אנקעטע וועגן שיקן א בריוו צו שמחה פעלדער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

האסטו שוין געשיקט א אימעיל צי שמחה פעלדער צי פארדאמען די אקט און בעטן ער זאל ארויסקומען צוריקציען?

יא
14
17%
ניין איך גיי בעזה"י נאך שיקן
49
60%
איך האלט אז ער איז גערעכט
10
12%
איך שיק אים חיזוק ווערטער
9
11%
 
סך הכול שטימען: 82

נקודהלע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » פרייטאג ינואר 10, 2020 3:24 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:אפשר איז וויכטיג אין די זעלבע צייט צו שיקן בריוון צום מעיאר אז מיר שטיצן נישט פעלדער'ס אטאקעס?

https://www1.nyc.gov/office-of-the-mayo ... ntact.page


גערעכט, האמיר אזוי געטוהן:

Honorable mayor,

As an Orthodox Hasidic Jew, I would like to express my disapproval of the statement made by State Senator Simcha Felder. He has represented our community well in many areas, but he absolutely does not represent the majority of his constituents of the community with his statement. We appreciate all the Mayor has done for for our community. May God bless you with strength and peace.

שכח געניצט דיין לשון און געשיקט צום מאיער
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » זונטאג ינואר 12, 2020 12:55 pm

unnamed.jpg
unnamed.jpg (151.84 KiB) געזעהן 635 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג ינואר 12, 2020 12:59 pm

ב"ה

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 12, 2020 1:14 pm

יש בו האט געשריבן:נישטא מיין אפציע,
ניין, און איך וועל לכאורה נישט שיקן,
#כח היחיד

פארוואס?

אגב, איז דא א מצוה צו זיין א 'יחיד', בלויז לשמה פון די מצוה פון נוצן דעם כח היחיד?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

דער מעסעדזש איז אנגעקומען צו די מידיע!

תגובהדורך הרב דפה » זונטאג ינואר 12, 2020 1:40 pm

De Blasio’s Orthodox allies slam Jewish lawmaker’s call for his ouster
By Julia MarshJanuary 10, 2020 | 6:28pm
Enlarge Image
Simcha Felder; Bill de Blasio
Simcha Felder; Bill de BlasioKevin C Downs; AP
Mayor Bill de Blasio’s Orthodox allies mounted a blistering defense after a top Jewish lawmaker demanded Hizzoner’s resignation over City Hall’s sluggish response to a surge in anti-Semitic attacks.

“We love our Orthodox elected officials who work tirelessly for the betterment of their constituents and our communities but we disagree when they berate openly other elected officials like the @NYCMayor or others etc, our #Torah teaches us a higher standard that we need to adhere,” the Satmar Headquarters tweeted Friday.

The Satmars are an ultra-orthodox Jewish sect with a large population in Brooklyn. They are closely aligned with de Blasio, who faced harsh criticism for failing to crack down on Orthodox yeshivas that don’t provide a basic secular education.

The account said the message was approved “by our leadership and the personal intervention of the Satmar Grand Rebbe Aron.”

The Satmars leader, Rabbi Aaron Teitelbaum, is vacationing in Palm Springs, Calif. and could not immediately be reached for comment.

The tweet rebuked state Sen. Simcha Felder (D-Brooklyn) for his Jan. 7 open letter that called on de Blasio to resign for his “dismal failure in responding to the crisis.”

A source close to the debate says the Satmar’s warning “seems justified.”

“By doing this Felder is screwing up high level conversations between the Jewish community and the mayor’s office,” the source said.

But Felder told The Post he believes Teitelbaum is in the dark about the post.

“I don’t believe the rebbe is approving or reading Tweets,” Felder said. “The feedback that I’ve gotten overwhelmingly has been very very positive I think people are sick and tired of what’s going on,” he said.

City Hall spokeswoman Olivia Lapeyrolerie defended the mayor’s response to the dramatic 26 percent uptick in hate crimes in 2019.

“We are committed to working with the Jewish community to prevent any further acts of hatred,” she said.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

עכרתם אותי להבאישנו: אויפקלערונג איבער די דרך התורה אין די יעצטיגע זמנים

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג ינואר 12, 2020 3:30 pm

כלל ישראל איז נאך אלטס צוטרייסעלט איבער די שוידערליכע פאסירונגען די לעצטע פאר וואכן ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
אידישע קינדער זענען נישט ווי אנדערע פעלקער יעדע פאסירונג קוקט מען נישט בלויז מיט די פליישיגע אויגן, נאר ביי יעדע זאך דארף מען דורכטראכטן וואס וויל השי"ת פון אונז מיט תיקון המעשים.
פון די צווייטע זייט דארף מען טוען פארשידענע פעולות ווי ביי יעדע זאך וואס א מענטש דארף פון איין זייט מתפלל זיין און פון די צווייטע זייט טוען השתדלות, אבער כמובן די השתדלות מוז זיין עפ"י דרך התורה, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען מה לקרב ומה לרחק.
ליידער זעט מען אינעם איצטיגן מצב אזעלכע עסקנים און פאליטיקאנטן שלא קראו ולא שימשו, זיי נוצן אויס דעם מצב פאר פאליטישע שטיק און רייסן אראפ רעגירונג פירער, וואס ברענגט בלויז שאדנס. איך וויל נישט פורש בשמם זיין, און ס'קען זיין זיי מיינען גוט. אבער לא זו הדרך:
מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער בקי צו וויסן אַז זיצן ביי א מיטינג אין מאנסי מיט ערוויילטע באאמטע און זיי פארשרייען דארט פאר אנטיסעמיטיזם, וועט נישט ברענגן קיין גוטס.
זיך אויפשטעלן אין סיטי קאונסיל פארדאמען דעם מארש וואו אלע וויכטיגע פיגורן האבן זיך באטייליגט, און עס פארשרייען, און פארשרייען די קאונסיל-לייט פאר אנזייען אנטיסעמיטיזם, און צווישן די סיבות איז ווייל זיי נעמען זיך אן פאר פאלעסטינער, לייגט בלויז אריין חרד'ישע אידן אין א סכנה צוליב אישוס וואס טאר נישט אריינגעמישט ווערן דא;
רופן דעם מעיאר צו רעזיגינירן – וואס מ'ווייסט ממילא אז עס וועט גארנישט ברענגן, און מ'וועט בלויז קענען זאגן איך האב געשריגן, צייגט בלויז אז די אידן מיינען זיי פירן די וועלט און רעדן זיך איין אז כחי ועוצם ידי.
מ'דארף געדענקן אַז אין שתדלנות זענען דא זייער אסאַך האקעלע נקודות, און מ'דארף צוגיין מיט א געוואַלדיגע ערנסטקייט און באַטראכטן יעדן שריט מיט אַ געפערליכן כובד ראש און שיקול הדעת, צי דאס איז אין איינקלאַנג מיט וואָס מיר האָבן מקבל, און מיט'ן סעו להם צפנה, הצפינו עצמכם.
ווי מ'ווייסט האָבן ערליכע שתדלנים אַלץ געאַרבעט און געקעמפט פאַר אונזערע רעכטן, אָבער מ'האָט געוויסט ווי איין און ווי אויס. שרייען אויף יעדן אַנטיסעמיט, מאַכט בלויז מענטשן אַלס פאַרביסענע אַנטיסעמיטן; ווידער פאַרקערט, מ'זעט אָפט ביי ערליכע עסקנים דעם גם אויביו ישלים אתו – דורך נוצן אַ שכל'דיגן און אחריות'דיגן צוגאַנג געווינט מען אַריבער אַזעלכע וואָס זענען נישט געווען סימפּאַטיש צו אידן.
***
איין ביישפּיל ווי ערנסט יעדע זאַך דאַרף באַטראַכט ווערן:
ווי יעדער ווייסט איז דעם פארגאנגענע זונטאג פארגעקומען א ראלי אין שטיצע פון חסידישע אידן, צו אויסרופן דעם ווייטאג קעגן די פארמערטע אנטיסמיטישע פעלער וואס איז ליידער געווען ביי אונז חסידישע אידן. ב"ה אז עס האבן זיך דארט באטייליגט פולע טויזענטער מחסידי אומות העולם און האט געהאט גאר א פאזיטיווע דעקונג אין די פרעסע.
און א מאמר המוסגר, זענען דארטן ערשינען אויכט אזעלעכע פאלאטיקאנטן פון די אומות העולם וואס אין אלגעמיין זענען זיי קעגן די מדינה הציונות און האבן געצייגט אז זיי זענען בלויז קעגן די מדינה אבער נישט קעגן אידן.
ערליכע עסקנים האָבן דאָס שוקל געווען בכובד ראש, ווי אזוי און וויפיל מיטצוהאלטן, צו ווייזן אז מ'איז דאנקבאר פאר די שטאטישע פירער און די פילפארביגע באטייליגונג פון ניו יארקער וואס זענען געקומען אויסדריקן סימפאטיע און מיטלייד מיט'ן ציבור.
עס איז זייער שווער ארויסצוברענגען, אבער האמת ניתן להיאמר און מען קען נישט שווייגען ווען לבשתינו ולחרפתינו, האבן אזעלעכע היימישע פאלאטיקאנטען פון בארא פארק אנשטאטס מקיים זיין דעם דרשו שלום העיר און באדאנקען פאר די באאמטע פארן ארויסשטעלן אזוי שטארק, אנשטאט דעם האבן זיי פארדאמט און פארשעמט די באַאַמטע פאַר אַנדערע אישוס וואָס האָט נישט קיין שייכות דאָ. איינער האָט זיך אויפגעשטעלט שרייען איבער אַ "ווערטער פּאָגראָם" וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן אין די סיטי קאָונסיל.
מ'וועט אַזוי לאַנג שרייען אַנטיסעמיט, ביז יענער וועט זיך שוין חלילה נישט שעמען דערמיט?!
ס'איז נישט קיין סוד אַז אַסאַך האָבן נישט קיין איבריגע סימפּאַטיע צו אונז, אָבער דאָס איז אַלץ געווען. מ'האָט זיך אראפגעבויגן דעם קאפ, על כל גל וגל נעניתי את ראשי, ביז די כוואליע איז אריבער.
מיט שרייען אַנטיסעמיט טאָג און נאַכט, און ווייזן אַז מ'וויל נישט אַרבעטן מיט זיי ווען זיי נעמען זיך אָן פאַר אונז, ווייל מ'וויל קודם בודק זיין זייערע ציצית צי זיי זענען הונדערט פּראָצענט איינשטימיג מיט אידישע (לייען אויך 'ציונ'יסטישע) אינטערעסן, מאַכט מען זיי בלויז פאַר עכטע שונאי ישראל.

אזא אומ'אחריות'דיגע אקט קען חלילה גורם זיין מער אנטיסעמעטיזם מיטן ווייזן אז מיר מיינען מיר קאָנטראָלירן די וועלט.

נאָך אַ נקודה וואָס דארף אַרויסברענגט ווערן, איז פאַר ביזנעסלייט. די וואָך איז געווען אַ נייעס אין די פּרעסע אַז חרד'ישע אידן לענדלאָרדס האָבן זיך צוזאַמענגענומען צו באַקעמפן און אַרויסשטימען די דעמאָקראַטישע ניו יאָרק סטעיט סענאַט צוליב די רענט קאָנטראָל געזעצן. אויך איז איינער געגאַנגען נעמען אַ ווידיאָ וואָס צייגט ווי אַזוי גויים זאָגן אַז די אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס זענען געקומען ווייל אידן קויפן אָפּ אַלע הייזער און האָבן זיי פאַרהיימלאָזט.
איך פאַרשטיי זייער גוט אַז אידן האָבן פרנסות און די אינדוסטריע, און עס זענען דאָ זייער אַסאַך לאָגישע און יושר'דיגע טענות קעגן די געזעצן. אָבער פאַרוואָס דאַרפן אידן זיך אַרויסשטעקן דעם קאָפּ? פאַרוואָס זאָל יעדער גוי וואָס טרעפט נישט קיין דירה באַשולדיגן חרד'ישע אידן?
אַז מ'וויל לאַביאירן דערוועגן, זאָל מען זיך צוזאַמענשטעלן מיט די נישט-אידישע הויז-אייגענטימער און זיי לאָזן פירן דעם קאַמף. וואָס האָט מען פון פּובליצירן ווידיאָס אַז מינאָריטעטן באַשולדיגן אַז מיר פאַרטרייבן זיי פון זייערע הייזער? דאָס גיט דאָך אַריין פאַר די מענטשן די טענות אין מויל?
בעפאָר מ'נעמט שריט קעגן אַ נישט-אידישן טענעט, זאל מען טראַכטן פונעם הזהרו בגוי קטן. מ'זאל דאָס טאָן מיט שכל, נישט אויף אַ ווילדן אופן אז דאס זאל צושמירט ווערן.
אַנשטאָט, דאַרף מען שטיין מיט זיי, ווייזן אַז מיר זוכן יעדנ'ס אינטערעסן, אַ שטייגער ווי די עסקנים אין דזשערסי סיטי אַרבעטן אַז מ'אַרבעט אינאיינעם לטובת די געגנט.
עס איז באקאנט וואס רבינו הק' האט געזאגט "אז מ'וועט גוט קוקן וועט מען זען ארבעטן זיי אנצוזייען אנטיסעמיטיזם אויך אין אמעריקע." מיר באַשולדיגן ח"ו נישט די אַלע אין עס טאָן במכוון, אָבער ליידער זעט אויס אַז די ציונ'יסטישע שריט האָבן אַ השפעה. יעדער באשר הוא שם, אין פאליטיק, עסקנות און אין ביזנעס, האט אן אחריות פון לכו והצפינו, נישט אנרייצן שנאת ישראל וואס האט שוין ליידער געקאסט אידיש בלוט.
השי"ת זאל העלפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.


https://mailchi.mp/f5859ebe6671/6c48j0glqn-6283295
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג ינואר 12, 2020 7:26 pm

מיין טענה איז פארוואס נישט שרייבן אין קעפעל די נושא, אלטץ כח היחיד פארשטיי איך אז דיר גייט ניטש אן מיין ווייטאג, אבער אז די האסט געפרעגט
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » זונטאג ינואר 12, 2020 7:54 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:מיין טענה איז פארוואס נישט שרייבן אין קעפעל די נושא, אלטץ כח היחיד פארשטיי איך אז דיר גייט ניטש אן מיין ווייטאג, אבער אז די האסט געפרעגט

געטוישט

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג ינואר 12, 2020 7:56 pm

יעצט זעה איך די כח היחיד
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:44 am

We all need "simcha" #TO RESIGN

Growth hacker
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג ינואר 14, 2020 9:09 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:We all need "simcha" #TO RESIGN

No to apologize

Simcha is a GOOD state senator and very loyal to frum orthodox issues.


Though it would've be better in the first place that Jews shouldn't get elected

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:35 pm


אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:36 pm

ווער קאן ברענגן א בילד פונעם טוויט?

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך ינואר 15, 2020 1:43 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:https://twitter.com/HikindDov/status/1217080267149598721



וואס שטייט דארט? ברענג ענדערש א בילד.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך ינואר 15, 2020 1:49 pm

Growth hacker האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:We all need "simcha" #TO RESIGN

No to apologize

Simcha is a GOOD state senator and very loyal to frum orthodox issues.


Though it would've be better in the first place that Jews shouldn't get elected


what makes him so good ?
Voting to raise real estate tax during his tenure in city council ?
With the exception of his law last year pesach what benefit do yidden have from him on the fact that he is frum that a lo luni wouldnt do ?

If he understands that while mayor deblasio has to resign even though on other issues he is very good to the community because mr. felder thinks that the mayor has now more prolems than gain maybe we should look at him with the same glasses


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט