רבי יונה פארסט זצ״ל - ראש ישיבת נייטרא - תרע״ו - תשמ״ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי יונה פארסט זצ״ל - ראש ישיבת נייטרא - תרע״ו - תשמ״ג

תגובהדורך רבניש » זונטאג דעצמבער 31, 2017 3:48 am

איינע פון די גרויסע דמיות הוד וכבוד וואס האבן געהאט א חלק און אויפשטעלן און אריינגיסן אינעם חינוך פון זייער לויטערן קוואל אין א גרויסן טייל פונעם דעמעלסדיגן דור החדש פון נאך די ביטערע יארן פונעם קריג, און זייער דמות איז פארבליבן געשעצט און באליבט, איז געווען:

הגאון הצדיק המפורסם חסידא ופרישא, דולה ומשקה בה״א הידועה, איש האשכולות ורב תבונות כקש״ת
רבי יונה הלוי פארסט זצ״ל
ראש ישיבת נייטרא


רבי יונה זצ״ל איז געבוירן צו זיין טאטען הרבני החשוב רבי ישראל ז״ל, אין עיר הבירה וויען בשנת תרע״ו, ארגענאל איז די משפחה געקומען פון גאליציע נאר האבן אויסגעוואנדערט קיין וויען ביים ערשטן וועלט קריג.

זיין טאטע איז געווען א נהנה מיגיעה כפיו אבער א חסיד המתחסד עם קונו, וואס האט געפירט א העכער סארט לעבן מיט תעניתים און איז געווען א גרויסע יראת שמים.

ביי די פיפצן יאר איז ער געגאנגען לערנען קיין טירנוי ווי עס איז דעמעלס געווען דער רב הגה״ק רבי שמואל דוד אונגאר זצ״ל - דער שפעטערדיגע נייטרא רב, רבי יונה איז געווען פון די תלמידים חביבים אין די ישיבה און סיז געווען ונפשו קשורה בנפשו ווען זיין רבי איז אריבער ווערן רב אין נייטרא איז רבי יונה מיטגעגאנגען ממשיך זיין צו טרינקן פון דעם באר מים חיים ווי ער איז אויסגעוואקסן פון די גרויסטע מציונים בין התלמידים.

זייענדיג א מציון און א בעל כשרון האט אים געגליסט אריינצוגיין לערנען אין די ניי געגרינדעטע בארימטע ״ישיבת חכמי לובלין״ בראשות הגאון המהר״ם שפירא זצ״ל אב״ד ור״מ לובלין. דארט אין יח״ל איז ער פארעכנט געווארן צווישן די אריות שבחבורה.

שפעטערע יארן פלעגט ער רעדן מיט נאסטאלגיע פון יענע תקופה אין פוילין ווי ער האט געהאט די מעגליכקייט צו באקענען פילע פון די גדולי האדמורים וואס האבן געפירט זייערע הויפן אין פוילין.

אין ישיבה חכמי לובלין האט ער געהארוועט אויף תורה עבודה אפאר יאר בין עמודי דגירסא מיט א ברען פון התמדה ווערענדיג באקאנט אלס דער בחור א תורה ריז וואס פארמאגט ברייטע ידיעות און בקיאות בכל חדרי תורה גאנצע סיגיות זענען שגור על פיו מיט א אויסערגעווענדליכע קאלרקייט.

אבער א ביטערע צרה האט אים דארט באטראפן ווען א שווערע מחלה האט אים איבערגענומען און ער איז געווארן פאלאזירט אויף זיין גוף רח״ל און נאכן זיך ארומראנגלען חדשים לאנג צווישן לעבן אין טויט אין שפיטאל, איז מיטן אויבערשטענס הילף מיט געוויסע רפואת האט זיך דער מחלה קאנצעטרירט נאר אין זיינע פיס און האט צוביסלך געקענט צוריק קומען צו די כוחת, אבער ער איז שוין פארבליבן צוגעבינדן כל ימיו צו א רעדער בענקל.

נאכן קומען צו די כוחת פון די מחלה האט ער מחליט געווען צוריק צוגיין לערנען ביי זיין רבין אין נייטרא, אין יענע תקופה אין די ישיבה האט זיך רבי יונה גענצליך ווי אפגעשייד פון עוה״ז און כמעט נישט געגעסן אדער געשלאפן נאר זיין גאנצע וועזן אריינגעלייגט און התמדת התורה ווי עלטערע תלמידים פלעגן עדות זאגן איז ער געווען ווי א תלמיד המחכים את רבו בעת די שיעורים פלעגט ער זיך מפלפל זיין מיט זיין רבין מיט א געוואלדיגע בקיאות התורה.

ער פלעגט דערציילן אז זיין רבי דער נייטרא רב פלעגט אסאך גיין שפאצירן מיט אים וועלענדיג דורכטאן סגיות הש״ס אזוי ווי ער האט דאך אבער נישט געקענט גיין אויף די פיס פלעגט די רבי אליינס אים פירן מיט דעם רעדער בענקל, און די תלמידים פלעגן קוקן מיט התפעלות ווי די רבי פירט זיין יונגן תלמיד.

ביי די ביטערע מלחמה יארן האט ער פיל מיטגעמאכט אבער מען האט געזהן די ווינדערליכע השגחה העליונה וויזוי דער אויבערשטער האט געהאלטן אן אויג אויף אים אז מיט זיינע באגרענעצטע פיזישע כוחת וואס ביי די רשעים זענען אזעלכע געווען די ערשטע גענומען צו ווערן צום פארטיליגונג איז ער בניסי ניסים פארבליבן און איבערגעלעבט.

נאך די מלחמה איז ער צוריק געגאנגען קיין נייטרא ווי ער האט מיט זיין הייליגע גייסטישע כוחת צאמגעהאלטן די בחורי חמד שארית הפליטה וואס זענען צוריק געקומען אהין.

חנוכה שנת תש״ז איז ער בשעה טובה מיט די פארבליבענע תלמידים אנגעקומען און באטראטן דעם אמעריקאנעם באדן.

ער האט זיך גלייך באזעצט אינעם ניי געגרינדעטן יישב וואס ידידו וריעו מרן רחמ״ד ווייסמאנדל זצ״ל האט געגרינדט אין סאמערוויל ניו דזערסי, און זיך גלייך אריינגעווארפן אין די הייליגע עבודה צוזאמען מיט רחמ״ד אויפצובויען די בארימטע נייטרא ישיבה.

רבי יונה׳ס חתונה עם זוגתו הרבנית הצ׳ ע״ה איז געפראוועט געווארן אין די נייטרא ישיבה ווי די בחורים האבן צוגעגרייט די חתונה מיט גאנצן כבוד, און פון ווען ער האט חתונה געהאט איז זיין שטוב געווארן א בית וועד פאר יעדן איד וואס האט נאר געזוכט טרייסט, הילף, א ווארימער דבר חיזוק. האט ער עס ביי רבי יונה באקומען, אידן זענען ממש געווען דארשטיג נאך זיינע זיסע רייד.

דער חידוש פון רבי יונה׳ס אייזן שטארקער גייסט איז געווען אז טראץ וואס ער איז געווען אליינס א אויסערליכער צובראכענער מענטש גלעמט אויף זיינע פיס און אויך וואס ער האט נישט אליינס זוכה געווען צו קיין קינדער (ער האט אויפגעצויגן זיין ווייב׳ס קינדער) איז ער אבער געווען דער סימבאל און ביישפיל פון גליק און שמחת החיים, ער האט געשפרודעלט מיט שמחה עצומה אז ממש וואס מהאט דאס געקענט טאפן מיט די הענט.

ער איז אייביג געווען מיט א אפענעם אויער און הארץ פאר יעדן דערביטערטע איד ווי זיי האבן זיך פאר אים אויסגעגאסן דאס הארץ און ער מיט זיין געוואלדיגן לשון לימודים האט ער זיי געמוטיגט און מחזק געווען און אריינגעבלאזן פון זיין שמחה אין זיי.

אויסער דעם וואס ער האט רוב צייט פארברענגט צווישן די ווענט פון די ישיבה און מיט זיין אנוועזנהייט אליינס האט ער אריינגעברענגט א גייסט פון התמדה, קדושה, מידות טובת. האט ער בפועל באוויזן מחנך צו זיין טויזנטער תלמידים אין זיי באגלייט אפי׳ נאכדעם ווי זיי זענען ארויס פון ישיבה נאך זייער חתונה ווי זיי זענען געבליבן מקושר מיט אים.

רבי יונה איז געשטאנען אין שפיץ פון מחנך די בחורים מיטן פארלערנען שיעורים און איבערגעבן זיינע ווארימע מוסר שמוסן פאר די תלמידי הישיבה, ער איז געווען באשאנקן מיט א געוואלדיגע פה מפיק מרגליות וואס האט צוגעצויגן די הערצער פון די צוהערער זיינע ווערטער פלעגן יורד זיין לתוך חדרי בטן און זיינע דיבורים זענען אלץ געזאגט געווארן מיט א געוואלדיגע התרגשות וואס האט גערופן דעם שומע צו התבוננת און חשבון הנפש.

זיינע תלמידים זאגן אז ער פלעגט האבן א צוגעפאסטע שפראך צו יעדן סארט בחור לויט זיין מעמד ומצב און ער האט יעדן תלמיד באיינדרוקט מיט א יראת הכבוד, אזוי האט ער באוויזן צו פאנגן הערצער און אריינלייגן אין זיי תורה, יראה ועבודה, עול מלכות שמים אין מידת טובת.

און נישט נאר די בחורים האט ער אזוי באנימען און אים מעריץ געווען נאר אויך די אנדערע רמי הישיבה וואס זענען אלע געווען גדולי תורה ויראה האבן זיך פאר אים מכניע געווען מיט א שטוינענדע הערצה.

רבי יונה איז געווען אן אמתער עבד ה׳ ועבד עמו ישראל מיט א לויטער ריין הארץ פון גוט׳ס און הייליגקייט האט ער אינוועסטירט אלע זיינע אויסערגעווענליכע כוחת הנפש צו העלפן אנדערע מיט פיזישע חסד און נאך מער מיט זיין גייסטישן כח.

נסתלק בשב״ק פ׳ ויחי ט״ז טבת שנת תשמ״ג ונטמן בבית החיים בק״ק נייטרא מאונט קיסקא.

תורותיו ושיחת מוסר נדפסו בספריו ״דברי יונה״ - ע״י בנו חרגו הרה״ח רבי טובי׳ אביגדור פעלדמאן שליט״א.

בנו חרגו הרה״צ רבי שלמה פעלדמאן זצ״ל, יסד לשמו ולזכרו הישיבה ״תפארת יונה״ לחנך ילדי צאן קדשים בעיר בארא פארק יצ״ו

קדוש ונורא
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג דעצמבער 31, 2017 9:29 am

עס איז ארויסגעקומען דיע וואך שב''ק א הערליכע גליון לכבוד די הילולא
א גליון מוגדל "דברי יונה" מיט סיפורי ועניים ועוד.

מען קען עס באקומען אויף לדעת
אדער שיקן א אימעל צו
YIDEL425@gmail.com
אדער cheskel521@gmail.com

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:25 pm

עס קומט ארויס יעדע וואך א גליון ״דברי יונה״ נאר די וואך לרגל ההילולא איז עס א גליון מוגדל.

איך זעה איר האט שייכות דערמיט, איז דאס פרישע תורת יעדע וואך אדער נאר גענומען פונעם ספר?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:28 pm

רבניש האט געשריבן: ...................בנו חרגו הרה״צ רבי שלמה פעלדמאן זצ״ל, יסד לשמו ולזכרו הישיבה ״תפארת יונה״ לחנך ילדי צאן קדשים בעיר בארא פארק יצ״ו

תפארת יונה איז נישט קיין ישיבה עס איז א ת"ת חוץ מסדרי החדרים

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג דעצמבער 31, 2017 1:04 pm

קיקיון האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן: ...................בנו חרגו הרה״צ רבי שלמה פעלדמאן זצ״ל, יסד לשמו ולזכרו הישיבה ״תפארת יונה״ לחנך ילדי צאן קדשים בעיר בארא פארק יצ״ו

תפארת יונה איז נישט קיין ישיבה עס איז א ת"ת חוץ מסדרי החדרים

אלע ווייסן מיר וואס ״תפארת יונה״ איז, וואס איז די פונקטליכע חילוק צווישן ניצן דעם ווארט ת״ת אדער ישיבה.?

ישראל אברהם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 10:05 pm

רבי יונה פארסט.jpg
רבי יונה פארסט.jpg (57.97 KiB) געזעהן 308 מאל
מצבת קבורת ר' יונה.jpg
מצבת קבורת ר' יונה.jpg (95.31 KiB) געזעהן 308 מאל

ישראל אברהם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » מוצ"ש ינואר 13, 2018 12:09 pm

רבניש האט געשריבן:[align=center] (ער האט אויפגעצויגן זיין ווייב׳ס קינדער)

יישר כח, אבער דער פרט איז נישט ריכטיג.

קדוש ונורא
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג ינואר 14, 2018 10:03 pm

די גליון איז פון ביידע חלקים.

מען ארבעט יעצט אויף ספר דברי יונה חלק שלישי

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:39 pm

הגה״צ רבי יונה זצ״ל - ביי די חתונה פון הנגיד משה שמואל זופניק נ״י (האט ער געלערנט אין נייטרא? ווי איז דער נייטרא מוזעאום?)
צוגעלייגטע
IMG_3864.JPG
IMG_3864.JPG (126.55 KiB) געזעהן 127 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:42 pm

התלהבות׳דיגע ריקוד מיט א תלמיד
צוגעלייגטע
IMG_3865.JPG
IMG_3865.JPG (294.04 KiB) געזעהן 124 מאל

ישראל אברהם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » זונטאג ינואר 21, 2018 1:03 pm

אוי ווער קען ברענגען נאך בילדער?

קדוש ונורא
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג ינואר 21, 2018 5:39 pm

רבניש האט געשריבן:הגה״צ רבי יונה זצ״ל - ביי די חתונה פון הנגיד משה שמואל זופניק נ״י (האט ער געלערנט אין נייטרא? ווי איז דער נייטרא מוזעאום?)


יא ער האט געלערנט און נייטרא ישיבה

שיר דברי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

תגובהדורך שיר דברי » זונטאג ינואר 21, 2018 11:55 pm

רבניש האט געשריבן:הגה״צ רבי יונה זצ״ל - ביי די חתונה פון הנגיד משה שמואל זופניק נ״י (האט ער געלערנט אין נייטרא? ווי איז דער נייטרא מוזעאום?)

דער בחור מיט די הויכע ביבער הוט אונטער די חתן קוקט אויס צי זיין הרה״צ אלי׳ יצחק ווייסמאנדעל שליט״א


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פסיקתא און 16 געסט