תמצית הפרשה - ויצא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תמצית הפרשה - ויצא

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:49 am

חלק א'

בס"ד

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה
די סדרה פ' תולדות האט זיך געענדיגט, אז נאך די ברכות וואס יעקב און עשיו האבן באקומען פון זייער טאטע יצחק אבינו, האט עשיו הרשע געזאגט "יקרבו ימי אבל אבי ואהרגה את יעקב אחי" אזויווי "רבקה אמינו" האט דאס געהערט האט זי געזאגט פאר איר הייליגען מאן יצחק אבינו, אז זי וויל נישט אז יעקב אבינו, זאל נעמען "מבנות כנען לאשה", במילא האט זי אים פארשיקט, קיין חרן צו איר ברודער "לבן",
ווי רש"י מאכט דעם חשבון סוף סדרה אז יעקב אבינו בשעת'ן נעמען די ברכות איז געווען 63 יאר, און דערנאך האט ער געלערנט בבית עבר 14 יאר, קמט אויס אז בשעת ווען ער איז ארויס געגאנגען באמת צו לבן איז שוין געווען 14 יאר דערויף ביי די 77 יאר, וואס דאס קומט אויס, שנת:
ב' קפ"ה (2,185) לבריאת העולם
דעמאלט איז יעקב אבינו ארויס לבית לבן, אויפן וועג צו לבן, אומגעראכטן, לויט די חשבון פון "יעקב אבינו" איז נאך געווען "עוד היום גדול", פלוצלונג:

ויפגע במקום וילן שם כי בא השמש,
די זוהן איז פלוצלונג אונטער געגאנגען שלא בעונתו, האט זיך יעקב אבינו געלייגט שלאפן,

ויחלום והנה סלם מצב ארצה – והנה ה' נצב עליו
אזויווי ער האט זיך געלייגט שלאפן, האט ער זיך גע'חלום'ט, ווי ער זעהט א "סולם" וואס איז מוצב ארצה, ווי רש"י איז מסביר, אז די רגלי הסולם איז געווען אין די שטאט "באר שבע", אין "ארץ ישראל" דארט ווי ער האט באקומען די ברכות, און די אויבערשטע חלק פונעם "סולם" איז געווען העכער זיין קאפ ווי ער איז יעצט געשלאפן אין די שטאט "לוז" אין חוץ לארץ.
באמת איז יעקב אבינו שוין געווען אין חרן, כמעט ביי לבן, ער האט זיך דערמאנט אז ער איז אריבער די מקום המקדש און נישט געדאווענט, איז געווען "יהיב דעתי' למיהדר וקפצה בו הארץ" ער איז צוריק געגאנגען, בדעה צו גיין ביזן הר המורי', אזויווי ער איז אנקומען צום שטאט לוז, איז געווען "ויפגע במקום" עס איז געווען "קפצה לו הארץ" די הר המורי' (מקום המקדש) איז אים קעגן געקומען. דער אייבערשטער האט אים צוגעזאגט, צו גיבן דאס לאנד "ארץ ישראל" פאר זיינע קינדער, ווי אויך האט ער אים מבטיח געווען "שמירה" אויף גאנצן וועג וגם לרבות "בבית לבן"
עס איז דא א מורא'דיגע ווארט, פון איינע פון די תלמידי בעש"ט, אז אסאך מאל ווען מ'גייט א דורך א מורא'דיגע זמן, א שבת א יו"ט א געהויבענע תפלה, און די הארץ בענקט זיך צוריק, מ'טראכט מ'האט ישט גענוג אויסגענוצט די זמן, יהיב דעתי' למיהדר מ'וויל זייער שטארק צוריק גיין, דעמאלט, וקפצה לו הארץ, שפרינגט די זמן צו אים, און ער קען דעמאלט פועל'ן פונקט ווי אין יענעם זמן,
ויקץ יעקב משנתו – אין זה כי אם בית אלקים
יעקב אבינו האט זיך אויפגעוועקט, און געזאגט אז ער האט נישט געוויסט אז די הר המורי' איז אים קעגן געומען אויף דעם פלאץ, ווען ער וואלט געוויסט וואלט ער זיך נישט געלייגט שלאפן דארט, דערנאך האט ער א נאמען געגעבן די פלאץ ווי ער איז געשלאפן אינעם שטאט "לוז" מיט נאמען "בית א-ל" און צוגעזאגט, "אם יהי' אלקים עמדי, ושבתי בשלו' אל בית אבי, והאבן הזאת אשר שמתי מצבה יהי' בית אלקים", ווי מיר וועלן זעהן אי"ה אין פ' וישלח, וויאזוי יעקב אבינו האט מקיים געווען די הבטחה
וישא יעקב רגליו – והנה רחל בתו באה עם הצאן
אזויווי ער איז שוין געווען מובטח בשמירה, איז ער געגאנגען שנעל מיט חשק, לבית לבן, כדי צו מקיים זיין די ערשטע מצוה אין די תורה מצוות פרו ורבו, ווי חז"ל זאגן אז די אבות הק' האבן מקיים געווען "כל התורה כולו עד שלא ניתנה", אויפן וועג האט ער באמערקט א אינטערסאנטע זאך, ווי אלע רועי צאן מיט זייערע שעף, אנשטאט צו זיין פארנומען מיט די שאף, אויף וואס זיי באקומען באצאלט, שטייען זיי ביים "באר" און ווארטן, האט ער זיי געפרעגט פארוואס זיי ווארטן, האבן זיי געענטפערט, אז די סדר איז יעדן טאג אינמיטן טאג ווען די שאף ווערן "צמא למים" אז מ'קומט זיך צוזאם אלע רועים און צוזאמען נעמט מען אראפ דעם "אבן גדולה על פי הבאר",
אזוי שמועסנדיג, איז אנגעקומען די צוקונפטיגע "רחל אמינו" די טאכטער פון "לבן הארמי, צו וועם יעקב אבינו איז יעצט געווען אויפן וועג, ווייל זי איז געווען רועה צאן אביה, איז זי אויך געקומען מיט די שאף צוטרינקען, אזויווי יעקב האט איר געזעהן, האט ער אראפגענומען די דעקל ע"פ הבאר, און ער האט געגעבן צוטרינקען פאר "צאן לבן אחי אמו",

וישק יעקב לרחל וישא את קולו ויבך – ויגד יעקב לרחל כי אחי אביה הוא
דערנאך האט יעקב אבינו געקושט זיין צוקונפטיגע "עקרת הבית" און זייער שטארק געוויינט, ווי רש"י איז מסביר, די אבות ואמהות הק' האבן געהאט רוח הקודש, און יעקב אבינו האט שוין געזעהן דא אויף איר מיט זיינע הייליגע אויגן, נאך פארן שידוך, אז "רחל אמינו" די עקרת הבית גייט נישט נקבר ווערן לאחר פטירתה, צוזאמען מיט אים אין "מערת המכפלה" נאר אויפן וועג אין שטאט "בית לחם" ווי מיר וועלן אי"ה זעהן אין די סדרה פ' וישלח, יעקב אבינו האט איר פארציילט, אז ער איז א נעפיו פון איר טאטן "לבן", ווייל ער איז א זוהן פון איר טאטע'ס שוועסטער "רבקה".
ויהי כשמוע לבן את שמע יעקב בן אחותו
לבן הארמי, וואס האט נאך געדענקט וואס איז געווען מיט 97 יאר פריער בשנת ב' פ"ח , ווען אליעזר עבד אברהם איז געקומען נעמען זיין שוועסטער "רבקה" איר צו חתונה מאכן מיט "יצחק אבינו" איז ער געקומען "וכל טוב אדוניו בידו, האט ער געמיינט אז יעצט ווען די זוהן "יעקב אבינו" קומט זוכן זיין זיווג, קומט ער אויך מיט געלט, איז ער אקעגן געלאפן זיין נעפיו "יעקב אבינו", אבער דערווייל האט יעקב גארנישט געהאט מיט זיך, ווייל "אליפז בן עשיו" האט אים אלעס צוגענומען אויפן וועג, ווי רש"י זאגט, אז עשיו האט געשיקט זיין זוהן נאכצולויפן "יעקב אבינו" און ער האט אים געגעבן דאס געלט זאגענדיג, אז מיט דעם קענסטו אויך מקיים זיין "כיבוד אב" ווייל "עני חשוב כמת", האט לבן געזאגט אזויווי ער האט נישט קיין געלט, וועט ער נאר אריין נעמען אלץ קרוב,

ויאמר לבן ליעקב הכי אחי אתה ועבדתני חנם הגידה לי מה משכרתך
זייענדיג בבית לבן, האט "יעקב אבינו, אנגעהויבן ארבעטן מיט די "צאן לבן" און לבן האט אים געפרעגט "מה משכרתך", יעקב אבינו וואס איז געקומען דא אויסצופירן די ציהל פון לעבן, צו אויפשטעלן א שטוב, ער איז געקומען אויפשטעלן א כלל ישראל, וואס איז ארויסגעקומע "פון זיינע "י"ב שבטי י-ה", האט ער אים געענפערט:
אעבדך שבע שנים ברחל בתך הקטנה
יעקב אבינו האט גוט געקענט זיין פעטער לבן, ער האט געוויסט, אז כאטש ער איז שוין גענוג אלט, ער איז שוין געווען בן ע"ז, ער איז שוין אלט געווען 77 יאר, עס איז שוין געווען די העכסטע צייט אויפצוטעלן זיין שטוב, מיט דעם אלעם האט ער פארשטאנען, אז ער וועט נישט באקומען זיין עקרת הבית "רחל אמינו" פון "לבן הארמי" אזוי שנעל, האט ער זיך אנגעטראגן צו ארבעטן זיבן גאנצע יאר, צו זיכער צו מאכן אז ער באקומט זיין טאכטער "רחל אמינו", נישט נאר דאס, ער האט מורא געהאט אזויווי דער "לבן הארמי" איז דאך א ליגנער א פאפער, האט ער געדארפט גיב דריי סימנים, ווי עס שטייט "אעבדך שבע שנים ברחל בתך הקטנה ווי רש"י איז מסביר "ברחל" און טאמער וועסטו זאגן אז איך מיין אצווייטע רחל, זאג איך "בתך" און אויב וועסטו זאגן, אז דו קענסט טוישן נעמען, פון לאה צו רחל, דעמאלט זאג איך "הקטנה", און עד היום הזה ווען א איד וויל זאגן א אויסדרוקפאר זיין חבר, ווי אים צו זאגן "איך בין דיר מסביר זייער קלאר" זאגט מען, איך זאג דיר "ברחל בתך הקטנה", עכ"ז האט ער אים נאך אלץ אויס'גע'נערט, ווי מיר זעהן שפעטער אין די פרשה,

וללבן שתי בנות שם הגדולה לאה ושם הקטנה רחל
באמת, אין די פרשה פון "נישואי יעקב אבינו" איז טובא גניז בגווי', ס'איז נישט אזוי פשוט כפשוטו, ווען מ'טראכט נאר אביסל אריין אין די מעשה ווי עס שטייט פסוק, קען מען עס נישט פארשטיין פשוט וואס דא גייט פאר, נאר אלעס וואס איז דא פארקומען, איז געווען מכוון מיט רזי דרזין, ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל בכמה מקומות, ובפרט אין די מדרשים, הן די חשבון פארוואס יעקב אבינו האט דוקא אויסגעוועלט "רחל" כאטש וואס איר שוועסטער "לאה" איז געווען עלטער, און צום סוף זעהט מען טאקע אז "לאה" האט אפילו אויפגעשטעלט, האלב פון די י"ב שבטי י-ה, דריי מאל אזויפיל פון וויפיל שבטים "רחל" און די 2 שפחות "בלהה" און "זלפה" האבן אויפגעשטעלט, ווי אויך איז "לאה, געווען דער וואס "יעקב אבינו" האט אליין געלייגט אין מערת המכפילה ווי "יעקב" האט אליינס מעיד געווען פאר זיינע קינדער לפני פטירתו ווי עס שטייט אין פסוק אין פרשת "ויחי" "ושמה קברתי את לאה", ועל כולם, דאס ענין פון נעמען "שתי אחיות" וואס איז איינס פון די 15 עריות וואס ווערן אויסגערעכענט אין פ' אחרי,
עכ"ז האט "יעקב אבינו" אויסגעוועהלט "רחל" און זי איז טאקע געווארן אנגערופן "עקרת הבית" און עד יום מותה, איז רוב צייט די הייליגע "משכב יעקב" געווען ביי איר, נישט נאר וואס יעקב אבינו האט באמת גע'ארבעט נאר פאר רחל, נאר אפילו אין גאס האט מען אויך אזוי געטראכט, נישט נאר וואס מ'האט נישט געטראכט פון "לאה" פאר יעקב אבינו, נאר מ'האט אפילו געטראכט אז "לאה" וועט ח"ו פאלן בחלקו של עשיו, ווי די תורה הק' אליינס איז מעיד:
ועיני לאה רכות – ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה
איז רש"י מסביר, אז לאה האט נישט אויסגעקוקט אזוי שיין ווי איר שוועסטער, וזל"ק שהיתה סבורה לעלות בגורלו של עשיו ובכתה, שהיו הכל אומרים שני בנים לרבקה ושתי בנות ללבן, הגדולה לגדול והקטנה לקטן, ווען מ'זאל אפלערנען די פסוקים אהן די ריכטיגע התבוננות קען עס ח"ו אויסקוקן, ווי יעקב אבינו האט דא אינזין געהאט דעם "אין אשה אלא ליופי", מ'קען זיך טועה זיין און אפטייטשן, "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה – ויאהב יעקב את רחל" אז עס איז געבינדן איינס מיטן צובינדן, אבער מיט אביסל אריין טראכטן זעהט מען, אז עס קען נישט זיין די כוונה, ווי דער חכם מכל אדם ,שלמה המלך" זאגט שוין אין "משלי" שקר החן והבל היופי, זיכער האט זיך יעקב אבינו זיך נישט געלאזט פאפן אויף די עלטערע יארן, ווען ער האט געארבעט אויפצושטעלן א כלל ישראל, נאר די סיבה פון אהבה איז געווען, א העכערע "אהבה" ווייל זי איז געווען די עקרת הבית, פון איר איז ארויסגעקומען "יוסף הצדיק" וואס ער איז געווען די שטנו של עשיו, ווי מיר זעהן שפעטער אין די פרשה, ווי רש"י זאגט אויפן פסוק "ויהי כאשר ילדה רחל את יוסף", פון איר איז ארויסגעקומען דער "יוסף הצדיק" וואס בזכותו נגדרו כל ישראל, בזכותו האבן זיך אידן געהאלטן אין מצרים די ערות הארץ, פון איר איז ארויסגעקומען "בנימין הצדיק" וואס די בית המקדש איז שפעטער געבויעט געווארן בחלקו, נישט אומזיסט האט יעקב אבינו געוואלט ארבעטן 7 יאר כדי צו חתונה האבן מיט "רחל",
הבה את אשתי כי מלאו ימי
יעקב אבינו האט גע'ארבעט זיבן גאנצע יאר, אנגעהויבן פון שנת ב' קפ"ה בגיל ע"ז, ביז שנת ב' קצ"ב, ווען יעקב איז שוין געווען בן פ"ד שנים, ווי רש"י שטעלט זיך דא אויפן פלאץ, וזל"ק ועוד מלאו ימי שהרי בן פ"ד שנים ואימתי אעמיד י"ב שבטים, וזה שאמר "ואבואה אליה" והלא קל שבקלים אינו אומר כן אלא להוליד תולדות אמר כך עכל"ק, יעקב אבינו האט געזאגט דא פאר זיין פעטער "לבן" איך בין שוין 84 יאר, עס איז די העכסטע צייט איך זאל שוין חתונה האבן און אויפשטעלן דורות,
מ'האלט שוין שנת: ב' קצ"ב
זאגט די פסוק "ויאסוף לבן את כל אנשי המקום ויעש משתה, ער האט געמאכט א חתונה, ער האט צוזאם גערופן די גאנצע שטאט, א קלייניקייט, יעקב אבינו גייט חתונה האבן מיט "רחל אמינו" עס גייט זיך דא בויען א כלל ישראל, נאך די חתונה באישון לילה איז געשעהן א מורא'דיגע זאך, ווי די פסוק "ויהי בערב ויקח את לאה בתו ויבא אותה אליו ויבוא אליה" מיט די אלע באווארענונגן, אפילו יעקב האט זיך באווארנט מיט דריי אויסדרוקן "רחל" "בתך" הקטנה" האט דאס נישט געהאלפן, ווייל מיט א ליגנער איז זייער שווער זיך צו שלאגן און בייקומען, די נאכט פון די חתונה, איז יעקב אהיים מיט לאה, נישט מיט רחל, און כדי בעסער צו מאכן זיין שטיקל, האט לבן גענומען זיין אינגערע שפחה "זלפה" און עס געגעבן פאר לאה פאר א שפחה, כדי יעקב זאל טאקע מיינען אז ער האט אים געגעבן די אינגערע טאכטער, אזויווי מיר גלייבן באמונה שלימה אז אפילו "אין אדם נוקף באצבעו למטה אא"כ מכריזין אותו מלמעלה" איז דאך כש"כ בן בנו של ק"ו ביי אזא חתונה, וואס איז געווען א הכנה צו אויפשטעלן י"ב שבטי י-ה, איז דאך אודאי אלעס געווען מיט א חשבון פון אויבן, כאטש לעיניים האט עס אויסגעקוקט ווי א פעולה פון "לבן" א בעל בחירה, די השגחה עליונה האט אזוי געפירט אז ווי שטארק "יעקב אבינו" האט געוואלט חתונה האבן מיטן אינגערען שוועסטער "רחל" האט ער קודם חתונה געהאט מיט די עלטערע שוועסטער "לאה",
ויהי בבוקר והנה היא לאה
ביינאכט האט יעקב אבינו געמיינט אז אלעס כשורה, כאטש וואס ער האט געוויסט מיט וואסערע ליגנער ער האנדלט דא, וואלט ער זיך מסברא געדארפט באווארענען, און יעקב אבינו איז געווען גענוג קלוג און געהאט גענוג עצות און וועגן וויאזוי זיך צו באווארענען, עכ"ז ערשט "ויהי בבוקר והנה היא לאה" ווי רש"י זאגט, וזל"ק אבל בלילה לא היתה לאה, לפי שמסר יעקב סימנים לרחל, וכשראתה רחל שמכניסין אותו לא, אמרה עכשיו תכלם אחותי, עמדה ומסרה לה אותן סימנים, עכל"ק, מורא'דיגע ווערטער זעה מיר דא אין די רש"י, כאטש וואס רחל האט געזעהן, אז זי קען פארלירן, די עקרת הבית, זי פארלירט איר שטרעבן, איז זי געגאגען, און זיך אינגאנצן אוועק געגעבן, אלעס, נאר כדי איר שוועסטער זאל נישט ווערן פארשעמט, און טאקע וועגן האט זי זוכה געווען, אז לעתיד, גייט אי"ה זיין "ושבו בנים לגבולם" נאר דורך די תפלות פון מאמע רחל, ווי רש"י ברענגט אין פרשת ויחי ביי די "ואני",
ערשט צופרי האט יעקב אבינו געזעהן "את אשר יגורנו בא" טאקע דאס וואס ער האט מורא געהאט דאס איז געשעהן, איז ער געקומען מיט א טענה "הלא ברחל עבדתי עמך ולמה רימיתני, האט אים לבן געענטפערט "לא יעשה כן במקומינו לתת הצעירה לפני הבכירה" איי ער האט פארדעם געוויסט אז רחל איז אינגער, וואס איז יעצט נולד געווארן, נאר, אויף א ליגנער איז נישט דא קיין קשיות, דאס איז א ליגנער, שוין בלית ברירה, האט ער מקיים געווען דעם "מלא שבע זאת" און נאך א וואך חתונה געהאט מיט "רחל", לבן האט איר צוגעגעבן "בלהה" פאר א שפחה, און יעקב האט געארבעט פאר איר נאך זיבן גאנצע יאר פון שנת ב' קצ"ב ביז שנת ב' קצ"ט ביז די 91, וואס דאס איז א חשבון פון גאנצע ארבע עשרה (14) שנה,
וירא ה' כי שנואה לאה ויפתח את רחמה – ורחל עקרה
ענדליך, נאך אזויפיל מיה און פלאג, נאך אזויפיל יארן, איז אנגעקומען דער גליקליכן טאג, ב"ה עס הייבן אהן ארויסצוקומען די י"ב שבטי י-ה, יעקב אבינו איז שוין 84 יאר, לאה אמינו האלט שוין נאך יארן וויינען, ענדליך, הייבט מען אהן זעהן פירות, "וירא ה' כי שנואה לאה ויפתח את רחמה" עס גייט געבוירן ווערן די ערשטע פון די שבטים, אבער די שמחה איז ליידער נישט גאנץ ווייל ליידער איז נאך אלץ "ורחל עקרה" מעשה אבות סימן לבנים, רחל איז נישט געווען די ערשטע עקרה פון די אמהות, ביי שרה שטייט שוין "ותהי שרי עקרה אין לה ולד" ביז מ'האט געטוישט איר נאמען צו "שרה" ביי רבקה שטייט "ויעתר יצחק לה' לכוכח אשתו כי עקרה היא" ביז עס איז געווען "ויעתר לו ה' ותהר רבקה אשתו" און דא זעה מיר אויך "ורחל עקרה",
חז"ל זאגן "למה היו אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים" שטעלט זיך די שאלה, עס איז דאך געווען 4 אמהות "שרה-רבקה-רחל-לאה" איז פארוואס זענען נאר דריי פון די אמהות געווען עקרות און נישט "לאה אמינו" האט דען הקב"ה נישט מתאוה געווען לתפלתה,
איז דא א מורא'דיגע "קדושת לוי" ער זאגט אודאי האט דער אייבערשטער ארויסגעקוקט און געגליסט אויף די תפלות פון "לאה אמינו" פונקט ווי אויף די תפלות פון אלע אמהות, נאר די חילוק איז געווען אז די דריי אמהות "שרה-רבקה-רחל" האבן געווארט ביז נאך די חתונה, ווען זיי האבן געזעהן אז זיי זענען עקרות, ערשט דעמאלט האבן זיי אנגעהויבן דאווענען, און אזויווי הקב"ה איז מתאוה לתפלתן של צדיקים האט ער געווארט אויף זייערע תפלות און נאכדעם האט ער זיי געהאלפן, משא"כ לאה האט שוין געוויינט פאר די חתונה, און מתפלל געווען אז זי זאל נישט אריין פאלן בגורלו של עשיו, במילא איז די תפלה שוין גענוג געווען פארן אייבערשטען, במילא איז זי גלייך געהאלפן געווארן מיט קינדער,
זעה מיר פון דעם קדושת לוי א מורא'דיגע זאך, אז ווער עס וויינט פאר די חתונה דארף נישט וויינען נאך די חתונה, לעולם יקדים אדם תפלה לצרה,

המשך יבא אי"ה

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 10:33 am

חלק ב'

ותהר לאה ותלד בן
מיר זעהן דא פיר פסוקים איינס נאכן צווייטן, וואס הייבן זיך אהן מיט די זעלבע ווערטער "ותהר לאה ותלד בן" לאה אמינו האט זוכע געווען צו די ערשטע פיר שבטים, קודם צו "ראובן" ווייל זי האט געזאגט "ראה ה' בעניי" דערנאך האט זי זוכה געווען צו שמעון "ווייל שמע ה' בעניי" און דענאך צו לוי ווייל "עתה הפעם ילוה אישי אלי" און דערנאך צו "י-ה-ודה ווייל "הפעם אודה את ה' ", און דערנאך איז געשעהן "ותעמוד מלדת", זאגן די ספה"ק, ווייל ביז דא האט זי נאך יעדע קינד מתפלל געווען אויף ווייטער, און דא האט זי נאר געלויבט און נישט געבעטן אויף ווייטער,
ותרא רחל כי לא ילדה ליעקב – הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי
רחל אמינו זעהט אז איר שוועסטער לאה האט שוין זוכה געווען אויפצושטעלן 4 שבטים, א שליש פון די י"ב שבטי י-ה, און זי איז נאכנישט געהאלפן געווארן, טראץ וואס זי האט חתונה געהאט אינגאנצען א וואך שפעטער פון איר, האט זי געטראכט, אז זיכער קומט עס ווייל איר שוועסטער איז א גרעסערע צדיקת ווי איר, האט זי מקנא געווען, א קנאת סופרים, האט זי געבעטן איר גרויסן מאן "יעקב אבינו" "הבה לי בנים" זיי מיר משפיע קינדער, ואם אין מתה אנכי, ווייל "מי שאין לו בנים חשוב כמת", חז"ל לערנען עס פון דא ארויס, האט יעקב אבינו איר געענטפערט, "התחת א-ל-ה-י-ם אנכי אשר מנע ממך פרי בטן" פשוט פשט האט איר יעקב דא געזאגט, אז די מפתח של בנים איז בידו של הקב"ה, און עס איז נישט בידו, נאר חז"ל דרש'נען פון דא, אז "רחל אמינו" האט דא געבעטן פון "יעקב אבינו" אז ער דארף מתפלל זיין אויף איר, אזויווי זיין טאטע "יצחק אבינו" האט מתפלל געווען אויף "רבקה אמינו", האט יעקב געענטפערט, "אשר מנע ממך פרי בטן" אז זיין טאטע האט נאך נישט געהאט קיין קינדער, אבער ער האט שוין יא קינדער, אין הכי נמי, ער דארף טאקע מתפלל זיין פאר איר, אבער איינרייסן, ווען ער האט שוין קינדער, איז שוין גאנץ א אנדערע בחינה,
ותאמר הנה אמתי בלהה ותלד על ברכי ואבנה גם אנכי ממנה
האט רחל געענטפערט פאר יעקב, אז אברהם אבינו האט שוין געהאט ישמעאל ווען ער האט מתפלל געווען פאר שרה, האט יעקב געענטפערט, אז שרה הכניסה צרתה לביתה, זי האט אריין געברענגט הגר, פאר אברהם, האט רחל גענטפערט, א"כ, "הנה אמתי בלהה וגו' " און בלהה איז טאקע געהאלפן געווארן, קודם "ותהר בלהה ותלד ליקב בן: ותאמר רחל דנני א-ל-ה-י-ם וגם שמע בקולי, ויתן לי בן על כן קראה שמו "דן":ווי רש"י איז מסביר, דנני וחייבני, קודם האט דער אייבערשטער איר נישט געגעבן קיין קינדער, און יעצט אז זי אריין געברענגט צרתה לביתה, דנני וזכני,
ותהר עוד ותלד בלהה שפחת רחל בן שני ליעקב, ותאמר רחל נפתולי א-ל-ק-י-ם נפתלתי עם אחותי גם יכולתי ותקרא שמו נפתלי, ווי רש"י איז מסביר, אז עס איז מל' עקש ופתלתול, וזל"ק נתעקשתי והפצרתי פצירות ונפתולים הרבה למקום, להיות שוה לאחותי, ואונקלס תרגם מל' תפלה, כמה בקשות החביבות לפניו, נתקבלתי ונעתרתי כאחותי

ותרא לאה כי עמדה מלדת וגו' – ותאמר לאה בא גד
יעקב אבינו האט שוין אויפגעשטעלט זעקס שבטי י-ה, (האלב פון די שבטים), פיר פון לאה און צוויי פון בלהה שפחת רחל, ותרא לאה כי עמדה מלדת, און לאה אמינו זעהט, אז עס איז שוין אריבער א שטיק צייט, פון ווען זי האט געזאגט דעם "הפעם אודה את ה' " און זי האט נאך נישט "נאך" קינדער, און זי האט געהאט זייער א שטארקע השתוקקות אויפשטעלן ווי מער שבטים, האט זי מחליט געווען צו טוהן די זעלבע זאך וואס רחל האט געטוהן, "ותקח את זלפה שפחתה, ותתן אותה ליעקב לאשה", און ב"ה די סגולה האט געהאלפן, "ותלד זלפה שפחת לאה ליעקב בן",
"ותאמר לאה בא גד" לאה אמינו האט געזאגט אז עס קומט זיך א מזל טוב, ווי אויך זאגט רש"י אז די כתיב איז "בגד" אהן א אלף מלשון בגידה, כאיש שבגד באשת נעורים, כאטש וואס זי האט עס געגעבן פאר "יעקב אבינו" פאר א סגולה, עם כל זה האט זי עס אנגעקוקט ווי א בגידה כידוע ליודעי ח"ן,
"ותלד זלפה שפחת לאה בן שני ליעקב: ותאמר לאה באשרי כי אשרוני בנות ותקרא את שמו אשר", דהיינו אז זי האלט שוין אליינס ביי האלב פון די שבטים, פון איר מיט איר שפחה צוזאמען,

וילך ראובן בימי קציר חטים – תני נא לי מדודאי בנך
אז מ'לערנט אפ די פסוקים שנעל, קוקט עס אויס ווי א נאטורליכע מעשה, ראובן איז גרויס געווארן, ער איז ארויס אין פעלד, געטראפן שיינע געשמאקע גראזלעך, געברענגט פאר זיין מאמע, און רחל האט געבעטן אז זי דארף אויך פון די גראזלעך, אבער אז מ'טראכט אריין טיפער, זעהט מען אז טובא גניז בגווי', עס איז גארנישט אזוי פשוט, די אמהות האבן דא פארארבעט מעשים, ענינים גבוהים ונשגבים, רחל אמינו האט דא נאך ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, פלוצלינג זעהט זי ווי ראובן בן לאה קומט צוריק פון פעלד מיט גראזלעך, און ברענגט עס צו זיין מאמע, איז רחל צוגעגאנגען צו לאה, און געזאגט, איך האב ליידער נאך נישט קיין קינדער וואס זאלן מיר ברענגען אזוינע "דודאים" האט זי זיך געבעטן, "תנו נא לי מדודאי בנך", זי האט מיט דעם געוואלט מעורר זיין בדברים צו השי"ת צו זוכה זיין צו קינדער, האט לאה געטראכט וואס קען איך דא העלפן מיין צובראכענע שוועסטער, האט זי געטראכט, אז וויבאלד, רחל האט מיט מסירת איר איבער געגעבן די סימנים, כדי זי זאל נישט ווערן פארשעמט, דארף ווען די זכות איר ברענגען קינדער, נאר וויבאלד זי האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן דערפון מחמת גודל ענותנותה, האט זי קיינמאל נישט מעורר געווען די זכות, האט לאה דייקא געוואלט אז רחל זאל דערמאנען די זכות מיט איר אייגענע מויל, האט זיי געזאגט פאר "רחל" זייער ציפעדיגע וועטער,

המעט קחתך את אישי וגו' – לכן ישכב עמך הלילה תחת דודאי בנך

פשוט פשט, אז לאה האט אנגעשריגן רחל, נישט גענוג אז דו האסט צוגענומען מיין מאן, דהיינו, וויבאלד כל עצמו של יעקב לא עבד אצל לבן אלא בשביל רחל, איז זיין עיקר משכב געווען מיט רחל, און פאר לאה האט דאס געבאדערט, האט זי געזאגט, המעט קחתך אישי, נישט גענוג אז דו האסט דעם צדיק "יעקב אבינו" יעדע נאכט כמעט, ווילסטו נאך דודאי בני, לכאורה לייגט זיך נישט אויפן שכל אז לאה פון די הייליגע אמהות, זאל האבן טענות צו רחל וועגן משכב הצדיק, בו בזמן ווען זי האט זייער גוט געוויסט, אז רחל איז באמת די עקרת הבית, און די גאנצע זאך וואס זי איז זוכה צו יעקב אבינו, איז נאר וועגן איר טאטע האט אויס'גע'נער'ט יעקב אבינו און איר פארטוישט מיט רחל, איז באמת זי דער וואס האט צוגענומען די מאן פון רחל, און נישט רחל פון איר, און נישט נאר דאס, נאר רחל איז געווען דער וואס האט זיך מוסר נפש געווען און איבערגעגעבן די סימנים, כדי "לאה" זאל נישט ווערן פארשעמט,
נאר די סיבה פארוואס לאה האט דאס געזאגט, איז געווען בכוונה רצוי', זי האט געוואלט אז רחל זאל איר צוריק זאגן, אז עס איז נישט אמת, נאר זי האט צוגענומען איר מאן, און זי האט איר אפילו געהאלפן עס באקומען, דורך'ן איבערגעבן די סימנים, ווייל "לאה" האט געוואלט אז "רחל" זאל אליינס דערמאנען איר אייגענע זכות פון איבערגעבן די סימנים, און דאס זאל זיין א סגולה פאר איר צוגעהאלפן ווערן מיט קינדער, עכ"ז האט "רחל אמינו" זוכה געווען צו זיין א מעביר על מדותיו, און אנשטאט צו זאגן אז עס איז נישט אמת, נאר מ'האט פון איר צוגענומען און דערמאנען אז זי האט איבער געגעבן די סימנים, האט זי בוחר געווען צו מודה זיין צו לאה אז זי איז גערעכט, און זי האט געזאגט "לכן ישכב עמך הלילה תחת דודאי בנך", זי האט געזאגט פאר לאה "שלי היתה שכיבת לילה זו, און זי האט עס אוועק געגעבן פאר "לאה" בשכר וואס לאה האט איר געגעבן פון די דודאים, עכ"ז כאטש וואס די כוונה פון "רחל אמינו" איז געווען לטובה, זעה מיר אין רש"י דא, אז דאס אוועק גיבן די שכיבת הצדיק פאר דודאים, איז געווען א פגם לפי גודל ערכה, און זי איז ליידער נענש געווארן דערויף נישט צוקומען צו קבורה צוזאמען מיט יעקב אבינו אין מערת המכפלה,

ותצא לאה לקראתו ותאמר אלי תבוא כי שכר שכרתיך

פאר "לאה אמינו" איז דאס אפדינגן די משכב הצדיק פאר דודאים, געווארן פארעכענט פאר א מורא'דיגע זכות, א קלייניקייט? זי האט זיך געלאזט קאסטן לשם שמים, צו באקומען די משכב הצדיק, און מעמיד זיין נאך שבטים, שטייט דא אין פסוק, ווען יעקב איז צוריק געקומען פון פעלד האט לאה געזאגט "אלי תבוא כי שכר שכרתיך" אז כאטש היינט נאכט וואלט באלאנגט פאר רחל מקו הדין, בעהט איך דיר "אלי תבוא" פשוט איז שווער צו פארשטיין די תביעה בפה, נאר וויבאלד איר כוונה איז געווען א הייליגע, לזכות במשכב הצדיק ולהעמיד שבטים, האט זי באקומען דעם שכר אז "וישכב עמו בלילה הוא" ווי רש"י איז מסביר פארוואס שטייט "בלילה הוא" און נישט "בלילה ההוא" ווייל די ווארט "הוא" גייט ארויף אויף הקב"ה, הקב"ה סייעו שיצא משם יששכר, וואס ביי אים שטייט "ומבני יששכר יודעי בינה לעתים לדעת" ווי אויך האט זי דערנאך זוכה געווען צו "זבולון" וואס האט געהאלפן "יששכר", ווי עס שטייט אין פ' ויחי "זבולון לחוף ימים ישכון והוא לחוף אניות וירכתו על צידון" און אין פ' וזאת הברכה "שמח זבולון בצאתיך ויששכר באהליך" אז זבולון איז געווען דער מחזיק תורה וואס האט געשטיצט און געהאלפן יששכר צו מקיים זיין דעם "ויט שכמו לסבול" צו נעמען אויף זיך די עול תורה, ווי די מדרש רבה זאגט, אויפן פסוק אין שיר השירים "הדודאים נתנו ריח" אז דאס גייט ארויף אויף לאה אז בזכות פון די דודאים, האט זי אויפגעשטעלט אזעלכע הייליגע שבטים "יששכר און זבולון" וואס עד היום איז די תורה נקרא על שמם, שותפות יששכר וזבולון,

ואחר ילדה בת ותקרא את שמה דינה
נאכדעם וואס לאה האט שוין זוכה געווען געווען צו 8 שבטים, 6 אייגענע און צוויי פון זלפה שפחתה, און רחל האט שוין אויך זוכה געווען צו צוויי שבטים פון בלהה שפחתה, דאס מיינט אז 10 פון די שבטי י-ה זענען שוין געווען געבוירן, איז לאה אמינו נאכאמאל נתעבר געווארן, דא האט די הייליגע "לאה אמינו" ווייטער אינזין געהאט איר אינגערע שוועסטער "רחל אמינו" און מתפלל געווען אז עס זאל נתהפך ווערן צו א נקבה, ווייל אויב עס זאל געבוירן ווערן א זכר אזויווי זי איז באשאפן געווארן מתחלה, קען ח"ו אויסקומען אז לא יהא רחל כאחת השפחות, ווייל אז זי וועט האבן די עלעפטע שבט, וועט נאר בלייבן פאר "רחל אמינו" איינס, וואס דאס איז ווייניגער פון די צוויי שפחות וואס יעדע פון זיי האט געהאט צוויי, האט זי מתפלל געווען און עס איז נהפך געווארן לנקבה, ווי די פסוק זאגט "ואחר ילדה בת ותקרא את שמה דינה" ווי רש"י איז מסביר שדנה לאה דין בעצמה, אם זה זכר לא תהא רחל כאחת השפחות, והתפללה עליו ונהפך לנקבה

ויזכור אלקים את רחל, וישמע אליה א-ל-ה-ים ויפתח את רחמה
מ'האלט שוין שנת ב' קצ"ט
7 יאר נאך די "מלא שבע זאת" מ'האלט נאך 14 יאר וואס יעקב אבינו האט גע'ארבעט פאר פעטער "לבן הארמי", ענדליך נאך גרויס מיה און פלאג איז מען זוכה צום גרויסן טאג פון "ויזכור אלקים את רחל" עס גייט געבוירן ווערן "יוסף הצדיק" די שטנה של עשיו, וואס וועגן דעם איז יעקב אבינו געזיצן 14 יאר ביי לבן, צו אנטלויפן פון קליפת עשיו, יעצט ענדליך נאך אזויפיל יארן, איז ב"ה אנגעקומען די טאג וואס "ויזכור אלקים את רחל"
אוי וויפיל עס ליגט באהאלטן אין די הייליגע פסוקים, ביי לאה אמינו שטייט וירא "ה' " כי שנואה לאה, די שם ה-ו-י-ה איז שם הרחמים, לאה האט געהאט קינדער, נישט אזוי ווייט וועגן אירע זכותים, כאטש וואס זי איז געווען א צדיקת און זיכער געהאט זכותים, איז זי נישט געהאלפן געווען וועגן אירע זכותים, נאר ממדת הרחמים, פשוט ממדת רחמנות, וויבאלד זי האט אייביג געוויינט, זי האט נישט געוואלט אריין פאלן אין די הענט פון עשיו הרשע, עס איז אלץ געווען "ועיני לאה רכות" האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט און איר געגעבן קינדער גלייך,
משא"כ "רחל אמינו" איז געשטאנען אויף סאך א העכערע בחינה, ווייל זי האט נישט געוויינט, נאר זי איז אייביג געווען בשמחה, כאטש וואס זי האט נישט זוכה געווען צו קינדער פאר גאנצע 7 יאר, לאה האט געדינט דעם אייבערשטן מיט בכי', כידוע מספרים הקדושים, אבל רחל אמינו, דרך אחרת היתה לה, זי האט געדינט דעם אייבערשטן מיט שמחה, עד היום הזה, ווען אידן זעצן זיך אראפ פראווען "תיקון חצות" אויף גלות השכינה, וויינט מען מיט ביידע בחינות, עס איז דא "תיקון רחל", דאס איז מכח שמחה של מצוה, און עס איז דא "תיקון לאה" דאס איז מכח בכי' אויפן חורבן, כידוע שטייט "תיקון רחל" סאך העכער ווי "תיקון לאה, וועגן דעם זאגט מען "תיקון רחל" אפילו בימים שאין אומרים בהם תחנון, משא"כ "תיקון לאה" זאגט מען נאר בימים שאומרים בהם תחנון, וואס דאס זענען נידריגערע טעג, כידוע ליודעי ח"ן,
רחל אמינו אין די יארן וואס זי האט נישט זוכה געווען צו קינדער ליידער, און זי האט מורא געהאט אז דורך דעם וועט איר יעקב ח"ו איבערלאזן און זי וועט פאלן לחלקו של עשיו, עכ"ז איז זי ווייטער אנגעגאנגען מיט איר עבודה מיטן כח פון שמחה, וועגן דעם ווען עס איז געקומען די ריכטיגע מינוט, איז געווען "ויזכור אלקים את רחל" זי האט זוכה צו קינדער נישט נאר פון מדת הרחמים נאר "מצד הדין", אפילו די מדת הדין האט אויך מסכים געווען אז זי דארף שוין געהאלפן ווערן און ס'איז געווען "וישמע אליה אלקים" אפי' די מדת הדין האט אויך מסכים געווען צו אירע תפלות, ווייל זי האט מתפלל געווען מכח שמחה, און זי האט זוכה געווען צו "ויפתח את רחמה: ותהר ותלד בן", און נישט סתם א זוהן, נאר זי האט זוכה געווען צו אזא הייליגע קינד "יוסף הצדיק" וואס בזכותו נגדרו כל ישראל, ער האט געהאלטן אידן אין טומאת מצרים ערות הארץ, און בזכותו האלט זיך כלל ישראל בקדושה עד היום הזה, בימינו אלה בעיקבתא דמשיחא, ווען די נסיונות און די ערות הארץ איז סאך ערגער פון ערות מצרים, עכ"ז האלט זיך כלל ישראל בקדושה, עדיין זכותו עומדת לנו,
ויזכור אלקים את רחל, זאגט רש"י אז דער אייבערשטער האט געדענקט, די זכות וואס זי האט איבערגעגעבן די סימנים און די זכות וואס איר האט וויי געטוהן אז זי זאל נישט אריין פאלן בחלקו של עשיו, במילא האט ער איז מזכה געווען מיט אזא הייליג קינד ווי "יוסף הצדיק", "ותאמר אסף אלקים את חרפתי" ווי רש"י איז מסביר, קודם כפשוטו, אז ביז יעצט איז זי געווען פארשעמט, אז זי איז געווען די איינציגסטע פון די ד' נשי יעקב וואס האט ביז יעצט נישט געהאט קיין קינדער, און מ'האט איר פארשעמט אז זי וועט ח"ו דארפן אנקומען צו עשיו, און יעצט ב"ה איז געווארן אוועק גענומען איר חרפה, ווי רש"י ברענגט א מדרש, אז ווילאנג עס איז נישט דא קיין קינדער, איז יעדע זאך וואס פאסירט אין שטוב איז מען תולה אין די פרוי, אבער ווען עס ווערט געבוירן א קינד, קען מען עס שוין אנלייגן אויף די קינד, דאס איז פשט, "אסף אלקים את חרפתי" אז סיי וואס עס פאסירט איז עס שוין נישט איר שאנדע, נאר פונעם קינד,
"ותקרא את שמו יוסף לאמר יוסף ה' לי בן אחר", רחל אמינו בעת זי האט זוכה געווען צו איר ערשטע קינד, איז דאס געווען די עלעפטע שבט פון די שבטי קה, און די אמהות האבן געוויסט ברוח הקודש, ווי פריער געשריבן אז יעקב דארף אויפשטעלן 12 שבטים, האט זי מתפלל געווען "יוסף ה' "לי" בן אחר" אז די 12'טע שבט זאל קומען פון איר,



ויהי כאשר ילדה רחל את יוסף – ויאמר שלחני ואלכה אל מקומי ולארצי
ווי פריער דערמאנט, אז די גאנצע ציהל פון "יעקב אבינו" בבית לבן איז נאר געווען, צו מבטל זיין קליפת עשיו, הגם "אין מקרא יוצא מידי פשוטו" אז ער איז אנטלאפן פון עשיו, ליגט נאך אלץ אין יעדע זאך א טיפערע און העכער באדייט, ווי רש"י איז מסביר, משנולד שטנו של עשיו, שנאמר "והי' בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשיו לקש, כאטש עס איז געווען "בית יעקב אש" איז עס נישט געווען גענוג שטארק צו מבטל זיין קליפת עשיו, נאר כשנולד יוסף דעם "בית יוסף להבה", נאר דעמאלט איז יעקב אבינו געווען פארזיכערט, קעגן עשיו, און ער האט געזאגט פארן פעטער "שלחני ואלכה אל מקומי" תנה את נשי ואת ילדי אשר עבדתי אותך בהן, כאטש וואס ער האט געקענט רואיג אוועק גיין, ער האט גענוג גע'ארבעט, ער איז אים גארנישט שולדיג געווען האט ער נאר געוואלט אוועק גיין מיט רשות,
האט אים לבן געענטפערט "נחשתי ויברכני ה' בגלליך" לבן נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז "יעקב אבינו" האט אים אריין געברענגט ברכה אין שטוב, האט ער אים נישט געוואלט אזוי שנעל אוועק לאזן, נאר ער האט געזוכט נאך א וועג נאך מער רייך צו ווערן אויפן חשבון פון יעקב אבינו, האט ער אים געזאגט, "נחשתי ויברכני ה' בגלליך", במילא "נקבה שכרך אלי ואתנה" נאר יעקב אבינו האט גוט געוויסט מיט וועם ער האט צוטוהן דא, האט ער מקיים געווען געווען דעם "עם עקש תתפתל", און ער האט אים געזאגט "לא תתן לי מאומה" און בערמה ארויס באקומען פון אים סאך מער ווי לבן האט גע'חלומ'ט, לבן נישט זעענדיג וואס יעקב האט דא אינזין, האט ער בעל כרחו מסכים געווען,
עכ"ז איז יעקב דארט געבליבן נאך 6 יאר, און לבן האט אים אויסגעפאפט, נאך 100 מאל ווי מיר זעהן שפעטער אין די פרשה פון די "צאן",


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט