אידישע תאוות!!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 2:56 pm

הכל בכל מכל האט געשריבן:אזוי ליינענדיג דעם ארטיקל דערמאן איך זיך אז ר' איציקל האט אמאל גערעדט וועגן דעם, האט ער געזאגט
אז לוינט זיך צו זיין א איד ווייל א גוי האט נישט דעם געשמאק, ווען דער חזן מאנטיג און דאנערשטיג ענדיגט שמו"ע, און הייבט אן יתגדל ויתקדש....


און נאך זאגט מען נאך פון פריערדיגע, די תאווה ווען עס קומט מעביר סדרה צו זיין די קורצע סדרות פון נצבים/וילך.... אה וואס פארשטייט א גוי....
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 6:10 pm

אך, ווי קען א גוי פארשטיין די שמחה פונעם לעצטן קדיש מוצאי יום כיפור... אוי י-הי-תגאדייל ויתקדש אהיי איי איי איי איי....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 6:12 pm

אדער ווען יו"ט געפאלט שבת און מען קען נישט זאגן ביים דוכענען דעם יהי רצון מ'קען הערן דעם שמחה פון אינטער די טליתים
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 6:48 pm

שמערי בערי האט געשריבן:אך, ווי קען א גוי פארשטיין די שמחה פונעם לעצטן קדיש מוצאי יום כיפור... אוי י-הי-תגאדייל ויתקדש אהיי איי איי איי איי....

יוא מאכסטע מיר הונגעריג !

אור
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 10:59 pm

עס איז דא א באוויסטע מעשה פון א גוי וואס האט געזעהן אידן ארויסקומען מוצאי יו"כ און ער האט זיך מגייר געווען... (נייטרא כמדומה)

לאנדא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 10:48 pm

תגובהדורך לאנדא » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 11:44 pm

איי צו דערגרונטעעוען איינעמס "ניק"
און דארנאך אים צו געבען אזא ווינק מיטען אויג- אז ס' זאל צילען און פינטעל.

גיי זיי מסביר פאר א גוי .. ווי פארשטייט א גוי
איך האב א בארג מיט ידיעות- שאלות ותשובות-ווי אויך עניני השקפה ודיעות - ווילט איר הערען??

אוועטאר
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 11:53 pm

הרב לאנדא,

כאפן א שפרונג ארויס פון ידיעות התורה, ביז עס קומט צו א תגובה,
"איי וואס ווייסט א גוי..."

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך נובעמבער 30, 2011 10:27 am

הרב שאץ, הערליך שיין ! א ארטיקעל זיך צו באלעקן פון יעדן אספעקט. געדאנקען, שרייבעריש, אידישליך, הומאריסטיש. ועוד ועוד. ישר כחכם.
איין הערה (ערנסט גערעדט). כמדומה לי מזאגט עס נאך פונעם דברי יואל זצ"ל : צו זיין א רבי איז א תאווה ווי אלע תאוות, אבער זיך נאכצוגעבען די תאווה דארף מען ברעכן אלע אנדערע תאוות. די זעלבע איז מיט די אידישע תאוות. כדי זיך נאכגעבען די תאוות דארף מען פארדעם ברעכן אנדערע תאוות, למשל די תאווה פון אויספאסטן, קומט נאר נאכען פאסטן א גאנצן טאג, די תאווה פון זיך אראפזעצן נאך א לאנגע שמו"ע, קומט נאכן שטיין אויף די פוס פאר א וויילע, און אזוי ווייטער. עניווע א ריזן שכח.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:56 pm

חסידישע תאוות!!!!

פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון חסידישע תאוות געאייגנט פאר תלמידי וחסידי..... [אין מוקדם ומאוחר - לפי סדר הא"ב]


שעיבאח נותניםםם לו!
א] די שווארץ אפעל פון אויג איז צוגענאגלט צום תורה'ן בלעטל (אויסגעהאלטן לויטן שיטה פארשטייצעך) בשעת ווען דער באסישען שטימע פונעם ניי געקרוינטן חזן פארענדיגט ענדליך זיין לאנג פארצויגענעם מארטש אויפן קל אדון וואס ער האט נארוואס אליין (אליינס מיינט מען עכט אליינס קיינער האט איהם נישט צוגעהאלפן) קאמפאזירט מיט א געמויזאכטס בבחינת משזר צוזאמגעפלאכטען פון א תנועה פון רעב בעריש ווישעווער, און פון די כאל מעקאדייש פון זיין שווער, פאר אנויט צו הארנעכייזען האט ער צוגעשטעלט א מודשיצער פאל, און ווי קעמען פארגעסען פון די היי לייט וואס איז געווען דער מיטעלסטער פאל פון די נענועים ניגון אראפגעזונגען מיטן שאלעשידיס חן אף טאון... אלקאהל פאנים פארענדיגט ער די מארטש ווען מיטאמאל רייסט זיך ארויס פון אייער גורגל און איר שרייט אויס מיט אלעמען ווי אין א כאר
"שעיבאאא - חחח נותנים לו (לייענט מיטן ניגון פון צידקאתך.... אדער מיטן ניגון פון תיתגאדיייל ותיתקאאדיייש בתוך....)
אה וואספארא תאוה?! וואס פארשטייט א..........

פ-ו-י!!
ב] אין א רעגענדיגער געללען זונטאגדיגן פרימארגן שטייט איר אין די טמענע מאנהעטענער גאסן ערגעצוואו נעבן די איזריעלישן קאנסוליי ווי אין איין האנט האלט איר אייער צובראכענעם שירעם וואס אונזערע אבות האבן שוין געזעהן בעסערע צייטן ווי די שירעם נאך א רעגן, און אין די צווייטע האנט האלט איר א שילד ווי איר פארלאנגט פון די פארבייפארענדע כינעזער ערלים אז זיי זאלן זאפארט אויפהערן גראבן די וואנדעליזירטע קברים אין קרתא פארקינג לאט בעצם יום השבת ווען סאיז אפילו נישט דא אן עירוב!
איר שרייט מיט אייער גרעסטער כח ענגלישע לאוזונגען וואס מען האט מתיר געווען אלס שעת חירום "איזרעלי גאבערמענט רעסט אין פיס"! - "איזרעלי סעג'עס שעמאן יו"!
ווען נאך עטליכע מינוט איר זענט שוין באגאסן מיט..... הערט זיך פון די הויעך הילכערס די באקאנטער קול מיט א בעטענדיגע הספד שטימע
מורים ורבותים! מיר זענען זעך צאמגעקומען דא היינט אויף די פארלאנג פון די גדולי הראבאנים....
ולא יכלו להתאפק - און איר מיט אייערע שכנים צוגלייך שיסן אויס מיט פאטאס דאס מיאוסער ווארט, וואס אין די גוטע יארען וואלט איר זיך פארדינט אלס שטראף נישט מער אין נישט ווייניגער ווי פעפער אויפן צונג...
פון אייער שליימיגן קול קומט עס ארויס אזוי בפארהעסיא בכל כוחו ובכל כוונתו!
--- פ-ו-י!!!!
אה וואספארא תאוה?! וואס פארשטייט דער ציוני?! (ווי קען ער פארשטיין ער איז אפילו נישט אין אפיס היינט)

טשולענט בונדלאך!!
ג]...טוט ברענען און א רויעך טוט גיין דאס קען נאר א... חסיד אליין! אהה די אור אלטע מסורה פון קינדווייז אן אז מיט יעדע בונדעל וואס איר עסט הארגעט מען א ציוני!!
איר זעצט זיך צו קאמפס גרייט צו אייער טעלער טשולענט וואס ווערט פארוואנדעלט אין א מלחמה זאנע פיל מיט ראקעטן גראנאטן מיסלס און אפילו די שרעקעדיגע בונקער באסטערס,
אהה איר געט א בלוז... וווואאאווו.... ווי איר ווילט מיט דעם ארויס שיקן די מיליטערישער סיגנאל אז איר גייט אין בליץ קריג!
ענדליך די ערשטע בונדעל אריין אין פיסק... אה די ראש הממשלה אראפ מיטן קאפ... אין אזוי ווייטער
כ'ווייס נישט וואס די טשולענט האט מיט זיי געטוהן - אבער וואס די בונדלאך האבן מיט מיר געטוהן ווייס איך שוין איינמאל!
אה וואספארא תאוה?! וואס פארשטייט א צפונית?! אוי כמיין צו זאגן א מזרחית?!

המשיח איז אן די וועי!
אוי אנטשולדיגט כמיין צו זאגן המשך איז אן די וועי!
לעצט פאראכטן דורך סביב העולם אום מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:34 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:28 am

;l;p- אריין אין עורך מלא
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:34 am

סביב, דיינע אויסדרוקן זענען ווערד א מעלאונע, א ריכטיגער קרעטשמעריסט... כ'האב געבונדלט פאר געלעכטער ווי דער חזן שרייענדיג פוי ביי שבחחחח.... ביסט זאפטיג!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 11:17 am

גם אני בונדלינג מאוד. סביב קיפ אן

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 11:47 am

סבי זיסער זאגסט דאך אזוי פיין...

(די מוחים וועלן באלד דא זיין, דאונט ווארי)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 2:28 pm

ים רויבער האט געשריבן:;l;p- אריין אין עורך מלא
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 2:39 pm

איך בין ניש אנגעקימען צו גיין צום פראטעסט
אפשר קען מען עפענען אן אשכול ווי מען קען אוישרייען די וויי געשריי?
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 3:18 pm

עלטערישע תאוות!!!

תאוות שטעלן זיך נישט אפ, נאר זיי טוישן זיך לויט די יארן און לויט די אומשטענדן, און אפשטאם, און סביבה, למשל אויף דער עלטער שווימען אפיר נייע סארט תאוות אשר לא שערום ילדותינו ושביישה זקנותינו, לאמיר ביינאזאם אריינשפאצירן אין א מושב לצים (אנטשולדיטס:מושב זקנים) זיך צו באקענען פונדערנאנט מיט די עלטער שוואכקייט בדורינו אלה:
א)פונעם לענגערן שמועס מיט איינע פון די באטשי'ס האב איך אויפגעפיקט א שלל פון העלדישע לאזינגען, צו בארייכערן מיין לעקסיקאן, והרי שלך לפניך:


בימים ההם:
יונגערמאנטשיק... קום נאר אהער....וועמענס ביסטו???... איך האב גוט געקענט דיין זיידן נאך פון ...
בזמן הזה:
טאטער דו... קום נאר אהער...וועמענס ביסטו....דייין טאטע ווייסט דו ביסטא...איך קען גוט דיין טאטן נישט פון היינט... איך געדענק איהם נאך פאר ער האט זיך אליינס מוחל געווען ...
בימים ההם:
וואס ווייסט עטץ?.. די היינטיגע יונגווארג...דעי באגאבאנדען...גאלאגאנען! ...מינעהראצים
בזמן הזה:
דו ראצער איינער ווייסט נישט וואס טיטזעך מיטעך...ווער אי געווען דיין רעבע?...
בימים ההם:
(אהיימגייענדיג פון שול מיט א חבר)
נעם טא דאם...מיטשינאזי...אקאר לעס אז מאר....יאנאפאט.. מינדענרענדעוואן....
בזמן הזה:
קינדערלעך, גייטס פאראויס.... טאטי קומט שוין...
בימים ההם:
אינדערהיים איזעס נישגעווען...
בזמן הזה:
אויף דעם האט דערעבע אלע יארן געוויינט...
בימים ההם:
א קליין מאראסטיק דערפעל געווזען.....
בזמן הזה:
זאגסט מיר?! כ'געדענק עס ווי היינט ס'איז געווען פיצי ווי א טו ביי פאר....
לעצט פאראכטן דורך סביב העולם אום דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

שמו
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 3:20 pm

סביב העולם ביסט מורא'דיג, די נעמסט ארום די גאנצע וועלט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 3:23 pm

סביב העולם האט געשריבן:בימים ההם:
אינדערהיים איזעס נישגעווען...
בזמן הזה:
אויף דעם האט דערעבע אלע יארן געוויינט...

מערסטע האבעך דאס געגליכן... :grin:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 3:25 pm

ווער געדענקט נאך ווען וועלט איז געווען א וועלט?
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 5:48 pm

סביב סע'גוט, ווי וואנט מאר

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 6:16 pm

splenda האט געשריבן:איך בין ניש אנגעקימען צו גיין צום פראטעסט
אפשר קען מען עפענען אן אשכול ווי מען קען אוישרייען די וויי געשריי?

גיי שוין אין מחאות ווינקל viewtopic.php?f=21&t=14648&hilit=%D7%A4%D7%95%D7%99

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 6:22 pm

באמישע תאוות!!!

די היימישע באמעס האבן זייערע אייגנארטיגע תאוות האבען זיי געטענה'ט למה ניגרע?!
איז כדי שלא לבייש את מי שאין לא.... מפני המעליגים... האבן מיר דא עטליכע טיפס פאר באמעס אמאל אין היינט
נאט אייך דא א טוץ פון מיין נאטיצן ביכל:


בימים ההם:
האט מען זיי גערופן "רייסערס".......... געוואנדן לויט די סייז פון די באמישקייט א גרויסער באם האט געהייסן "א גרויסער ראסער" בבחינת תלישה גדולה!......הקיצור ס'געווען ראסיסטיש!
בזמן הזה:
רופט מען זיי "פליקערס".....

בימים ההם:
ווי א גרעסערע באם האט מען איהם גערופן מיט כבוד און עהרע..... ער איז "פעסט" הא?!......
בזמן הזה:
רופט מען זיי "שוואך"........ דעי שוואכע בחורים......... פון די באמס...... שוין צו דעם דארף מען שוין רופן די "באם" סקוואד!


בימים ההם:
אפשינעל: 1)קורצע פיאות - 2) ווינדאו שעיד פייעס מיט דיפי דארט אדער דיפי דא
בזמן הזה:
לאנגע דינע לאקשען כ'מיין פיאות.... "לאנג" ווי די גלות, און דין ווי "דין"א דמלכותא דינא

בימים ההם:
דאבעל בריטש גלעזער פארשטייטצעך אויף די פייעס כדי סזאל נישט אראפ פאלען...
בזמן הזה:
סינגל בריטש נישט קיין חילוק אפער לעוועל אדער דאון טאון דארט ווי סנישט דא קיין טרעפיק.....

בימים ההם:
דיקע פרעימס פאר די בריללען....
בזמן הזה:
רימניץ גלעזער (כ'מיין רימלעס).......

בימים ההם:
א קליינע קאפעל געוואנדן לויט די קילקייט = שטארק קאלט: א כזית בכדי אכילת פראסק,
לוילעך: ווי א גרוגרת אן א פיטום
פרילונג: א גאנצע פיי אבער נאר פון 4 סלייסעס און פארשטייטצעך אז עס ברויך זיין הארט בבחינת ראפאגאדש........
בזמן הזה:
די קאפעל ווי גרעסער ס'קען זיין בבחינת כל המוסיף גורע! אויפן קאפעל וואנדעליזירט מיט לויזינגען ווי למשל: נא נאאחח נאאחחחמממאאאנננןן ממייי אאא מממאאאנננןןן...........
אדער: איי עם פראוד טו בי פאפא
אדער: ליפה א פשוטע איד (ווען כ'זאג פשוטע מיין איך פשוטו כמשמעו...)

בימים ההם:
די שטריימעל גאר קליין... א קליינע פיצי שוואנץ "א מצה שטריימל" - ווי די אדווערטייזמענט פון קרויס
שיף כ'מיין קרום אויפן קאפ קרום ווי "גראדער"
אויך האט עס געברויכט אויסקוקן ווי א רעדל (פלעט-טייער) געגלאוט אינגאנצן
בזמן הזה:
א הויעכע שטריימעל הויעך ווי די טווין טאוערס (בימים ההם איז נאך געווען די צווילינג טורעמעס)
און אראפ אויפן שפיץ קאפ ווי א פאליס (סהאט דאך געדארפט זיין סעקיורעטי ביים טווין טאוערס ניין?)
און אפען אינגאנצן בבחינת אפין 24/7..... ווי מען רופט עס ביי די שטריימעל עגענטס - ס'זאל לעבן- .........שוין אבי מ'קלעבט כ'מיין מ'לעבט......

בימים ההם:
שפיציגע שיך ...... אזוי שפיציג אזש ביז מען האט געברויכט הרגענען א מורישקע אינעם קארנער זענען זיי געווען די פוירסט ריספאנדערס אן די סין
און אויך האט עס געמוזט שיינען.... וואס זאגיך שיינען??! בליטשקען... ממש ווי די לבנה אין סאמע מיטן פונעם חודש...
און די היעלס די זוילן פונעם שיך האבן געמוזט זיין פייערדיגע זוילן גאר שטיל ווען מען האט געוואקט (פייער איז שטיל? פרוביר נישט אויס דו קענסטיך נאך אפבריען..) ווייל צו האקן מיט די טעפס האט דאך באלאנגט צו די אנדערע כת....
בזמן הזה:
באקסעדיגע שיך........ אזוי סקווער ממש א סקווער פוס...... ווען די הייועי פאליס ווילן מעסטן ביי אקריים סין קען מען נוצן די פראנט פונעם בעיוטיפאל שו אלס א רוללער.........
אויך מוז עס זיין מאט..... נישט פלעין מאט נאר מעט מן המעט!
און היי הילס..... וואס זאל קנאקן ווי מען גייט נאר ס'זאל מקויים ווערן ונשמע קולו בבואו אל הגויאיש........

בימים ההם:
א תיישים פאסיק...... א באקעל........
בזמן הזה:
הויזן טראגער...... והמהדרין נוטלים קאלורפילע שלייקעס........

בימים ההם:
אז מען איז געווען COOL איז מען געגאנגען מיט א בלויזע העמד.... פארשטייטצעך מיט אן אפענע קנעפל.... (מיט איין קנעפל קאן מען אנקומען צום.....)
בזמן הזה:
אז מען איז COOL גייט מען מיט א זופ אפ סוועטער..... און א שאלל אויף ריקווערטס זויווי די כת השאללים....

בימים ההם:
איז מען געוועזען דרשטריג האט מען געטרונקען א קאלטן קאקא קולע..... אדער א פעפסי...... פארשטייצעך מיט אן OU......... ווייל בעצם זענען די בומעס שטארק מדקדקים בכשרעס און "סאכדעס" האט נישט אשזעלכע גוטע געז.....
בזמן הזה:
איז מען טרוקן פאר דורשט דאן טרינקט מען די אקסן זאפט...... RED BULL........ (ס'קומט דאך אן געז ווייל די געז פרייזן זענען הויעך)
אדער טרונקט מען "קבלה"..... ווייל לערנען קבלה טאר מען דאך נישט פאר די 40......

בימים ההם:
ווען ס'נאכנישט געוועזען קיין ג.פ.ס. און איינער האט געוואלט אפפארן..... איז ער אדער געווארען א ליטווישער און אויפגעהערט צו גיין אין מקוה...... און מער נישט געזאגט שבת ביים דאווענען "יקום פורקן"..... נאר ענדערש מער ליטוויש "יקום פוֳרקן"...........
אדער סתם געווארען א "פאדערנער"......... וואס ווען ער וועט אריינפאלען אין ראדני וועט מען איהם אנקוקן ווי א עושר!
בזמן הזה:
ווערט ער פלעין א.................................ברעסלעבער!!!!!!

בימים ההם:
איז מען סתם געווען COOL מען האט געמאכט א ווינט........ אפילו אינדרויסן האט נישט געבלוזען...
בזמן הזה:
קען מען נישט סתם ווערן COOL ווי אונזערע זיידעס........ סאיז דאך א פארגעשריטענע וועלט ניין?
היינט ווערט מען COOL נאר אויב מאיז א FAN פאר איינעם!

בימים ההם:
ווען מען האט געוואלט טרעוולען ערגעץ בורדענען בלע"ז האט מען זיך אנגעהאנדעלט א רייסערישע קאר.. וואס קאר?! סדאך נאכנישט געווען..... אקעי האסט מעך געכאפט ביים גרייז... האט ער זיך איינגעהאנדעלט א מעכטיגע "חמור" (מסתמא נאר גערענט ביי 1800 - GO CHAMORׂ) נו ודאי איז עס געווען פולי לודעד מיט א געדרייטע וויידעל און לעדער סיטס כ'מיין לעדער זוטעל........ מיט אזעלכע קנאקעדיגע בלובערי לייטס (בלעק בערי איז דאך געאסערט) בכלל נישט מורא געהאט פון די "ים רויבערס"................. און מען האט געשמיסן שטיקער ווי א חיה (כפשוטו) אזש ביזן אנקומען צום קרעטשמע!!! - אין "יוראפ" זיך געטראפן מיט די חביירעם איי איז דאס געווען א וועלט!! מען האט געהוליעט אויף א גלעזעלע "שנאפס" געמישט מיט "ספלענדא" דער "מאשקע" דארט אידאך געווען דער גאנצער "מושע יאכעס" ער האט זיך אנגערופן "עס עפעס" זיי נישט "פארשלאפן" ווי דו ליגסט ווען אויפן "געלעגער" איצטעט! "קרעמער" האט אויך צוגעלייגט אויפן אראמישן שפראך ווי די באמעס "יגר סהדותא" דער פרומער "שאץ מאץ" האט נאר געוואלט וויסן צו סהאט א העכשער פון "סאכדעס" די עולם איז געווען דארט היי "למעלה משבעים" אין שפיץ פונעם זקן "שמערי בערי" סיז שיעור נישט געווען דארט מער ווי איין "ארעסטאנט" ביז די עולם איז געווארן פעט אפ ווי "שמן למאור" און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין א לוסטיגער "דאנציגער" אינדערמיט איז דער קליינער "בן בוזי" מיטן נאמען "יואל ווייס" כך "שמו" ווען פונדערזייט שפילט אונטער דער "שבתי משורר" אקעי "יש להוסיף" אבער איך "שטארק זיך" און איך וועל שפעטער ממשיך זיין.........
בזמן הזה:
אז מען וויל טרעוולען דינגט מען זיך א ספארטס קאר מיט טינטעט ווינדאוס "דיו חלונות"..... און אויבען מוז עס האבן אנבאדינג א "סאן רב" (עמען איז נישט גוט די רב אליינס ער מוז דוקא זיין זוהן האבן... בעסערע שמעקער?)
העמשעח יו בוי........
לעצט פאראכטן דורך סביב העולם אום דאנארשטאג ינואר 26, 2012 12:47 pm, פאראכטן געווארן 10 מאל סך הכל.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 6:25 pm

העי וואס מאכסטע חוזעק פון מיר?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 6:27 pm

יוראפ האט געשריבן:העי וואס מאכסטע חוזעק פון מיר?

וועלכער האט דיר געטראפן אין פינטל??
אה איך כאפ שוין מיסתמא די "בימים ההם" דו ביזט דאך א יוראפעיאישער באם!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 8:48 pm

סביב העולם האט געשריבן:בימים ההם:
(אהיימגייענדיג פון שול מיט א חבר)
נעם טא דאם...מיטשינאזי...אקאר לעס אז מאר....יאנאפאט.. מינדענרענדעוואן....
בזמן הזה:
קינדערלעך, גייטס פאראויס.... טאטי קומט שוין...

ס'האט מיר גענומען א מינוט צו כאפען, אבער ס'איז עפעס געוואלדיג
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot], פראהביטש און 18 געסט