מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג אפריל 30, 2017 5:54 pm

טאטע: "קען איך זעהן דיין ריפארט קארד, יענקי?"

יענקי: "איך האב עס נישט."

טאטע: "פארוואס?"

יענקי: "איך האב עס געגעבן פאר מיין חבר, ער האט געוואלט דערשרעקן זיינע עלטערן."


קרעדיט: קיקיון

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג אפריל 30, 2017 5:56 pm

א ווייבל וואס האט אייביג ליב געהאט צו וויסן פון פאראויס איר מאנ'ס פלענער פארן טאג פרעגט איר מאן איין אינדערפרי: "שמערל, וואס פלאנסטו צו טוהן היינט דורכאויס דעם טאג?"

"גארנישט," ענטפערט איר שמערל.

"אבער דאס האסטו דאך געטוהן נעכטן?" וואונדערט זיך ס'ווייבל.

"יא," ענטפערט שמערל, "אבער איך האב נאכנישט געהאט געענדיגט דערמיט."


קרעדיט: קיקיון

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג אפריל 30, 2017 5:57 pm

מעטה טיטשער: "פייגע'לע, אויב איך געב דיר צוויי דאליס און נאך צוויי דאליס און נאך צוויי דאליס, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זיבן."

טיטשער: "ניין, הער גוט אויס... אויב איך געב דיר צוויי דאליס, און נאך צוויי דאליס און נאך צוויי, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זיבן."

טיטשער: "לאמיר דיר עס זאגן אנדערש. אויב געב איך דיר צוויי עפלעך, און נאך צוויי עפלעך און נאך צוויי, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זעקס."

טיטשער: "גוט. יעצט אויב געב איך דיר צוויי דאליס, און נאך צוויי דאליס און נאך צוויי, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זיבן!"

טיטשער: "פייגע'לע, ווי אין די וועלט באקומסטו זיבן פון?!"

פייגע'לע: "ווייל איך האב שוין א דאלי!"


קרעדיט: קיקיון

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אפריל 30, 2017 6:20 pm

טריסקער האט געשריבן:
קרעדיט: קיקיון

דער קרעדיט קומט דיר
האסט עס קונה געווען בשינוי מעשה מיט איבערשרייבען אויף אונזער שפראך
עס האט אן אנדער טעם

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג אפריל 30, 2017 8:41 pm

טריסקער האט געשריבן:טאטע: "קען איך זעהן דיין ריפארט קארד, יענקי?"

יענקי: "איך האב עס נישט."

טאטע: "פארוואס?"

יענקי: "איך האב עס געגעבן פאר מיין חבר, ער האט געוואלט דערשרעקן זיינע עלטערן."


קרעדיט: קיקיון

כ'האב לעצטענס ארויס געגראבן מיינע ריפארט קארדס... איך ווייס נישט וויאזוי מיין טאטע האט עס איבערגעטראגען.... אמאליגע מלמדים האבן נאר געשריבן די אמת
איזי

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג אפריל 30, 2017 10:20 pm

א אידעלע האט געשריבן:יארמאר רב פארציילט, אז פאר ער איז געווארן א גביר, האט ער געהאנדעלט מיט ספרים, איינמאל א חודש האט ער איינגעקויפט פון א געוויסע איד אסאך ספרים אין ווערד פון דריי טויזענט דאלאר, און ער האט עס פארקויפט.

ווען עס איז אנגעקומען פאר פסח, און ער האט ווייטער באשטעלט ספרים פאר דריי טויזענט דאלאר, האט אים יארמער רב געבעטן אז לכבוד יו"ט זאל ער אים געבן עפעס א מתנה, האט ער ארויסגענומען א סעט בית יהודה חומשים, און געט אים עס אהין אלס געשאנק, רופט זיך אן יארמער רב נאר דאס געט איר מיך?, ביז דער מוכר ספרים האט באשלאסן אז ער גייט אים צוריקגעבן די גאנצער דריי טויזנט דאלער'דיגע טשעק אלס געשאנק,
רופט זיך אן יארמער רב אז ער ברויך ענדערש די בית יהודה חומשים........


איך האב געהערט די מעשה מפ"ק פון יארמער רב זעלבסט בשנת תשנ"א ביי א משפחה שמחה, און ער האט דאן געזאגט אז ער האט דאס געהאט מיט ר' יוסף אשכנזי (נ"י) [ז"ל]...

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 01, 2017 7:50 am

נעכטן איז מיין ביגלאייזן (iron בלע"ז) געגאנגן פייפן, בין איך געגאנגען צו מיין שכן און געבעטן אויב איך קען בארגן זייער ביגלאייזן, מיין שכן האט מסכים געווען בתנאי אז איך נוץ עס ביי אים אינדערהיים, און אזוי האב איך טאקע געטוהן.

היינט איז מיין שכן מיר געקומען בעטן צו ער קען בארגן מיין בעזעם, האב איך אים געזאגט אז כ'בין מסכים בתנאי אז ער נוצט עס ביי מיר אינדערהיים, אוי האט ער זיך אויפגערעגט.

האב איך דען געטוהן עפעס שלעכט...? :roll: :roll: :roll:

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג מאי 01, 2017 8:43 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
א אידעלע האט געשריבן:יארמאר רב פארציילט, אז פאר ער איז געווארן א גביר, האט ער געהאנדעלט מיט ספרים, איינמאל א חודש האט ער איינגעקויפט פון א געוויסע איד אסאך ספרים אין ווערד פון דריי טויזענט דאלאר, און ער האט עס פארקויפט.

ווען עס איז אנגעקומען פאר פסח, און ער האט ווייטער באשטעלט ספרים פאר דריי טויזענט דאלאר, האט אים יארמער רב געבעטן אז לכבוד יו"ט זאל ער אים געבן עפעס א מתנה, האט ער ארויסגענומען א סעט בית יהודה חומשים, און געט אים עס אהין אלס געשאנק, רופט זיך אן יארמער רב נאר דאס געט איר מיך?, ביז דער מוכר ספרים האט באשלאסן אז ער גייט אים צוריקגעבן די גאנצער דריי טויזנט דאלער'דיגע טשעק אלס געשאנק,
רופט זיך אן יארמער רב אז ער ברויך ענדערש די בית יהודה חומשים........


איך האב געהערט די מעשה מפ"ק פון יארמער רב זעלבסט בשנת תשנ"א ביי א משפחה שמחה, און ער האט דאן געזאגט אז ער האט דאס געהאט מיט ר' יוסף אשכנזי (נ"י) [ז"ל]...

איך פארשטיי נישט די ווערטל.
:-(
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מאי 01, 2017 9:15 am

abeg האט געשריבן:יאנקל װי ארבעט׳סטי?
ע׳-בײ מײן ברידער
אין װאס טיט דײן ברידער?
ע׳-ער זיכט א Job

קרעדיט: שלו' אליעזר דים
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג מאי 01, 2017 10:41 am

טראבל מעיקער האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:טאטע: "קען איך זעהן דיין ריפארט קארד, יענקי?"

יענקי: "איך האב עס נישט."

טאטע: "פארוואס?"

יענקי: "איך האב עס געגעבן פאר מיין חבר, ער האט געוואלט דערשרעקן זיינע עלטערן."


קרעדיט: קיקיון

כ'האב לעצטענס ארויס געגראבן מיינע ריפארט קארדס... איך ווייס נישט וויאזוי מיין טאטע האט עס איבערגעטראגען.... אמאליגע מלמדים האבן נאר געשריבן די אמת

דו טראבל מעיקער!!!....
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג מאי 01, 2017 10:59 am

בעריש'ל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די ווערטל.
:-(
די בית יהודא חומש האט דעקונג...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22011
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 01, 2017 11:07 am

היינטיגע אינגווארג, ווייסט נישט וואס א בית יודא חומש איז.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זרח'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

תגובהדורך זרח'ל » מאנטאג מאי 01, 2017 11:24 am

א פרוי קומט אין בי"ד איך וויל א גט, מיין מאן שנארכיצט צו הויעך.
נאכן פארלאנג פון בי"ד פאר אויפווייזונגען, האט זי געברענגט א ריקארדער.
זו צינד עס אהן, און מ'הערט: כככככככככ ככככככככ כככככככככ! און אזוי וויטער.
מיט גרויסער אויגן קוקט זי אויף די דיינים, ווי געזאגט - זעהט עטס כ'בין גערעכט.
פלוצלונג הערט מען ווי ס'קומט צו נייער באמבערדיגער קולות, אויף די ווינדער פון די דיינים וואס דאס איז, זאגט זי אז זי ווייסט נישט, דער חלק האט זי שוין נישט מיטגעהאלטן........

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג מאי 01, 2017 11:27 am

farshlufen האט געשריבן:היינטיגע אינגווארג, ווייסט נישט וואס א בית יודא חומש איז.


אבער זיי ווייסען יא וואס יארמער רב'ס טשעק איז ווערט, :wink:

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מאי 01, 2017 11:29 am

זרח'ל האט געשריבן:א פרוי קומט אין בי"ד איך וויל א גט, מיין מאן שנארכיצט צו הויעך.
נאכן פארלאנג פון בי"ד פאר אויפווייזונגען, האט זי געברענגט א ריקארדער.
זו צינד עס אהן, און מ'הערט: כככככככככ ככככככככ כככככככככ! און אזוי וויטער.
מיט גרויסער אויגן קוקט זי אויף די דיינים, ווי געזאגט - זעהט עטס כ'בין גערעכט.
פלוצלונג הערט מען ווי ס'קומט צו נייער באמבערדיגער קולות, אויף די ווינדער פון די דיינים וואס דאס איז, זאגט זי אז זי ווייסט נישט, דער חלק האט זי שוין נישט מיטגעהאלטן........

;l;p- :lol: :lol:
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אויסגעשלאפן
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 10:32 am

תגובהדורך אויסגעשלאפן » מאנטאג מאי 01, 2017 11:33 am

א איד קאלט אריין די אפיס פין די ראש ממשלה און פרעגט צו ער קען ווערן די ראש ממשלה?
פרעגט מען אים בוסט אינגאנצן משוגע?
זאגט ער כ'האב נישט געוויסט אז מען דארף זיין משוגע צו זיין ראש ממשלה!!!!!!!!!!!

קרעדיט: יענקל מיללער
שטענדיג "אויסגעשלאפן"

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג מאי 01, 2017 12:43 pm

farshlufen האט געשריבן:היינטיגע אינגווארג, ווייסט נישט וואס א בית יודא חומש איז.

ריכטיגער. זיי ווייסן נישט וואס א דריי טויזנט דאלער'דיגע טשעק פון יאנקל מילער איז! :grin:

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג מאי 01, 2017 3:05 pm

בענקעל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:היינטיגע אינגווארג, ווייסט נישט וואס א בית יודא חומש איז.

ריכטיגער. זיי ווייסן נישט וואס א דריי טויזנט דאלער'דיגע טשעק פון יאנקל מילער איז! :grin:


ר' יענקל זאגט דאך אז ביי עהם זעהט מען קלאר אז די ונתנו ארבעט אהין און צירוק וייל ער האט געגעבן א טשעק פון דריי טויזענט דולער פאר צדקה און די טשעק איז צירוק געקומען זעהט מען אז מען געבט צדקה קומט עס צירוק

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג מאי 01, 2017 3:05 pm

און הרב שלום אליעזר דים זאגט דאך אז ער שרייבט אויף זיינע טשעקן צאתכם ובואכם לשלום

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מאי 01, 2017 3:18 pm

ער זאגט אז ער לייגט עס אינטער די דאכענע אז עס זאל האבן דעקונג
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » מאנטאג מאי 01, 2017 3:19 pm

העלאו האט געשריבן:און הרב שלום אליעזר דים זאגט דאך אז ער שרייבט אויף זיינע טשעקן צאתכם ובואכם לשלום

;l;p- :grin:
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג מאי 01, 2017 3:20 pm

:lol:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ער זאגט אז ער לייגט עס אינטער די דאכענע אז עס זאל האבן דעקונג

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג מאי 01, 2017 3:22 pm

אגב דערמאן איך זיך נאך א ווארט פון ר' שלום אליעזר
וואו איז דא א ראי' פון די סידור אז די צוייטע נאכט פסח דארף מען קודם מאכען די סדר און נאכדעם ציילען ספירה ?
וייל אין סידור שטייט ''סדר ספירת העומר'' איז דאך משמע אז קודם קומט די סדר און נאר נאכדעם ספירת העומר

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 01, 2017 3:22 pm

מבנין לקנין,
ווי אזוי ווייסט מען אז איינער האט מנדב געווען יותר מכפי יכולתו?
אז מען זעהט אז דער טשעק קומט צוריק.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מאי 01, 2017 9:25 pm

ונתנו גייט אהין אין צירוק, ווי מער מען געט אלץ מער קומט צירוק
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט