בס"ד
כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר, הוא נענה תחילה.
ר' שמואל א געטרייער מלמד אין כיתה ו', זיין איבערגעבענקייט צו זיינע תלמידים, איז עפעס וואס יעדע מלמד אינעם מוסד האט געזוכט נאכצומאכן. דאס געטריישאפט צו די לעכטיגע צען יעריגע יונגעלעך, איז געווען עפעס אויסטערליש, וואס האט פארענטפערט די פרייד וואס עלטערן האבן געהאט, ביים הערן אז זייער קינדס כיתה ו' מלמד וועט זיין ר' שמואל.
געוויסע מלמדים האבן פארוואסערט ר' שמואל'ס געטריישאפט צו זיינע תלמידים מיט'ן אויסרייד, אז ווי באלד ער האט נאכנישט זוכה געווען צו קיין אייגענע קינדער, דערפאר גיסט ער אריין זיין גאנצע חיות אין זיינע תלמידים קריום בנים. ר' שמואל האט זיך נישט געשעמט מודה צו זיין, אז ער גייט טאקע דורך שווערע צייטן, און מען פראבירט מיטלען וואס נוצן אויס די גייסטישע כוחות אויף צו ערייכן מיט'ן אייבערשטנעס הילף זרע של קיימא, אבער אלעס איז ביז'ן טיר פון חדר. אויף די אנדערע זייט שוועל, איז ר' שמואל געווען א צווייטער באשעפעניש, פיל מיט מוהט און קוראזש, אריינלייגענדיג זיינע געבענטשטע כוחות אין די טייערע צאן קדשים.
מיט אזלעכע מעלות ווי אונזער מלמד ר' שמואל, איז נישט געווען קיין וואונדער, אז דער מנהל האט דירעקט פלאצירט שווערערע קינדער ביי אים אין קלאס. דער מנהל האט געוואוסט אז ר' שמואל וועט מאכן דעם דזשאב, און איבער'ס יאר, וועט דאס קינד שוין נישט זיין פון די שווערע קעיסעס.
ווי איר איר שטעלט זיך אוודאי פאר, אז דער מלמד איז איבערגעגעבן, און די קינדערלעך זענען אויסגעהונגערט צו וויילן אין חדר אונטער'ן שוץ פון זייער באליבטן מלמד, זענען די עלטערן אוודאי און אוודאי איבער גליקליך, אז זיי שעפן אידיש נחת פון די הארוואניע וואס ר' שמואל לייגט אריין אין זייער אוצר. דערפאר איז ר' שמואל געווען פון די מלמדים, וואס האבן זיך נישט געדארפט אפרעדן, אז מען שפירט די עקנאמיע אין "מלמדים טיפס" נאר האט באקומען היבש מאל ראש חודש געלט, און גוטע טיפס פון די צופרידנע עלטערן.
אט אזא ענוועלעפ האט א יונגעל, וואס האט פארלאנגט שטענדיג ספעציעלע אויפמערקזאמקייט, צוגעברענגט צו ר' שמואל "ערב ראש חודש סיון תשס"ח" ווען ר' שמואל האט אריינשפאצירט אין חדר. ר' שמואל שוין וויסנדיג דער אינהאלט דערפון, האט צוריק געשיקט מיט'ן אינגעל א הארציגן ישר כח, וואס ער זאל איבערגעבן פאר'ן טאטן.
אריינגייענדיג אינעם מלמדים שטיבל, האט ר' שמואל געעפענט דעם ענוואלפ, ווען צו ר' שמואלס וואונדער איז דערין געליגן א צעטיל אין צוגאב צום טשעקל, מיט די פאלגענדע ווערטער: לכבוד דער געטרייער מלמד ר' שמואל. א גרויסן ישר כח פאר אייער געטרייע ארבייט וואס איר לייגט אריין אין אונזער קינד, היינט איז "ערב ראש חודש סיון", עס איז א גרויסער טאג צו בעטן אויף נחת פון קינדער, ביטע בעט פאר מיין יונגעל, דו ווייסט דאך ער איז א שטיקל קעיס, תפילות קענען אסאך אויפטון, און מיט די דאזיגע געציילטע ווערטער האט זיך געענדיגט די קליינע בריוול "כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה".
דאס לעצטע זאץ, האט אים געגעבן א שאקל אויף, און עס האט גערירט זיין הארץ, אפמאכנדיג אז ער גייט טאקע היינט בעטן פאר דאס קינד, אז די כוחות וואס מען לייגט אריין אין אים זאל עושה פירות זיין, און מען זאל אנהייבן צו שעפן פון אים אידיש נחת גרינגערהייט. אינעם געדאנק איז אים געשטעלט געווארן, אז היינט ווען ער גייט זאגן די תפילות השל"ה, וואס איז פארפאסט געווארן צו זאגן ער"ח סיון, און איז א סגולה פאר ערליכע קינדער - וואס ער האט עס שוין נעכטן פארנאכטס אריינגעלייגט אין זיין בוזעם טאש, כדי דאס צו האבן צו די הענט, דאן ווען ער זאגן תהילים און אינזין האבן די טייערע אינגעל.
זייעניג נתרגש פון די בריוו, איז ער צוריק אריין אין חדר, נישט עסענדיג פרישטאג, טראכטענדיג אז ער וועט שוין עסן ביי ריסעס, און אנגעהויבן די לימודים מיט א פרישקייט, און אריינגעלייגט זיינע כוחות אין זיינע באליבטע תלמידים, ווי ר' שמואל האט זיך געפירט טאג טעגליך.
עס איז געקומען צו ריסעס, ר' שמואל שפרייזט צום מלמדים שטיבל, מיט'ן געדאנק צו עסן פרישטאג. אבער אריינקומענדיג איז ער געווארן א טייל פון די געשפרעכן צווישן די מלמדים איבער'ן קומענדיגן "קעמפ סעזאן" אינעם נייעם קעמפ וואס די הנהלה האט נארוואס געשלאסן א מקח. די שמועסן האבן אין זיך אריינגענומען פונעם סווימינג פול ביז'ן נאכט לייגער, און אלע געברויכן אידערמיט. די עיקר דעבאטעס איז אנגעגאנגען איבער די באנגעלויס וואס מען האט פארטיילט פאר די מלמדים. יעדער וויל דאך באקומען די בעסטע און די שענסטע, אבער אזוי ווי מען ווייסט דאך נישט ווי אזוי עס קוקט אויס, איז באשלאסן געווארן אז יעדן טאג וועט א צווייטער מלמד באקומען רשות ארויסצופארן באקוקן דאס פלאץ.
אזוי האט זיך די ריסעס געריקט צו אן ענדע, ווען דער מנהל האט געגעבן רשות פאר אונזער מלמד ר' שמואל אז היינט זאל ער ארויספארן, און די מנהל וועט שטעלן א שטעל פארטרעטער.
אזוי האט זיך ר' שמואל געטראפן צוריק אין קלאס נאך ריסעס, ווען זיין תענית איז ווייטער ממשיך, נישט כאפענדיג אז ער האט גארנישט אריינגענומען היינט אין מויל.
ווען עס איז געקומען לאנטש, איז ר' שמואל גלייך געגעאנען בארגן א קאר פון א שוואגער, און זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג, מיט'ן דירעקטן ציל צו די קעטסקיל בערג אין אפסטעיט ניו יארק.
זייענדיג פארנומען מיט'ן נסיעה צום קעמפ, האט ר' שמואל אינגאנצן פארגעסן אריינצונעמען עפעס אין מויל, נישט מיטנעמעדיג קיין עסן, און עס איז ארויסגעלאפן בכלל פון זיין מח אז היינט איז ער"ח סיון, און האט גענומען אויף זין אן עול צו זאגן די תפילות השל"ה, צוזאמען מיט די תפילות פאר קינד, וואס האט אים היינט איבערגעבן דאס צעטיל.
נאך בערך צוויי שעה פארן, איז ר' שמואל אנגעקומען צום קעמפ, און זיך ארומגעקוקט וואס עס האט אויסגעפעלט, און נאכ'ן וויילן דארט פאר א שטיקל וויילע, האט ער זיך צוריק אריינגעזעצט אינעם קאר, צוריק צופארן אהיים.
און אט דעלמאטס האט זיך דער הונגער ערוועקט מיט אן אויסערגעווענדליכער שטארקייט, און ר' שמואל האט זיך געכאפט אז ער האט נאך גארנישט געגעסן היינט, און דערצו געהאט א פולן סדר היום. ער האט אנגערופן פרעגן א חבר זיינעם, וואו אין די קעטסקילס קען מען קויפן עסן? עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נאנטסטע פלאץ איז בערך א האלבע שעה וועג, אן בלאנדשענען, און אזוי ווי ר' שמואל האט זיך נישט אויסגעקענט אין די וועגן צו גוט, איז געבליבן אז ער פארט אויף קרית יואל, און דארט מאכן א סטאפ, און קויפן עסן.
אומר ועושה, מיט א נאגעדיגן מאגן האט דאס וועג קיין קרית יואל נישט גענומען צו לאנג, און ער האט זיך שנעל דערזען ביים עקזיט 30. אבער אנשטאט צו פארן אויפ'ן דרך המלך, און מאכן א רעכטס, נאכ'ן "אווער פעס" צו פארן צום שאפינג סענטער, האט ער בטעות געמאכט א לינקס, און דערפאר געדארפט זיך איינדרייען אויף סקאנימאנק כדי צוריק אנצוקומען צום שאפינג סענטער. אט דאן איז דער מינוט אנגעקומען, ער איז פארביי געפארן דעם בית החיים, און צו זיין שטוינוג איז דער פארקינג לאט געווען פיל פיל מיט קארס. ער האט זיך געוואונדערט ווער האט אזא ריזיגע לווי'? ווער איז שוין נעבעך אוועק? אזוי טראכטענדיג, פארט ער ווייטער, אבער ער גיט זיך א כאפ... אה... ס'איז ער"ח סיון... וועגן דעם איז פול, אוי ווי אזוי האב איך געקענט פארגעסן...! דאס פלאם האט זיך געגעבן א צינד אן, און דאס התעורורת איז געווארן שטערקער און שטערקער, ער האט געמאכט א שארפן יו טוירן, און זיך געטראפן פארקן זיין אויטא, און אריינגעלאפן צום ציון מיט א שנעלקייט. דער ציון איז געווען געשטאפט ממש, אומצאליגע אידן האבן אויסגענוצט דעם טאג זיך צו קומען אויסבעטן השפעות טובות. דאס ערנסקייט ביי ר' שמואל איז געווארן שטערקער און שטערקער, ער האט ארויסגענומען דעם תפילות השל"ה, און זיך גענומען וויינען ממש ווי א קליין קינד. דאס צובראכנקייט פון זיין מצב איז דאן ארויסגעקומען מיט'ן פולן שטארקייט, ער האט געפילט ווי אט היינט גייט ער זיך אויסבעטן א ישועה. דער עיקר וואס איז דאן געווען אין קאפ, איז געווען דאס קינד פון זיין חדר. ער האט ארויסגענומען דאס צעטיל פון טאש, און געשריבן א קוויטל מיט דאס יונגעל נאמען, און צוגעשריבן להצלחה בלימדיו ובמידות, ונמצא חן בעיני אלקים ואדם, און עס אראפגעלייגט ביים ציון הקדוש, און זיך אהין געשטעלט, געזאגט די תפילות השל"ה מיט די גרעסטע כוונה, אז דאס קינד זאל אויפוואקסן ווי דער וואונטש איז. אויך האט ער איינגעריסן פאר זיינעט וועגן, אז ער זאל שוין געהאלפן ווערן צו ערליכע קינדער. ר' שמואל פארציילט, אז ניטמאל ביי זיין יום החופה האט ער געשפירט אזא נאנטקייט צום טאטן אין הימל. ער האט געשפירט ווי דער באשעפער הערט אים אויס יעדס ווארט, און וויל אים העלפן וואס ער בעט, דערפאר האט ער נישט געשוינט קיין טרערן און תפילות, דאס גאנצע ארום איז אים דאן נישט אנגעגאנגען, און מיט קולות המעורר את הכוונה, האט ער א לענגערע צייט געזאגט תהילים און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס.
ווי א באגאסענער מיט די שמעקעסדיגע בשמים, און ארומגענומען מיט גאלד און זילבער, האט זיך ר' שמואל געשפירט ווען ער האט ארויסשפאצירט פונעם בית החיים. ער האט געשפירט אז די וועג אהיים וועט זיין אסאך אסאך גרינגער, ווייל דאס שווערע פעקל האט ער איבערגעלאזט ביים ציון. ער איז געווען זיכער אז זיינע בקשות זענען אנגענומען געווארן, און גלייך מארגן וועט ער זען א שינו לטובה אינעם יונגעל, און ער וועט בקרוב געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא. זיין געדאנק איז געווען אז עס קען נישט אנדערש זיין.
מיט א הארץ פיל מיט האפענוג און מוהט, איז ר' שמואל ענדליך געגאנגען איבערהאקן זיין תענית, ער איז אראפ צו שאפינג סענטער קויפן עסן, און געגאנגען דאווענען מנחה, און זיך בשעה טובה ארויסגעלאזט אין וועג.
נאך אזא געהויבענער טאג, האט ער געפילט אז ער מוז דאס פארציילן פאר'ן טאטן פונעם קינד, ווען אויפ'ן "העט סעט" פארציילט ער פאר'ן טאטן פון דאס קינד, ווי אזוי די "השגחה פרטיות" האט אים אזוי וואונדערליך צוגעפירט צום ציון הקדוש, און ער האט געבעטן פאר'ן קינד, נאכדעם וואס עס איז אים אינגאנצן ארויס פון קאפ. מיט א זיכערקייט האט ער ערקלערט פאר'ן טאטן, אייער קינד איז א געהאלפענער!
איינס... סיון...
צוויי... תמוז...
דריי... אב...
פיר... אלול...
פינף... תשרי...
זעקס... חשון...
זיבן... כסלו...
אכט... טבת...
ניין... שבט...
אט דאן ער"ח אדר, גענוי ניין מאנאטן דערויף, איז עס אנגעקומען.. יאפס... א טאג דערויף ביי קריאת התורה, האט ר' שמואל עולה געווען לתורה, און געמאכט א "מי שברך ליולדת"...! קיין ווערטער צו שילדערן די שמחה איז נישט פארהאן אויף אונזער פלאנעט, ר' שמואל האט אראפגעלייגט אן הלל ווי עס דארף צו זיין. אן הלל וואס יעדע ווארט טיישט זיך מיט א זיסקייט.
ר' שמואל האט זיך אפאר טעג שפעטער דערמאנט, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם ער"ח סיון, די וואונדערליכע הענט פון השי"ת איז ארויפגעשווימען אויפ'ן אויבערפלאך. "דער כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה" איז געווארן א פאקט וואס מען פארציילט אין פריידן. ער האט געבעטן פאר'ן יונגעל, האט דער באשעפער אים מזכה געווען.
דער געפיל דערנאך, איז געווען אז מען מוז מפרסם זיין די מעשה, צו זען דעם יש מנהיג לבירה, וכל דברי נביאים אמת.