נייע שטארקע סינגעל : please don't leave

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

נייע שטארקע סינגעל : please don't leave

תגובהדורך פרידן » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:05 pm

בלתי מוגה
מכל מלמדי השכלתי

די לעצטע אזא 6-5 יאר האלט כלל ישראל אין איין באקומען פאוערפויל פאזעטיווע שטארקע טיפע מעסעדשעס, אין עס ווערט נאר מער מיט יעדן טאג וואס גייט דורך, מען האלט שוין באלד אז אונטער יעדע גרעבטס פין יעדן לא עליכם ליגט א פאזעטיווע מעסעדש.

סא אימעדשען וואט כלל ישראל האט זיך אויסגעלערענט און כלל ישראל האט אויך א פאורפאל מעסעדזש צירוק צו געבן גראדע א גאנץ קורצע נישט קיין 3 פעלער אן קיין ערענשמענטס אן קיין גראמען נאר איין שטארקע ליין א סינגעל

פליז דאנט ליוו מעסעדשעס, ווי דא נאט ליסען טא דע מעסעדשעס

ממש פשוט סימפעל עס א פימפיל (א גראם)

אין דעי פאר ווערטער לייגט אזוי סאך עס טוט ארויסברענגען די מעסעדזש פאר די מעסעדש געבערס אז כלל ישראל האט צו דיר נישט קיין געדולט ביזט א פעיגער און קריך אראפ, קיינער איז נישט נייגעריג און דיינע וויכטיגע מעסעדשעס, כלל ישראל פרייד זיך זייער אז די קענסט זינגען, שפילן, גראמען, קאמפאזען, מאכן דיין פיאות, גלאנצען דיין נאז, שניידן דיין איי לעשעס, באט כלל ישראל איז בכלל נישט נייגעריג און דיינע שטארקע און טיפע מעסעדשעס,

אין פאקט וואלטן מיר זיך זייער נישט געוואלט טרעפן מיט דיינע טיפע געפילען מיר בעטן יעדן טאג ואל תביאנו לידי ניסיון, כלל ישראל איז אפאר יאר עלטער ווי דיר און האט מיט וועם צי זיין פארנומען הערן זייער מעסעדשעס בכלל נישט דיר אין דיין גאטונג גיי צירוק שפילען דיינע טויס קענסט מאכן שיינע נויז זייער גוט שפיל דיך באט קריך אראפ פין כלל ישראל.


הוי עז כנמר וקל שבקלים

גראדע איז כלל ישראל שטארק איבער גענומען פין די סעלף קאנפעדענטס עפעס אוט אף דעי וואלד

מענטשן וואס מסתמא אזא 20 יאר האבן זיי נישט געפענט קיין ספר בטעות ברענגען מעסעדשעס וועגן לערנען תורה

מענטשן וואס כלל ישראל ווייסט וואס זייער ליבשאפט מיינט, ברענגען אונז מעסדשעס וועגן ליב האבן די באשפער, יוי פליז ניין פליז באהבתם אל תחד כבודי

די מערסטע צובראכנע מענטשן פין די לעצטע יאר הונדרעט ברענגן מעסדשעס פין התחזקות, האלא וואס איז נייעס

די מערסטע אומחינוכ׳דיגע פרצופים האבן חינוך מעסדשעס פאר כלל ישראל

מענטשן וואס ברענען ווי א פייער פאר טומאה די קדושה ליגט זיי אויף נאז א בלינדער קען עס זעהן ווילן אריין ברענגען מעסדשעס פין ווארעמקייט אוי באשעפער נאר נישט דעס צדיק

ווען די נער איז נישט מיין וואלט איך אויך געלאכט, און עכט ווייסט טאקע די נער איז נישט מיין און איך לאך טאקע

וואס איך מוטשע מיך צו פארשטיין פארוואס אז די ווילסט שיקן א מעסעדש פאר כלל ישראל מוזטו גיין מיט טייטע הויזן, צו טוט דען דיין בארד שטערן דיין מעסדזש פין ארויס קומען גענוג קלאר, פארוואס מוז דיין חולת אהבה אויסשרייען פין דיין גאנצע באנעמונג, פארוואס אז די קענסט שפילן דארפסטו טאנצען ווי קיריעס דזשארש, אין פאר וואס מוז דיין פיאות זיין אדער ווי עדשה אדער ווי א דערי לולב


מחבור לטמא טמא

און נאכדעם האבן מיר דעי וואן אן וואן מעסדשעס דעי וואס פליען און עולם התוהו מיט א קאנעקטינג פלייט דורך קאטאר פין דעי מענטשן וואס זענען שוין דיסקאנעקטעד אזוי פאר יארן ווען איך האב זיי געקענט אין די ימי הבחרות געווען פארעכענט פאר קאמען עריע נו שוין... זיי זענען אריין אין קאנעקטשן ביזנעס ער איז גאר וואס טוט קאנעקטען דער עולם צום באשעפער איך הער נישט קיין שלעכטע דזשאוק ברענג זיכער ארויף א שמייכעל און פמליא של מעלה און אונז ווייס מער דאך א מיט שמחה קען מען פועל׳ן

זיי זענען נישט שלעכט וואס זיי טוען ברענגען זיי א שמייכל, למשל ווען זיי זעצן זיך אראפ מיטן ציבור און הייבן אן מיט זייער מעסעדשעס, הייבן אן נאכזאגן חסידישע תורות אדער זייער נארישע געדאנקען הערשט אזא מצב ווי דעי פויער'יש אינגעל ביים בעל שם טוב וואס האט גארנישט געקענט נאר פייפן, מיט דעי פרט איז עס ענדליך צו יענע מעשה בערך אזא בחינה פין אז ביום השביעי קרחת ביום השבת על כן אתנחתא, נעבעך אפי' נאר א פסוק חומש האלט זיך זיי נישט און מויל זיי רעדן פין 42 פשטים אויף בחקותי פונעם חפץ חיים


יעצט וויל מיר אריבער גיין אינטערוויען כלל ישראל איבער זייער נייע סינגעל וואס זיי האבן ארויס געגעבן

פרידן: זאג אונז אביסל איבער די סינגעל עס איז מוראדיג א שטארקע ליין ווען איז עס נתחדש געווארן

כלל ישראל: די געדאנק איז נישט אזא נייע עס איז א געדאנק וואס איז פשוט יעצט נתחדש געווארן ווייל כלל ישראל האט געפילט אז די מעסעדש דערפין איז מוראדיג שטארק און עס קען העלפן אסאך מענטשן וואס מוטשענען זיך איבער צו לאזן מעסעדשעס אין ווייסן פשוט נישט אז עס איז א שאד די צייט יא די ליין איז א שטארקע עס האט א שטארק פאזעטיווע מעסעדש ארבייט דיך נישט איבער מוטשע דיך נישט אומזיסט כלל ישראל איז ברוך השם מסודר

פרידן: וואלט נישט בעסער געווען ווען עס האט נאך א פאל

כלל ישראל: היינט מוז מען אלעס האלטן קורץ די עולם האט ליב קורץ און שארף זאג וואס די האסט צו זאגן און געגאנגען ווייטער די בעיוטי אף די ארט איז ווען קענסט עס זאכן די מערסטע קלאר און די וויינגיסטע ווערטער

פרידן: פארוואס איז די מעסעדש ענגליש געשריבן אין אידיש
כלל ישראל : די עיקר איז די נקודה די מעסדעש זאג עכט כלל ישראל אין זיין וועג פאר יעדעם ווי אזוי ער פארשטייט אבער די וועג פארוואס עס איז אזוי געשריבן דא איז וועגן די חידוש שבו עס איז יוניק היינט מוז אלעס האבן א חידוש אפי׳ עס מאכט נישט קיין סענס כאפסט ווייל איך נישט

פרידן: וואס שטערט דיך אז דער עולם לאזט מעסעדעשס
כלל ישראל: עס נישט אז עס שטערט מיך אדרבא ווען עס טוט ווען אויף פארוואס נישט די מציאות איז פשוט אזוי אז קיינער כאפט נישט די מעסעדעס
קוק דיך ארום לויט די שטארקייט פין די מעסעדשעס וואלט שוין געדארפט זיין חצי עולם התיקון אבער ביזדערווייל זעט מען נישט איין איד זאל זיין בעסער פין דעי אלע מעסעדשעס אויב עפעס שוין לאמיר נישט רעדן, בעיקר וואס דער עולם נעמט ארויס צו שיקן די קינדער צו מיוזיק קלעסעס אין מאכן שיינע דיפידא פיאות אין טרייען צו שפילן אויף א קעטאר

פרידן: האלסט נישט אז עס האט אפשר נעגעטיוועטי אין די מעסעדש

כלל ישראל: ח"ו דעי מעסעדש איז פול אוו לאוו עס ברענגט ארויס אז כלל ישראל איז נישט משוגע ברוך השם, כלל ישראל ברוך השם פאלט נישט פאר אפאר נעגעטיווע מענטשן וואס האבן פיינט יעדע ערליכע זאך און יעדע חסידישע זאך, כלל ישראל פילט זיך נאכנישט צובראכן ברוך השם פין די גויי הארץ אז ביי זיי איז דא מער טאלאנט אין לעבט נישט אונטער לחץ אז אונז קען מער אויך, אנדערש ווי די נעגעטיווע מענטשן וואס זעהן כלל ישראל און א נעגעטיווע ליכט און וואס האבן ליב יעדנס אידישקייט ווי אזוי עס איז אבער האבן ווייט נישט ליב יעדע איד בפרט א פרומער ווייטער כלל ישראל האט ליב יעדן איד אבער נישט יעדענס אידישקייט, כלל ישראל ברוך השם איז חוזק מאכן פין אונזערע עלטערן אין רביס נאך אנגערופען העיט און נעגעטיוו און חוזק מאכן פין אפאר ליידיגע פערפיום באטלעך א פאזעטיווע ערשיינוג
כלל ישראל דערלייד ברוך השם נישט די העיט וואס די סא קאלד פאזעטיווע העיטערס האבן צו רבנים און דיינים אין ליבשטפט צום יעדער וואס פייט מיט די סיסטעם
און קורצן יעדע מענטש וואס לעבט האט זאכן וואס ער האט ליב און זאכן וואס פארקערט יעדער האט אויף געוויסע זאכן א נעגעטיווע בליק און געוויסע זאכן א פאזעטיווע מהלך די שאלה איז נאר וואס, אין יא ברוך השם ווי אר פראוד העיטערס ווייל דאס מיינט אז וואס ענק העיטען זע מער לאווערס,

פרידן: וואסערע גוטע זאך זעסטו דערין
כלל ישראל: אז מענטשן וואס זענען דורך געפאלען און יעדע תחום און לעבן אויב זיי גייען אויף דייעט פיצען זיך גוט אויס און קוקן נאך אפאר גויאישע עקטערס זיך אויס צו לערנען ווי אזוי זיך צו באוועגן זייער גוף אין האקן אביסל אויף א קאטאר אדער עפעס ענדליך אפי׳ זיין קול איז ככה ככה האט נאך א טשענס צו זיין עפעס אין אפי׳ גאר איינער וואס קאנעקט דעם עולם צו אה איך ווייס נישט וואס

פרידן: מען זעט דאך ווי מענטשען שפירן למעשה אזא שטארקע געפיל און עס ברענג זיי אריין אזא ווארעמקייט
כלל ישראל: און

פרידן: וועסטי דען לייקענען אז היינט רעדט מען מער פין די באשעפער ווי אמאל
כלל ישראל : און

פרידן: וואס הייסט און און דאס ברענגט א קאנעקשען מען קאנעקט מער
כלל ישראל: און

למה רגשו ......
און היינט איז דא אסאך לעדיס וואס קוקען אויס ווי מענער אדער טיילמאל ווי עפעס אינדערמיט און זיי האבן פלעין ליב צו זיין עמאשענאל און האבן ליב געפילן אזוי ווי אייז קרים און ווערן ליטעלי משוגע פאר מוזיק אין פאר סאם ריזען מיינען זיי אז אויב אינמיטען זייער געפילען שעקוזי זאגן זיי באשעפער, טאטע, בורא, האט עס מיט אידישקייט צוטון
אמת יעדע מענטש באשטייט טאקע אויך פין געפילן אין עבודת הנגינה איז געווען אלטץ ביי אידן אבער מען האט גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן די מציאות וויזט נאר אז אסאך מאך נארמאלע מענטשן וואס קומען אן דארט ווערן אינגאנצען צודראדעלט לא עלינו

כלל ישראל ברוך השם האט נאך אסאך אסאך מענער וואס מוזן נישט ווערן עמאשענעל יעדע 10 סקונדעס צו וויסן אז זיי לעבן נאך און ווערן עמאשענאל הייסט נישט ביי זיי עבדות השם

כלל ישראל האט נאך נישט אדאפטירט אלטץ שש מצות תמידיות די מצוה פין אמונה בטאלטנט אין ידיעות הטאלאנט און עבודת הטאלאנט קען זיין עס איז פין די שבע מצות בני נח, דאנט געט מי ראנג עס איז נישט קיין עבירה, באט ווייט נישט דעי מצוה וואס מען האט דא באשאפען אין דעי לאלא קיש קיש אידשיזים

כלל ישראל האט ליב חסידישע נגינה אבער כלל ישראל גייט נישט משוגע פאר נגינה ווייל כלל ישראל איז נישט משוגע

כלל ישראל איז ווייט נישט נייגעריג וואס יעדע חלוץ סקאנק וואס ריחו נודף למרחוק האלט איבער ווי אזוי מען דארף זיך פירן אין ווי אזוי מען דארף זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער וואס איז וויכטיג אין וואס נישט אין ניטאמאל ווער ער האלט זאל זיין פרעזידענט אינטערסירט אונז, זינג אויב די קענסט גרעבטס אויב קענסט נישט אין גיי טראג אהיים דאס געלט פאר דיין ווייב אין קינדער

צדק צדק תרדוף

און אגב די ביזט קלאר נישט ניין נישט די פארטרעטער פונעם צדיק יסוד עולם ר׳ נחמן מברסלב, אמת ער וועט דיך ארויף ברענגען פין דיין נידריגע ארט ווי די ביזט אבער שלעפ אים נישא אראפ צו דיר שכח אין א גוטע נאכט אגב ר׳ ישעי׳לע האט קעיר גענומען פון כל צרוע וכל זב אבער האט נישט געגליכן ווען כל צרוע וכל זב האט פין אים קעיר גענומען פליז ווען די באדס דיך אין דיינע געפילן לאז אים במנוחה

מיר האבן נישט געמיינט קיין איין יחיד פרעזענדליך און אסאך זענען באמת וואולע אידן מיר האבן געמיינט א קאנצעפט
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מאנטאג פאברואר 24, 2020 6:12 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:14 pm

:lol: :lol:

פרידן ווי שטענדיג... וואט ע פאוערפול מעסעדזש!

ציטאט פונעם יאר הונדערט:
פרידן האט געשריבן:כלל ישראל דערליידט ברוך השם נישט די העיט וואס די סא קאלד פאזיטיווע העיטערס האבן צו רבנים און דיינים אין ליבשאפט צום יעדער וואס פייט מיט די סיסטעם
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:17 pm

האסט מיר געמאכט דעם שמייכל פון טאג
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:18 pm

פרידן האט געשריבן:42 פשטים אויף בחקותי פונעם חפץ חיים

אנשולדיגט מראה מקום ביטע כ'ווייס
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:29 pm

;l;p- ;l;p-
די קומסט אריין מוראדיג קלאר

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:44 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
הלואי יעדן טאג אזאנע ארטיקלען
וואלט געווען "פרידן לך"
"פרידן פאר כלל ישראל"
און "פרידן לכל העולם כולו"
לעצט פאראכטן דורך פאטעטא קוגל אום מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:45 pm

:evil: :evil: :evil: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
הייליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:55 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג פאברואר 24, 2020 4:07 pm

זייער פאני און לאכעדיג
אבער אביסל עקלדיג און נעגעטיוו

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג פאברואר 24, 2020 4:12 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זייער פאני און לאכעדיג
אבער אביסל עקלדיג און נעגעטיוו

אמת 100% פראצענט איך האלט ווי דיר אז עס איז עקלדיג אין נעגעטיוו אין דאס איז מער ווייניגער וואס איך ברענג ארויס דא

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 4:25 pm

פרידן ווי שטענדיג!!
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג פאברואר 24, 2020 4:27 pm

פרידן האט געשריבן:בלתי מוגה
מכל מלמדי השכלתי


און אגב די ביזט קלאר נישט ניין נישט די פארטרעטער פונעם צדיק יסוד עולם ר׳ נחמן מברסלב, אמת ער וועט דיך ארויף ברענגען פין דיין נידריגע ארט ווי די ביזט אבער שלעפ אים נישא אראפ צו דיר שכח אין א גוטע נאכט אגב ר׳ ישעי׳לע האט קעיר גענומען פון כל צרוע וכל זב אבער האט נישט געגליכן ווען כל צרוע וכל זב האט פין אים קעיר גענומען פליז ווען די באדס דיך אין דיינע געפילן לאז אים במנוחה


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג פאברואר 24, 2020 4:48 pm

כ'האב פונקט געטראכט שוין לאנג נישט געווען עפעס פריש פון פרידן. כה לחי! די מעסעדזש קומט אריין קלאר!

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:09 pm

די צושטעל צו די דערי לולב איז ארטיסטיש

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:24 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זייער פאני און לאכעדיג
אבער אביסל עקלדיג און נעגעטיוו

אמת...
אבער ווען פרידן קומט צום אויסדריק דריקט זיך עס אזוי אויס.
בעסער ווי אן דעם
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:34 pm

אוי פרידן - שלום לך דודי

אוי האב איך געלאכט.

ברענגסט ארויס א נקודה וואס באדערט מיר שוין יארן, און עס ווערט נאך ליידער ערגער און ערגער, כה לחי מיט ליצנותא דע"ז.

א שטיקל קריטיק האב איך יא, דיין שמועס מיט כלל ישראל, כביכול, דארף כלל ישראל דיינע השקפות.
לעצט פאראכטן דורך גולם פון וואשינגטאן אום מאנטאג פאברואר 24, 2020 6:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:40 pm

פרידן ;l;p-

פרידן ווי שטענדיג, האסט אונז נישט אנטוישט!

לעצם הענין קען מען אריינגיין וואס ווען ווי.. ס'נישט שייך צו מאכן א כלל גדול. אבער ווי זאגט מען? ווער ס'מיינט איך מיין אים, אים האבעך טאקע געמיינט.. עניוועי, א יישר כח! גאר רייך..!

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 5:41 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פרידן האט געשריבן:
כלל ישראל ברוך השם האט נאך אסאך אסאך מענער וואס מוזן נישט ווערן עמאשענעל יעדע 10 סקונדעס צו וויסן אז זיי לעבן נאך און ווערן עמאשענאל הייסט נישט ביי זיי עבדות השם

כלל ישראל האט נאך נישט אדאפטירט אלטץ שש מצות תמידיות די מצוה פין אמונה בטאלטנט אין ידיעות הטאלאנט און עבודת הטאלאנט קען זיין עס איז פין די שבע מצות בני נח, דאנט געט מי ראנג עס איז נישט קיין עבירה, באט ווייט נישט דעי מצוה וואס מען האט דא באשאפען אין דעי לאלא קיש קיש אידשיזים

כלל ישראל האט ליב חסידישע נגינה אבער כלל ישראל גייט נישט משוגע פאר נגינה ווייל כלל ישראל איז נישט משוגע

כלל ישראל איז ווייט נישט נייגעריג וואס יעדע חלוץ סקאנק וואס ריחו נודף למרחוק האלט איבער ווי אזוי מען דארף זיך פירן אין ווי אזוי מען דארף זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער וואס איז וויכטיג אין וואס נישט אין ניטאמאל ווער ער האלט זאל זיין פרעזידענט אינטערסירט אונז, זינג אויב די קענסט גרעבטס אויב קענסט נישט אין גיי טראג אהיים דאס געלט פאר דיין ווייב אין קינדער


אוי איז ער קלאר און גערעכט... שוין לאנג געוואלט ארויס ברענגן נאר נישט געהאט די ריכטיגע ווערטער

אויסגעפלאצט עטליכע מאל אינמיטן ליינען
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג פאברואר 24, 2020 7:52 pm

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
סוף מעשה במחשבה תחילה.

שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » מאנטאג פאברואר 24, 2020 8:11 pm

ישר כח פרידן.

איך האב פארמעקט מיין סאציאלע מידיע אקאונטס און וואטסעפפ בלויז צוליב דעם וואס עס האט מיר צוגעטרויטן צום הארץ זעענדיג ווי אנדערע ווערן פארגאפט פון דער זעלבסטגעקרוינטער מוסר און חיזוק זאגערס.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג פאברואר 24, 2020 10:18 pm

גאר גיט, יישר כח.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג פאברואר 24, 2020 10:21 pm

שנלר האט געשריבן:דער זעלבסטגעקרוינטער מוסר און חיזוק זאגערס.

ווי למשל...?????? פרידן??

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 10:45 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:דער זעלבסטגעקרוינטער מוסר און חיזוק זאגערס.

ווי למשל...?????? פרידן??

קיינער האט נישט גערעדט פון קיין משלים
שמארטיקל האט געשריבן: ווער ס'מיינט איך מיין אים, אים האבעך טאקע געמיינט.. עניוועי...!

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג פאברואר 25, 2020 1:04 am

דער אמת איז אז עס איז אייביג געווען די קלאס פון עמי הארצים אין כלל ישראל נאר זיי האבן נישט געהאט קיין פלאטפארמע.

היינט אין די סאצעאלע מידיא מוז יעדער פארמאגן אן אידענטיפיקאציע, איך דערמאן זיך יעצט ווען איך האב געזען א קליפ פון איינער פון די אויבנדערמאנטע ביישפילן ווי יענער דרוקט זיך אויס "מיין רבי ר' שלום ארוש" איך האב אויסגעשאסן לאכן.

האלא, אונז זעמיר פונקט אזוי אפדעיטעד ווי דיר און ר' שלום ארוש וועט אנגיין אן דיין הסכמה צו אים אויכעט, און דו קענסט זאגן מיין רבי ר' זלמן לייב און מעם וועט דיר פונקט אזוי מחשיב זיין...

נאר יעדער איינער אויף די וואטסעפפ וועלט פרובירט צו זיין דער וואס וועט אויפקומען מיטן חידוש, ער וועט ווייזן פאר כלל ישראל ווער דער רשכבה"ג איז, און דער סוף מיט די אלע איז אז די בארד ווערט זיי שנעל פארקורצט, זיי מופן קיין עירמאנט און דאווענען ביי שיינער ביז... זיי גט'ן זיך און דאן איז שוין קירוב אויך נישט פאר זיי...

משיח וואו ביסטו?
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דינסטאג פאברואר 25, 2020 1:07 am

פרידן איך האלט אז די ביסט גערעכט, נאר אנאנעמיס שרייבערס זאלן רעדען אין נאמען פין גאט אין כלל ישראל
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט