעריקע, ווי קען מען אויסלאזן דעם גרויסן גאון וצדיק מפורסם דער פאפא'ער רב זצ"ל וואס איז געווען פון די סאמע שענסטע גדולים דאהי אין אמעריקע נאכן קריג, וואס האבן אוועקגעשטעלט מוסדות התורה והחינוך לשם ולתפארת עד היום הזה ועד בכלל, אנגעהויבן אין וויליאמסבורג און דערנאך קיין בארא פארק און מאנסי, ועוד היד נטויה בסייעתא דשמיא.

דער פאפא'ער רב זצ"ל איז געווען 'דער פוסק' אין פריערדיגן דור פארן היימישן יודנטוהם אין ברוקלין. צו איהם איז געבראכט געווארן פיל שאלות, בכלל ובפרט, וואס האט ערליך אויסגעווארט צו באקומען זיין תשובה. לאורו הלכו אלפי ישראל, וואס זיינע הוראות זענען געווען נר לרגלם ואור לנתיבתם.

*


דער פאפא'ער רב הגאון הצדיק רבי יוסף גרינוואלד זצ"ל איז געבוירן אין ברעזעוויץ אין יאהר תרס"ה צו זיין פאטער הגאון הצדיק המפו' מרן רבי יעקב יחזקי' גר"וו זצ"ל אב"ד פאפא בן מרן הגה"ק בעל ערוגת הבשם זצ"ל. אין ישיבה האט ער געלערנט ביי זיין עלטער-פעטער הגה"ק בעל קרן לדוד זצ"ל (ברודער פונעם ערוגת הבשם) אב"ד סאטמאר. נאכן חתונה איז דער פאפא'ער רב געבליבן וואוינען אין סאטמאר וואו ער איז אויפגענומען געווארן צו דינען דארט אלץ דיין. אזוי אויך אין די תקופה ווען הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל האט משמש געווען ברבנות אין סאטמאר, איז דער פאפא'ער רב זצ"ל געשטאנען לצידו אינעם בי"ד און אינאיינעם פיל געטוהן להרחבת גבולי הקדושה.

ראש חודש אדר תש"א איז דער ויגד יעקב נסתלק געווארן, דאן איז דער פאפא'ער רב זצ"ל אויפגענומען געווארן צו דינען אלץ ממלא מקומו בהנהגת הקהלה והישיבה. ליידער האט נישט לאנג געדויערט און די ביטערע וועלט-מלחמה האט דארט אויך דערגרייכט, וואס אלץ רעזולטאט דערפון איז זיך די ישיבה צוגאנגען, און פיל פון די תלמידים עלו על המוקד עקה"ש הי"ד.

נאכן קריג האט דער פאפא'ער רב זצ"ל פרובירט אין פאפא צוריק אויפצולעבן דעם אידישן גייסט אויפרישן די קהלה און די ישיבה, פיל פון די בחורים זענען אהין צוריק געקומען און זיך גרופירט ארום איהם, אבער זעענדיג דאס שוועריקייט פון אנהייבן דארט אלעס פונדאסניי, האט ער פארלאזט אונגארן און איז אנגעקומען קיין אנטווערפן, בעלגיע.

במשך א תקופה האט זיך דער רבי זצ"ל אויפגעהאלטן אין אנטווערפן, ובשנת תשי"א האט ער פארלאזט אנטווערפן און געקומען קיין אמעריקא. אין אמעריקא האט דער רבי פריש אויפגעבויעט מוסדות התורה והחינוך, געגרינדעט דעם גלאררייכן קהלה 'קהלת יעקב' פאפא, ע"ש פון אביו הגדול בעל ויגד יעקב זצ"ל.

דער פאפא'ער רב זצ"ל ואבותיו הקדושים זי"ע זענען געווען שטארקע בעלזא'ע חסידים מדור דור. אויך נאכן זיך באזעסן אין אמעריקא איז דער פאפא'ער רב געווען שטארק מקושר לאדמו"ר הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זצ"ל, און שטענדיג געשיקט זיך שואל עצה זיין ביים בעלזא'ער רב זצ"ל. פיל בחורים זענען געשיקט געווארן דורכ'ן פאפא'ער רב צו לערנן אין בעלזא אין ירושלים. נאכן הסתלקות פון בעלזא'ער רב זצ"ל איז דער פאפא'ער רב געפארן קיין ארץ ישראל ווי ער האט אפגעהאלטן א גרויסער מספד מר אויפן סילוקו של אותו צדיק זי"ע.

אזוי אויך דא אין אמעריקע איז דער פאפא'ער רב געווען א חבר נאמן אין 'התאחדות הרבנים' און געשטאנען שטענדיג לימין קדשו פון הרה"ק אדמו"ר מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל. דער פאפא'ער רב פלעגט גאר אסאך קומען צו די טישן פונעם סאטמארער רב זצ"ל. ביי פיל מערכות לכבוד שמים איז דער פאפא'ער רב געווען פון די ראשי המדברים, און אויסגעשריגן דעם דבר ה' ברמה.

אין די שפעטערדיגע יאהרן האט ער געגרינדעט דעם 'קרית פאפא' שטעטל אין וועסט-טשעסטער ניו יארק, וואו אהין ער האט ארויסגעשיקט די ישיבה, און פלעגט בכבודו בעצמו ארויספארן פארצולערנען און פארהערן די בחורים.

ביום י"ג לחודש אב תשמ"ד עלה לישיבה של מעלה, ומנו"כ בביה"ח בקרית פאפא.

על התורה איז דאס פון איהם 'ויחי יוסף', (אזוי אויך על הגדה ש"פ), זיינע תשובות זענען אין 'ויען יוסף'. אזוי אויך איז פארהאן געדרוקט תולדותיו וקורות חייו ארויסגעגעבן דורך תלמידים וחסידים.

זכר צדיק וקדוש לברכה. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג אפריל 28, 2011 7:41 pm

יא, הרה״ח ר׳ אברהם ראזענבערג הי״ו פון קרית יואל, איז א תלמיד זיינער פון אנטווערפען.

 
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אפריל 28, 2011 8:05 pm

גרויסן ייש"כ הרב נחמן נתן זייער שיין באשריבן דער גדול אין פוסק

אבער איך וויל נאר צולייגען א קלייניגקייט וואס איז נישט אזוי באוויסט אז דער פאפא רב איז נישט געוועהן נאכן קריג אין פאפא נאר אין סאמבטהאלי וואס איז גועוועהן א גרעסערן קיבוץ פין יודן אין דארטן געהאט דיין ישיבה אין צום שטאט פאפא האט ער געשיקט תלמידו החביב ביותר הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן מפאפא מונטריאל זצ"ל
参考专家

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » פרייטאג אפריל 29, 2011 9:39 am

א דאנק פאר דעם שרייבער איבער דעם פאפער רב . אין זיין אפשאצונג וועגין איהם . אין איך וויל מיך נישט דינגען מיט איהם נאר פארעכטען
אפאהר גרייזען לדעתי .
דער פאפער רב איז געבוירען געווארען אין שנת תרס''ג נישט ס''ה .
נאך דיא קריג איז עהר געווען א שטיק צייט רב אין סאמבאטהאלי נישט אין פאפא . דארט איז געווען רב מחותני הרה''צ משאפראן זצ''ל . אין הרה''ג
ר' בצלאל שטרן ממעלבראן-ווינא . אין הרה''ג ר' יעקב יצחק ניימאן זצ''ל ממאנטריאל המכונה דער קליינער פאפער .
בזוו''ר האט עהר חתונה געהאט מיט זיין עלטער פעטער'ס טאכטער ר' חזקי' מחוסט אחי הערוגה''ב וואס איז געווען א יתומה מאם אין נתגדל
געווארען בייא איהר פעטער דער קרן לדוד וואס האט ל''ע נישט געהאט קיין קינדער . אין נאך דיא חתונה איז עהר געבליבען עסין קאסט דארט .
אין בשנת תרפ''ח וועהן דער קרן לדוד איז פלוצלינג נפטר געווארען אין זיין פאטער דער ויגד יעקב האט אויף געגעבען דאס רבנות אין הוניאד
אין געווארען א מגיד שיעור בייא ר' אברהם דירנפעלד אין פאפא . איז עהר געבליבען אהן פירען דיא ישיבה פין דעם קרל''ד אין סאטמאר . אין
געווארען א דיין אין דיא קהילה . ביז עהר איז געווארען מ''מ פין זיין פאהטער אין פאפא בשנת תש''א זייענדיק אין סאטמאר האט עהר ארויס
געגעבען די' שו''ת קרן לדוד חלק או''ח. אין קרן לדוד עה''ת אין דאכצעך מיר אויך איין הגדה . ע''כ בקיצור
עס ווינדערט זעך מיר אלס גרויסער ידען אז איהר וויסט נישט וועגען זיין קשר הדוק צים סקווערער רבי'ן זצ''ל

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג אפריל 29, 2011 3:26 pm

א דאנק פאר די מגיבים דא, באזונדער פארן מוסיף זיין פרטים לתולדותיו וקורות חייו.

בנוגע דעם קשר מיטן סקווירא'ער רבי'ן זצ"ל האב איך נישט קיין ידיעה, אזויפיל ווייס איך אז דער פאפא'ער רב האט מכתיר געווען דעם היינטיגן סקווירא'ער רבי'ן שליט"א, און איהם דערלאנגט א קוויטל תיכף נאכן לוי' פונעם פאטער זצ"ל.

אדרבה, טוט מיטטיילן מיט אונז איבער דעם קשר, מיר ווילן הערן. (דער סקולענער רבי זצ"ל איז ידוע אז ער פלעגט פארן אויף שבתים קיין סקווירא, פאפא'ער רב אויך?)
לחיים ולברכה!

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » פרייטאג אפריל 29, 2011 3:50 pm

זיין קשר צו סקווער איז געקומין דורך תלמידו חביבו רבי זלמן אונגאר ראב"ד סקווער

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מוצ"ש אפריל 30, 2011 11:52 pm

איש האמת האט געשריבן:זיין קשר צו סקווער איז געקומין דורך תלמידו חביבו רבי זלמן אונגאר ראב"ד סקווער


אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט דער קשר האט זיך אנגעפאנגען אין שנת תש''ח אין אנטווערפען וואס לא מש ידי' דיא פאהר וואכען וואס דער סקווערער רבי איז געווען דארט .
עהר איז געווען בייא אלע תפילות אין טישען . אין דער סקווערער רבי זצ''ל האט באזוכט דיא ישיבה . אין דער המשך איז שפעטער געווען אין וומסב''ג . אין עהר איז אפילו אמאהל
געפאהרען אויף שבת החודש אויף סקווער .אין וומסב''ג איז עהר געווען יעדע פאהר וואכען פרייטאג ציא נאכטס ביים טיש .אין געדאווענט אסאך מאהל אין דער וואכען מיט'ן רבי'ן . ש''ב ר' זלמן איז דיא יאהרען געווען אין איין סעניטאריום אין שווייץ אין שפעטער אין מאנטריאל . עהר האט זיך הערשט געצויגען קיין אמעריקא גלייך קיין סקווער . דאס איז בקיצור .
אפשר שרייבסט דיא דעם קשר פין פאפא קיין ליסקא-היבניב .

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג מאי 01, 2011 2:55 pm

בילד פון מצבה:
צוגעלייגטע
200886_18452728331_tziyon.jpg
לחיים ולברכה!

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » זונטאג מאי 01, 2011 4:37 pm

רבבה האט געשריבן:
איש האמת האט געשריבן:זיין קשר צו סקווער איז געקומין דורך תלמידו חביבו רבי זלמן אונגאר ראב"ד סקווער


אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט דער קשר האט זיך אנגעפאנגען אין שנת תש''ח אין אנטווערפען וואס לא מש ידי' דיא פאהר וואכען וואס דער סקווערער רבי איז געווען דארט .
עהר איז געווען בייא אלע תפילות אין טישען . אין דער סקווערער רבי זצ''ל האט באזוכט דיא ישיבה . אין דער המשך איז שפעטער געווען אין וומסב''ג . אין עהר איז אפילו אמאהל
געפאהרען אויף שבת החודש אויף סקווער .אין וומסב''ג איז עהר געווען יעדע פאהר וואכען פרייטאג ציא נאכטס ביים טיש .אין געדאווענט אסאך מאהל אין דער וואכען מיט'ן רבי'ן . ש''ב ר' זלמן איז דיא יאהרען געווען אין איין סעניטאריום אין שווייץ אין שפעטער אין מאנטריאל . עהר האט זיך הערשט געצויגען קיין אמעריקא גלייך קיין סקווער . דאס איז בקיצור .
אפשר שרייבסט דיא דעם קשר פין פאפא קיין ליסקא-היבניב .


איר זענט נעבעך יון טרעק מיינדיט, און א גרויסעא רחמנות צו דעים אויך
רבי זלמן איז יענע יארן אויך געוועהן און אנטווערפן, און אזוי איז צושטאנדט געקומען די קשר,
רבי זלמן איז געוועהן א שטיק צייט און מאנטריאל פאר ער איז געקומען קיין סקווער, צוליב געזונט,
און ווען פאפא רב איז געקומען קיין סקווער, איז ער איינגעשטאנען ביי רבי זלמן אינדערהיים,

א שייכת פון פאפא צו היבנוב-ליסקא ווייסיך נאכנישט עפעס, אדרבא אויב קענט איר מיך נאכשיקען
די אנדערע געבעקס וואס איר האט...

אבער פון די צעהלימ'ער רב איז יא דא עפעס גראדע אינטרעסאנט,

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג מאי 01, 2011 4:46 pm

בילד פון פאפא'ער רב זצ"ל בריקודין לפני כלה. דערנעבן ווערט געזעהן הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל מלפנים אב"ד פאפא ואח"כ רב דחסידי בעלזא - מאנטריאל.
צוגעלייגטע
Pupa Zl - Rav Neiman.jpg
לחיים ולברכה!

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » זונטאג מאי 01, 2011 4:50 pm

כ'האב ביי מיר א בריעף ווי פאפא'רב שרייבט צו רבי זלמן אונגער רב"דסקווירא
איך האב נישט אזעלכע צוויי גוטע און אמת'ע ידידים ווי אייך רון ר' יעקב יצחק ניימאן
ווען כ'וואלט געקענט סקענען און עטעטשען וואלט איך עס געטוען גערן

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג מאי 01, 2011 9:32 pm

הייסט דאס אז דער סקווערער רבי איז געפארן קיין אנטווערפן אויף דער רוף פון ר' זלמן אונגער כדי זיך צו טרעפן מיטן פאפא'ר רב? פון ווי האט ר' זלמן געקענט דעם סקווערער רבין? אויב איז ר' זלמן געווען דעם סקווערער רבי'ןס אגענט דאן פארוואס האט ר' ישעי' אונגער משב"ק נישט געוואוסט צו זאגן פון דעם סקווערער רבי איידער דער שאפראנער רב האט איהם אינטרעדוסט צו איהם?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » מאנטאג מאי 02, 2011 11:44 am

בן בוזי האט געשריבן:הייסט דאס אז דער סקווערער רבי איז געפארן קיין אנטווערפן אויף דער רוף פון ר' זלמן אונגער כדי זיך צו טרעפן מיטן פאפא'ר רב? פון ווי האט ר' זלמן געקענט דעם סקווערער רבין? אויב איז ר' זלמן געווען דעם סקווערער רבי'ןס אגענט דאן פארוואס האט ר' ישעי' אונגער משב"ק נישט געוואוסט צו זאגן פון דעם סקווערער רבי איידער דער שאפראנער רב האט איהם אינטרעדוסט צו איהם?


רבי זלמן האט זיך באקענט מיט'ן סקווער'ער רבי הארט נאכ'ן קריג און בוקארעסט,
זעה באריכות בספר מסורת אבות שי"ל ע"י בנו רבי משה אונגאר (סופר סת"ם) משיכון סקווער,
און אזוי האט ער צוזאם געברענגט פאפא'ער רב און סקווער רבי און אנטווערפן ווי אלע דריי זענמען
געוועהן אויפ אמאל,

משא"כ רבי ישעי' משב"ק איז דעמאלס נישט דארט געועהן, אבערזיין ברודער רביזלמן האט אים געמאכט
פאר א חסיד, און שאפראנער רב אלס גבאי, והדברים ידועים, ועיין באריכות בספר הנ"ל

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג מאי 02, 2011 2:07 pm

געפונען אויפן וועב
צוגעלייגטע
pupa.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 1:05 am

ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ אין דעם שבת .
参考专家

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יולי 30, 2012 5:13 pm

לכבוד ההילולא, י"ג אב הבעל"ט

בילד פון רביה"ק זצוקללה"ה נאכ'ן קריג ארום גענומען מיט תלמידים
צוגעלייגטע
הרבי מפאפא עם תלמידים פליטי השואה.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:31 am

לכבוד ההילולא

ביים מעמד הנחת אבן הפנה פאר ביהמ"ד פאפא ירושלים חמשה עשר באב תשל"ה
צוגעלייגטע
pupa.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:57 am

geek האט געשריבן:לכבוד ההילולא

ביים מעמד הנחת אבן הפנה פאר ביהמ"ד פאפא ירושלים חמשה עשר באב תשל"ה


שיין ייש"כ, ווער זענען די אנדערע רבנים אויפן שלחן הכבוד? איך דערקען דעם גאב"ד הרמ"א פריינד זצ"ל ערשטער רעכטס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:25 am

מיללער, נעבן רמ"א פריינד תלמידו הנאמן בעל להורות נתן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:29 am

אויך קען מען זעהן תלמודו הרב אונגר!

אוועטאר
Quality
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 2:24 pm

תגובהדורך Quality » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:49 pm

לינקס די צווייטער איז דאכטציך ר' יעקב יצחק ניימאן ז"ל

אוועטאר
Quality
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 2:24 pm

תגובהדורך Quality » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:15 pm

נחמן נתן האט געשריבן:געפונען אויפן וועב

די צעטל פון ברוך הבא ביי 'אדמו" ר מבעלזא'
וועלכע יאר איז דעיס? י"ז ביים מהר"א ז"ל אדער ל"ד ביים היינטיגן רב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 01, 2014 2:20 pm

איז הרה"ק מפאפא זי"ע שוין\נאך געווען אין סאמבאטהעלי כיסליו תש"ו ?
תנאים
כתובה

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג יוני 01, 2014 9:27 pm

הגה"ק מפאפא זצוק"ל איז אנגעקומען קיין סאמבאטהעלי אנפאנג שנת תש"ו (עשרת ימי תשובה) און פארבליבן ביז כמעט סוף יאר
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 01, 2014 9:35 pm

הלשון האט געשריבן:הגה"ק מפאפא זצוק"ל איז אנגעקומען קיין סאמבאטהעלי אנפאנג שנת תש"ו (עשרת ימי תשובה) און פארבליבן ביז כמעט סוף יאר

דאן איז ער געווען דער מסד"ק ?
דער כתב אויף קיין איינס פון די שטרות ענדילט צו
המכתב מכתב המלצה (6 שורות) בכת"י ובחתימת רבי יוסף גרינוואלד, רב דקהל פאפא "קהלת יעקב", ברוקלין ניו-יורק
בילד

kedem-auctions


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט