מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 27, 2018 1:41 pm

חמרא טבא האט געשריבן:בענין זה איז דא א שטיקל רש"ש אין מס' פסחים וואס באלאנגט ביי מילתא דבדיחותא ער זאגט אז מיטן עסן חמץ איז מען יוצא ביעור חמץ בשריפה ווייל אדם עץ השדה און דער חימום אין די גוף איז מבער די חמץ...

איך בין *"מויכע" א צחות פון רש"ש באלאנגט אין מילי טובינא דחכימי
עס איז פשוט ניט קיין כבוד התורה אז עס זאל זיין
א צחות פון אן א גאון עולם נאך א שטיקעל פון עפעס א __-_-
-------------------------
*"מויכע" נישט מוחה דאס טאר מען דאך נישט אלס תקנות המקום

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מארטש 27, 2018 9:27 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דעם וויץ פון יארמער רב לא זכיתי להבין. אולי קען מיר דאס איינער מסביר זיין. אבער וואס שרייבט יענער, דער האלצערנער לעפל איז כדי צו האבן האלץ צו פארברענען ביים שריפת חמץ, ווי שטייט מען דארף א האלץ אפשר פארשטיי איך עפעס נישט?

עי' רש"ש שבת סו.

בענין זה איז דא א שטיקל רש"ש אין מס' פסחים וואס באלאנגט ביי מילתא דבדיחותא ער זאגט אז מיטן עסן חמץ איז מען יוצא ביעור חמץ בשריפה ווייל אדם עץ השדה און דער חימום אין די גוף איז מבער די חמץ...

די רש"ש זאגט די טעם פון שריפה, אבער בעצם די הלכה אז יעדע כזית חמץ וואס מען עסט איז מען יוצה ביעור חמץ איז א רז"ה מיין איך אויב איך געדענק גוט,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מארטש 27, 2018 10:06 pm

יהיה כן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:נר מצוה קומט ארויס היי יאר מיט א יום כיפור סעט דהיינו א גרויסע שווארצע גארבעדזש בעג צו קענען פאלן דערויף כורעים און א קליינטשיק מחזור'ל ס'זאל זיין לייכט צו האלטן, מיט א האלצערנעם לעפל

ווען כ'האב אנגערופן די אייגנטומער פרעגן פארוואס דארף מען דעם האלצערנעם לעפל

האט ער גע'ענטפערט "דער וואס ווייסט וואס צו טוהן מיט די האלצערנעם לעפל ביי בדיקת חמץ העט זיכער וויסן וואס צו טוהן דערמיט יום כיפור !!!!"

דאס ווערטל קומט פון אומוויסנהייט...
מענטשן מיינען אז דאס האלצערנע לעפל קומט כדי אריינצישארן דעם חמץ, וטעות הוא, ס'קומט כדי צו מקיים זיין מצות שריפה מיט האלץ



אין הכי טאקע נו טאקע פארדעם באלאנגט עס ניש אינעם בדיקת חמץ סעט

קען מען אוועקשטעלן א טישל ביי יעדן פייער ערב פסח און פארקויפן הילצערנע לעפלעך

נו, דאס איז דאך נוסח 'נר מצוה' איידיע, אלעס וואס באלאנגט צום ביעור חמץ עבודה, זאל ליגן אין איין פעקל.... [נאך א עמדין סידור און א וועקיום קלינער בעג, און א לולב, פעלן נאך צום סעט]

האב איך געזיכט דאס יאר א פעדער פון בראקעל עוף, איך האב געמיינט אז נר מצוה גייט האבן א אויסוואל, פון בראקל עוף, יא געשטאכענע עופות, אדער נישט געשטאכענע עופות, עוף דורס וכו'.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:15 am

מיין שנור שתחי' די פרישע באבע זאגט פאר איר 14 יעריגן בחור
מזל טוב ביסט געווארען א פעטער
זאגט ער: עס איז מיר טאקע אראפגעפאלען א קנעפיל

טוב ויפה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך מארטש 28, 2018 5:59 am

יהיה כן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:נר מצוה קומט ארויס היי יאר מיט א יום כיפור סעט דהיינו א גרויסע שווארצע גארבעדזש בעג צו קענען פאלן דערויף כורעים און א קליינטשיק מחזור'ל ס'זאל זיין לייכט צו האלטן, מיט א האלצערנעם לעפל

ווען כ'האב אנגערופן די אייגנטומער פרעגן פארוואס דארף מען דעם האלצערנעם לעפל

האט ער גע'ענטפערט "דער וואס ווייסט וואס צו טוהן מיט די האלצערנעם לעפל ביי בדיקת חמץ העט זיכער וויסן וואס צו טוהן דערמיט יום כיפור !!!!"

דאס ווערטל קומט פון אומוויסנהייט...
מענטשן מיינען אז דאס האלצערנע לעפל קומט כדי אריינצישארן דעם חמץ, וטעות הוא, ס'קומט כדי צו מקיים זיין מצות שריפה מיט האלץ

אה! גוט געזאגט! יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איך האב געזעהן א בדיקת חמץ סעט מיט א האלצערנעם גאפל! מאי שנא א לעפל??

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » מיטוואך מארטש 28, 2018 9:47 am

יהיה כן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:נר מצוה קומט ארויס היי יאר מיט א יום כיפור סעט דהיינו א גרויסע שווארצע גארבעדזש בעג צו קענען פאלן דערויף כורעים און א קליינטשיק מחזור'ל ס'זאל זיין לייכט צו האלטן, מיט א האלצערנעם לעפל

ווען כ'האב אנגערופן די אייגנטומער פרעגן פארוואס דארף מען דעם האלצערנעם לעפל

האט ער גע'ענטפערט "דער וואס ווייסט וואס צו טוהן מיט די האלצערנעם לעפל ביי בדיקת חמץ העט זיכער וויסן וואס צו טוהן דערמיט יום כיפור !!!!"

דאס ווערטל קומט פון אומוויסנהייט...
מענטשן מיינען אז דאס האלצערנע לעפל קומט כדי אריינצישארן דעם חמץ, וטעות הוא, ס'קומט כדי צו מקיים זיין מצות שריפה מיט האלץ


ניין. די לעפל איז א געצייג מיט וואס אויפצוהייבן די חמץ. די סיבה פארוואס סדארף זיין 'האלץ' איז כדי מען זאל עס קענען פארברענען. פארדריי נישט די יוצרות.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:08 am

ל. שווימער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:נר מצוה קומט ארויס היי יאר מיט א יום כיפור סעט דהיינו א גרויסע שווארצע גארבעדזש בעג צו קענען פאלן דערויף כורעים און א קליינטשיק מחזור'ל ס'זאל זיין לייכט צו האלטן, מיט א האלצערנעם לעפל

ווען כ'האב אנגערופן די אייגנטומער פרעגן פארוואס דארף מען דעם האלצערנעם לעפל

האט ער גע'ענטפערט "דער וואס ווייסט וואס צו טוהן מיט די האלצערנעם לעפל ביי בדיקת חמץ העט זיכער וויסן וואס צו טוהן דערמיט יום כיפור !!!!"

דאס ווערטל קומט פון אומוויסנהייט...
מענטשן מיינען אז דאס האלצערנע לעפל קומט כדי אריינצישארן דעם חמץ, וטעות הוא, ס'קומט כדי צו מקיים זיין מצות שריפה מיט האלץ


ניין. די לעפל איז א געצייג מיט וואס אויפצוהייבן די חמץ. די סיבה פארוואס סדארף זיין 'האלץ' איז כדי מען זאל עס קענען פארברענען. פארדריי נישט די יוצרות.


אז די ווייסט די לעפעל וואס איז מיטן פעדער וואס ליגט אזוי פאריתומ׳ט?
צו מאכן געלט דריקט דא
https://www.vitalcard.com/u/FEF
פאר קריטיק דריקט דא
http://c0026106.cdn1.cloudfiles.rackspa ... le-001.mp3

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:18 am

נעגלוואסער האט געשריבן:
ל. שווימער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:נר מצוה קומט ארויס היי יאר מיט א יום כיפור סעט דהיינו א גרויסע שווארצע גארבעדזש בעג צו קענען פאלן דערויף כורעים און א קליינטשיק מחזור'ל ס'זאל זיין לייכט צו האלטן, מיט א האלצערנעם לעפל

ווען כ'האב אנגערופן די אייגנטומער פרעגן פארוואס דארף מען דעם האלצערנעם לעפל

האט ער גע'ענטפערט "דער וואס ווייסט וואס צו טוהן מיט די האלצערנעם לעפל ביי בדיקת חמץ העט זיכער וויסן וואס צו טוהן דערמיט יום כיפור !!!!"

דאס ווערטל קומט פון אומוויסנהייט...
מענטשן מיינען אז דאס האלצערנע לעפל קומט כדי אריינצישארן דעם חמץ, וטעות הוא, ס'קומט כדי צו מקיים זיין מצות שריפה מיט האלץ


ניין. די לעפל איז א געצייג מיט וואס אויפצוהייבן די חמץ. די סיבה פארוואס סדארף זיין 'האלץ' איז כדי מען זאל עס קענען פארברענען. פארדריי נישט די יוצרות.


אז די ווייסט די לעפעל וואס איז מיטן פעדער וואס ליגט אזוי פאריתומ׳ט?

אריינצושארן די חמץ אין לעפל אריין.
די פראבלעם איז נאר אז מ׳ברויך האבן דריי הענט צו זעך נאַנייצע געבן מיט די לעכט צוזאמען מיט די מיני בעזים-שאוועלע...

עכ״פ איך ניץ די לעפעלע צו מונע זיין די לעכט צו מאכן שעוה פוט סטעפס אויף די נארוואס אויסגעוואשענע זויבערע פלאר.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:32 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דעם וויץ פון יארמער רב לא זכיתי להבין. אולי קען מיר דאס איינער מסביר זיין. אבער וואס שרייבט יענער, דער האלצערנער לעפל איז כדי צו האבן האלץ צו פארברענען ביים שריפת חמץ, ווי שטייט מען דארף א האלץ אפשר פארשטיי איך עפעס נישט?

עי' רש"ש שבת סו.

בענין זה איז דא א שטיקל רש"ש אין מס' פסחים וואס באלאנגט ביי מילתא דבדיחותא ער זאגט אז מיטן עסן חמץ איז מען יוצא ביעור חמץ בשריפה ווייל אדם עץ השדה און דער חימום אין די גוף איז מבער די חמץ...

די רש"ש זאגט די טעם פון שריפה, אבער בעצם די הלכה אז יעדע כזית חמץ וואס מען עסט איז מען יוצה ביעור חמץ איז א רז"ה מיין איך אויב איך געדענק גוט,

גערעכט די ראשונים רעדן טאקע וועגן יוצא זיין ביעור מיטן עסן אבער דער רש"ש נעמט עס א סטעפ ווייטער ער זאגט אז נישט נאר נאר ביעור איז מען יוצא נאר ביעור בשריפה און נישט סתם א שריפה נאר א שריפה בעצים כי האדם עץ השדה...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:10 pm

דענקעך נאך דעם זיידן ז"ל אריינקערן מיט די פעדער אין די לעפעלע אֵרים די באהעלטענישן ווי די באבע ע"ה פלעגט באהאלטן די 10 ברעקעלעך.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

אפי' גוגל ווייסט אז בדיקת חמץ גייט מיט א פעדער...

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:20 pm

בדיקת חמץ
Capture.JPG
Capture.JPG (286.63 KiB) געזעהן 2381 מאל
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 12:39 am

איך פראביר צו פארשטיין פארוואס א מנהג ישראל איז געווארן א ציהל ברעט פאר א וויץ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 12:48 am

אן עלטערע פרוי רופט אן דעם רב ערב פסח פירע פארטאגס, "מיין מאן טרעפט נישט דעם צענטן ברעקל". דער רב פרעגט מיט ערנסקייט פון שלאף ארויס: האט ער געזאגט כל חמירא? "יא", ענטפערט זי. "דאן איז עס ממילא בטל, מער פון זעקס שעה דארף מען שוין נישט זוכן".

"הייסט אז איך מעג אים שוין אויסזאגן וואו ס'ליגט?"....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 10:51 am

איסר האטלקי האט געשריבן:אן עלטערע פרוי רופט אן דעם רב ערב פסח פירע פארטאגס, "מיין מאן טרעפט נישט דעם צענטן ברעקל". דער רב פרעגט מיט ערנסקייט פון שלאף ארויס: האט ער געזאגט כל חמירא? "יא", ענטפערט זי. "דאן איז עס ממילא בטל, מער פון זעקס שעה דארף מען שוין נישט זוכן".

"הייסט אז איך מעג אים שוין אויסזאגן וואו ס'ליגט?"....


על הכלל כולו יצא.. דאס געשעהט ווען די פרויען נעמען עס צו ווייט. די גאנצע פסח מאכען וכ'ו. מדארף זיי האלטן אין די ראמען.

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 11:35 am

א טאטע אמאל ביים סדר האלטענדיג ביי די ארבעה בנים פרעגט ער זיין יונגל , זאג נאר מיט וועכע פון די ארבעה בנים אידענטעפיצירסט דיך ?


ענטפערט אים די יונגל , "טאטי פאריאר ווען כאב געלערנט ארבעה אבות נזיקין האבעך דיר ניש געפרעגט מיט וועכע פון די אבות אידענטיפיצירסט דעך !!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

חשמונאי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:46 pm

תגובהדורך חשמונאי » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 9:54 pm

ל. שווימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אן עלטערע פרוי רופט אן דעם רב ערב פסח פירע פארטאגס, "מיין מאן טרעפט נישט דעם צענטן ברעקל". דער רב פרעגט מיט ערנסקייט פון שלאף ארויס: האט ער געזאגט כל חמירא? "יא", ענטפערט זי. "דאן איז עס ממילא בטל, מער פון זעקס שעה דארף מען שוין נישט זוכן".

"הייסט אז איך מעג אים שוין אויסזאגן וואו ס'ליגט?"....


על הכלל כולו יצא.. דאס געשעהט ווען די פרויען נעמען עס צו ווייט. די גאנצע פסח מאכען וכ'ו. מדארף זיי האלטן אין די ראמען.

על הכלל כולו יצא.. דאס געשעהט ווען מ'נעמט א וויץ צו ווייט. ס'דאך נאר א וויץ, ניין?

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג מארטש 30, 2018 12:43 am

מיין ווייב זאגט אין יעדע דזשאק ליגט עפעס אמת
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מארטש 30, 2018 5:28 pm

נו וואדע האט געשריבן:א טאטע אמאל ביים סדר האלטענדיג ביי די ארבעה בנים פרעגט ער זיין יונגל , זאג נאר מיט וועכע פון די ארבעה בנים אידענטעפיצירסט דיך ?


ענטפערט אים די יונגל , "טאטי פאריאר ווען כאב געלערנט ארבעה אבות נזיקין האבעך דיר ניש געפרעגט מיט וועכע פון די אבות אידענטיפיצירסט דעך !!!!"

איך וואלט דעם ווערטעל נישט איבער געזאגט, אפי׳ ס׳איז נאר א ווערטעל. א קינד ענטפערט נישט אזוי צו זיין טאטע. ודי בזה. @הרב נו וואדע כ׳מיין נישט אייך, און ביטע נישט נעמען פערזענליך. און ביטע האלט אן ווייטער מיט אייערע ווערטלעך איר האט א גרויסע זכות פון משמח זיין אזוי פוהל יודן! אשרך!
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג אפריל 01, 2018 11:24 pm

פארוואס סוכות זינגט מען אסאך זמורות ביי די סעודות און פסח נישט?

ווייל פסח קייט מען מצה א גאנצע סעודה מילא קען מען נישט זינגען.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:47 am

BINGO has now for 25 cents a dozen eggs.


















Shvurim.

צימישט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 7:52 pm

אפיקומון

תגובהדורך צימישט » דינסטאג אפריל 03, 2018 3:36 pm

עס באדערט מיר שוין א לאנגע א לאנגע צייט היתכן אזא הייליגע נאכט די סדר נאכט וואס עס איז געמאכט אריינצילייגען אמונה אין די קינדערליך ,לערענט מען זיי אויס צי גאנבענען (אפיקומן ) ???? נאר דאס טאקע לערענט מען זיי אויס ביסט א גנב , ,וועסטו גאר נישט באקימען !!!! ( קויפט מען דין די אפיקומן ,א מכה ,מען פירט זיך ווי דער טאטע) וואס עס איז באשערט פאר דיר וועט אנקימען צי דיר מיין קינד , דאס איז די מוסר השכל פין די סדר נאכט , חג שמח

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 10:18 am

זאגט מיר היינט איינער אז די טאג וואס די גויטע קומט לאזט ער איר איבער ארויסצוטראגען די נעגל וואסער, ער וויל זי זאל אויך האבען אביסעל יראת שמים.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:30 am

צימישט האט געשריבן:עס באדערט מיר שוין א לאנגע א לאנגע צייט היתכן אזא הייליגע נאכט די סדר נאכט וואס עס איז געמאכט אריינצילייגען אמונה אין די קינדערליך ,לערענט מען זיי אויס צי גאנבענען (אפיקומן ) ???? נאר דאס טאקע לערענט מען זיי אויס ביסט א גנב , ,וועסטו גאר נישט באקימען !!!! ( קויפט מען דין די אפיקומן ,א מכה ,מען פירט זיך ווי דער טאטע) וואס עס איז באשערט פאר דיר וועט אנקימען צי דיר מיין קינד , דאס איז די מוסר השכל פין די סדר נאכט , חג שמח

צוליב דעם איז אין חב"ד ניטא דא די גאנצע זאך, ווי דער רבי ברענגט אין זיין פירוש אויף די הגדה.

שמחהלע קאפשטיק
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:38 pm

צימישט האט געשריבן:עס באדערט מיר שוין א לאנגע א לאנגע צייט היתכן אזא הייליגע נאכט די סדר נאכט וואס עס איז געמאכט אריינצילייגען אמונה אין די קינדערליך ,לערענט מען זיי אויס צי גאנבענען (אפיקומן ) ???? נאר דאס טאקע לערענט מען זיי אויס ביסט א גנב , ,וועסטו גאר נישט באקימען !!!! ( קויפט מען דין די אפיקומן ,א מכה ,מען פירט זיך ווי דער טאטע) וואס עס איז באשערט פאר דיר וועט אנקימען צי דיר מיין קינד , דאס איז די מוסר השכל פין די סדר נאכט , חג שמח


געהערט פון א גוטע-יוד: עס שטייט אז מען זאל גאנבענען די אפיקומן פסח ביינאכט, אבער עס שטייט נישט אין ערגעץ אז מען דארף נעגוישיעיטען מיט די טעראריסטען....

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:04 pm

א איד האט היינט געגעבן תיקון פסח'דיגע קרעקערס, ווען כ'אב עס טועם געווען, [עס קאסט אין טעם ממש ווי די חמץ'דיגע] איז מיר בייגעפאלן א באמבע קשיא!
אז איך חכם מחוכם פיל איך נישט קיין חילוק, ווי קען א תם מתומתם אדער א קלאץ-קאפ שאינו יודע לשאול פרעגן מה נשתנה הלילה הזה, שבכל הלילות [מיטן גראבן פינגער] אנו אוכלים חמץ ומצה הלילה הזה כולו מצה, ווער האט עם געזאגט אז די קרעקער איז מצה?, מען דארף זיין א חכם גדול מאוד מבחין צו זיין צווישן די חמץ'דיגע קרעקער צו די פסח'דיגע קרעקער
איינער האט מיר א תירוץ?
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג אפריל 10, 2018 3:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 38 געסט