אייער עקפיריענס ביים אתרוג קויפן, און וויפיל האט איר באצאהלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 2:10 pm

פארשריבן האט געשריבן:איר זאלט מיר אנטשולדיגן, אבער איר ווייסט נישט וואס איר רעדט.
פרעגט איבער אייער דיין.
עפ"י הלכה איז בכלל נישט קיין ענין גידול, אדרבה קוקט אריין אין שו"ע, ס'ווערט נאר דערמאנט געציילטע זאכן וואס זענען נישט אזוי ווייט שכיח ביי די אתרוגים וואס מ'ברענגט אונז, ווי עגול ככדור, און נאך.
די ערשטע הידור עפ"י הלכה ביי אונז איז, ס'זאל נישט זיין גרין!.
ס'איז א אפענע מחבר וואס ווייניג ווייסן דערפון: הירוק כעשבי השדה פסול!.


איימסארי, איר האט געפאסט היינט? איך אויך!

קאן זיין איר זענט גערעכט, ס'איז מיר נאך נישט אויסגעקומען קיין שאלה בנוגע גרין, ווייל געווענליך א ירוק ככרתי נעם איך ניטאמאל, איך האב געמיינט לגבי די בלאט פלעקן פינטלעך חגורות בליטות וכו'

יעצט ביטע פאסט אויס און נאכדעם ענטפער...
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 4:19 pm

איינגעהאנדלט א קוקי מ'קויל, נאבעלער גידול, יאנעווע אנע פוטער, פאר'ן פרייז פון צוויי מאות.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 6:02 pm

ווי טרעפט איר נקי מכל'ס פאר זעכע פרייזן? איר קוקט מיט בריל'ן פון דערווייטענס הא? איך בין געגאנן צו עטליכע סוחרים ביז כ'האב געזען אז פאר נקי מכל דארף מען ארויס גיין נקי... חוץ איין פיצי גרינע אתרוג האביך געקענט האבן פאר $250 האביך ניש געוואלט ס'איז צו פיצי געווען קוים א געשטעל האט ער געהאט.

למעשה האביך געקויפט פאר 225 ער האט ממש לעבן די מקום הפיטום א קליינע מערקבארע בלאט פלעק, חוץ דעם איז ער זויבער, א שיינע געשטעל, די קאליר איז געל-גרין, (שטארק געל גלייך איך נישט), מיט א גארטל וכו'. ב"ה פארדעם.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 7:01 pm

יאך האב געכאפט א מציאה מיט פראטעקציע...

אבער די יודעי דבר זאגן בכלל אז באנונז אין שטעטל לויפן די פרייזן נידעריגער ווי אין די סיטי.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 9:32 pm

לאמיר אייך זאגן מיין עקספיריענס...

יעדן יאר פלעג איך קויפן איידער יום כיפור, צו זיין זיכער און רואיג אז איך האב עס שוין... מה עשה הקדוש ברוך הוא? - יעדן יאר האב איך באמערקט אז ביז סוכות איז שוין דער אתרוג משנה צורה; אויב איז עס א גרינער אתרוג קומען אפיר פינטלעך וואס מען האט נישט געזען צוליב די גרינקייט, ווידער אויב איז עס געל, איז עס שוין די צווייטע טאג סוכות עטוואס ברוינליך...

האמיר זיך מיישב געווען אז מיר וועלן קויפן אונזער אתרוג מוצאי יום כיפור. בערך צוויי שעה נאכן זמן האב איך ערשיינט ביים אתרוג סוחר, געבעטן א שיינעם אתרוג, באקומען א יופי פון א זאך ביז פופצן מינוט פאר 175 - א זאך וואס וואלט מסתמא ווערד געווען 300. עס איז ממש נישט צום גלויבן, דער גידול, די ריינקייט, הערליך שיין.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז דאס הארץ זאל אויך זיין אזוי ריין.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:20 pm

זאגט מיר איינער אז עס לוינט צו כאפן א שפאציר אפילו ביז בארא פארק.

א סוחר אין ב"פ האט אים פארקויפט א הערליכע אתרוג פאר נישטיגע 120, און דערציילט אז זיין ברודער אין וויליאמסבורג וואלט גערעכנט דערפאר 250, ווייל אין וויליאמסבורג לויפן די פרייזן דאפעלט ווי אין ב"פ.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:48 pm

איך האב היי יאר (עקטועלי לעצטע יאר) געקויפט אין בארא פארק תרוג א שיינער פאר 125 דאלאר, אין ווילי וואלט עס געקאסט זיכער 2 - 225
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 12:13 am

וואס איז פשט אינדעם? אין ווימ"ס אידא מער עשירים? צו מען לאט זיך גרינגער קאסטן פאר א מצוה?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 1:16 am

נאכן אפזיצן ביים ערשטן סוחר, וואס מער וואו 1 שיינע אתרוג (גידול) האטער נישט געקענט אהערשטעלן, האבעך מיך געלאזט צום צווייטן, און אויך ער האט נישט געהאט עפעס מעידזשער, ווען ער האט שוין יא באוויזן אהערצושטעלן א שיינס, האטעס אויך געהאט א פלעק'ל דא דארט, און פאר אזא אתרוג בינעך נישט גרייט געווען צו צאלן די פרייז וואס ער האט געוואלט. (500)

בינעך געגאנגען צום דריטן סוחר, דער האט אהערגעשטעלט הערליכע סחורה, א_וואו ס'דארף צו זיין, אבער ער האט געבעטן גאר גאר הויכע פרייזן. צום מזל איז מיין ברודער אנגעקומען, און מ'האמער באקומען א פיינעם דיעל, 2 הערליכע אתרוגים פאר 900 דאללער, (וואס איז כמעט העלפט פון וויפיל ער האט ארגינעל געוואלט) אריינגערעכענט די דערי לולבים.

מ'רעדט דא פון א יאנעווע, מיט א פיטעם, א הערליכע גידול, און א הערליכע קאליר, גאר שיינע חרוצין ובלוטין, און כמעט ריין. איך האב נאך אזא שיינע אתרוג נישט געהאט, און כאב שוין באצאלט מער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 1:20 am

איך האב שוין צום צווייטען יאר מזל!!

אייביג איז דא א באקס און די זייט וואס אפיציעל איז דאס שוואכע סחורה און אלעס וואס די טרעפסט דארט איז פאר 70 דאלער.

יענע יאר קום איך אריין כ'גיי גלייך צו צום באקס און כ'טראכט ביי מיר אפשר איז איין אתרוג דא באשערט פאר מיר שטייציך אז צענדליגער מענטשן האבען האבען שוין אדורך גענישטערט 7 מאל זיכער צו מאכען אז סאיז נישט דא א שיינע. איך בין מיר אנגעקומען ווי א שיינע יוד איך נעם מיר ארויס א אתרוג פון די באקס און... סאיז געוועהן נקי ממש אפשר א קליינע בלאט פלעק און מיט א פיטום, גיי איך צום מוכר און איך פרעג עהם וויפיל דאס איז (שטייציך נישט ווייזענדיג פון ווי איך האב דאס גענומען) זאגט ער מיר אז דאס גייט דארפען זיין $180 זאגיך עהם אז סאיז פון די באקס דארט און די זייט ער זאגט אז עס איז א מציאה רבה. ער האט עס ממש נישט געקענט גלייבען!! ער זאגט מיר אז מבעט גוט חמשה עשר בשבט באקומט מען א גוטס.....

כמשהו בראשון כך מעשהו בשני' די יאר קום איך מיר נאכאמאל אן ווי א שיינע יודל כ'גיי שטייציך גלייך צו צום באקסל דארטען און דער זייט פארשטיפט אויף די ערד אדורך געזייט 500 מאל דורך הינדערטער מענטשן און איך נעם מיר ארויס אן אתרוג און סאיז טאקע געוועהן איין בלאט פלעק אזוי פונקט אינמיטען אז סהאט ארויס געשיינט אז יעדער האט דאס גלייך ציריקגעלייגט מיט א פיטום, איך מיז ענק זאגען סאיז געוועהן א הערליכע אתרוג, שטייציך איך בין נאכאמאל דאס מאל געגאנגען מיטן זעלבע שפיל און געפרעגט וויפיל דאס איז זאגט ער מיר $130 נישט ווי יענע יאר אבער אויך געוועהן א מורדיגע מציאה סאיז געוועהן אביסל גרין אבער איך האב עס געלייגט צווישען עפלעך און ביז צוויי טעג איז עס געווארען שיין גרין געיל... בקוצר די דיין זאגט אז סאיז א יופי פון א אתרוג....

די אייבערשטער זאל העלפן ווייטער נעקסטע יאר....

בקוצר ארויס פון דארט ביידע יארן מיט $100
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 1:42 am

מיינס איז אויך גרין, דו זאגסט צווישן עפעלעך ווערט עס געל?
זיי בעסער מסביר וואס מען טוט, נאכנישט געהערט פון די עצה קיינמאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 6:41 am

יא געהערט פון די אייצע מען דארף אבער וויסן וואס מע'טוט. ס'קען זייער גרינג ווערן ברוין, און/אדער די פיטום זאל אראפפאלן דורך די עפעל געלייכאטץ.

אז די רעדטס פון די באקס.. נעכטן האביך געקוקט סתם פאר אונטערסאנטקייט, ס'איז דא אסאך שיינע סחורה דארט דער סוחר האט לכאורה פשוט נישט געהאט די צייט עס צו דורקוקן און סארטירטן.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 8:26 am

איך האב גענימען א שיסעל מיט 6 עפלעך, און איך האב אויסגעלייגט די עפלעך אינעווענדיג, שפעטער האב איך ארויף געלייגט די אתרוג אונדערמיט און געלאזט שטיין, סנישט געווארען קיין טראפ ברוין, סהאט נישט באקומען קיין שמעק, די פיטום איז געבליבען גאנץ ב"ה, און די אתרוג האט באקומען זיין קאליר,

און איך מיין אז צו טוישען קאלירען קענסטו עס לייגען אויף א ווארעמע פלאץ, כך שמעתי.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 10:17 am

יא לאזי די פיטום אין די עיקוץ קענען אראפ קימען

געקויפט ווי איעדעס יאר ביים סוחר וואס די אתרוג, נישט די באקס , איז געפרייזט

געצאלט 150

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 10:35 am

א נישקשה הונדערט פופציג, ב"ה א הערליכער אתרוג!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 10:44 am

קהת האט געשריבן:איך האב גענימען א שיסעל מיט 6 עפלעך, און איך האב אויסגעלייגט די עפלעך אינעווענדיג, שפעטער האב איך ארויף געלייגט די אתרוג אונדערמיט און געלאזט שטיין, סנישט געווארען קיין טראפ ברוין, סהאט נישט באקומען קיין שמעק, די פיטום איז געבליבען גאנץ ב"ה, און די אתרוג האט באקומען זיין קאליר,

און איך מיין אז צו טוישען קאלירען קענסטו עס לייגען אויף א ווארעמע פלאץ, כך שמעתי.

וואסערע סארט עפעלעך, גרינע, קארטלענד, רעד-דעלישעס, מעקינטאש אדער ווינדאס..?

די ברוינע וואטע מאכט עס נישט געל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 10:54 am

וויכי אדדרעסס ביטע
נישט געואוסט אז עשירים זענען אויך שרייבערס ביינונז דא...

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 11:07 am

שוועמל האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:איך האב גענימען א שיסעל מיט 6 עפלעך, און איך האב אויסגעלייגט די עפלעך אינעווענדיג, שפעטער האב איך ארויף געלייגט די אתרוג אונדערמיט און געלאזט שטיין, סנישט געווארען קיין טראפ ברוין, סהאט נישט באקומען קיין שמעק, די פיטום איז געבליבען גאנץ ב"ה, און די אתרוג האט באקומען זיין קאליר,

און איך מיין אז צו טוישען קאלירען קענסטו עס לייגען אויף א ווארעמע פלאץ, כך שמעתי.

וואסערע סארט עפעלעך, גרינע, קארטלענד, רעד-דעלישעס, מעקינטאש אדער ווינדאס..?

די ברוינע וואטע מאכט עס נישט געל?


איך האב פערצופאל גענומען 5 גרינע און איין קארטלענד ווייל דעיס האב איך געהאט.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 12:12 pm

אלף בית האט געשריבן:יעצט איבער מיין אתרוג פון תשע"א, געקויפט א יאנעווע געלע אתרוג (כבר כתבתי אז איך בין זייער מקפיד אויף געהל) דער גודל איז שיין (אויבן איז עס אויף איין זייט אביסל דיקער), מיט איין קליינע ברוינע פינטעל וואס איז ניטאמאל נראה לעינים, אבער חוץ מזה איז עס אינגאנצן זויבער. (גענומען אן א פיטום משום מעשה שהיה)
א לולב האב איך גענומען א קאליפארניע דערי לולב. לאנג ווי דער גלות. גאנץ דיק (פאר א קאליפארניע'ר לולב), מיט צוויי תיומות ביידע גוט פארמאכט.
געצאלט $300

א בילד פון מיין אתרוג
צוגעלייגטע
אתרוג.jpg
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 12:16 pm

און פון ווי האסטו גענומען די טישטוך?

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 12:18 pm

כא כא

(די בילד האבעך גענומען ערב יוה"ק מיטן געדעקטען טיש)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 2:52 pm

פארשריבן האט געשריבן:די ערשטע הידור עפ"י הלכה ביי אונז איז, ס'זאל נישט זיין גרין!.
ס'איז א אפענע מחבר וואס ווייניג ווייסן דערפון: הירוק כעשבי השדה פסול!.


איז דאס ירוק ככרתי?

דאס איז מיין יאנוב'ע אתרוג.
דערווייל האב איך עס געשטעלט אויפן פריזשידירעיטער אינאיינעם מיט די אוועקאדויס זאל רייף ווערן.

מיין מאראקאנער איז צו שיין צו לייגן דא א בילד.
צוגעלייגטע
yanev-esrog.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 3:09 pm

וואס ירוק ככרתי??!

דאס איז א הערליך כשר קאליר




אפילו דאס הייסט נישט כרתי
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 3:50 pm

ב"ה געטראפן דאס יאר א שיינע מהודר'דיגע יאנווא אתרוג, חוץ א מייקראסקאפישע פינטל אויבן וואס אפילו מיט א לופ דארף מען עס זיכן, און א קליינע לייכטע בלאט פלעק וואס איז זייער ווייט פון נראה לעינים, פאר $200 און צוגעצאלט פאר א מהודר'דיגע דערי לולב $30

ס"ה
אתרוג מהודר
לולב מהודר
הדסים מהודרים
$230.

פאריאר האב איך געצאלט טייערער.



די בילד איז נישט קלאר, מ'קען נאר זעהן די גידול
צוגעלייגטע
IMG_9385.JPG
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 3:58 pm

לדעתי איז אתרוגים זייער א קאפ-פארדרייעניש ביזנעס צוליב די לאפ-פארקוקענדע און טוט-פיק-אנגעוואפענדע אידעלעך וואס דרייען זיך פון סוחר צו סוחר און פסל'ען איינס נאכן צווייטן אחוץ פון סקרוען און באלמוטשן דעם סוחר מיט נודנע סטיל פראגעס, אטא די אביוזן די מארקעט אזש אז עס צווינגט צו הייבן פרייזן צו באלאנסירן די סטעף און די שאדענס.
איך האלט אז די סוחרים וואלטן געדארפט האבן עקסטערע שטיבער מיט הימעל-פרייזן פאר די וואס ענשויען עס און וויילן 50 שעה דארטן ולמעלה.... און ס'איבעריגע עולם זאל נישט דארפן זיי אויסצאלן.
איך נאר אויס יעדן און שטעל ארויף א צעטל אויף מיין אתרוג באקס 750.00 און דאדורך באקום איך שישי סוכות איבעראל
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 16 געסט