בלעדי: היסטארישע סאטמארער חפיצים אנטדעקט נאך דרייסיג יאר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 3:16 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:בפשטות האט מען משער געוועהן ביז יעצט אז די יעצטיגע מציאות איז פארברענט געווארן צוזאמען מיט אנדערע כתבים, אבער אז ס'זאל ליגן ערגעץ אין א פארבויעטע קלאזעט האט מען נישט געוויסט, דעריבער איז עס געוועהן א חידוש יעצט ביים טרעפן,
.

נארישקייטען וואס ווייסטי וואס ער האט משער געווען? אזוי אויך מאכט נישט קיין סענס אז ער זאל האלטען זיינע הורמנות אין די ישיבה.
וואס מ'ווייסט אז ער האט נישט געוויסט דערפון, ווי ער האט געזאגט ווען הרב טעללער האט דאס אים געברענגט.
אין ווי ס'שיינט איז עס געווען פארווארפען צווישען פעק פון שטרי מכירות חמץ אין אלטע באנק סטעיטמענטס אין טשעקס פון די למ"ד יארן.
לעצט פאראכטן דורך יאסל אום דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 7:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 3:50 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קלאר
מען האט אנדעקט אדער געראטעוועט?

פונעם קעפל זעהט עפעס אויס ווי מען האט געטראפן עפעס ניי, וואס מען האט נישט געוויסט עס עקזיסטירט,
ווידער אינעווענדיג זעה איך אז מען רעדט פון דימאלישען דעם אדמו"ר שליט"א'ס הויז, און ס'איז נישט מסתבר אז מהר"א האט נישט געוויסט ווי זיינע הורמנא'ס ליגן, (אזוי ווי איך זאל נישט וויסן ווי מיין לייסענס ליגט) כתבי ידות קען איך נאך פארשטיין, אז דאס איז זאכן געשריבן אלץ בחור, אבער אויך בדוחק אויב עס האט הסכמות פון אזעלכע ריזן ווי דער מנחת יצחק ז"ל און ר' משה ארי' ז"ל,

איך מיין אז דער קעפל וואלט געפאסט געראטעוועט, חוץ אויב איך האב נישט גיט פארשטאנען.

האסט א גוטע קשיא וואס יעדער פרעגט, אבער א תירוץ קען קיינער נישט ענטפערן.
די הורמנא פון שאפראנער רב איז געווען א באקאנטע זאך, רא"מ פאלקאוויטש האט דאס דערמאנט ביי א דינער חוהמ"פ תש"ס.
די הסכמה פון בעל שבט לוי האט מען אויך געוואוסט שוין די לעצטע 8 9 יאר, ווען הרב וואזנער האט עס געזאגט פאר איינעם אין בני ברק ווען ער האט גערעדדט צו אים איבערן אדמו"ר שליט"א, האט ער געזאגט אז ער האט שוין געזען זיינע חידושים פאר 40 יאר צוריק.
מהר"א כשלעצמו האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון, איך ווייס פון עטליכע וואס האבן פרובירט צו רעדן דערוועגן צו אים, אבער ער האט זיך אלס ארויסגעדרייט פון געבן א געהעריגע תשובה.
ס'איז מסתבר אז די הורמנא מיט די הסכמה זענען נישט קיין געפינסן, ווייל ווי איך הער ווען אדמו"ר שליט"א האט געעפנט די בריוון זעענדיג וואס דאס איז האט ער עס תיכף צוגעמאכט און געלייגט אין א זייט, אבער ווי געזאגט איז דאס נאר סברת עצמי.
ווידער די חידושים האט ער זיך יא אראפגעזעצט דורכקוקן אויבנאויף.

דאס איז אבער א זיכערער מציאות, אז די אלע זאכן זענען געווען פארווארפן צווישן באנק סטעיטמענטס און אלטע מכירת חמץ צעטלעך, ממילא איז דאס "אנטדעקט געווארן"
ולעומת זה אויך "געראטעוועט געווארן" ווייל דאס איז שוין געלעגן גרייט צו גיין אין גארביטש טראק
והבוחר יבחר
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 3:57 pm

לויט ווי כ'זע דא וויל האדמו"ר שליט"א מאיזה טעם שהוא באהאלטן פארשידענע הסכמות והורמנא'ס
האבן די חברה געהאט שכל און געמאכט קאפיעס דערפון פאר זיי האבן עס צוריק געגעבן ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 4:01 pm

זארג נישט בערעלע
מען האט פון אלעם קער גענומען
זאל נישט אויסגערעדט זיין
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 4:27 pm

קאפי פון כתב יד קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל הסכמה צו מהר"או שליט"א אויפן ספר תולדות אדם
צוגעלייגטע
3.JPG
קאפי פון כתב יד קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל הסכמה צו רבינו שליט"א אויפן ספר תולדות אדם
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 4:34 pm

לויט ווי כ'געדענק האט דער רבי זי"ע געגעבן דעם אומאונטערגעשריבענעם בריוו פאר האדמו"ר מהר"א צו איבערקוקן אויב ער איז צופרידן דערפון, און דער רבי האט מאיזה סיבה שהוא נישט געהאט דעמאלט די "פירמע" לעדערהעד בלע"ז, און ער האט אים געזאגט ער וועט עס איבערשרייבן דערויף אינצווישן איז ער נישט געזונט געווארן און מ'האט עס אויפגעזעצט און דער רבי האט אונטערגעשריבן דעם זעלבן נוסח אויף א אויפגעזעצטן צעטל.
דעם אויפגעזעצטן צעטל מיטן אונטערשריפט דערויף האט מען פארלוירן, און איצט געטראפן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5880
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 4:54 pm

דער רבי האט זיך פארגעשריבן די נוסח אויף די באן אויף די וועג (קיין אדער) צוריק פון פלארידא, און דערפאר האט ער נישט געהאט קיין לעדער העד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 7:08 pm

לעבעדיגער;
קאפיס האט מען שוין לאנג געהאט ווייל סיז שוין געווען געדרוקט אין א קונטרס וואס מאקאווער ברענגט.
און וואס מיינסטו צו זאגן מיט "פירמע" לעדערהעד.

יאסל;
האט עס רבינו שליט"א צוריקגעגעבן פארן מחזיר?
פארוואס עפעס, איך מיין ס'אט נישט קיין דין זוטו של ים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:35 am

שוועמל האט געשריבן:לעבעדיגער;
קאפיס האט מען שוין לאנג געהאט ווייל סיז שוין געווען געדרוקט אין א קונטרס וואס מאקאווער ברענגט.
און וואס מיינסטו צו זאגן מיט "פירמע" לעדערהעד.

כ'רעד קאפיס פון די פריש ענטדעקטע כתבים צב"ש די הוראה וכו', נישט פון רבי'ן ז"ל'ס בריוו.
אין די אלטע היים האט מען גערופן א לעדערהעד "פירמע".
אז מ'לעבט דערלעבט מען

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש דעצמבער 26, 2009 2:23 pm

גערעכט הרב ווארד איך האב אויך אזוי געהערט אז דער רבי פלעגט נישט וועלןרעדן וועגן די כתבים און בריווען וואס ער האט באקומען.

לגבי אות נומער 5, בנוגע די העפטן חידו"ת וואס דער רבי האט באקומען דערויף א הסכמה פון מרן הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, האב איך שוין געהערט דערפון א צייט צוריק, און מיט נאך א הוספה אז הגר"ש שליט"א האט געזאגט אז דער רבי זאל עס נאכנישט ארויסגעבן וויבאלד ער איז צו יונג.

למעשה איז עס אלס געווען א סוד, און מער ווייניגער האט עס דער רבי אוועקגעמאכט וכדו' (הפנים ער האט נישט גערעדט דערפון) און מיט אייניגע יאר צוריק ווען הרה"ג ר' העניך אשכנזי שליט"א אב"ד אבני צדק בקר"י האט באזוכט ביים שבט הלוי שליט"א האט הגר"ש פארציילט דערוועגן פאר ר' העניך'ן, וועלכער איז ערשטוינט געווארן עס צו הערן. (כ'געדענק נאך ווען כ'האב געלערנט אין ישיבה, איז געווען אמאל א מדובר דערוועגן, און די בחורים האבן פלאנירט א אקציע אז ביים פסח'דיג מאכן בבית אדמו"ר וועט מען דאס טרעפן...).

ומענין לענין סיפר לי א' בשם אברך אחד (מירושת"ו) וועלכער האט געפרעגט פארן רבי'ן איבער די כתב הורמנא שקיבל פון הגאון האדיר ר' פנחס עפשטיין זצ"ל וועלכער האט פארהערט דעם רבי'ן אלס בחור, און איז ארויס פון התפעלות פון גודל ידיעותיו בתורה ובהלכה, האט דער רבי עס אוועקגעמאכט זאגנדיג: "איך געדענק וואס איז געווען אלס בחור?..."

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מוצ"ש דעצמבער 26, 2009 9:10 pm

ווען ר' משה חיים ווייס פון ב"ב האט אמאל געטראגן א נארוואס ערשיינטע ס' פון חידושים פון כ"ק מהר"א פאר הרב וואזנער, האט אים רב וואזנער אליין געזאגט אז איך האב אים געזאגט אלס יונגערמאן ער זאל נישט ארויס געבן די חידושים ווייל אסאך מאל טוישט מען די מהלך פון מחדש זיין, דער חת"ס האט אויך געטוישט זיין מהלך פון די יונגע יארן, האט רב וואזנער אויסגעפירט איך זעה טאקע אז ער האט משנה געוועהן ער זאגט היינט אנדערשט ווי אלס יונגערמאן,
(שמעתי מפי ר' משה חיים)
.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג דעצמבער 27, 2009 11:13 am

כיהודא ועוד לקרא
א טענצל פון דעם וואס שאץ רעדט האב איך געמיינט
די מעשה מיט ר' משה חיים איז שוין דאכט זיך געווען תשס"ג
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5880
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 09, 2011 5:37 pm

אין דעם נייעם חלק ומשה היה רועה וואס איז ערשינען יעצט צו די יארצייט האב איך געזען זיי האבן געדרוקט די הורמנא פון שאפראנער רב, זייער אינטערעסאנט דאס לשון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג מאי 09, 2011 7:26 pm

כפי מה ששמעתי מפי מהר"א, האט זיך דער עסק מיטן בריוו געצויגן א לענגערע צייט. דער רבי זי"ע (אדער די שטוב מענטשן) האבן קודם נישט געואלט און נאכדעם זיך מיישב געווען אויף אזא נוסח, אדער אזא, בקיצור א משך פון אנדערטהאלבן יאר האט זיך עס געצויגן. (נאך פארן סטראוק).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, נייע שטערן און 20 געסט