מיין אויספאסטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

מיין אויספאסטן

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:35 pm

מיטן אויפגעשוואלענעם מאגן, קוים רירבאר, רוקט מען זיך ארויס מיטן קינות'ל אינעם בוזעם, וועלעכער האט שוין פון לאנג מבשר געווען אז ער פארטראגט דארט שוין מער נישט אפי' א דינעם קונטרס'ל, מיט די צאמגעצויגענע פאפוטשן, ווען ביי יעדע טריט פונעם לינקן הערט זיך אזא פייפעריי ווי צו מעלדן אז ער האט שוין געהאט אמאל בעסערע צייטן, שלעפט מען זיך צום האלב פארלאשענעם ביהמ"ד, ווען אינעם רעכטן האנט ציפט שוין די גראבע פינגער פון די צוזאמלייג בענקל (אויב נישט יעצט, וועט עס נאך ווערן) וואס איז שמאל אריינגעגאנגען אינעם שלשה טפחים קאטעגאריע.

יא, יא, - טראכט איך צו זיך - מאגן, מאגן, די וועסט נאך שענערע צייטן זעהן, ווארט נאר ווארט, מיט אביסעלע געדולד.

---

פיר און צוואנציג שעה שפעטער....

מיטן פירשט אויפן פירשטן שטוהל, זיצט מען אנגעלעהנט אויפן סאפע, דער זעלבער נעכטיגער מאגן ברומט און ברויזט, ווי גלייך איך וועל מיר אפי' צו טוהן מאכן פונעם, אויפטרייסלנדיג דעם גאנצן סאפע מיטן פיס בענקל צוגלייך, - אויף א אייגענארטיגן ריטעם קומט נאך דעם הונגעריגן שליכטץ, ווי א שיינע ארקעסטערע בעצם יום התשעה באב.

בליקנדיג אויפן זייגער'ל זעהט מען, אז ס'איז שוין ענדליך צייט צו דאווענען מנחה, מיטן זעלבן פאפוטש מיט א שטילערע טאהן, שלעפט מען זיך ווידער צום ביהמ"ד, דאסמאל מיט גאר אנדערע כוונות.

מען קומט אריין מיט שטילע טריט, מען לייגט אראפ דעם טלית בייטל אויף א טישל וואס מען האט שוין עקספיריענס אז דארט קומט באלד די טישטעכער... און מען זעצט זיך אראפ ווען א פרישער אומפארשעמענדער שליכטץ פאלגט ווידער נאך פונעם ליידיגן מאגן.

מען ענדיגט מנחה, מען לייגט שוין צוזאם די תפילין, ווען מיט הונגעריגע אויגן פאלגט מען נאך די קינדער וואס האבן די העזה יעצט צו גיין נאך געלט, די גערוך פון פרישע געבעקסן כאפן זיך שוין אריין פון צווישן די שפאלטענעס פונעם טיר פון דעם שמש שטיבל, און מען שרייט שוין ענדליך אויס, שיר המעלות.

די גרעסערע העלפט נסיון איז געקומען ווען די קינדער האבן זיך שוין געשטעלט ראלן די טישטעכער נאכפאלגענדיג מיט בראנפן גלעזלעך, קאפ'ס, און נעפקין'ס.

ווער רעדט נאך ביי שמע קולינו ווען מען האט דערהערט דעם זעץ פונעם טאץ, אההה, פיינע ווארעמע ווארע. אוהא.

דא טרעט מען שוין אויס, בשעת מען פאסט שוין דעם באשלוס מיטן ווינקל פון אויג ווער עס וועט זוכה זיין אז אויף אים וועט מען מאכן דעם מזונות, ווידער א קאפ מיט א נעפקין ליגט שוין אויפן פלאץ, אויף דעם איז דאך נישט דא תאות האכילה.

יתגדל ויתקדש....

די הארץ קלאפט שוין שטערקער, ווערט וועט כאפן די ערשטע דעם אראנדזש דזשוס בשעת מען דארף דאך האלטן פאזיציע אויפן טאץ, די אנדערעלן פלאצן שיעור נישט, ווען....

https://www.dropbox.com/s/6wlefbdaxkbh4 ... 7.mp4?dl=0

דיסקלעימער, דאס איז געווען ווען תשעה באב איז נישט געפאלן אום שבת.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:56 pm

:lol: :lol: :lol: צייט שטיפער אוי ביזטו גוט. זאג, די מעניו פונעם אויספאסטן קענסטו אויך אראפ לייגן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:11 pm

נעבעך ארימע קינד.... איך געדענק נאך די גלוסטיגע אויגן פון זייט ווען איך בין געווען א קינד
שויתי ה' לנגדי תמיד

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:57 am

צייט שטיפער האט געשריבן:מיטן אויפגעשוואלענעם מאגן, קוים רירבאר, רוקט מען זיך ארויס מיטן קינות'ל אינעם בוזעם, וועלעכער האט שוין פון לאנג מבשר געווען אז ער פארטראגט דארט שוין מער נישט אפי' א דינעם קונטרס'ל, מיט די צאמגעצויגענע פאפוטשן, ווען ביי יעדע טריט פונעם לינקן הערט זיך אזא פייפעריי ווי צו מעלדן אז ער האט שוין געהאט אמאל בעסערע צייטן, שלעפט מען זיך צום האלב פארלאשענעם ביהמ"ד, ווען אינעם רעכטן האנט ציפט שוין די גראבע פינגער פון די צוזאמלייג בענקל (אויב נישט יעצט, וועט עס נאך ווערן) וואס איז שמאל אריינגעגאנגען אינעם שלשה טפחים קאטעגאריע.

יא, יא, - טראכט איך צו זיך - מאגן, מאגן, די וועסט נאך שענערע צייטן זעהן, ווארט נאר ווארט, מיט אביסעלע געדולד.

---

פיר און צוואנציג שעה שפעטער....

מיטן פירשט אויפן פירשטן שטוהל, זיצט מען אנגעלעהנט אויפן סאפע, דער זעלבער נעכטיגער מאגן ברומט און ברויזט, ווי גלייך איך וועל מיר אפי' צו טוהן מאכן פונעם, אויפטרייסלנדיג דעם גאנצן סאפע מיטן פיס בענקל צוגלייך, - אויף א אייגענארטיגן ריטעם קומט נאך דעם הונגעריגן שליכטץ, ווי א שיינע ארקעסטערע בעצם יום התשעה באב.

בליקנדיג אויפן זייגער'ל זעהט מען, אז ס'איז שוין ענדליך צייט צו דאווענען מנחה, מיטן זעלבן פאפוטש מיט א שטילערע טאהן, שלעפט מען זיך ווידער צום ביהמ"ד, דאסמאל מיט גאר אנדערע כוונות.

מען קומט אריין מיט שטילע טריט, מען לייגט אראפ דעם טלית בייטל אויף א טישל וואס מען האט שוין עקספיריענס אז דארט קומט באלד די טישטעכער... און מען זעצט זיך אראפ ווען א פרישער אומפארשעמענדער שליכטץ פאלגט ווידער נאך פונעם ליידיגן מאגן.

מען ענדיגט מנחה, מען לייגט שוין צוזאם די תפילין, ווען מיט הונגעריגע אויגן פאלגט מען נאך די קינדער וואס האבן די העזה יעצט צו גיין נאך געלט, די גערוך פון פרישע געבעקסן כאפן זיך שוין אריין פון צווישן די שפאלטענעס פונעם טיר פון דעם שמש שטיבל, און מען שרייט שוין ענדליך אויס, שיר המעלות.

די גרעסערע העלפט נסיון איז געקומען ווען די קינדער האבן זיך שוין געשטעלט ראלן די טישטעכער נאכפאלגענדיג מיט בראנפן גלעזלעך, קאפ'ס, און נעפקין'ס.

ווער רעדט נאך ביי שמע קולינו ווען מען האט דערהערט דעם זעץ פונעם טאץ, אההה, פיינע ווארעמע ווארע. אוהא.

דא טרעט מען שוין אויס, בשעת מען פאסט שוין דעם באשלוס מיטן ווינקל פון אויג ווער עס וועט זוכה זיין אז אויף אים וועט מען מאכן דעם מזונות, ווידער א קאפ מיט א נעפקין ליגט שוין אויפן פלאץ, אויף דעם איז דאך נישט דא תאות האכילה.

יתגדל ויתקדש....

די הארץ קלאפט שוין שטערקער, ווערט וועט כאפן די ערשטע דעם אראנדזש דזשוס בשעת מען דארף דאך האלטן פאזיציע אויפן טאץ, די אנדערעלן פלאצן שיעור נישט, ווען....

https://www.dropbox.com/s/6wlefbdaxkbh4 ... 7.mp4?dl=0

דיסקלעימער, דאס איז געווען ווען תשעה באב איז נישט געפאלן אום שבת.


וואס מיינט א שליכטץ ?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:06 am

שליקעט"ץ בלע"ז


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש, שלים און 18 געסט