שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:56 pm

עסקנים ארויסגעקומען מיט א הייסע בקשה צו כלל ישראל:

קול מלחמה במחנה
און ליכט פון די פארכאפונג אויף ַַַַַבנשק"ת מבית רבינו ווערט אינטער גענומען א מאסיווע פאטיציע דרייוו אין אלע היימישע געגנטער. די עסקנים זענען געזעצן מיט וועלט בארימטע לויערס וואס האבן פונקטליך אדורך געטון יעדע ווארט אז עס זאל שטימען, און געפעלן פאר די הויכע באהערדע און שושן די. סי.

די לויערס דרוקן אויס גרויס האפונונג אז די פאטיציעס וועט אי"ה ברענגען ריכטיגע רוזאלטאטען, ביז צום ענדגילטיגן באפרייונג. ווי אויך ווערן די אלע פעולות פרעזענליך געמאלדן צום בית רבינו שליט"א וואס האלט פונקטליך מיט די אלע פארשריט און די מערכה, בברכת כ"ק אדמור שליט"א.

מען בעט די עולם אויף צונעמען די עסקנים בסבר פנים יפות.מען וועט קענען אינטערשרייבן ביי די ספעציעל דעזיגנירטע טישלעך און אלע היימישע צענטערן.

'עם השם חזקו ונתאמץ'

גענומען מיט רשות פון דער 'די איש ואיש כלשונו'
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:02 pm

איך פראביר צו פארשטיין, ווי קען געט דא איבער אז מען ווייסט נישט בבית המלכות דער אפשטאם פין די פארכאפטע מיידל ממשפחת רבינו,
ווען די רבי שליט''א גייט יעדער טאג אין פאלאץ זיך טרעפן מיט זי.

קען דען זיין אז קיינער כאפט נישט דער צוזאם טרעף.
עפעס קאנסיפאציע
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:05 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:איך פראביר צו פארשטיין, ווי קען געט דא איבער אז מען ווייסט נישט בבית המלכות דער אפשטאם פין די פארכאפטע מיידל ממשפחת רבינו,
ווען די רבי שליט''א גייט יעדער טאג אין פאלאץ זיך טרעפן מיט זי.

קען דען זיין אז קיינער כאפט נישט דער צוזאם טרעף.
עפעס קאנסיפאציע


באקומען אין אישי, איבער געגעבן דורך איינער פין שומרים אין פאלאץ אז זיי טרעפן זיך נישט צוזאם קיינמאל, אין קוקט אויס אז איז נאר ער וויל מיטהאלטן פין די נאנט בתמימות וואס עס טוט זיך מיט זי, אין ווי עס האלט זיך די מצב מיט איהר...
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:07 pm

ברעיקינג!!!

קומט ארויס א באריכט אז די פרוי וואס אלע פעלקער האלטן אז ס'איז זייערס אן אפשטאמיגע, האט גאר שטארק נושא חן געווען ביים הויפט שומר הנשים הגי, און מ'האט אנגעהויבן צו פארשנעלערן די פראצעדורן פון די שמירעכצער, ווייל דער הגי פגר'ט א זי זאל צו טרעפן מיט די קעניג... זי גייט נישט דארפן שימלען דארט א יאר צייט און עסן בונדלעך...
לעצט פאראכטן דורך מיט א פרישקייט אום מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:08 pm

ווי האט דער קעניג איר שוין געקענט זען?

קוקט איבער דער מקור און באריכט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:10 pm

זעה איך יעצט אין די זעלבע באריכט אז ס'גייט נאך ווייטער!

דער הגי האט אויך געגעבן פאר אירע זיבן באדינערקעס דעם טיטל "טוב בית הנשים", וואס דאס באדייט אויטאמאטיש מער איינטריט אין פאלאץ, בעסערע עסנווארג, און בעסערע צימערן, און זיי ווערן יעצט גערעכנט פון די הויעך געשפריצטע!!!

--

שפיגליצקי האקט, שוין פארראכטן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:10 pm

מען האט געשיקט א בילד צו די טוויטער אקאונט פין די קעניג דורך דעם האט די קעניג שוין געקענט זעהן
אזוי שטעל איך מיר פאר.
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:12 pm

אופס...

די באריכט ענדיגט זיך אז ארום 50 טויזענט עשירים גייען רופן הגי אין געריכט, נאכדעם וואס ביי זייערע טעכטער האט ער גענומען געלט אבער נישט פארשנעלערט פאר קיינעם די פראצעדור.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:15 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:ברעיקינג!!!

די סריסים האבן אצינד אין א שנעלע אקציע פארכאפט הדסה בת אביחיל, די פלומענצע פון רבינו מרדכי!!!

עסקנים בעטן מ'זאל שוין באהאלטן אלע מיידלעך, שתדלנים מאכן שוין זייער וועג צום גרינעם פאלאץ!

נישט קיין פלימענצע. זי'ס א שוועסטער קינד פאר'ן רבי'ן. איר טאטע אביחיל מיט די רבי ז"ל (ר' יאיר) זענען געווען ברידער

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:16 pm

איך זעה יעצט א לענגערע אנאליז דא אין די 'מדי טעגליך', אונטערן קעפל "די איסטאהאר מיסטעריע" - איבער די צומישעניש וואס טוט זיך וועגן יענע פרוי, 'איסטאהאר' האט מען איר א נאמען געגעבן, ווייל זי שיינט ווי די לבנה...

זיי זאגן אז די עכטע פראבלעם דא איז אז זי עפענט זיך נישט דאס מויל - נאר צו עסן בונדלעך... סא זי רעדט נישט, אזוי אז מ'ווייסט אפילו נישט וועלכע שפראך זי רעדט און דערפאר קען מען נישט וויסן פון וואו זי שטאמט.

נאך א פראבלעם, אלע אנדערע מיידלעך מאכן טענץ וכדומה וואס פון דעם דערקענט מען פון וועלכע שטאט זיי קומען, אבער איסטאהאר איז עפעס געפערליך באשיידן, זי דרייט זיך כמעט נישט מיט אנדערע, נאר מיט אירע זיבן משרתות, און דערפאר קען מען נישט וויסן פון וואו ס'קומט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:17 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:אופס...

די באריכט ענדיגט זיך אז ארום 50 טויזענט עשירים גייען רופן הגי אין געריכט, נאכדעם וואס ביי זייערע טעכטער האט ער גענומען געלט אבער נישט פארשנעלערט פאר קיינעם די פראצעדור.

הגי איז בכלל בארעכטיגט צו נעמען געלט פון די עלטערן?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:19 pm

כ'ווייס נישט צו ער איז בארעכטיגט, אבער מ'גייט אים קלאגן פארן נעמען...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:23 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:אופס...

די באריכט ענדיגט זיך אז ארום 50 טויזענט עשירים גייען רופן הגי אין געריכט, נאכדעם וואס ביי זייערע טעכטער האט ער גענומען געלט אבער נישט פארשנעלערט פאר קיינעם די פראצעדור.

הגי איז בכלל בארעכטיגט צו נעמען געלט פון די עלטערן?

זיין אדוואקאט זאגט אז די געלט האט מען געגעבן פאר הגא און ער איז הגי ער איז זיי גאר נישט שולדיג.
און בכלל ער האט עס נישט גענומען אויף זיין נאמען סוי קען מען אים נישט קלאגען.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:23 pm

מ'קען אים קלאגן אפילו אויב ער האט יא פארשנעלערט די פראצעדור פון די אנדערע אויכעט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:25 pm

רבותי, לא עת לחשות.
מ'דארף זיך צאמנעמען פאר א יום תפילה אפצושרייען די גזירה אויף אידישע טעכטער.
און די זעלבע צייט דארף מען אויך געדענקן אז מיר האבן א טאטע אין הימל וואס איז משגיח אויף אונז און אלעס ווערט געפירט דורך אים מיט א חשבון. לאמיר זיך נישט פארלירן, נאר אויך ווייטער מתפלל זיין אז מ'זאל שוין זעהן אפענע חסדים.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:28 pm

איינער ווייסט וואס זענען די מאסן קעמלען וואס שלענגלען זיך צום ריכטונג פון די גרינע הויז?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:30 pm

פארמירונג:

א פעטיציע דרייוו אפצושלאגן די שרעקליכע גזירה פון הקבץ בתילות רח"ל

סטעי טאונד
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:31 pm

סארקאזי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אגב איז אינטערעסאנט, ביי די מאלצייט האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו צושטעלן כשר'ס, זאגאר ביז'ן רבי'ן שליט"א'ס השגחה, יעצט שפירן זיי עפעס נישט אזוי וויכטיג.

אפשר קענען טאקע אלע מיידלעך מאכן א הונגער סטרייק, אדער עסן בונדלעך אווי איסטאהאר.

זי וואלט געקענט פארלאנגען כשר'ס, נאר זי וויל נישט דערציילן איר אפשטאם. מרדכי האט איר אנגעזאגט זי זאל נישט דערציילן, ווייל אויב וועט מען וויסן אז זי איז אן אייניקל פון שאול המלך וועט דאס גורם זיין אז מ'זאל איר נעמען.

איך מיין גאר פארקערט. אונזער קעניג איז יוניק. אז ער איז נישט פרעזידענטיש. ער רעדט דאס פאלקס שפראך אזוי ווי א געהעריגער פערדען טרייבער פארדעם האט ער דאך געוואלט פטור ווערען פון ושתי זי איז געווען א בת מלכה סאיז צו קלאסיש פאר אים.
איז אויב וועט ער הערן אז זי איז גאר א בת מלכים וועט ער איר הערשט נישט וועלען.

טאקע דערפאר איז מען אזוי באזארגט,
אזעלכע קעניגן קומען זייער שנעל אן צו א דריטע..
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:36 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פארמירונג:

א פעטיציע דרייוו אפצושלאגן די שרעקליכע גזירה פון הקבץ בתילות רח"ל

סטעי טאונד

באפרייען הדסה
http://chng.it/FChB5BGy

אפצושטעלן גיוס בנות
http://chng.it/W26MDJnp


ובשם השם נעשה ונצליח.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:36 pm

הער איך יעצט פון איינע פון די מקורבים, אז זייט הדסה איז געפירט געווארן צום פאלאץ, גייט רבינו מרדכי הצדיק אריבער אויף א טעגליכע באזוך צו די גרויסע חצר בית הנשים קעגן די גרינע הויז, און פרעגט זיך נאך אויף איר.

דאס שלאגט אפ אלע קאנספיראציע טעאריעס אז איסטאהאר איז א אידענע, ווייל ווען יא וואלט מען איר געזען רעדן מיט מרדכי און מ'וואלט געוואוסט אז זי איז א איד.

רבותי, ביטע טראכט אייך איבער בעפארן נאכשרייבן דמיונות און גאסן שמועות.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:53 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:זעה איך יעצט אין די זעלבע באריכט אז ס'גייט נאך ווייטער!

דער הגי האט אויך געגעבן פאר אירע זיבן באדינערקעס דעם טיטל "טוב בית הנשים", וואס דאס באדייט אויטאמאטיש מער איינטריט אין פאלאץ, בעסערע עסנווארג, און בעסערע צימערן, און זיי ווערן יעצט גערעכנט פון די הויעך געשפריצטע!!!

--

שפיגליצקי האקט, שוין פארראכטן.


הער איך פון מיין רומערקע (גויטע) אז איר שוועסטער איז אויך דארטן נעבן הדסה'ן, און זי זאגט אז זי פירט זיך אויף זייער מאדנע, עפעס האט זי געהערט ווי זי רופט יעדן באדינערקע מיט פאני נעמען לויט די טעג פון די וואך, זונטאג מאנטאג וכו', און די זיבעטע האט עפעס א אינטערעסאנטע נאמען 'סאבאט' און זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט...
ששששששש גיבט נישט ארויס פאר קיינעם עס מיינט 'שבת'....

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 19, 2020 4:06 pm

פעטיציעס טרעגער ווארטן שוין צוויי חדשים פארן גאלדענעם שטעקן, ס'א שאד יעצט צו נעמען נאך אינטערשריפטן, קודם זאל מען הערן נייעס פונעם ערשטן פראבע
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 4:10 pm

די קעניג זעט לעצטנס אויס זייער דעפרעסט, זייט ער איז א סינגל
קימט כמעט נישט ארויס צי קיין פרעסע קאנפערענץ און שמייכלט ווי געצווינגענערהייט

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך פאברואר 19, 2020 4:53 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:איך פראביר צו פארשטיין, ווי קען געט דא איבער אז מען ווייסט נישט בבית המלכות דער אפשטאם פין די פארכאפטע מיידל ממשפחת רבינו,
ווען די רבי שליט''א גייט יעדער טאג אין פאלאץ זיך טרעפן מיט זי.

קען דען זיין אז קיינער כאפט נישט דער צוזאם טרעף.
עפעס קאנסיפאציע


ס'איז אזוי ווי די מעשה פון ר' מיכל'ע... ער זאגט נישט אז ער איז א איד... זי האט אויך נישט געזאגט אז זי איז א אידענע, כאפט קיינער נישט...

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך פאברואר 19, 2020 5:06 pm

אנטשולדיגט פארן זיך דערמאנען אזוי שפעט...

עפענענדיג יעצט מיין אלטן אפגעשטויבטן אימעיל אדרעס, זעה איך ווי מיין חבר האט מיר געשיקט א קליפ פון די אחשוורוש סעודה, וואס דארט האט זיך נישט אלס אפגעטאן? - חברה, איר מוזט עס זען.

ווייסט איינער ווי אזוי מען לייגט עס ארויף דא? - איך קען עס פשוט נישט עפענען...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט