מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אדער יא
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג ינואר 16, 2018 2:20 pm

אין ביהמ״ד בלא חידוש, געווען א פינעף און זיבעציגער וואס האט זיך יעדען טאג געקראצט די ציין ביי די י״ג מדות שהתורה נדרשת פרראט וככלל וכו׳, ויהי היום געטראפן דעם גראדן מהלך! רבי ישמעאל אומר.... משני כתובים, מעכל פארט, פארט מיכל, מיכל פארט מיכל...
יא! און יא!
אויף אלסדונג און אלעמעל אין אומעטים איז דא א וועג ארויס

אוועטאר
נישט פשוט
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג ינואר 16, 2018 2:41 pm

פארוואס אסאך מאל ווען מזינגט א ניגון איז דא אז מבאגלייט די ניגון?
ווייל איינער הארגנייזט די ניגון און נאך דעם איז דא באגלייטערס.
איך בין יייייייייווווווווווווווטטטטטטטטטטטטששששששששששש!!!!!!!!!!

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג ינואר 16, 2018 3:18 pm

פיין
צוגעלייגטע
ןצשעק.jpg
ןצשעק.jpg (83.54 KiB) געזעהן 1376 מאל

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

צווייטע סארט קאמידיען.

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:28 am

צווייטע סארט קאמידיען, (אויב ס'אינטערעסירט איינעם).

די צווייטע סארט קאמידיען איז די מערסט אויפגעכאפטע היינט צו טאגס. דעס איז א מענטש וואס מאכט נאך א געוויסע סארט משוגענער. ווען א עכטע משוגענער טוט געוויסע מאדנע זאכן, רעגט מען זיך אויף אים. אבער ווען דער קאמידיען עקט אלס משוגענער און ער טוט די מאדנע זאכן האט די עולם הנאה און מ'פרייעדט זיך און מ'לאכט.

ס'דא איין סטיל פון די סארט קאמידיען וואס איז זייער באקאנט ביים עולם, און דערוילאם מיינט אז ביי דעם ענדיגט זיך עס. (די סטיל פון "סענדער" - יעקב יוסף לאנגזאם).
אבער אין אמת'ן זענען פארהאן צענדליגער כאראקטערס פון משוגעים וואס מ'קען נאך מאכן. מ'קען מאכן א סטיל פון א מענטש וואס איז טויט משוגה, אבער זיין גרעסטע משוגעת איז אז ער מיינט אז ער איז נארמאל. און נישט נאר דעס, נאר ער האלט גאר אז ער איז פון די "גוטע" חברה, ער איז "קאהל", ער איז א בעסערע מענטש (די באשעפער זאל אונז אפהיטען פון אזעלכע משוגעים). ווען ער קומט אריין אין ביהמ"ד גייט ער גלייך צו צום קיפקע: "אה, יעקי! העלא! .. האצאפף??" דא באמערקט דער משוגענער אז עפעס א מענטש וואס גייט נישט געקליידעט אזוי "קאהל" ווי אים, שטייט אויף זיין לינקע זייט.
- צדיק! .. דו פיצט אפשר פון דא?
יענער רירט זיך נישט פון ארט.
- האלאו. דו ציעסט אפ פון דא פאר כ'גיב דיר א געזונטע באקס? ... דו ווילסט זעהן מיין שיך אויף דיין רעקל? .. .. יאג אפ פון דא ! . ! . !

כ'מיין אז ס'איז געניג.

נאך א סטיל קאמידיען אויף די מהלך פון נאכמאכן א משוגענער איז: נאכמאכן די משוגעים וואס שעמען זיך נישט צו טון געוויסע זאכן ברבים. למשל, אריין קומען אין א ביהמ"ד אונמיטן שטילע שמונה עשרה און אויס שרייען "חיים זעליג זונדלמאן איז א עקלדיגע טאטע", וכדו'. (לאנגזאם ניצט אביסל די סטיל).

פון די סטיל קען מען שרייבען און שרייבען און קיינמאל נישט פארטיג ווערן, אז איהר ווילט קענט איהר ארויף שטעלן אייערע אייגענע געדאנקען.

בקיצור. חאף אז איהר האט הנאה דערפון, וואס דאס איז מיין איינציגסטע ציל מיטן דעס שרייבן.

דריטע סארט קאמידיען יבא בעז"ה.

נ.ב. אויב האט איר הנאה דערפון לאזט מיר וויסן, כ'וועל אין אכט נעמען אייערע הגהות, און א דאנק פאר די וואס האבן גיגעבן חיזוק הגהות. אויב האט איר נישט הנאה וויל איך אפי' נישט הערן.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 10:22 am

פאר 360 וועט רובאשקין זאגן פאר אייך ג' בשלח ביי חצות פרשת המן מיט די הוט פון לובאוויטשע רבי, קאפל פון באבא סאלי, גלעזער פון חזון איש, בעקיטשע פון טאהש'ע רבי, שיך פון סאטמאר רבי, העמד פון טראמפ, גארטל וואס איז געמאכט פון שטריק וואס איז געווען ביי די פדיון פטר חמור, ביים ציון פונעם הייליגען ריבניצער זצ"ל....
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
נישט פשוט
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:21 pm

וואס די חילק צווישן א פרוי און א נאדעל ? ביידע שטעכען! הא? א נאדעל האט א פוינט! א פרוי נישט ....
איך בין יייייייייווווווווווווווטטטטטטטטטטטטששששששששששש!!!!!!!!!!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג ינואר 19, 2018 10:04 am

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:צווייטע סארט קאמידיען, (אויב ס'אינטערעסירט איינעם)....................

איך מיין אז דער אשכול איז נישט דאס פלץ פאר דיינע אינפאמירטע איפארמינדעריגע באהאנדלונגען
אהער קומט מען געבען א שמייכעל און געאנען ווייטער
איך גלייב שווער אז איינער וואס וויל ווערען א בדחן קומט אהער זיך לערנען דעם אומנות

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » פרייטאג ינואר 19, 2018 10:05 am

נישט פשוט האט געשריבן:וואס די חילק צווישן א פרוי און א נאדעל ? ביידע שטעכען! הא? א נאדעל האט א פוינט! א פרוי נישט ....

ס'יז דא אזויפיל חילוקים אז זיי ענדלן אינגאנצן נישט, נאר מיט דעם אז ביידע שטעכן, ותו לא

אוועטאר
שמחת עולם
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » פרייטאג ינואר 19, 2018 10:26 am

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:
נ.ב. אויב האט איר הנאה דערפון לאזט מיר וויסן, כ'וועל אין אכט נעמען אייערע הגהות, און א דאנק פאר די וואס האבן גיגעבן חיזוק הגהות. אויב האט איר נישט הנאה וויל איך אפי' נישט הערן.


כדי איר זאלט נישט קלערן אז ווייל איך שווייג, האב איך נישט הנאה, זאג איך אייך אז מיר האבן שטארק הנאה פון אייערע אנאליזן, די ערשטע חלקים זענען מעיד אויף די שפעטערע און מיר ווייסן אז עס קומט נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע נקודות פון אייך. מיר ווארטן פאר נאך!

נ.ב. איך וואלט ממליץ געווען צו מאכן דערפון א באזונדערע אשכול.
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג ינואר 19, 2018 10:58 am

שמחת עולם האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן: ...........
נ.ב. איך וואלט ממליץ געווען צו מאכן דערפון א באזונדערע אשכול.

איך בין מציע בדחנות

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » פרייטאג ינואר 19, 2018 12:18 pm

קלארשטעלונג:

קודם כל, דעס זענען נישט קיין קורסעס אין בדחנות, דעס זענען אינטערעסאנטע פרטים אין די מושג פון קאמידיע, באגלייט מיט א טארט פון ווערטלעך, יעדע סטיל מיט די ווערטלעך וואס זענען שייך צו אים.

אויב איינער קען מיך זאגן ביי וועלכע אשקול די סארט ענינים ווערן געשריבן, על עך זיך ארויס רענצלען פון דא, און זיך אריבער דעכענען אהין.

צווייטע סארט קלארשטעלונג קומט אי"ה.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג ינואר 19, 2018 12:38 pm

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:קלארשטעלונג:

קודם כל, דעס זענען נישט קיין קורסעס אין בדחנות, דעס זענען אינטערעסאנטע פרטים אין די מושג פון קאמידיע, באגלייט מיט א טארט פון ווערטלעך, יעדע סטיל מיט די ווערטלעך וואס זענען שייך צו אים.

אויב איינער קען מיך זאגן ביי וועלכע אשקול די סארט ענינים ווערן געשריבן, על עך זיך ארויס רענצלען פון דא, און זיך אריבער דעכענען אהין.

צווייטע סארט קלארשטעלונג קומט אי"ה.


ווייסט וואס
עפען אן אייגענעם אשכול
אזוי וועסט זעהן צו עס איז דא קונים אויף דיין סחורה

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » זונטאג ינואר 21, 2018 12:27 am

מעשה שהיה

איך האב איצטער געענדיקט איבערלייענען די אשקול
געלייענט יעדן טאג אביסל
סהאט מיר גענומען 4 חדשים.

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » זונטאג ינואר 21, 2018 1:36 am

ברעחדך קאפ האט געשריבן:מעשה שהיה

איך האב איצטער געענדיקט איבערלייענען די אשקול
געלייענט יעדן טאג אביסל
סהאט מיר גענומען 4 חדשים.

מזל טוב.

אגב, אזא אשקול ארלעידיג איך אין אפאר שעה.
:wink:
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:05 pm

איינער זאגט מיר היינט אז ער האט דריי פאר גלעזער

איינס צו קענען זעהן ווייט
די צווייטע צו קענען זעהן פון דער נאנט

די דריטע צו קענען טרעפן די אויבנדערמאנטע צוויי גלעזער.......
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:06 pm

געווען אמאל ביי א סעמינאר פאר מענטשן וואס זענען שוין חתונה געהאט 30 יאר צום גוטן

האט דער יו"ר געפרעגט איינעם וויזוי האסטו דאס באוויזן אז 30 יאר האסטו נאך אזא שיינע שלום בית

האט ער גע'ענטפערט , אז 15 יאר נאך מיין חתונה האבך גענומען מיין ווייב און שוויגער אויף דער שווייץ

רופט זיך אהן דער יו"ר מורא'דיג ממנו ילמדו וכן יעשו און ווי פלאנסטו צו גיין דעי יאר

רופט זיך אהן דער מענטש, "זיי אויפפיקן פון דארט" !!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:06 pm

א שקלאפטע פון א פרוי רופט זיך אמאל אהן צו איר מאן , משה סיז מיר שווער צו אטעמען

רופט זיך די מאן צוריק אהן , " חנה טייערע א זאך וואס איז שווער , טוה ניש "!!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:06 pm

א משוגענער רופט אמאל אהן זיין דאקטאר און שרייט אריין אינעם טעלעפאון , העלאוי ?

זאגט אים דער דאקטאר העלאוי

שרייט ער נאכאמאל אריין אינעם טעלעפאון העלאוי
זאגט אים דער דאקטאר העלאוי

שרייט דער משוגענער צו זיין חבר קוק אהן אזא אינטערעסאנטע טעלעפאון , ס'מאכט אזא ווידערקול !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:07 pm

א משוגענער שטעלט אמאל אפ א טעקסי און זאגט "פאר ארום מיין געגנט 100 מאל"

דער דרייווער פרעגט ניש קיין שאלות און הייבט אהן ארום צו פארן , נאכן ארום פארן די פערטע מאל זאגט אים דער שוטה " אפשר קענסטו פארן אביסל שנעלער , כ'יאג מיר !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:07 pm

מ'האט אמאל געגעבן פאר 2 משוגעים א האמער מיט א נאגל עס אריינצוהאקן אין וואנט אריין

נעמט איין משוגענער דעם נאגל און לייגט עס מיטן די שפיץ אויף אינדערויסן און פרובירט אריין האקן אין וואנט
נאך א 15 מינוט און ער זעהט עס גייט ניש רופט ער זיך אהן , אזא משוגענע קאמפעני האבן זיי פאברעצירט נאגלעך די פארקערטע זייט !

רופט זיך אהן דער צווייטער משוגענער , "בכלל ניש זיי האבן עס געמאכט פאר די וואנט קעגן איבער !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:08 pm

געווען אין א משוגעים הויז א גאנצע שטייג מיט פאפעגייען
איין טאג זענען צוויי פאפעגייען ארויסגעפלויגן צו א בוים קעגן איבער די הויז

איין פאפעגיי איז געווען א רויטע און איינס א גרינע

סאו איינע פון די משוגעים האבן זיך אנגעטראגן עס אראפצונעמען

ער קריכט ארויף אויפן בוים און נאך אפאר לאנגע מינוטן געלונגט אים אראפצוברענגן דעם רויטע

פרעגט מען אים פארוואס ברענגסטו ניש אראפ די גרינע

זאגט ער , נעה די גרינע איז נאכניש געצייטיגט!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
נישט פשוט
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג ינואר 21, 2018 3:20 pm

נו וואדע האט געשריבן:א שקלאפטע פון א פרוי רופט זיך אמאל אהן צו איר מאן , משה סיז מיר שווער צו אטעמען

רופט זיך די מאן צוריק אהן , " חנה טייערע א זאך וואס איז שווער , טוה ניש "!!!!!


;l;p-
אזוי ווי יענער איז געקומען צום דאקטער און זאגט אים אז זיין הארץ באכעט אים, זאגט אים די דאקטער זיי נישט באזארגט סוועט אויף הערן מיט די צייט....
איך בין יייייייייווווווווווווווטטטטטטטטטטטטששששששששששש!!!!!!!!!!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג ינואר 21, 2018 7:14 pm

לעצטנס געהערט א גוט ווארט אויף "קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף". ביי קריעת ים סוף שטייט אז דער ים האט זיך געשפאלטן הערשט ווען די וואסער איז אנגעקומען ביז צו די נאז, און די זעלבע איז ביי שידוכים.

אבער אויב מ'האלט די נאז הויך, דויערט עס לענגער...
סותם זיין דיינע ווערטער מאכט דיך נישט גערעכט.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג ינואר 21, 2018 7:18 pm

נו וואדע, :lol:

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 22, 2018 6:42 pm

נו וודע ווי אייביג פריש און געשמאק און לוסטיג און יא אויך לאכעדיג.
א גרויסן דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט