וואלענע טלית קטן, באלד פיפציג דאלער. איז דאס נארמאל?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

וואלענע טלית קטן, באלד פיפציג דאלער. איז דאס נארמאל?

תגובהדורך Of course » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 9:24 pm

בינעך פונקט געווען די וואך אין א דשודעיקע סטאר אין בארא פארק.

פרעגנדיג דעם פרייז בין איך שאקירט געווארן ביז גאר.
באלד פיפציג דאלער מיט טעקס. איז אמאל געהערט געווארן אז א בעיסיק יודישע ארטיקל (למשל א סידור) זאל קאסטן פונקט דאפלט פון זיבן יאר צוריק? לאַ יאומן בי יסופר.

איך בין באמת געשטאנען און געווינדערט ווי אזוי די חברה האבן די גאטס מיר צו זאגן מיט א גלאטן פנים אז די פרייז איז נארמאל.

וואס מיינט אז א פרייז איז נארמאל, אז איך צאל דערפאר? איז ווייל איך בין נאכנישט געגאַנגען מאכן ציצית אליין נאר איך וויל קויפן פון יענעם, מעג ער ארויפלייגן זיבן הונדערט פערסענט מארקאפ?


מיין ווייב קימט צולויפן מיט די שבת פעקעדש,ַַַַַַַַבאקומסט א סידי פון צוויי שעה, מפר, צוויי זמירותלעך, קי טשעין, קארדס, שיינע פעקעדשינג,ַַ און א גאנצע עקספיריענס פאר בלויז נאך צוויי טולער.

ביטע זיך האלטן צום פוינט.

מעג א ציצית קאסטן א גאנצע פיפציגער,

און בכלל ברענגט עס ארויף די גאנצע ציצית מארקעט. אין צוויי דריי יאר גייט מען טשארדשן א גלאטן מאה דערפאר. ז


איז דאס נארמאל?

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 9:28 pm

די אנדערע קשיא איז פארוואס טשארדזשט מען טעקס אויף ציצית?
עס איז א טעקס עקזעמפט ארטיקל.

נאך א ווינדער, עס איז ביליגער צו קויפן א געקניפטע ציצית ווי איידער צו קויפן עקסטער די פעדעמער און אליין ארויפקניפן. אתמה.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 9:29 pm

יא!
וועגן למשל קודש ספרים סטאר אין בארא פאר קענסטו באקומען א וואלענע ציצית נאך טעקס פאר בערך 30 דאלאר , אז די גייסט צו א זשודעיקא סטאר קאסט עס מער וועגן די צאלסט פאר זיין מארקעטינג און פענסי פורניטשער
#שטיצט די ריזענבעל געשעפטן , איך פרוביר צו קויפן יעדע אייטעם אין גראסערי נישט פון די וואן פערסענט אונערס נאר די קלענערע קאמפאניס אויב שייך

איך קויף געווענליך אין ארץ ישראל אדער אומאן עטליכע ציצית אזוי האב איך פאר די נעקסטע יאר צייט פאר ביליג פרישע שיינע ציצית אן קיין גרויסע קאסטן

א פאם פאם ציצית מיט דיקע ציצית , וואס דאס האלט דורך א פיר אדער פינעף מאל קלינען קאסט טאקע כמעט 50 נאך טעקס אין זשודעיקא סטארס אבער עס איז דא ספרים געשעפטן אדער מקוה אידן ווי עס איז ביליגער

איך קויף אין ארץ ישראל פאר 25 א שטיק און קויף א פינעף שטיק

און ניין איך קויף נישט די שבת פעקעזש פאר די זעלבע ריזען , מען טאר נישט שטיצן מייקרי השער

#איך ספענד וויפעל איך האב #כח היחיד
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:57 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:04 pm

די שבת פעקעדש איז נישט קיין מייקר השער. ווייל איר מוזט דאס נישט קויפן.
(איך מיין אז ''דערווייל''צווינגען זיי נישט.אויב ווערט איר אינפלויענסד פון זייער מארקעטינג דאס איז אייער פראבלעם)
אבער א ציצית וואס סאיז ''זה אלי ואנוהו'' יעדע פאר חדשים דארף מען א נייע. דארט איז עפעס אנדערש

אבער אז פארען סענדוויטש צופרי קען איך צאלען זעקס דאללער אן קיין געוואלד. וועלעך ביי די ציצית אויך נישט מאכען קיין געוואלד.

צדיק בן צדיק
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:10 pm

נו ישראל בני מלכים...דארף מען דאך באצאלען קעניג געלט!

איר ווייסט פארוואזשע מען באגראבט טויטע מענטשען??? ווייל זיי לאזן זיך... :grin: :grin: :grin:

לאמיר פארשטיין
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

תגובהדורך לאמיר פארשטיין » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:20 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:נו ישראל בני מלכים...דארף מען דאך באצאלען קעניג געלט!

איר ווייסט פארוואזשע מען באגראבט טויטע מענטשען??? ווייל זיי לאזן זיך... :grin: :grin: :grin:


עפּעס א מין מאדנע ציצות קויפסטו , מיין מקוה יוד בּעט $36
און אז פאר א בּאטעל וויין וואס די טרונקסט דאס און צוויי שׁעה צאלסטו $35 איז $36 פאר א ציצות וואס די טראגס אפּאר חדשׁים זייער נארמאל

צדיק בן צדיק
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:32 pm

היינו טעמי׳ דשופר היינו טעמי׳ דמגילה

פארוואס א היט דארף קאסטן 250 טאהלער און א שטריימל דריי אלפים פארשטייסטו יא?

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:35 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:היינו טעמי׳ דשופר היינו טעמי׳ דמגילה

פארוואס א היט דארף קאסטן 250 טאהלער און א שטריימל דריי אלפים פארשטייסטו יא?

וועגן דעם איז דא כתר מלכות שטריימלעך פאר 1400 הערליכע שטיקער


#איך ספענד וויפעל איך האב_#כח היחיד
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:57 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:47 pm

כ'אשקאנונג וואס די רעדסט, אפשר א ציצית מיט פרינדזשעס ופרינדזשע ד'פרינדזשעס....
א נארמאלא פיר אין צוואנציגער וואלענע וואס איך ניץ קאסט ביים שמש בערך $30-35
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:49 pm

בעל דמיון האט געשריבן:כ'אשקאנונג וואס די רעדסט, אפשר א ציצית מיט פרינדזשעס ופרינדזשע ד'פרינדזשעס....
א נארמאלא פיר אין צוואנציגער וואלענע וואס איך ניץ קאסט ביים שמש בערך $30-35

קאסט ענדערשער 35-40

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:50 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:היינו טעמי׳ דשופר היינו טעמי׳ דמגילה

פארוואס א היט דארף קאסטן 250 טאהלער און א שטריימל זעקס אלפים פארשטייסטו יא?
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

צדיק בן צדיק
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:08 am

א גוטן האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:היינו טעמי׳ דשופר היינו טעמי׳ דמגילה

פארוואס א היט דארף קאסטן 250 טאהלער און א שטריימל זעקס אלפים פארשטייסטו יא?


א חוץ אונז חסידישע אידעלעך, זענען דא נאך אנדערע פארשוינען אויפן כדור הארץ וואס גייען מיט אזעלכע ׳טייערע׳ וויידלעך אויפן קאפ...???

אפשר ברויכט מען צולייגן א שטריימל צו די ״דברים שאין להם שיעור״?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:15 am

צ/ק ניין.

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:15 am

בעל דמיון האט געשריבן:כ'אשקאנונג וואס די רעדסט, אפשר א ציצית מיט פרינדזשעס ופרינדזשע ד'פרינדזשעס....
א נארמאלא פיר אין צוואנציגער וואלענע וואס איך ניץ קאסט ביים שמש בערך $30-35

וואס ברויך איך טאן אז איך ברויך נוצן א 28 אדער 30 ציצית?

(נו גילו.... :grin: )

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:11 am

די שטיקעל וואל מיט די אכט פעדעמער איז שוין צוועלף טאלער נאך פערציג פארצענט ריווח, אבער די קאסט פון א ציצית רעכענט אריין רענט קאסט פון א סטאר אויף 13 עוועניא - אויף אויף וואלאבאט, און די קאסט פון אדווערטייזמענט אויף די פלעיס, די אלע קאמפאני עקספענס דארף זיך פון ערגעץ באצאלען.

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:32 pm

פותח האשכול,
עס וואלט אינטערסאנט געוועזן צו וויסן וואספארא סייז /קאמפעני איר האט געקויפט, אין ווי אויך צו איר האט מהדר צו קויפן מיט די דיקע ציצית/פרינדזשעס...

אגב בין איך נייגעריג ווער עס בעט טעקס אויף ציצית
(אישי איז אויך אקעי)

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:45 pm

מיין מקוה איד בעט איבער $40 פאר א 26 כתר טלית קטן

ער איז מנישט אויף 13TH עוועניו און נישט אויף וואלאבוט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:46 pm

סארקאזי האט געשריבן:די שבת פעקעדש איז נישט קיין מייקר השער. ווייל איר מוזט דאס נישט קויפן.
(איך מיין אז ''דערווייל''צווינגען זיי נישט.אויב ווערט איר אינפלויענסד פון זייער מארקעטינג דאס איז אייער פראבלעם)
אבער א ציצית וואס סאיז ''זה אלי ואנוהו'' יעדע פאר חדשים דארף מען א נייע. דארט איז עפעס אנדערש

אבער אז פארען סענדוויטש צופרי קען איך צאלען זעקס דאללער אן קיין געוואלד. וועלעך ביי די ציצית אויך נישט מאכען קיין געוואלד.

וואו קומט דא אריין שבת פעקעדזש
אבער אויב איך פארשטיי גוט איז אויף ציצית דא א קאמפעטישאן, כ'גלייב נישט אז ס'קען קאסטן סאך מער ווי נארמאלע מארקאפ
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:46 pm

סארקאזי האט געשריבן:אבער א ציצית וואס סאיז ''זה אלי ואנוהו'' יעדע פאר חדשים דארף מען א נייע. דארט איז עפעס אנדערש

.

מען קען געבן צו קלינען א ציצית פאר קנאפע 10 טאהלער און באקומסט עס צוריק ווי ניי

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:50 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:מיין מקוה איד בעט איבער $40 פאר א 26 כתר טלית קטן

ער איז מנישט אויף 13TH עוועניו און נישט אויף וואלאבוט

רעג. ציצית?

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:04 pm

מיין דזשודעיקא געשעפט בעט מיר $28 פאר א רעגולער 24 טלית קטן.
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:51 pm

סעילעסמען האט געשריבן:פותח האשכול,
עס וואלט אינטערסאנט געוועזן צו וויסן וואספארא סייז /קאמפעני איר האט געקויפט, אין ווי אויך צו איר האט מהדר צו קויפן מיט די דיקע ציצית/פרינדזשעס...

אגב בין איך נייגעריג ווער עס בעט טעקס אויף ציצית
(אישי איז אויך אקעי)

גיי אריין אין עני דזשודעיקא סטאר און קויף א ציצית וועסטו זעהן די טעקס טשארדזש

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:53 pm

בינגא פארקויפט נישט וואלענע ציצית?
דזשאסט עסקינג
אז מ'לעבט דערלעבט מען

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:55 pm

splinter האט געשריבן:
סעילעסמען האט געשריבן:פותח האשכול,
עס וואלט אינטערסאנט געוועזן צו וויסן וואספארא סייז /קאמפעני איר האט געקויפט, אין ווי אויך צו איר האט מהדר צו קויפן מיט די דיקע ציצית/פרינדזשעס...

אגב בין איך נייגעריג ווער עס בעט טעקס אויף ציצית
(אישי איז אויך אקעי)

גיי אריין אין עני דזשודעיקא סטאר און קויף א ציצית וועסטו זעהן די טעקס טשארדזש

איך קום שוין פון דארט...
קיינער (וואס איך ווייס) בעט נישט קיין טעקס, אויב זעסטו איינעם יא בעטן קענסטו אים מעורר זיין אז ער ברויך נישט בעטן..

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:56 pm

סעילעסמען האט געשריבן:פותח האשכול,
עס וואלט אינטערסאנט געוועזן צו וויסן וואספארא סייז /קאמפעני איר האט געקויפט, אין ווי אויך צו איר האט מהדר צו קויפן מיט די דיקע ציצית/פרינדזשעס...

אגב בין איך נייגעריג ווער עס בעט טעקס אויף ציצית
(אישי איז אויך אקעי)

יעדע סטאר בעט טעקס פאר ציצית אן א אויסנאם נאכדערצו מיט קרעדיט קארד
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 21 געסט