די נייע בעיל רעפארמען אין ליכט פון די לעצטיגע פארמערטע אנטיסעמיטישע אטאקעס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:30 pm

כבוד הרב למדן וצדיק, א פרוי וואס האט געשלאגן דריי אידישע פרויען אין קרויהייטס איז געווארן ארויסגעלאזט צוליב די הייליגע ביל. די נעקסטע טאג איז זי ווידעראמאל געווארן ארעסטירט וויי זי האט נאכאמאל אנגעהאקט איינעם די ביינער, און זי איז ווידער ארויסגעלאזט געווארן. איר האלט נישט אז סיז אביסל... זינלאז צו זאגן אז מורא האבן אז אזעלכע מעשיות וועלן ווערן א נארמאלע ערשיינונג איז זינלאזע היסטעריע?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:31 pm

צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווען א אכצען יעריגער שגץ פארט ארום מיט זיין בייק און היימישע געגענט, וואס האלט אים אפ פון גנבענען/שעדיגען/דערשרעקן/אראפ ווארפען/שלאגען אונזערע היימישע קינדערלעך?

וואס איז זיין שטראף ווען מען כאפט אים? לויט ווי איך פארשטיי איז די שטראף זייער מינימאל און די איינציגסטע שרעק וואס די חברה האבען איז אז יעצט מיז ער אפזיצען אין תפיסה פאר צוויי אדער דריי וואכען ביז זיין קאורט דעיט ווייל ער קען נישט ברענגען קיין בעיל.

יעצט אז דו האסט אוועק גענומען די שטראף באקומען די ווילדע גאסען יונגען נישט קיין שטראף בכלל און עס וועט ווערן הפקר פעטריטשקע צופרי שלאגט מען און נאכמיטאד ווען ער איז צוריק פון פאליס סטעישאן וועט ער נאכאמאל שלאגען.

עס איז ימלט אז מען האט אוועק גענומען די איינציגסטע שטעקן וואס מען האט געהאט קעגן די לאו לייווס.


דאס איז שוין פאני. דאס הייסט אז די נישט ארויסלאזן פארן געריכט איז גאר די שטראף? און אויב ער האט פערצופאל יא געלט?

ענדערש לאז ארויס ביז דעם געריכט, ווען ער איז נאך אפיציעל איניסענט אנטיל פראווען גילטי, און מאך א געזעץ צו באשטראפן בעסער ווען מען קאנוויקט אים.

לענגער מאכן די טורמע אורטיילן?!
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:38 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:די פראבלעם פון די בעיל סיסטעם אין קורצען איז, אז פארן זעלבן פארברעכן איז איינער אינדרויסן פראנק אין פריי, און א צווייטער זיצט אפ פאר חדשים און יארן פארן זעלבן קריים, אין ער זיצט נישט אלס א שטראף פאר די קריים וואס ער איז באגאנגען! נאר ער זיצט פשוט ווייל ער האט נישט קיין געלט.
האסט א פראבלעם אז שעדליכע פארברעכער ווערן ארויסגעלאזט אויפן פריי? איך הער, אבער אז פארן זעלבען פארברעך איז איינער אויפן פריי און א צווייטער זיצט אפ פארדעם פאר יארן איז דאס נישט קיין דזשאסטעס! אויב זיכסטו עס צו פארעכטן דאן קענסטו שטרענגער מאכן די גיידליינס פון וועם מען מעג האלטן ארעסטירט אלס א סכנה פארן פובליק. אבער בעיל איז נישט די עצה פארדעם!

דעטס איט

איין פראבלעם.
מ'האט נישט צושטערט בעיל און געזאגט אז קיינער מעג נישט ארויסגיין.
נאר מ'האט צושטערט בעיל און מ'האט אנגעפאנגען לאזן יעדעם ארויסגיין.

_________
קענסט מיר עקספלעינען פארוואס ער מעג באקומען אלע ווינטנעסעס אינפארמעישן???

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:02 am

Think and Thank האט געשריבן:כבוד הרב למדן וצדיק, א פרוי וואס האט געשלאגן דריי אידישע פרויען אין קרויהייטס איז געווארן ארויסגעלאזט צוליב די הייליגע ביל. די נעקסטע טאג איז זי ווידעראמאל געווארן ארעסטירט וויי זי האט נאכאמאל אנגעהאקט איינעם די ביינער, און זי איז ווידער ארויסגעלאזט געווארן. איר האלט נישט אז סיז אביסל... זינלאז צו זאגן אז מורא האבן אז אזעלכע מעשיות וועלן ווערן א נארמאלע ערשיינונג איז זינלאזע היסטעריע?


למדן וצדיק האט געשריבן:די גאנצע רודעריי דרייעט זיך אבער ארום איבער איין איינציגסטן איזולירטן אינצידענט ווי א פרוי איז ארויסגעלאזט געווארן פריי עטליכע מאל נאכ'ן אטאקירן אידן. ביי די אינצידענט איז קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן, און ס'איז בכלל א גרויסער ספק צו די מעשה האט עפעס שייכות מיט די נייע בעיל רעפארמען. די מעשה איז פארגעקומען אין נוא יארק סיטי ווי דארטן האט מען שוין געמאכט בעיל רעפארמען פאר די לעצטע דרייסיג יאר און האט זיך דוקא ארויסגעוויזן צו זיין גאר סוקסעפול, א חוץ פון דעם לויט פארשידענע באריכטן רעדט מען דא בכלל פון א גייסטיש צורודערטע פארשוינטע. סיי ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז זייער נאריש צו אפצו'פסל'ען א גאנצע רייע פון נייע געזעצן וואס איז קוים אריין אין קראפט דורך איין איינציגסטן עפיזאד וואס האט אדער יא אדער נישט שייכות אהער. נארמאלקייט און באזעסענקייט פאדערט קודם צו ווארטן א שטיק צייט און נאכדעם הערשט זעהן צו אפשר פעלט זיך אויס צו עפעס פאריכטן אדער צולייגן.


אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:05 am

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווען א אכצען יעריגער שגץ פארט ארום מיט זיין בייק און היימישע געגענט, וואס האלט אים אפ פון גנבענען/שעדיגען/דערשרעקן/אראפ ווארפען/שלאגען אונזערע היימישע קינדערלעך?

וואס איז זיין שטראף ווען מען כאפט אים? לויט ווי איך פארשטיי איז די שטראף זייער מינימאל און די איינציגסטע שרעק וואס די חברה האבען איז אז יעצט מיז ער אפזיצען אין תפיסה פאר צוויי אדער דריי וואכען ביז זיין קאורט דעיט ווייל ער קען נישט ברענגען קיין בעיל.

יעצט אז דו האסט אוועק גענומען די שטראף באקומען די ווילדע גאסען יונגען נישט קיין שטראף בכלל און עס וועט ווערן הפקר פעטריטשקע צופרי שלאגט מען און נאכמיטאד ווען ער איז צוריק פון פאליס סטעישאן וועט ער נאכאמאל שלאגען.

עס איז ימלט אז מען האט אוועק גענומען די איינציגסטע שטעקן וואס מען האט געהאט קעגן די לאו לייווס.


דאס איז שוין פאני. דאס הייסט אז די נישט ארויסלאזן פארן געריכט איז גאר די שטראף? און אויב ער האט פערצופאל יא געלט?

ענדערש לאז ארויס ביז דעם געריכט, ווען ער איז נאך אפיציעל איניסענט אנטיל פראווען גילטי, און מאך א געזעץ צו באשטראפן בעסער ווען מען קאנוויקט אים.

לענגער מאכן די טורמע אורטיילן?!

לויט מטעמים, געבט מען יעצט גארנישט, און אנשטאט זאגט ער איז געמאכט די 2 3 וואכן פאר דעם פראצעס.

זאג איך, געב די 2 3 וואכן אויב מען איז קאנוויקטעד.

דאס אלעס ביזטו גענוג קלוג צו פארשטיין אן די יעצטיגע הוספה.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:39 am

להודיע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כבוד הרב למדן וצדיק, א פרוי וואס האט געשלאגן דריי אידישע פרויען אין קרויהייטס איז געווארן ארויסגעלאזט צוליב די הייליגע ביל. די נעקסטע טאג איז זי ווידעראמאל געווארן ארעסטירט וויי זי האט נאכאמאל אנגעהאקט איינעם די ביינער, און זי איז ווידער ארויסגעלאזט געווארן. איר האלט נישט אז סיז אביסל... זינלאז צו זאגן אז מורא האבן אז אזעלכע מעשיות וועלן ווערן א נארמאלע ערשיינונג איז זינלאזע היסטעריע?


למדן וצדיק האט געשריבן:די גאנצע רודעריי דרייעט זיך אבער ארום איבער איין איינציגסטן איזולירטן אינצידענט ווי א פרוי איז ארויסגעלאזט געווארן פריי עטליכע מאל נאכ'ן אטאקירן אידן. ביי די אינצידענט איז קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן, און ס'איז בכלל א גרויסער ספק צו די מעשה האט עפעס שייכות מיט די נייע בעיל רעפארמען. די מעשה איז פארגעקומען אין נוא יארק סיטי ווי דארטן האט מען שוין געמאכט בעיל רעפארמען פאר די לעצטע דרייסיג יאר און האט זיך דוקא ארויסגעוויזן צו זיין גאר סוקסעפול, א חוץ פון דעם לויט פארשידענע באריכטן רעדט מען דא בכלל פון א גייסטיש צורודערטע פארשוינטע. סיי ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז זייער נאריש צו אפצו'פסל'ען א גאנצע רייע פון נייע געזעצן וואס איז קוים אריין אין קראפט דורך איין איינציגסטן עפיזאד וואס האט אדער יא אדער נישט שייכות אהער. נארמאלקייט און באזעסענקייט פאדערט קודם צו ווארטן א שטיק צייט און נאכדעם הערשט זעהן צו אפשר פעלט זיך אויס צו עפעס פאריכטן אדער צולייגן.


דאס אז די איינציגסטע וועג צו פארענטפערן א געזעץ איז דורך שקר און בלאף ווייזט זייער גוט ווי 'גוט' די געזעץ איז.

1) די פרוי איז בפירוש געווארן ארויסגעלאזט צוליב די נייע בעיל רעפארם. כאטש די געזעץ איז נאכנישט געװען אין קראפט, האט אונזער פרומער בירגערמײַסטער באפוילן די פראקורארן זאלן זיך שוין צושטעלן פריער, ויצא העגל הזה.

2) ווילאנג יענער שעדיגט נישט איינעם ערנסט איז ער נישט קיין געפאר צום פובליק?!


3) נניח אז אין ניו יארק סיטי מאכט מען שוין בעיל רעפארם געזעצן די לעצטע דרייסיג יאר (ס'נאך געבליבן וואס צו רעפארמען?), און נניח אז סיז מורא'דיג סוקסעספול. וויאזו דארף דאס צו פראוון אז די יעצטיגע געזעץ איז נארמאל?

4) סינישט איין עפיזאד, סיז איין עפיזאד בשייכות מיט היימישע אידן.

5) ס'האט בפירוש יא שייכות אהער. זאגן אדער יא אדער נישט איז ליגנט.

6) נארמאלקייט או באזעסנקייט זאגט אז נאכדעם וואס מ'זעהט די פראבלעמען זאל מען מעגן פארלאנגען עס צו פאררעכטן אן ווערן אראפגעריסן אלס פארשפרייטן זינלאזע היסטעריע און נאך שיינע פראזן. די ווילדקייט מיט וואס אונזער למדן רייסט אראפ די װעלכע האבן זיך געוואגט נישט צו שטיצן די געזעץ קוקט אויס זיין פארטיידיגן די געזעץ קומט נישט דוקא פון נארמאלקייט און באזעסנקייט, נאר ענדערש פון אן אגענדע.

צום שלוס, נאדיר א צווייטע געשיכטע פון העיט קריים קעגן אידן:
צוגעלייגטע
6f3a4d16-a831-48a2-ae80-17dc96386397.jpg
6f3a4d16-a831-48a2-ae80-17dc96386397.jpg (79.69 KiB) געזעהן 373 מאל
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:52 am

למדן וצדיק האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:דאס אז דו האסט זיך נישט באצויגן צו די זינלאזע און רשעות'דיגע חלק פון דיסקאווערי, וואס ווערט דורך אסאך, אפילו ארכי ליבעראלן, אנגערופן 'קרימינעל בילל אוו רייטס', און ווען איינער ענטפערט דערויף איז דיין תירוץ מיטן פארדרייען די פאקטן און זיך פארהוילן פון זיין 'להשמיד ולהרוג' טענה, ווייזט ווי שטארק אויפריכטיג דאס זיך אננעמען פאר דעם בילל איז.


איינער וואס זעהט א פראבלעם אדער קוקט בכלל אן מאדנע די "שרעקליכע געדאנק" פון רעכטן פאר קרימינאלן איז נישט קיין ליבעראל און אודאי נישט קיין ארכי ליבערלאר נאר אן ארכי דיקטאטור. די גרינדער פון אמעריקע וואס האבן געשריבן די קאנסטיטוציע האבן עפעס יא געשפירט פאר וויכטיג צו פארזיכערן טאקע אין די "ביל אוו רייטס" א גאנצע רייע פון רעכטן פאר - נישט מער און נישט ווייניגער - קרימינאלן.

און פונקט ווי די בעיל רעפארם איז די דיסקאווערי רעפארם היבש איינגעהאלטן און מעסיג אין פארגלייך צו אנדערע סטעיטס ווי למשל די "קאנסארוואטיווע" טעקסעס וואס האט שוין איינגעפירט דיסקאווערי רעפארמס עטליכע יאר צוריק.

נ.ב. ביטע נעמט אין אכט אז "קרימינאלן" נעמט אויך ליידער אריין פילע היימישע אידן וואס זענען באגאנגען אין זייער לעבן נארישע טעותים און ווען די דיסקאווערי רעפארמס וואלטן שוין דעמאלטס געווען אין אפעקט וואלטן די אידן זיך נישט געדארפט אזוי לאנג ארומדרייען מיט אנגסט און שרעק ביז די פיינעל פסק פונעם ריכטער און וואלטן געזיצן ווייניגער יארן אין תפיסה.

כעל פרובירן ארויסצוקראצן די זאצן וואס מאכן סענס אין די מישמאש פון רעטאריק און זיי ענטפערן.

1) קיינער האט נישט קיין פראבלעם צו געבן רעכטן פאר קרימינאלן, און דיין שרייבן אז יא גרעניצט זיך מיט 'זינלאזע היסטעריע' כלשונך. מען האט א פראבלעם ווען א מערדער באקומט די נאמען, טעלעפאן נומער און אדרעס פון דעם וואס האט אים געזען אומברענגען איינעם.דו כאפסט טאקע נישט די חילוק?

2) זאגן אז עפעס איז 'איינגעהאלטן און מעסיג' טוט בכלל נישט אדרעסירן די זארגן וואס מענטשן האבן איבער די געזעץ. עס איז אפגעענטפערט פאקטישע טענות מיט לויזע רעטאריק, וואס דאס איז בעיסיקלי דיין מהלך אין די גאנצע אשכול. אויב וואלסטו באמת געוואלט איבערצייגן איינעם אז די טענות דעקעגן זענען נישט ריכטיג, האסטו געזאלט ענטפערן די טענות אנשטאט שיסן לופטיגע פראזן און ווילד אטאקירן ווער עס שרייבט אנדערש ווי דיר.

3) דיין לעצטע פאראגראף איז סתם אזוי 'זינלאז'. א) וואס האט בעסערע דיסקאווערי מיט'ן זײַן אנגעצויגן ביז'ן פסק? ב) וויאזוי וואלט וויסן די אדרעס פון די עדות געהאלפן אידן זיצן ווייניגער?

צום שלוס, וואס האלטסטו איבער די וויטנעס פראטעקשאן פראגרעם? אפשר איז שוין צייט עס צו עבאלישן?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דינסטאג ינואר 14, 2020 1:12 am

5 יאר ארום:

An anti-Semite who set 7 fires at jewish sites and wrote 'DIE JEW RATS' in a synagogue was released from prison upon the completion of his sentence on Tuesday, despite despite his arson hate crime

Think and Thank איז שטיל, אויך דער דעילי קאלער דערמאנט נישט קיין ווארט דערוועגן. געוואלד! א אנטיסעמיט וואס האט דורכגעפירט האסן פארברעכנס איז אויף דער פריי!! יזדעזע (i)-תבל ומלואה!!!!

און דאס איז נישט סתם עפעס וואס גייט אפשר געשען. עס איז מעשים בכל יום אז שעדליכע אנטיסעמיטן און פארברעכער בכלל ווערן ארויסגעלאזט פון תפיסה נאכן אפדינען זייער טערמין. שומו שמים!!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 14, 2020 2:23 am

דו מאכסט חוזק פון מיר אדער פון דיר? דו פארשטייסט טאקע נישט די חילוקפון ארויסלאזן שעדליכע פארברעכער פאר'ן אויסדינען זייער אורטייל צו נאכדעם? אפשר זאל מען גאר פארברייטערן די בעיל רעפארם אז מען זאל אויך מוזן ארויסלאזן מענטשן באשולדיגט אין מארד?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דינסטאג ינואר 14, 2020 8:34 am

איך פארשטיי (אפשר. מען דארף זיך אריין טון אין דעם נושא זעהן צי עס איז טאקע דא א חילוק). אבער אויב וויל איך זיין א דיסהאנעסט עקטאר און אנזייען היסטעריע איז דאס פערפעקטלי פיט פאר א העצערישן טוויט: טהינק ענד טהענק לאזט ארויס פון תפיסה א געפערליכן פארשוין וואס האט געשריבן - דערצו נאך אין אלל קעפס!... - "שטארבט אידן ראטן" און אנגעצינדן זיבן פייערן ביי אידישע פלעצער!

אויב אבער ווילסטו דראפן די נאנסענס און דעמאגאגיע, און אנשטאט דעם האבן א אינטעלעקטועלע אויפריכטיגע דיסקוסיע איבער קריים און פאנישמענט, איר אויסווירקונג אויף די געמיינדע, און דו ביסט גרייט צו נעמען אין באטראכט די געברויכן און פארשידנארטיגקייטן פון אלע געמיינדע'ס - ספעציפיש אזאלכע וואס זענען היסטאריש געווען אויסגעשטעלט צו אינסטוטוציעלע דיסקרימינאציע - אנשטאט פאקוסן נאר אויף דיין ענגע סביבה זאל זיין מסודר, אדרבה, בי מיי געסט. קום אראפ פון טוויטער, זעץ זיך אריין אין אוצר הספרים / לייברערי, און לאמיר אינאיינעם דורכטון די נושא. קען אפילו זיין וועסט מודה זיין צו מיין שטעלונג...

משהלע
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג ינואר 14, 2020 9:09 am

https://twitter.com/NMalliotakis/status ... 26592?s=19

ערשטער מארד פון א באפרייטער דורך די געזעץ.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 14, 2020 9:57 am

וואס נאך דארף געשען אז מאנכע זאלן מודה זיין אז עפעס איז טויטליך ראנג?

אונז ווייס מיר פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן, ווייל דאס איז אונז נוגע. אבער ממש יעדע קאמיוניטי איז אפעקטירט דערפון.

און דער פאקט אז די מיינונג פון קיין שום ריכטער אדער אדער דיסטריקט אטוירני איז אנגעפרעגט געווארן, רעדט פאר זיך אליין.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:23 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:די פראבלעם פון די בעיל סיסטעם אין קורצען איז, אז פארן זעלבן פארברעכן איז איינער אינדרויסן פראנק אין פריי, און א צווייטער זיצט אפ פאר חדשים און יארן פארן זעלבן קריים, אין ער זיצט נישט אלס א שטראף פאר די קריים וואס ער איז באגאנגען! נאר ער זיצט פשוט ווייל ער האט נישט קיין געלט.
האסט א פראבלעם אז שעדליכע פארברעכער ווערן ארויסגעלאזט אויפן פריי? איך הער, אבער אז פארן זעלבען פארברעך איז איינער אויפן פריי און א צווייטער זיצט אפ פארדעם פאר יארן איז דאס נישט קיין דזשאסטעס! אויב זיכסטו עס צו פארעכטן דאן קענסטו שטרענגער מאכן די גיידליינס פון וועם מען מעג האלטן ארעסטירט אלס א סכנה פארן פובליק. אבער בעיל איז נישט די עצה פארדעם!

דעטס איט

איין פראבלעם.
מ'האט נישט צושטערט בעיל און געזאגט אז קיינער מעג נישט ארויסגיין.
נאר מ'האט צושטערט בעיל און מ'האט אנגעפאנגען לאזן יעדעם ארויסגיין.

_________
קענסט מיר עקספלעינען פארוואס ער מעג באקומען אלע ווינטנעסעס אינפארמעישן???

איך זאג נישט אז עס האט נישט קיין פראבלעמען, עס האט אסאך. אבער די סיסטעם ביז אהער איז געווען א געפערליכע אומדזשאסטיס
צעקה בקול דממה דקה

משהלע
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:30 am

Programming האט געשריבן:וועלכע ארטיקל? דער טוויט? איך קען נישט דא אנצינדן און וואטשן דעם קליפ סאו אפשר שרייבסטו אראפ די ראשי פרקים אדער פעיסט אריין דעם ארטיקל. איך האב געליינט א באריכט איבער די נושא און דאס איז וואס עס איז מיר אויסגעקומען.



A Bellport man has been charged with DWI and released without bail Monday following a car crash that killed a 27-year-old man on the William Floyd Parkway.

Jordan Randolph, 40, is accused of driving drunk and killing Jonathan Armand Flores-Maldonado Sunday.

Maldonado's cousins and aunt say they were seething at the arraignment. Prosecutors said in court that Randolph had been arrested and released on Jan. 1 for allegedly not having a court-ordered ignition interlock device in his car.

According to court records, Randolph has a history of drunk driving and a total of six felony convictions, six misdemeanor convictions, and five failures to appear in court on other cases.

Maldonado's family told News 12 he had just graduated from the University of Buffalo, was pursuing a career in medicine and was killed while driving an Uber to make extra money.

The prosecutor told the judge during the arraignment that he would've asked for a substantial amount of bail if the incident happened before Jan. 1. The prosecutor then requested that an electronic monitoring ankle bracelet be put on Randolph.

The judge denied the request, saying the new law does not allow him to issue the monitoring device either.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:31 am

געפערליך? אז איינער לייגט איין געלט האט ער א סיבה פארוואס צוריקצוקומען אין געריכט און וועט פאר א שטיקל צייט איינזיצן עכ"פ ביז ער ווערט באפרייט. אז ער לייגט נישט איין קיין געלט האט ער נישט קיין פראבלעם נישט צוריקצוקומען אדער נאכאמאל ווערן ארעסטירט.

מען ברויך נישט זיין קיין גרויסער חכם אבער די גרעסטע איבערווייז איז וואס שפילט זיך שוין אפ אין די קוים 2 וואכן וואס די געזעץ איז אריין אין קראפט וואספארא אנארכיע עס גייט אן.
נאט אייך א גרינע...


Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:44 am

משה'לע כ'האב געהאט געליינט דאס, וואס זעהסטו דא?

Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:54 am

פליגל, די אנארכיע (פון 2 3 אינצידענטן אויפגעבלאזן דורך די סענסעישאנעל מידיא צוזאמען מיט פארטייאישע אינטערעסן) גייט אן יעדן טאג, און אויף א פיל ערגערן פארנעם דורך די גרופע 'פרייע-קיינמאל-נישט-געווען-ארעסטירטע' בירגער אין ניו יורק. כל מיני אינצידענטן און פארברעכנס פון זשעי וואלקינג ביז העיט מארדן פאסירן כסדר. אלעס צוליב דעם געזעץ וואס לאזט נישט איינשפארן די גאנצע פרייע באפעלקערונג אין טורמע.

דו ווילסט וואוינען אין א פאליס סטעיט וואו מען שפארט דיר איין פאר א יאר פאר אריבער פארן א רויט לייט אדער ספידן? גאו אהעד. איך למשל, וויל נישט. און דער פרייז וואס מיר אלע צאלן פאר פרייהייט איז אז עס הערשט א געוויסע מאס אנארכיע. א מענטש פון 200 ווער רעדט נאך 500 יאר צוריק וואלט דאס נישט אויסגעהאלטן.

Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דינסטאג ינואר 14, 2020 11:25 am

פוינט איז, אויב ווערט טאקע אויפגעוויזן מיט סטאטיסטיקס שיש בהם ממש - נישט סתם מידיא אויפגעבלאזענע אנעקדאטן - אז די גרופע 'ארעסטירטע-סוספעקטס-בעפארן-טרייעל' באגייען א גרעסערע צאל פארברעכנס ווי אנדערע גרופעס, אפשר טאקע ברויך מען זעהן עפעס צו טוהן דערוועגן.

קעש בעיל איז פארשטייט זיך נישט קיין הוו"א, ווייל דאס טוט דאך אומ'יושר'דיג דיסקרימינירן קעגן די ארימע וואס קענען זיך נישט ערלויבן די פאר טאלער. אבער אפשר קען מען איינפירן עפעס, לאמיר זאגן ענקל ברעיסלעטס, פאראל אפיסערס וכדו' וואס דאס זאל אפלייען אקראס די באורד, פאר ארימע און רייכע צוגלייך. א היימישער יונגערמאן וואס האט זיך בטעות פארגעסן, פונקט אזוי ווי א שווארצער היימלאזער פארשוין.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דינסטאג ינואר 14, 2020 11:36 am

Programming האט געשריבן:קעש בעיל איז פארשטייט זיך נישט קיין הוו"א, ווייל דאס טוט דאך אומ'יושר'דיג דיסקרימינירן קעגן די ארימע וואס קענען זיך נישט ערלויבן די פאר טאלער

דאכט זיך אז ריכטער קוקן וויפיל דער מענטש פארמאגט איידער'ן געבן א בעיל אורטייל. סאו לאז אויס דיסקרימינאציע.

ווען דער קירכע קאר סערוויס דרייווער האט אכזריות'דיג געשלאגן שווארץ פון ב"פ, האט די פרומע ריכטערן געזאגט אז ער האט באקומען א 15,000 דאלער בעיל אורטייל, וואס איז גאר קליין פאר אזא העיט קריים פארברעכן, אבער איז גאר א הויכע נומער קעגן וויפיל געלט ער פארמאגט. זי האט געמאכט די ריסוירטשט וויפיל געלט ער קען קראצן און געגעבן א נומער וואס איז ממש אוממעגליך פאר אים.

אזוי אויך, איז זייער לייכט אפצוטייילן צווישן געלט וואשער, עקסידענטס און פארברעכער וואס שטעלן די מאסן אין א סכנה - ווי דער דערמאנטער שיכור וואס איז שוין עטליכע מאל ארעסטירט געווארן אויף ענליכע קלאגעס.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג ינואר 14, 2020 2:22 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איין פראבלעם.
מ'האט נישט צושטערט בעיל און געזאגט אז קיינער מעג נישט ארויסגיין.
נאר מ'האט צושטערט בעיל און מ'האט אנגעפאנגען לאזן יעדעם ארויסגיין.

סאו ביי דיר הייסט איז נישט קיין פראבלעם צו האלטן מענטשן פארשפארט פאר זייער שולד איז אויפגעוויזן געווארן. וואס זאגט איר וועגן איינפירן שאריא געזעץ דא אין אמעריקע?
וואס טוט זיך האט געשריבן:קענסט מיר עקספלעינען פארוואס ער מעג באקומען אלע ווינטנעסעס אינפארמעישן???

ווייל אויב זענען די וויטנעסעס פלעינע ליגענערס זאלן די לויערס זיי קענען אפפרעגן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג ינואר 14, 2020 2:24 pm

Think and Thank האט געשריבן:דאס אז די איינציגסטע וועג צו פארענטפערן א געזעץ איז דורך שקר און בלאף ווייזט זייער גוט ווי 'גוט' די געזעץ איז.

1) די פרוי איז בפירוש געווארן ארויסגעלאזט צוליב די נייע בעיל רעפארם. כאטש די געזעץ איז נאכנישט געװען אין קראפט, האט אונזער פרומער בירגערמײַסטער באפוילן די פראקורארן זאלן זיך שוין צושטעלן פריער, ויצא העגל הזה.

2) ווילאנג יענער שעדיגט נישט איינעם ערנסט איז ער נישט קיין געפאר צום פובליק?!


3) נניח אז אין ניו יארק סיטי מאכט מען שוין בעיל רעפארם געזעצן די לעצטע דרייסיג יאר (ס'נאך געבליבן וואס צו רעפארמען?), און נניח אז סיז מורא'דיג סוקסעספול. וויאזו דארף דאס צו פראוון אז די יעצטיגע געזעץ איז נארמאל?

4) סינישט איין עפיזאד, סיז איין עפיזאד בשייכות מיט היימישע אידן.

5) ס'האט בפירוש יא שייכות אהער. זאגן אדער יא אדער נישט איז ליגנט.

6) נארמאלקייט או באזעסנקייט זאגט אז נאכדעם וואס מ'זעהט די פראבלעמען זאל מען מעגן פארלאנגען עס צו פאררעכטן אן ווערן אראפגעריסן אלס פארשפרייטן זינלאזע היסטעריע און נאך שיינע פראזן. די ווילדקייט מיט וואס אונזער למדן רייסט אראפ די װעלכע האבן זיך געוואגט נישט צו שטיצן די געזעץ קוקט אויס זיין פארטיידיגן די געזעץ קומט נישט דוקא פון נארמאלקייט און באזעסנקייט, נאר ענדערש פון אן אגענדע.


1) זי איז נישט בפירוש ארויסגעלאזט געווארן צוליב די נייע בעיל רעפארם. אין נוא יארק סיטי איז שוין פון לאנג איינגעפירט אז מען בעט נישט קיין בעיל פאר מיסדימינארס און נאנ-ווייאלענט פעלאניס און ס'האט גארנישט מיט דעם פרומען בירגערמייסטער.

2) כאניש קיין אנונג, כ'בין נישט קיין יודע מחשבות און איך ווייס נישט וואס מענטשן פלאנען אין זייער קאפ צו טון, פון ווי זאל איך וויסן ווער אלס איז א געפאר פאר'ן פאבליק, אפשר ביסטו א געפאר פאר'ן פאבליק?

3) ווייל אויב ס'האט געארבעט אויף איין פלאץ איז מסתבר ס'זאל אויך העלפן אויף א צווייטע פלאץ

4) אודאי סאיז דא טויזנטער עפיזאדן ווי מהאט ארויסגעלאזט מענטשן, רובא דרובא פון זיי כמעט אומשולדיג, צוליב די נייע רעפארמען, (כן ירבו). מ'רעדט פון א עפיזאד ווי איינע איז דערנאך נאכאמאל געגאנגען און געשלאגן.

5) כ'בין נישט קיין טעיפ רעקארדער.

6) איה"נ, נאך וואס מען זעהט פראבלעמען, דערווייל ווארט מען צו זעהן צו דאס האט טאקע אנגעמאכט פראבלעמען ,עכ"פ מער ווי די פריערדיגע סיסטעם.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דינסטאג ינואר 14, 2020 2:25 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איין פראבלעם.
מ'האט נישט צושטערט בעיל און געזאגט אז קיינער מעג נישט ארויסגיין.
נאר מ'האט צושטערט בעיל און מ'האט אנגעפאנגען לאזן יעדעם ארויסגיין.

סאו ביי דיר הייסט איז נישט קיין פראבלעם צו האלטן מענטשן פארשפארט פאר זייער שולד איז אויפגעוויזן געווארן. וואס זאגט איר וועגן איינפירן שאריא געזעץ דא אין אמעריקע?
וואס טוט זיך האט געשריבן:קענסט מיר עקספלעינען פארוואס ער מעג באקומען אלע ווינטנעסעס אינפארמעישן???

ווייל אויב זענען די וויטנעסעס פלעינע ליגענערס זאלן די לויערס זיי קענען אפפרעגן

זייער שולד איז אויפגעוויזן ביים ערשטן טאג אין געריכט, נאר וואס זייער שטראף וועט זיין אויב בכלל, איז נאכנישט קלאר.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג ינואר 14, 2020 2:25 pm

Think and Thank האט געשריבן:כעל פרובירן ארויסצוקראצן די זאצן וואס מאכן סענס אין די מישמאש פון רעטאריק און זיי ענטפערן.

1) קיינער האט נישט קיין פראבלעם צו געבן רעכטן פאר קרימינאלן, און דיין שרייבן אז יא גרעניצט זיך מיט 'זינלאזע היסטעריע' כלשונך. מען האט א פראבלעם ווען א מערדער באקומט די נאמען, טעלעפאן נומער און אדרעס פון דעם וואס האט אים געזען אומברענגען איינעם.דו כאפסט טאקע נישט די חילוק?

2) זאגן אז עפעס איז 'איינגעהאלטן און מעסיג' טוט בכלל נישט אדרעסירן די זארגן וואס מענטשן האבן איבער די געזעץ. עס איז אפגעענטפערט פאקטישע טענות מיט לויזע רעטאריק, וואס דאס איז בעיסיקלי דיין מהלך אין די גאנצע אשכול. אויב וואלסטו באמת געוואלט איבערצייגן איינעם אז די טענות דעקעגן זענען נישט ריכטיג, האסטו געזאלט ענטפערן די טענות אנשטאט שיסן לופטיגע פראזן און ווילד אטאקירן ווער עס שרייבט אנדערש ווי דיר.

3) דיין לעצטע פאראגראף איז סתם אזוי 'זינלאז'. א) וואס האט בעסערע דיסקאווערי מיט'ן זײַן אנגעצויגן ביז'ן פסק? ב) וויאזוי וואלט וויסן די אדרעס פון די עדות געהאלפן אידן זיצן ווייניגער?


1) די תגובה האב איך עקשעלי געשריבן צו איינער וואס האט חוזק געמאכט פון די רעפארמען אז דאס איז א "ביל אוו רייטס פאר קרימינאלן" ווי כאילו רעכטן פאר קרימינאלן איז א פראבלעם און שלעכטע זאך.

2) כהאב געזאגט סאיז איינגעהאלטן און מעסיג כלפי אנדערע סטעיטס ווי מהאט נישט געזען אז סזאל ברענגען פראבלעמען נאר פונקט פארקערט.

3) א) בעסערע דיסקאווערי פארשנעלערט גאר שטארק די געריכטליכע פראצעדורן. ב) פאר די דיסקאווערי רעפארמען פלעגן פראסעקיוטערס אריין נארן די אנגעקלאגטע מיט אומ'יושר'דיגע פליע בארגענס. זיי האבן איינגערעדט די אנגעקלאגטע אז זיי האבן גאר שטארקע ראיות קעגן אים און ווי אויך פלעגן אנגעקלאגטע זיך נישט קענען געהעריג פארטיידיגן וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג וואס די פראסיקיוטערס האבן קעגן זיי.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג ינואר 14, 2020 2:28 pm

משהלע האט געשריבן:ערשטער מארד פון א באפרייטער דורך די געזעץ.

סאיז הפלא ופלא צו זעהן ווי אזוי מ'גייט יעצט נעמען יעדע מעשה און אויסדרייען קעגן די בעיל רעפארם אנצוזייען מער פאניק און היסטעריע. פאר די וואס זוכן דוקא מעשיות קען איך צושטעלן טויזנטער מעשיות פון מענטשן וואס האבן געמאכט טויטליכע עקסידענטס רח"ל צוליב'ן דרייוון אומ'אחריות'דיג. זייער אסאך פון די מענטשן האבן געהאט אויף זייער רעקארד עטליכע טיקעטס פאר'ן ספידן.

ווי לאנג נאך גייען מיר זיין אזוי אומ'אחריות'דיג און לאזן מענטשן וואס מען האט געכאפט ספידן ארויס גיין אויף דער פריי אן קיין שום בעיל???

און ווען מען מ'באשטראפט זיי שוין יא איז עס אינגאנצן נאר מיט עטליכע הונדערט דאללער און א פאר פוינטס אויף די לייסענס. וואט די קישקע איז ראנג מיט אונזער סיסטעם???
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דינסטאג ינואר 14, 2020 2:30 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:1) זי איז נישט בפירוש ארויסגעלאזט געווארן צוליב די נייע בעיל רעפארם. אין נוא יארק סיטי איז שוין פון לאנג איינגעפירט אז מען בעט נישט קיין בעיל פאר מיסדימינארס און נאנ-ווייאלענט פעלאניס און ס'האט גארנישט מיט דעם פרומען בירגערמייסטער.

2) כאניש קיין אנונג, כ'בין נישט קיין יודע מחשבות און איך ווייס נישט וואס מענטשן פלאנען אין זייער קאפ צו טון, פון ווי זאל איך וויסן ווער אלס איז א געפאר פאר'ן פאבליק, אפשר ביסטו א געפאר פאר'ן פאבליק?

3) ווייל אויב ס'האט געארבעט אויף איין פלאץ איז מסתבר ס'זאל אויך העלפן אויף א צווייטע פלאץ

4) אודאי סאיז דא טויזנטער עפיזאדן ווי מהאט ארויסגעלאזט מענטשן, רובא דרובא פון זיי כמעט אומשולדיג, צוליב די נייע רעפארמען, (כן ירבו). מ'רעדט פון א עפיזאד ווי איינע איז דערנאך נאכאמאל געגאנגען און געשלאגן.

5) כ'בין נישט קיין טעיפ רעקארדער.

6) איה"נ, נאך וואס מען זעהט פראבלעמען, דערווייל ווארט מען צו זעהן צו דאס האט טאקע אנגעמאכט פראבלעמען ,עכ"פ מער ווי די פריערדיגע סיסטעם.

1) מעגליך.

2) זייער קלאר געענטפערט. יעדער קען זיין א געפאר, דער ארעסטאנט פונקט ווי דער פרייער בירגער...

3) בכלל נישט קיין סברא, נאכדערצן אז ס'ווייזט ארויס קלאר אז נישט.

4) איינס אינעם ערשטן מאאנאט איז גענוג צו איבערצייגן אז ס'טויג נישט. אפי' ס'האט פאר אנדערע יא געטויגט. ס'האלט נאכנישט ביי 'טויזנטער' אומשולדיגע פון דעם פראגראם, אויך נישט הונדערטער.

6) מ'מעג נוצן שכל און זיין א רואה את הנולד, נאכדערצו ווען די פשוט'ע שכל פארשטייט אזוי.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 7 געסט