שאץ ביים שאץ קאמער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

שאץ ביים שאץ קאמער

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יוני 29, 2008 4:18 am

אט גייט אריין דער פינאנץ מיניסטער אין שאץ קאמער און זעהט דארט מיט גרויס ווינדער......, ס'קלינגט אביסל מעשה ביכל'דיג, מ'קען צולייגן צו די מעשה וואס מ'וויל...., איך וויל דא בלויז געבן אביסל עיצות פאר פרנסה, בגשמיות וברוחניות, אין די היינטיגע אקענאמיע, קודם לאמיר אנהייבן ברוחניות, און דערנאך וועלן מיר גיין בגשמיות, פארשידענע סגולות וואס מ'טוט פאר פרנסה,

קודם ברוחנית, אט שטעלן מיר פאטר פארשידענע סגולות לפרנסה, ווי עס איז פארהאן א באקאנטע אויסדריק וואס טוט מען נישט פאר פרנסה,
מעשה: א איד איז אריין געקומען צום בעש"ט, מיט א בקשה אז ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים דער בעש"ט געזאגט ער זאל זיין בשמחה, ווייל שמחה איז א סגולה לפרנסה, האט דער איד גע'טענה'ט, ווי קען איך זיין בשמחה אז איך האב נישט קיין פרנסה, זאגט אים דער בעש"ט, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה......

דאס אז שמחה איז א סגולה לפרנסה שטייט פון ר"ר הערש פון רימנוב זי"ע, אז די ס"ת פון והיית אך שמח איז די שם הפרנסה חת"ך, (וכ"כ בהרבה ספרים),
פון ר' יחזקאל מקוזמיר שטייט אז שמחה ברענגט פרנסה, דאס איז מרומז אין פסוק, שמח זבולין בצאתך די הצלחה פון זבולין אין פרנסה איז שמח,
פונעם ר"ר בונם מפארשיסכא שטייט א פלא, אז פיל מאל זעהט מען פראסטע אידן האבן פרנסה, דאס איז ווייל זיי זענען בשמחה, און פיל מאל זעהט מען ערליכע אידן מיט יר"ש, אבער וויבאלד זיי זענען בעצבות האבן זיי נישט קיין שפע....
א רמז שטיט אין ס' משמרת איתמר, ממרחק תביא לחמה, מרחק בגימ' שמח, דורך שמחה קען זיין פרנסה,

בקיצור האמיר איין ברירה צו זיין בשמחה, אבער גייט עס דען אזוי גרינג? שמחה ווערט עפעס פון זיך אליין?, דער גר"א האט דאך געזאגט אז די שווערסטע מצוה אין די תורה איז והיית אך שמח, יו"ט צו זיין בשמחה, דעריבער וועלן מיר זיך אביסל קערן אויף פארשידענע אנדערע סגולות, און צו געדענקען אז א סגולה איז טאקע נאר א סגולה, נישט קיין הכרח,

פון חז"ל איז פארהאן עטליכע זאכן וואס איז באקאנט הזהיר בנטילת ידים, מים הרבה, בגמ' ב"מ שיהא זהיר בכבוד אשתו שהברכה מצי' אלא בשביל אשתו, ושלא יפזר פירורים ועוד,
און שו"ע שטייט שלא לשייר לחם על השולחן, ועוד:

צו די סגולות לאמיר מקדים זיין וואס שטייט אין מדרש פנחס (מר"פ מקאריץ) בזה"ל מי שזהיר בה' דברים אלו בוודאי יהי' לו פרנסה א' להיות מתמיד ממש,
ב' שיזהר שלא יהי' שום שקרנות בפרנסתו,
ג' להתפלל על פרנסתו והוא מועיל לו אפי' שחטא,
ד' ליתן מעשר,
ה' שלא יהי' פזרן יותר מדאי:
גאנץ שווערע תנאים, הא?
לאמיר זיכן עפעס גרינגער....

א) מ'זאל נישט טראכט וויאזוי ער גייט האבן פרנסה און וויאזוי דער באשעפער קען אין מזמין זיין פרסנה ווייל דאס איז גורם א צמצום,
(החוזה מלובלין)
(וכן כת' בנועם אלימלך פ' בהר בשם אחיו הר"ר זושא וכי תאמרו מה נאכל אז נפסק הפרנסה וכו' וכו')

ב) א מענטש זאל נישט מאכן קיין חשבונות וויפיל ער דארף פאר צרכי הבית, ווייל אין הברכה מצוי אלא דבר הסמיו מן העין, איז בעסער אז מ'ווייסט נישט.
(בשם המגיד ממעזריטש)

ג) א מענטש זאל נישט לאזן זיין ווייב פירן די געלטער, זי זאל נישט וויסן וויפיל געלט ס'איז דא, ווייל א פרוי איז מצד הדין.
(הנ"ל המגיד ממעזריטש) (כמדומה איז יעדער מסכים צו דעם.....)
הוספה: שטייט אין ליקוטי מהר"ן, אז ווער עס דארף מפרנס זיין די משפחה, דארף האבן עפעס א ממשלה, און מכח די ממשלה פון די כתובה, שארה כסותה וכו' מיט דעם כח קען ער מפרנס זיין די בני בית, אויב זיין זענען בבחי' והוא ימשול בה, און אזוי זעהט מען די מושלי העיר, וואס דארפן אויס האלטן אסאך מענטשן, דארפן האבן מער ממשלה, (רבותי! גייט'ס אהיים צו די ווייבער, און זאגט'ס זיי, בעסער בין איך בעה"ב ווייל דאס ברענגט.... די גרינע......)

ד) אמונה ברענגט פרנסה.
(זוה"ק, וידוע מאמרם ז"ל אין ישרא' נזונים אלא בזכות האמונה אך זה זכות וזהו סגולה)
הוספה: א פלא, ווען א מענשט זאל ווען האבן אמת'ע בטחון, וואלט ער ווען געקענט ארויף גיין אויף א שפיץ בוים, און די פרנסה וואלט אים נאכגעלאפן אליין.
(באר מים חיים פ' נח)
דומה לזה: שטייט פון בנ"י בשם ר' פנחס מקאריץ, אז פרנסה ארבעט אזוי, פארקערט ווי כבוד וואס הרודף אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו, א רודף אחר עניות לויפט אין נאך די עשירות, (עיי"ש בענין לחם עוני)

ה) דאווענען פרי איז א סגולה צו פרנסה.
(העטרת צבי אמר זאת להגבירים)

ו) המקוה איז א סגולה לפרנסה:
(מגן אברהם – טריסק אחרון ש"פ)
הוספה: דער תפארת שלמה איז געוועהן א גרויס משפיע פאר פרנסה, ער האט מתקין געוועהן ס'זאל זיין ווארעמע מקואות אויך שבת, אסאך ת"ח האבן מפקפק געוועהן האט געזאגט ר' יחזקאל פון קוזמיר, "א ווארעמע מקוה איז א סגולה לפרנסה", (נישקשה, זיך ווייקן אין מקוה? און ס'ברענגט נאך פרנסה...)

ז) מכוון זיין ביי פותח' את' ידיך' השם חת"ך, און די ר"ת איז דער שם פ'א'י' אויך א שם פאר פרנסה.
(הראשונים)
(הוספה: הרה"ק ר' איציקל משפעווארסק פלעגט זאגן, דער שם פ'א'י', זאל מען אינזינען האבן די ר"ת פרנסה פ'אר א'לע י'ודן,

ח) זאגן תחנון איז א סגולה לפרנסה:
(הסבא קדישא מראדאשיץ)
(גענדיגט מיטן שרייען יתגדל........)

ט) זאגן אני מאמין איז א סגולה לפרנסה:
(מד' פנחס מהרה"ק ר"פ מקאריץ)

י) געבן יעדן טאג צדקה, לצדקת רמבעה"נ איז א סגולה לפרנסה:
(ר' יענקעלע משפעווארסק)

יא) טיילן טאבאק פאר אידן איז א סגולה לפרנסה,
(בשם ר' חיים מקאסוב בעל התורת חיים)
(ובנו הצמח צדיק הוסיף שגם הוא לבוא למדת סבלנות)

יב) א מענשט זאל נישט זאגן אויף זיך ער איז א ארימאן, אזוי איז מרומז אין פסוק, זה עני קרא וד' שומע, אז א מענשט זאגאט ער איז א עני, וד' שמוע דער באשעפער הערט אים צו.
(ר' דוד צ"ש מלעלוב (השני)
הוספה: אזוי אויך האט הרה"ק מהריט"ב מסאטמאר זצ"ל, געזאגט פאר א בעה"ב וואס האט נישט פארדינט צו פיל פון זיין פאבריק, ער זאל אויפהערן נעמען שטאטישע פראגראמען, ווייל דא זאגט ער איז א ארימאן, און דא בעט ער אויף עשירות, א מענטש דארף זאגן אויף זיך ער איז א עושר, (נו! געגאנגען, גיימיר קויפן א נייע האמער, שפילן מעשה עושר.....)

יג) מאכן א סעודה איז מסוגל לפרנסה כמ"ש סעדני ואושעה.
ר' יעקב משה מקאמארנה בשם העטרת צבי)
הוספה: בפשטות רעדט מען פון א סעודה וואס מ'וואשט זיך צו נטילת ידים, און ברכת המזון וואס איז פיל סגולת לפרנסה, נישט א מזונות ראל כהיום)

יד) אויפהייבן די האנט ביי על נטילת ידים איז א סגולה לפרנסה, אויסער די פיל וואסער וואס דאס איז שוין באקאנט.
(שלחן הטהור)

טו) זאגן דעם קאפיטל מזמור לדוד ד' רועי פארן עסן איז א סגולה לפרנסה הוא
(סידור ר' שבתי מהאריה"ק)
הסופה: בשעת די מלחמה יארן אין די שטאט לאנדאן, איז געוועהן די ישיבה פון ר' משה שניידער (רבי פון גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א), עס איז נישט געוועהן קיין ברויט, האט ר' משה געהייסן מ'זאל זאגן נאכן דאווענען מזמור לדוד ד' רועי מיטן קאפיל נאכדעם לדוד מזמור, און לפלא יעדן טאג איז אנגעקומען ברויט אויף א אנדערע אופן.

טז) א שארפע מעסער ביי די סעודה איז א סגולה לפרנסה:
(לקוטי מהרי"ח)
הוספה ר"ר פנחס'ל מקאריץ האט מקפיד געוועהן, צו שניידן די חלה – ברויט דוקא מיט א מעסער, נישט מיט די הענט, זאגנדיג אז דאס איז א סגולה לפרנסה נישט צו עפענען די ברויט מיט די הענט.

יז) האבן א טישטוך אויפן טיש במשך די סעודה איז א סגולה לפרנסה:
נכדי ראפשיץ בשם הזרע קודש)

יח) די זאלץ מעסטל זאל זיין פיל ביז אויבן
(בדברי יחזקאל החדש בשם השינאווא רב)

יט) מ'זאל זיך נישט שפילן מיט די מעסער'ס און די עסצייג ווייל דאס איז מונע פרנסה:
(אלף כתב בשם המהרם שיק)

כ - כא) לערנען משניות יעדן טאג איז א סגולה לפרנסה (א ווינדער די עלטערע אידן האבן געלט אוועקגעלייגט? משנה בגימ' פרנסה: לערנען זוהר יעדן טאג איז אויך א סגולה לפרנסה
(ר' פנחס מקאריץ)
הוספה: אסאך צדיקים האבן טאקע געהייסן לערנען חק, און געזאגט אז דאס וועט ברענגען פרנסה, ווייל חק לישנא דמזוני, אבער לפי הנ"ל פארשטייט מען בעסער, ווייל משניות און חק איז א סגולה, אין חק לערנט מען יעדן טאג משניות און זוהר,

כב) זאגן אגרת הרמב"ן יעדן טאג איז א סגולה לפרנסה, און א סגולה פאר סיי וואס, און סיי וועלכע בקשה מ'האט
(הנ"ל)

כג) לערנען נועם אלימלך איז א סגולה לפרנסה, און ווער עס לערנט נוע"א שבת, העלפט זוכה זיין צו א נשמה יתירה
(צדיקים בשם הר"ר אמילך שא' לפני פטירתו)

כד) לערנען רבינו בחיי איז א סגולה לפרנסה:
(ר' דוד משה מטשארטקוב)

כה) לערנען גמ' איז א בגולה לפרנסה תלמוד בגימ' פת: (ועי' בהוספה אות כ', גם גמ' לומדים בחק)
(הרה"ק מהרי"ד מבעלזא אמר בשם ר' אורי מסטרעליסק)

כו) ר' יענקעלע פון פשעווארסק, האט געהאט א שטארקע קפידה אז די געלזלעך און טעלער'ס זאלן זיין מיטן כלי קיבול אויף ארויף, ער פלעגט ממש אליינס איבער דרייען די גלעזלעך, ער האט אמאל געזאגט פאר די רבעצן דריי איבער די געלזעלעך די השפעה זאל אריין קומען.
(מפי השמועה)

כז) מ'זאל נישט לאזן קליינע קינדער וויינען, ווייל דאס ברענגט דינים און עניות.
(מד' פנחס) (יא יא, מעגסט אויפשטיין אינמיטן די נאכט צו די בעבי, עס ברענגט געלט....)

כח) א ווארעמע שטוב איז גוט לפרנסה, שטוב וואס איז קאלט איז שולט עניות
(הנ"ל) (בפשטות רעדט מען נישט פון זומער מיטן עירקאנדישן)

כט) מלחוקת אחת דוחה מאה פרנסות, (כמ"ש ד' יברך את עמו בשלום)
(שלה"ק) (ליידער רעדט דאס פאר זיך אליין אין די היינטיגע עקענאמיע...)

ל) א האלצענע האלטער פאר די מזוזה ברענגט פרנסה.
(נועם שיח בשם ר' הירצקא מראצפערט)

לא) עס איז גוט צו וואוינען אין א גרויסע שטאט וואס דארטן איז די פרנסה דא בשפע.
(חיי מהר"ן) (מידלטאון ליבהאבער קוקט'ס נישט אויף דעם.....)

לב) א מענשט וואלט זיך ווען געקענט מפרנס זיין אפי' פון קליינע שפענדלעך, בתנאי אז די סחורה זאל אין נישט זיין נמאוס.
(דברי ישרא' בשם הר"ר מילך)

לג) ענוה ברענגט און איז משפיע מפרנסה.
(עטרת ישועה)

לד) לערנען לשונות פון גוים איז גורם אז זיין זאלן צוכאפן די פרנסה און אונזער שפע.
(הנ"ל)

לה) דער נאסאד'ער רב זצ"ל, פלעגט זאגן פאר מענטשן מ'זאל זיך מקבל זיין נישט צו ארבעטן חול המועד, ווייל דאס ברענגט פרנסה.

לו) פרנסה איז תלו אין אמת, מ'זאל נישט זאגן קיין שקר אפי' פאר א גוי,
(הבן ביתי מקאמארנה) (ס'איז צרות, וויאזוי מאכט מען א מארגעטש?......)

לז) ווער עס איז נזהר אין א צווייטנס געלט, אפילו פון זיינע קרובים, אפילו ער איז נאר א ארבעטער, א עבד, א משרת צו א בעה"ב, אויב איז ער געטריי באמת, זעהט ער הצלחה אין פרנסה ער מיט די קינדער כל הימים.
(הנ"ל)

לח) דאווענען מיט מנין איז א סגולה לפרנסה
(מאור ושמש פ' משפטים)
הוספה: דער ישמח ישרא' שרייבט אין א בריוו צו די חסידים, מ'זאל ווארטן יעדן טאג אין ביהמ"ד ביז עס קלויבט זיך צוזאמען א מנין, און ער איז מבטיח אז עס וועט קיינעם נישט פעלן בפרנסה.

לט) אסאך שלאפן ברענגט עניות.....
(אריז"ל) (ס'האט אפשר שייכות צו אות כ"ז?.......)

מ) נישט בארגן קיין געלט אן עדים, ווייל דאס ברענגט א קללה פאר זיך, (ס'איז אפשר אויך נישט פראקטיש צו בארגן אן עדים)
(היעב"ץ)

מא) א מענשט זאל זיך זיכן א שותף אין געשעפט, ווייל די מזל פון צוויי איז בעסער.
(הנ"ל)

דברים של שבת
שבת אליין איז א סגולה לפרנסה, ווי ס'שטייט אין זוה"ק, כל ברכאן דלעילא ותתה תליא ביומא דשביעא, שבת איז משפיע אויף דח גאנצע וואך אבער עס זענען פארהאן נאך סגולות וזהו:

א) תוספות שבת סגולה לפרנסה, ר' נח מלעכוויטש פלעגט זאגן בעלי בתים זאלן מיר פאלגן מאכן א גרויסע תוס' שבת וועלן זיי האבן פרנסה אגאנצע וואך:

ב) א שיינע בגד לכבוד שבת איז א סגולה לפרנסה:
(רי"מ מקאמארנה)

ג) זאגן במה מדליקין טוב לפרנסה.
(ר"פ מקאריץ)

ד) די כוס פון קידוש זאל זיין פיל מיט וויין על כל גדותיו.
(בן איש חי)

ה) א שיינע בעכער איז מסגול לפרנסה (חברה טראגט'ס ארויס דעם זילבענעם בעכער אין קאנטרי....)
(ר' נתן מברסלב)

ו) עסן פיש לכבוד שבת איז מסוגל לפרנסה, א רמז ווייל ס'שטייט עיני ד' אל יראיו וגו' ולחיותם ברעב, און פיש האבן שטענדיג אפענע אויגן.
(היכל הברכה מרי"א מקאמארנה)

ז) עסן עפל פרייטאג צונאכטס ביי סעודת חקל תפוחי"ן.
(החי' הרי"מ א' בשם המגיד מקאזניץ)

ח) אלע פיוטים וואס דער אבן עזרא האט מחבר געוועהן איז מסוגל לפרנסה כי אשמרה שבת, אלקים יסעדינו, צמאה נפשי לאלקים, ועוד (והרה"ק מרוזין האט געזאגט איך ווייס נישט פון ווי א איד האט פרנסה, אויב ער זאגט נישט כי אשמרה ביי ש"ש און ויתן לך מוצאי שבת , וכ"ת הלא רואים שיש הרבה אנשים שיש להם פרנסה אף שאינם אומרים כי אשמרה עם ויתן לך ע"ז אמ' הרה"צ מרוזין "אך און וויי צו א פרנסה וואס מ'ווייסט נישט פון וואנעט ס'קומט)

ט) די נאדבורנה אייניקלעך האבן א קבלה אז זינגען יעדע וואך ביי ש"ש, שושנת יעקב איז מסוגל לפרנסה, (לאכט'ס נישט, ביי טייל נאדבורנה אייניקלעך איז דאס נארמאל צו זיין פורים'דיג אגאנץ יאר....)

י) נעמען די חשבונות פון אגאנצע וואך אפשרייבן אויף א פאפיר און אריין לייגן אין סידור ביי ויתן לך.
(ר' דוד שליסל הראב"ד ממוקאטש קבלה מאבותיו)
(שמעתי שיש ענין לגבות החובות במוצאי שבת ולא מצאתי מקור ע"ז)

יא) סעודת מלוה מלכה, שטייט פון גאר פיל צדיקים איז מסוגל לפרנסה, זינגען אלקים יסעדינו, פארציילן די מעשה פונעם אוצר, זינגען איש חסיד, לדבר מהעבש"ט, (ור' א"י מסאדוגורא א' לדבר מהבעש"ט מסוגל להנפש ולדבר מרמ"ל מסאסוב מסוגל לפרנסה):

יב) אויףצוהענגען די הבדלה איז מסוגל לפרנסה.
(בית אהרן, וי"א שהוא מסוגל נגד שריפות):

יד) אז די הבדלה וויין זאל זיך גיסן איז א רמז אז די שפע זאל זיך גיסן,
(מפי השמועה לא מצאתי מקור ע"ז)

דאס אלעס איז ברוחניות, בגשמיות האף מיר בקרוב צו מאכן א ארטיקל, וויאזוי צו פירן א חשבון...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

Re: שאץ ביים שאץ קאמער

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יוני 29, 2008 10:49 am

שאץ מאץ האט געשריבן:דברים של שבת

ח) אלע פיוטים וואס דער אבן עזרא האט מחבר געוועהן איז מסוגל לפרנסה כי אשמרה שבת, אלקים יסעדינו, צמאה נפשי לאלקים, ועוד (והרה"ק מרוזין האט געזאגט איך ווייס נישט פון ווי א איד האט פרנסה, אויב ער זאגט נישט כי אשמרה ביי ש"ש און ויתן לך מוצאי שבת , וכ"ת הלא רואים שיש הרבה אנשים שיש להם פרנסה אף שאינם אומרים כי אשמרה עם ויתן לך ע"ז אמ' הרה"צ מרוזין "אך און וויי צו א פרנסה וואס מ'ווייסט נישט פון וואנעט ס'קומט)
באקאנט אז הרה"ק בעל צמח דויד מ'דינוב איינמאל ווען ער איז געווען ביי הרה"ק ר' שלום מ'בעלזא האט ער אים מכבד געווען מיט כי אשמרה שבת האט ר' דויד'ל מסרב געווען זאגענדיג "א תנאי וויל יאך נישט".
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג יוני 29, 2008 12:36 pm

שאץ מאץ, וואנדערפול דזאב.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 29, 2008 3:10 pm

פרישע 'שמאחציגער' סקאנדאל אינערהאלב די היימישע קרעטשמע! (מנהלים: ס'איז נישט א עקסטערע ארטיקל!)

אין די לעצטערע פאר חדשים האבן זיך איינגעשריבן דא ביי אונז אין קרעטשמע א שיינע צאל שרייבער קע"ה, כל אחד בניקו יבורך.

אבער איין ניק האט ארויסגערופן עפעס א ספעציעלען פארדאכט, און דאס איז אונזער אלעמען באקאנטן ניק "שאץ ומאץ" יר"ה, דער ניק איז מיר געווען זייער סעספישעס, וואס איזער, א שאץ, אדער א מאץ? ס'לייגצעך נישט אויפן שכל אז איין מענטש זאל זיין ביידע, אבער דעיס אליין קען מען ווען נאך אדערעכלאזן, אבער ווען ס'האט אנגעהויבן גיסן, ווען שמאצי האט אנגעהויבן שמעטערן ארטיקלעך, יעדע פאר טאג, אדער בעסער יעדן טאג איז ארויסגעקומען א פרישן ארטיקל, איין טאג פון א שאץ, איין טאג פון א ווישעווע רעבע, איין טאג פון א מקווה יוד, און איין טאג פון א מאץ, אויך האטער אריינגעשליידערט א תגובה'לע ביי זיידעניוס מצוה טאנץ אשכול ווי מ'רעדט פון גראמען, און היצטערט שטעלטערזעך גאר אהער ווי דער פינאנץ מיניסטער אדער אינוועסמענט קאנסאלטענעט פון ווארען באפעט, אויך קען מען נישט פארגעסן פון זיין פרק פארלערנען, און זיינע ידיעות און אונזער היכל הנגינה, בקיצור, דער ניק איז עפעס זייער א מאדנע צוזאמשטעל.

מיין אינוועסטיגעשען טיעם האצעך אריינגעלייגט אינעם ענין מיט פילסטן מאס ערענסקייט, מ'האט א נאמען געגעבן די אקציע אפערעשען 'שמאציגעיט', מ'האט נישט געשוינט קיין צייט און קיין געלט, יעדע דאקומענט, יעדע מין באווייז וואס איז נאר געווען שייך האבן זיי צאמגעברענגט, אין געוויסע פעלער האבן זיי אפילו גענוצט זייער סופינע מאכט געוואר צו ווערן געוויסע זאכן, און די האר-אויפשטעלענדע רעזולטאטן האבן נישט געפעלט צו קומען, און אט זענען די רעזולטאטן פון אונזער אויספארשונג:

דער ניק 'שאץ ומאץ' באלאנגט נישט פאר איין מענטש, נאר וואדען? איין מענטש גייט ארום צו יעדן איינעם, צום שאץ, צום מקוה יוד, צום בדחן, ער בעיט יעדן ער זאל אפשרייבן א טאג בוך, ער צאלט אפילו (לויט זיינע בענק סטעטמענטס) פאר איינעם זאל פארלערנען פרק, און ער גיבט פאר יעדן די ניק מיטן פעססווארד, און ווי נאר יענער פארטיגט אפשרייבן זיין טאג בוך, שליידערטערעס אריין אין קרעטשמע, און דער עולם ליינט מיט פארגעניגן. (כ'מיין קען דען זיין אנדערש? איין מענטש מיט אזויפיל קענטעניסן אין יעדן הינזיכט!)

די רעזולטאטן פון די אויספארשונג זענען איבער געגעבן געווארן פאר די מנהלים, דערווייל איז נאכנישט געמאלדן געווארן וואס זיי פלאנען צו טוהן,

פאלגט נאך די ווייטערדיגע באריכטן איבער דעם 'שמאחציגעיט' סקאנדאל.

וויכי, עט די ק.נ.א. נעטווארק.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יוני 29, 2008 4:48 pm

וויכטיג! איך לייקן עס קאטאגאריש, איך בין ווירקליך יא אלעס אינאיינעם.
געדענק! אין פאליטיק איז אלעס שקר, אויסער וואס מ'לייקנט..........

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » זונטאג יוני 29, 2008 5:48 pm

שאצל, א מייסטערווערק.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 29, 2008 6:18 pm

העי שאצעלע, וואס ווילסטו טון דא? געבן פאר יעדן פרנסה און אפשפארן די קרעטשמע? ואנן מה נענה אוואסער?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יוני 29, 2008 7:26 pm

שאצ'ל טייערער, א גרויסן און הארציגן יישר כח, זייער שיין אראפ געלייגט, (מיט אלע הגהות אין די זייט אויך.) מיר ווארטן אויפן גשמיות'דיגן חלק אויך.

יישר כח פון פראנאויס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 29, 2008 7:28 pm

גאר רייך און באלערנד, הער שאץ מייסטער, בעיקר די קאמענטארן אין רינגעלעך.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג יוני 30, 2008 10:42 am

אהו מיי שאחץ!

געמיינט האב איך אז איך וועל אריינקומען אהער נעבן די קאמער, וועט דער 'שמאץ' שטיין ביים טויער פון קאמער אין טיילן צוריבענע טרויבן נארוואס ארויס פון שטייסל אין לאזן דעם עולם נאחשן פון די פריש געוואוקסענע סטראטבעריס וואס הענגט ביים שמאחצ'ן אין הויף, אבער ניין, דיסעפוינטעט בינעך געווען פאר די ערשטע מינוט, ס'יז עפעס גארנישט אזוי וי איך האב געמיינט.

קום איך אן נענטער צום טויער פון קאמער, שטייט דארט דער שמאחץ-מאטץ [וועא"מ] ביים שטיינערנעם צוים אין שאקלט זיין גלאחטער בארד אנגעטאן מיטן געפארבטן טלית, אין גיבט איבער געניטע מראה מקומות אין עצות וויאזוי צו מאכן אפאר טאטללער.

אזאנס? דאס איז דאך אן ערענסטען געיאחוודע!

מיים פאטטער אין געזעץ [פאחדער אין לאו] זאגט אלץ: "אז ווען מען ארבעט, העלפט דער אויבערשטער אז מען מאכט געלט" :wink: הייב ארונטער דיין הענט ביים נטילת ידים ווייל עס איז אן הלכה, נישט ווייל די מיינסט די דאטללער פופציג וואס דו קלערסט דערמיט. אזוי אויך בעט אין האב אינזין ביים דאווענען פאר פרנסה.

זעעה שעהן, אין הערליך צולייגט, זעה נאר אז דאס זאל נישט זיין אין א פראגע צייכן... :wink:
טענקס!

*

איין הערה נאר; קאטן זיין אז עס איז פארוויקעלט אין איינע פון דיינע סעיפים, אבער איך האב עס אפשר פארזעהן.

איך האב אמאל געהערט ביי א דרשה פון איינעם [פארגעסן זיין ערשטער נאמען, זיין נאמען לעצטער נאמען איז פריעדמאחן פון די מהדורת פריעמען עוז והדר - אין איך בין נישט זיכער אז דאס איז טאקע די ריכטיגע לשון... עפעס אזוי, ווער עס ווייסט זאל מיר אויסבעסערן] אז די הויפט זאך וואס ברענגט עניית און חלילה אז קינדער זאלן אוועק גיין פון די וועלט, איז דאס רעדן ביי קדיש אדער ביי חזרת הש"ץ.

ער האט דאן מעורר געווען זייער שטארק וועגן דעם ענין פון רעדן ביי קדיש, קריאה"ת, חזרת הש"ץ. אז דאס פארמייד גרויסע צרות, דער האט צאחמגעווארפן שווערע גמ' דערפון, ווי די גמרא ווארענט אויף דאס ערגסטע.

השי"ת זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן האבן בריווח ובניקל פרנסה!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך יולי 02, 2008 4:44 pm

יישר כח הרב שאץ פאר די פיינע סגולות, און זכות פון זיך זארגען פאר אונזער פרנסה, זאלסטו געהאלפן ווען מיט פרנסה בריווח.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 02, 2008 8:13 pm

ישר כח שאצל

געהערט פון יעקל מיללער אז א יוד דארף טיען השתדלת פאר פרנסה און זיין השתדלת איז קויפן א לאטערי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג יולי 03, 2008 10:18 am

הרב שאץ שליט"ט איך האב יעצט געענדיגט לערנען די שיעור (ווען וועט זיין חזרה ווייסיך נישט), איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דיין בקיאות, איך פיל אבער ווי איך וואלט יעצט אריין געוואקט צו א בופעי סטייל פארטי מיט אלע גוטע זאכן ליגן אויסגעלייגט אזוי שיין אויף אפאר גרויסע טישן, מיט וואס הייבט מען אן, איך האב דאך נישט קיין פלאץ אין בויך פאר אלעס, וועלעכע איז דאס בעסטע? וועלעכע וועט מיך דאס מערסטע באפרידגן? הא? וואס זאגט איר?


אגב, מיר זענען נישט מוותר אויף די חלק ב'!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג יולי 03, 2008 8:29 pm

הערליכע ארבעט, יעצט און אייביג,

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 07, 2008 2:08 pm

שאצל, קוקט אויס אז היינט האב איךמער צייט, היינט גיי איך צוריק און איך זעהואס איך האב אלס פארפאסט פון דיינע ארטיקלן, אינטערסאנט אז איך האב עס עפעס נישט באמערקט ביז היינט.

דער ארטיקל איז עטוואס אנדערש ווי דייינע פארגייענדע ארטיקלן, אבער פארט איז עס א חידוש אין ליקוטים, ביסט אן אייזערנער בעל מלקט, און איך קום צום אויספיר אז די ביסט א גרויסער תלמוד חכם אויך, לויט וויפל די האסט דא צוזאמגעווארפן.

עקסטער זענען דיינע אלע זייטיגע הוספות, דאס איז דאך צוקערער פון זיס..

איך ווארט יעצט אויפן גשמיות'דיען חלק, איך האף אז דארט וועסטו אויך האבן כאטש אזויפיל וועגן ווי דא וויאזוי צו מאכן אפאר טאללער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 07, 2008 2:52 pm

צייטליך האט געשריבן:איך ווארט יעצט אויפן גשמיות'דיען חלק, איך האף אז דארט וועסטו אויך האבן כאטש אזויפיל וועגן ווי דא וויאזוי צו מאכן אפאר טאללער..


אין דער חלק דערנט דיר נישט ווי אזוי צו מאכן געלט?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 07, 2008 2:57 pm

דאס זאג איך דאך, דאס איז אבער פון א רוחניות'דיגען שטאנדפונקט, יעצט ווארטן מיר אויפן גשמיות'דיגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2010 2:45 pm

שכוח, אויב מען פאלגט אלעס ווערט מען א ערליכע יוד, בערך אזוי גייט עס ,
1 לערנען
2 דאווענען
3 טיען מצות
4 נישט טיען עברות

אזוי עפשר וועט מען ווערן עפעס, אזוי ווי מענטשן טיען זאכען ווייל זייער רבי האט אזוי געזאגט, אפילו עס שטייט און די הייליגע תורה אבער ווען די רבי זאגט עס איז עס ליידער מער ווערט,

איין זאך האב איך מיך פארגענימען פון ש"ץ. וואס איך פלעג ליידער זייער נתרשל זיין, דאס איז זאגען חתנון, אויב איך האב געזענען מינין מיט א חתן פלעג איך מיך מיטכאפען ווייל מען גייט נישט זאגען חתנון איך פלעגט אייביג טרעפן א יארצייט כדי מען נישט דארפען זאגען חתנון, איך ווייס אליינס נישט פארוואס,

בל"נ שוין צום נייעם יאר מיט א קליינע הכנה, מיט נאך גיטע זאכען וואס די שרייבסט


איך האב עס נישט געליינט ביז יעצט "מיט אונטשאלדיגט" , נאכאמאל ישר כח שץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 10:19 pm

פשיהא, הערליך!! יישר כח דארפסמאן פארן אפירברענגען.

האט שאץ מאץ אמאל געשריבן דעם חלק ב'?

אגב דארפסמאן, ממש וואס דו שרייבסט וועגן תחנון זעה איך אפענע זאכן. אין א טאג וואס איך זוך נישט קיין תירוצים און כ'זאג ערליך תחנון, זעה איך א ברכה אין די פרנסה. ממש אומגלויבליך.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג סעפטעמבער 05, 2010 4:41 pm

גיין אין א ווארימע מקוה.
דאס קוקט אויס צו זיין די מערסטע ווירקזאם.
ווייל כ'זעה די אידן וואס ווייקן זיך אין מקווה פאר שעות, האבן די ווייניגסטע דאגות פון פרנסה.

(ע"ע אלע גראבע מענטשן טרינקען לאו-פעט מילעך)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 5:54 pm

פארצייטישע האט געשריבן:פשיהא, הערליך!! יישר כח דארפסמאן פארן אפירברענגען.

האט שאץ מאץ אמאל געשריבן דעם חלק ב'?

אגב דארפסמאן, ממש וואס דו שרייבסט וועגן תחנון זעה איך אפענע זאכן. אין א טאג וואס איך זוך נישט קיין תירוצים און כ'זאג ערליך תחנון, זעה איך א ברכה אין די פרנסה. ממש אומגלויבליך.


ישר כח פאר די חיזיק, למשל א טאג ווי היינט וואלט איך סתם ארויסגעלאפען אינמיטן הויכע שמ"ע אבער איך האב מיך דערמאנט פון מיין קבלה, בין איך שוין געבליבען ביז נאך אני מאמין, און איך האב גארנישט פארשפעטיגט (איך האב געדארפט וויכטיג עפעס ערלעדיגען אבער איך בין אונגעקומען פינקט אין צייט)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 6:24 pm

אין אן אנדערע אשכול איז לעצטענס ארויפגעקומען אט וואס:

זושאלע האט געשריבן:אין נארוואס ארויסגעקומענער ספר "נפלאים מעשיך ח”ב" (עמ' ל') ברענגט ער גאנץ א 'לייכטער' סגולה פאר פרנסה...

ר' פרץ זז"ג פארציילט, ער האט געהערט פון זיין רבין דער פאיער רב ז"ל, אז דער ייטב לב זי"ע האט אמאל געזאגט צו פארענטפערן די באוואוסטע פראגע פארוואס מען זאגט פרייטיג צו נאכטס ביי די זמירות מתוך "מיעוט" עוונות, פארוואס בעט מען נישט מ' זאל גארנישט זינדיגן?
האט דער ייטב לב געענטפערט, אז מיעוט עוונות דארף מען האבן, ווייל דאס איז א סגולה פאר פרנסה... ע"כ.

ר' פרץ זז"ג ברענגט דארט א געשמאק פשט דערויף, אדרבה קוק דארט אריין העסט הנאה האבן...
וואס, האסט נישט דעם ספר? נו קויף עס!...

כאנישט יעצט קיין צייט מעתיק צו זיין וואס ער שרייבט דארט, אפשר באלד...


שאץ טייערע, אויב ביזטו נאך ביים שאץ קאמער לאז מיר וויסן איבער די סגולה...

אגב מיר ווארטן אויף דיין חלק ב' - נאכדערצו אין אזא עקאנאמיע

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 8:15 am

כ'ווייס נישט פארוואס איך האב מיר נאכנישט באדאנקט דא ווען איך האב עס צום ערשטן מאל געליינט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל

א גרויסן ישר כוח הרב ש"ץ, ווי אייביג א הערליכע ארבייט
ספעציעל ווען ס'איז איבער פרנסה, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה
השם ישלם לך בכל טוב און זאלסט קענען ווייטער מהנה זיין דעם ציבור מיט דיינע רייכע ארטיקלן

די סיבה פארוואס איך בין יעצט דא אנגעקומען איז ווייל איך האב געוואלט מהנה זיין א חבר מיט די ארטיקל, יענער האט נישט קיין נעט צוטריט

קען איינער מאכן פון די ארטיקל א PDF?
יישר כוח למפרע.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 11:03 am

שאץ פרנסה.pdf
(60.03 KiB) דאונלאודעד 124 מאל

גוט?

שאץ די ביזט אויסטערליש גוט.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 11:50 am

א גרויסן ישר כוח 'למעלה'!
און א עקסטרן ישר כוח בשם מיין חבר
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 4 געסט