שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 9:41 am

ק/פ

עס זאל נישט ארויסיין פון דא, באט מיין חבר האט אינטערגעשמירט הגי מיט שעשעגז, און זיי האבן אריבערגעריקט זיין טאכטער צו שעשגז'ס דעפארטמענט, עון פון דארט איז זי קודם באהיטן פון קעניג, און האפט איר צו קענען בקרוב אינגאנצן ארויסריקן.

ממוכן'ס טעכטער חלש'ן פאר נאך א טשענס, דערווייל אן ערפאלג, ער האט שוין געשמירט אלפים פאר שעשגז מיט הגי צוריקצוריקן זיינע טעכטער צו הגי'ס דעפארטמענט, דערווייל זיי זענען נישט אזעלכע בהמות, זיי ווייסן אז אחשורוש וועט גלייך כאפן וואס דא איז פארגעקומען.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:00 am

מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור, וואס קומט אויך מבית המלוכה של שאול המלך, בא"ב צו בנימין בן יעקב.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי זצ"ל בן הרב בענא זצ"ל בן הרב מוצא זצ"ל בן הרב אלה זצ"ל בן הרב מפיבושת זצ"ל בן הגאון ר' יהונתן זצ"ל בן שאול המלך זצ"ל בן הגאון רבי קיש זצ"ל בן הרב אביחיל זצ"ל בן הרב צרור זצ"ל בן הרב בכורת זצ"ל בן הרב אפיח זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב שוקק זצ"ל בן הרב מיכאל בן הרב אליאל זצ"ל בן הרב עמיהוד זצ"ל בן הרב הרב שפטיא זצ"ל בן הרב פתיאל זצ"ל בן הרב פיתון זצ"ל בן הרב מלכי זצ"ל בן הרב ירובעל זצ"ל בן הרב חנניה זצ"ל בן הרב זבדי זצ"ל בן הרב אלפעל זצ"ל בן הרב שמריה זצ"ל בן הרב עובדיה זצ"ל בן הרב מרימות זצ"ל בן הרב חושם זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב אבינון זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב גדא זצ"ל בן הרב בלע זצ"ל בן הגה"ק רבי בנימין זי"ע בן יעקב אבינו


מען קען אסאך באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט



תקנות המקום אז מ'קען נישט באשרייבן קיין לעבעדיגע רבנים

[גראדע האבעך איצט געזוכט, און נישט געקענט געפונען אזא תקנה]

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:02 am

דערציילט מיר א חבר פון הויפט שטאט, אז גבירים פון אלע לענדער שטופן גרויס געלט אז ס'זאל זיין זייער טאכטער

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:04 am

מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור, וואס קומט אויך מבית המלוכה של שאול המלך, בא"ב צו בנימין בן יעקב.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי זצ"ל בן הרב בענא זצ"ל בן הרב מוצא זצ"ל בן הרב אלה זצ"ל בן הרב מפיבושת זצ"ל בן הגאון ר' יהונתן זצ"ל בן שאול המלך זצ"ל בן הגאון רבי קיש זצ"ל בן הרב אביחיל זצ"ל בן הרב צרור זצ"ל בן הרב בכורת זצ"ל בן הרב אפיח זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב שוקק זצ"ל בן הרב מיכאל בן הרב אליאל זצ"ל בן הרב עמיהוד זצ"ל בן הרב הרב שפטיא זצ"ל בן הרב פתיאל זצ"ל בן הרב פיתון זצ"ל בן הרב מלכי זצ"ל בן הרב ירובעל זצ"ל בן הרב חנניה זצ"ל בן הרב זבדי זצ"ל בן הרב אלפעל זצ"ל בן הרב שמריה זצ"ל בן הרב עובדיה זצ"ל בן הרב מרימות זצ"ל בן הרב חושם זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב אבינון זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב גדא זצ"ל בן הרב בלע זצ"ל בן הגה"ק רבי בנימין זי"ע בן יעקב אבינו


מען קען אסאך באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט


וואס איז? פארוואס לאזט נישט די צייט? ווער האט אים בכלל געפרעגט? מאך דיך נישט צוטהן פונעם!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:08 am

פרעגט מיר איינער אין אישי וואס דאס איז שמן המור.

איז אזוי

דאס איז א ספעציעלע שמן געמאכט פון אומגעצייטיגטע אויל [בלויז א דריטל געוואקסן]

דאס מאכט אז דאס לייב זאל ווערן זייער איידל

אויך מאכט עס אז די האר זאל ארויספאלן

געדענק איך נישט וויאזוי מ'רופט עס אין פרס'יש

אין די אפיציעלע וועבסייט שטייט גאר אז ס'מאכט שווארץ די האר

קען זיין ס'איז 2 באזונדערע מינים

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:10 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פרעגט מיר איינער אין אישי וואס דאס איז שמן המור.

איז אזוי

דאס איז א ספעציעלע שמן געמאכט פון אומגעצייטיגטע אויל [בלויז א דריטל געוואקסן]

דאס מאכט אז דאס לייב זאל ווערן זייער איידל

אויך מאכט עס אז די האר זאל ארויספאלן

געדענק איך נישט וויאזוי מ'רופט עס אין פרס'יש

אין די אפיציעלע וועבסייט שטייט גאר אז ס'מאכט שווארץ די האר

קען זיין ס'איז 2 באזונדערע מינים



אין איין לינק ווערט געברענגט קאנפליקטינג ריפארטס צו מ'מאכט עס פון די אויבנדערמאנטע אויל אדער גאר פון די בלוט פון עפעס א חי' פון אינדיע

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:12 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פרעגט מיר איינער אין אישי וואס דאס איז שמן המור.

איז אזוי

דאס איז א ספעציעלע שמן געמאכט פון אומגעצייטיגטע אויל [בלויז א דריטל געוואקסן]

דאס מאכט אז דאס לייב זאל ווערן זייער איידל

אויך מאכט עס אז די האר זאל ארויספאלן

געדענק איך נישט וויאזוי מ'רופט עס אין פרס'יש

אין די אפיציעלע וועבסייט שטייט גאר אז ס'מאכט שווארץ די האר

קען זיין ס'איז 2 באזונדערע מינים


מען האט געבעטן אין אישי צו אריבער שרייבן וואס שמן המור אין פרסיש ווי אזוי מען רופט אין יענע האט מיר געשריבן אזוי:
روغن مور
יענע האט צוגעלייגט אז אין אראביש הייסט דאס אזוי:
زيت مستنقع
متخصص نسبت داده شده است

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:18 am

דערציילט א "שושן טיימס" קארעספאנדענט אז ער האט היינט געהערט פון קעניג ווי ער'ט געפרעגט פון איינעם פון זיינע נאנטע ראטגעבער

"וויאזוי וועט מען דערקענען פון וועלכע משפחה די מיידלעך זענען?

יענער האט רעקאמענדעד צו קוקן אויף די באגלייטערס [נארמאל ווערט מען באגלייט דורך משפחה]

עס איז אבער קלאר פון די קאנווערסעישאן אז משפחה איז אים וויכטיג ביים מאכן די דעסישען

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:21 am

לעצטענס דרייעט זיך רבינו מרדכי ביים טויער פון פאלאץ. מאנכע זאגן אז ער רעדט אפ די וועלכע גייען אהין ברצונם הטוב. אנדערע זאגן אז ער איז גאר א מציל. און עס איז דא אנדערע שמועות אויך אסער וויבאלד עס איז נאך נישט באשטעיטיגט קען מען עס נישט מעלדען אויף א פאבליק פארום.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:22 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור, וואס קומט אויך מבית המלוכה של שאול המלך, בא"ב צו בנימין בן יעקב.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי זצ"ל בן הרב בענא זצ"ל בן הרב מוצא זצ"ל בן הרב אלה זצ"ל בן הרב מפיבושת זצ"ל בן הגאון ר' יהונתן זצ"ל בן שאול המלך זצ"ל בן הגאון רבי קיש זצ"ל בן הרב אביחיל זצ"ל בן הרב צרור זצ"ל בן הרב בכורת זצ"ל בן הרב אפיח זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב שוקק זצ"ל בן הרב מיכאל בן הרב אליאל זצ"ל בן הרב עמיהוד זצ"ל בן הרב הרב שפטיא זצ"ל בן הרב פתיאל זצ"ל בן הרב פיתון זצ"ל בן הרב מלכי זצ"ל בן הרב ירובעל זצ"ל בן הרב חנניה זצ"ל בן הרב זבדי זצ"ל בן הרב אלפעל זצ"ל בן הרב שמריה זצ"ל בן הרב עובדיה זצ"ל בן הרב מרימות זצ"ל בן הרב חושם זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב אבינון זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב גדא זצ"ל בן הרב בלע זצ"ל בן הגה"ק רבי בנימין זי"ע בן יעקב אבינו


מען קען אסאך באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט



תקנות המקום אז מ'קען נישט באשרייבן קיין לעבעדיגע רבנים

[גראדע האבעך איצט געזוכט, און נישט געקענט געפונען אזא תקנה]



גראדע העבעך אינסייד אינפארמאציע איבער דאס גרויסקייט פון רבי מרדכי [מיין שוואגער ארבעט ביי איינעם פון די קינדער פונעם הויפט גבאי]


אויב וועלן די אחראים ערלויבן על'עך בלי נדר שפעטער ארויפלייגן א הערליכע באשרייבונג

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:28 am

די חברה טאנצן אין די גאסן...

אלעס צו מאכן א גוטע רושם אויפן מלך

עמער זען צו ס'עט העלפן

א איד קען נישט יעצט גיין אין גאס דארט אין גאנצן געגנט

א גרויל

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:46 am

זאגט מיר פריער עפעס א גיט זאגער.

אז אחשורוש האט גראדע שטארק קאנסידערט איינער פון ממוכן'ס טעכטער.
אבער האט דערנאך חרטה געהאט.

ווייל ער וויל נישט זיין קיין שוואגער מיט'' ויזתא'' :grin:

איך בלעים אים נישט

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:51 am

ער'ז אליין א ויזתא וואס האט ער מורא, ער'ט זיך זעהן אין שפיגל.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:10 am

ברעקינג
די קעניג האט היינט אינטערגעשריבן אן איקזעקעטיוו ארדער אז אלע שפיטעלער מיזן איבערגעגעבן אלע רעקאָרדס פון די געבוירן אפטיילונג פון 18 יאר צוריק ביז 40 יאר צוריק פאר די גאווערמענט זאפארט

היינט צופרי זענען די פאליציי געסערווט די עקזעקוטיוו ארדערס פאר אלע שפיטעלער און תיכף געפאדערט אלע רעדקארס
נאך א מזל אז די אידישע שפיטאל האט פאריאר אפגעברענט ציזאמען מיט אלע פאפירן

נישט קלאר וואס מען וויל זעהן דארט

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:17 am

סארקאזי האט געשריבן:זאגט מיר פריער עפעס א גיט זאגער.

אז אחשורוש האט גראדע שטארק קאנסידערט איינער פון ממוכן'ס טעכטער.
אבער האט דערנאך חרטה געהאט.

ווייל ער וויל נישט זיין קיין שוואגער מיט'' ויזתא'' :grin:

איך בלעים אים נישט

עס איז נישט נאר איין ויזתא, דו ווייסט אז דער ממוכן האט 208(!) קינדער (שרצים) אינדערהיים

שטעל זיך פאר ער קומט צו ממוכן אויף שבת, און 208 שוואגערס זיצן ביים טיש און קוקן אים נאך אויך טריט און שריט.

ביי די וועי, די גוט זאגערס זאגן אז לאחר מאה ועשרים גייט מען באטיטלען דעם יר"ה, מיטן תואר די בעל 'רבות בנות'.
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

צדיקים
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:21 am

יעצט באקומען א באריכט פון א מצרי'שע נייעס, אז א מויד פון א מצרי'שע אפשטאמינג מיטן נאמען إستر
איז גענומען געווארן צום קעניג, און געפעלט פארן קעניג

קען איינער קאנפערמען?

צדיקים
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:25 am

אין די מיניטן קומט א מעסידש פון די ווייטע טשיינע, אז טראץ די קארונה וויירוס, איז זיי געלונגען אריין צו שווערצן זייער'ס א מיידל קיין שושן,
מיטן נאמען 以斯帖
און דע קעניג האט איר באוויליגט צו נעמען אלץ מלכה.

ווער ווייסט, אפשר האט דער קעניג גענומען צוויי קעניגינג'ס?

ווער קען וויסן וואס דעם משוגענעם פאלט איין

צדיקים
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:27 am

בין איך שוין אינגאנצן צומישט, די נאפאלישע רעגירונג, זאגט גאר אז די אויסדערוועלטע מלכה איז एस्तर
זייער'ס א געבוירענער, ווער ווייסט
איך האב מורא אז דער קעניג וועט טאקע זיין דער בעל 'רבות בנות'

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:33 am

יעצט גערעדט צו א דרייווער פון באלטמער מילך קאמפעני, זאגט ער אז זיי האט די גאווערמענט גענומען פאר כשרע מילך איעדן טאג ווערט ליידער גרעסער די באשטעלונגען פאר די אידישע טעכטער

נעכטן איז אנגעקומען א שיף מיט אסאך בנות ישראל

טייל ווערן תיכף אפגעזאגט אנציהייבן מיט די 12 חדשים און ווערן גראד אהיים געשיקט

בגשמיות שטעלט מען זיי צו פון די שענסטע און בעסטע

2 חדשים ארום גייט זיך אנהייבן די ערשטע סעלעקציע דורך די קעניג אליין

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:48 am

אוי....אוי....מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די ...אוי...טאטע אין הימל ...וויפיל איז די שיעור ?
נאך 6 יאר וואס מיינע 2 מיידליך זענען באהאלטען אינדערהיים האבן די רשעים די רוצחים זיי היינט פארכאפט רח"ל
ביטע רייסט איין פאר שרה בת דבורה רחל (19) אין פאר ריזל בת דבורה רחל (23) זיי זאלן זיך אומקערן אהיים ווי שנעלער געזונט ברוחניות ובגשמיות

אחד הרבנים
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:54 am

געהערט פון א אינסיידער אז עס קומט פאר א רייבעריי צווישען דעם קעניגס רייטגעבער צו אחשורוש איז ישיבה׳יש און ער דארף אליינס ארויסגיין מיט די מיידל אויף א ״טאג״ (בלע״ז דאטום) אדער ער איז א חסיד׳יש בחור און מען וועט אים ערלעדיגן דעם שידוך אין ער וועט נאר האבן איין אדער צוויי בעשויס (ווענט זיך ווי חסיד׳יש ער איז)
דער אינסיידער זאגט אויך אז דער הגא איז אזא.. חסיטפישער.. און ער ווייסט נישט פונקליך ווי אזוי דאס צו באהאנדלען... (האסט נישט געזעהן, אסאך מאל ווען ער וויל זיין מער חסידיש רופט ער זיך הגא, אבער טוען ער וויל זיין מער ליטוויש רופט ער זיך הגי...
גיי פארשטיי ווי אזוי א חסידיש בחור איז א שומר הנשים... מסתמא טוט ער דאס מיט צוגעמאכטע אויגן.

גראדע, דער שעשגז ווייסט יא אביסל וואס טוט זיך... אבער דער איז פון יענע סחורה.... ס׳דרייט זיך ארום ערענסטע לשון הרע׳ס אויף אים... (געוויסע זאגן עפעס אז ער דרייט זיף מיט די פלגשים... נאך נישט וועריפייד אויב עס איז קראנט)

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:49 pm

ברעיקינג!!!

די סריסים האבן אצינד אין א שנעלע אקציע פארכאפט הדסה בת אביחיל, די פלומענצע פון רבינו מרדכי!!!

עסקנים בעטן מ'זאל שוין באהאלטן אלע מיידלעך, שתדלנים מאכן שוין זייער וועג צום גרינעם פאלאץ!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:51 pm

ערשטע באריכטן פון אנוועזענדע אויפן סצענע:

א גרופע פון זעקס סריסים און פקידים האבן געשטורעמט בית מרדכי און אנגעהויבן א שטארקע סוירטש, ביז דער עולם האט זיך אריענטירט האבן זיי שוין אפגעטראגן פון בית רבינו מיט די אומגליקליכע קיילעכדיגע יתומה!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:52 pm

WOW... שושן איז שוין לאנג נישט געווען אזוי שטורעמיש!! א באריכט אין שושן נייעס זאגט אז די גאנצע אקציע האט גענומען "אונטער דריי מינוט"!!!!!!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:54 pm

דעוועלעפינג: מרדכי היהודי האט געענדיגט זיין שיעור נאכן הערן די ביטערע ידיעה, און האט זיך איינגעשפארט אין זיין צימער.

גבאים פארטרייבן יעדעם פון בית רבינו.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט