א טאטע ביים שבת טיש / טאג ביך – שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער, איך_הער

א טאטע ביים שבת טיש / טאג ביך – שאץ מאץ

הודעהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 09, 2009 5:54 pm

א טאטע ביים שבת טיש / טאג ביך – שאץ מאץ

אקעי, אקעי, אקעי, איך הער מיט איינמאל אויך....

דא נישט ווייט אינעם אשכול פון לאחיו יאמר חזק האט איינער אויפגעברענגט די טעמע פון שבת טישן צווישן טאטע'ס אין קינדער, און עטליכע שרייען דארט שאץ! שאץ!, נעם א שטעלונג, שאץ הייב אן מיט אן ארטיקל, שרייב שרייב....,

איך הער! איך הער!

רבו עלי חבירי איך זאל שרייבן אן ארטיקל כאטש איך האב אינגאנצן נישט געקלערט צו שרייבן איבער דעי נושא און אפי' נישט צו שרייבן בכלל, אבער אז דערוילעם וויל הערן וועל איך שרייבן, בכלל האב איך לעצטנס געקלערט אז דער עולם איז מער נישט נייגעריג אויף מיינע ווערק, איך שפיר עפעס נישט די אינטרעסע פונעם ציבור, די צפיות, די תגובות, גיבט מיט אזא געפיל ווי איינער זאגט זיי שוין שטיל דארט!!!
קען זיין ס'איז סתם א דמיון.... כ'ווייס נישט...

איך האב באמת געהאלטן נאך מיין פארהער ארטיקל אז איך גיי מאכן א סיום אויף די טאג ביכער, הדרן עלך ודעתן עלך טאג ביך לא תנשי וכו' וכו', און פארטיג,
אבער ווען מ'רעדט פון שבת איז די מעשה אנדערשט, ביי שבת לייג איך אלע חשבונות אין די זייט, היות איך האלט מיך א שטיקל מחותן מיטן שבת, איך פלאן ארויס צו געבן א ספר אויף עניני שבת (פרעג נישט קיין דעטאלן ס'איז נאך א סוד...), ממילא ווען ס'קומט צו רעדן פון שבת אינטרעסירט מיך נישט קוק יא קוק נישט, מגיב יא מגיב נישט, איך שרייב און פארטיג.

א טאטע ביים שבת טיש!!!

לאמיר צוטיילן די ווערטער,
א טאטע,
און א שבת טיש,
קודם דארף מען זיין א טאטע, און דערנאך דארף זיין א שבת טיש....

וויאזוי איז מען א טאטע?, דאס פארדינט זיך א באזונדערע ארטיקל (איך פלאן אפשר, ווייטער פלאנט ער...., טו שוין למעשה..., צו שרייבן אן ארטיקל חינוך מהו, אזוי ווי שלום בית מהו) מבואר בארוכות וואס דאס מיינט א טאטע, ווייל א טאטע איז נישט דער וואס די העכסטע געוואקסן אין שטוב אדער דער וואס האט די שטערקסטע מוסקלען..., א טאטע מיינט א טאטע, א טאטע פון קינדער.... וכו' וכו',
ואם תמצא לומר אז א גאנצע וואך איז נישטא אפי' קיין צייט צו זיין א טאטע, (ער אידאך פארנומען מיטן בלעקבערי...) דא קומט די צווייטע ווארט פון אונזער קעפל "שבת טיש",

ס'טייטש אזוי, מיין קעפל איז א קושיא מיט א תירוץ, די קושיא איז, א טאטע?!!!!!,
די תירוץ איז "ביים שבת טיש", אז דו ווילסט זיין א טאטע קענסטו זיין א טאטע, וויאזוי? דורך דעם שבת טיש.
(א לומדות פון א קעפל, ניין?)

צדיקים טייטשן לעשות את השבת לדורותם, שבת קען מען מאכן דורות, דער שבת האט א כח צו מאכן דעם קשר פון א טאטן צו א קינד, גאנץ א פיין ווארט, ניין?, מ'קען אבער צולייגן א שטיקל קנייטש צום ווארט, אין דעם זעלבן פסוק פאר לעשות את השבת שטייט ושמרו בני ישראל את השבת, ושמרו איז א לשון פון ווארטן אזוי ווי ואביו שמר את הדבר, זאגן צדיקים ושמרו בני ישראל זאלסט ווארטן און ארויס קוקן אויפן שבת מיט א האף און א בענקעניש,
קומט אויס לפי זה אזוי, אויב ווילסטו מקיים זיין דעם לעשות את השבת "לדורותם" זיין א טאטע פאר קינדער דורך די שבת טישן, מוז זיין "ושמרו", מ'מוז ארויס קוקן און ווארטן אויפן שבת, מתי יבא לידי ואקיימנה, נישט אנעמען די שבת'דיגע סעדות לעול ולמשא, נאר עס האלטן פאר א געשמאקע און בא'טעמט'ע עסק.

אקעי, מ'וואַרט, ס'איז שוין מיטוואך מ'זאגט שוין דעם קליינעם לכו נרננה (ביים יום רביעי) דער שבת באָבּלט שוין, איצט וואס זענען די הדרכות וואס מ'דארף וויסן בעפאר שבת,
ראשית וואלט איך געלייגט א שטארקע דגוש בכל חומר הדין אויפן שלאפן פרייטאג נאכמיטאג...., ס'איז קלאר אזוי געוועהן דער מנהג ביי צדיקים, ביי חסידים, און ביי אלע אונזערע זיידעס, אז פרייטאג נאכמיטאג האט מען זיך אראפגעלייגט, דער מנח"א אין דברי תורה ברענגט בשם צדיקים (המגיד ממעזריטש) אז זיי האבן זיך געווינדערט אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין די תורה אלס א מצות עשה מן התורה דאס שלאפן פרייטאג נאכמיטאג, ער איז מאריך צו ס'האט א מקור צו נישט, אבער דאס איז א קלארע הוכחה אויב מ'קען אפי' זאגן אזא זאך מיינט דאס זיכער אז ס'איז באמת א מנהג קדוש, די גרעסטע ראי' אז ס'איז וויכטיג ווייל מ'זעהט די מעשה היצר וואס לאזט נישט שלאפן פרייטאג נאכמיטאג, אייביג לאזט ער שלאפן וויפיל מ'וויל נאר פרייטאג נאכמיטאג נישט....

איך מוז זאגן אז דאהי אין אמעריקא איז דער מנהג קדוש שטארק נאכגעלאזט, ווייל אין אלע אנדערע מדינות אין א"י אדער אין אייראפא איז דאס געבליבן א שטארקע זאך, און מ'האלט דאס אן בתוקף עוז, בכלל אין א"י איז דער ערב שבת חצות א דעד ליין פאר אסאך מלאכות ביי זייער אסאך אידן, דאהי איז דאס ענין פון ערב שבת חצות אינגאנצן נישט קיין מציאות.

איך זעה איצט אין די זומער חדשים דער עולם קומט צו קבלת שבת האלב טויט און האלב לעבעדיג, אין די צייט וואס איך ווייס קלאר אז רוב פון די האלב טויטע אידן האבן געהאט גענוג צייט צו שלאפן פרייטאג נאכמיטאג,

דאס איז לכאורה די גרעסטע שטער, פאר א נארמאלע שבת טיש, אז דער טאטע איז מיד..... איז ער נישט קיין טאטע, הייבט זיך נישט אן אונזער גאנצע קעפל "א טאטע ביים שבת טיש" ס'איז אפשר א שבת טיש ס'איז אבער נישט "א טאטע", אז מ'איז מיד איז מען נערוועז, אז מ'איז מיד האט מען נישט קיין געדולד, און די גאנצע טיש איז עפעס א נערווירנדע עסק, (שמעתי פון גאב"ד וויען שליט"א אז זיין טאטע דער סאמבעטהעלי רב זצ"ל פלעגט זיך לייגן יעדן פרייטאג נאכמיטאג כדי צו האבן דעם קלארן קאפ צום שבת טיש, אויב אין די ווינטער פרייטאג'ס איז נישט געוועהן קיין צייט, האט ער זיך אראפ געלייגט נאכן דאווענען קבלת שבת פאר א האלבע שעה).

רבותי שלאפטס!!!!!!!!, וועקט'ס ענק נישט אויף!!!!!,
(לכה"פ א שעה צוויי)

איצט ביסטו שוין אויסגעריהט, האסטו שוין געדולד צו גיין אין ביהמ"ד, דו ביסט נישט נערוועז אויף'ן קבלת שבת בעל תפלה, (אהא! לכבוד עצמו הוא דורש.... דער שאץ איז פשוט אנגעצויגן פון די פסקים וואס דערוילעם האקט אין אים אריין נאך זיין אויסגעצויגענע קבלת שבת ביים ברעטל.....) מ'האט געדולד צו די קינדער, דער בלעקבערי איז אויסגעלאשן, מ'קען זיך אומקוקן וויאזוי די קינדער זעהן אויס, ווייל אגאנצע וואך ווען זיי רעדן צו דיר קוקט מען דאך נאר אראפ צום מאשין, איצט קען מען זיי קוקן גלייך אין פנים.....

א וויכטיגע זאך אינעם חלק ושמרו צווישן די הכנות פאר שבת, איז דער "טועמיה'" וואס דער טועם זיין מאכלים איז א שטארקע הכנה פארן טאטן צום שבת טיש, אויסער דעם וואס טועמי' איז א גרויס ענין כמבואר בספרים, איז דאס מסגול צו זיין זאט און רואיג, די חשבון איז פשוט, ווייל אין א געווענדליכע וואכן טאג עסט מען עפעס פאר לאנטש און פאר סאפער, אבער פרייטאג איז דער סקעדשול צומישט, אויב איז עס ווינטער עסט מען נישט קיין לאנטש געהעריג און ווען מ'קומט אהיים 7'נע פון שול איז מען גוט הונגעריג, אויב איז עס זומער איז מען שוין טויט הונגעריג, און ווען מ'איז הונגעריג ארבעט נישט די מח נארמאל, ווער רעדט נאך פון האבן געדולד, קומט אויס ביסטו ווייטער נישט קיין טאטע,

מענין לענין, פארשטייט זיך אז ווען מ'עסט יא טועמי'ס זאל מען עסן נאר אזעלכע זאכן וואס שלעפט נישט אראפ דעם מענטש צו מאכן מיד, די מציאות איז אז סטארטש שלעפט אראפ דעם מענטש (מיר וועלן רעדן פון דעם שפעטער) דעריבער איז קוגל מיט פערפל נישט קיין מסוגל'דיגע מאכל פאר טועמי', דאס בעסטע וואלט געוועהן א שטיקל פיש, אדער א טעלער זופ און פלייש, ס'מאכט זאט, און ס'שלעפט נישט אראפ דעם מענטש צו א מידעקייט,
הגה: וכן אני נוהג.

כדי א טאטע זאל שפירן א טעם אין שבת, קען מען טון קלייניקייטן וואס דאס מאכט א מענשט זאל פילן ער האט א שייכות צום שבת, ס'איז דא זייער אסאך מענטשן וואס שפירן אז דער שבת רעדט נישט צו זיי, זיי שפירן אז ס'איז עפעס נישט מער ווי סתם א וואכן טאג, טייערע חבירים מ'קען שפירן קדושת שבת מיט ממש קלייניקייטן,

א) ווען א מענטש איז מחליט און מקבל אויף זיך צוויי דריי זאכן וואס דאס זאל ווערן זיין אויפגאבע יעדן ערב שבת חק ולא יעבור ביהרג ואל יעבור, וועט ער שוין גלייך שפירן א חילוק, למשל אז מ'איז זיך מקבל יעדן ערב שבת צו מאכן אליין דעם בעט, מסדר זיין די לייט'ס אין הויז, אדער אנגרייטן דעם שבת'דיגן טישטוך וכדומה, זיינע מלאכות מוז אבער זיין די אייגענע פעולה וואס מ'טוט אליין יעדע וואך אן א אויסנאם נישט דורך שלוחים, פונקט ווי א מענטש פילט ווען ער האט עפעס געטון פאר יענעם אז האט ער דורך דעם צו יענעם א קשר, די זעלבע איז ווען מ'טוט אליין עפעס פארן שבת שפירט מען שוין גלייך א קשר מיטן שבת, (ס'איז נישט מדריגות מיר רעדן פון זאכן וואס ברענגט פשוט א לייכטע קשר און א שייכות צום שבת)

ב) "לכבוד שבת קודש", ווען מ'גייט אין גראסערי און מ'פאקט אן דעם וועגעלע מכל טוב, און מ'געט א טראכט אפי' נאר פאר איין סקונדע "לכבוד שבת קודש" שפירט מען גלייך א קשר צום שבת, דער חזון איש האט געזאגט באחרית ימיו אז ער בענקט זיך צוריק צו די צייטן ווען ער האט געקענט אליין גיין איינקויפן לכבוד שבת נישט אזויווי היינט ווען ס'ווערט געטון דורך די שטוב מענטשן, גייסט אריין אין בעקעריי קלויבסט דיר אויס א גלאנציגע שטאקיגע (ראפאגאש) חלה, טראכט ביי דיר ווען דו לייגסט עס אריין אין בעג "לכבוד שבת", איר האט נישט קיין השגה וויפיל אזא קליינע מחשבה'לע ברענגט אריין א שייכות און א קשר מיט א געפיל צום שבת.

פאר די יונגעלייט וואס האבן ליב צו פאטשעקענען אין קאך ביי די טעפ צו צולייגן טעם און צוגעהערן צו מאכלי שבת איז אויך גולטיג די זעלבע זאך, אמת די כוונה איז אז די מאכל זאל זיין גוט און געשמאק, אבער ווען דו גיסט אריין די תבלין צו דעם פעפער טראכט א רגע די איינע ווארט "לכבוד שבת"....

מיט אזא קליינע כוונה באקומט מען א היפשע קשר און א געפיל צום שבת, און נאכדעם וועט שוין דער סעודת שבת זיין נאנטער צו דיין הארץ, אז מ'ווערט א שטיקל מחותן מיטן שבת וועט דער סעודה שוין נישט זיין קיין פלעינע וואכעדיגע סאפער, (איך געדענק אז איינמאל אונטערוועגנס אין אויסלאנד בין איך געגאנגען איינקויפן אין א קלאוס-אט סטאר מיט די אידענע, האמיר געטראפן אזעלכע קליינע זיסע טעלער'לע פון גלאז מיט אזא שפיץ, מ'האמיר גלייך מחליט געוועהן אז דאס איז א שיינע איידיע פאר די דיפס און כריין שבת ביים טיש, (מיר מאכט אלץ נערוועז די פלעסטיק קאנטעינער'ס אויפן טיש, ס'איז נישט בעל הבית'יש און בכבוד'דיג די ליביגע פלעסטיק קאנטעינערס וואס ליגט אלץ אין גראסערי, ביז היינט פלעג איך אריבער גיסן די אינהאלט אין טעלער'ס) אמור ועושה האמיר אפגעקויפט אפאר שטיק פאר א שיבוש, גלייבט מיר די נייע טעלער האט מיר פשוט אריין געברענגט א פרישן טעם אין מיין סעודת שבת, איך האב געפילט איך האב מוסיף געוועהן צום שבת).

מ'מוז נישט זיין קיין קאזניצער מגיד צו שפירן א טעם אין שבת, יעדע פשוט'ע איד קען שפירן אפי' א קליינע חילוק פון שבת ביז דערוואכן, דורך די אויבנדערמאנטע און אזעלכע ענדליכע פעולות, טעמו וראו כי טוב,

דאס איז די הקדמה צו זיין "א טאטע ביים שבת טיש", ווייל אן האבן ביי זיך דעם חילוק פון שבת ביז דערוואכן ביסטו סתם "א טאטע ביים טיש", דאס ווארט "שבת" קענסטו ארויס נעמען...,

ווען מ'רעדט פון זיין א טאטע ביים שבת איז איז באמת שווער צו געבן כלליות'דיגע כללים פארן יעדן טאטן באזונדער, ווייל יעדנס קינדער זענען אנדערשט, (זיי געראטן דאך אין איינעם... ניין?) איינעמס קינדער זענען רואיגע און געלאסענע, ווידער א צווייטנס קינדער זענען ווילדע און נישט איינזיצעדיג, דעריבער איז באמת נישט שייך צו עצה'נען דעם ווילדן שטוב די זעלבע ווי דער געלאסענע שטוב, אונז וועל מיר פראבירן אראפ צו שטעלן בלויז אזעלכע יסודות וואס זענען שוה לכל נפש.

אסאך טאטע'ס (ווי אויך מאמע'ס) האבן א פרעשור פון די שבת טיש, ווייל זיי שפירן אז דער טיש ארבעט זיך נישט אויס ווי זיי ווילן, זיי זענען געוואוינט פון זייער יוגנט עכ"פ אזוי זעהט ער אויף די אלע געמאלענע בילדער פון די קינדער ביכלעך און פון די בילדער וואס די קינדער ברענגען אהיים פון חדר וואס מאלן אראפ א שבת טיש ווי אלע קינדער זיצן שיין ביין טיש, און דער טאטע אויבן אן, און אלע מאכלים זענען מסודר אויפן טיש, ביז דערוויל זעהט ער ביי זיך אז זיין שבת טיש איז עפעס נישט אזוי ווי די בילדער, די קינדער לויפן אים ארום, דער טיש איז נישט מסודר, ס'גיסט זיך, ס'דרייט זיך, אז ער וויל זאגן א תורה זענען אים די קינדער נישט אינטרעסירט, ווערן מאנכע טאטע'ס צובראכן דערפון הלמאי וואס איז מיין פראבלעם, פארוואס זעהט נישט אויס מיין שבת טיש ווי דער פיקטשער?,

טייערע טאטע'ס! מ'דארף נישט זיין געקלאפט, די קינדער וועלן ווערן אביסל עלטער זעצן זיי זיך אראפ און ווערן אביסל געלאסענער אלעס קען זיין מסודר, אבער אן א פרעשור, ווייל אז נישט וועלן זיי געדענקען די שבת טישן פאר א פרעשור'דיגע מצב,
ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז א טיש דארף זיין וויאזוי דו האסט דיך מצייר געוועהן, א שבת טיש דארף זיין א געשמאקע אנגענעמע סביבה פאר די טאטע, מאמע, און אלע קינדער אין יעדן עלטער צוגלייך, אמאל איז עס דורך זמירות, דורך דברי תורה, דורך מעשיות, דורך משלים, אדער דורך סתם שמועסן, אפי' שמוסערייען פון הבלים, (ווי מיר וועלן דאס מבאר זיין במשך דעם ארטיקל)

צום איבערקער פון א שבת טיש וואלט איך געזאגט א מאדנע זאך, (איך האף אז די ווייבער ליינען נישט די ארטיקל) א פלעסטיק קאפ מיט א פלעסטיק טעלער אויף א פלעסטיק טישטוך גיסט זיך...., ווידער א גלאזענע טעלער מיט א גלאזענע גלעזל אויף א סחורה'נע טישטוך גיסט זיך נישט.... (חוץ אז דו שטפסט עס אראפ בידים אבער ס'איז לכתחילה נישט אויסגעשטעלט צום אויסגיס) מיין ראט וואלט געוועהן מ'זאל די נארישע פלעסטיק טישטוכער אוועק לייגן, און ניצן גלאזענע כלים צום עסן אויף א סחורה'נע טישטוך, וועט די גאנצע טיש באקומען א נייע צורה....

זמירות שלו עליכם, אשת חיל, אזמר בשבחין, זינגט דאך יעדער וויאזוי זיין טאטע האט געטון, מיט זייערע מנהגים, דאך דארף זיין ראל'ס און געזעצן אין שטוב, אז דו באשטומסט אז דיינע יונגלעך פון כתה ה' און העכער מוזן מיטזינגען דארף דאס זיין א חוב, אבער נישט מיט פרעשור, דער טאטע זאל זינגען גענוג שטארק אז דער קינד זאל ווערן מיטגעשלעפט, איי דו קענסט נישט זינגען, נישט געמאכט, שרייען אגאנצע וואך אויפן גוי קענסט דאך יא?, דאן שריי אויך די זמירות, א טאן ארויף א טאן אראפ נישט קיין חילוק, מאך א גרודער....

קידוש, איז דער קלימאקס פון א קינד'ס קינדער יארן, יעדעס קינד געדענקט אלע זיינע שפעטער יארן זיין טאטנ'ס קידוש, פשוט ווייל ביי קידוש האט מען אים אויסגעלערנט נאך פון קליינערהייט אז מ'דארף זיין שטיל און אויסהערן דעם טאטנ'ס קידוש, קומט אויס אז דער זמן פון קידוש איז א זמן וואס ער איז שטיל, אויב דער טאטע מאכט א דראמאטישע קידוש גייט דאס אריין אין זיינע ביינער, כאפ נישט אפ דעם קידוש (אפי' ביסט זייער הונגעריג) צו אויס די ווערטער אוי זכרון למעעעעעעשה בראאאאאאשית (האב אינזיון וואס שטייט פון אריה"ק אז דאס איז א בקשה אויף א זכרון, יא זכרון איז א וויכטיגע זאך) ברוך אתה השם אוי! מקדיייייייייש הַהַהַהַהַשַשַשַשַשַבָּבָּאאָאָאָאָההתתתת......

בכלל איז א שטארקע ענין צו מאכן קידוש אויף וויין, אסאך פוסקים האלטן אז אונזערע גרעיפ דשוס איז געהעריג מבושל מילא איז דא מיט דעם א פראלבעם מיט קידוש (עכ"פ א הידור מצוה זיכער נישט), די איינע גלעזל וויין שאדט זיכער נישט, ס'איז דא היינט פיל לייכטע וויינען מיט נידריגע פראצענט אלקעהאל מ'קען זיך קלויבן א גוטן וויין וואס אויף דעם זאל מען קידוש מאכן, ס'איז גוט פאר חינוך אז קינדער זעהן ווי דער טאטע מאכט קידוש אויף וויין (וואס נאר דער טאטע טרינקט און נישט זיי ווייל זיי טרינקען נאר גרעיפ דשוס) ס'איז עפעס אזא חשובות וואס קינדער קוקן ארויף, גייי ברענג פון פרידידשער טאטי'ס וויין...
(פונקט היינט אנה לידי, איך האב געטראפן אין ס' ילקוט סופר א מדרש, ששה דברים העושה אותן אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קימת לו לעוה"ב די מד' זאגט איינס פון די זאכן זענען "מקדש על היין בערבי שבתות".... קרן קימת בעוה"ז - ווי שלעכט קען שוין זיין א כוס וויין, אבער והקרן קימת לעוה"ב, דאכט זיך ס'לוינט...)

איך ווייס נישט פארוואס אבער אגאנצע וואך ווען איך וואש מיך די הענט נט"י לייג איך נישט די האנטוך אויף די פלייצע, אבער שבת עפעס אזוי האט איך מיר איינגעפירט מבית אבא אז איך לייג א האנטוך אויף די פלייצע ביים וואשן זיך, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז אזא הנהגה איז עושה רושם אויף די קינדער, איך האב עס הערשט באמערקט ווען איך האב געזעהן אפאר יאר צוריק מיין קליינע 3 יעריגע שלעפט זיך דעם האנטוך אויף די פלייצע און שטופט א בענקל צום סינק זיך צו וואשן פונקט ווי אלע גרויסע, דערנאך האב איך שוין באמערקט ווי אלע גרעסערע זכרים אין די רייע שלעפן זיך אלע האנטוכער אויף די פלייצע אן מאכן דערפון א תורה שלימה, כ'האב הנאה געהאט...., ס'איז גוט, אז ס'טוט זיך, ס'לעבט זיך, ווייל יעדע זאך וואס לעבט זיך און דרייט זיך אין א אידישע שטוב איז גוט פאר חינוך.

מיט די נאסע הענט אין די הייעך שרייט מען הויעך (כאטש אגאנצע וואך זאגט מען שטיל, לכל הפחות שבת זאל מען זיין א חסיד) אשר קדשנו במצותיו וצונו עעעהההההל נטילת ידיייייםם......, נא נא אהא..... נו עה....., מ'וויזט מ'דרייט אהער און אהין, מ'ווינקט מיט די פינגער מ'זאל ברענגען דעם שבת קודש מעסער, אזוי אז ס'זאל זיך פארמערן די נא נא'ס ווי מער, (איך לאך.... ווייל לעצטנס ווען איך וואש מיר פרייטאג צונאכט'ס רופט זיך אן מיין 2 יעריגע קוים וואס ער רעדט נא! נא!, ער ווייסט שוין אויך וואס קומט.....) מיינסט אומזיסט זאגט די וועלט נא מאך המוציא!

מ'שניידט אויף דעם חלה (כמנהג האר"י פאר זיך און די פרוי צוזאמען) דא דארף מען מגלה זיין א סוד, פאר די אלע וואס האבן גרעסערע שטובער און דארפן צומאל מאכן סיי וועלכע הכרזה, אז די בעסטע צייט איז יעצט...., יעדער האט זיך געוואשן מ'ווארט דער טאטע זאל זיי שניידן מוציא'ס און מ'קען נישט אויסרעדן אידאך שטיל...., יעצט קען דער טאטע וואס האט שוין טועם געועהן פונעם מוציא מכריז זיין וואס ער וויל, צו ר"ה ביינאכט אז ער וויל אז יעדער זאל הערן מארגן איז תקיעות שופר 12:30 פונקטליך.... צו סיי וועלכע מעסעדש וואס דער טאטע וויל אז אלע קינדער זאלן הערן אן א אויסנאם קען מען יעצט זאגן, יעצט איז שטיל, יעצט רעדט נישט קיינער אויס, רעד און רוף אויס דיינע ווערטער.
(איינער זאגט מיר אז דער לאנג יעריגע מנהל בית רחל ר' בנימין הערש פלעגט טאקע זאגן די דרשות פאר די מיידלעך צווישן גאל ישראל אין די שמו"ע ווען די מיידלעך קענען נישט רעדן און יעדער איז שטיל אויסצוהערן וואס ער זאגט.... אויב ס'איז אמת, איז עס א בייפאל....)

מ'עסט א כזית חלה לכבוד שבת קודש במשנה לחם וקידוש רבה, דא ווילן מיר מדגיש זיין א הדגשה, איינער האט זיך אפגערעדט אין דעם דערנעבנדע אשכול אז ער ווייסט נישט פארוואס? ווען ער וויל אזוי שטארק פארברענגען ביי די סעודה מיט די קינדער אבער נאך די זופ פאלט ער אריין אין טעללער א מידער,
אהובי ידידי איך האב א עצה פאר אייך און פאר אסאך אנדערע, די פאקט איז אז דער סיסטעם פון אונזערע שבת מאכלים האבן זיך אביסל געטוישט, ס'איז געווארן לעצטנס א גרויסע הרחבה פון כל מיני דיפס, עד כדי כך אז די פיש סוחרים צייגן אן אז דער עולם קויפט ווייניגער פיש ווי אמאל, (אפשר נעמט זיך צום פיש סוחר'ס טאג ביך?....) דער מציאות איז א צו עסן אט די אלע דיפס ניצט מען היפש אסאך חלה, מ'עסט אסאך מער חלה ווי מ'עסט ברויט ביי א געווענדליכע סעודה אינמיטן די וואך, חלה איז א זאך וואס שלעפט מורא'דיג אראפ א מענטש,
לאמיר דאס מסביר זיין לאגיש, (נישט מיט הערשל מייזליש'נס הסבירים וועגן קארב'ס מיט סטארטש) א דאקטער האט מיר אמאל געזאגט ווען ער מיר געוואלט מסביר זיין די חילוק פון האלוויט מיט ווייס ברויט, נעם ביידע ברויטן און לייג עס אריין אין סינק וואס געשעהט, די ווייסע ווערט נאס און ס'ווערט קלעבעדיג און טייגיק, ווידער די האלוויט ווערט צוברעקלט, די זעלבע זאך דארף מען זיך פארשטעלן געשעט אינעווייניג אין קערפער ווען ס'קומט אריין ווייס ברויט ווערט עס נאס און טייגיק ממילא ווערט שווערער פארן גוף דאס מסדר צו זיין, און דער מענטשליכע סיסטעם ארבעט איבערמידלעך דאס צו פארדייען, און אז דער סיסטעם ארבעט שווער ווערט מען שטארק מיד און אראפגעשלעפט.

קומט אויס אז די פיר פינף סלייסעס חלה וואס מ'טינקט ארום די קאלירפולע טעלער'ס דאס שלעפט אראפ דעם מענטש פאר די נאכט, מיר וואלטן געראטן פאר די וואס ווילן זיין געטרייע טאטעס ביים שבת טיש צו עסן ווי ווייניגער חלה, טינק חלה מיט פיש זאפט (עי' מערכת אידישע תאוות) אפאר טינקעס און פארטיג, מ'מוז נישט אויסטריקענען דעם גאנצן זאפט מיט די חלה, גלייבט מיר ס'איז פיל באקוועמער און רואיגער מיט ווייניג חלה בדוק ומנוסה, אויב זעהט מען אז מ'קען זיך ממש נישט איינהאלטן פון טינקען אין די דיפס, זאל מען זעהן אז די פיש זאל זיין גרייט פאר קידוש, ווייל געווענדליך טינקט מען נאר ווילאנג די פיש איז נישטא, איינמאל מ'עסט שוין פיש לאזט מען אפ די געטינקעריי.

געווענדליך אין יעדע אידישע שטוב איז דא קינדער פון אלע עלטער'ס, קליינע, גרעסערע און גאנץ גרויסע, א עצה טובה צו צוטיילן די עטענשאן אין אפאר חלקים, דהיינו נאך די פיש צו אפי' אינמיטן די פיש (געווענדליך ענדיגט דער טאטע עסן בעפאר די אנדערע ווארום ער באקומט דאך די ערשטע) מאכן א שטיקל הפסקה און אפיר נעמען די גאנץ קליינע מיט זייערע שאלות, וועלכע סדרה גייט די וואך?........ וישב, וואס געווענדליך ענדיגט זיך דער צעטל מיט א ניגון, קען מען זינגען דעם ניגון מיט די גאנצע משפחה און ס'איז פרייליך.

מנהג ישראל איז צו זינגען זמירות צווישן דאס עסן, א זמר א מאכל א זמר א מאכל, ביי צדיקים האט מען קודם געגעסן און נאכדעם געזינגען ווייל עסן אליין איז געוועהן ביי זיי אן עבודה, (דיע וואס מאכן נאך צדיקים און עסן קודם און זינגען נאכדעם זאלן ביטע נאכמאכן אויך זייערע תעניתים משבת לשבת) צדיקים פלעגן זאגן אז דאס האט מען ספעציעל אזוי קובע געוועהן א זמר א מאכל א זמר א מאכל כדי די גאנצע עסן זאל באקומען א שבת'דיגן טעם און מ'זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט און אריין געטון אין ס'עסן,

האלט מיר יעצט נאך די פיש, נאכן פארהערן דעם קליינעם מיט זיין שאלה צעטל, מוז מען דאך זינגען א זמר, כדי ס'זאל זיין א זמר א מאכל, קען מען דא זינגען כל מקדש, בדיעבד קען מען יוצא זיין מיטן ניגון פונעם קליינעם'ס שאלה צעטל.....

אריין מיט די זופ, לעצטנס האב איך מחדש געוועהן אזא חידוש, (ס'באלאנגט באמת נישטא נאר ווי דען זאל איך עס שרייבן) ס'איז דא אזא קבלה פונעם שינאווא רב (כך שמעתי פון ר' יענקעלע מפשעווארסק) אז ווען מ'עסט די זופ זאל מען עסן צוזאמען די זוף מיט די באנדלעך מיט א שטיקל חלה ווייל דאס מאכט א צירוף פונעם שם יב"ק וואס איז ר"ת 'יועך 'בעבעלעך 'קויליטש, לעצטנס ווארפט מען מיר אריין אין טעללער קניידלעך, האב איך געטראכט אז דער שם ווערט בשלימות ממש אין טעללער 'יועך 'בעבעלעך 'קניידל...., ודפח"ח.

נאך די זופ קען מען מאכן נאך א שטיקל הפסקה בעפאר די פלייש, די פאקט איז אז ס'איז שוין כמעט נישטא קיין פלאץ פארן פלייש, וואס דאס איז אויך א שטיקל המשכה פון די דיפס, מי אתם מחליף במי, מ'האט אלץ געוויסט און אזוי ליינט מען אפי' אין די מעשה ביכער אז אידן האבן זיך ממש פארשקלאפט אגאנצע וואך כדי צו האבן אויף שבת א שטיקל פלייש, מעג מען היינטיגע צייטן אזוי מזלזל זיין אין פלייש לכבוד שבת אלץ א תוצאה פון אפאר צוריבענע געפעפערטע מרקחת'ן?....
אבער אויב מ'מאכט א שטיקל הפסקה בעפאר די פלייש קען יא געמאלט זיין אז מ'קען נאך אריין שטופן א שטיקל פלייש ענדערשט ווי פלייש גלייך נאך די זופ, יעצט ביי הפסקה ב' קען מען אויסהערן דעם כתה ב' ג' – ה' ח' יונגל זיין תורה לכבוד שבת, ווי אויך קען דער טאטע צולייגן א קוועטש און א קנייטש, יעצט איז די צייט פאר די ביסל גרעסערע ווייל די קליינע זענען שוין יעצט נישט ביים טיש....

בכלל איז א גוטע זאך ווען יעדעס קינד ווייסט ווען זיין צייט איז, משה'לע ווייסט אז צו אים רעדט מען נאך די פיש, יענקי ווייסט אז צו אים רעדט מען נאך כל מקדש, בערי ווייסט אז צו אים רעדט מען נאך די פלייש, און דער בחור ווייסט אז צו אים רעדט מען פארן בענטשן פאר שיר המעלות, קינדער האבן זייער שטארק ליב א סיסטעם ווען אלעס גיייט ווי א זייגער, ס'מאכט א שטארקע חילוק ווען א קינד ווייסט אז יענע אין יענע מינוטין זענען מיינע ומיוחד פאר מיר, אט דעם כלל זאגן שוין חז"ל כל קבוע כמחצה על מחצה, דהיינו אז ס'איז דא א קבועות מיינט דאס אסאך מער ווי ס'איז טאקע.

דאס אזא טאטע דארף זיין גרייט צום שבת טיש איז לית מאן דפליג, די שאלה איז נאר וואס, יעדע טאטע דארף קענען זיינע קינדער וואס זיי האבן ליב און צו דים דארף ער זיך צוגרייטן, ס'איז דא קינדער וואס האבן ליב משלים, ס'איז דא קינדער וואס האבן ליב ווערטלעך, ס'איז דא קינדער וואס האבן אפי' ליב גימטריאות און רמזים, ס'איז היינט דא א אויסוואל פון אלע מיני ספרים מ'קען טרעפן וואס מ'זיכט, ווי אויך איז דא א אוצר מיט גלינונות (אז די האסט עקסעס צו דעם ארטיקל האסט זיכער עסקעס צו די וועכנטילכע גליונות...) ווי יעדע גליון אויף זיין שטייגער האט חידושים,
די מעשה איז נאר אז נישט אייביג מוז מען זאגן, ס'איז דא עלטערן וואס מיינען אז מ'מוז זאגן תורה, ווייל ער הערט פון אלע חינוך דרשות וואס רעדן פון די שבת טישן וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער, און דער טאטע וויל נעבאך אריין לייגן מטיב כוחו ואונו, און צומאל איז דער זמן אדער דאס קינד נישט מוכשר פאר זיין דברי תורה, ער פראבירט אריין צו צווינגען זיין תורה און דאס האט א פארקערטע אפעקט,
(כ'האב אמאל געהערט פון ר' אפרים וואקסמאן א מאמר "קינדער הערן אלעס און זעהן אלעס, כמעט די איינציגסטע זאך וואס זיי הערן נישט איז וואס מ'רעדט צו זיי".......)
ווילסט אריין לייגן אין דיין קינד?, דיין אייגענע ערליכע גוטע התנהגות אין סיי וועלכע מצב וועט סאך מער עושה רושם זיין אויפן קינד, ווי אריין קוועטשט שיינע חת"ס ביים שבת טיש אין א מצב וואס איז ניגוד צו זיין געדולד.

וואס יא, א שיינע מעשה, אדער א שיינע ניגון איז אייביג גאנגבאר, מ'דארף נישט זוכן קיין נייע מעשיות, קליינע קינדער האבן ליב צו הערן אפי' אלטע מעשיות, מיינע קינדער בעטן מיר אייביג טאטי! צייל מיר די מעשה פון די שיסל וואסער....,
חוץ די גרעסער קינדער זיי האבן יא ליב נייע מעשיות, ס'איז דא א סעריע מעשה ביכער וואס הייסט "סיפור לשבת" דאס האט געשריבן יאיר וויינשטאק, עס האלט שוין ביי חלק ז', דארט איז דא זעלטענע אויסוואל פון גוטע אינטרעסאנטע מעשיות באגלייט מיט מינערוויכטיגע פאקטן וואס קען זיין גאר אינטרעסאנט פאר קינדער (צו ליינען סיפור לשבת מוז מען קענען ליינען אביסל העבראיש'ע ווערטער אויך) לעצטנס האט מען איבער געזעצט עטליכע חלקים אויף אידיש מיטן נאמען "בליענדע בלעטער".

אסאך טאטעס ניצן אויס אפאר מינוט פון טיש צו לערנען הל' שבת, זייער א גוטע מנהג, ווייל הלכות איז א דבר השוה לכל נפש, תורות אדער מעשיות איז שווער אראפ צו לייגן מיט די זעלבע שפראך פאר אלע מיני עידשעס, נישט אלעס וואס איז גוט און אינטרעסאנט פאר קליינע איז גוט פארן בר מצוה בחור, ווידער הלכות איז א זאך וואס יעדער דארף און קען וויסן, מ'קען נעמען דעם ס' בית נאמן בישרא' אויף שבת, ס'האט א לייכטע שפראך און מ'קען אפי' פארלערנען פון אינעווייניג, ס'איז הערליך מסודר, אין איין וועגס איז מען מקיים דעם כל השונה הלכות, ווי אויך די גמ' (סוף מגילה) וידבר משה וכו' וכו'.

ווי האלט מען נאר? אה פאר די פלייש, נו א זמר האט מען שוין געזינגען?, וואס קומט יעצט?, מנוחה ושמחה, (כל מקדש האמיר שוין געזינגען פריער, אז נישט לאמיר זינגען יעצט כל מקדש) מ'ברענגט אריין די פלייש מיט די זייטיגע צוגעהערן יעדע איד לויט זיין מנהג, נאך די פלייש, קען מען טיילן גוטע זאכן פאר די קינדער וואס האבן שיין מיטגעזינגען און שיין געזאגט תורה, און רבותי מיר וועלן בענטשן...., נאכן בענטשן קען מען ווידער טיילן גוטע זאכן פאר די קינדער וואס האבן שיין געבענטשט.

א טאטע וואס האט שוין בחורים אין שטוב האט מיר אמאל געפרעגט צו איך האב א עצה פאר אים, היות ער האט שוין בחורים, בדרך כלל די זאכן וואס ער וויל רעדן ביים טיש פאר די קלענער קינדער זענען נישט געמאכט פאר זיי ווייל ער רעדט צו די מער קליינערע קינדער אדער צו די טעכטער, און ער שפירט אז זיי האבן נישט קיין געדולד צום טיש, וואס זאל ער טון?, מיין תשובה איז, ער זאל נאכן בענטשן מאכן א שטיקל באטע פאר די גרויסע יונגלעך און בחורים, מ'געבט פירות מיט ניסלעך און אפי' נאש, און מ'זינגט מ'קען אפי' שמועסן הבלים, דער עיקר איז אז דער אטמאספערע זאל זיין איינגענעם.

ביים ענדיגן שרייבן דעם ארטיקל האב איך באמערט אז אונזער קאלעגע הרב "זיס" האט געשריבן אפאר ווערטער אין זיין אשכול "וויאזוי פירט איר דעם שבת טיש?", וואס ער איז באמת דער מחדש פון שרייבן אין די טעמע, לאמיר ציטירן וואס ער שרייבט כדי צו הערן א שנעלע סך הכל.

הרב זיס שרייבט:
אויב זענען דיינע קינדער קליין, דארפסטו זיך נישט זארגן כי כך דרכה של עולם, עס איז כמעט אוממעגליך צו מאכן א שיינע שבת'דיגע סעודה מיט די קליינטשיגע ארום זיך, האב געדולד ביז זיי וועלן עלטער ווערן און זיי וועלן מיטהאלטן א שיינע שבת'דיגע סעודה, דערווייל פיר עס ווי אזוי עס קומט דיר אויס און מאך נישט קיין עסק דערפון; וואס יא, איך קען דיר געבן עטליכע קליינע עצות:
א) פרייטאג צונאכטס, זעה אז דיינע קליינע (ביז די זעקס יאר) זאלן שלאפן, ווינטער קען מען עס נישט באווייזן, אבער עכ"פ זומער זאלן זיי שלאפן און עס די סעודה צוזאמען מיט דיינע בני-בית רואיגערהייט; ווידער בייטאג אדער אפילו ביינאכט ווען עס איז נישט פאראן די מעגליכקייט אז די קינדער זאלן שלאפן, דאן מאך א שנעלע סעודה... זינג נישט קיין לאנגע ניגונים, זאג א קורץ ווארט, עס אפ און גיי ווייטער, די קינדער דארפן נישט האבן דעם רושם אז א שבת טיש קומט מיט אן איבערקערעניש, מאך עס שנעל און אזוי וועלן עס די קינדער נישט אזוי אויפכאפן... ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועסטו אוטומאטיש פירן לאנגע שיינע שבת'דיגע טישן.

אויב אבער זענען דיינע קינדער שוין יא עלטער, און אפילו הכי קוקט אזוי אויס ביי דיר די שבת'דיגע סעודות, איז דאס לכאורה א דירעקטע תוצאה פון דאס וואס דו שטרעבסט צו פירן שיינע סעודות און דו צווינגסט עס ארויף באופן מסויימת אויף דיין פאמיליע. דאס הייסט אז דיין פלאן איז צו זינגען שיין און אז די משפחה זאל זיך צושטעלן וכו'... איך קען זיך פארשטעלן אז ווען דו זינגסט א שיין שטיקל און דיין דריי יעריג'ס שרייט "מאמי, רוק אריין מיין בענקל", ווערסטו אנגעצויגן אויפן גאנצן ארום און דו קענסט עס נישט פארנעמען, ווייל דו פראבירסט צו האבן א שיינע שבת'דיגע סעודה, און דא צושטערט ער דיינע פלענער...

די עצה דערצו איז, נישט צו שטרעבן אויף גארנישט... זיי נאטראל... אויב דו זעסט פונקט די מצב אז מען קען זינגען, דאס הייסט אז "דו" ביזט אין דעם מצב רוח אז עס וויל זיך אליין זינגען (לאפוקי אז ס'איז דיר פונקט איינגעפאלן ביי קבלת שבת אז דעם ניגון וועל איך אראפלייגן היינט ביי די סעודה), און דו זעסט אז דער רוח אין שטוב לאזט צו אז מען זאל זינגען, דאן זינג כיד ה' הטובה עליך, ווידער אויב ס'קומט אריין א שיין ווארט וואס די קינדער וועלן הנאה האבן, לייג עס אראפ בטוב טעם ודעת און מיט א געשמאק, אבער אויב ביזטו פונקט נישט אין די מאד צו זינגען, ביזט צו באבלאזן, אדער די קינדער שפרינגען ארום און דו זעסט אז דו קענסט נישט, דאן עס אפ און גיי ווייטער...

כללו של דבר: א שבת'דיגע סעודה טאר מען נישט פלאנען... עס דארף קומען פון זיך אליין, און עס מוז נישט אלעמאל זיין די זעלבע... אמאל מאכט זיך א שיינע סעודה פול מיט שירות ותשבחות למלך קל חי וקים, און אמאל איז די גאנצע סעודה א שיינע מעשה פאר די קינדער מיט א מוסר השכל, און אמאל איז עס גארנישט... דער עיקר איז אז עס איז נישט געפלאנט...

איין זאך קען איך דיר מבטיח זיין, אז ווען דו וועסט נישט פלאנען דיין סעודה און דו וועסט זיך לאזן פירן פונעם מצב ארום, וועסטו זען אז דיינע שבת'דיגע סעודות וועלן באקומען א הערליכן גלאנץ וואס דו קענסט זיך נישט פארשטעלן...

עד כאן דברי הרב זיס:

ברוך שכוונתי, דאס איז א קיצור וואס איך שרייב בארוכות......,

שבת בייטאג
ביז איצט האבן מיר בלויז גערעדט פון פרייטאג צונאכטס, שבת בייטאג איז די מעשה גאר אנדערשט, איך זעה אז זייער אסאך מענטשן שפירן אז שבת בייטאג קען מען זיך מער צוברייטערן ווי פרייטאג צונאכט, מענטשן שפירן עפעס אז פרייטאג צונאכטס איז צו א היייליגע טיש צו רעדן נארישקייטן מיט די קינדער, ממילא האלט מען זיך צוריק צו שמועסן צופיל מיט די קינדער, און ווען א קינד זאגט עפעס א איבריג ווארט קוקט מען שטרענג נו!!! שבת ביים טיש????....
ווידער שבת בייטאג פילט מען זיך פריי און באקוועם צו רעדן כל הבא ליד ולפה.

פארוואס איז דאס אזוי?, די פשוט'ע סברא איז ווייל פרייטאג צונאכטס איז דא טישן פון רבי'ס, און דאס איז גורם אז מ'שפירט אז די ליל שבת טישן זענען הייליגע זמנים, ווידער שבת בייטאג איז נישט אויסגעשטעלט צו רבי'שע טישן שפירט זיך עס ווי א מער פשוט'ע טיש, וואס באמת אליבא חז"ל ופוסקים טראגט די בייטאג סעודה אסאך מער חשובות און ווערד, אז מ'דארף איבער לאזן דעם חשוב'ע חלק עסן פאר בייטאג וכדומה.

לדעתי איז דאס נאר א געפיל אן קיין יסוד, דעריבער אויב א מענטש פילט זיך באקוועם שבת בייטאג צו רעדן סיי וואס, מעג ער זיך פילן פונקט אזוי באקוועם פרייטאג צונאכטס צו רעדן און שמועסן מיט זיינע קינדער סיי וועלכע טעמע, פרייטאג צונאכטס איז נישט הייליגער ווי בייטאג, אדער רעדט מען אייביג, אדער רעדט מען קיינמאל נישט (ח"ו רעדן מיט די קינדער דארף מען אלץ...) נישט אז מ'זאל אויסשטעלן דעם טיש לכתחילה צו רעדן הבלים, די נקודה איז אז ס'איז קיין חילוק ביינאכט צו בייטאג, איר פארשטייט?

חוץ ווען דער טאטע שפירט אז פרייטאג צונאכטס זענען אים די קינדער מיד און אויסגעמוטשעט און בייטאג נישט, האמיר דאך שוין געזאגט אויבן אז מ'דארף שלאפן פרייטאג נאכמיטאג קינד און קייט, אבער עכ"ז אז די קינדער זענען קלארער און רואיגער בייטאג, זאל מען צו זיי רעדן בייטאג און לייגן מער דגוש בייטאג.

די מאכלי שבת שאפט א שטיקל פראבלעם צווישן טאטעס אין קינדער ביי די שבת בייטאג סעודה, פרייטאג צונאכט'ס איז געווענדליך סאפער צייט, עסן די קינדער גערן די שבת מאכלים, ווידער בייטאג איז מען נישט אהער און נישט אהין, די סעודה איז בערך 12:30 ווען דאס קינד איז אויפגעשטאנען 8'ע 9'ע בערך, וואס דעמאטץ מוז מען דאך געבן עפעס צו עסן פאר די קינדער פאר פרישטאג, א קינד וואס האט געגעסן געהעריג פרישטאג קען נישט עסן 12:30 חלה, פיש, אייער, טשאלענט, קוגל, ס'גייט נישט בשום אופן, ס'איז דא טאטעס וואס האלטן פאר א חוב קדוש מחנך צו זיין די קינדער צו מאכלי שבת, און שבת צופרי מאכן זיי דאס מיט א געצווינגענקייט אויף זיי, וואס ס'איז קלאר נישט גערעכט, מ'קען נישט צווינגען א קינד וואס איז שוין זאט צו עסן נאך.

וואס יא, אז מ'וויל די קינדער זאל עסן דוקא די סעודה, מוז מען אכט געבן וואס מ'גיבט זיי צופרי, זיי זאלן זיך נישט צופיל אנפאקן מיט אנדערע שווערע מאכלים נאר אביסל לייכטע מאכלים צו שטילן די הונגער און לאזן פלאץ פאר די סעודה,
נאך א עצה, מ'זאל געבן די מאכלי שבת אויף פרישטאג, מ'קען זיי געבן חלה, פיש, אייער, אפי' טשאלענט, צופרי ווען זיי זענען נאך הונגעריג און אזוי וועלן זיי ווויסן אז דאס איז די מאכלי שבת וואס א איד עסט שבת קודש, (איך קען א משפחה וואס גרייט טאקע אן צויי טשאלענט'ס איינס פאר די קינדער צופרי, און איינס פאר די גרויסע צו די סעודה)

מ'קען רעדן ביי די סעודה פון יארצייטן פון די קומענדיגע וואך אדער די געגענט פון א יארצייט, אנדערע לאזן דאס פאר מלוה מלכה, אויך א גוטע מנהג, וואס מ'וואלט געדארפט רעדן דערפון און מאכן א עקסטערע ארטיקל "א טאטע ביי מלוה מלכה", יעדע טאטע קען זיך מאכן צייט צו זיצן מיט זיינע קינדער מוצאי שבת אין די לאנגע ווינטער'ס פארציילן מעשיות, די עיקר פון די אלע זאכן איז צו מאכן א קשר, אויב די קשר איז שמועסן פון נארישע קינדער'ישע זאכן, שמועסט מיט אים זיינע טעמע'ס ווייל ביי אים איז דאס אזוי אינטרעסאנט פונקט ווי ביי דיר די גרויסע וועלטליכע נייעס.

איך מיין אז מ'האמיר שוין גענוג גערעדט, און אויף ביז דערווייל האסט מיר א.....
גוט שבת 30.750 מאל....,
(כמנין שלושים אלפים קערעקטער'ס)
גוט שבת
אוועטער
שאץ מאץ
שר האלפיים
 
הודעות: 2696
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:01 pm
געפינט זיך: איבעראל

Advertisement

הודעהדורך שעפטיל » זונטאג אוגוסט 09, 2009 6:37 pm

שץ: אויף דעם קעמער זאגן איין זאך: יאפס, ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן. די האסט אראפגעלייגט א הערליכע ארבעט, די האסט צופרידן געשטעלט אונזערע געפילן. יעצט קען מען זיך גיין לייגן 'אה, שאץ האט שוין געשריבן דעם אזוי לאנג ערווארטעטן שבת ארטיקל'..
כ'מיין.. וואסארע ווערטער זאל איך דיר עס זאגן..? די ביזט דאך מעכטיג.. די ווייסט ווי גוט די צולייגסט א זאך??? נאכאמאל איך בין נאך אונטערן רושם... קיפ איט אפ!!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטער
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 467
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דצמבר 24, 2007 2:16 pm

הודעהדורך שוועמל » זונטאג אוגוסט 09, 2009 7:52 pm

אהה לכבוד שבת קודש.....

זאג דעם אמת האסטו כאטש איין מאל אינזין געהאט אינמיטן דעם ארטיקל "לכבוד שבת קודש?...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטער
שוועמל
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12806
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2006 7:40 pm
געפינט זיך: גידולו בכל מקום

הודעהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 09, 2009 8:38 pm

במשך די גאנצע ארטיקל האב איך צוגעשאקלט מיטן קאפ, אמאל פון רעכטס צו לינקס און אמאל - א מיעוטא דמיעוטא - פון אויבן אויף אראפ (צב"ש דיין אויפטרעף צוריקצוגיין צו סחורה טישטוכער מיט גלאזערנע כלים, אדער מאכן קידוש דוקא אויף וויין - ניין, איך קען נישט סובל זיין אפילו איין רביעית יין ישן).

דער ארטיקל איז אבער ווערט 5 אזעלכע: ;l;p-
אוועטער
קרעמער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 28243
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 11:34 am

הודעהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 09, 2009 9:46 pm

‫באקומען אין אישי פון מיין לאקאלע רב הרב מביקסאד שליט"א

עס איז דא א נפק"מ סעודתא דחקל תפוחין און עתיקא קדישא, וועגען וואס ביינאכט רעדט מען נישט, עס האט שוין איין מאל א יסוד.‬ ‫דאס איז דאך חסד וגבורה,‬ ‫אזוי פיל מעגסטו וויסן,‬

‫פיש אויף די טיש פאר קידוש כך נהגו בבית האדאס-סאלקא, ויש אולי בזה ענין.‬

‫א זמר א מאכל, איז איבעראל חוץ בשינאווא, סיגעט.‬

לגבי זמירות ליל שב"ק נאך די סעודה איז דא א מקור אין י"ג אורות ביי ר' נפתלי רובין מ'ווישניצא, מה שאמר לו חותנו מ'שינאווא. ווען ער האט אים געפרעגט פארוואס פירסטו זיך נישט צו מאכן א זמר א מאכל א זמר א מאכל, האט ער פארשטאנען פון דעם אז ער וועט שוין קיין רבי נישט זיין עיי"ש,

‬ע"כ דברי הרב

מכאן ואילך אני הקטן

לגבי דעם ענין פון ביינאכט און בייטאג איז ער גערעכט מיט איין נקודה, אבער נישט לויט יעדן, ס'איז דא וואס שרייבן אז ביינאכט איז גאר קעגן אברהם, און בייטאג איז קעגן יצחק, ממילא איז ביינאכט חסד, און בייטאג גבורה.....
אוועטער
שאץ מאץ
שר האלפיים
 
הודעות: 2696
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:01 pm
געפינט זיך: איבעראל

הודעהדורך צו די זאך » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 12:08 am

לגבי דעם פראבלעם פון איינדרימלען,
איך האב מיך יארן לאנג געפלאגט מיט דעם, ביז איך האב אפגעמאכט ס'איז די חלה, (א גאנצע וואך, עס איך האל-וויט ברויט) האב איך מיר אפגעמאכט אז איך עס נישט מער ווי איין סלייס חלה, (כמנהג הרבי'ס ביי די טישן)
ויהי לפלא, אז זייט דעמאלס שפיר איך א מורא'דיגע שינו לטובה, אין איך בין ב"ה וואך א גאנצען סעודה,
און אזוי אויך פאלט אוועק דעי מאגן פראבלעמען פון מוצאי שבת און זונטיג,

במילא איז מיר געווען אינטערסאנט, אז הרב שאץ מאץ, האט צוגעטראפן צום זעלבען עצה,

שני נביאים נתנבאו לדבר אחד.........
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
צו די זאך
שר מאה
 
הודעות: 134
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:12 pm

הודעהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:08 am

שבת קודש... שבת קודש..
גרייטן זיך אידן
צום שבת קודש
מיטן גוף דעם מידן
צןם שבת קודש
יעדער איינער וויל זיין הייליג
אין דעם שבת קודש
יעדער איינער וויל א חלק
אין דעם שבת קודש.

א גרויסע זכי' אן עלי'
שאץ מאץ דער מגיד מיט פיל יגיעה
זאגט אונז אן
פארן שבת קודש
וואס צו טאן
אין דעם שבת קודש
מיטן גאנצן כוח
מיטן גאנצן מוח
פארן שבת שבת

ווי אזוי זיך אנצוגרייטן
צום שבת קודש
ווי זיך צו פירן ווי לייטן
ביי סעודת שבת קודש

דעם ארטיקל דעם געגארטן
אויף וואס יעדער האט געטאן ווארטן
דער חכם און דער בא'נער'טן
לכבוד שבת

דאס צו לייענען טוט אלעמען טויגן
אלע טאטעס לכבוד שבת
האלטן שטענדיג פאר די אויגן
ווי אזוי צו זיין ריכטיג מקדש דעם שבת.
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.
אוועטער
farshlufen
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12964
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נובמבר 16, 2007 8:26 am
געפינט זיך: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

הודעהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:43 am

שאץ'ל אין מילין....
קיין דאנק ווערטער,
אזאנס, מיט אזא קלארקייט שוין לאנג נישט געליינט,
לגבי דיין קאמפלעקס אז דער עולם איז שוין פעד אפ,
איך מיין אז די ביסט חשוב'ער אין גרעסער פין דעם, נישט די צפיות אין נישט די תגובות מאכן אן ארטיקעל מעכטיג, די שריפט איז דער וואס ס'הייבט די ארטיקעל אין איו דעם ביסטו א פרא....
חזק חזק מיר דארפען נאך..
אוועטער
געלעגער
שר תשעת אלפים
 
הודעות: 9718
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2009 4:52 pm

הודעהדורך אייניגע » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 8:35 am

[quote=)

צום איבערקער פון א שבת טיש וואלט איך געזאגט א מאדנע זאך, (איך האף אז די ווייבער ליינען נישט די ארטיקל) א פלעסטיק קאפ מיט א פלעסטיק טעלער אויף א פלעסטיק טישטוך גיסט זיך...., ווידער א גלאזענע טעלער מיט א גלאזענע גלעזל אויף א סחורה'נע טישטוך גיסט זיך נישט.... (חוץ אז דו שטפסט עס אראפ בידים אבער ס'איז לכתחילה נישט אויסגעשטעלט צום אויסגיס) מיין ראט וואלט געוועהן מ'זאל די נארישע פלעסטיק טישטוכער אוועק לייגן, און ניצן גלאזענע כלים צום עסן אויף א סחורה'נע טישטוך, וועט די גאנצע טיש באקומען א נייע צורה....
[/quote]


שאץ מאצער. [מסתמא א קרוב מיט מאכער...] געוואלדיג!!! קראתי ונהנתי. ולא איפליג אלא בחדא. הנ"ל. איך קען עס נישט נעמען אין געדאנק אפי' פאר א הוה אמינא פון א הו"א
סך הכל= יישר כח
אייניגע
שר מאה
 
הודעות: 102
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:49 am
געפינט זיך: ארץ פלסטינה

הודעהדורך איך_הער » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:56 am

שאקעל ישאקעל, כ'שאקל צו, ער זאגט גוט, פארפאלן. פארשידענע זאכן טו איך, פארשידענע נישט, באט מעינלי האסטו עס זייער גוט ארויס געברענגט.

קידוש אויף וויין, (נאר א דריי פראצענטיגע, און קוים דאס גלייך איך, אבער אז ס'איז א מצוה אידעך אנאנדערע מעשה.) האבעך אנגעהויבן נאכן פאריגן פורים.

א פלעסטיק טישטוך אויפן טיש, האבעך נאר די הארטע, און טאקע אויך לכבוד שבת, ווייל דאסיז איז גרינג צו האלטן ריין.

הרב שאץ, אקוראט ווי דער עולם שרייבט דא, דאסיז די 'ארטיקל', די ארטיקל הידועה, אויף וואס מ'האט אזוי לאנג געווארט, עמער פראבירן נאכצומאכן אפאר עצות, און לאמער האפן אז ס'וועט צו העלפן.

יישר כח גדול ונורא.
אוועטער
איך_הער
סעקרעטאר
 
הודעות: 18565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 04, 2006 5:47 pm
געפינט זיך: אין אפיס

הודעהדורך ברוך » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 12:01 pm

גיימער דאס ליינען נאכאמאל!
ברוך
שר חמש מאות
 
הודעות: 591
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2008 3:13 pm
געפינט זיך: וואקאציע

הודעהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 12:12 pm

א הארציגן יישר כוח שאץ פאר דעם הערליכן ארטיקל.
אזוי לעבעדיג און פילפארביג אראפגעלייגט כ'האב פשוט נישט די ווערטער.
נאכאמאל, שכוח.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)
שטארק זיך
שר חמשת אלפים
 
הודעות: 5711
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 7:23 pm
געפינט זיך: וואו דער מח איז

הודעהדורך גראדער » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 12:42 pm

פותחין בכבוד אכסניא, א געוואלדיגער יישר כח שאץ.

לדעתי דארף מען רעדן מיט נר מצוה אז אין יעדן ליכט באקס זאלן זיי אריינלייגן א סעודת שבת מעניועל, דעם ארטיקל, כ'האלט ס'וועט שטארק הייבן זייערע סעילס.

לגבי סחורה'נע טישטוכער און גלאזערנע דישעס, יאך בין 100 פראצענט אויף דיין זייט, אבער איז עס יושר צו זיין א גוטער אויף די רעבעצנס חשבון??? כ'מיין ווען הרב שאץ וואלט געדארפט וואשן די דישעס מוצ"ש וואלט ער צוויי מאל געטראכט, כ'האב נאך מורא אז אלע רעבעצנס פון די קרעטשמע זיצער/שרייבער וועלן זיך צוזאמנעמען און מאכן א הפגנה פאר שאץ'ס אישי, נאר פארן אויפברענגען אזא געדאנק...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטער
גראדער
שר האלף
 
הודעות: 1097
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 5:06 pm
געפינט זיך: אין די הויזן

הודעהדורך שלמי » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:40 pm

אן אמת'ן און אויפריכטיגען ארטיקל!
איך האב ארויסגענומען אמווייניגסטענס 3 גוטע איידיעס וואס איך וועל אי"ה פראקטיצירן (אריינגערעכענט די אנגרייטן די פיש פארן וואשן, עס איז אנ'אמת. אה, און אויך די סיסטעם מיט די קינדער)
אוועטער
שלמי
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 411
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 25, 2009 3:14 pm

הודעהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 7:08 am

איין מינוט רבי, אויף דעם וואס איר זאגט:
שאץ מאץ האט געשריבן:גייסט אריין אין בעקעריי קלויבסט דיר אויס א גלאנציגע שטאקיגע (ראפאגאש) חלה,

ימחול נא כבוד תורתו ויעיין בשו"ע:
עטעטשמענטס
סימן רמב.JPG
הלכה.JPG
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.
אוועטער
farshlufen
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12964
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נובמבר 16, 2007 8:26 am
געפינט זיך: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

הודעהדורך shmate » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 8:14 am

יישר כח שאץ. נישטא קיין ווערטער, יישר כח ;l;p-
*************************************
חחח... שעלט א גוטס!
מיר נעמען סייווי נישט קיין אחריות פאר די אינהאלט פון אייער מויל בשעת איר ליינט אונזערע תגובות...


מיט פארוויסטעניש, די באבערדעלטע.
אינטערגעשריבן: יתוש קאט-מעך
אוועטער
shmate
שר חמש מאות
 
הודעות: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מרץ 26, 2009 2:40 pm
געפינט זיך: אין די האנט פון א פלייסיגע באלאבאסטע...

הודעהדורך mona lamm » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:32 am

הערליך שיין! יישר כח!
mona lamm
שר מאה
 
הודעות: 132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 12, 2009 7:31 am

הודעהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:33 am

פאר נאך תגובות און קאמענטארן קליקט דאדא
אוועטער
שאץ מאץ
שר האלפיים
 
הודעות: 2696
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:01 pm
געפינט זיך: איבעראל

הודעהדורך אונגארישער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 4:50 pm

ר שאץ מאץ געוואלדיג גיט ארויס געברענגט דאס ענין סאיז א דבר השווה לכל איעדער קען דא טרעפן גיטע נקודות וואס מיינט עם


טענקס עי מיליאן

קאמענטארן ??????????
אוועטער
אונגארישער
שר האלף
 
הודעות: 1107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דצמבר 01, 2008 12:00 pm
געפינט זיך: אין שאראש פאטאק

הודעהדורך קעכער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 9:12 pm

א שיינעם דאנק הרב שאץ, הערליכער ארטיקעל... און יא מיר ווארטען אויף נאך טאג ביכער...

ס'וואלט געווען כדי אז מ'זאל עפענען אן אשכול (אויב ס'איז נאכנישט דא) מיט מעשיות און תורה'לאך פאר יעדע וואך, וואס מזאל קענען איבער זאגן אין שטוב סיי פאר די קליינע און סיי פאר די גרויסע.
אוועטער
קעכער
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 380
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2006 9:40 pm
געפינט זיך: אין קאך

הודעהדורך קאר אינשורענס » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:30 pm

סיז דא א ספר אין אידיש "די אוצר פון די וואך" לעצטענס איבער געדריקט, ס'האט שיינע מעשיות יעדע וואך אויף די יארצייטן וואס קימט אויס יענע וואך, אויך האט עס שיינע תורות אויף נאך צו זאגן,
סיז זייער א שיינע ארבייט, כווייס פון עטליכע מענטשן וואס פארציילן ביי יעדע סעודה איינס צוויי מעשיות מיט א שיינע ווארט אויף די סדרה פון דעם ספר, די מעלה איז אז אויב האט מען נישט קיין צייט זיך פאר ציקיקען איז דאס זייער גרינג נאך צו פארציילן.
סיז אויך דא א עקסטערע פאר חודש תשרי פאר די אלע סעודת.
אוועטער
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 291
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2008 4:48 pm
געפינט זיך: מיניסינק, נ.י. 10998

הודעהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:18 am

פרינטער פרינט פליז.
אוועטער
יאנאש
שר שמונת אלפים
 
הודעות: 8213
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2006 7:40 pm
געפינט זיך: וואו בינעך טאקע?

הודעהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:38 am

יאנאש האט געשריבן:פרינטער פרינט פליז.

יעצט פארשטיי איך שוין די פשט פון דאס וואס מען זעהט ביי די חומשים נאך יעדע סדרה פ פ פ
אוועטער
קרעמער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 28243
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 11:34 am

הודעהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:39 am

חחחח עמוק עמוק.
אוועטער
יאנאש
שר שמונת אלפים
 
הודעות: 8213
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2006 7:40 pm
געפינט זיך: וואו בינעך טאקע?

הודעהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:41 am

;l;p- ;l;p-
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטער
שוועמל
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12806
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2006 7:40 pm
געפינט זיך: גידולו בכל מקום

קומענדיגע

צוריק צו היימישע קרעטשמע

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: מבני ציון, מיסטעריעז, פאלעצע, קנאפער ידען און 11 געסט

  • Advertisement
cron