תשובה על דבר זה שמעתי מהם: מאנסי תש"פ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תשובה על דבר זה שמעתי מהם: מאנסי תש"פ

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:55 pm

יום ד' פרשת חיי שרה תש"פ

איך נעם מיך פאר בל"נ צו לאזן מיין סמארטפאון אין ארבייט יעדע נאכט, אויב איך פארגעס און איך נעם עס יא מיט מיר - עס צו לאזן אין קאר און עס נישט אהיימברענגען, אויב איך פארגעס און איך נעם עס יא אהיים לעש עס אויס.

דאס אלעס איז לאור וואס איז היינט געשען אין מאנסי אז מ'האט ליידער געשטאכן א חשובע אינגערמאן אין די אויגן. דאס איז זיכער א סימן פון הימל אז מ'דארף זיך היטן די אויגן סיי פון דברים אסורים און סיי פון דברים בטלים.

ויהי רצון אז דאס זאל זיין פאר א רפואה שלמה פאר מרדכי בן ברכה, והשם ירחם על עמו ישראל בכל מקומות שהם.

---

די אויבן דערמאנטע איז געשריבן געווארן פאריגע וואך נאך די פאסירונג ווען דאס הארץ האט געפלאטערט און די געפילן זענען געווען צושטורעמט פון וואס ס'האט פאסירט צו א חשובער בן תורה ביי אונז אין שטאט אין די היימישע מאנסי. (ניין איך קען נישט דעם אינגערמאן, נישט פערזענליך און נישט אויפ'ן פנים)

זינט דעמאלטס איז שוין אסאך וואסערן געפלאסן אינעם האדסאן ריווער, אסאך מעסעדזשעס געפארן אויף וואטסעפפ און אסאך מחשבות אריבער אין מח, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז דא איז דא א אידיש קינד מיחידי החבורה וואס האט שטארק געליטן - אויבן אויף - בטעות.

אונז ווייסן מיר דאך אז גארנישט איז א צופאל און ס'איז זיכער צוגעפירט פון הימל מיט א השגחה פרטית סיי די פלאץ - אינעם היימישן מאנסי, סיי די צייט - באשמורת הבוקר ווען די זריזין מקדימין איילן זיך צום גמרא, און סיי די מענטש - ווי געשמועסט א חשובער אינגערמאן א בן תורה, ס'איז זיכער אז השי"ת האט אונז דא געוואלט געבן אן איידעלע שנעלקע דורך אן איידעלער קרבן.

ברוך השם אז די גוטע בשורה שפעטיגט נישט און מ'הערט אז די מצב פארבעסערט זיך, אבער מ'דארף נאך אסאך תפילות אין מעשים טובים לזכותו. איך בעט אייך טייערע חברים העלפטס מיר ארויס און גיבט חיזוק פאר אלע וואס זענען גרייט זיך פארצונעמען א דבר טוב לרפואתו השלימה און פאר אונזער זכות אז מ'זאל מיר ח"ו נישט דארפן קיין שטערקערע דערמאנונג.

מיטן אויבערשטן'ס האלטן מיר זיך צו די קבלה, כאטש ס'מיינט א קלענערע ערשיינונג אויף אייוועלט און אויפגעבן אויף "אסאך" באקוועמליכקייטן.

(די דקדוק לשון האב איך אזוי געשריבן לויט מיין OCD אז כ'זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען אויף קיין שום וועג...)
לעצט פאראכטן דורך ממה נפשך אום דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:00 pm

Keep it up!

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:06 pm

האלט זיך שטארק מיר זענען אלע מיט דיר!!
אַ געשעפט האָב איך............

ליבי ובשרי
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובהדורך ליבי ובשרי » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:11 pm

חזק ואמץ! בוודאי יהיה לך חיים טובים יותר גם בגשמיות!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:19 pm

תחזקנה ידיכם!

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:21 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:26 pm

שכח.

זאל דער עולם אריינקומען מיט אייגענע קבלות, ס'מוז נישט זיין דווקא סמארטפאון רילעיטעד. דער אויבערשטער ווארט פאר אונזער ענטפער.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:28 pm

ממך יראו וכן יעשו
ווען ס'קומט א התעוררות אויף דער וועלט, און מ'מאכט פון דעם א כלי, איז דאס א געוואלדיגע נח"ר אויבן אין הימל, און ס'נידערט דעם חרון אף
ס'ברענגט השפעות אויף דעם מקבל, און אויף דעם גורם לקבלה
אין דעם פאל, וועסטו זיכער געבענטשט ווערן מיט אלע השפעות, ברו"ג, און מרדכי בן ברכה וועט האבן א רפו"ש בזכותך

און אין דיין זכות, און התעוררות, נעם איך אויף מיר אויך א קבלה טובה בעז"ה.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:18 am

איך האב הנאה פון דיר!
ווייל "ממה נפשך" א רצון האסטו א גוטע!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:46 pm

ריכטיגע מסירת נפש!
אחי חזק!
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט