רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מיטוואך יולי 13, 2016 2:47 am


אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מיטוואך יולי 13, 2016 2:56 pm

.
צוגעלייגטע
Chelem Kuzmir Ohel.pdf
found Ohel
(32.59 KiB) דאונלאודעד 95 מאל
יחי המלך

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך יולי 13, 2016 4:32 pm

NLI-Article (66) (1).jpg

טויזענדער יודען קומען אויפ'ן אוהל פון קוזמירער רבי'ן אין קיעלץ
אין קיעלץ געפונט זיך דער קבר פון בעוואוסטען רבי'ן ר' מאטעלע פון קוזמיר, א זוהן פון טריסקער מגיד.
אין טאג פון זיין יאהרצייט (ח' תמוז) קומט יאר יעהרליך קיין קיעלץ טויזענטע חסידים און רביים פון דער טשערנאבלער דינאסטיע מתפלל צו זיין אויפן אוהל פון ר' מאטעלע.
אויך היי יאר זענען זיך צונויפגעקומען קיין קיעלץ גרויסע מחנות חסידים פון אלע עקען פון פוילען און אפילו פון אויסלאנד. ס'זענען אויך געקומען די רביים פון כעלם, זשוריק, לובלין, זאמאשטש, וואס שטאמען פון דער טשערנאבלער גזע.
די חסידים פון די דאזיגע רביים זענען אין גרעסטען טייל, פשוטע, ארענטליכע, תמימות'דיגע יודען פון דער קלענערער פראווינץ. זיי זענען נישט אזוי איבערגעשפיצט און ראפינירט, ווי די אנדערע חסידים פון די פוילישע רבי'שע הויפען. און דערפאר טאקע, ווען זיי קומען צום רבי'ן, אדער גאר אויף א יאהרצייט, גיסען זיי אויס אלע וועיטאגען און ביטערנישען פון הארצען און בעהטען מיט די עהרליכסטע און פרומסטע געבעטען א הילף צו זייער פארצווייפעלטער און פאר'חושכ'טער לאגע.
אויפ'ן וועג צום קיעלצער בית עולם, איז אין טאג פון דער יארצייט געווען א לעבהאפטע בעוועגונג. דא האט מען געקאנט זעהן, ווי ווייט דער דלות הערשט צווישען די געדיכטע מאסען פון דער יודישער בעפעלקערונג אין די קליינע שטעדטלעך. אלע כמעט זענען געגאנגען צופיס, הגם עס איז א שטיק וועג פון שטאדט.
אויך אויפ'ן קבר פון רבי'ן האט מען נאר געהערט איין פארצווייפעלטע געשריי: "רבונו של עולם, ווען וועט שוין נעימען א סוף צו די יודישע צרות?!"
"יודען האבן נישט קיין פרנסה", "יודען געהען ממש אויס פון הונגער", "ס'איז נישטא קיין כח אויסצוהאלטן" – אט אזעלכע געשרייען האט מען געקאנט הערן פון די דאזיגע טויזענדער פראווינצער יודען, וואס האבען נאך אייניגע יאהר צוריק זיך ערנעהרט פון זייערע געוועלבלעך אין די שטעדטלעך.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » מיטוואך יולי 13, 2016 9:31 pm

דעם ערשטן בילד הנ"ל בשלימותו
צוגעלייגטע
kozmir.jpg
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך יולי 13, 2016 10:09 pm

גראָדנער מאָמענט עקספרעס,
יום שישי, יולי 11, 1930

Kuzmir.jpg
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך יולי 13, 2016 10:20 pm

לקראת יומא דהילולא קדישא:

מיין באבע ע"ה האט מיר פארציילט אז איר פאטער וועלכע איז געווען א טריסק'ע-קוזמיר'ע חסיד, איז אמאל געווען ביים רבי'ן רבי מאטעלע זצ"ל.
דער רבי האט אים געפרעגט וואס מאכן די קינדער? וויאזוי שפירען זיי?, האט ער גענטפערט ברוך השם.
ווען דער רבי האט איבער געפרעגט זיין פראגע נאכאמאל האט ער באלד פארשטאנען אז עפעס איז נישט בסדר.
ער איז אהיימגעלאפן און געטראפן אז די בני בית מיט די קינדער שלאפן, ס'איז אים געווען א חידוש אז זיי זאלן שלאפן אינמיטן טאג.
נאך אפאר מינוט איז אים אויך געווארן שלעכט, האט ער באלד געכאפט אז די לופט איז פארפעסטיגט, א שטייגער ווי קארב"ן מענאקסיי"ד, האט ער שנעל געכאפט איין קינד נאכן צווייטן און ארויסגעטראגן אין הויף אין די שניי אז זיי זאלן קומען צו זיך, און אזוי ארום אפגעראטעוועט זיין משפחה פון א טראגעדיע.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:38 am

געהערט פון הרה"ח ר' מאטל אורז'ל זצ"ל. כידוע איז געווען די דרך ביי צדיקי בית טריסק צו מאכן השוואות. דאס הייסט אז ווען די חסיד איז אריינגעקומען צום רב'ן מיט א בקשה, האט די רבי פארגעלייגט א געוויסע סכום פון געלט וויפיל יענער זאל געבן (ס'נישט געווען קיין כלל און ס'האט זיך אויך געקענט מאכן אז די רבי האט געזאגט אז מ'דארף גארנישט געבן). און געווענטליך פלעגט מען אהיים גיין עס ברענגען אדער קומענדיגע מאל מ'איז געקומען צום רבי'ן האט מען עס געברענגט, און דערווייל פלעגט די גבאי אויפשרייבן אין זיין ביכל די חוב.

איז געווען אמאל א אינגערמאן וואס איז געקומען צום רבי'ן און געוואלט אריינגיין, אבער די גבאי האט עם נישט געלאזט ווייל ער האט נאך געהאט א באלאנס פון נישט באצאלטע חובות פון די פריערדיגע פאר מאל, אבער דער אינגערמאן האט געפערליך פארפירט אז ער מוז אריינגיין יעצט צום רבי'ן און ס'איז געווארן קולות דארט אין ווארט צימער. אנמיטען עפענט זיך די טיר און די רבי באווייזט זיך... און פרעגט וואס גייט דא פאר? האט מען עם געוויזן אויף דעם אינגערמאן אז ער וויל אריינגיין אבער ער האט נאך אלטע חובות וואס ער וויל נישט צאלן, האט די רבי געזאגט נו, זאל ער אריינקומען... ווען דער אינגערמאן איז ארויס איז די רבי אויך ארויס אין ווארט צימער, און געווארט דער אינגערמאן זאל ארויס גיין. און ווען די אינגערמאן איז אוועק געגיינגען האט די רבי זיך אנגערופן מיט די פאלגענדע דיבורים: 'וואס מיינט ער? איך דארף זיין געלט?? אבער מיט וואס דען זאל איך האבן א קשר מיט עם, צו דען מיט זיין תורה ותפילה??
זיעוכי"א

יחסן_גדול
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 8:48 pm

הרה"ק רבי אברהם מנחם נחום מטריסק-חעלים זי"ע

תגובהדורך יחסן_גדול » דאנארשטאג יולי 14, 2016 6:11 pm

נחוניא האט געשריבן:מיט גרויס התרגשות איז געווארן אויפגענומען די בשורה טובה, אז נאך זיבעציג יאר האט מען געטראפן מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק ר' אברהם מנחם נחום מחעלם זצ"ל, וועלכער איז אומגעקומען דורך די דייטשע רשעים אין קיעלץ שבת קודש ט' אלול תש"ב, און מיט א געוואלדיגע מסירת נפש האבן אים די חסידים געברענגט לקבורה אינעם אוהל פונעם גרויסן פעטער הרה"ק ר' מאטעלע קאזמירער. במשך די אלע יארן איז נישט געווען באקאנט דער פונקטליכער מקום הקבר, און יעצט האט מען דאס מברר געווען און אויפגעשטעלט א מציבה לפי כבודו.


ב"ה, א בילד ביטע!!!
לעצט פאראכטן דורך יחסן_גדול אום דאנארשטאג יולי 14, 2016 6:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יחסן_גדול
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 8:48 pm

תגובהדורך יחסן_גדול » דאנארשטאג יולי 14, 2016 6:16 pm


יחסן_גדול
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 8:48 pm

ציון הקדוש של הצדיקים לבית טריסק-קאזמיר-חעלים

תגובהדורך יחסן_גדול » דאנארשטאג יולי 14, 2016 6:38 pm

מיט גרויס התרגשות איז געווארן אויפגענומען די בשורה טובה, אז נאך זיבעציג יאר האט מען
געטראפן מקום מנוחת קדשו פונעם חעלעמער רבי'ן זצ"ל, וועלכער איז אומגעקומען דורך די
דייטשע רשעים אין קיעלץ שבת קודש ט' אלול תש"ב, און מיט א געוואלדיגע מסירת נפש האבן
אים די חסידים געברענגט לקבורה אינעם אוהל פונעם גרויסן פעטער הרה"ק ר' מאטעלע
קאזמירער. במשך די אלע יארן איז נישט געווען באקאנט דער פונקטליכער מקום הקבר, און יעצט
האט מען דאס מברר געווען און אויפגעשטעלט א מציבה לפי כבודו.
אנגעהויבן האט זיך דאס מיט א צען יאר צוריק, נאך וואס מען האט מייסד געווען די קופה
הקדושה "מאמר מרדכי" ע"ש הרה"ק רבי מאטעלע מקאזמיר זי"ע וועלכער האט ליידער נישט
זוכה געווען צו קיין זש"ק, און כדי צו פאראייביגן זיין נאמען האט ער בחיים חיותו אוועקגעלייגט
גאר גרויסע געלטער פאר מוסדות צדקה וחסד לעניי ארץ ישראל על שמו הקדוש, ווי ער שרייבט
דאס פונקטליך ארויס אין זיין צוואה, און פירט אויס אז ער טוט דאס צוליב די סיבה "ויזכרו את
שמי לטובה לדור דורות". ליידער זענען די אלע געלטער געגאנגען לאיבוד און עס איז נישט נתמלא
געווארן רצונו הקדוש, ביז אין יאר תשס"ה האבן חסידי סקווירא מייסד געווען דעם קופה
הקדושה "מאמר מרדכי" צו פאראייביגן דעם הייליגן נאמען פונעם גרויסן צדיק, און אידן וואס
גיבן צדקה פאר די קופה הקדושה זענען זוכה צו זען גרויסע ישועות, ווי זיין פאטער דער
טוריסקער מגיד האט צוגעזאגט פאר אלע וואס וועלן אים ארויסהעלפן "וכל מי שישתתף עמו גם
הוא יצליח".
אין יענע צייט זענען די עסקנים נתעורר געווארן אז מען דארף אויך טרעפן מקום מנוחת קדשו,
ווייל אין זיין צוואה רעדט ער אויך שטארק אז מען זאל קומען צו זיין ציון אין געוויסע זמנים, און
בפרט אין די טאג פון זיין הילולא, און דארטן צינדן נרות פון שמן זית, זאגן תהלים און לערנען
פרקים משניות לויט די אותיות פון זיין נאמען.
במשך די אלע יארן פון זיין הסתלקות ח' תמוז תרע"ז ביז צו די וועלט מלחמה, איז דער ציון
הקדוש אין קיעלץ געווען א תל תלפיות במשך דעם גאנצן יאר, און בפרט אינעם טאג פונעם
יארצייט. ווי מען טרעפט היינט די אלטע צייטונגען פון יענע יארן און מען זעט ווי זיי טוען
באריכטן יעדן יאר איבער די פילע טויזענטער וואס פלעגן אהין שטראמען. עס פלעגן קומען צו
פארן אלע רביים לבית טוריסק, און יעדער האט געהאט באזונדערע צוויי שעה צו פראווען דעם
סדר היום אינעם אוהל. טייכן טרערען האט זיך דארטן געגאסן פלעגט דערציילן מיט גרויס –
התרגשות הרה"ח הישיש ר' מרדכי ארזל ז"ל. מען קען זיך בכלל נישט פארשטעלן וואס האט זיך
אפגעטון אין קיעלץ ביים יומא דהילולא פלעגט ער דערציילן מיט גרויס געגועים. –
א באזונדערע קאפיטל פארנעמט די געוואלדיגע קשר פונעם חעלמער רבי'ן הרה"ק ר' משה יהודא
ליב זצ"ל צום גרויסן פעטער רבי מאטעלע קאזמירער זצוק"ל. דער חעלעמער רבי וועלכער איז –
געווען באקאנט אין פוילן אלס אן איש קדוש חד משרפי מעלה פלעגט קומען יעדעס יאר ח' תמוז
קיין קיעלץ צום הילולא קדישא, און טראץ זיין געוואלדיגע חולשת הגוף פלעגט ער זיך
אנשטרענגען צו קומען פראווענען די הילולא. זייענדיג אין קיעלץ אין יאר תרצ"ו א יאר פאר זיין –
הסתלקות האבן זיך די מקורבים געבעטן ביי אים אז צוליב זיין שוואכקייט זאל ער מוותר זיין –
און נישט ארויפגיין צום ציון. האט דער חעלעמער רבי געענטפערט: היי יאר צוליב מיין
שוואכקייט בין איך נישט געפארן צום יארצייט פונעם זיידן דער טוריסקער מגיד און נישט צום
יארצייט פון מיין פאטער, אבער מיט זיי קען איך נאך האבן א שייכות א גאנץ יאר, אבער מיטן
פעטער רבי מאטעלע קאזמירער איז מיר נאר שייך צו האבן א שייכות ביים יומא דהילולא. דער
חעלעמער רבי איז טאקע ארויף אויפן ציון ממש מיט מסירת נפש, און דערנאך זיך אויסגעדרוקט
אז ער האט אויסגע'פועל'ט נאך א יאר לעבן!
די אנדערע יאר איז דער חעלעמער רבי נאכאמאל געפארן קיין קיעלץ, אבער דאס מאל איז אים
שוין בכלל נישט מעגליך געווען ארויפצוגיין צום ציון הקדוש, און האט טאקע שפעטער שטארק
חרטה געהאט דערויף. פון דארט איז ער באלד געפארן קיין ווארשא צום דאקטער, וואו זיין מצב
האט זיך פארערגערט און איז ליידער נסתלק געווארן כ' תמוז תרצ"ז. אין זיין צוואה שרייבט ער
"ומה טוב היה אם יהיה ביכולת להוליכני לקעלץ לבית דודי מורי לשכב אצלו, אפילו להתעכב
הקבורה כמה ימים". טראץ די שוועריגקייטן האט מען מקיים געווען די בקשה, און דער חעלעמער
רבי איז געברענגט געווארן למנוחת עולם אינעם אוהל פונעם גרויסן פעטער רבי מאטעלע
קאזמירער.
זיין ארט האט איבערגענומען זיין בן יחיד הרה"ק ר' אברהם מנחם נחום זצ"ל וועלכער האט
געפירט די עדה הקדושה פון חסידי קאזמיר חעלם ביז ווען ער איז אומגעקומען על קידוש ה' -
זייענדיג אין שטאט קעלץ ט' אלול תש"ב. הי"ד.
נאכן גרויסן חורבן ווען רוב מנין ובנין פון חסידי קאזמיר זענען ל"ע אומגעקומען על קידוש ה', איז
במשך לאנגע יארן נישט געווען באקאנט וואס איז געווארן מיטן קאזמירער אוהל אין קיעלץ, ביז
ווי דערמאנט האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט דערין מיט א צען יאר צוריק, און מיט א
געוואלדיגער השגחה פרטית איז מען געוואויר געווארן אז דער גרויסער אוהל שטייט נאך
אריגינעל, נאר ליידער שועלים הלכו בו, און א גוי האט דאס פארנומען און דארטן געמאכט א
אייזן פאבריק.
מיט געוואלדיגע סייעתא דשמיא האט מען דאן זוכה געווען אויסצולייזן דעם אוהל און דאס שיין
רענאווירן, און ח' תמוז תשס"ו האט מען ווידער באנייט די נסיעות קיין קיעלץ אויפן יארצייט ח'
תמוז, און מען האט דארטן געזאגט תהלים און געלערנט משניות לויט די אנווייזונגען אין די
צוואה. און אזוי איז דער מקום קדוש צוריק געווארן א תל תלפיות וואס אידן קומען דארטן
במשך דעם גאנצן יאר, און בפרט ביים יומא דהילולא, און מען איז זוכה דארטן צו פועל'ן גרויסע
ישועות אזוי ווי מען האט דאס געזען בחיים חיותו.
בשעת מען האט רענאווירט דעם אוהל און מען האט מברר געווען די פונקטליכע מקום הקברים
פון די צדיקי קאזמיר וחעלם, האט זיך צוגעדאכט אז מען זעט א חלל פון א קבר ביים טיר פונעם
אוהל, אבער מען האט נישט געלייגט קיין אכט דערויף, וויסנדיג אז די קברים פון די צדיקים זענען
געווען אינמיטן פונעם אוהל, און מען האט טאקע דארט געטראפן די צוויי קברים און דארטן
אויפגעשטעלט די נייע מציבות.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

חנוכת הבית ביהמ"ד אוהל מרדכי בקיעלץ

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג יולי 18, 2016 10:43 pm

מיט גרויס דערהויבנקייט איז נעכטן געפראוועט געווארן די חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד אוהל מרדכי סמוך ונראה צום ציון הקדוש אין קיעלץ.
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכער וויילט יעצט אין פרעשבורג, איז ספעציעל געקומען צו פארן צום גרויסן מעמד וואס האט זיך אנגעהויבן מיט די הנחת אבן הפינה פאר דעם דערנעבנדיגן בנין הכנסת אורחים "אוהל חנה", דערנאך איז געווען די קביעת מזוזות פאר דעם נייעם בנין. נאך מנחה האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט י"ח מזמורי תהלים, און ביים סעודת מצוה האט אויפגעטרעטן פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אלכסנדר אוסטערליץ שליט"א און דערנאך האט דער רבי שליט"א דערציילט סיפורי קודש פון צדיקי קאזמיר וחעלים.
נאכן מעמד איז מען ארויס צום ציון הקדוש פונעם מאמר מרדכי און מיט גרויס התעוררות האט מען געזאגט די מזמורי תהלים כנוסח בית טשערנאביל, און דער רבי שליט"א האט גענומען קוויטלעך פונעם עולם און דאס אריינגעלייגט אינעם ציון.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ביהמ"ד אוהל מרדכי

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג יולי 18, 2016 10:55 pm

בילדער פונעם נייעם ביהמ"ד אין קיעלץ און דער וועג וואס מען האט געעפענט פונעם אוהל הקודש צום ביהמ"ד

IMG_2345.JPG

IMG_2344.JPG

IMG_2336.JPG

יוסף משה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:25 am

תגובהדורך יוסף משה » דינסטאג יולי 19, 2016 3:10 pm

איך האב געהערט פון ר' מאטל אורזל ז"ל א תנועה פון רבי מאטעלע זי"ע פאר די נענועים. (אביסל ענדליך צו די טריסקער תורה תנועה).

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ח' תמוז תרצ"ו

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 4:23 pm

א באריכט איבער די הילולא קדישא געדרוקט אינעם "קיעלצער צייטונג" י"ג תמוז תרצ"ו
באריכט פון ח' תמוז - קיעלצער צייטונג יג תמוז תרצו.jpg

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

ישיבה זכרון מרדכי ע"ש הרה"ק מקאזמיר?

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג מאי 22, 2017 12:02 pm

איך ווייס נישט וויאזוי צו לייגן א בילד, ברענג איך א לינק

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... &start=240


נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג מאי 22, 2017 12:52 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי צו לייגן א בילד, ברענג איך א לינק

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... &start=240

דער ר' יעקב הלל פאסירמאן איז געווען פון די נאנטע מקורבים ביי רבי מאטעלע קאזמירער.
עס איז שטארק מעגליך אז די ישיבה "זכרון מרדכי" איז טאקע געגרינדעט געווארן ע"ש הרה"ק מקאזמיר.
א שאד עס איז שוין נישט דא וועמען צו פרעגן דערוועגן...
יעקב הלל פאסירמאן.JPG
יעקב הלל פאסירמאן.JPG (35.56 KiB) געזעהן 1816 מאל

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג מאי 22, 2017 1:28 pm

ביז ממש לעצטענס זענען נאך גיווען די ארזעל ברודער צו פרעגן, חבל על דאבדין...

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

100 יאר - תרע"ז - תשע"ז

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יוני 23, 2017 1:45 pm

מיט גרויס התרגשות גרייט מען זיך צום הונדערטסטע הילולא קדישא פונעם גרויסן צדיק פועל ישועות ומופת הדור רבי מאטעלע קאזמירער זי"ע.
א גרויסע קבוצה וועט בעז"ה פראווענען שבת קודש פרשת חוקת אין דינוב, און זונטאג פרשת בלק ח' תמוז וועט מען פארן קיין קיעלץ להשתטח על ציון הקדוש פונעם בעל הילולא.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג יוני 25, 2017 10:43 am

נחוניא האט געשריבן:מיט גרויס התרגשות גרייט מען זיך צום הונדערטסטע הילולא קדישא פונעם גרויסן צדיק פועל ישועות ומופת הדור רבי מאטעלע קאזמירער זי"ע.
א גרויסע קבוצה וועט בעז"ה פראווענען שבת קודש פרשת חוקת אין דינוב, און זונטאג פרשת בלק ח' תמוז וועט מען פארן קיין קיעלץ להשתטח על ציון הקדוש פונעם בעל הילולא.

נסיעה לקיעלץ ח' תמוז תשעז.jpg
נסיעה לקיעלץ ח' תמוז תשעז.jpg (193.75 KiB) געזעהן 1687 מאל

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג יולי 07, 2019 3:12 pm

dovidal האט געשריבן:ספרו הקדוש מאמר מרדכי
פריש איבערגעזעצט = א הערליכע ארבעט

ווי קען מען דאס קויפן?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

פוקד עקרות

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יולי 12, 2019 4:36 pm

הרה"ק ר' יעקב ליב מטוריסק לאנדאן זצ"ל האט דערציילט, אז כאטש דער פעטער רבי מאטעלע קאזמירער האט אליינס נישט געהאט קיין קינדער, זענען אבער טויזענטער אידן געהאלפן געווארן ביי אים מיט קינדער, ווייל עס איז געווען ביי אים דער שליסל פון פקידת עקרות. (מפי נכדו כ"ק הרה"צ ר' מנחם מענדל מתתיהו שליט"א מטוריסק לאנדאן)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט