רבי פנחס (פיניע'לע) טווערסקי מאוסטילא זצ"ל הי"ד - י"ז אייר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך מאי 02, 2012 3:21 pm

בן בוזי האט געשריבן:א חידוש נפלא, דאס וועט מאכן א שטורעם אין סקווירא

קרעדיט: פרעגער, אייוועלט יצ"ו

(ס'איז דער דזשואיש דעילי טעלעגראף)


לויט ר' מאיר לאמעט האט ר' פיניעלע נאך געלעבט ל"ג בעומר.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך מאי 02, 2012 3:40 pm

א גוט ווארט האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:א חידוש נפלא, דאס וועט מאכן א שטורעם אין סקווירא

קרעדיט: פרעגער, אייוועלט יצ"ו

(ס'איז דער דזשואיש דעילי טעלעגראף)


לויט ר' מאיר לאמעט האט ר' פיניעלע נאך געלעבט ל"ג בעומר.


וועסטו זאגן אז די צייטונג זענען געווען רואים העתידות??????? שווער צו גלייבן
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 02, 2012 3:54 pm

קאן אבער זיין אז זיי פארמישן זיך מיט משפחתו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך מאי 02, 2012 5:00 pm

די רביצן איז שוין אוועק ט' ניסן
תכלית הידיעה אשר לא נדע

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:22 am

א גוט ווארט האט געשריבן:די רביצן איז שוין אוועק ט' ניסן

רבי מאיר לאמעט נמצא כהיום בא"י לאויוש"ט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:31 pm

לויט די תולדות געדרוקט אין שארית לפנחס, האט מען ר' פיניעלע אויכעט געפירט צו די שחיטה אום ט' ניסן, ד.ה. ס'איז געווען אן אויסזידלונג ווי מ'האט ס'איז פארגעקומען א מאסן מארד אינדרויסן פון שטאט, דעמאלטס אבער האט מען געראטעוועט ר' פיניעלע, נאר די משפחה איז יא געהרג'ט געווארן הי"ד, דערנאך אום י"ז ניסן האט מען געפירט דאס איבערגעבליבענע קיין אושוויץ.

ס'איז זיכער אז פון אוישוויץ האט מען נישט באקומען קיין ידיעות, דערפאר איז זיכער אז די רעדע איז פון די שחיטה פון ט' ניסן, זעהט אויס אז ס'איז נישט באקאנט געווארן דער פאקט אז ר' פיניעלע האט זיך צייטווייליג געראטעוועט, נאכאלץ איז א חידוש גדול אז אין בלויז צוואנציג טעג (ט ניסן-ל' ניסן), איז שוין געווען א ידיעה אין לאנדאן און פון דארט תיכף ומיד קיין אמעריקא וועגן א שחיטה אין סאמבור.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:33 pm

בן בוזי האט געשריבן:לויט די תולדות געדרוקט אין שארית לפנחס, האט מען ר' פיניעלע אויכעט געפירט צו די שחיטה אום ט' ניסן, ד.ה. ס'איז געווען אן אויסזידלונג ווי מ'האט ס'איז פארגעקומען א מאסן מארד אינדרויסן פון שטאט, דעמאלטס אבער האט מען געראטעוועט ר' פיניעלע, נאר די משפחה איז יא געהרג'ט געווארן הי"ד, דערנאך אום י"ז ניסן האט מען געפירט דאס איבערגעבליבענע קיין אושוויץ.

ס'איז זיכער אז פון אוישוויץ האט מען נישט באקומען קיין ידיעות, דערפאר איז זיכער אז די רעדע איז פון די שחיטה פון ט' ניסן, זעהט אויס אז ס'איז נישט באקאנט געווארן דער פאקט אז ר' פיניעלע האט זיך צייטווייליג געראטעוועט, נאכאלץ איז א חידוש גדול אז אין בלויז צוואנציג טעג (ט ניסן-ל' ניסן), איז שוין געווען א ידיעה אין לאנדאן און פון דארט תיכף ומיד קיין אמעריקא וועגן א שחיטה אין סאמבור.


י"ז אייר
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

תגובהדורך זכרון » מוצ"ש מאי 05, 2012 6:58 pm

אין "דער איד" פאריגע יאר ביים יארצייט פון סאטמארער רבי בעל ברך משה זי"ע האבן זיי אראפגעברענגט עטליכע אינטרעסאנטע ענינים וואס דער סאטמארער רבי דער ברך משה זי"ע האט דערציילט פון זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן מיט הרה"ק רבי פיני'עלע אוסטילער זי"ע.
לתועלת הרבים, בין איך מעתיק עטליכע שטיקלעך פון דארט

דער רבי זצ"ל האט עטליכע מאל געזען דעם אויסטילער רבי הגה"ק רבי פנחס טווערסקי זצ"ל, וועלכער איז באקאנט געווען מיט'ן נאמען "רבי פיניעלע אויסטילער". און כל ימיו פלעגט דער רבי רעדן פון זיין געוואלדיגע צדקות און קדושה, און פלעגט דערציילן וואס ער האט אלץ צוגעזען אין די צייטן וואס ער האט חוסה געווען בצל קדשו.
דער אויסטילער רב'ס זון, הגאון הצדיק רבי יוחנן טווערסקי זצ"ל מוזשאי'ער רב, איז געווען א איידעם ביים עצי חיים זצ"ל. דער רבי איז געווען זייער באפריינדעט מיט זיין שוואגער רבי יוחנן מוזשאי'ער. דער רבי פלעגט נאכזאגן עטליכע ווערטער וואס ער האט געהערט פון זיין שוואגער בשם זיינע זיידעס הצדיקים לבית בעלזא. [דער רבי האט אמאל געזאגט: מיין שוואגער רבי יוחנטשע האט מיר געמאכט פאר א בעלזער חסיד...].

ביי די חתונה פון רבי יוחנן מוזשאי'ער זצ"ל
דאס ערשטע מאל האט דער רבי געזען דעם אויסטילער רבי'ן ביי די חתונה פון זיין שוואגער רבי יוחנן מוזשאי'ער. דער רבי האט דערציילט אז ווען דער אויסטילער רב איז געקומען קיין סיגוט צו די חתונה, האט ער זייער חשק געהאט צוצוקוקן די עבודה פונעם אוסטילער רב, וואס ווי באקאנט פלעגט ער יעדן טאג אראפלייגן א מורא'דיגע עבודה ביים דאווענען וואס האט געדויערט לאנגע שעות. און היות דער מנהג פונעם אוסטילער רב איז געווען צו דאווענען ביחידות, אליין פארשפארט אין א צימער, האט מען נישט געקענט אזוי צוזען זיין עבודה ביים דאווענען.
איך אבער – פלעגט דער רבי דערציילן – האב דאך יא געוואלט זען די אויסטערלישע עבודה פונעם אוסטילער רב, האב איך פלאנירט פלענער ווי אזוי איך זאל קענען זען די עבודה פונעם אוסטילער רב.
האט דער רבי דערציילט, אז ער האט מחליט געווען זיך אוועקצושטעלן ביים פענסטער פונעם צימער וואו דער אוסטילער רב האט געדאוונט און פון דארט מיטהאלטן די עבודה וואס דער אוסטילער רב רעכט אפ ביים דאווענען. און היות דער צימער וואו דער אוסטילער רב האט זיך געפונען איז געווען אויף א שטאק, האט דער רבי גענומען גרויסע העלצער, און האט דאס געלייגט איינס אויף די אנדערע, און ער איז ער ארויפגעקראכן ביז צום פענסטער וואו דער אוסטילער רב האט געדאוונט, און אזוי איז דער רבי געשטאנען א לאנגע צייט צוקוקנדיג די עבודה פונעם אוסטילער רב.
כל ימיו פלעגט דער רבי רעדן מיט התפעלות פון די מורא'דיגע עבודה פונעם אוסטילער רב וואס ער האט דעמאלט צוגעזען דורכ'ן פענסטער. פון צופרי האט דער אוסטילער רב זיך געגרייט צום דאווענען, און ערשט שפעט נאכמיטאג האט ער אנגעהויבן צו דאווענען שחרית וואס איז געווען מיט א אש להבה, אזוי איז ער געזעסן כמעט די גאנצע טאג מיט טלית ותפילין אפרעכטנדיג אן עבודה כחד משרפי מעלה.
ערשט ביינאכט, נאך וואס ער האט געבראכן זיין תענית, האט ער אויפגענומען די מענטשן וועלכע זענען געקומען זיך מזכיר זיין ביי אים, און שפעטער איז ארויסגעגאנגען אביסל שפאצירן .

ביי די הכתרה פון רבי יוחנ'טשע זצ"ל – אלס רב אין מוזשאי
אין א אנדער געלעגנהייט האט דער רבי זוכה געווען צו חוסה זיין בצל קדשו צוויי גאנצע וואכן. דאס איז געווען ווען דער רבי איז נאך געווען א קינד, ווען זיין שוואגער הגה"צ רבי יוחנן זצ"ל איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין "מוזשאי". דער רבי איז דאן געפארן צו די הכתרה אין מוזשאי, און האט זיך דארט אויפגעהאלטן א שטיק צייט.
דער אוסטילער רב איז - ווי פארשטענדליך - אויך געקומען צו פארן קיין מוזשאי, צו זען ווי זיין קינד איז עולה לגדולה, און איז געבליבן וויילן אין מוזשאי א תקופה פון צוויי וואכן. און דורכאויס די צוויי וואכן האט דער רבי זיך כסדר מסתופף געווען בצילו, און האט אסאך מקבל געווען דעמאלט פון אים.
דער רבי פלעגט דערציילן, אז ביי די הכתרה פון זיין שוואגער, ווען ער האט אנגעהויבן צו זאגן די "איינצוגס דרשה" אזוי ווי דער מנהג, האט אים זיין פאטער אפגעהאקט אינמיטן די דרשה, זאגנדיג: "שוין גענונג"... צוליב דעם וואס ער האט חושש געווען פון עין הרע.

א שמועס צווישן רבי'ן מיט'ן אוסטילער רב
דער רבי האט דערציילט א שמועס וואס ער האט דעמאלט געהאט מיט'ן אוסטילער רב זצ"ל. דער אוסטילער רב האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז אין בעלזא זאגט מען אז אין חתם סופר וועט געברענגט בעלזער תורות. און האט ערקלערט פאר'ן רבי'ן פון וואו עס קומט דעם אינטרעסאנטן שמועה, וואס האט דער חתם סופר – וועלכער איז געווען א אשכנזי'שער רב - מיט בעלזא?...
האט דער אוסטילער רב דערציילט פאר'ן רבי'ן, אז איינמאל זענען עטליכע מתנגדים געקומען צום חתם סופר און זיי האבן מיאוס בארעדט די חסידים. צווישן די לשון הרע'ס וואס זיי האבן גערעדט אויף די חסידים האבן זיי דערציילט פאר'ן חתם סופר, אז דער בעלזער רב [הרה"ק בעל שר שלום זצ"ל] איז מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, צ.ב.ש. האט ער געטייטשט דעם פסוק "עוג מלך הבשן" – א פעטע געזאלצענע קיכן, 'עוג' איז א לשון פון 'עוגה', א קיכן, און 'מלך' איז א לשון פון געזאלצן [מלשון: מלח], און 'בשן' איז א לשון פון פעט... אזוי האבן די מתנגדים מלשין געווען דעם בעלזער רב אז ער זאגט רח"ל אזעלכע פאלשע טייטשן אין די תורה.
און דארט אין פרעשבורג האט געוואוינט א בעלזער חסיד און עס האט אים זייער געארט אז מ'זאגט נאך פאר'ן חתם סופר פאלשע תורות אין זיין רבי'נס נאמען. דעריבער ווען ער איז געפארן די קומענדיגע מאל צו זיין רבי'ן דער בעלזער רב זצ"ל, האט ער אפגעשריבן פיר תורה'ס וואס דער בעלזער רב האט דאן געזאגט און ווען ער איז צוריקגעקומען קיין פרעשבורג האט ער אריבערגעברענגט די תורה'ס פאר'ן חתם סופר זצ"ל.
ווען דער חתם סופר איז איבערגעגאנגען די פיר תורה'ס איז ער זייער נתפעל געווארן, אזוי ווייט אז ער האט גענומען אט די פיר תורה'ס און האט דאס אריינגעלייגט צווישן זיינע אייגענע כתבים.
דערנאך ווען מ'האט געדרוקט די כתבים פונעם חתם סופר, האט מען בטעות אויך אריינגעשטעלט אט די דריי תורה'ס וואס איז געלעגן צווישן די כתבים פון די תורה'ס פונעם חתם סופר. און אזוי ארום איז אריינגעפאלן בטעות אין "תורת משה" פיר בעלזער תורה'ס. אזוי האט דער אוסטילער רב דאן דערציילט פאר'ן רבי'ן .

א געוואלדיגער גדול און א גרויסער רבי...
דער רבי פלעגט רעדן מיט התרגשות וואס ער האט אלס בייגעוואוינט אין די צייט וואס ער איז געווען ביים אוסטילער רב זצ"ל. דער רבי האט אמאל געזאגט ביי א דרשה: "דער אוסטילער רב איז געווען א געוואלדיגער מענטש. ער איז געווען א גרויסער רבי, א געוואלדיגער גדול. איך בין געווען אסאך ביי אים. ער האט געפאסט א גאנצן טאג און נאר פארנאכטס האט ער געגעסן. א גאנצן טאג איז ער געווען מיט טלית און תפילין."...
דער רבי האט אויך דערציילט, אז ער האט נאכגעקוקט דעם אוסטילער רב'ן ביי די נעכט, און ער האט געזען ווי די גאנצע נאכט האט ער געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה ברציפות, אן קיין שום הפסק .

איבער דאס רבנות אין 'אוסטילא'
דער רבי האט דערציילט וואס דער אוסטילער רב האט אים דערציילט, אז ווען די אוסטילער קהילה זענען געקומען צו אים אנטראגן די רבנות אין אוסטילא, איז ער אריין צו זיין שווער הגה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זצ"ל זיך צו מייעץ זיין מיט אים איבער דאס רבנות. ווען זיין שווער דער בעלזער רב האט געהערט פון די רבנות-פארשלאג האט ער זיך שטארק געפריידט, און ער האט דערציילט אז אלס יונגערמאן האט מען אים אויך אנגעטראגן די רבנות אין אוסטילא, אבער היות אז ער איז דאן געווען אין רוסלאנד האט זיך דאס נישט אויסגעלאזט למעשה. אבער איצט אז זיין איידעם נעמט איבער דאס רבנות אין אוסטילא האט ער שטארק הנאה .

א סיפור פלא וואס דער אוסטילער רב האט דערציילט פאר'ן רבי'ן פון זיין זיידן דער טשערנאבלער מגיד זצ"ל
דער רבי האט דערציילט א מעשה פלא וואס עס האט אים דערציילט דער אוסטילער רב זצ"ל. אז זיין זיידע הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבלער זצ"ל איז אמאל געווען אונטערוועגנס און איז איינגעשטאנען ביי איינע פון זיינע חסידים וועלכער איז געווען א גרויסער עושר.
ווען רבי מאטעלע האט געזען ביי יענעם גביר אין שטוב א שיינעם זילבערנעם לייכטער, האט ער אים געבעטן ער זאל אים שענקען די לייכטער במתנה.
דער חסיד וועלכער האט אפגעקויפט דעם טייערן לייכטער אלס א מתנה פאר זיין פרוי, האט זייער נישט געשמעקט דאס אוועקצוגעבן, און ער האט זיך פרובירט ארויסצודרייען פונעם טשערנאבלער מגיד'ס פארלאנג. ער האט פארגעשלאגן פאר'ן טשערנאבלער מגיד אז ער איז גרייט אים צו געבן וויפיל געלט דער רבי וועט נאר בעטן פון אים, אבער די לייכטער קען ער בשום אופן נישט געבן, וויבאלד ער האט דאס געקויפט פאר זיין בני בית, און אזא שיינע לייכטער קען מען נישט מער טרעפן אין זיין גלייכן.
אבער רבי מאטעלע טשערנאבלער האט נישט נאכגעגעבן, און האט אים געזאגט אז ער וויל בדווקא דעם לייכטער. דער חסיד האט נישט געהאט קיין אנדער ברירה, און געצוואונגענערהייט האט ער דאס אוועקגעגעבן פאר'ן טשערנאבלער מגיד זצ"ל.
אייניגע שעה'ן נאך וואס דער טשארנאבלער מגיד איז אוועקגעפארן פון יענע שטאט, האבן פילע באוואפנטע דזשאנדארן באפאלן דעם הויז פון יענעם חסיד, זיי זענען געקומען אפירזוכן דעם טייערן לייכטער וואס איז גע'גנב'עט געווארן מבית המלכות. וואס דאס איז טאקע געווען אט דער לייכטער וואס רבי מאטעלע טשערנאבלער האט אוועקגענומען פון יענעם איד, וועלכער האט אפגעקויפט דעם לייכטער פון די גנבים וואס האבן דאס גע'גנב'עט פון שטוב פון מושל.
דאן האט דער חסיד תופס געווען צוליב וואס דער טשערנאבלער מגיד זצ"ל האט בעל כרחו צוגענומען פון אים די לייכטער, וואס אזוי האט ער אים געראטעוועט פון א זיכערע טויט שטראף...

דבר שמועה וואס דער רבי האט געהערט פונעם אוסטילער רב
אין ספה"ק ברך משה (פר' חיי שרה) ברענגט דער רבי אראפ א ווארט וואס ער האט געהערט פון הרה"ק רבי פיניעלע אוסטילער זצ"ל בשם זיין שווער הגה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זצ"ל. וזל"ק: שמעתי מהרה"ק רבי פנחס מאוסטילא זללה"ה משמיה דחותנו הגה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע, לפרש מה שנאמר באברהם אבינו (בראשית טו ו) והאמין בה' ויחשבה לו צדקה, ופירש"י הקב"ה חשבה לאברהם לזכות ולצדקה על האמונה שהאמין בו. והוא תמוה דכי רבותא היא אצל צדיק כאברהם על אמונתו באלהיו, אמנם הנה הרמב"ם בפירוש המשנה (יומא פ"א מ"ג) מנה בתוך המעלות שהיה לכהן גדול על כהן הדיוט, מעלת האמונה, ולכאורה אינו מובן כי הלא האמונה אחת היא לכל ישראל, אלא דמבואר במדרש (ויק"ר פכ"א סי"ב) שבעת שנכנס הכהן גדול לפני ולפנים זכה להתגלות השכינה, והגיע למדריגת מלאך, ומעתה כיון שראה הכהן התגלות השכינה במו עיניו, אם כן הרי לא היתה שייכת אצלו בחינת האמונה פשוטה, וזו היתה גדולתו שאף על פי שזכה למדריגות גדולות בהשגת אלהות, מכל מקום התחזק גם באמונה פשוטה, והנה איתא במדרש (ב"ר פמ"ד סי"ב) שהגביהו הקב"ה לאברהם למעלה, והראה לו מראות השמים. ובכן מאחר שזכה אברהם להתגלות אלהות ועם כל זה התחזק באמונה פשוטה, לכן ויחשבה לו צדקה, עכ"ד.
*
אין ספר "שארית לפנחס" ד"ת פון הרה"ק רבי פיניעלע אוסטילער זצ"ל, ווער געברענגט נאך צוויי ווערטער וואס דער רבי זצ"ל האט געהערט פונעם אוסטילער רב זצ"ל. ווי פאלגענד:
אין די גמ' (יומא כב:) שטייט: כמה לא חלי ולא מרגיש גברא דמרא סייעיה. האט דער אוסטילער רב געטייטשט בדרך רמז, 'כמה לא חלי', ווען א איז ל"ע קראנק, 'לא מרגיש' פילט ער נישט אז אלעס פירט זיך בהשגחה עליונה און אלעס איז לטובה, ערשט ווען ער ווערט געזונט דעמאלט זעט ער אז ער איז א 'גברא דמרא סייעיה'...
*
אין מדרש (ויק"ר א, ט"ו) שטייט: כל תלמיד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו. האט געטייטשט דער אוסטילער רב זצ"ל, אז דעת איז מרמז אויף סדר טהרות, ווי עס שטייט אין די גמ' שבת (דף לא.) ודעת זה סדר טהרות. און דאס איז דער פשט 'כל תלמיד חכם שאין בו דעת', נעמליך ער האט נישט די מדה פון טהרות, דאן איז א 'נבילה טובה הימנו'. ע"כ.

זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

תגובהדורך זכרון » מוצ"ש מאי 05, 2012 6:58 pm

די מעשה וואס ווערט געברענגט אונטערן קעפל "איבער דאס רבנות אין אוסטילא" איז בשם דער סקווירא'ער רבי שליט"א וואס האט דאס געהערט פון כ"ק הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע

מאטקע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » זונטאג מאי 06, 2012 4:21 am

זכרון האט געשריבן:דער רבי פלעגט דערציילן, אז ביי די הכתרה פון זיין שוואגער, ווען ער האט אנגעהויבן צו זאגן די "איינצוגס דרשה" אזוי ווי דער מנהג, האט אים זיין פאטער אפגעהאקט אינמיטן די דרשה, זאגנדיג: "שוין גענונג"... צוליב דעם וואס ער האט חושש געווען פון עין הרע.

הגאון ר' העניך פאדווא זצ"ל, ווען ער איז געפארען ווערן רב אין לונדון, האט איהם דער בעלזער רבי זי"ע געזאגט, אז דער מנהג איז, אז א רב ביים ערשטען דרשה, פירט נישט אויס זיין דרשה, אזוי ווי ביי א בר מצוה בחור'ל.

ר' העניך, וואס איז קיין גרויסע בעל דרשן נישט געווען, האט דאס זייער נישט געשמעקט, נישט גענוג אז ער קען נישט רעדען, וועט ער דאס אפילו נישט צוענדיגען וואס א פנים וועט ער האבען.

אבער נישט אזא איד ווי ר' העניך פארלירט זיך, האט ער צאמגענומען ביי זיך אין שטוב, זיינע קרובים, און פאר זיי האט ער געזאגט דעם ערשטען דרשה, און נישט צוגענדיגט, און אין בית מדרש האט ער שוין געזאגט דעם צווייטען דרשה...

דרך אגב, דער טשעבינער רב זכרונו לברכה, האט איהם אנגעזאגט דריי זאכען, וואס א רב דארף צו וויסען:

א. ער זאל זיך נישט משתתף זיין ביי א ברית אדער חופה, ווי מ'וועט איהם נישט מכבד זיין מיט סנדקאות אדער סידור קידושין.

ב. טאמער ס'האט זיך יא געמאכט ער איז געווען, און מ'האט איהם נישט מכבד געווען זאל ער זיך נישט באליידיגען...

ג. ער זאל זיך נישט מישען אין דער נושא פון תחנון, דאס געהערט פאר בעלי בתים...



זכרון האט געשריבן:א שמועס צווישן רבי'ן מיט'ן אוסטילער רב
דער רבי האט דערציילט א שמועס וואס ער האט דעמאלט געהאט מיט'ן אוסטילער רב זצ"ל. דער אוסטילער רב האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז אין בעלזא זאגט מען אז אין חתם סופר וועט געברענגט בעלזער תורות. און האט ערקלערט פאר'ן רבי'ן פון וואו עס קומט דעם אינטרעסאנטן שמועה, וואס האט דער חתם סופר – וועלכער איז געווען א אשכנזי'שער רב - מיט בעלזא?...
האט דער אוסטילער רב דערציילט פאר'ן רבי'ן, אז איינמאל זענען עטליכע מתנגדים געקומען צום חתם סופר און זיי האבן מיאוס בארעדט די חסידים. צווישן די לשון הרע'ס וואס זיי האבן גערעדט אויף די חסידים האבן זיי דערציילט פאר'ן חתם סופר, אז דער בעלזער רב [הרה"ק בעל שר שלום זצ"ל] איז מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, צ.ב.ש. האט ער געטייטשט דעם פסוק "עוג מלך הבשן" – א פעטע געזאלצענע קיכן, 'עוג' איז א לשון פון 'עוגה', א קיכן, און 'מלך' איז א לשון פון געזאלצן [מלשון: מלח], און 'בשן' איז א לשון פון פעט... אזוי האבן די מתנגדים מלשין געווען דעם בעלזער רב אז ער זאגט רח"ל אזעלכע פאלשע טייטשן אין די תורה.
און דארט אין פרעשבורג האט געוואוינט א בעלזער חסיד און עס האט אים זייער געארט אז מ'זאגט נאך פאר'ן חתם סופר פאלשע תורות אין זיין רבי'נס נאמען. דעריבער ווען ער איז געפארן די קומענדיגע מאל צו זיין רבי'ן דער בעלזער רב זצ"ל, האט ער אפגעשריבן פיר תורה'ס וואס דער בעלזער רב האט דאן געזאגט און ווען ער איז צוריקגעקומען קיין פרעשבורג האט ער אריבערגעברענגט די תורה'ס פאר'ן חתם סופר זצ"ל.
ווען דער חתם סופר איז איבערגעגאנגען די פיר תורה'ס איז ער זייער נתפעל געווארן, אזוי ווייט אז ער האט גענומען אט די פיר תורה'ס און האט דאס אריינגעלייגט צווישן זיינע אייגענע כתבים.
דערנאך ווען מ'האט געדרוקט די כתבים פונעם חתם סופר, האט מען בטעות אויך אריינגעשטעלט אט די דריי תורה'ס וואס איז געלעגן צווישן די כתבים פון די תורה'ס פונעם חתם סופר. און אזוי ארום איז אריינגעפאלן בטעות אין "תורת משה" פיר בעלזער תורה'ס. אזוי האט דער אוסטילער רב דאן דערציילט פאר'ן רבי'ן .



ווען מ'האט דאס דערציילט פאר הגאון ר' יוסף נפתלי שטערן זצ"ל, האט ער זיך אנגערופען, ער מיינט אז דער חתם סופר זי"ע האט אין איין יאר געזאגט מער תורות ווי אלע בעלזער רבי'ס צוזאמען....

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג מאי 06, 2012 8:15 am

מאטקע, מן הסתם ווייסט איר אז ר' ישראל קלאפאלץ אין זיין אדמורי בעלזא פארציילט גאנץ א אנדערע מעשה מיט די 4 בעלזער תורות.

זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

תגובהדורך זכרון » זונטאג מאי 06, 2012 5:06 pm

ר' יוסף !
וואס שרייבט ער דארט ? און בשם וועם ברענגט ער דאס ?

ווייל דאס איז לכאורה אן ערשט האנטיגן מקור, דער ברך משה זי"ע וואס האט דאס געהערט מפ"ק פון ר' פיניעלע זי"ע.

מאטקע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » מאנטאג מאי 07, 2012 3:59 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:מאטקע, מן הסתם ווייסט איר אז ר' ישראל קלאפאלץ אין זיין אדמורי בעלזא פארציילט גאנץ א אנדערע מעשה מיט די 4 בעלזער תורות.


ניין כ'געדענק נישט כרגע, עמער דאס נאכקוקען בעזה"י.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ביתו של רבי פיניעלע בפשעמישל

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 4:21 pm

די הויז פונעם אוסטילא'ר רבי'ן אין שטאט פשעמישל
צוגעלייגטע
Przemysl, Poland, Prewar, The home of the Sztiler Rebbe (1).jpg

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 7:04 pm

נחוניא האט געשריבן:די הויז פונעם אוסטילא'ר רבי'ן אין שטאט פשעמישל

עס שטייט נאך דאס הויז ? ומנא ידע

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג פאברואר 06, 2014 10:36 pm

א באריכט אין "היינט" דצמבר 22, 1938 איבער די פטירה פונעם אוסטילער דיין הרב בנציון ריידער
http://jpress.org.il/Default/Scripting/ ... sc&sQuery=%u05d9%u05d0%u05d4%u05e8%u05e6%u05d9%u05d9%u05d8&rEntityType=&sSearchInAll=true&RefineQueryView=&StartFrom=940&ViewMode=HTML

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 06, 2015 9:23 am

היינט איז דער יא''צ פין הרה''ק ר' פיניעלע מאוסטילא זי''ע הי''ד
אין אזוי אויכעט זיין פאטער הרה''ק ר' מאטעלע מראכמיסטריבקא זי''ע שמנו''כ בירושלים עיה''ק
参考专家

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מיטוואך מאי 06, 2015 1:03 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט [size=150]איז[/size] דער יא''צ פין הרה''ק ר' פיניעלע מאוסטילא זי''ע הי''ד
אין אזוי אויכעט זיין פאטער הרה''ק ר' מאטעלע מראכמיסטריבקא זי''ע שמנו''כ בירושלים עיה''ק


איז באשטימט
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 7:47 pm

א באריכט אין הצפה ח' טבת ת"ש אז דער מאדזשיצער רבי האט באקומען א בריוו פון א איד וואס האט געפליכטעט קיין ווילנא אז ר' פיניעלע מיטן באבובער רב געפונען זיך אין לעמבערג געזונט און שטארק
צוגעלייגטע
GetImage (2).jpg

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 6:42 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:ר' יצחק נחום מראווא רוסקא איז געווען אזוי 'פעימעס' ווי ר' פיני'עלע?

ראווא רוסקא איז געווען א גרויסע שטאט, און א סאך פליטים וואס זענען אנטלאפען פון זייערע שטעט אין מזרח גאליציע האבען זיך געפונען אין ראווא רוסקא פאר א לאנגע צייט ביז מען האט זיי אלע גענומען קיין בעלזיץ און דארט געהארגעט.

פאר די אלע פליטים, האט דער רב פון ראווא רוסקא פארנומען א גרויסע פלאץ (למשל זיי האבען אלע געבענטשט אויף זיין אתרוג) ווי איך האב געהערט ערשט האנטיג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 12:23 am

מאתר זכור
עדות ה'
האדמו"ר מאוסטילה - הרב פנחס טברסקי

בחורש תמוז תש"א פלשו הגרמנים ימ"ש לרוסיא, וכבר בימים הראשונים כבשו את סאמבור. מיד עם היכנסם לעיר ערכו ביחד עם תומכיהם האוקראינים ימ"ש טבח ביהודים, ואנשים, נשים וטף נרצחו. רבים אחרים הוכו ונפצעו קשה ולאחר כמה ימים מתו מפצעיהם, בין אלה הי' דודי, אחי אמי ז"ל הי"ד, הקדוש ר' דוד אלי' בן ר' מרדכי דוב לעוו ז"ל הי"ד, שנשמתו יצאה בטהרה ביום ט' תמוז תש"א.
בחודש מנחם-אב ערכו הנאצים הרוצחים ימ"ש בשיתוף עם בריונים אוקראינים פרעות ביהודי סכידניצא, עיירה הסמוכה לדראהאביץ, שם התגורר ידידי הרב הגאון ר' יעקלי טירקעל עם משפחתו הי"ד. הוא הי' תלמיד מובהק של הגאון הגדול ר' מאיר אריק זצ"ל, רבה של טארנא וחתן הרה"ח ר' אברהמ'צי באקענראט ז"ל, ממשפחת באקענראט המפורסמת. אביו של הרב ר' יעקל'י ז"ל, הרה"ה ר' פייביל טירקעל ז"ל, הי' חתן הגאון הגדול ר' יעקל'י וויידענפעלד זצ"ל, רבה של הרימילוב.
כאשר נודע לי על הפרעות שהיו בסכידניצא וכי ר' יעקל'י ובני משפחתו נשארו בחיים, רציתי להוציאם משם ולהביאם לסאמבור. הודעתי לו כי עלה בידי למצוא למענו דירה בשכנות לדירתנו ואמנם קיבל את הצעתי ועבר עם משפחתו לגור בסאמבור.
בחודש אלול התחלנו לדאוג ולטכס עצה כיצד להשיג אתרוג לחג הסוכות. נודע לי כי בעיר סאנוק מתגורר מר ווערנער הי"ד, אחד מחברי ועד הקהילה. כתבתי לו בשם האדמו"ר מאוסטילא זי"ע, כי ישתדל בכל כוחו לשלוח אתרוג לסאמבור, כדי לזכות את האדמו"ר ר' פנחס זי"ע ואת כל יהודי העיר במצוות ד' מינים. ואכן, מר ווערנער הי"ד השתדל למעננו ובערב חג הסוכות שלח לנו אתרוג ע"י שליח נכרי. הוא בא ברכבת שנסעה בקו סאנוק-לבוב, דרך סאמבור. הי' זה ביום הראשון שבו הפעילו הגרמנים את הרכבת בקו זה, לאחר שהיו נאלצים לשנות את מסילות-הברזל הרוסיים. הידיעה על הגעת האתרוג עוררה שמחה גדולה אצל האדמו"ר מאוסטילא זי"ע ואצל כל יהודי העיר. [...]

באותו יום נאספו בערך שלושת אלפים יהודים בסאמבור ונשלחו בקרונות-משא למקום בלתי-ידוע. אקציות כאלה התקיימו באותו יום גם בעיירות הסמוכות: סאמבור-ישן (אלטשטאט) וטורקא. מענין לציין כאן, עד כמה לא יכול הדמיון האנושי לתפוס ולשער לאן מגמת-פניהם של המשולחים. אנשים העלו השערות שונות, יש שאמרו כי רק נשלחו לעבודה, שהרי אם הנאצים רוצים היו להרוג אותם – יכלו לעשות את זה במקום, ולא היו טורחים להובילם למרחקים. אנשים לא יכלו להאמין כי מדובר במשולחים למחנות-השמדה. מאות אנשים חיפשו ושלחו שליחים נכריים עם צילומי קרוביהם כדי לחפש אחריהם ולהיוודע על מקום הימצאם.
האפשרות של השמדה היתה כה רחוקה מלהעלותה על הדעת, עד שאפילו אם התגנבה כבר שמועה כזו לא יכלו להאמין, ותעיד על כך העובדה הבאה: זמן מועט לאחר האקצי' הגיעה בדואר גלוי' לסאמבור מר' נחמן שו"ב [שוחט ובודק] מהעיר ראווא-רוסקא שבה נכתב בזה"ל: הטרנספורט מעיר סאמבור, סאמבור-ישן וטורקא, שעבר דרך כאן ביום ד' זה (כ"ב מנחם-אב) נעשו כולם קדושים ביום ה' (כ"ג אב). (מן הגלוי' הזו יודע אני את יום-היאהרצייט של אמי, זקנתי דודי, ודודתי ז"ל הי"ד).
והנה, כאשר סיפרו לפני האדמו"ר מאוסטילא זי"ע על אודות הגלוי' ועל הנאמר בה, הגיב כי השו"ב הוא בודאי חסר דיעה, כי איך הוא יכול לדעת מה שקרה למשולחים. ואמנם, באותו זמן לא העלו אפילו על הדעת מציאות של תאי-גאזים במחנה בעלזיץ, אשר הי' סמוך לראווא-רוסקא.
באחת השבתות של חודש אלול נערכה עוד אקצי' בסאמבור ובסאמבור-ישן ובה נתפשו רק אנשים זקנים. באותו יום הגיעו אלינו בדחיפות שליח-גוי שבא בשליחות הרב הגאון ר' פייבל ירוחם הי"ד, רבה הצעיר של סאמבור-ישן, לר' יעקל'י טירקעל הי"ד, כי יעשה למען הצלת אביו הגאון הגדול, ר' חיים יצחק ירוחם זצ"ל, רבה הזקן של אלטשטאט, אשר נעצר בו ביום ע"י הנאצים הרוצחים ימ"ש והובא עם יתר הזקנים לעיר סאמבור. ר' יעקליי הי"ד קרא לי ולהבחל"ח חברי הרב אביש פינסטערבוש הי"ד, בבקשו מאתנו לעשות כל שביכולתנו כדי להציל את הרב הזקן של אלטשטאט מציפרני הנאצים ימ"ש.
הלכנו שנינו לנשיא מועצת-היהודים והסברנו לו מיהו רבה הזקן של אלטשטאט, ועלה בידו בחסדי השי"ת להצילו מתאי-הגאזים. הבאנו אותו לדירתו של ר' יעקל'י טירקעל, מאז נשאר בסאמבור, כאשר אכסנייתו היתה בביתו של הרב ר' דוד'ל, בנו של האדמו"ר מאוסטילא זי"ע.
רבה הזקן של אלטשטאט התפלל בר"ה וביוהכ"פ אצל האדמו"ר מאוסטילא זי"ע. למחרת יוהכ"פ חלה והי' חלש מאד. השתדלנו לפעול לרפואתו והבאנו לו רופאים מומחים, אך לא עלה בידינו להצילו. הוא נפטר ביום ג' דחוה"מ סוכות שנת תש"ג.למנוחתו האחרונה ליוו אותו האדמו"ר מאוסטילא זי"ע עם בניו הק' הי"ד וכן כמה רבנים ובעלי-בתים. האדמו"ר מאוסטילא אמר בלווי' מלים אחדות: היום חול-המועד ואסור לעשות הספדים, ברם על גאון גדול כמו הנפטר הכרח לומר כמה מלים, ואמר: "מי נשאר להתיר עגונות"? קברו אותו באהלו של הגאון הגדול ר' מאיר צבי וויטמאיר ז"ל, רבה של סאמבור, בעל מחבר שו"ת רמ"ץ.

[מצוטט ממאגר מידע: 'קורות השואה במבואות לספרות הרבנית' בהפקת המרכז לחקר השואה - מכללה ירושלים, מתוך: מאיר לאמט, שמן המאור, הקדמה]

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הקדשה בספר בית אהרן

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מאי 17, 2016 3:04 pm

אן אוסטילער חסיד פון לעמבערג האט געגעבן א מתנה פאר זיין רבי'ן און אריינגעשריבן זיין נאמען לזכרון.
ווייסט איינער אפשר מער פרטים?
צוגעלייגטע
הקדשה בספר בית אהרן.jpg

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג מאי 24, 2016 11:50 pm

היינט נאכט די יארצייט פון דעם גרויסן צדיק
ווער געדענקט נישט די הייליגע מראה, הדרת צורה פון דעם איש קדוש מיט זיינע ארומיגע אין לעמבערג

מעשיותפון דעם צדיק

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 25, 2016 9:13 am

יא יא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
参考专家

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מאי 25, 2016 12:30 pm

יעצט געווען א מעמד לחיים עם נכדו הגדול שליט"א


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט