דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג יוני 09, 2020 3:50 pm

בילד

יום ג' לסדר בהעלותך שנת תש''פ לפ"ק

ברוך שהחיינו וקיימנו!

אייוועלט פארט אויף רעדער! דער עולם זיצט אויף שפילקעס! מ'ווארט מיט שפאנונג ביינעזאם, און אט זענען מיר דא צו מבשר זיין די גוטע בשורה!

אנגעהויבן האט זיך עס מיט פונקט דריי וואכן צוריק, ווען מיר האבן געמאלדן די ברעכנדע נייעס אז א פארמעסט וועט זיך אפשפילן אין די נאנטע צוקונפט, און ווער אימער עס האט חשק אנטייל צו נעמען איז מכובד זיך אונטער צו יאגן ווייל די דעדליין איז אין ווייניגער ווי 3 וואכן.

דער עיקר ציל פונעם גאנצן פראיעקט איז אביסל נאס צו מאכן די עצמות יבשות, און אריין ברענגען א חיות אין אידישע קינדער נאך די גאנצע קאראנע עפאכע.

ווי נאר די מודעה איז ארויס און די נייעס איז געבראכן געווארן האט זיך אנגעהויבן א געיעג, דער עולם איז באפאלן די געשעפטן, די סעילס פון בליי און פאפיר האבן זיך געהויבן אין די הויכע נומערן...

און דאן האבן זיך אנגעהויבן די סורפרייזעס... אלטע בערן האבן זיך אויפגעוועקט פון זייער לאאאאאאנגע שלאף, די בעסטע שרייבער וואס אייוועלט פארמאגט, די סמעטענע וואס האבן שטענדיג מהנה געווען דעם עולם מיט זייער מייסטערהאפטיגע שרייב ווערק, האבן זיך אנגעטראגן אנטייל צו נעמען אין אט דעם פארמעסט.

אין די קומענדיגע צוויי וואכן האט א שטילקייט באהערשט דאס מקום, פון גרויס ביז קליין זענען געזיצן מיט א פעדער אין די האנט און א פארקנייטשטע שטערן. דער זוכט נאך א טאפיק, דער זוכט א ווערטער ציילער, און איינער וויל פארשטיין וויאזוי ס'איז מעגליך אריין צו שטופן אלץ וואס ליגט אים אין בויך אין ראמען פון א ארטיקל וואס איז לימיטעד צו בלויז 10-12 טויזנט קערעקטערס...

צוביסלעך האבן די סחורה אנגעהויבן אריינצופליסן צו די הויפטקווארטירן (נישט פארמישן מיט קוואראנטין...), די עסקנים נעמען איבער די סחורה, און בלייבן מיט אפענע מיילער... די ארטיקלען וואס ווערן אריינגעשיקט זענען מעידית שבעידית וואס אייוועלט האט נאר אמאל געזעהן! זיי זעען שוין פאר א היסטארישער פארמעסט וואס וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן, און די ליינער וועלן זיכער האבן א גרויסע דילעמע ביים וועלן, זינט יעדע איינציגע ארטיקל איז ווערד א שטימע פאר זיך.

די אפיציעלע דעדליין איז שוין אנגעקומען, אבער די עסקנים זענען נאך פארנומען מיט די לעצט מינוטיגע פארריכטונגען, און עטליכע שרייבער בעטן זיך פאר נאך אפאר שעה צו קענען פארענדיגן זייער אויסגעהארעוועטע ארטיקל למען לא ניגע לריק...

און אצינד, מיט א שבח והודי' פארן בורא כל עולמים, שטייען מיר פאר אייך נאך עטליכע טעג פון שווערע ארבעט צוצוגרייטן די ארטיקלען זיי צו פובליצירן, און אין די קומענדיגע מינוטן וועלן זיי אנהייבן ארויפּאַפּן איינציגווייז אויף די ווענט פונעם קרעטשמע.

---

רעיטינג אפציע:

העכער יעדן ארטיקל, איז אהערגעשטעלט געווארן די אפציע צו קענען אפגעבן אייער שאצונג אויפ'ן ארטיקל, צוטיילט אין דריי חלקים: אינהאלט: אייער רעיטינג אויף די אינהאלט פונעם ארטיקל; שפראך: דער אופן וויאזוי ס'איז אראפגעלייגט; אווער אלל רעיטינג: אייער הנאה פונעם ארטיקל באופן כללי.

די רעיטינג אפציע האט נישט קיין פארבינדונג מיט די גרויסע וואלן וואס וועלן זיך אנהייבן אין עטליכע טעג ארום, דאס איז א מיטל צו קענען אפגעבן אייער פידבעק פאר'ן שרייבער, אָן עס מעסטן קעגן אנדערע ארטיקלען. (דאס קען אויך דינען פאר אייך אלס "נאטיץ ביכל" צו געדענקען אייער שאצונג אויף ווען ס'וועט קומען צו וועלן ביי די גרויסע וואלן)

מ'קען רעיטן אן ארטיקל ביז דרייסיג טעג נאכ'ן ארויפשטעלן.

וואלן:

די פרטים איבער די וואלן וועלן נאכפאלגן אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.

בקשה:

די ארטיקלען קומען ארויף אנאנים (אונטער מיין נאמען), און נאכ'ן ענדיגן דעם פארמעסט וועט עס ארויפגעשטעלט ווערן אויפ'ן אריגינעלן שרייבער'ס נאמען. מ'בעט זייער אז קיינער זאל נישט אויפברענגען קיין חשדות און שפעקולאציעס איבער ווער עס שטייט אונטער אן ארטיקל.

---

שטייענדיג דא, מוזן מיר אפגעבן אונזערע טיפע דאנקען פאר די וועלכע האבן געמאכט אונזער פלאן פאר א רעאליטעט - הלא המה די חשוב'ע שרייבער, כ"א בשמו הטוב יבורך, וועלכע האבן אוועקגעגעבן פון זייער טייערע צייט און אנטייל גענומען און דעם פראיעקט, ישלם ה' שכרכם פאר'ן מהנה זיין אזויפיל אידן!


---

די ארטיקלען:

#1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

#2 - פון נומבערס ביז קאמפיוטערס

#3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

#4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

#5 - דער קישינעווער פאגראם

#6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

#7 - יענץ חברותא'שאפט...

#8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען

#9 - טויט אין די אויגן

#10 - יש מנהיג לבירה

#11 - א גראדער דריי!

#12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

#13 - אויף די וועגן און שטעגן

#14 - ניין יעריגע טרערן

#15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

#16 - איך בין "דארט" געווען!...

#17 - די בילדערבערג געהיימניס

#18 - דער אידישער אונטערוועלט

#19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

#20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 09, 2020 4:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג יוני 09, 2020 3:52 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג יוני 09, 2020 3:59 pm

WOW
ס'רינט מיר טרערן!
פארוואס זאל מען זיך קריגן? זאל זיין אזויווי איך זאג און שלום על ישראל!

אנערקען דעם פרייליכן מציאות! כאניש איז ראשעקאאל!


@הודו, וואס נאך ערלויבסטו צו לייגן אינעם חת-י-מה?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9029
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 09, 2020 4:00 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וואף! אייוועלט אין אירע שענסטע קאלירן
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג יוני 09, 2020 4:01 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:WOW
ס'רינט מיר טרערן!


עכט?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג יוני 09, 2020 4:02 pm

o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך בלא בלא בלא » דינסטאג יוני 09, 2020 4:03 pm

קעניש ווארטן, כ'לייג שוין אריין פאפיר אינעם פרינטער
העלא?


אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 09, 2020 4:05 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:WOW
ס'רינט מיר טרערן!

ספעציעל געגרינדעט א טישו אשכול לכבוד די שמחה!!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 4:07 pm

רעדי רעדי רעדי!!

עקסייטעט...


גיימער ליינען....
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 09, 2020 4:12 pm

וואף!

דער עולם איז פיין אין די דישעס...

גיימיר הייסן די רייניגערין צו לאזן די סינק אנגעפולט... זי עט'אונז נאך אלע פארשוועמען....
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יוני 09, 2020 4:16 pm

די וואסער בלעזלט שוין, די לעפל ליגט שוין אין די קאווע האלטער, אין א פארצעלאנע שאהל ליגט גרייט דערנעבן, די סאפע איז שוין גרייט מיט די פיס האלטער ארויסגערוקט, די טשארזשער פארן לעפטאפ איז שוין איינגעשטעקט, מען האט שוין שטרענג אנגעזאגט פאר ס'גאנצע פאמיליע אז טאטי איז שרעקליך ביזי פאר די נעקסטע 5 שעה, קיינער זאל ביטע נישט אויפמאכן די טיר! נישט קיין חילוק צו טאטי קייכט, קוילערט זיך פאר געלעכטער, ביטע נישט עפענען!!!!

ווארט מיר אז בלעכענער זאל פארענדיגן די לעצטע אראנזשירונגן און די גאנצע מעשה וועט זיך אנהייבן.
זקן מלא רחמים.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 4:30 pm

רבונעשלעולם! 20 ארטיקלען??!!
ניינע פייעס!!!
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 09, 2020 4:31 pm

שששש...

אייוועלט גייט אי"ה שלאפן פאר א וואך צוויי, קיינער זאל זיך נישט דערשרעקן, אונז זענען אלע דא אינדענעבנדיגן שכנות...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10472
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יוני 09, 2020 4:32 pm

WOW
כ'האף ס'וועט מיר נישט קאסטן די נאכט, קוקט אויס מעסיוו סחורה.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יוני 09, 2020 4:32 pm

פארוואס לייגט מען נישט אלע ארטיקלען מיט לינקס אין איין אשכול? שווער צו ליינען ווען ממוז כסדר זוכן טאטעל 20 שטיק

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג יוני 09, 2020 4:33 pm

טעם וריח האט געשריבן:פארוואס לייגט מען נישט אלע ארטיקלען מיט לינקס אין איין אשכול? שווער צו ליינען ווען ממוז כסדר זוכן טאטעל 20 שטיק


איו אפאר מינוט וועט מען עס לייגן אינעם ערשטען תגובה

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 09, 2020 4:33 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:WOW
כ'האף ס'וועט מיר נישט קאסטן די נאכט, קוקט אויס מעסיוו סחורה.

איין נאכט?!
דו מאכסט דאס שנעל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג יוני 09, 2020 4:38 pm

שוין ארויסגעפרינט אלע ארטיקלן

היינטיגע נאכט איז שוין פארנומען......
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יוני 09, 2020 4:39 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:שוין ארויסגעפרינט אלע ארטיקלן

היינטיגע נאכט איז שוין פארנומען......

אפשר פרינט צי פי די עף און שעיר א לינק?
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג יוני 09, 2020 4:39 pm

יישר כח בלעכי!! יו מעיד איט!

און יישר כח קלאצקאפ!
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5974
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יוני 09, 2020 4:41 pm

וואאףףף, אונטער די נאז האט זיך ארויסגעריקט א פארמעסט, קודאס די עסקנים!

פרינטער פרינט. (איך האב מיר עס צומאגעלייגט אויף א פי די עף)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יוני 09, 2020 4:42 pm

קען איינער לינקען א פי די עף ביטע?
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג יוני 09, 2020 4:43 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואאףףף, אונטער די נאז האט זיך ארויסגעריקט א פארמעסט, קודאס די עסקנים!

פרינטער פרינט. (איך האב מיר עס צומאגעלייגט אויף א פי די עף)



אפשר ביסטו א מזכה את הניקים מיט דיין פי די עף?

זבל פי די עף'יו של ענדע יותר מזהב של גראפיקערס אחרים..
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9029
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 09, 2020 4:47 pm

Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבקשה, נו גוט נו שוין, עת לחשוב, פינחס און 11 געסט