זכר גבאים לברכה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג פאברואר 25, 2011 5:01 am

איך האב היינט געהערט א טעיפ פון א פורים טיש אצל ר' יענקלע מפשעווארסק זי"ע, ס'קוקט אויס צו זיין א טיש אין די פריע מ' יארן, זאגט דארט שלמה הערש שטויבער מיט א טענה,
איך ווייס נישט וואס איז געווארן מיט דעם פשעווארסק דער עולם האט זיך גענומען חתונה האבן, אונז האמיר געהאט דא א גבאי'ן אנשיל ער האט דא משמש געוועהן 30 יאר און קיינמאל איז אים נישט בייגעפאלן חתונה צו האבן, און דא האמיר דעם משולם (ר' משולם זיבערמאן משב"ק כהיום) קוים משמש געוועהן און ס'פאלט אים ביי א משוגעת חתונה צו האבן.... וואס איז דאס????.....
דער עולם לאכט דארט געפערליך אויף קול....

שושן הסודות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 30, 2010 6:02 pm

תגובהדורך שושן הסודות » דינסטאג מארטש 08, 2011 11:45 pm

א חוץ פון לייביש ליסקער, האט ר'הירשלע מליסקא געהאט אויך א גבאי רבי משה זעמנער וואס איז נאכדעם געבליבען דער גבאי פין זיין איידעם דער טל חיים. דער ר' משה גבאי איז אוועזנט געוועהן אויך ביים הסתלקות דער אך פרי תבואה. מיט איהם איז געוועהן וואס איז געפאהרען צום ייטב לב קארגע פאהר חדשים פארן הסתלקות פונם סיגוט'ער רב, בנוגע הענין הידוע, ואכמ"ל וד"ל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:33 am

ווער וווייסט מער איבער דעם גבאי או משמש משב"ק?
viewtopic.php?p=538065#p538065

---

יישר כחכם ר' יוסף, זזצ"מ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג פאברואר 20, 2012 3:30 pm

farshlufen האט געשריבן:ווער וווייסט מער איבער דעם גבאי או משמש משב"ק?
viewtopic.php?p=538065#p538065


ועען איז איז דער ר' מרדכי נפטר געווארען?
מ'קען צוריק רעכענען די יארען פון ימי משמשיו

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מאנטאג פאברואר 20, 2012 3:38 pm

ווער איז געווען אלכסנדר דוב גראס משמש בקודש מונקאטש? [מנחת אלעזר]
צוגעלייגטע
ה.bmp
ה.bmp (208.66 KiB) געזעהן 2147 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:47 pm

בני יששכר האט געשריבן:אז מען רעדט פון גבאים איז כדי צו שרייבן די מעשה דינוב'ער האט דאס דערציילט
ר' חיים בער ז"ל דער גבאי פון דרכי תשובה און פון מנחת אלעזר האט נאר געהאט איין איינציגע טאכטער וואס איז ל"ע זייער נישט געזינט געווען זי איז זיך געפארו היילן און וויען
ר' חיים בער איז אויך דארט געווען אין שפיטאל מיט איר א גאנע צייט. און איינמאל ר' חיים בער איז ארויס פון איר שטיב ווען ער איז צוריק געקימען האט מען אים געזאגט אז עס זי איז שוין נישטא זי איז שוין אוועק ל"ע. איז ער געגאנגען נעמען א טעפל זיך צי וואשן די הענט און אנגעטון א גארטל און גענימען א סידור און געמאכט הויעך די ברכה ברוך דיין האמת. דארט און שטוב איז געווען פרעמדע מענטשן און זיך געווינדערט פון ווי נעמט א איד אזויפיל שטארקייט איך מיז קענען זיין רבי אז די תלמיד איז אזוי שטארק ביי זיך מיט אמונה אז כל מה דעביד רחמנה לטב עביד. וויאזוי האט שוין זיין רבי אויסגעזעהן. ז"ל



האט איר געוואוסט פון א ברודער פונעם גבאי ר' חיים בער גרינפעלד וואס האט איבערגעלעבט די קריג? ווייסט איר אז ר' חיים בער איז געווען א סאטמארער געבוירענער. לייענט צוויי בריווען פון ר' הלל גר"פ פון תל-אביב געשריבען צו חיים בלאך:
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 4/mode/1up

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 3:26 pm

כ'קען נישט זאגן אז דער בריוו שליסט אויס ברודערשאפט צווישן די צוויי גרינפעלד'ס אבער מיר קלינגט נישט עפעס דער לשון ארויסצודרונגען כאילו ער באציהט זיך צו ר' חיים בעער אלס א ברודער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 3:58 pm

בן בוזי האט געשריבן:כ'קען נישט זאגן אז דער בריוו שליסט אויס ברודערשאפט צווישן די צוויי גרינפעלד'ס אבער מיר קלינגט נישט עפעס דער לשון ארויסצודרונגען כאילו ער באציהט זיך צו ר' חיים בעער אלס א ברודער.


עפעס ביסטו נישט אין דער ארדענונג, פונקט פארקערט, ער שרייבט קלאר אז ער איז א ברודער, איך פרעג צו דער עולם דאהי אין סקרענטאן כ'מיין אייוועלט איז באקאנט מיט די פאקט אז ר' חיים בער האט געהאט א ברודער אין תל-אביב.

פאר מיר איז דאס געווען א חידוש, און אויך די טיטלען וואס ער שרייבט אויף סאטמאר רב.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:53 pm

בכבוד הראוי צייג מיר ביטע ציה מיטן פינגער...
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:58 pm

בן בוזי האט געשריבן:בכבוד הראוי צייג מיר ביטע ציה מיטן פינגער...


כבושת גנב כי ימצא...

איך האב דעם בריוו פריער געליינט אבפאר מאל און סאמהאו מחליט עגוטוען אז איך זעה אז זיי זענען ברודערס, יעצט לייען איך איבער און עס איז ווי פארשוואונדען, עפעס א שם האט דער מסד"ק אנגעארבעט..... ברויך מען טאקע געוואור ווערן ווער איז דער סאטמארער חסיד ר' הילל גר"פ פון תל אביב?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 5:05 pm

מיר באארבעטן צו פארקלענערן אייער מח אז ס'זאל קענען במשך הזמן דערהייבן די זינגערס ביים כינוס כלל ישראל הבעל"ט....
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
נארמאל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:10 pm
לאקאציע: כמעט נישט צום געפונען

תגובהדורך נארמאל » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 7:01 pm

בני יששכר האט געשריבן:אז מען רעדט פון גבאים איז כדי צו שרייבן די מעשה דינוב'ער האט דאס דערציילט
ר' חיים בער ז"ל דער גבאי פון דרכי תשובה און פון מנחת אלעזר האט נאר געהאט איין איינציגע טאכטער וואס איז ל"ע זייער נישט געזינט געווען זי איז זיך געפארו היילן און וויען
ר' חיים בער איז אויך דארט געווען אין שפיטאל מיט איר א גאנע צייט. און איינמאל ר' חיים בער איז ארויס פון איר שטיב ווען ער איז צוריק געקימען האט מען אים געזאגט אז עס זי איז שוין נישטא זי איז שוין אוועק ל"ע. איז ער געגאנגען נעמען א טעפל זיך צי וואשן די הענט און אנגעטון א גארטל און גענימען א סידור און געמאכט הויעך די ברכה ברוך דיין האמת. דארט און שטוב איז געווען פרעמדע מענטשן און זיך געווינדערט פון ווי נעמט א איד אזויפיל שטארקייט איך מיז קענען זיין רבי אז די תלמיד איז אזוי שטארק ביי זיך מיט אמונה אז כל מה דעביד רחמנה לטב עביד. וויאזוי האט שוין זיין רבי אויסגעזעהן. ז"ל

די מעשה פארציילט הרב מרדכי שרגא פייוויש שאהנפעלד לאויט''א, פון וויען-קווינס, (א זקן מופלג, רב אין יאנג איזראעל אין קווינס, א גער'ע חסיד פון דערהיים, א מיטגלידער אין די מזרחי דאכצעך)
די מעשה האט פאסירט ביי זיי אינדערהיים אין וויען ווי ר' חיים בער ז''ל איז איינגעשטאנען בשעת ער איז דארט געווען פאר די רפואות פונעם טאכטער ע''ה
ער זאגט אלס אז די מורא'דיג בילד ווי ר' חיים בער שטייט נאכן פארלירן זיין איין איינציגסטן קינד וכו' די פעסטע אמונה און בטחון זיינע האט אים געהאלטן אין די שווערסטע צייטן ביים לעצטן קריג.
יהא זכרו ברוך.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך מאי 29, 2013 10:56 pm

והוא פלאי האט געשריבן:אין טשערנאביל איז געווען צוויי חאלאוונע'ס, דער גרויסער און דער קליינע, אחד הי' עוד בימי הטשערנאבלער מגיד

לא שמעתי על כך מעולם...
ידוע שאצל המגיד מטריסק היו שני גבאים בשם מאטיע, כמובא בספר "שארית ישראל" מהרה"ח ר' ישראל הכהן גארזיצנסקי ז"ל (עמ' 209) "מעשה שסיפר לי ידידנו הרב החסיד ר' מאטיע ז"ל מטריסק, שהיה נקרא ר' מאטיע גדול, המשמש והמקורב של אדמו"ר המגיד הקדוש רבי אברהם ז"ל בעהמ"ס "מגן אברהם" (מחמת שהיה עוד משמש אחד שמו ר' מאטיל קטן ונקרא מאטיע קטן), והוא היה מחסידי הה"ק ר' מאטעלי מצ'ארנאביל ז"ל בנעוריו אביו של המה"ק מטריסק".
שם משפחתו של ר' מאטיע גדול היה "לעווערטאוו", ובניו ר' ישראל ור' אביש היו גבאים אצל רבי יעקב ליב מטריסק זצ"ל, והיו נקראים על שם אביהם: ר' ישראל מאטיע גדול'ס, ור' אביש מאטיע גדול'ס.
אגב, מסופר שאצל המגיד מטשערנאביל היו שמונה גבאים, ואחר הסתלקותו לקח כל אחד מבניו גבאי אחד בירושה...

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » דאנארשטאג מאי 30, 2013 2:49 pm

מיללער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:בכבוד הראוי צייג מיר ביטע ציה מיטן פינגער...


כבושת גנב כי ימצא...

איך האב דעם בריוו פריער געליינט אבפאר מאל און סאמהאו מחליט עגוטוען אז איך זעה אז זיי זענען ברודערס, יעצט לייען איך איבער און עס איז ווי פארשוואונדען, עפעס א שם האט דער מסד"ק אנגעארבעט..... ברויך מען טאקע געוואור ווערן ווער איז דער סאטמארער חסיד ר' הילל גר"פ פון תל אביב?

ר' הילל גרינפד ההדיר והדפיס קודם המלחמה בפעסט כמה ספרים ולאחר המלחמה את ספרי הבאר מיים חיים האורחות חיים מספינקא ב''כ ועוד . בני אחיו הם ר' חיים דוב ז''לויבחל''חט אחיו ר' משה מבאבוב ואחותם מרת ראטה תחי' מקלויזנבורג . ר' הילל לא השאיר זש''ק יהי זכרו ברוך שהדפיס יפה מאוד את הספרים ברמה גבוהה

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג מאי 30, 2013 10:50 pm

טבי עבדו של רבן גמליאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 24, 2013 12:09 pm

מציבת הרה"ח ר' חיים בער גר"פ ז"ל, קרעדיט יוראפ.
בילד
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » מיטוואך יולי 24, 2013 12:37 pm

וויזוי איז א איד אין די 50'ער יארען ווי ר' חיים בער געראטעוועט געווארען בשנות הזעם?
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג מאי 30, 2014 1:28 pm

ר' עזריאל גליק משב"ק אדמור"י סאטמאר
ר' ישעי' יואל אונגער משב"ק אדמור"י סקווירא

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ברוך דיין האמת.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 01, 2014 2:34 am

פאר שבת איז אנגעקומען די ביטערע נייעס על פטירת הרה"ח רבי ישעי יואל אונגאר ז"ל משב"ק אדמו"רי סקווירא למעלה משישים וארבע שנים כולם שוים לטובה.
געבוירן געווארן לאביו הגאון רבי אברהם הערש הי"ד גאב"ד קאפעוואר (מחסידי מונקאטש) ארום ניינציג יאר צוריק.
געווען איבער געגעבן לצרכי הכלל געהאט א'גרויסע חלק און בויען די שיכון.
געווען זייער א'הארציגע און פריינטילכע מענטש און אסאך געהאלפן .
נטמן בפניא דמעליא שבת בבית החיים דשיכון סקווירא יצ"ו.
דא לייג איך בילדער רבי ישעי ע"ה מיט להבלחט"א רבו כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

יהי זכרו ברוך .
ת.נ.צ.ב.ה.
צוגעלייגטע
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-2-470x441.jpg
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-3-470x762.jpg
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-1.jpg
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-1.jpg (18.79 KiB) געזעהן 1672 מאל
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג יוני 01, 2014 7:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הלוויית הרה"ח רבי ישעי' אונגאר ע"ה משב"ק אדמור"י סקווירא.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 01, 2014 2:51 am

דא לייג איך בילדער פון די לוויה הרה"ח רבי ישעי' אונגאר ע"ה .
דעם ערב שב"ק נשא און שיכון סקווירא .

בראש המלוים להבלחט"א רבו כ"ק מרן אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א.
צוגעלייגטע
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-6-470x352.jpg
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-5-470x264.jpg
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-10-470x264.jpg
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג יוני 02, 2014 11:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הודעה.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 01, 2014 7:43 am

קהל צמח דוד דחסידי סקווירא איז מודיע וועגן לוויית הרה"ח רבי ישעיה אונגאר ע"ה.
צוגעלייגטע
הרב-אונגר-גבאי-האדמור-מסקווירא-11.jpg

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

ספור פלא על לידת ר' ישעי' יואל אונגאר ז"ל

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג יוני 01, 2014 7:24 pm

סיפר הרה"ג רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל גאב"ד חוג חת"ס ב"ב:

דודי ר' יצחק צבי לעווינשטיין ז"ל חשוך בנים היה, וביקש לנסוע לאחד מצדיקי הדור להתברך בזש"ק.
אך מכיון שלא היה רגיל לנסוע לרבי חסידי, ביקש מאבי הק' זי"ע (רבי אברהם צבי אונגאר הי"ד ראב"ד קאפאוואר) להתלוות אליו בנסיעתו להרה"ק רבי ישעי'לה מקרעסטיר זי"ע, לשבות אצלו ולבקש ברכתו.
בהגיעם לשם, נכנסו להרה"ק לקבל ברכת שלום. שאל אותם הצדיק: מה מבקשים יונגעלייט פין אויבערלאנד?
ענה אבי: באנו לפעול ישועה, עבור האברך הזה שהוא גיסי, ועדיין לא נפקד בזש"ק.
אמר להם הרה"ק: השארו פה לשבת.
בקרעסטיר היו תמיד אורחים, וסעודות גדולות היו עושים להם, והם סעדו שם.
בצפרא דשבתא, הניחו לפני הרה"ק סיר טשולענט גדול, והיה מחלק בעצמו לכל אחד ואחד, עם "שעפ לעפל".
אחר החלוקה שאל: למי הגיע "ביין" [עצם]?
ענה אבי, שהוא קיבל את העצם. תוך כדי דבור, הסביר הרה"ק ר' אברהם, בנו של הרה"ק מקרעסטיר, כי כוונת אביו עם ה"ביין", שייוולד לו בן זכר.
ענה אבי: הלא ב"ה חנן אותי אלקים בשלושה בנים.
שמע זאת רבי ישעי'לה ואמר: "א"כ יהיה לך בן נוסף, ברם לי אין נפקא מינה מזה". סתם ולא פירש.
חזר אבי והזכיר כי גיסו עדיין לא נפקד בזש"ק. חיפש הרבי בסיר הטשולענט, ומשלא מצא, אמר: מה אעשה, לא מצאתי יותר.
במוצש"ק נכנסו אבי ז"ל ודודי ר' יצחק צבי אל הקודש פנימה והגישו קוויטל.
התנצל רבי ישעיה ואמר לאבי: מה ביכולתי לעשות? הלא הביין הגיע לידך!
ואכן לאחר זמן נולד לאבי בן רביעי, [ה"ה אחי הרה"ח ר' ישעי' [שליט"א] ז"ל, משב"ק הרה"ק מהרי"י מסקווירא, ולהבחל"ח האדמו"ר מסקווירא שליט"א].
ובעת שנולד כבר נסתלק רבי ישעי' לגנזי מרומים.
אז הובנו למפרע דברי הצדיק שאמר: "לי אין נפק"מ מזה", שבאותו הזמן כבר לא יהיה בעלמא הדין.
וע"כ קראו שמו ישעי'ה ע"ש הרה"ק מקרעסטיר זי"ע, ו"יואל" ע"ש הגה"ק רבי יואל פעלנער זצ"ל אב"ד אוהל ובעלעד.

[ספר "רשומים בשמך" להרב אונגאר זצ"ל].
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

תגובהדורך דובי » מאנטאג יוני 02, 2014 5:07 pm

נאך א בילד פון ר' ישעי'
צוגעלייגטע
Rebbe (85).JPG
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=23491&start=50

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג יוני 02, 2014 5:32 pm

רבינו שליט"א מתפלל כעת מנחה בבית הנפטר המשב"ק

אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

תגובהדורך יש תקווה » מאנטאג יוני 02, 2014 11:00 pm

א באשרייבונג אויף הרה"ח ר' ישעי' יואל אונגער ז"ל
דא האט איר פון לקראת החג - שבועות תשע"ד


עטליכע בילדער
צוגעלייגטע
תמונה 079.jpg
אלס בעל קורא
לורנס - 095.jpg
אין לארענס ניו יארק
spitzer_230.JPG
מיטן גאב"ד ר' טובי' ווייס שליט"א
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, פארפלאנטערט און 14 געסט