ר' יצחק שטיינער ז"ל-הי"ד מיעמערינג - הרב והישיבה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

ר' יצחק שטיינער ז"ל-הי"ד מיעמערינג - הרב והישיבה

תגובהדורך נודע למשגב » זונטאג אפריל 18, 2010 5:14 pm

אין יעמערינג (אונגארן) איז געווען א רב א גרויסע איד הרב ??? שטיינער זצ"ל אויך געווען א תופס ישיבה, אסאך עלטערע אונגארישע אידן ציילן זיך בין תלמידיו.
איך זוך אינפארמאציע אויף איהם און אויף זיין ישיבה, למשל דאקומענטן, בילדער, רשימת תלמידיו,

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » זונטאג אפריל 18, 2010 5:34 pm

דוכט זיך אז די געוועזענע קאשויער דיין פון וומס רב איליאויטש רופט זיך אב"ד יעמערינג.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:50 pm

תגובהדורך פייטל » זונטאג אפריל 18, 2010 9:20 pm

דוכט זיך אז אויך ר' יצחק גליק פון התאחדות רופט זיך אב"ד יעמערינג

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » זונטאג אפריל 18, 2010 9:25 pm

הגאון ר' יצחק ב"ר שמעון שמואל שטיינער אב"ד יעמערינג הי"ד ער האט געהאט קינדער דאהי נאכן קריג.

דא האט איר א הנצחה לעילוי נשמתו

דא האט איר א ניחום אבלים פאר הגה"צ ר' יצחק לעבאוויטש מ'וואדרידש נ.י. נאך די פטירה פון זיין טאט'ן ר' שלמה וואס איז געוועהן א תלמיד. איך גלויב אז פון ר' יצחק'ן קענט איר געוואיר ווערן אסאך פרטים און פרטי פרטים.!

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג אפריל 19, 2010 8:35 am

טרעגער האט געשריבן:הגאון ר' יצחק ב"ר שמעון שמואל שטיינער אב"ד יעמערינג הי"ד ער האט געהאט קינדער דאהי נאכן קריג.

דא האט איר א הנצחה לעילוי נשמתו

דא האט איר א ניחום אבלים פאר הגה"צ ר' יצחק לעבאוויטש מ'וואדרידש נ.י. נאך די פטירה פון זיין טאט'ן ר' שלמה וואס איז געוועהן א תלמיד. איך גלויב אז פון ר' יצחק'ן קענט איר געוואיר ווערן אסאך פרטים און פרטי פרטים.!


מיר דאכצעך אז ער האט א זוהן וואוינען אין שיכון סקווירא לאויושט"א.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 19, 2010 9:21 am

אין שיכון סקווירא וואוינט הישיש הרה"ח המופלג ר' דוד שטיינער לאוי"ט ובניו המופלגים הגה"ח ר' יצחק אליעזר ור' משה אשר אנשיל, ר' דוד א זעלטענער חסידישער איד איז א זוהן פון דער יעמערינגער רב.

און בייגעלייגט ברענג איך א בילד פון א ברודער וועלעכע האט געוואוינט אין מאנטריאל.
צוגעלייגטע
3-15-2010 063.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:13 am

בן בוזי האט געשריבן:אין שיכון סקווירא וואוינט הישיש הרה"ח המופלג ר' דוד שטיינער לאוי"ט ובניו המופלגים הגה"ח ר' יצחק אליעזר ור' משה אשר אנשיל, ר' דוד א זעלטענער חסידישער איד איז א זוהן פון דער יעמערינגער רב.

און בייגעלייגט ברענג איך א בילד פון א ברודער וועלעכע האט געוואוינט אין מאנטריאל.


איז די מציבה אויך אין שיכון סקווירא?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:15 am

יא, אבער מער פון דער מציבה ווייס איך נישט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:19 am

בן בוזי האט געשריבן:אין שיכון סקווירא וואוינט הישיש הרה"ח המופלג ר' דוד שטיינער לאוי"ט ובניו המופלגים הגה"ח ר' יצחק אליעזר ור' משה אשר אנשיל, ר' דוד א זעלטענער חסידישער איד איז א זוהן פון דער יעמערינגער רב.

.


דאכצעך מיר אז ר' יצחק אליעזר האט זיך לעצטענס אריבער געצויגן קיין ארץ ישראל.

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » מאנטאג אפריל 19, 2010 12:49 pm

קען אפשר איינער אריינסקענען א בילד פונעם יעמערינגער רב
און אגב וואס האט טאקע די קאשויער דיין מיט איהם?
אדער אפשר איז ער זיך גאר מתייחס צו א אנדערע רב פון יעמערינג?

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג אפריל 19, 2010 12:55 pm

דער קאשויער דיין איז אן אייניקל פונעם מחנה חיים וואס צווישן די שטעט וואס ער האט משמש געווען ברבנות (וסימנך פסי"ם) איז געווען יעמערינג.

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » מאנטאג אפריל 19, 2010 1:09 pm

בןהרחמן האט געשריבן: צווישן די שטעט וואס ער האט משמש געווען ברבנות (וסימנך פסי"ם)

פ פעסט
ס ?
י יעמערינג
ם מונקאטש

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג אפריל 19, 2010 1:11 pm

ס' סענטפעטער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 19, 2010 1:46 pm

נודע למשגב האט געשריבן:קען אפשר איינער אריינסקענען א בילד פונעם יעמערינגער רב
און אגב וואס האט טאקע די קאשויער דיין מיט איהם?
אדער אפשר איז ער זיך גאר מתייחס צו א אנדערע רב פון יעמערינג?


דא זעה איך אז אויך ר' אברהם יעקב סופר ב"ר אפרים פישל אב"ד שארוואר איז געווען רב אין יעמערינג.

איך מיין אז דער קאשויער דיין באלאנגט צו די סופר משפחה אויב מאך נישט קיין טעות.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג אפריל 19, 2010 3:35 pm

הרב מסקרענטאן, איר האט פארזעהן מיין פריערדיגע תגובה? איך האב שוין געשריבן שהי' נכד המחנה חיים (ר' חיים סופר) וואס האט משמש געווען ברבנות אין יעמערינג, און על שמו האט דער קאשוי'ער דיין גערופן זיין ביהמ"ד יעמערינג.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דינסטאג אפריל 20, 2010 9:16 pm

בןהרחמן האט געשריבן:הרב מסקרענטאן, איר האט פארזעהן מיין פריערדיגע תגובה? איך האב שוין געשריבן שהי' נכד המחנה חיים (ר' חיים סופר) וואס האט משמש געווען ברבנות אין יעמערינג, און על שמו האט דער קאשוי'ער דיין גערופן זיין ביהמ"ד יעמערינג.

רחמנ'ל ניין איר האט נישט רעכט-כנראה מישט איר עפעס דעם מחנה חיים ר' חיים סופר מיט ר' אברהם יעקב ווי דער סקרענטערער מערקט אן.

דער ר' אברהם יעקב איז געוועהן רב פאר ר' יצחק שטיינר, און דערנאך ווען ער איז געפארן אויף טעטה, האט ער מציע געוועהן פאר די ראשי קהלה אויפצונעמען במקומו דעם הרב שטיינער ב"ר שמעון מ'בעלעד. און אזוי האבן זיי טאקע געטון בשנת תרע"ג דוכטזיך.

די ישיבה איז געוועהן סטאנציאנירט אין א הערליכער בנין וואס הנגידים שטיינער. [ברודער פון רב-דוכטזיך] האבן אהערגעשטעלט. מיט א מענזע מלא.וואס דאס האט עס אזוי בארימט געמאכט אין די גאנצע געגענט. עס האט בשעתו געציילט א 140 בחורים, וואס איז א שיינע מספר פאר אזא דארף ווי יעמערינג.

נספה ביום כ"ג סיון תש"ד ע"י הנאצים ימ"ש, השם ינקום דמו.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אפריל 21, 2010 12:45 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:הרב מסקרענטאן, איר האט פארזעהן מיין פריערדיגע תגובה? איך האב שוין געשריבן שהי' נכד המחנה חיים (ר' חיים סופר) וואס האט משמש געווען ברבנות אין יעמערינג, און על שמו האט דער קאשוי'ער דיין גערופן זיין ביהמ"ד יעמערינג.

רחמנ'ל ניין איר האט נישט רעכט-כנראה מישט איר עפעס דעם מחנה חיים ר' חיים סופר מיט ר' אברהם יעקב ווי דער סקרענטערער מערקט אן.


ניין! דא האט גראדע בן הרחמן רעכט, לפענ"ד.
די פאטער פון די קאשויער דיין, הגה"צ ר' גבריאל יודא אילאוויטש זצ"ל אב"ד שאמשאן ואח"כ ביהמ"ד שאמשאן בארא פארק, מילא מקום חותנו הגאון ר' יוסף צבי סופר אבדק"ק שאמשאן.
הגאון ר' יוסף צבי סופר זצ"ל איז געוועהן א זוהן פון מחנה חיים וואס האט אויך משמש געוועהן ברבנות אין יעמערונג פון שנת תרי"א ביז תרי"ח ווען מ'האט איהם אויפגענומען טאקע אין סעמפעטער. ווידעראום הגאון ר' אברהם יעקב סופר איז נאר געוועהן א קרוב, אן אייניקל פון הגאון ר' זוסמאן סופר אחי המחנה חיים.
ומתוך דברי הרב מסקרענטאן נכרים, אז ער איז נישט מגיב, נאר מוסיף אז "אויך" נאך א "סופר" האט דארט משמש געוועהן ברבנות.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג נובעמבער 10, 2013 9:39 am

פון וואו ווייסט מען דאס אז די נגידים שטיינער האבן געבויעט די ישיבה בנין?
האט עס ערגעץ א מקור
בכתב אדער בעל פה?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:52 pm

דער יעמערינגער רב הי״ד האט א זון אין מאנסי דאכט זיך מיט׳ן נאמען מרדכי אויך א צדיק פון א איד. ער האט אן איידעם גליק.

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2013 3:17 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:דער יעמערינגער רב הי״ד האט א זון אין מאנסי דאכט זיך מיט׳ן נאמען מרדכי אויך א צדיק פון א איד. ער האט אן איידעם גליק.

טעות לעולם חוזר, ער איז נישט א זון פון יעמערינגער רב, ער קומט פון גאר א אנדערע משפחת שטיינער

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2013 6:58 pm

אין ספר זכור זאת ליעקב, פון הרב ראקאוו לונדון, איז ער דערמאנט אויף עמוד לא-לב, און עמוד לו

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » זונטאג דעצמבער 22, 2013 12:33 pm

נודע למשגב האט געשריבן:אין יעמערינג (אונגארן) איז געווען א רב א גרויסע איד הרב ??? שטיינער זצ"ל אויך געווען א תופס ישיבה, אסאך עלטערע אונגארישע אידן ציילן זיך בין תלמידיו.
איך זוך אינפארמאציע אויף איהם און אויף זיין ישיבה, למשל דאקומענטן, בילדער, רשימת תלמידיו,
צוגעלייגטע
יעמערונגער רב.jpg
בילד

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » זונטאג דעצמבער 22, 2013 12:37 pm

נאך א בילד וואס איך האב געפינען פון יעמערינגער רב
צוגעלייגטע
יעמערונגער רב 2.jpg
בילד

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » זונטאג דעצמבער 22, 2013 12:39 pm

די פאטער פונעם יעמערינגער רב איז געווען הרב שמואל שמואל שטיינער ז''ל (א זוהן פון ר' יצחק)
דא איז א בילד פון אים
צוגעלייגטע
זיידע ר' שמעון שמואל שטיינער.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג דעצמבער 22, 2013 1:38 pm

שלום עליכם הרב קליין.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 13 געסט