עס ברענט א פייער פון האס!!! וואס קענען מיר טון???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:17 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:נאך איינער האלט ווי מיר אז סהאט מעגליך מיט דעים אז סאיז דא לעצטנס זייער אסאך יודישע לענדלארדס מיט גוישע טענענטס ?

ניין איך האלט נישט ווי דיר. די גוים זענען העכסט ציפרידן פון די גוטע סערוויס וואס די אידישע לענדלערס געבן זיי און זענען בכלל נישט אויפגערעגט אויף די עצם מציאות אז אידן אוינען די הייזער, (ווען זיי צאלן) און ווען זיי צאלן נישט גייט עס דורך די נארמאלע ליגאלע סיסטעם וואס אויף דעים איז נישטא קיין אנדערע וועג.

כהאב הנאה צו הערן

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:29 am

וויזוי עס זאל נישט זיין איז די גאנצע שמועס נישט נוגע ביי די יעצטיגע פרשה ,היות קיין העיט קריים איז עס זיכער נישט

פרעגטס מיך נישט וואס יא , וועגן דא קען מען נישט שרייבן

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:49 am

ערליכער האט געשריבן:וויזוי עס זאל נישט זיין איז די גאנצע שמועס נישט נוגע ביי די יעצטיגע פרשה ,היות קיין העיט קריים איז עס זיכער נישט

פרעגטס מיך נישט וואס יא , וועגן דא קען מען נישט שרייבן

פארוואס זאגסטו אז עס איז זיכער נישט קיין העיט קריים?
די פאליציי זאגט אז זיי ווייסען נאך נישט!
צעקה בקול דממה דקה

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:59 am

שרייזשע האט געשריבן:
ערליכער האט געשריבן:וויזוי עס זאל נישט זיין איז די גאנצע שמועס נישט נוגע ביי די יעצטיגע פרשה ,היות קיין העיט קריים איז עס זיכער נישט

פרעגטס מיך נישט וואס יא , וועגן דא קען מען נישט שרייבן

פארוואס זאגסטו אז עס איז זיכער נישט קיין העיט קריים?
די פאליציי זאגט אז זיי ווייסען נאך נישט!

זיי האבן יעצט קלאר געשריבן צום דריטען מאל אז א העיט קריים זיכער נישט....מען דארף קענען ליינען צווישען די שורות ....וואס יא זאגן זיי מען זאל וואטען געדילדיג און זיי ארבעטען אויף געוויסע אינפארמעישאן

איך זע נישט פארוואס די פילסט דיך גוט צו שטיפען אז עס איז א העיט קריים

מען דארף דאנקען די באשעפער אז ברוך השם נישט און מען קען ווייטער רוהיג שפאצירן אויף די מאנסי גאסן

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:05 am

איך האב נישט געזעהן און זייער סטעיטמענט אז זיי זאלען זאגען אז עס אי זיכער נישט א העיט קריים. זיי זאגען נאר אז דערווייל האבען זיי נישט קיין עווידענס אז עס זאל יא זיין! גרויסע חילוק

איך שפיר מיך נישט בעסער אויב דאס איז א העיט קריים, נאר איך זאג אז מען ווייסט נאך נישט!
צעקה בקול דממה דקה

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:09 am

שרייזשע האט געשריבן:איך האב נישט געזעהן און זייער סטעיטמענט אז זיי זאלען זאגען אז עס אי זיכער נישט א העיט קריים. זיי זאגען נאר אז דערווייל האבען זיי נישט קיין עווידענס אז עס זאל יא זיין! גרויסע חילוק

איך שפיר מיך נישט בעסער אויב דאס איז א העיט קריים, נאר איך זאג אז מען ווייסט נאך נישט!

טאמער פארשטייסטו נישט אזא גוטע ענגליש,ביטע בעט דיין חבר אדער ווייב דיר אפליינען די טוויט און איבערטייטשען,
א שורה נאכן שרייבן אז זיי האבן נישט קיין עווידענס אויף העיט קריים שטייט אז זיי האבן אנדערע אינפא און זיי ארבעטען דערויף .... זייער קלאר, קען נישט זיין קלארער פון דעם

איך האב געהערט פון גאר קראנטע מקורות אז ווער די פאברעכער איז האבן זיי שוין קלאר , זיי זיכן נאר מער אינפארמאציע ביהיינד איט , און טאמער ליינסטו צווישען די שורות שרייבט אט דאס די פאליס , אז זיי האבן אינפא און ארבעטען דערויף .און יעצט קענען זיי נישט שרייבן

פאר די אלע וואס מיינען אז סאיז א דמיון די אלע שמועות , זאלן וויסן די FBI זענען געזיצן דאנערשטאג שעות אין ברוקלין ביי איינע פון זיי , בכלל נישט קיין סוד און איך זה נישט פארוואס מען זאל באהאלטען און אן שרעקען אזויפיל טויזענטער מענטשן מיט קינדער, ווען FBI איז אינוואלווד איז די מעשה גאר אנדערש ,געפעלט מיר דא ווי דער עולם בלאפט ארום , און לאכט, אז אינוועסטעיגעטערס זענען געווען ביי די אלע פאנטאזיעס און קאנסיפראציעס איז עס ווייט פון קאנספיראציעס און יש דברים בגו

ער שרייבט as soon as we can ,
און unfortunately we can't make any comments yet מיינט אז ווען אונז קענען וועל מיר רעדן , זייער קלאר אז אונז האב מיר אינפארמאציע אבער מיר קענען לעת עתה נישט רעדן

פאר א סיבה שיקן זיי נאכאמאל און נאכאמאל שיינערהייט אז קיין העיט קריים איז עס נישט אז אין שאק זאל מען נישט זיין ווען מען וועט הערט די ריכטיגע אינפארמעישאן
צוגעלייגטע
IMG-20191124-WA0110.jpg
IMG-20191124-WA0110.jpg (157.24 KiB) געזעהן 997 מאל

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:29 pm

קרייסלער האט געשריבן:סאיז מיינד באגלינג וואס דא גייט פאר
די הלכה בידוע מיינט נישט אז מיר אידן פון אונזער זייט קענען מיר טוהן כל מה שבליבינו חפץ, לאמיר עס אויסשרייען הויעך: ביזט א אפגעריסענער גלות איד! לעב דערמיט און פיר דיך אויף אזוי ו

אקוראט!
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:14 pm

ארויפגעברענגט אין ליכט פון די ברוטאלע טראגעדיע אין דזשוירזי סיטי

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 2:24 pm

נעכטן האביך געזען א שחור מיט א בארד, ענדליך צו די וואס האבן לעצטענס אטאקירט אידן, ער איז געשטאנען נעבן די באנק אין געבעטן נדבות.
כ'האב אים געגעבן א דולר און געזאגט: To spread the love!

כ'האב געזען אז ער איז געווען שאקירט, וויבאלד קיינער האט זיך נישט געקימערט מיט אים, און ער האט זיך נישט גערישט אז דער חסידישער אינגערמאן וואס ער גלייכט אזוי שטארק... גייט אים שענקן עפעס.

עכ"פ ס'דא זאכן וואס די כלל עסקנים קענען און דארפן טון און אזעלכע צייטן, אבער ס'אויך דא קלייניקייטן וואס יעדער #יחיד קען טון, צו מכניע זיין די האס וואס זיי האבן קעגן אונז.

די שטערקסעט זאך וואס זיי גלייכן, איז רעספעקט, מיט דעם קען מען זיי גרינג אפקויפען. און דורכדעם מעגליך אפקילן צוביסלעך די קערנדלעך פון זייער שנאה.

זאל השי"ת אונז שומר זיין מכל רע, און אונז אלע אויסלייזען בקרוב ממש.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

!want to be good
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 2:37 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:איין זאך וואס אונז כאפן נישט אז אונז לעבן מיר יעצט אין היסטארישע צייטן.

אין די ניינטין טערטיס האבן די אידן אויך נישט געכאפט אז די מאמענטן וועלן זיין די גרעסטע היסטארישע רשעות.

אונז גייען יעצט דורך ערנסטע מאמענטן און עס ברענט א פייער ווי די קעפל פונעם אשכול לויטעט.
אנגעהויבן מיט מציצה בפה אפאר יאר צירוק.
רשעות'דיגע פסקים פון דשאדשעס פאר אידן.
כפרות שלאגן.
גזירת החינוך.
ועוד.. פרשות וואס וועלן ווערן היסטאריש.

עס איז זיכער אז מען דארף מטכס עצה זיין צי זעהן וואס מען קען טוהן עפעס וואס זאל לייכטער מאכן די אנגעצויגע פולווער אויפן חרדיש'ען ציבור.

שרעקעדיג, אבער אמת

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 2:45 pm

נא_שכל האט געשריבן:נעכטן האביך געזען א שחור מיט א בארד, ענדליך צו די וואס האבן לעצטענס אטאקירט אידן, ער איז געשטאנען נעבן די באנק אין געבעטן נדבות.
כ'האב אים געגעבן א דולר און געזאגט: To spread the love!

כ'האב געזען אז ער איז געווען שאקירט, וויבאלד קיינער האט זיך נישט געקימערט מיט אים, און ער האט זיך נישט גערישט אז דער חסידישער אינגערמאן וואס ער גלייכט אזוי שטארק... גייט אים שענקן עפעס.

עכ"פ ס'דא זאכן וואס די כלל עסקנים קענען און דארפן טון און אזעלכע צייטן, אבער ס'אויך דא קלייניקייטן וואס יעדער #יחיד קען טון, צו מכניע זיין די האס וואס זיי האבן קעגן אונז.

די שטערקסעט זאך וואס זיי גלייכן, איז רעספעקט, מיט דעם קען מען זיי גרינג אפקויפען. און דורכדעם מעגליך אפקילן צוביסלעך די קערנדלעך פון זייער שנאה.

זאל השי"ת אונז שומר זיין מכל רע, און אונז אלע אויסלייזען בקרוב ממש.

יא, דו ביסט דאך אזוי גערעכט, יישר כח פארן העלפן באשיצן כלל ישראל
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:31 pm

איך קלער אז אזויווי די ליבעראלע אידישע ארגענעזאציעס אנטי טראמפ רעטאריק העצט אויף די נעא נאציס אנטקעגן אידן, טוט די פרא טראמפ רעטאריק פון רעליגיעזע אקטיוויסטן מויל מאכערס פארשארפן די האס פון מינאריטעטן וואס קענען גארנישט טון צו טראמפ אבער יא אנטקעגן אונז רח''ל.

איך קלער די עצה זאל זיין אז מיר קענען אויסדרוקן ס'פארט ווען טראמפ טוט עפעס פאר אידן, אבער סתם אזוי shut up.

נא טוויטער אקאונט פאר אויסדרוקן פאליטישע מיינונגען.
שויתי ה' לנגדי תמיד

גלות איד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:43 pm

https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0

- נישט פאר שוואכע הערצער -
לעצט פאראכטן דורך גלות איד אום מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:49 pm

גלות איד דיין ווידיאו ווארפט א שרעקליכע פחד. איז די אלע אינצידענטן פון די לעצטע פאר טעג?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:51 pm

Goodmorning האט געשריבן:נא טוויטער אקאונט פאר אויסדרוקן פאליטישע מיינונגען.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:52 pm

גלות איד האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ifyie/Jn9pVMz5lZBEwKUz.mp4?dl=0



מוסקעלן פארשטייפט. א פחד!!
הוי מחשב...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מטעמים, משהלע און 13 געסט