ר' מיכאל אליעזר פארשלעגער מבאלטימאר ז"ל - ט"ז חשון תשי"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 10:27 am

נעכטן איינגעהאנדלט דעם וואונדערליכען ספר "מיכאל באחת" עס לאזט זיך נישט גלייבן אז דא אויפן הארטן אמעריקאנער באדן, אינעם ווייטן באלטימאר, האט געלעבט און געווירקט אזא גאון עצום, "חסיד אמיתי" (כל' רביה"ק מסאטמאר זצ"ל).

פייש קרויז האט געשריבן:ס'איז דא צו אים א תשובה אין דברי יואל, דער רבי שרייבט אויף אים דאכט זיך, בקי בכל חדרי תורה, ער איז געווען א תלמיד פון אבני נזר, און א מורא'דיגער גאון, ער איז אפאר מאל געקומען צום רבין, דער רבי איז אמאל געווען אין באלטימאר ביי אים, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער האט נישט געגלייבט אז ס'איז נאך דא בימינו אזעלכע תלמידי חכמים.

לויט ווי עס שטייט אינעם נייעם ספר "מיכאל באחת" האט זיך דער סאטמאר רבי ז"ל קיינמאל נישט געטראפן מיט הרב פארשלעגער פא"פ.

בעל דעת האט געשריבן:און דער איד איז געלאפען לעצטענס עטליכע וואכן א בשרייבונג וועגען אים, ווי זיי האבען אים אראפ געלייגט האב מיר דא געהאט נישט לאנג צירוק ממש איינער גדולי הדורות

איז דא א וועג צו פארשאפן די מאמרים פונעם "איד"? איך בין זייער נייגעריג צו זעהן צו זיי לויפן אין זעלבן גאנג פונעם נייעם ספר

פרשיסחא האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ווער איז דער מו"ל פונעם ספר?

רבי בן ציון בערגמאן.
דער ספר האט הסכמות פון דעם גאב"ד רבי יצחק טובי' ווייס שליט"א, און פון רבי שאול אלתר שליט"א בן הפני מנחם מגור.

---
דער בריוו פון אים פאר 'המאור' איז נתפרסם געווארן אין 'המאור' נאך די פטירה פון רבי מיכאל'ן, דער מו"ל שרייבט דארט אז דער בריוו האט ער דערהאלטן פון אים א יאר פאר דעם, נאך די פראטעסט אין וואשינגטאן אין יאר תשי"ח, און די דרשה פון בעל ויואל משה מסאטמאר אין דעם כינוס כללי פון התאחדות הרבנים וואס איז דעמאלטס נתפרסם געווארן אויפן 'המאור' אויכעט, און אצינד מיט זיין פטירה האט זיך דעראמנט דאס צו מפרסם זיין.
עס קען זיין עפעס מאדנע?
ספיציעל אז מען ווייס אז אין 'המאור' איז פאראהן נאך זאכן וואס איז נישט הונדערט פראצענט...



1. ווער איז דער ר' בנציון בערגמאן? און וואס האט ער מיט הרב פארשלעגער?
2. עס ווערט דארט דערמאנט א מכון וואס גייט אינהייבן דורקן זיינע 50 בענדער כתבי-יד, אונטערן נשיאות פון א פלומעניק בשם אברהם משה פרידמאן, איז פארהאן מער פרטים איבער דעם מכון און איבער דעם פלומעניק?
3. צו המאור איז באגלייבט אדער נישט אז דא נישט די רעדע, אבער עס איז א פקאט אז בו בעת וואס הרב פארשלעגער איז אנטלאפן פון פרסום און ער האט אין ערגעץ נישט געלאזט דרוקן זיינע חידו"ת, האט נאר דער המאור זוכה געווען צו זיין הסכמה און ער האט דארט געשיקט עטליכע מאל חידושים און תשובות (זעה אינעם נייעם ספר א מדור בפ"ע פון זיינע כתבים צום המאור).
און איבער דעם אבני נזר'ס מיינונג כלפי ציונות, האט שוין דער סטראשעלער דא אנגעוויזן אז דער "אביר הרועים" דערציילט דאס זעלבע ווי הרב פארשלעגער, ועפ"י שני עדים יקום דבר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 10:32 am

להוסיף על דברי הרב מיללער, הרב פארשלעגער בעצמו במכתב הנדפס בתוך הספר שרייבט אל א' שפקפק על זה שאבני נזר הי מרפא בידיו הקדושים וכו' אז דער "אביר הרועים" איז א באגלויבט ספר ולקט ממקורות נאמנים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 2:02 pm

מצבתו בעיר באלטימאר
צוגעלייגטע
download.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 2:18 pm

דרעפט קארטל פון די צווייטע וועלט מלחמה שנת תש"ב
צוגעלייגטע
Draft.jpg

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 4:26 pm

מיללער האט געשריבן:3. צו המאור איז באגלייבט אדער נישט אז דא נישט די רעדע, אבער עס איז א פקאט אז בו בעת וואס הרב פארשלעגער איז אנטלאפן פון פרסום און ער האט אין ערגעץ נישט געלאזט דרוקן זיינע חידו"ת, האט נאר דער המאור זוכה געווען צו זיין הסכמה און ער האט דארט געשיקט עטליכע מאל חידושים און תשובות (זעה אינעם נייעם ספר א מדור בפ"ע פון זיינע כתבים צום המאור).
און איבער דעם אבני נזר'ס מיינונג כלפי ציונות, האט שוין דער סטראשעלער דא אנגעוויזן אז דער "אביר הרועים" דערציילט דאס זעלבע ווי הרב פארשלעגער, ועפ"י שני עדים יקום דבר.

קיינער איז נישט מפקפק אין דעם עצם מעשה פון דעם אבני נזר צו עס איז ריכטיג, דאס שטיט שוין טאקע אין 'אביר הרועים' און עס ציונישע מקורות אויך, דער גאנצע פקפוק איז אויף דעם ספעציפישן בריוו אויב עס איז הונדערט פראצענט ריכטיג.
אגב דער בעל 'המאור' זעלבסט האט אין די שפעטערדיגע יארן זיך אינגאנצן איבערגעדרייט וועגן די זאכן, ווי צ.ב.ש. קען מען זעהן ארום תשכ"ט א מאמר פון אים מיטן קעפל "זימן שחורים ומצא לבנים", און בפרט אין די מ'ס יארן וד"ב.

ווועגן די אנדערע שאלות וועל איך זעהן אי"ה צו מברר זיין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 4:43 pm

צוויי באשרייבונגען איבער הרב פארשלעגער:
http://www.baltimorejewishlife.com/news ... E_ID=35276

http://www.wherewhatwhenarchives.com/20 ... baltimore/

דאס צווייטע באשרייבט דער דערמאנטער הרב אברהם משה פרידמאן וואס איז א פלומעניק פון הרב פארלשעגער, און דער נשיא פונעם מכון אבני חושן וואס גרייטן זיך ארויסצוגעבן די ספרים. איך זעה אן אינטערעסאנטער הערה, דער פלומעניק דערציילט דארט א מעשה בזה"ל:
All major gedolim visited to meet and talk Torah, and often to ask shailos. When Rav Kook, the chief rabbi of Palestine came to America with Rav Moshe Mordechai Epstein, the founder and Rosh Yeshiva of Slobodka in Eretz Yisrael (known today as Yeshivas Chevron), they visited Rav Forshlager. Rav Kook asked Rav Forshlager a shaila, to which he responded by saying that he was no rav. To this, Rav Kook replied, “I will give you semicha right now” [so he would pasken]. To this, Rav Forshlager replied that he should forget about it, since “I have a better semicha than you” (from the Avnei Nezer).


די מעשה ווערט אויך דערציילט אינעם נייעם ספר "מיכאל באחת" אבער דארט האבן זיי ארויסגענומען דעם נאמען פון הר' קוק, און געלאזט אז דער שמועס איז געווען צווישן רמ"מ אפשטיין און הרב פארלשעגער, איך פארשטיי נישט דעם ציל פון פארדרייען היסטאריע.

אויך איז מיר קשה פארוואס איז נישט פארהאן קיין איין בילד פון הרב פארשלעגער אינעם ספר, נאר דער אומקלארער בילד פון די שיעור וואס ער לערנט פאר, פארוואס זאלן נישט די לוקחים וואס האבן נישט עקסעס צום אינטערנעט זעהן די לעכטיגע צורה פון דעם גאון וגדול?
צוגעלייגטע
download (1).png

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 5:41 pm

הרב מסקרענטאן שליט"א די מער איר שרייבע די מער איך זעה אז איך האב גוט געשמעקט און ב"ה זיך נישט גענארט, א חיבור וואס צענזארירט און טוישט ארום פארלירט ביי מיר זיין נאמנות ולמותר לציין אז וואס עס איז יא אדער נישט געשטאנען אינעם איד מאכט נישט קיין נפק"מ כהוא זה נישט.

הרב מפרשיסחא, דאס אז ער האט געטויש דירעקציעס גיבט נאר צו צום חשש אז ער האט ארומגעבאברעט, איינער וואס איז נישט נאמן איז קיינמאל נישט נאמען סיי ווען ער שרייבט דאס וואס מען וויל הערען און סיי פארקערט.

לעצם המכתב, לפי ידיעתי איז הרב אמסעל'ס ארכיוו בידי בניו (ר' אלי האט מיר אמאל געוויזען א דיקע שווערע באנד וואס זיי האבען געדרוקט פון די מכתבים) און מען קען זיי קאנטאקטען צי זיי ווילען עס אפירזיכען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 27, 2014 10:14 am

דער דעקל פונעם נייעם ספר
צוגעלייגטע
IMG_20140124_142905_774.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 28, 2014 2:26 pm

מציבת אחיו של הגרמ"א - ר' אפרים פישל הכהן פארשלעגער אין באלטימאר:
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... i=59303064
צוגעלייגטע
89312277_133578971047.jpg

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג ינואר 28, 2014 4:19 pm

עפעס זעה איך געבאבערט אין דעם בריוו וואס ער שרייבט צום סאטמאר רבי'ן, איז געבלארט (אין דעם צילום) אפאר שורות, (דארט ווי ער דערמאנט וועגן די קהלה חיזוק אמונה וועלכע האט אנגעהויבן צו נוצן א מייקראפאן אין ימים נוראים), אויך אינעם העתק איז עס ארויס גענומען
וואסי פשט?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 2:13 pm

עס איז מיר זייער אינסטערסאנט צו הערן דער נאמען פין אזא אדם גדול עס איז בכלל נישט אזוי באוויסט איך האב הנאה געהאט צו זעהן דא אביסל ארום דער מענטש

ווי קען מען באקומען דער ספר מיכאל באחת?
参考专家

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 2:28 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
ווי קען מען באקומען דער ספר מיכאל באחת?

געקריגן אין מיין לאקאלע בית מסחר ספרים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מיכאלבאחת
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 5:46 pm

חכמים הזהרו בדבריכם

תגובהדורך מיכאלבאחת » מאנטאג פאברואר 17, 2014 3:08 pm

חכמים הזהרו בדבריכם!
בקיצור: עס איז נישט אמת! ער פארציילט נישט די מעשה אויף הרב עפשטיין. ער פארציילט די מעשה אויף גדול אחד ז"ל.
יעצט אביסל באריכות: איך האב געזוכט אינפרמאציע אויף דעם גרויסן גדול הרב מיכאל פארשלעגער זצ"ל, בין איך אנגעקומען צו די סייט, האב איך געזען די מעשה מיט הרב קוק און הרב עפשטיין, און עס האט מיר - פארשטייט זיך - שטארק וויי געטוהן פארוואס מען דארף טוישן פאקטן פאר פאליטישע צוועקן וכדומה...
לעצטע וואך האב איך געזען א אינגערמאן אין בארא פארק מיט אז זעקל וואס ענטהאלט 5 ספרים "מיכאל באחת", האב איך געטראכט מסתמא איז ער דער מחבר. האב איך געפרעגט. זאגט ער מיר אז ער איז דער ברידער, און געשריבן א גרויסע חלק פון דעם ספר.
האב איך אים געפרעגט "היתכן?" מען טוישט פאקטן? וכו' וכו', האט ער מיר געוויזן אינעווייניג די ספר ווי די מעשה ווערט יא פארציילט אויף הרב קוק (נאר עס ווערט נישט דערמאנט זיין נאמען, נאר גדול אחד... נישט געפערליך).
האב איך מחליט געווען צו פארציילן די אמת'דיגע פאקטן, און זיך איינגעשריבן (מיט א ניק נעם "מיכאלבאחת") כדאי איך זאל קענען אפשלאגן די נישט קראנטע טענות... עס האט גענומען א וואך ביז איך בין געווארן אנגענומען...
הצלחה.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » דאנארשטאג מארטש 06, 2014 12:53 pm

פרשיסחא האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ווער איז דער מו"ל פונעם ספר?

רבי בן ציון בערגמאן.
דער ספר האט הסכמות פון דעם גאב"ד רבי יצחק טובי' ווייס שליט"א, און פון רבי שאול אלתר שליט"א בן הפני מנחם מגור.

---
דער בריוו פון אים פאר 'המאור' איז נתפרסם געווארן אין 'המאור' נאך די פטירה פון רבי מיכאל'ן, דער מו"ל שרייבט דארט אז דער בריוו האט ער דערהאלטן פון אים א יאר פאר דעם, נאך די פראטעסט אין וואשינגטאן אין יאר תשי"ח, און די דרשה פון בעל ויואל משה מסאטמאר אין דעם כינוס כללי פון התאחדות הרבנים וואס איז דעמאלטס נתפרסם געווארן אויפן 'המאור' אויכעט, און אצינד מיט זיין פטירה האט זיך דעראמנט דאס צו מפרסם זיין.
עס קען זיין עפעס מאדנע?
ספיציעל אז מען ווייס אז אין 'המאור' איז פאראהן נאך זאכן וואס איז נישט הונדערט פראצענט...

זיי שרייבן טאקע נדפס בקובץ המאור. אבער נישט דאס איז זיין מקור.
דער מו"ל איז געווען ביי יורשי המאור און גענומען פון אים קאפיעס.

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 10:12 am

פארגאנגענעם שבת פרשת וירא איז געווען זיין יארצייט.

ברוך השם געהאט די זכיה נעכטען צי זיין ביי זיין ציון.

זאלן מיר האבן געפוילט אלעס גוטס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 11:12 am

מי הוא זה האט געשריבן:פארגאנגענעם שבת פרשת וירא איז געווען זיין יארצייט.

ברוך השם געהאט די זכיה נעכטען צי זיין ביי זיין ציון.

זאלן מיר האבן געפוילט אלעס גוטס.

וואו ליגט זיין פאטער ר' אברהם משה?

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 12:01 pm

נישט לעבען אים, מער פון דעם ווייס איך נישט, איך האב מיך נישט ארום געדרייט אפליינען אלע מצבות.

אונטער אים ליגט זיין ווייב, נפטרה כג חשון תשכ"ג

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 28, 2015 2:48 pm

אמשטרדם האט געשריבן:אין איינער פון די קובצים איז געווען געדרוקט זייער א שיינעם בריוו פון הרב פארשלעגער צו מרן רביה''ק זי''ע, ער פרעגט אים אן ווי צו דאווענען, ווייל אין זיין שול איז געווען מחללי שבת, קען זיין די תשובה אין דבר''י באציט זיך אויף דעם, איך שרייב פון זכרון, איך געדענק נישט אלע פרטים גענוי

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 76&hilite=
צוגעלייגטע
Capture.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוקטובער 28, 2015 3:52 pm

כ'קען קוים ווארטן אז מ'זאל שוין ארויסגעבן זיינע כתבים, כ'הער אז מ'גייט ארויסגעבן אויף גאנץ חומש אין עטליכע בענדער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוקטובער 28, 2015 9:22 pm

farshlufen האט געשריבן:
אמשטרדם האט געשריבן:אין איינער פון די קובצים איז געווען געדרוקט זייער א שיינעם בריוו פון הרב פארשלעגער צו מרן רביה''ק זי''ע, ער פרעגט אים אן ווי צו דאווענען, ווייל אין זיין שול איז געווען מחללי שבת, קען זיין די תשובה אין דבר''י באציט זיך אויף דעם, איך שרייב פון זכרון, איך געדענק נישט אלע פרטים גענוי

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 76&hilite=


מערקט דעם טיטול הגאון החסיד האמיתי, דער ירושלימער רב זאל זיין געזונט דערמאנט אין זיין הסכמה אויפ'ן ספר "מיכאל באחת" אז דאס איז א זעלטענע טיטול פון מרן הק' זי"ע. אינטערסאנט אז דער רבי האט אים נישט געקענט פערזענליך און געוויסט פון אים צו זאגן אזוי גרויס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ווער איז דער

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:47 am

הרב ליינער שמדבר על קול מבשר אודות הרב פארשלעגער?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 6:46 am

dovidal האט געשריבן:הרב ליינער שמדבר על קול מבשר אודות הרב פארשלעגער?

ווי אויף קול מבשר קען מען הערן רעדן פון הרב פארשלעגער?

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 1:54 pm

What is the address ?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 2:09 pm

dovidal האט געשריבן:הרב ליינער שמדבר על קול מבשר אודות הרב פארשלעגער?

זעה אין מיכאל באחת וועגן אים
בד"וו רוב מעשיות דארט זענען אויך געדרוקט אין דעם ספר מיכאל באחת

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:09 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:הרב ליינער שמדבר על קול מבשר אודות הרב פארשלעגער?

ווי אויף קול מבשר קען מען הערן רעדן פון הרב פארשלעגער?
מי הוא זה האט געשריבן:What is the address ?


דאכצעך 114 פונעם הויפט אויסװאל [קורצע אינטערװיוס] (דריקט # זוך צו ריקען פון איין אינטערװיו צום נעקסטען)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט