איציק מעכל דער בן-עשק

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:02 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:מ'גיימיר זיך ניש פארענטפערן ווייל אין קץ לדברי רוח

אבער די אלע וואס האבן טענות ווילעך נאר מעורר זיין אז איר ליינט זייער אויבערפלעכליך

כ'האב ספעציעל געשריבן פארדעם א דיסקלעימער און בפשטות האט איר דאס ניש אינאכט גענומען

צווייטענס כל כ'האב בכלל ניש געמיינט א בנש"ק אדרבה ואדרבה זיי זענען מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט היינט

כאב טאקע פאר דעם דירעקט פארדרייט צו "בן-עשק" וואס כ'קאן אזעכע וואס האבן גארניש מיט בנש"ק צו טוהן

אויב זענט איר א שטיגליצע און פאטיקע אייניקל בינאזאם ,יעמאלטס זאלט איר טאקע זיין באליידיגט

סתם להערה בעלמא "אידישע וועלט" אין די ס' יארן האט נאר געהאט אזעכע אדער ענליכע ארטיקלן , קיינער האט זיך דעמאלטס באכעשעם ניש צוקראצט , נאר וואס דען היינט איז אכשר דרא ווי יעדער מיינט אז מ'מיינט דייקא אים און ווען מ'שרייבט א ארטיקל און מ'האט אנגעכאפט עפעס א געוואוסע קבוצה בלויז פאר די טעמע אדער לדוגמא בעלמא ווערט מען אינגאנצן באליידיגט

רבותי ! איר זענט אלע עדאולט'ס , ביטע טרעטס ארויס פון די קינדער שוך און הייבטס אהן טראכטן ווי ערוואקסענע מענטשן

און עגעין ווער ס'מיינט אז מ'האמיר אים געמיינט , עים און נאר עים האבעך טאקע געמיינט..................................

עס איז נישט נאר דאס.
די גאנצע לשון זאלט איר מיר מוחל זיין הונדערט מאל איז וואלגאר און נאנט צו ניבול פה.
איך האב לכתחילה גארנישט געזאגט ווייל איך בין געווען זיכער אז די מנהלים וועלן עס פארמעקן.

???????????????????????????????????????????????????

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:07 pm

אין בעסטען קעיס איז עס גאר POOR TASTE, איך קען עס טרעפען זיך גרעניצען מיט הלבנת פנים

נ"ב, איך בין אויך א בנש"ק, מיין טאטע איז א ערליכע סוחר, און מיין זיידע איז אויך געווען זייער א ערליכע שניידער

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:19 pm

איך זע נישט קיין ניבול פה אדער הלבנת פנים, אבער א געוויסע סארט ראסיזם.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:45 pm

מחנך האט געשריבן:אין בעסטען קעיס איז עס גאר POOR TASTE, איך קען עס טרעפען זיך גרעניצען מיט הלבנת פנים

נ"ב, איך בין אויך א בנש"ק, מיין טאטע איז א ערליכע סוחר, און מיין זיידע איז אויך געווען זייער א ערליכע שניידער

איך האב זייער הנאה פון דעם אויסדריק ״בן עשק״. איך האלט אז מען דארף איינמאל פאר אלעמאל מאכן א חילוק צווישן א ״בנש״ק״ און א ״בן עשק״. אין יעדן ביהמ״ד דרייען זיך געווענליך ביידע סארטן און מ׳קען זען וואו דער עולם האט א מוראדיגע הערצה פאר א בנש״ק און פארקערט פאר א בן עשק. דו״ק ותשכח
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 1:08 pm

מיין סארקאזם דיטעקטאר איז געווענטליך אנגעשטעלט אויף זייער א הויכע אלערט, און פארט פארשטיי איך נישט דאס אנשמירן א "שמוציגע" ליילעך אויף א שיין חלק פון כלל ישראל וואס אין זיי איז דא פון אלע סארטן פשוט ווייל איך האב געדארפט א טעמע, אדרבא אולי קען מיר איינער מסביר זיין מה נשתנה בנש"ק פון פאפא, און אויב מאכסטו טאקע יא חוזק פון פאפא ווייל-זיי-ווערן-נישט-באליידיגט, רעד איך טאקע נישט צו דיר.

א וודאי איז דא פילע דאנק געפילן פאר @נו וואדע, אויף אלע שמייכלען וואס ער קלעבט כסדר ארויף אויף אונזערע לעפצן, ואין מצוה מכבה עבירה, ואיתו הסליחה
קוק אויף האלבע פולע גלאז,
און אויב איז די גלאז אינגאנצן ליידיג, רוק אוועק די גלאז אין א זייט און גיי ווייטער מיט דיין לעבן (יואלי שווארץ)

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 1:22 pm

א גוטן האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:אין בעסטען קעיס איז עס גאר POOR TASTE, איך קען עס טרעפען זיך גרעניצען מיט הלבנת פנים

נ"ב, איך בין אויך א בנש"ק, מיין טאטע איז א ערליכע סוחר, און מיין זיידע איז אויך געווען זייער א ערליכע שניידער

איך האב זייער הנאה פון דעם אויסדריק ״בן עשק״. איך האלט אז מען דארף איינמאל פאר אלעמאל מאכן א חילוק צווישן א ״בנש״ק״ און א ״בן עשק״. אין יעדן ביהמ״ד דרייען זיך געווענליך ביידע סארטן און מ׳קען זען וואו דער עולם האט א מוראדיגע הערצה פאר א בנש״ק און פארקערט פאר א בן עשק. דו״ק ותשכח

אקוראט אזוי !

און "בן-עשק" מיינט בכלל ניש בנש"ק הגם ס'נוטריקון , פון יעדע שיכט און קרייז ביי כלל ישראל איז דא פון די סארט , אבער דאך העלן אייביג זיין מענטשן וואס וועלן (ליין ווילן) מיינען אז מ'מיינט זיי , סאו ווילעך בעטן סליחה ומחילה פון דעי אלע אידן וואס מיינען אז כאב געמיינט אז כ'מיין זיי (ודו"ק),מיין מיינונג איז קיין מייינונג ניט דהיינו כאב בכלל ניש געטראכט שעת'ן שרייבן פון א ספעציפישער מענטש אדער סביבה, כאנאר געמיינט א געוואוסע טיפ

,און טייערע אידישע קינדער מ'מעג זיך שוין אויסלערנען צו פארנעמען אביסקעלע סארקאזם , מ'מיניש אלס זיין נעגאטיוו און יעדער האט א ברירה צו טראכטן אז מ'מיינט בכלל ניש אים, מ'ברויך זיך ניש אלס אויפזוכן אין יעדע לצנות'דיגע ארטיקל

נאכאמאל דעי אלע וואס פילן זיך באטראפן זאלן מיר ביטע מוחל זיין בפה מלא (כ'צוה ניש צוריק פונעם עצם ארטיקל ווייל דעי טיפ מענטשן זענען נאכאלס דא :wink: )
ובזה יצאתי
און שוין.......
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 7:13 pm

געוואלדיג האט געשריבן:זייער א זיסע שפראך

איך בין נייגעריג איבער דעם עולם רעאקציעס אויב איך וואלט אויפגעטוישט די זיסע פראזע ---ווייל ער איז א בן-עשק ------ מיט ---- ווייל ער איז א פאפא'ענער ---

טראכט ראיבער דעם

#א_בושה

האסט נישט געכאפט וואס איך האב געשריבן. איך האב מוחה געוועזן אויפן ארטיקל, און געבעטן עס איבערצושרייבן אן באשמירן מענטשן. א קליינע קאמפלימענט צום סוף,גראדע א זיסע שפראַך.ַַפארשטייט זיך נאר נאכן פארעכטן דעם אַרטיקל.

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

בערי דער נגיד

תגובהדורך ישראל חיים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:45 am

אז מרעדט שוין פון איציק מעכלס נו פארוואס אינגאנצן איגנארירן בערי'ן? ווער קען דען נישט בערי דער נגיד? בערי איז א זעקס אין צוואנציג יעריגער אינגערמאן גאר באלעבאטיש, און גאר א גרויסער נגיד...

ווען בערי וואקט אדורך איינעם אין בית מדרש פילט מען פלוצלונג ווי מען איז אין א טשוירטש עוויניע קאר סערוויס מיט אזא געמישטע שמעק פון ציגארטעלעך און פערפיום.
בעריס טלית בייטל איז גאר א טייערע בייטל אבער אויסער די ווארט "טלית" שטייט גארנישט אויף דעם. אויך נישט קיין אינישעלס אבער לקיים את המנהג האט ער ארויף געלייגט זיין אינישעלס אויף די ארבעל פון זיין העמעד.

בערי האט שוין פון אלס בחור געוויזן שטארקע סימנים פון א נגיד. זיין בארד האט שוין אויפגעהערט צו וואקסן נאך אין ישיבה...
בין הזמנים צווישן שיעור ב' און שיעור ג' האט שוין בערי געהאט א געהעריגע עמעזאן ביזנעס באשטעלענדיג עס די קארדס מיט סענסע קליפס און נאכדעם פארקויפט פאר די בחורים אין ישיבה. ווען בערי פלעגט זיך אפשערן פלעגט ער זיך אפשערן אויף א 1 און נאכדעם פלעגט ער נעמען די טריפל זערא בלעיד און מאכן אזא כמו סקווער בעק...
און ווי זאגט די וועלט? ווי עס בחור'ט זיך אזוי טאטע זיך. בערי האט ברוך השם חתונה געהאט און פון דא און ווייטער איז עס געגאנגען איינס צוויי. בערי איז געווארן א סעילס מען זיך ארוומדרייענדיג מיט א ריזיגע טעבלעט אנגעהאקט אויף זיין הויזן. זיין ציצית האט געמופט פון איבערן העמעד צו אונטער די העמעד האפענדיג אזא אזוי וועט ער זיין מער סוקסעסעפעל און חוץ מזה משנה מקום משנה מזל...
ס'נאך דא אסאך צו שרייבן איבער בערי'ס כאראקטער אבער נישט דא איז דאס פלאץ. בערי האט אויך אסאך מעלות אזוי ווי איציק מעכל אבער מיט אנדערע טוויסטס. סא לאמיר אנהייבן.

(החתימות דלהלן הם ע"פ סדר הא"ב)
ערב יו"ט פירט זיך בערי אנצוטון א נייער העמעד אין מקוה אבער די פלעסטיק מיט די טעג בלייבן אויפן באנק...........ווייל ער איז א נגיד

אויך ווען בערי טוט אמאל אן א נייע פאר זאקן (געווענליך איז עס גרעי מיט קאלערפול פאקעדאטס) בלייבט דער קליינער הענגער פון די זאקן אויפן באנק.......ווייל ער איז א נגיד
ווען בערי מאכט א קאפי מוז ער עפענען א נייע באטל מילעך ער קען נישט נוצן די אפענע.............ווייל ער איז א נגיד
גראדע איינמאל ווען אן אלטער איד וואס האט פונקט אריינגעבלאנדשעט אין דעם שול האט דאס געזען און פארגעהאלטן בערי'ן דערויף האט אים בערי ערקלערט אז ער קען נישט נוצן די אפענע אלץ חלב שנתעלם מן העין

ראש השנה ביי פאזע ווען בערי מוז ארויסלויפן כאפן א ציגארעטל ווייל ס'איז שויןן ממש פיקוח נפש וועט ער נישט גיין אלל די וועי ביז צו די בעקיארד פאר די נשמה לעכט און אנצינדן זיין ציגרעטעל נאר בערי שפאנצירט צום עמוד און צינדט אן זיין ציגרעטעל און מיט די גרעסטע מאס ראוגקייט שפאצירט ער דורך דעם גאנצן בית המדרש מיטן אנגעצינדענעם ציגרעטעל..........ווייל ער איז א נגיד

ווען בערי קומט דאווענען שחרית דארף ער געווענליך דריי פלעצער. איינס פאר זיין קאר קאוט וואס מוז ליגן לעבן אים אויפן טיש. און איינס פאר זיין קאר שליסלעך, זיין סמארטפאון און זיין קאווע. און איינס פאר זיך............ווייל ער איז א נגיד
בערי'ס סעלפאון מעג יעדע פאר מינוט מאכן פארשידענע גערודער, אבער ווייגן זאל איינער צו שיקענען..........ווייל ער איז א נגיד
ווען בערי קומט צו א חתונה (אין מאנסי) און ס'נישטא קיין פארקינג ספאט מער, וועט בערי פארקען אינמיטן די פארקינג לאט און בלאקן אנדערע קארס .........ווייל ער איז א נגיד

ווען ס'איז דא א קידוש אין שול וועט שוין בערי זיין אין קאך ווען מ'האלט נאך ביי ויהי בנסוע, און דא הייבט זיך אן די ערשטע סצענע.
קודם דארף מען קידוש מאכן. אבער צו זיין אנטוישונג איז נאר דא ברוינפן מיט א הכשר "די כשר'ע ברוינפענס איז ממש שרעקלעך ס'איז ראבינג אלקעהאל ס'איז עובר בעל תשחית" ערקלערט בערי מיט א פעסטקייט "און חוץ מזה דארף ברוינפען נישט קיין הכשר בכלל, ווייל ליגעלי מוזן זיי אלעס שרייבן וואס זיי לייגן אריין דארט".
דא איז דא גראדע איין עננליכקייט צווישן בערי און איציק מעכעלס, אז ער עסט אויך נאר די טאפ פון די מארבל קעיק, די חילוק איז נאר אז איציק מעכעלס נעמט אראפ די טאפ און געגאנגען ווייטער, אבער בערי איז דאך א נגיד, געט ער אזא סלייד אריין 3 סלייסעס קעיק בבת אחת און ער שינדט אראפ די טאפ דערפון און ווי א קינצלער געט ער א ווארף אריין די איבריגע שטיקלעך קעיק אין די גארבידש קען וואס ליגט אין די אנדערע עק דארט ביים קארנער..........ווייל ער איז א נגיד

ווען בערי נעמט א סידור צום דאווענען איז עס געווענטליך א וואן וועי טריפ ווייל בערי האט א מנהג אז מ'פאקט נישט צוריק קיין שום ספר אין שאנק.......ווייל ער איז א נגיד

ס'נאך דא אסאך צוצולייגן אויף דעם בערי'ס דמות , א שבת, יו"ט , וועקעישען, א שמחה וכדומה , האבעך ניש אזויפיל צייט , יבואו ה'עיט'ים וימשיכו את דמותו השלימה......

טשעקס קאנגעגרעשין שומר שבת ס'איז דא קרעדיט קארד מאשין, ריסיט בוק. טענק יון פאר ליסענינג. איינער פארט קיין מאנסי?

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:50 am

ישראל חיים האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון איציק מעכלס נו פארוואס אינגאנצן איגנארירן בערי'ן? ווער קען דען נישט בערי דער נגיד? בערי איז א זעקס אין צוואנציג יעריגער אינגערמאן גאר באלעבאטיש, און גאר א גרויסער נגיד...

;l;p-

אונז קען מיר קוים ווארטען פאר די פארזעצונג , און ביטע נישט געאיילט נאר אויסגעצויגען מיט יעדן דיטעיל

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:54 am

איין מינוט איך דארף ווערן באליידיגט איך בין דאך א נגיד... כקען נישט פאשטיין פארוואס די הנהלה האט נאכנישט געמעקט, דו ראסיסט..

ערענסט גערעדט ישראל חיים מתוק מדבש ווי וואנט מאר!!

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:53 am

ישראל חיים האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון איציק מעכלס נו פארוואס אינגאנצן איגנארירן בערי'ן? ווער קען דען נישט בערי דער נגיד? בערי איז א זעקס אין צוואנציג יעריגער אינגערמאן גאר באלעבאטיש, און גאר א גרויסער נגיד...

ווען בערי וואקט אדורך איינעם אין בית מדרש פילט מען פלוצלונג ווי מען איז אין א טשוירטש עוויניע קאר סערוויס מיט אזא געמישטע שמעק פון ציגארטעלעך און פערפיום.
בעריס טלית בייטל איז גאר א טייערע בייטל אבער אויסער די ווארט "טלית" שטייט גארנישט אויף דעם. אויך נישט קיין אינישעלס אבער לקיים את המנהג האט ער ארויף געלייגט זיין אינישעלס אויף די ארבעל פון זיין העמעד.

בערי האט שוין פון אלס בחור געוויזן שטארקע סימנים פון א נגיד. זיין בארד האט שוין אויפגעהערט צו וואקסן נאך אין ישיבה...
בין הזמנים צווישן שיעור ב' און שיעור ג' האט שוין בערי געהאט א געהעריגע עמעזאן ביזנעס באשטעלענדיג עס די קארדס מיט סענסע קליפס און נאכדעם פארקויפט פאר די בחורים אין ישיבה. ווען בערי פלעגט זיך אפשערן פלעגט ער זיך אפשערן אויף א 1 און נאכדעם פלעגט ער נעמען די טריפל זערא בלעיד און מאכן אזא כמו סקווער בעק...
און ווי זאגט די וועלט? ווי עס בחור'ט זיך אזוי טאטע זיך. בערי האט ברוך השם חתונה געהאט און פון דא און ווייטער איז עס געגאנגען איינס צוויי. בערי איז געווארן א סעילס מען זיך ארוומדרייענדיג מיט א ריזיגע טעבלעט אנגעהאקט אויף זיין הויזן. זיין ציצית האט געמופט פון איבערן העמעד צו אונטער די העמעד האפענדיג אזא אזוי וועט ער זיין מער סוקסעסעפעל און חוץ מזה משנה מקום משנה מזל...
ס'נאך דא אסאך צו שרייבן איבער בערי'ס כאראקטער אבער נישט דא איז דאס פלאץ. בערי האט אויך אסאך מעלות אזוי ווי איציק מעכל אבער מיט אנדערע טוויסטס. סא לאמיר אנהייבן.

(החתימות דלהלן הם ע"פ סדר הא"ב)
ערב יו"ט פירט זיך בערי אנצוטון א נייער העמעד אין מקוה אבער די פלעסטיק מיט די טעג בלייבן אויפן באנק...........ווייל ער איז א נגיד

אויך ווען בערי טוט אמאל אן א נייע פאר זאקן (געווענליך איז עס גרעי מיט קאלערפול פאקעדאטס) בלייבט דער קליינער הענגער פון די זאקן אויפן באנק.......ווייל ער איז א נגיד
ווען בערי מאכט א קאפי מוז ער עפענען א נייע באטל מילעך ער קען נישט נוצן די אפענע.............ווייל ער איז א נגיד
גראדע איינמאל ווען אן אלטער איד וואס האט פונקט אריינגעבלאנדשעט אין דעם שול האט דאס געזען און פארגעהאלטן בערי'ן דערויף האט אים בערי ערקלערט אז ער קען נישט נוצן די אפענע אלץ חלב שנתעלם מן העין

ראש השנה ביי פאזע ווען בערי מוז ארויסלויפן כאפן א ציגארעטל ווייל ס'איז שויןן ממש פיקוח נפש וועט ער נישט גיין אלל די וועי ביז צו די בעקיארד פאר די נשמה לעכט און אנצינדן זיין ציגרעטעל נאר בערי שפאנצירט צום עמוד און צינדט אן זיין ציגרעטעל און מיט די גרעסטע מאס ראוגקייט שפאצירט ער דורך דעם גאנצן בית המדרש מיטן אנגעצינדענעם ציגרעטעל..........ווייל ער איז א נגיד

ווען בערי קומט דאווענען שחרית דארף ער געווענליך דריי פלעצער. איינס פאר זיין קאר קאוט וואס מוז ליגן לעבן אים אויפן טיש. און איינס פאר זיין קאר שליסלעך, זיין סמארטפאון און זיין קאווע. און איינס פאר זיך............ווייל ער איז א נגיד
בערי'ס סעלפאון מעג יעדע פאר מינוט מאכן פארשידענע גערודער, אבער ווייגן זאל איינער צו שיקענען..........ווייל ער איז א נגיד
ווען בערי קומט צו א חתונה (אין מאנסי) און ס'נישטא קיין פארקינג ספאט מער, וועט בערי פארקען אינמיטן די פארקינג לאט און בלאקן אנדערע קארס .........ווייל ער איז א נגיד

ווען ס'איז דא א קידוש אין שול וועט שוין בערי זיין אין קאך ווען מ'האלט נאך ביי ויהי בנסוע, און דא הייבט זיך אן די ערשטע סצענע.
קודם דארף מען קידוש מאכן. אבער צו זיין אנטוישונג איז נאר דא ברוינפן מיט א הכשר "די כשר'ע ברוינפענס איז ממש שרעקלעך ס'איז ראבינג אלקעהאל ס'איז עובר בעל תשחית" ערקלערט בערי מיט א פעסטקייט "און חוץ מזה דארף ברוינפען נישט קיין הכשר בכלל, ווייל ליגעלי מוזן זיי אלעס שרייבן וואס זיי לייגן אריין דארט".
דא איז דא גראדע איין עננליכקייט צווישן בערי און איציק מעכעלס, אז ער עסט אויך נאר די טאפ פון די מארבל קעיק, די חילוק איז נאר אז איציק מעכעלס נעמט אראפ די טאפ און געגאנגען ווייטער, אבער בערי איז דאך א נגיד, געט ער אזא סלייד אריין 3 סלייסעס קעיק בבת אחת און ער שינדט אראפ די טאפ דערפון און ווי א קינצלער געט ער א ווארף אריין די איבריגע שטיקלעך קעיק אין די גארבידש קען וואס ליגט אין די אנדערע עק דארט ביים קארנער..........ווייל ער איז א נגיד

ווען בערי נעמט א סידור צום דאווענען איז עס געווענטליך א וואן וועי טריפ ווייל בערי האט א מנהג אז מ'פאקט נישט צוריק קיין שום ספר אין שאנק.......ווייל ער איז א נגיד

ס'נאך דא אסאך צוצולייגן אויף דעם בערי'ס דמות , א שבת, יו"ט , וועקעישען, א שמחה וכדומה , האבעך ניש אזויפיל צייט , יבואו ה'עיט'ים וימשיכו את דמותו השלימה......

טשעקס קאנגעגרעשין שומר שבת ס'איז דא קרעדיט קארד מאשין, ריסיט בוק. טענק יון פאר ליסענינג. איינער פארט קיין מאנסי?

ישראל חיים,דעלישעס

ביטע שרייב נאך, און ווי ער זאגט, אויסגעצויגן יעדן דיטעיל!

און אלס אויפן זעלבן מהלך,

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:13 am

איך ווארט אויף אפאר ניקים ארויסצוקומען מוחה זיין אויף די פרישע ניבול פה דא...

אבער אויף דערווייל, גוואלדיגע זשאב ישראל חיים, און נו וואדע.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:52 am

שיין, ריין, בא'טעמט. ;l;p-
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:48 am

לויט געוויסע מעררים דא וואלטן זיך אלע עשירים געדארפט באליידיגען פון אזא געשרייב'אכטס.
איינער טראכט אז אן עכטער עושר באליידיגט זיך פון אזאנס, א מכה... ער לאכט פון אים פונקט ווי דו, פארוואס? ווייל מרעדט דא פון א קערעקטער וואס שפילט דעם עושר געים. הוא הדין ביים בן-עשק רעדט מען פון א קערעקטער וואס שפילט דעם בנש"ק געים.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:50 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין מחולק מיט די קאמפלימענטן.
פאסט נישט!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:56 am

אחד מהחבורה האט געשריבן:לויט געוויסע מעררים דא וואלטן זיך אלע עשירים געדארפט באליידיגען פון אזא געשרייב'אכטס.
איינער טראכט אז אן עכטער עושר באליידיגט זיך פון אזאנס, א מכה... ער לאכט פון אים פונקט ווי דו, פארוואס? ווייל מרעדט דא פון א קערעקטער וואס שפילט דעם עושר געים. הוא הדין ביים בן-עשק רעדט מען פון א קערעקטער וואס שפילט דעם בנש"ק געים.

אט אזוי

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:27 am

ער צוקראצט זיך נישט פון איי וועלט ארטיקלען...

ווייל ער איז א נגיד
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:32 pm

וועלכע נגיד האט דען צייט צו ליינען אייוועלט
משא"כ בבן-עשק
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:16 pm

יישר כח פאר די מנהלים/נו-וואדע פאר די תיקונים.
אצינד האבעך אויך הנאה פון לייענען און פון די מענטשליכע התנהגות.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:27 pm

העלמיר נאר צולייגן לסיום פון ר' שראל חיימ'ענס אנאליז

אז איציק מעכל מיט בערי'ן זענען גאר נאנטע ידידים ,דאווענען אין זעלבן שול ,שיקן אין די זעלבע מוסדות און זענען גאר נאנטע שכינים, הקיצור א ריכטיגע מצא מין את מינו במלוא מובן המילה

איציק מעכל האט גאר א גע(ב)רוטן בחור'ציק, חעצקעלע האט ער געהייסן איי העט איר דאך אודאי פרעגן צו וואסזשע אנרופן א בחור פון עטליכע אין צוואנציג -חעצקע"לע"- די תירוץ איז פשוט, פאר די זעלבע סיבה וואס מיין מלמד פלעגט קיינמאל טייטשן "שה" א "לעמל"

ווידעראום בערי האט געהאט א מיידל א (אום)מושלמת קריינטשא האט זי געהייסן, כמעט געהאט גרויע צאפ

נו, אלע שדכנים, מאכערס, עסקנים, רייסערס , פון שטעטל האבן פרובירט א שידוך צו מאכן פון אט די אויבנדערמאנטע צוויי, אבער אהנע ערפאלג

"צו ווייסט איר פארוואס ?"

נו פירטס אליינס אויס מיט די אגודל פינגער, מיט די נוסח פון "ואני"

איציק מעכל וויל ניש...............................ווייל ער איז א בן-עשק

בערי וויל ניש. .....................................ווייל ער איז א נגיד

עסקנים געזוכט.....................................!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:57 am

נו וואדע האט געשריבן:
איציק מעכל וויל ניש...............................ווייל ער איז א בן-עשק

בערי וויל ניש. .....................................ווייל ער איז א נגיד

סתם א מעשה שלא היה.

וואלט נאר דער איציק מעכיל געהאט אביסל יחוס אבות, וואלט דרך דעם בערי זיך צוגעכאפט דערצו, פון ווען די קינדער זענען 18 יאהר.
וואלט נאר דעם בערי געהאט אביסל געלט, וואלט דער איציק מיכל זיך צו געכאפט פון ווען די קינדער זענען נאך 17 יאהר.

ר' איד
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

בן-עשק אדער בנש"ק

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:15 am

נו וואדע! כ'האב הנאה אז די האסט קלאר ארויס די חילוק פון בן-עשק צו בנש"ק,
יעך בין נאך אביסעל צומישט, כעל מיך שטארק פרייען אויב קענסטו מיר קלאר מאכען,

ביינונז און ס'מעדרש איז דא אז איינער גראדע הייסט ער נישט איציק מעכל, נאר מ'רופט עים ר' (צו געוויסע הרב) משה יחיאל,

גראדע האט ער א שטיקל הערצה, ......מצד שני איז ער גאנץ פעשליך, יעך האב קיינמאל פרופירט אריין בייסען ביינעים און באקען קאן איך דיר נישט זאגען אויב סרינט רויטליך דיקע דזשוס,

גראדע דאווענט ער נישט ממש אזוי נאנט צו חצות......... מצד שני האט ער דווקא ליב צו צוגיין צום עמוד.

גראדע לערנט ער נישט און כולל, אויכעט ארבעט ער נישט.......... מצד שני זעיט מען עטליכע שעה און טאג לערנען פלייסיג.

גראדע שמועסט ער נישט אוועק א האלבע נאכט נאך מעריב, ........... מצד שני פארשטייט ער אביסעל רבישע פאליטיק, לגבי העלפן און שטיב ווייס איך נישט, איך קיינמאל געוועין ביינעים.

גראדע זיצט ער אייביג אבער אייביג אויבן נאנט צו זאל עס זיין אין סעמעדרעש , מקווה , מסיבה , דרשה , פארזאמלונג, שמחה ......... מצד שני סווימינג פול שווימט ער מיט מיט אלעמען.

גראדע זיצט ער יעדן טאג ביי תיקון און ביהמ"ד און עסט פיין ............. מצד שני נעמט ער נישט די אויבערשטע חלק פונעם מארבל קעיק און נאכער עס צוזאםדרוקן אווי א טאבע און עס עסן בפה מלא הויעך אויפן קול.

גראדע דאווענט נאר אין א ביאלע סידור.

גראדע איז ער בסה"כ א שיין חלק פון טאג אינדערהיים, ליינט דורך אלעס וואס קומט אויף פאסט בעיון גדול, כאפט א נאפעץ יעדן נאכמיטאג פאר א שעה..................... מצד שני קוקט מיר נישט אויס אז ער בייזערט זיך אויף יעדען, אפשר אמאל ווען מ'רעגט עים שטארק אויף.

כ'על מיך שטארק פרייען אויב קענט איר אריין קומען קלאר זאל איך וויסען ווי עים צו שטעלן, ס'ממש פיקוח נפש ווייל ס'לאזט מיר נישט שלאפען ביינאכט.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 8 געסט