בלאט 1 פון 349

מילתא דבדיחותא

געשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 1:36 pm
דורך נאט טו ביזי
אנשטאט עס צו שרייבן אין די אלטע קרעטשמע אויף הייד פארק אינם אשכול "יארמור רב"... ... זאגט: שרייב איך עס דא.

איך האב געהערט נאכזען פון ר' יענקעל אז פארוואס טוט מען אן א קיטל פאר א נפטר? ווייל מען וויל אים דערמאנען אז ער האט אמאל חתונה געהאט.


דא האט איר די לינק צו יענעם אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/top ... id=1488383

געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2006 12:24 pm
דורך יאנאש
יענקל זאגט שוין נישט קיין ווערטלעך?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 04, 2006 10:06 am
דורך 3x0
Q. why are nushim putor from a mitzvas eseh shehazman gruma? A. becuase they are never ready on time.

jewboy

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 04, 2006 10:49 am
דורך א אידעלע
איך פונקט געהערט לעצטע וואך איינער זיך אפרעדן אויף זיין אלטע קאר.

אז אלעס פייפט, אויסער די פייפער.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 04, 2006 11:36 am
דורך קרעמער
געהערט לעצטנס: פארוואס זאגט מען נישט אום ר"ה "אנו מתירין להתפלל עם העבריינים"?

ווייל אלע עבריינים געפונען זיך דאן אין... (פלאץ ארויסגענומען משום תקנות הפורום).

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 04, 2006 12:02 pm
דורך א אידעלע
אויב אזוי וואלט מען עס אין... יא געדארפט זאגן?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 04, 2006 2:22 pm
דורך סאכדעס
אז מ'זאגט נישט אין .... ווייל ווער עס קומט נישט אויף .... איז אן עבריין.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 10:26 am
דורך יאנאש
וואס בין איך?

א גאנץ יאר באנוץ איך זיך מיט דיר, אבער סוכות באנוצטו זיך מיט מיר.














א שלאק........

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 16, 2006 3:45 pm
דורך א אידעלע
פון היינט און ווייטער וועל איך זיין גוט, אנגעהויבן פון מארגן...

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 16, 2006 10:23 pm
דורך איך_הער
דער יארמער רב זז"ג, האט באקומען א כיבוד צו לאזן מעלדן א פרוי אז איר מאן איז ל"ע אוועק, קלאפט ער אן אויפן טיר, דא וואוינט די אלמנה גרינפעלד?
ניין,
איר ווילט מאכן א וועט?
און BTW איז גוט אז איר זאלט וויסן אז פון היינט און ווייטער גייט זי דא וואוינען, ( דאס לעצטע איז צוגעלייגט געווארן אינמיטן די טשעין ביז ס'איז אנגעקומען דא אין קרעטשמע. )

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 17, 2006 8:51 pm
דורך איך_הער
לפי בקשת פענסטער לייג איך עס דא,
זארעכפעפער האט געשריבן:איך האב דיר טאקע דערמאנט די מעשה פון א בעל דרשן, אבער וואס זאל איך טוהן, איך קען דאך נישט די מאנסע. אפשר דערציילסטו מיר די מעשה במילואו.

די מעשה גייט אז ס'איז אמאל געווען א בעל דרשן וואס האט זיך געגרויסט אז ער קען האלטן א דרשה און א האלבער עולם זאל לאכן און דער אנדערער האלבע זאל וויינען, מען האט אים געוואלט אויספראבירן האט מען אים מכבד געווען, ער האט אנגעפאנגען צו רעדן דברי התעוררות און דער עולם האט אנגעפאנגען צו וויינען, אינמיטן רעדן האט ער געלייגט זיין האנט לעבן זיין מויל -אויף אזא וועג ווי איינער רעדט צו איינעם אז דער צווייטער דערנעבן זאל נישט קענען מיטהאלטן- און געמאכט א מאדנע פאקס אזוי אז דער האלבער עולם וואס האט געזען דעם פאקס האט זיך צולאכט זעענדיג ווי ערענסט ער מיינט זיין דרשה, איך האף אז דו וועסט פארשטיין דעם למה הדבר דומה.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 18, 2006 3:41 pm
דורך זארעכפעפער
איך הער
מילא אז דו האסט געלאכט, נו, דאס איז דאך די מטרה פון די קרעטשמע, איך האף נאר אז דו האסט נישט געוויינט...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 18, 2006 5:03 pm
דורך cano
אוי זארעכ כהער איז נישט דארט געווען ער פארציילט דיר נאר וואס ער האט געהערט פון זיין קאזען און זיין קאזען האט עס געהערט פון זיין ווייב וואס האט עס ארויסגעהערט פין דיי נעיבערס בעדרום אין קאנטרי וואס יענער האט געזאגט אז ער מיינט אז ער האט עס א מאל געהערט פין זיין קאזען נאכזאגען אז עס איז א ארץ ישראל'דיג ווערטעל

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 18, 2006 7:24 pm
דורך פענסטער
קענא;

איך וועל דיך דן זיין לכף זכות אז דו האסט ליידער נישט זוכה געווען צו פארשטיין זארעכ'ס תגובה, במילא שרייבסטו דא שלא מן הענין.

אגב איך הער, איך האב געמיינט גאר א צווייטע מאנסע.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 18, 2006 8:14 pm
דורך איך_הער
און פארוואס האבן מיר נישט די זכי' צו וויסן וועלעכע מעשה דו האסט געמיינט?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 18, 2006 9:56 pm
דורך פענסטער
כדי דיר צו געבן א געלעגנהייט צו שרייבן נאך א תגובה... :roll:

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2006 12:09 am
דורך איך_הער
און יעצט אז איך האלט שוין וועגן דעם אליין ביי צוויי מעגן מיר שוין וויסן די מעשה?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 23, 2006 11:46 am
דורך קרעמער
נעכטן געהערט פון א חבר:

ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 23, 2006 11:53 am
דורך 3x0
קרעמער האט געשריבן:נעכטן געהערט פון א חבר:

ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

הא הא הא

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 02, 2006 11:54 am
דורך 3x0
נעכטן געהערט פון א איד,

א איד האט אמאל געבעטן דעם אייבירשטען,

גיב גיב מיר געלט און קינדער,די לעבן וועל איך מיך שוין אליין נעמען...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2006 12:25 pm
דורך א אידעלע
אמאל איז איינער געגאנגען צו א ספרדישע כאחאם, אז זיינע טשיקענ'ס האלטן אין איין שטארבן, און ער איז אומבאהאלפן,

דער כאחאם זאגט נישט קיין פראבלעם, און ער געט אים א סגולה און עס וועט העלפן, עס גייט אריבער אפאר טעג און דער איד קומט צוריק אז עס העלפט נישט, האט אים דער כאחאם געגעבן א צווייטע סגולה, און דער איד גייט אהיים גליקלעך אז נאך אביסל גייען זיינע טשיקענ'ס אויפהערן צו שטארבן, און ווייטער האט דער סגולה נישט געהאלפן, און דער איד לויפט צוריק צו כאחאם פרעגן, צו ער האט נישט אפשר נאך עפעס א סגולה,

ענטפערט אים דער כאחאם, איך האב נאך אסאך סגולות, אבער זאג נאר די האסט נאך טשיקענ'ס... (דוי לאכט מען)..

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 08, 2006 1:10 pm
דורך שוועמל
אמאל איז אן אמעריקאנע אידישקע געקומען צו א ראביי אז די הינט איז געפערליך קראנק דער דאקטאר האט שוין אויפגעגעבן.
דער רביי איז נישט קיין נאר און זאגט אז פאר א סכום פון טויזנט דולער [בימים ההם] וועט ער איינרייסן וועלטן פאר א רפואה.

די פרוי האט נישט קיין ברירה, די סכום איז זייער גרויס אבער וואסטוט מען נישט פאר א רפואה. עס גייט דורך עטליכע טעג און דאס הינטל האט געפגרט.
זי קומט מין איין בהלה צום ראבבי וואס הייסט א גנב ער נעמט געלט און ס'אט ניט געהאלפן! איך גיי אריינטראגן א לאו סוט קעגן אייך.
בארואיגט איר דער רבבי, וואס זאל איך טון, איך בין גשטאנען די נאכט אגאנצן צייט און זיך געאמפערט מיט מלאך המות, ער האט נאר געוואלט גיין צו אייך אבער איך האב געפועלט ער זאל גיין ענדערש צום הינט..... (דוי לאכט מען)...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 08, 2006 1:38 pm
דורך יאנאש
איינער פארציילט פאר זיין חבר, אז ער האט געבעטן דעם בורא, היות עס שטייט אלף שנים בעניך ביום אתמול, דרש'נט די גמרה אז יום של הקב"ה איז טויזענט יאר, איז דאך לכאורה מיט געלט די זעלבע זאך א מיליאן דאלאר איז ביים באשעפער ווי א פאר צענט, האט ער געבעטן דעם באשעפער 'גיב מיר א פאר דאלאר פאר א פאר מינוט'.
פרעגט אים זיין חבר 'נא, וואס האט ער גענטפערט'? ער האט גענטפערט, יא יא איך גיב דיר שוין, ווארט נאר א פאר מינוט.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 08, 2006 2:40 pm
דורך יאנאש
לצים זאגן היינט, ראמספעלד האט אראפגעזעצט סאדאם כוסעין, און סאדאם (איראקע מלחמה) האט אראפגעזעצט ראמספעלד.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 12:20 pm
דורך ניק
עס איז זייער שיין די אלע ווערטלעך
יישר כח